רעוועלאציע אין ווענעזואלע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אפריל 30, 2019 8:26 pm

זיינע פראטעסטירער האבן פארכאפט אן אומבאנוצטע לופט באזע אין קאראקעס. דאס מיליטער האט זיך טאקע קעגנגעשטעלט מיט רציחה, קוק אויף די קליפס און בילדער.

גואיידא פערזענליך קענען זיי נישט צורירן אויפן דירעקטן באפעל פון מאדורא, צוליב מורא פון אינטערנאציאנאלע קאנסעקווענצן.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דינסטאג אפריל 30, 2019 9:44 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:זיינע פראטעסטירער האבן פארכאפט אן אומבאנוצטע לופט באזע אין קאראקעס. דאס מיליטער הא.ט זיך טאקע קעגנגעשטעלט מיט רציחה, קוק אויף די קליפס און בילדער.

גואיידא פערזענליך קענען זיי נישט צורירן אויפן דירעקטן באפעל פון מאדורא, צוליב מורא פון אינטערנאציאנאלע קאנסעקווענצן.

חלומות
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג אפריל 30, 2019 9:48 pm

שקר האט געשריבן:
אסדר לסעודתא. האט געשריבן:זיינע פראטעסטירער האבן פארכאפט אן אומבאנוצטע לופט באזע אין קאראקעס. דאס מיליטער הא.ט זיך טאקע קעגנגעשטעלט מיט רציחה, קוק אויף די קליפס און בילדער.

גואיידא פערזענליך קענען זיי נישט צורירן אויפן דירעקטן באפעל פון מאדורא, צוליב מורא פון אינטערנאציאנאלע קאנסעקווענצן.

חלומות

וועלכע חלק?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך מאי 01, 2019 2:00 am

דאס איז די גאנצע?
כהאב געמיינט אז היינט איז די זאך גענדיגט

געראדע , די גאנצע עסק איז נישט גוט פאר די לינקע סאציאליסטען
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מאי 01, 2019 2:05 am

אמביציע האט געשריבן:פאמפעאו רעדט יעצט צו בליצער, און ער פארציילט דארט אז מאדורא איז שוין געווען אויפן וועג צו זיין פליגער צו גיין קיין האוואנא קובא, אבער רוסלאנד האט עם אפגערעד דערפין

עצה טובה קמ"ל, גלויב נישט קיין ווארט וואס קומט ארויס פון דעם דיקליכערס מויל אן אן עדווענסד אפגרעידעד ליי דעטעקטאר.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך מאי 01, 2019 2:45 am

וואס עפעס? האט געשריבן:דאס איז די גאנצע?
כהאב געמיינט אז היינט איז די זאך גענדיגט

געראדע , די גאנצע עסק איז נישט גוט פאר די לינקע סאציאליסטען

וועלכע סאציאליסטן? מיינסט קאנאדא און סקאנדענעוויע? זיי זענען דעמאקראטישע סאציאליסטן, אזוי ווי בערני סאנדערס.

לא קרב זה אל זה... לערן די חילוק ודו"ק.
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך מאי 01, 2019 4:24 am

כאפצעם האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:פאמפעאו רעדט יעצט צו בליצער, און ער פארציילט דארט אז מאדורא איז שוין געווען אויפן וועג צו זיין פליגער צו גיין קיין האוואנא קובא, אבער רוסלאנד האט עם אפגערעד דערפין

עצה טובה קמ"ל, גלויב נישט קיין ווארט וואס קומט ארויס פון דעם דיקליכערס מויל אן אן עדווענסד אפגרעידעד ליי דעטעקטאר.

if you want your doctor you can keep your doctor
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » מיטוואך מאי 01, 2019 5:13 am

כאפצעם האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:פאמפעאו רעדט יעצט צו בליצער, און ער פארציילט דארט אז מאדורא איז שוין געווען אויפן וועג צו זיין פליגער צו גיין קיין האוואנא קובא, אבער רוסלאנד האט עם אפגערעד דערפין

עצה טובה קמ"ל, גלויב נישט קיין ווארט וואס קומט ארויס פון דעם דיקליכערס מויל אן אן עדווענסד אפגרעידעד ליי דעטעקטאר.


Based on what do you give this smart advise

Did you ever find him lying? Or is it just the hate you have to the president for no good reason

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 01, 2019 5:27 am

כאפצעם האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:פאמפעאו רעדט יעצט צו בליצער, און ער פארציילט דארט אז מאדורא איז שוין געווען אויפן וועג צו זיין פליגער צו גיין קיין האוואנא קובא, אבער רוסלאנד האט עם אפגערעד דערפין

עצה טובה קמ"ל, גלויב נישט קיין ווארט וואס קומט ארויס פון דעם דיקליכערס מויל אן אן עדווענסד אפגרעידעד ליי דעטעקטאר.

טאקע מאדנע ווי יעדער וואס הייבט אן ארבעטן פאר טראמפ ווערט פלוצלונג א כראנישער שקרן. ס'ממש ווי זיי וואלטן געווארן אנגעשטעקט צו וואס. בלויז געציילטע האבן באוויזן זיך צו האלטן, א שטייגער ווי אמעראסע.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 01, 2019 6:01 am

די גאנצע נעכטיגע מעשה נעכטן שיינט אויפגעבלאזן און א דורכפאל. ס'קוקט טאקע אויס ווי אמעריקע האט פרובירט צו באקן א מעשה אינאיינעם מיט גואיידא, מיטן חשבון אז גאנץ ווענעזועלע וועט זיך ארויסשטעלן קעגן מאדורא אין די קריטישע צייט. מ'האט אינאיינעם פראדוצירט דמיונות פון מיליטער, פוטש, מאדורא אנטלויפט... אלעס אויפן חשבון פון עטליכע מונדירן, ווייט ווייט פון גענערעלער און מיליטערישע קאמענדאטן.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 01, 2019 6:10 am

בעריש'ל האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:דאס איז די גאנצע?
כהאב געמיינט אז היינט איז די זאך גענדיגט

געראדע , די גאנצע עסק איז נישט גוט פאר די לינקע סאציאליסטען

וועלכע סאציאליסטן? מיינסט קאנאדא און סקאנדענעוויע? זיי זענען דעמאקראטישע סאציאליסטן, אזוי ווי בערני סאנדערס.

לא קרב זה אל זה... לערן די חילוק ודו"ק.

מיינסט צו זאגן אז די מידיע וויל אהערשטעלן בערני אלס סאציאלע דעמאקראט? אמת. צו איז בערני טאקע נישט קיין עכטער סאציאליסט? דאס קענסט נישט וויסן.

עס עי סייד נאוט: ווענעזועלע ווערט נישט פאררעכנט אלס א פולקאם סאציאליסטיש לאנד, נאר א דעמאקראטיש לאנד מיט א סאציאל דעמאקראטישן פארטיי וואס פירט יעצט דאס לאנד, גענוי ווי בערני...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך מאי 01, 2019 8:50 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די גאנצע נעכטיגע מעשה נעכטן שיינט אויפגעבלאזן און א דורכפאל. ס'קוקט טאקע אויס ווי אמעריקע האט פרובירט צו באקן א מעשה אינאיינעם מיט גואיידא, מיטן חשבון אז גאנץ ווענעזועלע וועט זיך ארויסשטעלן קעגן מאדורא אין די קריטישע צייט. מ'האט אינאיינעם פראדוצירט דמיונות פון מיליטער, פוטש, מאדורא אנטלויפט... אלעס אויפן חשבון פון עטליכע מונדירן, ווייט ווייט פון גענערעלער און מיליטערישע קאמענדאטן.

קודם עס האלט נאך אינמיטען
נאכדעם @אסדר די האסט עפעס מיט מאדורא די הערסט נישט אויף אים צי פארטיידיגען
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מאי 01, 2019 10:36 am

שקר האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די גאנצע נעכטיגע מעשה נעכטן שיינט אויפגעבלאזן און א דורכפאל. ס'קוקט טאקע אויס ווי אמעריקע האט פרובירט צו באקן א מעשה אינאיינעם מיט גואיידא, מיטן חשבון אז גאנץ ווענעזועלע וועט זיך ארויסשטעלן קעגן מאדורא אין די קריטישע צייט. מ'האט אינאיינעם פראדוצירט דמיונות פון מיליטער, פוטש, מאדורא אנטלויפט... אלעס אויפן חשבון פון עטליכע מונדירן, ווייט ווייט פון גענערעלער און מיליטערישע קאמענדאטן.

קודם עס האלט נאך אינמיטען
נאכדעם @אסדר די האסט עפעס מיט מאדורא די הערסט נישט אויף אים צי פארטיידיגען

ווי קומט דא אריין פארטיידיגן, פארפאלן די פאקטן רעכענען זיך נישט אייביג מיט דיין רצון.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 01, 2019 2:02 pm

שקר האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די גאנצע נעכטיגע מעשה נעכטן שיינט אויפגעבלאזן און א דורכפאל. ס'קוקט טאקע אויס ווי אמעריקע האט פרובירט צו באקן א מעשה אינאיינעם מיט גואיידא, מיטן חשבון אז גאנץ ווענעזועלע וועט זיך ארויסשטעלן קעגן מאדורא אין די קריטישע צייט. מ'האט אינאיינעם פראדוצירט דמיונות פון מיליטער, פוטש, מאדורא אנטלויפט... אלעס אויפן חשבון פון עטליכע מונדירן, ווייט ווייט פון גענערעלער און מיליטערישע קאמענדאטן.

קודם עס האלט נאך אינמיטען
נאכדעם @אסדר די האסט עפעס מיט מאדורא די הערסט נישט אויף אים צי פארטיידיגען

זיכער, איך בין מאדורא'ס נעפיו...

אמת'דיג גערעדט, איך בין פרא טראמפ, פרא גואיידא, און איך האלט אפי' אז אמעריקע זאל זיך יא אריינמישן דארט. מאדורא איז א מאסן מערדער און קארופטירטער סאציאליסט וואס נאר ער מעג אוועקלייגן טריליאנען אבער יעדער זאל פייגערן פאר הונגער און דאס לאנד'ס רייכע אויליגע עקענאמיע זאל פארטרוקנט ווערן. איך האב אים חלילה נישט פארטיידיגט.

אבער.... אמעריקע זאל נעמען נארמאלע סטראטעגישע מיטלן, נישט מיט אומגעלונגענע זשאוקס און פאלשע פוטשעס...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך מאי 01, 2019 2:19 pm

ווען די פלאץ איז פארהאקט פאר די מידיע קען מען אננעמען צו גלויבן וואס מען וויל, עס'ז פריי. קיינער ווייסט נישט וואס עס גייט באמת פאר דארט. יתכן אז די מאדורא קאנטראלירטע מידיע זאגט זאכן נאר וויזוי עס שטימט זיי בעסער.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 01, 2019 2:31 pm

דאס אז ס'קומט פאר אן אויפשטאנד זאגן ביידע צדדים. דאס אז ס'דא מיליטערלייט אויף גואיידע'ס זייט זאגן ביידע צדדים. דאס אז ס'האט אויסגעבראכן עטליכע ערנסטע שיסעריי אויסטוישן צווישן גואיידע'ס און מאדורע'ס קרעפטן זאגן אויך ביידע זייטן און ס'דא כמה ווידיאוס דערפון. וואס איז אויך זיכער איז אז אנדערש ווי אסדר האט געשריבן איז די עירפארט נישט קיין פארלאזטע עירפארט, נאר ווערט באנוצט כמעט געהעריג, לויט אלע ווארשיינליכקייטן דורך די ווענעזועלער מיליטער.

די שאלה איז נאר 'וויפיל' פון די מיליטער זענען אויף גואיידע'ס זייט, און צו זיי האבן די מעגליכקייט צו מאכן אן ערנסטע חילוק אין די פייט
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 01, 2019 3:57 pm

מ'האט געזען בלויז עטליכע סאלדאטן - נישט די ערשטע מאל אגב, און גואיידע האט געזאגט אז ער האט העכערע גענערעלער אויף זיין זייט. אויב ער האט די מיליטער הויפטן וואלטן זיי עפענטליך ארויסגעקומען צו קעמפן קעגן מאדורא און נישט פארבליבן אנאנים. א פוטש קען מען נישט פירן דורך שטיצן אנאנים פון די בעיסמענט.... מאדורא האט קלאר געהאט דעם אויבערהאנט נעכטן דורך זיין מיליטער.

אגב, אלעס איז אפן צו די מידיע, אמעריקאנער מידע האט געדעקט לייוו די פראטעסטן פון די לופטן, און זיי האבן אלע נעכטן געשריבן פרא גואיידע כאילו א פוטש קומט פאר. אבער נאכן דורכקוקן אלע צדדים און ראיות זע איך נישט קיין שמץ של פוטש אויסער פראטעסטירונגען, נאר אביסל ווילדער ווי ביז יעצט.

הצלחה.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 01, 2019 4:01 pm

אדרבה, קוק אין די נייעס היינט, און זוך אויב איינער רעפארט נאך איבער דעם פוטש... אויסער באלטאן רעדט נישט קיינער דערפון. און נישט ווייל ס'איז א פארטייאישע אישו, נאר ווייל ס'איז נישט אקוראט - עכ"פ ביז די גענעראלן שטעלן זיך נישט ארויס אין די עפנטליך - וואס איך האף עס זאל פאסירן בקרוב.

א פוטש מיינט א פוטש. בפומבי. גואיידא האט קלאר געזאגט אז די מיליטער הויפטן וואס שטיצן אים האבן מורא ארויסצוקומען מיט זייערע נעמען.... דאס איז א פוטש??
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 01, 2019 4:03 pm

פליגל האט געשריבן:ווען די פלאץ איז פארהאקט פאר די מידיע קען מען אננעמען צו גלויבן וואס מען וויל, עס'ז פריי. קיינער ווייסט נישט וואס עס גייט באמת פאר דארט. יתכן אז די מאדורא קאנטראלירטע מידיע זאגט זאכן נאר וויזוי עס שטימט זיי בעסער.

גואיידא'ס דרשה איז געדעקט געווארן פולי אין אלע מידיע אפאראטן, ער זאגט קלאר אז די מיליטער איז מיט אים אבער נאר "אונטערן טיש"... אני מאמין...

איך האף אז ס'איז אמת. אבער קיין באווייזן איז נישט פארהאן.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך מאי 01, 2019 4:04 pm

עס ווערט היינט ברייט באריכטעט אז טראמפ קוקט ערנסט אריין אין די מעגליכקייט צו אריינשיקן די אמעריקאנער מיליטער אין טוישן דעם רעזשים אין א בליץ - אקציע.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 01, 2019 4:07 pm

די רגע דאס געשעהט גייט אמעריקע זיין דירעקט פארמישט אין א מלחמה מיט רוסלאנד.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 01, 2019 4:07 pm

זיי באריכטן אז די הויפט פון די געהיים פאליציי האט געטוישט זייטן

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך מאי 01, 2019 4:21 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די רגע דאס געשעהט גייט אמעריקע זיין דירעקט פארמישט אין א מלחמה מיט רוסלאנד.

א דירעקטע מלחמה מיט רוסלאנד וועט קיינמאל נישט זיין. עס איז נישט דא איבער וואס.

רוסלאנד האט אירע אינטערעסען און אמעריקע האט אירע אינטערעסען, יעצט וועמען'ס אינטערעסען זענען שטערקער? ווער איז שטערקער? און וויפיל איז יעדער זייט גרייט צו פארלירען פאר אירע אינטערעסען.

פאר אמעריקע איז ווענוזיעלע א סכנה אויב זי בלייבט אינטער מאדורא, און פאר רוסלאנד איז "נישט" א סכנה ווענוזיעלע אינטער גואיידא, כאטש ס'וועט זיי נישט שמעקען, דעטס אול.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 01, 2019 5:49 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אדרבה, קוק אין די נייעס היינט, און זוך אויב איינער רעפארט נאך איבער דעם פוטש... אויסער באלטאן רעדט נישט קיינער דערפון. און נישט ווייל ס'איז א פארטייאישע אישו, נאר ווייל ס'איז נישט אקוראט - עכ"פ ביז די גענעראלן שטעלן זיך נישט ארויס אין די עפנטליך - וואס איך האף עס זאל פאסירן בקרוב.

א פוטש מיינט א פוטש. בפומבי. גואיידא האט קלאר געזאגט אז די מיליטער הויפטן וואס שטיצן אים האבן מורא ארויסצוקומען מיט זייערע נעמען.... דאס איז א פוטש??

דו שטעלסט א הנחה און נאכדעם פרעגסטו קשיות. דער ערשטער צו דערקלערן די אויפשטאנד אלס פוטש איז געווען דיין פעטער(...) מאדורא. גואיידע האט גערופן פאר אן אויפשטאנד ביים פאלק מיט די שטיצע פון טייל מיליטער.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 01, 2019 5:52 pm

SPUSMN האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:די רגע דאס געשעהט גייט אמעריקע זיין דירעקט פארמישט אין א מלחמה מיט רוסלאנד.

א דירעקטע מלחמה מיט רוסלאנד וועט קיינמאל נישט זיין. עס איז נישט דא איבער וואס.

רוסלאנד האט אירע אינטערעסען און אמעריקע האט אירע אינטערעסען, יעצט וועמען'ס אינטערעסען זענען שטערקער? ווער איז שטערקער? און וויפיל איז יעדער זייט גרייט צו פארלירען פאר אירע אינטערעסען.

פאר אמעריקע איז ווענוזיעלע א סכנה אויב זי בלייבט אינטער מאדורא, און פאר רוסלאנד איז "נישט" א סכנה ווענוזיעלע אינטער גואיידא, כאטש ס'וועט זיי נישט שמעקען, דעטס אול.

ווענעזועלע איז נישט קיין שום סכנה פאר אמעריקע אינטער מאדורא.

אמעריקע האט די זעלבע פראבלעם מיט ווענעזועלע אינטער מאדורא ווי וואס רוסלאנד האט אינטער גוויידע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”