רעוועלאציע אין ווענעזואלע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מאי 02, 2019 12:52 pm

הר גריזים האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די לעצטע פוטש פארזוך איז טאקע לכאורה געווען יענעם זומערדיגן פרייטאג אין טערקיי, וואס דאס מיליטער האט זיך אויפגעהויבן קעגן ערדואן, וואס איז דורכגעפאלן ביז עטליכע שעה.

סודאן לעצטענס איז נישט געווען א פוטש?

יא גערעכט.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג מאי 02, 2019 1:09 pm

כאפצעם האט געשריבן:א פוטש הייסט ווער ס'געדענקט וואס טערקיי האט געהאט אין 2017, וואס איז דורכגעפאלן למעשה.

אפאר טראבל מעיקערס וואס שיסן שטיינער אויף די גאסן איז דא אין מאה שערים יעדן טאג..

די חברה קומען מיר פאר ווי די וואס שטייען און שרייען אין די מאנהעטן גאסן "נאט אוער פרעזידענט.."
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 02, 2019 1:47 pm

פליגל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:א פוטש הייסט ווער ס'געדענקט וואס טערקיי האט געהאט אין 2017, וואס איז דורכגעפאלן למעשה.

אפאר טראבל מעיקערס וואס שיסן שטיינער אויף די גאסן איז דא אין מאה שערים יעדן טאג..

די חברה קומען מיר פאר ווי די וואס שטייען און שרייען אין די מאנהעטן גאסן "נאט אוער פרעזידענט.."

יע.. איין חילוק, דעמאלטס זענען עס געווען די רוסישע ארגאנאזירער יעצט איזעס די אמעריקאנע..

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 02, 2019 1:57 pm

נישט נאר די רוסן, סאדאם כוסעין איז אויך געשטאנען דערונטער פון זיין בונקער, מיט קענעדי'ס הילף.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מאי 02, 2019 10:49 pm

וואס טוט זיך מיט די "פוטש"??...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 03, 2019 12:13 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די "פוטש"??...

קיינמאל נישט געווען. גואיידא האט זיך צוריקגעלייגט שלאפן פאר נאך פיר וואכן...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מאי 03, 2019 7:02 am

Think and Thank האט געשריבן:נישט נאר די רוסן, סאדאם כוסעין איז אויך געשטאנען דערונטער פון זיין בונקער, מיט קענעדי'ס הילף.

מקור?

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:19 am

דער ווענעזועלער אפאזיציע פירער כואן גואיידא האט נעכטן געזאגט, אז שפיאנאזש אגענטן פון דעם מאדורא רעזשים האבן ארעסטירט זיין דעפיוטי עדגאר זאמבראנא, וועלכער דינט אלס דער וויצע פרעזידענט פון די אפאזיציע-קאנטראלירטע נאציאנאלע אסעמבלי.

דאס איז דער ערשטער ארעסט פון א ווענעזועלער אפאזיציע פאליטישאן זינט די פריוו פאר א מיליטערישן פוטש פאריגע וואך.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:39 am

מייק פענס האט מיט צוויי טעג צוריק אנאונסט אז אמעריקע נעמט אראפ סאנקציעס פון א הויך-ראנגקיגע ווענעזועלער גענעראל וואס האט געטוישט זייטן און אריבער צו די זייט פון די אפאזיציע.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 15, 2019 5:02 pm

די קאנאדישע מיניסטער אף פארעין אפעירס Chrystia Freeland, וועט פארן קיין קובא צו דיסקוסירן די סיטואציע אין ווענעזועלע.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 15, 2019 5:02 pm

האט קאנאדא א בעסערע רילעישן-שיפ און א בעסערע השפעה מיט קובא ווי אמעריקע?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

ברעיקינג

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 15, 2019 7:58 pm

די U.S סוספענדירט אלע פלייטס קיין ווענעזועלע, אינקלודינג קאמערשאל און קארגא, אלס זיכערהייט פראבלעמען, וואס זענען א רעזולטאט פון אנגייענדע ציווילע קריג.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מאי 17, 2019 12:17 pm

קוועלער אין צענטראל אמעריקע און אין אייראפע דערציילן, אז פארשטייער פון די ווענעזועלער רעזשים און פון די ווענעזועלער אפאזיציע, זענען געשיקט געווארן קיין נארוועגיע, וואו מ'האט זיך אראפגעזעצט פאר אינטענסיווע געשפרעכן אויפצוקומען מיט א פאליטישער לעזונג צום קריזיס.

די געשפרעכן קומען אין א צייט וואס דער צושטאנד אין ווענעזועלע ווערט ערגער און מער כאאטיש, און מען הערט אז דער דיקטאטור מאדורא איז מעגליך גרייט אפצוטרעטן און מ'וועט אוועקשטעלן א טראנזישאן רעגירונג.

איד דעילי

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג מאי 17, 2019 12:24 pm

פעיק נוז האט געשריבן:האט קאנאדא א בעסערע רילעישן-שיפ און א בעסערע השפעה מיט קובא ווי אמעריקע?

זיכער אזוי
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מאי 28, 2019 11:45 pm

ביידע פראקציעס אין די ווענעזועלע קאנפליקט האבן באשטעטיגט אז זיי וועלן זיך באטייליגן אין די ערשטע רונדע פון געשפרעכן וואס וועלן זיך אנהייבן די וואך אין אסלא - נארוועגיע, וואו די גאסטגעבער פון די נארוועגיער רעגירונג וועלן דינען אלס פארמיטלער.

די געשפרעכן קומען אין שאטן פון א שרעקליכע עקאנאמישע און פאליטישע קריזיס אין ווענעזועלע וואס האט שוין געברענגט איבער דריי מיליאן בירגער צו פארלאזן דאס לאנד, און די פארבליבענע ווערן געפלאגט פון א שרעקליכע מאנגל אין עסנווארג און די אינפרוסטרוקטור אין לאנד וואס ליידט פון אן עקאנאמישע צוזאמענברוך און אויך שווערע אינטערנאציאלע סאנקציעס.

דער אפאזיציע פירער גועידא וואס איז אנערקענט דורך פופציג לענדער איבער די וועלט אלס דער לעגיטימער פרעזידענט האט געזאגט אז ער איז אפטימיסטיש אבער אויך סקעפטיש וויבאלד אין די פארגאנגנהייט האט מאדורא גענוצט אזעלכע געשפרעכן בלויז צו איינשטילן די אפאזיציע און פארשפראכן אז זיי וועלן שטעלן א אומבויגזאמע תנאי אז מאדורא מוז אפטרעטן פון אמט און פאררופן יושר׳דיגע וואלן.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 04, 2019 11:33 am

די קאנאדישע רעגירונג האט נעכטן אפגעשפארט זייער אמבאסאדע אין ווענעזועלע און אפיציעל אפגעהאקט דיפלאמאטישע באציאונגען מיט דעם מאדורא רעזשים.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג יוני 04, 2019 12:06 pm

רוסלאנד האטט נעכטען געמאלדען אז זיי נעמען ארויס א גרויסע פראצענט פין זייער מיליטער פין ווענוזעלא
ווייסט איינער וואס דאס מיינט?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יוני 04, 2019 1:45 pm

לכאורה ווייל זיי האבן געזען אז גואיידא איז פארטיג, זיין קאמף פירט נישט אין ערגעץ.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 06, 2019 6:47 pm

די אפיציעלע ליניע פון אמעריקע ווען עס קומט צו ווענעזועלע איז אז כואן גועידא איז דער אנערקענטער פרעזידענט און אפאזיציע פירער, אבער אונטער פארמאכטע טירן ביי א קאנפערענץ אין ניו יארק האט דער סעקערטערי אוו סטעיט אויפגעדעקט אז די עיקר ארבעט פון אמעריקע אין ווענעזועלע איז דאס האלטן צוזאמען די צושפליטערטע אפאזיציע, ״די מינוט מאדורא איז ארויס פון אמט זענען דא ארום 40 פאליטיקאנטן וואס דערקלערן זיך אלס פירער״ האט פאמפעאו געזאגט, און דערביי צוגעלייגט אז דאס האלטן אלע פראקציעס אינאיינעם איז א ״טייוולאניש-שווערע מיסיע״. ער האט באשולדיגט די אינערליכע צושפליטערונג אויף דעם וואס מאדורא איז נאך ביי די מאכט.

JP

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:00 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די אפיציעלע ליניע פון אמעריקע ווען עס קומט צו ווענעזועלע איז אז כואן גועידא איז דער אנערקענטער פרעזידענט און אפאזיציע פירער, אבער אונטער פארמאכטע טירן ביי א קאנפערענץ אין ניו יארק האט דער סעקערטערי אוו סטעיט אויפגעדעקט אז די עיקר ארבעט פון אמעריקע אין ווענעזועלע איז דאס האלטן צוזאמען די צושפליטערטע אפאזיציע, ״די מינוט מאדורא איז ארויס פון אמט זענען דא ארום 40 פאליטיקאנטן וואס דערקלערן זיך אלס פירער״ האט פאמפעאו געזאגט, און דערביי צוגעלייגט אז דאס האלטן אלע פראקציעס אינאיינעם איז א ״טייוולאניש-שווערע מיסיע״. ער האט באשולדיגט די אינערליכע צושפליטערונג אויף דעם וואס מאדורא איז נאך ביי די מאכט.

JP

עקזעקטלי, דער פאמפעאו איז דאך אזוי גערעכט, איין פראבלעם נאר, good luck צו צאמנעמען די "40 פאליטיקאנטן", טאקע וועגן דעם איז מיין מיינונג אז ווילאנג די מיליטער דארט איז מיט מאדורא, מישט זיך נישט אריין.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:44 pm

דער ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלאס מאדורא האט נעכטן געמאלדן אז זיין רעזשים האט באוויזן צו שטערן א פארצווייגטע פלאן אים צו אפרוימען פון וועג און אראפווארפן דעם רעזשים. לויט ווי מאדורא לייגט עס אראפ איז אין די פלאן - וואס איז אויסגעארבעט געווארן מיט הילף פון די סי.איי.עי. - האבן אויפשטענדלער געזאלט איבערנעמען א טורמע וואו עס האלטן זיך אויף פאליטישע ארעסטאנטן און באפרייען א געוועזענער גענעראל וועלכער איז ארעסטירט געווארן צוליב זיין אפאזיציע צו מאדורא און אים דערקלערן אלס פרעזידענט. און גלייכצייטיג דורכפירן אן אטענטאט אויף מאדורא און אנדערע הויכראנגיקע מיליטערישע פירער וועלכע זענען אים געטריי.

דער אפאזיציע פרעזידענט גועידא לייקנט דעם געשיכטע און געזאגט אז מאדורא האט עס פאבריצירט און נוצט עס אלס אויסרייד צו ארעסטירן נאך פאליטישע קעגנער.

JP

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג יוני 30, 2019 1:19 pm

די רוסישע רעגירונג האט געמאלדן אז זי וועט מער נישט פארשטערקערן איר מיליטערישע אנוועזנהייט אין ווענעזועלע, און האט אויך פון דארטן ארויסגענומען א גרופע וואפנס עקספערטן.

די קאמענטארן זענען ארויסגעקומען פרייטאג, געציילטע מינוטן איידער פוטין האט זיך געטראפן מיט טראמפ, וואס דעריבער האט מען שפעקולירט אז די מעלדונג איז געווען צו באפרידיגן טראמפ, וועלכער ברויזט אויף רוסלאנד'ס שטיצע פאר'ן מאדורא רעזשים.

רוסלאנד האט אבער געזאגט אז געסקעדזשועלטע מעינטענענס הילף אויף רוסישע וואפנס וואס דאס מאדורא מיליטער פארמאגט, וועט יא ווייטער גיין.

איד דעילי

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג יולי 26, 2019 12:27 pm

די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן פרישע סאנקציעס אויף צען אינדיווידועלן און דרייצן גרופעס אין ווענעזועלע, אלע וואס זענען נאענט צום ארטיגן דיקטאטור ניקאלעס מאדורא. די סאנקציעס צילן ספעציפיש די אינדיווידועלן און גרופעס וועלכע זענען פארמישט אין א גרויסע קארופציע שטיק אינערהאלב דעם ווענעזועלער רעזשים, אז זיי טוען כלומר'שט צושטעלן ביליגע עסנווארג סופליי פאר'ן פובליק, ווען עכט באקומען זיי פון דער רעגירונג פעטע קאנטראקטס, אין אויסטויש פאר שוחד געלטער פאר'ן דיקטאטור מאדורא זעלבסט
איד דעלי

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:29 am

קוועלער אין ווייסן הויז צייגן, אז פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשטעלט א פארשלאג פאר זיינע נאציאנאלע סעקיוריטי באאמטע, אז אמעריקע זאל אוועקשטעלן נעיווי שיפן לענגאויס די ווענעזועלער בארטנס, און אפעקטיוו אוועקשטעלן אן אמעריקאנער נעווי בלאקאדע, אז קיין שום פראדוקטן זאלן נישט קענען אריין און ארויס פון ווענעזועלע.

די קוועלער זאגן אז טראמפ רעדט שוין דערפון די לעצטע איינס און א האלב יאר, און האט עס נאכאמאל אויפגעברענגט אין די לעצטערע וואכן, אויסדרוקנדיג אויפברויז פארוואס ער האט נאכנישט באוויזן ארויסצוצווינגען ניקאלעס מאדורא פון אמט.

איד דעילי

--------

איך בין סתם נייגעריג, ביי נארט קארעא איז אויך דא אזא בלאקאדע? אויב נישט, מיט וואס איז ווענעזועלע מער פריאריטי ווי נ"ק?

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:43 am

ס'איז סאך גרינגער און נענטער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bissli, אזוי וויל איך, בלינצע, וואס קען שוין זיין, יסוד ארי, נא_שכל, נודניק, עולם האמת, קיסריה, שמייכל תמיד און 114 געסט