בלאט 10 פון 15

ענגלאנד

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 3:19 pm
דורך שלומה
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן צו מסיים זיין אסאך מאל תהלים
רופט יעצט אריין 033.0041.2853
און די סיסטעם וועט אייך געבן 2 קאפיטלעך תהלים על הסדר

ארץ ישראל

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 3:20 pm
דורך שלומה
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן צו מסיים זיין אסאך מאל תהלים
רופט יעצט אריין 02.655.0179
און די סיסטעם וועט אייך געבן 2 קאפיטלעך תהלים על הסדר

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 3:22 pm
דורך יענקל בטלן
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:מען דארף האבן א מקונן איבער די פאקט אז סקלען חסידים האבן געעפענט א טוויטער אקאונט צו אפדעיטן

לכאורה איז די פאקט איינע פון די צוויי
1) אן איינצעלנע סקולענע חסיד האט געעפענט א טוויטער אקאונט
2) א פרעמדע טוויטעריסט האט אצינד געכאפט דעם סקולענע העשטעג, כדי צו באקומען אביסעלע מער אויפמערקזאמקייט און פובליסיטי

;l;p-

ביטע פארקריכט נישט פונעם ענין

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 4:18 pm
דורך וואשינגטאן
תכלית וואס טוט זיך

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 5:40 pm
דורך יידישע קהילות
לימוד הלכות לה"ר ברבים לזכותו של רבינו שליט"א
דא: viewtopic.php?f=5&t=39060
אפדעיטעד הלכה היינט.
כידוע די גרויסע סגולה פון לערנען הלכות לה"ר. השתתפו בהלכה ובקבלה לזכות רפואה שלמה במהרה לרבינו.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 7:29 pm
דורך היסטאריע
קדוש ונורא האט געשריבן:
תהילים סקולען_Page_1.jpg

תהילים סקולען_Page_2.jpg

תהילים סקולען_Page_3.jpg

דער תהלים אליינס ארויפצולייגן איז מסתמא אויך נישט אויסגעהאלטן, אבער מוזט נאך ארויפלייגן מיט'ן שם הוי"ה ארויסגעשריבן?
איך מיין זאלסט עס אראפנעמען לזכות ולרפואת האדמו"ר מסקולען שליט"א.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:04 pm
דורך אנפין נהירין
עס איז דא א אפדעיט 7:30 פון איינע פון די קינדער

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:27 pm
דורך איינפאכער איד
אנפין נהירין האט געשריבן:עס איז דא א אפדעיט 7:30 פון איינע פון די קינדער

צווייטע מעלדונג פון הרה"צ ר' שמואל מרדכי שליט"א

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:43 pm
דורך להגדיל שמו
ווען גייט זיין די נעקסטע מעלדונג?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:46 pm
דורך שרייזשע
וואס איז די מצב?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 8:47 pm
דורך קלאפער
האמיר געזאגט תהלים, געלערנט שמירת הלשון, און געשריבן אויף אייוועלט. איז דא נאך עפעס וואס מ'דארף טון לרפואתו השלימה?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 9:13 pm
דורך איינפאכער איד
קלאפער האט געשריבן:האמיר געזאגט תהלים, געלערנט שמירת הלשון, און געשריבן אויף אייוועלט. איז דא נאך עפעס וואס מ'דארף טון לרפואתו השלימה?

יא! זיין בשמחה לכבוד פורים קטן, ווי דער הייליגער רמ"א זי"ע שרייבט אין סוף פון שו"ע אורח חיים: וטוב לב משתה תמיד

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 10:55 pm
דורך קיקיון
הרה"צ ר' שמוא' מרדכי שליט"א האט איבערגעבען בשם זיינע געשוויסטער אז אזוי ווי די לעצטע צוויי חדשים הטו מען נישט
באצטלט די איינגעשטעלטע פון חסד לאברהם קען דאס זיין א עיכוב לרפואתו פון דעם רבי זז"ג בעטען זיי אז מען זאל
ציהעלפען און געבען וואס מען קען אויפען טעלעפאן 718-972-6390 דערנאך 4

געשריבן: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:13 pm
דורך בעריש'ל
קיקיון האט געשריבן:הרה"צ ר' שמוא' מרדכי שליט"א האט איבערגעבען בשם זיינע געשוויסטער אז אזוי ווי די לעצטע צוויי חדשים הטו מען נישט
באצטלט די איינגעשטעלטע פון חסד לאברהם קען דאס זיין א עיכוב לרפואתו פון דעם רבי זז"ג בעטען זיי אז מען זאל
ציהעלפען און געבען וואס מען קען אויפען טעלעפאן 718-972-6390 דערנאך 4

יעצט געגעבן $36 לרפואת מרן רבי ישראל אברהם בן שיינא רחל.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 12:11 am
דורך שיך פון גאלד
קיקיון האט געשריבן:הרה"צ ר' שמוא' מרדכי שליט"א האט איבערגעבען בשם זיינע געשוויסטער אז אזוי ווי די לעצטע צוויי חדשים הטו מען נישט
באצטלט די איינגעשטעלטע פון חסד לאברהם קען דאס זיין א עיכוב לרפואתו פון דעם רבי זז"ג בעטען זיי אז מען זאל
ציהעלפען און געבען וואס מען קען אויפען טעלעפאן 718-972-6390 דערנאך 4

האמיר זיך משתתף געווען לזכותו ולרפואתו.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 12:49 am
דורך פארטראכטער
געשיקטער האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן: לכאורה איז די פאקט איינע פון די צוויי
1) אן איינצעלנע סקולענע חסיד האט געעפענט א טוויטער אקאונט
2) א פרעמדע טוויטעריסט האט אצינד געכאפט דעם סקולענע העשטעג, כדי צו באקומען אביסעלע מער אויפמערקזאמקייט און פובליסיטי

זיך אויס אן אדנדערע טיטעל פאר אים

און ווען א סקולענע חסיד שרייבט אויפן אינטערנעט, שלא לצורך פרנסה, וועלכע טיטל קומט זיך אים?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:24 am
דורך קדוש ונורא
היסטאריע האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:
תהילים סקולען_Page_1.jpg

תהילים סקולען_Page_2.jpg

תהילים סקולען_Page_3.jpg

דער תהלים אליינס ארויפצולייגן איז מסתמא אויך נישט אויסגעהאלטן, אבער מוזט נאך ארויפלייגן מיט'ן שם הוי"ה ארויסגעשריבן?
איך מיין זאלסט עס אראפנעמען לזכות ולרפואת האדמו"ר מסקולען שליט"א.

יישר כח פארן מעורר זיין
בעט איך טאקע די מנהלים אויב זיי קענען עס אראפנעמען
אדער אפשר מיך ארויסהעלפען וויאזוי מען נעמט עס אראפ

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 3:14 am
דורך גיי

מ'מעג? ס'האט שם הוה"י

דארפסט פארעכטן די תגובה, מקען עס מאכן דורך די פערדע אפשען וואס אלע תגובות האבן נישט
און לייג אריין א פינטעל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 6:14 am
דורך די נקודה
גיי האט געשריבן:

דיזשיטל הייסט נישט געשריבן הן לגבי חול המועד און הן לגבי מעקן שם הוי״ה - גענוי ווי מ׳מאכט צו די פייל אדער ווען מ׳מישט צום נעקסטן פעידזש - ווייל בעצם שטייט גארנישט אויפן סקרין ס׳ווייזט זיך נאר מכח ס׳ליגט בשורש ערגעץ אין די מאטערבארד פון קאמפיוטער. (אזוי אויך ביים ריפלעיסן א PDF אדער אויסמעקן א אימעיל אדער USB וואס האט א פייל מיט שם הוי״ה דערינען).

די שאלה איז שוין יארן צוריק אנגעפרעגט געווארן צו מ׳מעג מאכן סוירטש ריפלעיס אין א אפענע פייל ס׳זאל נישט האבן דעם שם הוי״ה ביים ארויספרינטן אז ס׳הייסט נישט מחיקת השם.

יודעי ספר ווערן געבעטן צוצושטעלן די ריכטיגע מראה מקומות דערפאר, כ׳האב עס שוין געזעהן אמאל, אבער דאס איז לכאורה וויכטיג אז די תהילים מיטן שם הוי״ה המפורש זאל ווערן מסודר וואס פריער מחמת מענטשן עפענען דעם פעידזש נישט תמיד אויף ריינע ערטער ואתי לידי בזיון ח״ו.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 8:03 am
דורך יענקל בטלן
איינער וויסט וואס דער מצב ביים רעבין איז יעצט?
ווי אזוי איז דער נאכט אריבער דארט אין שפיטאל?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 2:12 pm
דורך גיי
די נקודה האט געשריבן:
גיי האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
קדוש ונורא האט געשריבן:
תהילים סקולען_Page_1.jpg

תהילים סקולען_Page_2.jpg

תהילים סקולען_Page_3.jpg

דער תהלים אליינס ארויפצולייגן איז מסתמא אויך נישט אויסגעהאלטן, אבער מוזט נאך ארויפלייגן מיט'ן שם הוי"ה ארויסגעשריבן?
איך מיין זאלסט עס אראפנעמען לזכות ולרפואת האדמו"ר מסקולען שליט"א.

יישר כח פארן מעורר זיין
בעט איך טאקע די מנהלים אויב זיי קענען עס אראפנעמען
אדער אפשר מיך ארויסהעלפען וויאזוי מען נעמט עס אראפ

מ'מעג? ס'האט שם הוה"י

דארפסט פארעכטן די תגובה, מקען עס מאכן דורך די פערדע אפשען וואס אלע תגובות האבן נישט
און לייג אריין א פינטעל

דיזשיטל הייסט נישט געשריבן הן לגבי חול המועד און הן לגבי מעקן שם הוי״ה - גענוי ווי מ׳מאכט צו די פייל אדער ווען מ׳מישט צום נעקסטן פעידזש - ווייל בעצם שטייט גארנישט אויפן סקרין ס׳ווייזט זיך נאר מכח ס׳ליגט בשורש ערגעץ אין די מאטערבארד פון קאמפיוטער. (אזוי אויך ביים ריפלעיסן א PDF אדער אויסמעקן א אימעיל אדער USB וואס האט א פייל מיט שם הוי״ה דערינען).

די שאלה איז שוין יארן צוריק אנגעפרעגט געווארן צו מ׳מעג מאכן סוירטש ריפלעיס אין א אפענע פייל ס׳זאל נישט האבן דעם שם הוי״ה ביים ארויספרינטן אז ס׳הייסט נישט מחיקת השם.

יודעי ספר ווערן געבעטן צוצושטעלן די ריכטיגע מראה מקומות דערפאר, כ׳האב עס שוין געזעהן אמאל, אבער דאס איז לכאורה וויכטיג אז די תהילים מיטן שם הוי״ה המפורש זאל ווערן מסודר וואס פריער מחמת מענטשן עפענען דעם פעידזש נישט תמיד אויף ריינע ערטער ואתי לידי בזיון ח״ו.

שכח

און א עקסטערע שכח פאר די מנהלים פארן עס מסדר זיין

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 2:25 pm
דורך מחאה
12:00 זאגן זיי אז ב"ה די מצב איז סטעיב"ל, אבער פארשטייט זיך אז מען דארף מתפלל זיין אז די מצב זאל ווערן בעסער און בעסער ביז מיר וועלן זוכה זיין בקרוב ממש אז די רבי זאל אהיימקומען און משפיע זיין קדושה וטהרה ישועות ורפואות פאר גאנץ כלל ישראל.
הרה"צ רבי שמואל מרדכי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז היות די רבי איז אזוי שוואך פון די אינפעקשא"ן ממילא שלאפט ער, און דערפאר דארף מען אים האלטן אויפן רעספירעטא"ר און בעז"ה ווען די רבי וועט זיך אויפוועקן וועט מען אים בעז"ה קענען אראפנעמען. אע"כ דארף מען מתפלל זיין אז די רבי זאל זיך שוין אויפוועקן און מען זאל שוין טאקע אראפנעמען בקרוב, און מען זאל שוין זוכה זיין צום ישועה אז דער צדיק זאל ווייטער קענען אנגיין מיט זיין עבודת הקודש געזונטערהייט, און ער זאל אונז שוין פירן קעגן משיח צדקינו בקרוב ממש.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:02 pm
דורך אבן יקרה
וואס הערט מען עפעס נייעס?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 1:02 pm
דורך איינפאכער איד
פרישע שמועס פון ר' שמואל מרדכי נעכטן מאנטאג 7:30 אווענט

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 3:31 pm
דורך אהער און אהין
"די אויגן פון כלל ישראל זענען געוואנדן צום הארץ פון כלל ישראל, אין באלטימאר".
וואס איז די מצב ביים רבין?