נייעס און נאטיצן פון לענדער ארום די וועלט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:11 am

די נייעס קימט אין די זעלבע וואך וואס עס איז געווען באריכטעט אז סאודיע אראביע האט ארויס געשטויסען זייער פריעדיגע ענערגיע סעקרעטאר, און אריין געלייגט זיין ברידער אויף די פאזישאן, נאך דעם וואס די פרייז פון אויך האט דראסטיש געפאלן... קען זיין א צופאל?!
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:26 pm

עקספערטן זאגן אז אמעריקע וועט נישט אפעקטירט ווערן פונעם סאודיער אויל פראדוקציע שניט, ווייל אמעריקע פראדוצירט שוין היינט אליינס גענוג אויל.

איד דעילי

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:29 pm

היינט האט זיך געעפנט א סופער-מעכטיגע ברענד ניו עירפארט אין בעיזשינג טשיינע, וועלכע איז יעצט די גרעסטע אין די וועלט.

main_1500.jpg
main_1500.jpg (367.77 KiB) געזעהן 2395 מאל



אויב וועל איך האבן צייט וועט מען אריינקומען מיט א דיטעילט באריכט בלי"נ
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:36 pm

וואאף דאס קוקט אויס מאסיוו, נוסח טשיינע
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 11:39 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:היינט האט זיך געעפנט א סופער-מעכטיגע ברענד ניו עירפארט אין בעיזשינג טשיינע, וועלכע איז יעצט די גרעסטע אין די וועלט.

main_1500.jpg



אויב וועל איך האבן צייט וועט מען אריינקומען מיט א דיטעילט באריכט בלי"נ

מיר קוקן ארויס אויפן באריכט.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:09 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:היינט האט זיך געעפנט א סופער-מעכטיגע ברענד ניו עירפארט אין בעיזשינג טשיינע, וועלכע איז יעצט די גרעסטע אין די וועלט.

main_1500.jpg



אויב וועל איך האבן צייט וועט מען אריינקומען מיט א דיטעילט באריכט בלי"נ

מיר קוקן ארויס אויפן באריכט.

גא''מ
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:14 pm

די כינעזער, וועלכע זענען נישט קיין נייע צו רעקארד ברעיקינג, ספעציעל אין אינפארסטרוקטור, פארמאגנדיג די גרעסטע דאמבע, די לענגסטע בריק, און די פארצווייגסטע/לענגסטע היי-ספיד רעילוועיס נעטווארק, זענען געגאנגען נאך א טריט מיטן פארענדיגן איינע פון די גרעסטע עירפארטס וואס מען האט נאר אמאל אהערגעשטעלט.

אלס די צווייט גרעסטע עקאנאמיע אין די וועלט, איז די פארלאנג פאר עיר-טרעוול אריין און ארויס פון טשיינע עקסטרעם גרויס און האט דערגרייכט אין 2018 צו 650 מיליאן רייזעס, א גרויס חלק פון די פרעשור פאלט אויף בעיזשינג, אלס די פאליטישע הויפטשטאט און אלס די צווייט גרעסטע שטאט אין לאנד, האט עס נישט געקענט דערהייבן די מאסיווע פארלאנג.

אין 2008 איז צום ערשטן מאל געווארן פארגעשלאגן פלענער פאר א צווייטע אינטערנעשינעל עירפארט, כאטש וואס אין די זעלבע צייט איז די עקזיסטירנדע "בעיזשינג קעפיטעל אינטערנעשינעל" עירפארט אריבער א 3.5 ביליאן דאלער אויסברייטערונג אין פארגרייטונג צו די זומער אלימפיקס, און האט שוין געקענט פארנעמען 83 מיליאן פאסאנדזשירן א יאר, האבן אבער עקספערטן געשאצט אז ביז א פאר יאר וועט עס שוין זיין אויסגעוואקסן, וכך הוה, אין 2012 איז די עירפארט שוין געווען אנגעפילט, און אין 2016 זענען שוין דארט אריבער ארום 100 מיליאן פאסאנדזשירן א יאר.

די ערשטע פלענער פאר די "בעיזשינג דעשינג אינטערנעשינעל" האט געלויטעט אז עס וועט אינגאנצן ריפלעיסן די אלטע עירפארט, און וועט פארנעמען 200 מיליאן פאסאנדזשירן א יאר, און פארמאגן 9 ראנוועיס, אבער אין 2014 האט מען באשלאסן מען וועט אויפהאלטן ביידע צוזאמען און דערפאר האט מען רעדוצירט די פלענער פאר די נייע עיפארט.

די "דעשינג" איז צום ערשט געבויעט געווארן מיט 4 ראנוועיס און קען פארנעמען 72 מיליאן פאסאנדזשירן א יאר, אבער וועט ווערן פארברייטערט ביז 7 ראנוועיס און 100 מיליאן פאסאנדזשירן.

די איינציגע טערמינעל געביידע איז געווארן געבויעט אויף א שטערן מוסטער מיט זעקס שפיצן, איין שפיץ דינט די אדמיניסטראציע און די אנדערע פינף שטעלן אהער 72 דעפארטשער געיטס, אזוי אז ווען דער פאסאדזשיר גייט דורך סעקיוריטי אין הארץ פון די געביידע איז ער אלס א מאקסימום פון אכט מינוט שפאציר צו זיין געיט.

אינטער די געביידע איז געבויעט געווארן א קאמפליצירטע טראנספארט סיסטעם וואס פארבינד די עירפארט מיט די סיטי'ס טראנזיט סיסטעם און אן עקסטערע ליניע צו די "קעפיטאל" עירפארט, און צו די לאנד'ס מעין היי ספיד רעילוועי נעטווארק.

כדי די געביידע זאל זיך האלטן פעסט טראץ די היי ספיד ליניעס וואס לויפן 150 מפש דערונטער און גיבן ארויס א שטארקע ווייברעישאן, איז עס געבויעט געווארן מיט ספעציעלע אינטערהאלטונג וואס ערמעגליכט עס דורכצומאכן אן 8.0 ערדציטערניש אויף די ריכטער וואג.

די פאסאנדזשירן וועלן מער ווייניגער ווערן באהאנדלט עלעקטאראניש, דורך AI און פעישל רעקאגנישן, ווי אויך אויטאמאטישע טשעק-אין און בעגעדזש טרעקינג, אן איזרעילישן AI סאפטוועיר מאנעטערינג סיסטעם וועט באשיצן די פליגער פון פויגלען און ציווילע דראונס.

אביסל סטאטיטיסטיקס אויף די סטעיט אוו די ארט געביידע זעלבסט, איינס פון די גרעסטע סטרוקטורן וואס די מענטשהייט האט נאר אמאל געבויעט:
עס נעמט אויף א שטרעקע פון איבער צען מיליאן סקווער פיס.
פארניצט 15 מיליאו קיוביק פוס קאנקריט, און 52 טויזנט טאן שטאל.
די גיגאנטישע דאך איז געבויעט מיט ספעציעלע טעכנאלאגיע קעגן רעגן און ספעציעל שיין פאר בילדער.
געבויעט מיט גאר פארגעשריטענע "גרינע" ענוויראמענטעל פריינדליכע טעכנאלאגיע.

פארשטייט זיך אז עס וועט אפערן גאר לוקסריעזע איינריכטונגען, ווי האטעלס און אפילו קינדער היימען און פעט האטעלס, אחוץ די געווענליכע ריטעיל און רעסטוראנטס.



עס איז ערווארטעט אז די עירפארט וועט אריינברענגען 125 ביליאן דאלער צו די ראיאן, ווי אויך 600 טויזענט דזשאבס.


מה יקר?

12 ביליאן דאלער, און האט גענומען אונטער 5 יאר צו בויען.


05_ZHA_Beijing_Daxing_Int_Airport_®Hufton_Crow.jpg
05_ZHA_Beijing_Daxing_Int_Airport_®Hufton_Crow.jpg (257.01 KiB) געזעהן 2207 מאל
04_ZHA_Beijing_Daxing_Int_Airport_®Hufton_Crow.jpg
04_ZHA_Beijing_Daxing_Int_Airport_®Hufton_Crow.jpg (147.41 KiB) געזעהן 2207 מאל
01_ZHA_Beijing_Daxing_Int_Airport_®Hufton_Crow.jpg
01_ZHA_Beijing_Daxing_Int_Airport_®Hufton_Crow.jpg (110.89 KiB) געזעהן 2207 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:16 pm

28_ZHA_Beijing_Daxing_Int_Airport_®Hufton_Crow.jpg
28_ZHA_Beijing_Daxing_Int_Airport_®Hufton_Crow.jpg (133.16 KiB) געזעהן 2198 מאל
19_ZHA_Beijing_Daxing_Int_Airport_®Hufton_Crow.jpg
19_ZHA_Beijing_Daxing_Int_Airport_®Hufton_Crow.jpg (254.37 KiB) געזעהן 2198 מאל
1280px-Central_atrium_of_ZBAD_(20190823145816).jpg
1280px-Central_atrium_of_ZBAD_(20190823145816).jpg (336.73 KiB) געזעהן 2198 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:17 pm

1920px-Beijing_New_Airport.jpg
1920px-Beijing_New_Airport.jpg (430.1 KiB) געזעהן 2198 מאל
1280px-Concourse_E_of_Beijing_Daxing_International_Airport_(20190823145347).jpg
1280px-Concourse_E_of_Beijing_Daxing_International_Airport_(20190823145347).jpg (365.07 KiB) געזעהן 2198 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:24 pm

WOW דעטס גייגענטיק!

אוועטאר
טראמפ20
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 3:49 pm
לאקאציע: אין די מעכטיגע גרויסע ווייסע הויז

תגובהדורך טראמפ20 » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:32 pm

ישר כח הערליכע באשרייבונג
די איינציגסטע סיבה צו וואטען פאר א דעמאקראט איז צוליב איר זענט אפגעמיטשעט פון געווינען (טראמפ)

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:41 pm

שכח פון אינדערהיים! זייער שיין!
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2628
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:15 pm

דער געוועזענער פראנצויזישע פרעזידענט דזשאק שיראק איז היינט געשטארבן אין עלטער פון 87 יאהר

געוועהן דער פרעזידענט 12 יאהר, צווישן '1995-2007 למניינם.
בעפאר דעם איז ער גוועהן דער פריים מיניסטער.
באקאנט געוועהן אלס פרו פאלאסטינער.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:17 pm

יישר כוח פאר די אינפאמאטיווע באריכט.

יעצט שטעלט זיך די מרפסין איגרא'דיגע קשיא! ווי איז אמעריקע?

ס'זעהט נישט אויס ווי אזוינס איז בכלל במציאות צו ארויפקומען אינעם אמעריקאנעם ביוראקראטישן לאנד.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 11:34 am

צוואנציג איראקער זענען געשטארבן און אמווייניגסטנס 400 זענען פארוואונדעט געווארן, אלס רעזולטאט פון מאסיווע פראטעסטן וואס קומען פאר אין די גאסן פון באגדאד און אנדערע איראקער שטעט.

די פראטעסטן זענען די גרעסטע זינט יאר 16' און קומט אלס רעזולטאט פון דזשאבלאזיגקייט, ארימקייט און רעגירונג קארופציע. די פראטעסטירער פארלאנגען בעיקר אז דער פרעמיער מיניסטער אדעל אבדול מאכדי זאל אפטרעטן.

איד דעילי

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוקטובער 06, 2019 1:17 pm

א רוסישע זשורנאליסטקע איז ארעסטירט געווארן אינעם איראנער הויפטשטאט טעהראן, און ווערט געהאלטן אונטער ארעסט אויף באשולדיגונגען אז זי איז א שפיאן פאר מדינת ישראל.

די זשורנאליסט יוליא יאזיק איז געפלויגן קיין טעהראן פאריגן זונטאג און איראנער אויטאריטעטן האבן פארכאפט איר פאספארט און איר ארעסטירט ביים אנקומען צו איר האטעל צימער פאריגן מיטוואך.

די רוסישע רעגירונג האט גערופן דעם איראנער אמבאסאדאר פאר אן ערקלערונג.

איד דעילי

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 10:41 pm

באקסער בוים האט געשריבן:שכח פון אינדערהיים! זייער שיין!

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוקטובער 09, 2019 8:01 pm

אין דייטשלאנד איז היינט - מיטוואך, יוה"ק - פארגעקומען א אנטי-סעמיטישע טעראר אטאקע.

די אטאקע האט פאסירט אינעם שטאט האלל"ע, וואס געפינט זיך אומגעפער 105 מייל (170 ק"מ) צו דרום/דרום-מערב פון בערלין, ווען א 27 יעריגע פארשוין האט זיך אנגערוקט צום געגענט פון די ארטיגע אידישע שוהל אומגעפער 12'ער מיטאג, אנגעטוען מיט די באקאנטע גרינע מיליטערישע קליידונג און באוואפענט מיט גאר מאכטפולע געווער. דער פארשוין האט צוערשט געווארפן גראנאטן פרובירענדיג צו שיסן אויף די טירן פונעם שוהל ווי אויך האט ער געפראוווט שיסן מיט זיין אסאול"ט רייפע"ל, וואס די פארזאמעלטע אינעווייניג (70-80 מיטגלידער) האבן געקענט מיטהאלטן אויפן סעקיוריטי קאמערע. ווען דאס איז נישט געלונגען, האט ער זיך אויסגעדרייט צום גאס און דערשאסן און אומגעברענגט אן אומשולדיג דורכגייער, ווי אויך איז ער אריין אין א דערנעבענדיגע רעסטוראנ"ט וואו ער האט דערשאסן איינעם און פארוואונדעט נאך עטליכע אנדערע.
דערנאך האט ער זיך ווידער אמאל צוריק געקערט צום שוהל און נאכאמאל דורכגעפאלן מיטן פראווו זיך איינצוברעכן. ער איז דאן אנטרינען געווארן פונעם געגענט, וואו אויפן וועג האט ער נאך געהיידזשעק"ט א קאר און געצווינגען א מעקאני"ק זאל אים צושטעלן א צווייטן קאר. עווענטועל האט אים די פאליציי פארכאפט אין א דערפל ארום 8.5 מייל פונעם ארט וואו די אטאקע איז פארגעקומען.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מיטוואך אוקטובער 09, 2019 8:18 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין דייטשלאנד איז היינט - מיטוואך, יוה"ק - פארגעקומען א אנטי-סעמיטישע טעראר אטאקע.

די אטאקע האט פאסירט אינעם שטאט האלל"ע, וואס געפינט זיך אומגעפער 105 מייל (170 ק"מ) צו דרום/דרום-מערב פון בערלין, ווען א 27 יעריגע פארשוין האט זיך אנגערוקט צום געגענט פון די ארטיגע אידישע שוהל אומגעפער 12'ער מיטאג, אנגעטוען מיט די באקאנטע גרינע מיליטערישע קליידונג און באוואפענט מיט גאר מאכטפולע געווער. דער פארשוין האט צוערשט געווארפן גראנאטן פרובירענדיג צו שיסן אויף די טירן פונעם שוהל ווי אויך האט ער געפראוווט שיסן מיט זיין אסאול"ט רייפע"ל, וואס די פארזאמעלטע אינעווייניג (70-80 מיטגלידער) האבן געקענט מיטהאלטן אויפן סעקיוריטי קאמערע. ווען דאס איז נישט געלונגען, האט ער זיך אויסגעדרייט צום גאס און דערשאסן און אומגעברענגט אן אומשולדיג דורכגייער, ווי אויך איז ער אריין אין א דערנעבענדיגע רעסטוראנ"ט וואו ער האט דערשאסן איינעם און פארוואונדעט נאך עטליכע אנדערע.
דערנאך האט ער זיך ווידער אמאל צוריק געקערט צום שוהל און נאכאמאל דורכגעפאלן מיטן פראווו זיך איינצוברעכן. ער איז דאן אנטרינען געווארן פונעם געגענט, וואו אויפן וועג האט ער נאך געהיידזשעק"ט א קאר און געצווינגען א מעקאני"ק זאל אים צושטעלן א צווייטן קאר. עווענטועל האט אים די פאליציי פארכאפט אין א דערפל ארום 8.5 מייל פונעם ארט וואו די אטאקע איז פארגעקומען.


ב"ה נישט געווען קיין יודישע געשעדיגטע
ווען איר ליינט מיין תגובות בנוגע מדינת ישראל זאל איר וויסען איך בין מוחה אויף די התגרות באומות

אלעקסיי דער דריטער
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 6:46 pm

אין די שפאנישע ראיאן "קאטאלאניע" קומט פאר גרויסע מהפיכות די לעצטע צוויי טעג.

די "קאטאלאניע" ראיאן איינוואוינער טענה'ן שוין יארן לאנג אז זיי ווערן באקריוודעט מיטן דארפן שיקן געלטער פאר די ארימערע ראיאנען אין שפאניע, אזוי ארום אז די אנדערע ראיאנען לעבן זיך א חיים טובים אויף די קאטאלאניע'ער חשבון, דעריבער ווילן זיי זיך אפטיילן פון שפאניע, אדער לכה"פ געניסן פון נאך מער אטאנאמיע. אין יארע 2017 האבן די נאציאנאליסטישע פירער פון די קאטאלאניע ראיאן פאררופן אן אפשטימונג, וואס די שפאנישע רעגירונג האט דערקלערט אלס אומלעגאל, צווישן די איינוואוינער אינעם ראיאן איבער די פראגע צו "קאטאלאניע" זאל זיך אפררייסן פון שפאניע איינמאל פאר אלעמאל און זיך דערקלערן א זעלבסט-שטענדיגע לאנד. בלויז 40-45% פון די רעגיסטרירטע וויילער אינעם ראיאן זענען ארויסגעקומען אפגעבן זייער שטימע, צוליב וואס די וואס שטיצן דאס פארבלייבן א טייל פון שפאניע האבן באיקאטירט דעם אפשטימונג, אבער פון די וואס האבן אפגעגעבן זייער שטימע איז געווען אן איבערוויגענדע מערהייט, 85-90%, וואס האבן געשטימט זיך אפצורייסן.

די שפאנישע רעגירונג האט רעאגירט מיטן אנולירן די ראיאנאלע רעכטן פון קאטאלניע, איינשטעלן "עמערזשענסי רול" - וואס ערלויבט די צענטראלע רעגירונג אין מאדריד צו קאנטראלירן די ראיאן - און ארעסטירן א טייל פון די אנפירער פון די זעלבסט-שטענדיגקייט באוועגונג, געוויסע אנדערע, אלס זארג אויס אז מען זוכט זיי צו ארעסטירן, זענען זיי אנטלאפן קיין בעלגיע ווי זיי געפונען זיך נאך עד היום. מאנטאג - יום א' דיו"ט - האט די שפאנישע סופרים-קארט פאראורטיילט ניין פון די אנפירער פון די באוועגונג צו צוישן ניין (9) ביז דרייצן (13) יאר אין טורמע, ווי אויך האט די געריכט ארויסגעגעבן א געלט שטראף אויף נאך דריי פאליטיקאנטן. אין רעאקציע צום אורטייל, זענען טויזענטער ארויסגעקומען אין די גאסן פראטעסטירן און ראיאטירן אויף א גאר ווילדע און צולאזטע וועג. די בארצעלאנא עירפארט - וואס געפונט זיך אינעם ראיאן - האט, איבער די לעצטע צוויי טעג, אפגערופן אזויפיל ווי הונדערט-פופציג (150) פלי רייזעס.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:18 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:יישר כוח פאר די אינפאמאטיווע באריכט.

יעצט שטעלט זיך די מרפסין איגרא'דיגע קשיא! ווי איז אמעריקע?

ס'זעהט נישט אויס ווי אזוינס איז בכלל במציאות צו ארויפקומען אינעם אמעריקאנעם ביוראקראטישן לאנד.

בכלל איז אינפעסטראקטער אין אמעריקע שוואך
די תירוץ האט מער איינער געזאגט אמאל אז דעי אלע ריזיגע פראיעקטן קענן און קאסטן לעיבנס
במילא און טשיינע אדער און רוסלאנד ווי מענטשליכע לעיבנס טראגן א קלענערע געוויכט און די רעגירונג רעכנטזיך נישט מיט דעים קענן מען למשל אויסהאקן משונהדיגע טאלן אבי צי מאכן א גיטע באן איי סקאסט אפאר הינדערט לעיבנס שוין
אבער אין אמעריקע אויב אין א קאנסטראקשן זאון שטארבט איין מענטש נא נא סוועט זיך פארשפארן די גאנצע ארבעט ווילאנג די אויספורשונג ענדיגט זיך נישט וויאזוי עס האט פאסירט
כמיין סאיז א שיינע תירוץ [סאיז מיר אויך אלאמעל שווער געוועין]

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 5:56 pm

נאך א סיבה איז ווייל און דעמאקראטישע לענדער איז דא אזא ז זאך ווי קעגענערשאפט. דאס הייסט אז פאליטישאנס אדער אפילו קאמיוניטיס קענען שטערן אזא מעגא פראיעקט. געט א קוק למשל און לאנדאן היטרא עירפארט ווילן זיי שוין יארן צילייגן נאך א ראן וועי איר עס ווערט געשטערט דארוך די דארטיגע ענווייראמענטיליסטן (גראדע מיין אז עס גייט ווייטער די ראן וועי פראיעקט)

מב שאין כן ביי די קאמיניסטן. נישט קיין קעגענערשאפט. נישט קיין ענוויראמענטל רולס. שוואכע בילדינג קאוד
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 10:25 am

הלוואי וואלטן די אלע תירוצים געווען דער גאנצער אמת. ליידער איז אבער דער פאקט אז די אמעריקאנע רעגירונג איז שוין נישט די ערשטע אין די וועלט אין כמעט קיין איין זאך. דאס קומט נאך יארן ביוראקראטיע און וואשינגטאן קולטור וואס ווערט אלץ ערגער, און קלוגע קאמפעטענטע מענטשן זוכן זיך בעסערע קאריערעס ווי פאליטיק.

שוין לאנג נישט געווען אין אמעריקע קיין פרעזידענט מיט א ברייטע און דרייסטע וויזיע, וואס האט ארויס די לעצטע טרענדס און די אימפאקטן פון די נייע טעכנאלאגיעס און טוט צום זאך. (דער לעצטער קאנדידאט פאר דעם טיטל איז קענעדי, און אויף דעם קען מען זיך אויך דינגען). באין חזון יפרע עם.
און עס איז נישט נאר דער פרעזידענט, נאר די גאנצע מאשין פון אונטן ביז ארויף איז פארזשאווערט און דורכגעפוילט.
טאמעס דזשעפערסאן וואלט געזאגט אז יעצט איז די צייט צוריקצוברענגען the spirit of 1776.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

הארירי רעזיגנירט

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:27 pm

דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער, סאאד הארירי, האט געמאלדן נעכטן אז ער וועט רעזיגנירן.

דאס קומט נאכדעם וואס דאס לאנד ווערט שוין געפלאגט פון צוויי וואכן נאכאנאנדיגע פראטעסטן קעגן די פאליטישע עסטאבלישמענט.

די פראטעסטירער האבן געהאט הארירי'ס רעזיגנאציע אלס איינס פון זייערע הויפט פארלאנגען, און דער פאקט אז ער האט טאקע רעזיגנירט, גייט קעגן דעם וואונטש פון דער כיזבאלא באוועגונג אין לבנון, וועלכע האט געווארנט הארירי קעגן רעזיגנירן.

----------------

ס'איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז הארירי האט שוין געהאט רעזיגנירט אין יאר 17', נאר האט צוריקגעצויגן עטליכע טעג שפעטער.

איד דעילי

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:16 pm

זעהט אויס טאקע אז עס גייט זיך נאכאמאל איבערשפילן די 17' שפיל...

סאאד הארירי האט געלאזט הערן פאר די רעגירונג אין לבנון, אז ער איז גרייט זיך צוריקצוקערן צום אמט אלס פרעמיער מיניסטער, אבער נאר אויב מען וועט ארייננעמען ביזנעס פארשטייער אין דער רעגירונג און זאפארט אימפלעמענטירן פלענער צו העלפן אפשטעלן דעם עקאנאמישן צוזאמפאל אין לאנד.

זיין רעזיגנאציע האט געברענגט א זארג אז די רעגירונג וועט אינגאנצן צוזאמפאלן, צוליב וואס ס'איז נישט עכט קיין ערזעצער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Lion, אלעזר וויינפעלד, בלי לחץ, יעך'בין שוין גרויס, מטעמים און 46 געסט