גאווערנאר פארמעסטן 2019 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 1:40 pm

אין 2015 למספרם איז די טאטאל ערלי וואוטינג געווען 270144

דעמאקראטן 141437 רעפובליקאנער 92937
אפריקאנע אמעריקאנע 80216 ווייסע 183578

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 10:31 am

מען זעצט פאר נאכצופאלגן די ערלי וואוטינג ציפערן אין די ליוזיאנא גאווערנאר פארמעסט אין וועלכע ביזנעסמאן עדי ריספאן זוכט ארויסצושטויסן דעם ערשט טערמיניגן דעמאקראטישן גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס
די וואלן וועלן פארקומען אום נאוועמבער 16 למספרם און מען קען שטימען פרי ביז דעם ניינטן למספרם
דערווייל האבן שוין 353061 מענטשן אפגעגעבן זייער שטימע
פון וועלכע 162249 זענען געווען דעמאקראטן און 138317 רעפובליקאנער און אנדערע פארטייען 52495
אפריקאנע אמעריקאנע 104228 ווייסע 239139

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 08, 2019 4:04 pm

די חילוק צווישן רעפאבליקאנער מיט אפריקאנער אמעריקאנער קעגן 4 יאר צוריק מאכט מיר טראכטן אז עדווארדס איז אויף צרות.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 1:19 pm

קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:פארשטיי איך נישט פונקטליך די חשבון @צל, אבער נישט געפערליך...

מ'וועט אביסל עלטער ווערן...


צוויי זאכן..

1) לויט די שיפט פון די ערלי וואויט קעגן די פריימערי, געווינט לכאורה עדווארדס, וועלכער האט געהאט 46.6% ביי די פריימערי.

2) אין 2015 האט ער געווינען מיט מער ווי 12 פראצענט, סוי ער מעג זיין היפש שוואכער ווי דעמאלטס.

וואס וועט זיין? דאס וועט מען וויסן מוצאי שבת קודש.

דו קומסט נישט אריין גענוג קלאר איבער די שווארצע ווס רעפובליקאנער יסוד אבער מסתמא ווייסטו וואס דו רעדסט

וואס איך פארשטיי זיכער נישט איז וויאזוי גלייכט מען צו ערלי וואוטינג ווס פריימערי? דו רעדסט פון ערלי פריימערי?


אין לוזיענע איז קודם דא א דזשאנגל פריימערי ווי יעדער לויפט, אויב איינער ציט אן 50%, געווינט ער, און אויב נישט, איז דא א ראנאף עלעקשן. @הכל הבל האט עס באריכטעט בשעתו.

אודאי רעדט מען ערלי וואויטינג אין די פריימערי ווס ערלי וואויטינג אין די ראנאף.

די שווארצע ווס רעפאבליקאנער איז די מעשה אזוי, סתם אזוי, למשל אין וויסקאונסין, וואלט מען פשוט גערעכנט דעמאקראטן ווס רעפאבליקאנער, אבער אין לוזיענע גייט עס נישט אזוי, דארט איז דא מער דעמאקראטן ווי רעפאבליקאנער, אבער די ווייסע דעמאקראטן זענען צו רעכטס פון וואס אינדעפענדענטס זענען ערגעץ אנדערש, אזא שטארקער קאנדידאט ווי עדווארדס, וועלכער קען געווינען אזא רויטע סטעיט, געווינט אויך סך הכל די ווייסע דעמאקראטן מיט קרוב צו 20 פוינטס, און די אינדעפענדענטס דארט זענען אזוי רויט, אז אזא עדווארדס פארלירט זיי מיט איבער 15 פראצענט, סוי קען מען נישט רעכענען דעמאקראטן ווס רעפאבליקאנער, נאר מען דארף רעכענען ביידע רעלייעבל פארטייאישע גרופעס, רעפאבליקאנער ווס שווארצע. און די איבעריגע איז זייער טוירנאוט נישט אזוי ווייט רעלעוואנט, ווייל זיי שטימען בערך 50 50.

אויב עס איז אומקלאר, ביטע זאג מיר וועלכע חלק.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:29 pm

מעיסאן דיקסאן (נאוועמבער 5-7) האט עדווארדס צוויי פונקטן פאראויס פון ריספאן, 48 צו 46.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:46 pm

צל עובר האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:פארשטיי איך נישט פונקטליך די חשבון @צל, אבער נישט געפערליך...

מ'וועט אביסל עלטער ווערן...


צוויי זאכן..

1) לויט די שיפט פון די ערלי וואויט קעגן די פריימערי, געווינט לכאורה עדווארדס, וועלכער האט געהאט 46.6% ביי די פריימערי.

2) אין 2015 האט ער געווינען מיט מער ווי 12 פראצענט, סוי ער מעג זיין היפש שוואכער ווי דעמאלטס.

וואס וועט זיין? דאס וועט מען וויסן מוצאי שבת קודש.

דו קומסט נישט אריין גענוג קלאר איבער די שווארצע ווס רעפובליקאנער יסוד אבער מסתמא ווייסטו וואס דו רעדסט

וואס איך פארשטיי זיכער נישט איז וויאזוי גלייכט מען צו ערלי וואוטינג ווס פריימערי? דו רעדסט פון ערלי פריימערי?


אין לוזיענע איז קודם דא א דזשאנגל פריימערי ווי יעדער לויפט, אויב איינער ציט אן 50%, געווינט ער, און אויב נישט, איז דא א ראנאף עלעקשן. @הכל הבל האט עס באריכטעט בשעתו.

אודאי רעדט מען ערלי וואויטינג אין די פריימערי ווס ערלי וואויטינג אין די ראנאף.

די שווארצע ווס רעפאבליקאנער איז די מעשה אזוי, סתם אזוי, למשל אין וויסקאונסין, וואלט מען פשוט גערעכנט דעמאקראטן ווס רעפאבליקאנער, אבער אין לוזיענע גייט עס נישט אזוי, דארט איז דא מער דעמאקראטן ווי רעפאבליקאנער, אבער די ווייסע דעמאקראטן זענען צו רעכטס פון וואס אינדעפענדענטס זענען ערגעץ אנדערש, אזא שטארקער קאנדידאט ווי עדווארדס, וועלכער קען געווינען אזא רויטע סטעיט, געווינט אויך סך הכל די ווייסע דעמאקראטן מיט קרוב צו 20 פוינטס, און די אינדעפענדענטס דארט זענען אזוי רויט, אז אזא עדווארדס פארלירט זיי מיט איבער 15 פראצענט, סוי קען מען נישט רעכענען דעמאקראטן ווס רעפאבליקאנער, נאר מען דארף רעכענען ביידע רעלייעבל פארטייאישע גרופעס, רעפאבליקאנער ווס שווארצע. און די איבעריגע איז זייער טוירנאוט נישט אזוי ווייט רעלעוואנט, ווייל זיי שטימען בערך 50 50.

אויב עס איז אומקלאר, ביטע זאג מיר וועלכע חלק.

זייער קלאר איצט יישר כח

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 3:35 pm

א דאנק צל, נישט געוואוסט ס'געווען דארט א ראנאף האב איך נישט פארשטיין אייער פוינט. איצט איז זייער קלאר.
יישר כוח.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 3:42 pm

נישט געווען, דעם שבת קודש גייט אי"ה זיין די ראנאף.

------------------------------

פון איין זייט איז מעיסאן דיקסאן געווען זייער גוט, ווייזנדיג א טיי אין קענטאקי, פון די אנדערע זייט אבער האבן זיי געגעבן פאר דעם רעפאבליקאנער אין מיסיסיפי א ליעד פון 3, ווען למעשה האט ער געווינען מיט 6.

לויט די מעיסאן דיקסאן אנקעטע איז עדווארדס עפראוועל 54 קעגן 38, אזוי פאפעלער ברויך א דעמאקראט זיין צו קענען געווינען ריעלעקשן אין אזא רויטע סטעיט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 3:58 pm

רייט, מיי מיסטעיק.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 6:35 pm

צל עובר האט געשריבן:פון איין זייט איז מעיסאן דיקסאן געווען זייער גוט, ווייזנדיג א טיי אין קענטאקי, פון די אנדערע זייט אבער האבן זיי געגעבן פאר דעם רעפאבליקאנער אין מיסיסיפי א ליעד פון 3, ווען למעשה האט ער געווינען מיט 6.

קאם אן,

אפפ מיט 2.5% איז פערפעקט.

נקדימון
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 8:50 pm

לוזיאנע:

ווי געווענליך קומען די דעמאקראטן ארויס שטארק אין די לעצטע טעג פון "אירלי וואוטינג".
שבת די לעצטער טאג איז די שווארצע טורנאויט געשפרינגן צו 40%!

[attachment=0]IMG_20191111_204309_407.jpg[/attachment]
צוגעלייגטע
IMG_20191111_204309_407.jpg
IMG_20191111_204309_407.jpg (41.38 KiB) געזעהן 628 מאל

נקדימון
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:01 pm

ערלי וואוטינג,

פיינעל ציפערן:

IMG_20191111_205345_021.jpg
IMG_20191111_205345_021.jpg (64.35 KiB) געזעהן 620 מאל


דאס רעכנט נישט אריין עבסענטי באללעטס.

א געשאצטע 10.000 עבסענטיס זענען ערווארטעט אריינצוקומען, וואס ריקט ארויף די צאל שטומען צו ארום א האלב מיליאן שטומען.

א רעקארד צאל שטומען - ספעציפיש- פאר א נישט פרעזידענטליכער יאר.

נקדימון
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 7:47 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:מעיסאן דיקסאן (נאוועמבער 5-7) האט עדווארדס צוויי פונקטן פאראויס פון ריספאן, 48 צו 46.


מעיסאן דיקסאן;

EJLfNtxXYAI9us6.jpeg
EJLfNtxXYAI9us6.jpeg (265.13 KiB) געזעהן 558 מאל

נקדימון
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 7:51 pm

'מעיסאן דיקסאן' נאוועמבער 5-7 אנקעטע.

דעמאגראפיקס:

EJLfCdCXYAEhCIA.jpeg
EJLfCdCXYAEhCIA.jpeg (54.53 KiB) געזעהן 549 מאל

נקדימון
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:46 pm

דער פארמעסט פאר גאווערנאר אין לוזיאנע ווערט שטארק נאכגעפאלגט. צו וועט דער רעפאבליקאנער קאנדידאט באווייזן ארויסצושטויסן דעם איין טערמיניגען דעמאקראט,אדער וועלן די דעמאקראטן זיגן און אזוי דערלאנגען א שטיקל פראסק פאר טראמפ.

א מעיסאן דיקסאן אנקעטע געבט א צוויי פראצענט אויבערהאנט פארן דעמאקראטישער קאנדידאט עדווארדס.

טראמפ האט שטארק קאמפיינט פאריגער וואך מיטוואך נאכט אין מאנרא לוזיאנע פארן רעפאבליקאנער קאנדידאט עדדי ריספאני.

טראמפ'ס באזוך האט לכאורה דערלאנגט א שטיקל "באמפ" פאר ריספאני.

ציפערן פון 'וואשיטא' פעריזש (ווי מאנרא געפינט זיך) צייגט פאר מיטוואך סוף טאג 2608 שטומען. (1414 ווייסע ווס 1119 שווארצע)
דאנערשטאג איז עס געשפרינגן צו 3132 וויילער. (2266 ווייסע ווס 814 שווארצע)


7 טעג פון ערלי וואוטינג האט זיך געענדיגט פאריגער וואך שבת ווי מאסן וויילער האבן אפגעגעבן זייער שטומע. די טורנאויט איז געווען מאסיוו סיי ביי די רעפאבליקאנער און סיי ביי די שווארצע, דערגרייכענדיג מער ווי א האלב מיליאן שטומען.

ביי די שווארצע וויילער איז די טורנאויט גאר שטארק. די פראצענט איז ביי 31% אנטקעגן 26% ביי די פריימערי וואלן.

----
מיט אזאנע שטארקע ערלי נומבערס + טראמפ'ס אפפעקט האט זיך בכלל נישט אפגערופן סטעיטווייד. (גאר געדראפט סטעיטווייד דאנערשטיק און פרייטאג) + די אויסנאם שטארקע נומבערס און 'איסט בעיטאן ראוזש פעריזש' וואס איז דער גרעסטער פעריזש (קאונטי) אין לוזיאנע, ווי אזויפיל ווי 58k האבן שוין געשטימט מיט אן איבערוויגענדער מערהייט דעמאקראט - 44% שווארץ:

שפעקעליר איך א (באקוועמע?) עדווארדס געווינס.
לעצט פאראכטן דורך נקדימון אום דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:12 am

די RNC וועט אריינגיסן א פרישע מעלאנע אין די לוזיאנע פארמעסט דערביי טאפלענדיג זייער ארגינעלע אינוועסטמענט. די פרישע געלטער וועט גיין פאר א געט-אוט-דע-וואט אפעראציע, אין א פארמעסט וועלכע די רעפאבליקאנער זענען אויסן נישט צו פארלירן נאכן ליידן א נידערלאגע אין קענטאקי.

פובליק אנקעטעס צייגן א שמאלע פארמעסט מיטן דעמאקראט עטוואס פאראויס אבער אין די מארדזשין אוו ערער. אינטערנעל אר. ען. סי. אנקעטעס צייגן די זעלבע זאך.

טראמפ וועט הײנט אויך אפהאלטן א ראלי פארן גאווערנער, עפעס וואס וועט אפצייכענען די דריטע מאל וואס ער קומט קאמפיינען פאר דעם רעפובליקאנער קאנדידאט אין א סטעיט וואס ער האט געווינען מיט כמעט 20%.

טראמפ האט אויך רעקארדירט ווידיאוס און מעסעדזשעס וועלכע זאלן לויפן אינעם סטעיט. מייק פענס איז אויך ערווארטעט אריינצורופן לאקאלע ראדיא סטאנציעס דעם פרייטאג צו געבן א לעצטע שטופ.

געוויסע אינערהאלב די טראמפ טיעם זענען באזארגט איבער די שטארקע אנוועזענהייט פון טראמפ אינעם קאמפיין, ווייל אויב זאל דער רעפובליקאנער למעשה פארלירן וועט דאס שלעכט אפקלינגען אויפן פרעזידענט. אנדערע האלטן אבער אז מען וועט סייווי לייגן די שולד אויף אים טא ער האט נישט וואס צו פארלירן.

- פאליטיקא

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:21 am

The Crystal Ball's @JMilesColeman and @kkondik move LA Gubernatorial from Toss Up to Lean D.

איך וואלט געזאגט גענויגט רעפובליקאנער, אבער גענויגט דעמאקראטיש? I don't see it.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

balkishron
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:39 am

וויפיל זיצן אינעם קאנגרעס דארפן די רעפובליקאנער צוריקבאקומען צו עס געווינען?

און וואו האלט די מצב שטייען זיי אזוי ווי אין 2018 אדער די אויסזיכטן ווייזן זיי שטייען בעסער וואו אין 2018
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:29 pm

balkishron האט געשריבן:וויפיל זיצן אינעם קאנגרעס דארפן די רעפובליקאנער צוריקבאקומען צו עס געווינען?

און וואו האלט די מצב שטייען זיי אזוי ווי אין 2018 אדער די אויסזיכטן ווייזן זיי שטייען בעסער וואו אין 2018

ס'קומט נישט אין די אשכול.

אבער אז דו פרעגסט וועלעך ענטפערן.

צו האבן א מעדזשאריטי דארף מען האבן 218.
אנפאנג יאר האבן די דעמאקראטען געהאט 235 און די רעפאבליקענס 200, דאס מיינט אז די רעפאבליקענס דארפן פארכאפן בלויז 18 זיצן צוריק צובאקומען די מעדזשאריטי.

אבער פיר קאנגרעס זיצן זענען ליידיג געווארן אינמיטן די פארגאנגענע יאר, צוויי דעמאקראטישע און צוויי רעפאבליקאנע זיצן, פלאס איין רעפאבליקען (אמאש) איז געווארן אן אינדעפענדענט, ממילא טעקניקלי דארפן די רעפאבליקענס געווינען 21 זיצן.


אויפן צווייטן שאלה איז די תירוץ "ווענד זיך וועם דו פרעגסט"...
ביידע זייטן האבן גאר שטארקע טשאנסן צו האלטן/באקומען די מעדזשאריטי, און ס'איז זייער שווער צו וויסן א יאר בעפאר ווען אין טראמפ'ס צייטן איז דא פאליטישע ברעיקינג נייעס יעדן טאג וואס קען שטארק טוישן די טשאנסן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

balkishron
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 4:03 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
balkishron האט געשריבן:וויפיל זיצן אינעם קאנגרעס דארפן די רעפובליקאנער צוריקבאקומען צו עס געווינען?

און וואו האלט די מצב שטייען זיי אזוי ווי אין 2018 אדער די אויסזיכטן ווייזן זיי שטייען בעסער וואו אין 2018

ס'קומט נישט אין די אשכול.

אבער אז דו פרעגסט וועלעך ענטפערן.

צו האבן א מעדזשאריטי דארף מען האבן 218.
אנפאנג יאר האבן די דעמאקראטען געהאט 235 און די רעפאבליקענס 200, דאס מיינט אז די רעפאבליקענס דארפן פארכאפן בלויז 18 זיצן צוריק צובאקומען די מעדזשאריטי.

אבער פיר קאנגרעס זיצן זענען ליידיג געווארן אינמיטן די פארגאנגענע יאר, צוויי דעמאקראטישע און צוויי רעפאבליקאנע זיצן, פלאס איין רעפאבליקען (אמאש) איז געווארן אן אינדעפענדענט, ממילא טעקניקלי דארפן די רעפאבליקענס געווינען 21 זיצן.


אויפן צווייטן שאלה איז די תירוץ "ווענד זיך וועם דו פרעגסט"...
ביידע זייטן האבן גאר שטארקע טשאנסן צו האלטן/באקומען די מעדזשאריטי, און ס'איז זייער שווער צו וויסן א יאר בעפאר ווען אין טראמפ'ס צייטן איז דא פאליטישע ברעיקינג נייעס יעדן טאג וואס קען שטארק טוישן די טשאנסן.


שכוח פאר די קלארע תשובה פארן נישט שרייבן די די באלנגטע אשכול

איך פארשטיי אז עס איז נאך צו פרי צו באמת קענען קלאר זען וויי ס זעט אויס

אבער דאך לפי המצב בערך וואס זענען די טשענסעס אז די רעפובליקאנער זאלן עס באקומען?
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

נקדימון
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:57 pm

לוזיאנע;

טראמפ האט היינט אפגעהאלטן נאך א ראללי פארן רעפאבליקאנער קאנדידאט ריספאני, דאס מאל אין באסיער סיטי.

לאנגע שורות האבן זיך געשלענגלט אריינצוגיין צום ראלי אינעם סענטרי לינק צענטער, טראץ די רעגנדיגער טריבענדן וועטער דארט.

----

עס קוקט אויס ווי טראמפ לייגט אריין שטארקע כוחות נישט ארויסצוקומען דער פארלירער אין לוזיאנע - ערגעץ ווי ער האט געוואונען מיט 20 פונקטן.

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 7:00 pm

איי דאנט בעליוו עדווארדס גייט עס מאכן...
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:32 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איי דאנט בעליוו עדווארדס גייט עס מאכן...

אז ער האט עס געמאכט 4 יאר צוריק אלס אן אומבאקאנטער פאליטישען וועט ער עס יעצט זיכער מאכן, נאכדערצו אז ער האט א 54% אפראוועל רעיטינג.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:52 pm

סיי די טראמפ שטיצער און סיי די אנטי דארפן יעצט, נאך בעפאר די וואלן אראפשטעלן די גרינדן:

א געווינס אין דער פארמעסט אין א געווינס פאר טראמפ?

א פארלוסט אין דעם פארמעסט איז א פארלוסט פאר טראמפ?

ביטע אריינקומען אויסקלארן.


---
מיין פרעזענליכע מיינונג איז אז אויב דער רעפאבליקאנער פארלירט איז עס א שווערע פראסק פארן פרעזידענט, נאך וואס ער האט געווינען דער סטעיט מיט 20 פונקטן, דאס הייסט גאר א זאטע געווינס, און אזוי אויך האר ער יעצט העפטיג קאמפיינט דארט מיט אלע זיינע כוחות, פונקט ווי ווען ער אליין איז ווען אויפן טיקעט. און בפרט ווען עס קומט נאך א ביטערע פיל אין קענעטאקי.

א געווינס פארן רעפאבליקאנער איז א געווינס פארן פרעזידענט, בעיקר נאך וואס ער האט גאר העפטיג קאמפיינט דארט, און זייער קלאר סיגנאלזירט אז עס איז אים 'פרעזענליך', אבער עס איז לו דוקא אזא געווינס נעמענדיג אין באטראכט אז עס איז געגאנגען ערנסט רויט פאר א שיינע פאר פרעזעדענטליכע פארמעסטן אין די לעצטערע יארן, און ציילט זיך אלץ א 'רויטע סטעיט'.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:01 pm

אויב די דעמאקראט פארלירט ״מיין איך״ עס איז אווער פאר טראמפ אלס פרעזידענט.

אויב געווינט עס די רעפובליקאנער מיט אינטער 5 פראצענט איז עס א שטארקע געוואונס אויב די רעפובליקאנע געוואונט מיט מער קען אים שוין קאנגרעס אומפיטשען - די רעפובליקאנע זענען שטארק.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער, נאר חסרונות, נעם אין אכט און 44 געסט