באציאונג צווישן NYPD מיט די אידישע באפעלקערונג.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

באציאונג צווישן NYPD מיט די אידישע באפעלקערונג.

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג מארטש 05, 2019 3:41 pm

א פרישע סקאנדאל טוט זיך סקאנדאלעזירן צווישן סאציאלע מידיע נעצן, און ווי סע זעט אויס וועט עס דאס מאל אונקומען א שטאפל העכער, ווען סע איז געזען געווארן א קליפ פריער אין די וועסט סייט געגענט, ווי הצלה קאר מיט אונגעצינדענע לעקטער'ס ווערן אוועק געשלעפט פון א קאלל, צלוב דאבעל פארקינג.

נאכן זען אביסל וואס דא קומט פאר, האט מען געזען צוויי זאכן וואס קען אופלאקערן די שוין אונגעווייטאגטע באציאונג צווישן די NYPD און די אידישע באפעלקערונג.

1- אז סע איז געווען א קארדיע קארעסט קאלל, וואס מיינט אז סע איז געווען נעבעך א הארץ אטאקע ווי יעדע מינוט ציילט, און די קאר איז געווען א פאראמעדיק מיט ספעציעלע פערמיט צו פארקן דאבל, א NYX DOT פערמיט, אן הצלה ווינדאו סטיקער, און אוטורייזט לייסענ'ס פלעט'ס.

2- אז די קארדינעיטער'ס האבן זיך געבעטן ביים אופיסער עס נישט צו טואען, און סע איז געקומען א קלארע ניין פון א סארדזשנ'ט..

#די קאר איז רעליסט געווארן אן קיין שטארף, נאכן זען די סאמאטוכע וואס דאס האט אונגעמאכט.

(איך האב די קליפ, אבער ווייס נישט וויאזוי עס ארויף צו לייגן.)
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2019-03-05 at 1.31.39 PM.jpeg
WhatsApp Image 2019-03-05 at 1.31.39 PM.jpeg (133.13 KiB) געזעהן 2050 מאל
WhatsApp Image 2019-03-05 at 2.23.24 PM.jpeg
WhatsApp Image 2019-03-05 at 2.23.24 PM.jpeg (144.61 KiB) געזעהן 2050 מאל

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג מארטש 05, 2019 3:45 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:די קאר פון א הצלה וואלענטיר למעלה בצד מערבית (#אפער וועסט סייד) איז אוועקגעשלעפט געווארן דורך א פאליציישע שלעפער, זייענדיג צווייט_פארקירט בשעת דער וואלענטיר איז געווען ביי א הילפס רוף.

די קארס פון אנדערע וואלאנטירן אויפן צענע האבן געשטערט דעם שלעפער אוועקצופארן, ביז די פאליציי סופערווייזער איז אנגעקומען אהין אנגעקומען און געפרדערט צו עפענען פאר טרעפיק, און לאזן דעם שלעפער גיין.

ס׳איז ערווארטעט די קאר וועט תיכף באפרייט ווערן, פארט איז עס א חוצפה פון א שלעפער צו טאן אזאנס מתחילה.

קליפיטש פונעם קאר אנגעבינדן אינעם שלעפער, בשעת ווען אירע לעקטער׳ס בליטשקען נאך.

דראפבאקסגוגל דרייוו

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » דינסטאג מארטש 05, 2019 3:57 pm

ס'ווערט ערגער און ערגער. די פאליס דא אין בארא פארק און אין ווילי ווייסן אז זיי קענען אונז צוטרעטן, ווייל וואס עס זאל נאר זיין וועלן קומען אפאר הייליגע ארגאניזאציעס און זיי פארטיידיגן. אין הארלעם דערוואגן זיי זיך נישט צו טון אזעלכע זאכן, ווייל מען פארשטיינערט זיי.

חלילה אז מיר זאלן מאכן געוואלדטאטן, אבער אויף עפעס אן אופן דארף מען זיי קלארשטעלן אז ווייל מיר זענען אנשטענדיג און וואויל, און פארפירן נישט אווי די אנדערע שקצים און ראסעס, מיינט דאס נאכנישט אז מ'קען פארגיסן אידיש בלוט.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:01 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:א פרישע סקאנדאל טוט זיך סקאנדאלעזירן צווישן סאציאלע מידיע נעצן, און ווי סע זעט אויס וועט עס דאס מאל אונקומען א שטאפל העכער, ווען סע איז געזען געווארן א קליפ פריער אין די וועסט סייט געגענט, ווי הצלה קאר מיט אונגעצינדענע לעקטער'ס ווערן אוועק געשלעפט פון א קאלל, צלוב דאבעל פארקינג.

נאכן זען אביסל וואס דא קומט פאר, האט מען געזען צוויי זאכן וואס קען אופלאקערן די שוין אונגעווייטאגטע באציאונג צווישן די NYPD און די אידישע באפעלקערונג.

1- אז סע איז געווען א קארדיע קארעסט קאלל, וואס מיינט אז סע איז געווען נעבעך א הארץ אטאקע ווי יעדע מינוט ציילט, און די קאר איז געווען א פאראמעדיק מיט ספעציעלע פערמיט צו פארקן דאבל, א NYX DOT פערמיט, אן הצלה ווינדאו סטיקער, און אוטורייזט לייסענ'ס פלעט'ס.

איך וויל נישט מלמד זכות זיין אויף די דום קעפ פון די טרעפיק אפיסערס. אבער די חלק וואס מאכט עס מער דראמאטיש אז סאיז א הארץ אטאקע. פון ווי זאל ער וויסן וועלכע סארט קאל סאיז. אבער די רשעות בלייבט די זעלבע
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

File a civil complaint

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:27 pm

Please file a complaint on traffic Officer ''Larracuente M'' on the following link
https://www1.nyc.gov/site/ccrb/complain ... nline.page

http://tr.im/6tmjP
לעצט פאראכטן דורך א גאנץ יאר פרייליך אום דינסטאג מארטש 05, 2019 4:34 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

START A PETITION

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:31 pm

Volunteer needed to start a petition to fire the officer
https://www.change.org/start-a-petition ... k&step=ask

http://tr.im/WhTT1

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:34 pm

????????
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:Please file a complaint on traffic Officer ''Larracuente M'' on the following link
https://www1.nyc.gov/site/ccrb/complain ... nline.page
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:Volunteer needed to start a petition to fire the officer
https://www.change.org/start-a-petition ... k&step=ask

http://tr.im/WhTT1
Why make a chilul hashem for a mistake a officer did

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:35 pm

yoel2124441100 האט געשריבן:????????
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:Please file a complaint on traffic Officer ''Larracuente M'' on the following link
https://www1.nyc.gov/site/ccrb/complain ... nline.page
א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:Volunteer needed to start a petition to fire the officer
https://www.change.org/start-a-petition ... k&step=ask

http://tr.im/WhTT1
Why make a chilul hashem for a mistake??? a officer did

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:45 pm

פאר א ודאי עולה וואס א פאליציאנט האט געטון איז חילול ה' יא מותר?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

נישטאמת
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:48 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:א פרישע סקאנדאל טוט זיך סקאנדאלעזירן צווישן סאציאלע מידיע נעצן, און ווי סע זעט אויס וועט עס דאס מאל אונקומען א שטאפל העכער, ווען סע איז געזען געווארן א קליפ פריער אין די וועסט סייט געגענט, ווי הצלה קאר מיט אונגעצינדענע לעקטער'ס ווערן אוועק געשלעפט פון א קאלל, צלוב דאבעל פארקינג.

נאכן זען אביסל וואס דא קומט פאר, האט מען געזען צוויי זאכן וואס קען אופלאקערן די שוין אונגעווייטאגטע באציאונג צווישן די NYPD און די אידישע באפעלקערונג.

1- אז סע איז געווען א קארדיע קארעסט קאלל, וואס מיינט אז סע איז געווען נעבעך א הארץ אטאקע ווי יעדע מינוט ציילט, און די קאר איז געווען א פאראמעדיק מיט ספעציעלע פערמיט צו פארקן דאבל, א NYX DOT פערמיט, אן הצלה ווינדאו סטיקער, און אוטורייזט לייסענ'ס פלעט'ס.

2- אז די קארדינעיטער'ס האבן זיך געבעטן ביים אופיסער עס נישט צו טואען, און סע איז געקומען א קלארע ניין פון א סארדזשנ'ט..

#די קאר איז רעליסט געווארן אן קיין שטארף, נאכן זען די סאמאטוכע וואס דאס האט אונגעמאכט.

(איך האב די קליפ, אבער ווייס נישט וויאזוי עס ארויף צו לייגן.)


וואס איז די מצב פין די איד וואס האט ליידער געהאט די הארץ אטאקע? איז דא א נאמען מתפלל צו זיין?

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:53 pm

נישטאמת האט געשריבן:וואס איז די מצב פין די איד וואס האט ליידער געהאט די הארץ אטאקע? איז דא א נאמען מתפלל צו זיין?


%f#@ %f#@
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:53 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פאר א ודאי עולה וואס א פאליציאנט האט געטון איז חילול ה' יא מותר?


וואס האט דאס צוטוהן מיט חילול ה׳ פאר א גוט יאר

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:59 pm

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פאר א ודאי עולה וואס א פאליציאנט האט געטון איז חילול ה' יא מותר?


וואס האט דאס צוטוהן מיט חילול ה׳ פאר א גוט יאר

דאס ביסטו שוין יא זיכער אז ער האט עס נאר געטוען ווייל ער איז א איד?
לעצט פאראכטן דורך ניס קראכער אום דינסטאג מארטש 05, 2019 4:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איי איי,-וועלט

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:59 pm

די גלות פאליטיק פון אונזערע עלטערן


פון קונטרס "אומר אני מעשי למלך" - הגאון רבי אלחנן וואסערמאן ז"ל הי"ד.





ביי די ערשטע דורות האָבן יידן געפירט זייער גלות פאָליטיק לויט די אָנווייזונגען פון דער תורה. בשעת די תנאים פלעגן דאַרפן גיין אין רוים אָפּבעטן גזירות אויף יידן, פלעגן זיי פריער דורכלערנען די פרשיות פון יעקב מיט עשיו, און דאָרט האָבן זיי געפונען ריכטליניעס צו האַנדלען. (רמב"ן פרשת וישלח).

די לעצטע צייט האט מען דעגראדירט די תורה. ביי די תורה פרעגט מען נאָר שאלות וועגן קדיש זאָגן, אָבער פּאָליטישע פראַגן ד. ה. שאלות וואָס זיינען נוגע דעם גאנצן כלל ישראל, באַהויפּט מען אז זיי האָבן מיט דער תורה קיין שייכות נישט. דערויף האָבן מיר פּראָפעסיאנעלע פּאָליטיקערס און שרייבערס. און זיי זיינען די מנהיגי הדור.

די צוועקמעסיקייט פון די תורה מעטאָדן האט זיך ארויסגעוויזן אין פאַרלויף פון טויזענטער יאָרן.

וועלכע זיינען די מעטאָדן פון דער תורה?

אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו,

לך עמי בוא בחדריך,

בשעה שאתה רואה השעה חצופה לא תעמוד כנגדה אלא תן לה מקום, הסתכלו בי שהרי אני נתתי מקום לשעה שנאמר השיב אחור ימיני (מדרש).


די אַלע מאמרים זיינען איינשטימיק דאָס יידן טאָרן נישט שטעלן קיין ווידערשטאנד געגן זייערע רודפים, און דאָס איז צוועקמעסיק לויט די מצב אין וועלכן יידן געפינען זיך אין גלות.

די איינציקע ווירקזאַמע וואָפן וועלכע יידן באַזיצן, זיינען תורה ותפילה. ונצעק אל ה' אלהי אבותינו וישמע שועתנו, מיר האָבן געשריגן צום אויבערשטער דעם גאָט פון אונזערע עלטערן, און ער האָט צוגעהערט אונזער וויי געשריי. אין כוחינו אלא בפה, מיר זאָלן שרייען, אָבער מיר זאָלן נישט שרייען צו די "קולטור וועלט", צו דער פעלקער ליגע, נאָר צום הימל.

בשעת מען רעדט צו די אומות העולם, זאָלן מיר נישט פאָדערן, נאָר בעטן. לשון רכה תשבר גרם, א "ווייכע שפראַך ברעכט א קנאָכן". (משלי).


למה תתראו בפני אחיכם בני עשיו והני ישמעאל, דאָ שטייט אַ וואָרענונג, יידן זאָלן זיך נישט וואַרפן אין די אויגן ביי די גויים.
מיר זאָלן זיך היטן פון געבן אַ געלעגענהייט די אומות צו רעדן וועגן אונז. וואָס ווייניקער זיי וועלן געדענקן און רעדן וועגן אונז, איז אַלץ בעסער פאַר אונז.


א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דינסטאג מארטש 05, 2019 5:10 pm


מחשב
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מארטש 05, 2019 5:12 pm

ס'דארף א פלעינע דעת תורה!
הוי מחשב...

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:05 pm

בארא פארק: פאליציי אטאקירט עלטערן איד.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=35335

בארא פארק - פאליציי צושטערט הכנסת ס"ת
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=38127

אנקעטע: פאליצייאישער איבערפאל ביים הכנס"ת
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=38124

פאליציי צושלאגען ברוטאל א בחור אין קרוינהייטס
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 83#p612043

עקסקלוסיוו אינטערוויו: קאר קאנפיסקירט פון חסד דרייווער
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=23060

ברוטאלע פאליציי באנעמונג מיט בארא פארקער דרייווער רופט ארויס אויפברויז
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 0#p1806380

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:12 pm

די פאליציי איז טאקע נישט שיין צו די אידישע געמיינדע, אזוי האב איך אויך געהאלטן ביי די הכנסת ספר תורה סקאנדאל, אבער כ'מיין אז אין דעם פאל איז דער פירער פונעם טאו טראק געווען א פשוטער יאקל פון גאס און געטון וואס ער האט געמיינט אז ער דארף טון...

לענ"ד איז עס קיין סקאנדאל און עסקנים דארפן פשוט אויפמערקן די ען קעי ווי/פי די אז זיי זאלן שטרענג אנזאגן די טאו טראק דרייווערס נישט צו שלעפן קיין הצלה/עזרת נשים שומרים/שמירה חברים/חסד מתעסקים/חברה קדישא קארס.

מ'מעג האלטן אנדערש.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:29 pm

די עסקנים דארף מען צו ערשט וויסען פאר וועם זיי ארבעטן...
איינמאל איז עס עסקנים פון שומרים אנטקעגן שמירה...
די פונקט דערפון איז, אז מען זאל וויסען אז געוויסע עסקנים האבען אויך פערזענליכע נייגונגען
בוי זיך זעלבסט

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:37 pm

איך ווייס נישט וואס ג'י מציאות איז געווען דארט אין די וועסט סייד אבער טאמער די דאבעל פארקד הצלה קאר האט אנגעמאכט א טרעפיק איז עס 100% בארעכטיגט מ'זאל עס אוועקשלעפן (אבער נישט גיבן א קנס). א טרעפיק אויף איין גאס אין די פארנימענע מאנהעטן גיסט זיך שנעל אריבער צו די ארומיגע גאסן און קען אפעקטירן טויזענטע מענטשן אין א קורצע צייט און ווער רעדט נאך טאמער א פייער טראק קען נישט דורכפארן און צומאל יאגט ער זיך צו פונקט אזא וויכטיגע עמערזשענסי ווי די הצלה

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:47 pm

יעדער איינשטיגער מענטש נישט קיין חילוק פון וועלכע ראסע ער קומט, האט א געוויסע דרך ארץ פאר א First Responder, כש"כ פאר א וואלענטיר, ווער רעדט נאך בשעת ער לויפט צו ראטעווען א מענטש'עס לעבן.

איך זעה נישט קיין שום וועג וואו אזוי מען קען פארענטפערן דעם שלעפער טראק דרייווער, פון געזעץ קוק ווינקל האט די קאר געהאט א פערמיט, אפילו ווען דאס געזעץ זאגט ער דארף אוועק שלעפן די קאר דארף ער ווען אויך נוצן זיין אייגענם פארשטאנד ווי איין און וואו אויס, כש"כ ווען נישט דאס געזעץ איז אויף זיין זייט, און נישט די מענטשליכע שכל איז אויף זיין זייט, נאכדערצו ווען מען זעהט קלאר וואו ער שלעפט די קאר בשעת די לייטס בליצן.

(אויב די קאר האט געבלאקט די טרעפעק וואלט ער עס געקענט רוקן מיט זיין טראק )

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג מארטש 05, 2019 10:57 pm

בארויגט אייך ...
קודם כל סאיז נישט א פאליסמאן סאיז א שלעפער טראק דרייווער וואס ארבעט פאר די פאליס אין איז נישט דרויך געגאנגען טרעניג ווי אזוי צי באהנדעלען מענטשען נאר קארס .

נאכדעם נעמעט אין באטראכט די פרייהייט וואס די סיטי גיט פאר די היימישע וואלענטירס וואס אין מאנרא למשל די נישט יודישע וואלענטירס האלטען זיך צים געזעטץ אין מגעט זיי נישט קיין רעכט צי פארען ווי אן אמערזשנסי וויקעל סא אז מגייט אנפאנגען צי פייטען קען עס ח"ו בעקפייערן אין אוועק נעמען די רעכטען פין הצלה.
אינז זעמיר אין גלות אין ממאכט איין..
Sorry for my misspellings

אמת בעולם השקר
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:46 pm

תגובהדורך אמת בעולם השקר » דינסטאג מארטש 05, 2019 11:19 pm

לאמיר זאגן אז עס קומט פון א וויסטע שנאת ישראל נו וואס קען מען יעצט טון למעשה ? די קאר האט מען שוין ב"ה צוריק געברענגט און מן הסתם וועט נאכפאלגן א שיינע אנטשאלדיגונג נו וואס דארף מען יעצט טון? דאס איז נישט א זאך וואס מען דארף מורא האבן אז עס וועט זיך איבערחזרן יעדן טאג

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » דינסטאג מארטש 05, 2019 11:29 pm

לאטס ענק אפ
מארגן העט זיין בילדער וואו די עסקנים האקן ראגעלעך ביי א מיטונג און כדאתמול...

ס׳צייט צו טוישן די טאן און זיי מודיע זיין אז אונז זענען נישט ערגער וואו די אפריקאנע אמעריקאנע און אונז פאדערען ריספעקט

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג מארטש 05, 2019 11:38 pm

שכל הישר האט געשריבן:לאטס ענק אפ
מארגן העט זיין בילדער וואו די עסקנים האקן ראגעלעך ביי א מיטונג און כדאתמול...

ס׳צייט צו טוישן די טאן און זיי מודיע זיין אז אונז זענען נישט ערגער וואו די אפריקאנע אמעריקאנע און אונז פאדערען ריספעקט

אונז זענען יא ערגער אונז זענען אין גלות אין מיר פייטען נישט אזוי ווי די שווארטצע .
ווען א יונגעל פין כיתה ט' האט דיך געשטופיט אין טרופ די סטעפס האסטו זיך אגעווישען די נאז אדער אויסגעזאגט פאר ר' זלמן בינער האסט עם נישט צריקגעשלאגען אין נישט געשריגען
Sorry for my misspellings


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], yoy, בעל דמיון, בענאק, יאנקעל פעדראטשיק, שרייב-פעדער און 72 געסט