בלאט 1 פון 22

בד״ה - נפלה עטרת ראשינו - הרה״ק רבי ישראל אברהם פורטוגל זצ״ל, סקולענער רבי - כ״ה אדר תשע״ט

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 4:52 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
ניצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש.

ס׳קומט יעצט אריין די בשורה לא טובה פונעם דזשאהן האפקינס שפיטאל אין באלטימאר, איבער די הסתלקות פון כ״ק זקן הרבנים ובעל מסורת נפש לקדשתן של ישראל הרה״ק סוקולענע רבי זצ״ל וועלכע איז נארוואס נפטר געווארן לחי׳ עולם הבא אין עלטער פון 96 יאר, במעמד פון די קינדער און מקורבים. פרטים איבער די לוי׳ וועט נאכפאלגן

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה׳

באמערקונג: דער אשכול איז געעפענט געווארן בטעוץ בערך א שעה בעפאר די פטירה.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 5:02 pm
דורך שטאלצער יוד
אוי וויי.ברוך דיין האמת.

מנהלים לייגן א לינק אויף די שער בלאט.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 5:04 pm
דורך קלאָצקאָפּ
לאזט זיך נישט גלויבן! כ'האף אז ס'איז נאר אן אפריל פולס וויץ.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 5:07 pm
דורך דריידל
אנדערע לייקענען די באריכטן

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 5:15 pm
דורך נכד
אוי נא לנו. אז מיר לעבן אין אזא דור יתום!

פון די לעצטע רבנים פון פריערדיגן דור.

א גרויסער בעל מסירת נפש און אויסערגעווענליכער אהבת ישראל!

פטירתו לחיי העולם הבא שאפט א טיפער חלל וואס וועט נישט ערזעצט ווערן.

מרן הרה''ק מ'סקולען''זי''ע

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 5:51 pm
דורך אמביציע
כבה נר ישראל

כ"ק אדמור הרה"ק מסקולען זצוקל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 5:52 pm
דורך בר חכים
ניצחו תרשושים את אראלים ונשבה ארון האלוקים

הצדיק אבד ואין איש שם על לב
יתומים היינו ואין אב
כ"ק אדמור הרה"ק רבי ישראל אברהם
בן כ"ק אדמור הרה"ק אליעזר זסיא
מסקולען זצ"ל


נולד בעיירה סקולן שבמולדובה על גבול רומניה, לכ"ק אדמור ר אליעזר זוסיא פורטוגל ולרבנית שיינא רחל.
למד בישיבה בעיירה וויז'ניצא אצל האדמו"ר בעל דמשק אליעזר מוויז'ניץ.
הוא ואביו ניצלו ממחנות הריכוז

לאחר מלחמת העולם השנייה פעל עם אביו להצלת ילדים יתומים בשואה, בעיקר ברומניה. בית אביו התמלא במאות יתומים. לאחר החרפת המצב בקרב יהודי העיר צ'רנוביץ שבאוקראינה בשל רדיפות הבולשביקים הבריחו יחדיו את הילדים לבוקרשט. אביו נכלא ברומניה בשל הצלת הילדים ולאחר ששוחרר חזר לפעילות זו. הרב אליעזר זוסיא נכלא שוב, במשך חמשה חודשים, וכן נכלא בנפרד גם הרב ישראל אברהם. בשנת ה'תשי"ט בערב שבת 'נחמו', הם שוחררו, אך נותרו לשבת בכלא עוד כמה ימים מכיוון שלא רצו לחלל את השבת.

ההגירה לארצות הברית והאדמו"רות
עריכה
שנה לאחר ששוחרר עם אביו מהכלא הרומני, עזבו את רומניה והיגרו לארצות הברית,
שם התגורר אביו בשכונת קראון הייטס בברוקלין שבמדינת ניו יורק. בקראון הייטס פתח ביחד עם אביו בית כנסת קהילתי והמשיך בהצלת היהודים מהשואה.
לאחר פטירת אביו בל' באב, ה'תשמ"ב
הוכתר לאדמו"ר השני מסקולען.

הוציא את כתבי סבו הרב ישראל אברהם בספר "שם ושארית ישראל".

בית המדרש המרכזי של חסידות סקולען בראשותו שוכן בבורו פארק.
בתקופות החגים שוהה האדמו"ר בשכונת וויליאמסבורג בקרב חסידיו.
חסידי סקולען מתגוררים גם בבני ברק, בלונדון, בויליאמסבורג, במונסי ובליקווד.
בניו וחתניו מכהנים כדיינים ורבני הקהילות בחו"ל.

בניו וחתניו
הרה'צ ישעיה יעקב שליט"א , מונטריאל
הרה'צ מאיר שליטר, בארא פארק
הרה'צ אפריים חיים יודא שליט"א , מאנסי
הרה'צ צבי נח שליט"א , לעקוואד
הרה'צ שמואל מרדכי שליט"א בארא פארק

הרבנית לאה ליבא, נשואה לרב חיים דב שטרן, רב קהילת סקולען בבני ברק,

הרבנית חיה שרה, נשואה לרב שמעון יואל וויינברגר, רב קהילת פאייא
.
הרבנית נחמה נשואה לרב דוד לייב קליגהויפט, רב בית המדרש סטרעליסק וראש כולל סקולען בבורו פארק.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 5:55 pm
דורך פעיק נוז
ווי לכלל ישראל שאבדה נפש!!!

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:04 pm
דורך בעריש'ל
אוי וויי!! ברוך דיין האמת.. מיר לעבן אין א דור יתום..

א צדיק אמת, מיט מסירות נפש כל ימי חייו, זיך געזארגט פארן דור און פאר יעדן יחיד.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:05 pm
דורך היט-אפ מויל & קיפעד
די לוי׳ גייט ארויס מארגן 11:00

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:08 pm
דורך אבן יקרה
אזא מין אראלים ומצוקים אחזו בארון הקודש

עמוד הענן והאש שלפני המחנה
אויסער זיין אויסטערלישע מסירו"נ בעבודת ה' כל ימיו, איז וועט ווערן איינגעקריצט לדורות עולם זיין מסירות נפש פאר יעדע יחיד פון כלל ישראל, און זיין מסירות נפש פאר גאנץ כלל ישראל, און בעיקר להעמיד ענייני קדושת מחנה ישראל.

ואותנו הותיר לאנחות

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:11 pm
דורך היט-אפ מויל & קיפעד
די פרוכת אין סקולענער ביהמ״ד אראפגענומען

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:12 pm
דורך ggg
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ניצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש.

ס׳קומט יעצט אריין די בשורה לא טובה פונעם דזשאהן האפקינס שפיטאל אין באלטימאר, איבער די הסתלקות פון כ״ק זקן הרבנים ובעל מסורת נפש לקדשתן של ישראל הרה״ק סוקולענע רבי זצ״ל וועלכע איז נארוואס נפטר געווארן לחי׳ עולם הבא אין עלטער פון 96 יאר, במעמד פון די קינדער און מקורבים. פרטים איבער די לוי׳ וועט נאכפאלגן

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה׳


אוי וויי!

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:12 pm
דורך פעיק נוז
מיט צדיקי הדור
982.jpeg
982.jpeg (19.8 KiB) געזעהן 8889 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:15 pm
דורך בר חכים
עס איז דא א חתונה נעקסטע וואך אין סקולען

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:16 pm
דורך פעיק נוז
985 (2).jpeg
985 (2).jpeg (28.42 KiB) געזעהן 8840 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:17 pm
דורך פעיק נוז
photo_2019-04-01_18-04-45.jpg
photo_2019-04-01_18-04-45.jpg (73.88 KiB) געזעהן 8818 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:20 pm
דורך Borough Park
בד״ה

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:21 pm
דורך פעיק נוז
download.jpg
download.jpg (5.37 KiB) געזעהן 8716 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:23 pm
דורך היט-אפ מויל & קיפעד
היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:די לוי׳ גייט ארויס מארגן 11:00


אונעם צענטראלן סקולענער ביהמ״ד אויף 13 ביי 54 אין בארא פארק

וועט קומען לקבורה אויפן וויזניצער ביה״ח אין מאנסי, נעבן זיין גרויסער טאטע זי״ע דער ערשטע סקולענע רבי.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:23 pm
דורך פעיק נוז
ס'קומט ארויס א צעטעל אויף ביטול מלאכה בשעת די לויה

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:26 pm
דורך איצל פיצל
אוי!! ברוך דיין האמת.
א צדיק אמת האט אונז איבערגעלאזט.
די וועלט איז אנדערש.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:27 pm
דורך פעיק נוז
די לוי' וועט זיין מארגן 11 אזייגער אין ב"פ.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:29 pm
דורך דריידל
פעיק נוז האט געשריבן:ס'קומט ארויס א צעטעל אויף ביטול מלאכה בשעת די לויה

זייער מאדנע.
איז שוין געווען א ביטול מלאכה אין די פארגאנגענהייט ביי די פטירה פון אנדערע בארא פארקע רבנים?

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:33 pm
דורך הילולא דצדיקיא
ברוך דיין האמת
אוי לנו כי חטאנו, נפלה עטרת תפארת ראשינו
אראלים ומצוקים אחזו בארון הקודש, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש
בשלהי חודש השמחה, בין גאולה לגאולה, ווען כלל ישראל קוקט ארויס צו די גאולה שלימה, זענען מיר ליידער געשלאגן געווארן מיט די מכה אשר לא כתובה בתורה, קשה סילוקן של צדיקים כשריפת בית אלקינו,
דער עמוד צלותהון דישראל, דער לב רחום, אב רחימאי, דער דמות צדיק אמת, וואס מיר האבן מיט שטאלץ געוויזן פאר אונזערע קינדער, דער צדיק צו וועם מ'האט זיך געוואנדן בעת צער אדער בעת שמחה, דער צדיק וואס האט באלויכטן דאס וועלט, בקדושתו בצדקתו בפרישתו ובצהלת פניו, דער צדיק אשר אמרנו בצילו נחיה, און וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו, דער צדיק הרה"ק רבי ישראל אברהם מסקולען זיע"א הכ"מ איז מער נישטא צווישן אונז
כ"ו אד"ב תשע"ט וועט שוין נישט זיין די זעלבע ווי כ"ה אד"ב תשע"ט, די זון וועט ווייטער אויפשיינען, אבער אויף א נייע וועלט, א וועלט אן דעם הייליגן צדיק, א וועלט אן דעם סקולענער רבי, א וועלט וואס איז פאר'חושכ'ט געווארן.
דער צדיק וואס מיר האבן מתפלל געווען ער זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו, דער צדיק וועלן מיר מוזן פירן צו זיין לעצטן רוה עד כי יבוא ינון.

איה העט והסופר צו באשרייבן די אבידה, מיר קענען בכלל נישט באגרייפן דאס גרויסן פארלוסט, נאכדעם וואס דער באשעפער האט אין אונזער דור יתמי דיתמי אריין געשיינט דעם אור פון דעם צדיק אמת, און יעצט הצדיק אבד ואין איש, מיר מוזן זיך סעפראווען מיט א נייע וועלט, אן דעם צדיק.

אוי הייליגער באשעפער, ווי לאנג נאך, כלל ישראל קען מער נישט, די בעסטע און די שענסטע פון כלל ישראל האבן מיר שוין פארלוירן.

הייליגער צדיק, אז ביסט שוין יא ארויף אויבן, רייס איין פון דארט פאר די גאולה שלימה, דו האסט יא געקענט אונזער דור מיט אלע אונזערע שווערע נסיונות, רייס איין פאר א גאולה פרטית וכללית, און רייס איין פאר א ישועה פאר גאנץ כלל ישראל, וואס דאן וועט מקויים ווערן, דאס יקוצו וירננו כל שוכני עפר בביאת גוא"צ ובלע המות לנצח.