האריקען סעזאן תשע"ט-2019

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

האריקען סעזאן תשע"ט-2019

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש יוני 01, 2019 11:14 pm

די שבת קודש יוני 1 האט זיך אפיציעל אנגעהויבן די 2019 הארקעין סעזאן! עקספערטן שאצן פאר א מער מילדע סעזאן אזוי ווי לעצטע יאר, אנדערש פון צוויי יאר צוריק וואס איז געווען א שווערע סעזאן. אין average קומט פאר 12 טראפיקל שטורעמעס אינ'ם אנטלאנטישן אקעאן א סעזאן, זעקס פון דעם ווערן האריקענס, און דריי פון די זעקס ווערן מעיזשאר האריקענס (קאטאגאריע דריי און העכער). דאס יאר שאצט מען פאר 12-14 טראפישע שטורעמ'ס, 5-7 האריקענס, און 2-4 מעיזשאר האריקענס.
ביז דערווייל איז דא איין אביסל שטורעמישע וואסער אינ'ם מעקסיקאנע גאלף, וואס מ'זאגט פאר דאס קען ווערן אן טראפיקל שטורעם אין געציילטע טעג.


געדענקט, דאס איז אלעס אפשאצונגען פון פשוטע בשר ודם'ס, דער כל יכול איז א "משנה עיתים ומחליף את הזמנים".
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4458
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 12, 2019 8:09 pm

אין לואיזיאנא גרייט מען זיך העפטיג צום מארגנדיגער שטורם בערי. פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט א סטעיט אוו עמערזשענסי.

די שטורעמישע ווינטן און נאסע רעגנס שפירן זיך שוין אין די געגנטער נעבן וואסער, די זארג פאר פארפלייצונגען איז גרויס צוליב די הויכקייט פון די דארטיגע וואסערן.

א לעכטיגן שבת!!
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג יולי 14, 2019 12:11 am

טאקע געלאנדעט דעם שבת אלס טראפישע שטורעם, אבער באגלייט מיט מאסיווע רעגנס אויך יעצט ווען ס'איז שוין אפגעשוואכט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג יולי 14, 2019 12:15 am

געמאכט לענדפאל אלס א קאטעגאריע 1 האריקעין

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4458
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:50 am

טראפישער שטורם דאריאן אויפן וועג.

עס האט די מעגליכקייט צו ווערן א האריקעין ביז קומענדיגע וואך. עס דארף נישט באטרעפן אמעריקע איידער אנהויב חודש אלול.
צוגעלייגטע
IMG_20190826_064727.jpg
IMG_20190826_064727.jpg (135.42 KiB) געזעהן 2160 מאל
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 9:13 am

ערשטענס ווייזט מען אין בילד אז עס וועט ווערן א האריקיין (H)לעבן פארטא ריקא אבער דערנאך שוואכער ווערן צו א סטאורם(S) און דער נאך נאך שוואכער צו א (D)דיפרעשין
דאס אלץ פאר אנקומען צו אמעריקא

אין די נייע אפדייט בילד פון היינט אינדערפרי ווייזט מען אז עס ווערט שוואכער נאך פריער
און עס ווערט גלייך א (D)דיפרעשין נאך ווערן א האריקיין
צוגעלייגטע
hd.png
hd.png (82.69 KiB) געזעהן 2070 מאל

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:11 am

די 11:00 אפדייט ווייסט ווערט שטארקער און נאך זיין האריקיין ווערט עס א טראפיקל סטאורם
צוגעלייגטע
Screenshot_20190826-110649~2.png
Screenshot_20190826-110649~2.png (257.16 KiB) געזעהן 1963 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:16 pm

zugurnish האט געשריבן:די 11:00 אפדייט ווייסט ווערט שטארקער און נאך זיין האריקיין ווערט עס א טראפיקל סטאורם

די יורא מאדל ווייזט אז ס'קען אנפאלן אלס טראפישע שטורעם קומענדיגן זונטאג פארנאכטס אויף צפון מזרח פלארידא (אין די געגנט פון new smyrna beach)
צוגעלייגטע
ecmwf_z500_mslp_us_8.png
ecmwf_z500_mslp_us_8.png (133.51 KiB) געזעהן 1878 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:23 pm

די GFS-Legacy ווייזט אז ס'קען אנפאלן אויף דרום מזרח פלארידא אלס א האריקעין שבת נאכמיטאג/מוצאי שבת
צוגעלייגטע
gfs-legacy_mslp_pcpn_frzn_us_22.png
gfs-legacy_mslp_pcpn_frzn_us_22.png (177.26 KiB) געזעהן 1860 מאל

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:55 pm

ישר כח, איך קאן ניט ליינען די בילדער, ביטע זיי מער ספעציפיק
וואו אין דרום פלורידה, וואס וועט מעט האבן אין מיאמי לויט די gfs

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 1:01 pm

בזמן הזה איז הארעקעין'ס א זאך פון די פארגאנגענהייט, "מ'נאָקט אוועק" יעדע אנקומענדע הארעקעין און פערטיג........

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 7:26 am

יעצט ווייזן זיי אז עס ווערט בכלל ניק קיין האריקיין , עס איז און בלייבלט א טראפישע שטורעם און וועט אנקומען צו פלארידא אלץ טראפישע שטורעם מוצאישבת/ זונטאג.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:31 pm

דאס גייט ווארשיינליך יא ווערן א האריקעין אין בערך 40 ביז 60 שעה ארום - שוין נאכן אנפאלן אויף פארטא ריקא (אלס טראפישע שטורעם)
און פון דארט וועט עס ווייטער שפאנען קיין מזרח סענטראל פלארידא.

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

טאקע הויבען זיי עס צו א האריקיין פאר פלורידה

תגובהדורך zugurnish » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:23 pm


אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:34 am

zugurnish האט געשריבן:טאקע הויבען זיי עס צו א האריקיין פאר פלורידה

נישט סתם א האריקעין, נאר דאס האט "פאטענטשל" אויסצושטייגן אלס "מעידזשער האריקעין" (קאטעגאריע 3 אדער העכער)

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:24 am

איז שייך צו וויסן וואו אין פלורידה קוקט אויב אז עס וועט אנקומען? וואס וועט מען פילן אין מיאמי?

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 7:06 am

דוריען איז פיצל בגודלה. זעהט אויס געזינטער יעצט. מען קען איר שוין זעהן אויף TJUA ראדאר Base Reflectivity.

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:11 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:טאקע הויבען זיי עס צו א האריקיין פאר פלורידה

נישט סתם א האריקעין, נאר דאס האט "פאטענטשל" אויסצושטייגן אלס "מעידזשער האריקעין" (קאטעגאריע 3 אדער העכער)
צוגעלייגטע
ddabf2cf968a48b0b0fed81ca8e27ec6-01.jpeg
ddabf2cf968a48b0b0fed81ca8e27ec6-01.jpeg (179.96 KiB) געזעהן 1177 מאל

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:38 am

קוק אויף מיין בילד עס איז אפדייטעט מי א M ווען עס קומט אהן צו פלורידה
צוגעלייגטע
nn.png
nn.png (80.34 KiB) געזעהן 1138 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:17 pm

קוקט אויס אז זיי ליינען וואס איך שרייב דא

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:52 pm

דאריאן איז שוין אפיציעל א הוריקאן.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 4:38 pm

האריקעין דאריען פארדינט זיך א עקסטערע אשכול
דאס גייט זיין העדליין נייעס פאר אמווייניגסטענס די נעקסטע 5-4 טעג.


די פרישע יורא מאדל פון היינט נאכמיטאג ווייזט אז פלארידא וועט באקומען א דאפעלטע קלאפ!
צום ערשט וועט עס אריינקלאפן אין דרום פלארידא (דאס איז מיט א היפשע פאר מייל נידריגער ווי ס'האט געוויזן ביז יעצט, אבער נאך אלס א שיינע פאר מייל העכער מיאמי), און וועט אריבערשפרייזן די גאנצע ברייט פון פלארידא און אריינפארן אינעם גאלף אוו מעקסיקא, דארט וועט זיך עס ווידעראמאל פארשטערקערן און אריינקלאפן אויף פלארידא'ס פענהענדל, די זעלבע געגענט וואס איז פאריאר באטראפן געווארן פון א מאכטפולע קאטעגאריע 5 האריקעין.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 4:55 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:האריקעין דאריען פארדינט זיך א עקסטערע אשכול
דאס גייט זיין העדליין נייעס פאר אמווייניגסטענס די נעקסטע 5-4 טעג.


viewtopic.php?f=6&t=40385

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:32 pm

די נעשינעל האריקעין סענטער ווייזט א נייע שטורעם, אינעם אטלאנטיק, וואס האט א 80% שאנס זיך צו אנטוויקלען צו אן אפיציעלע האריקעין
7EBD9C69-C4E8-4D7D-BDF3-916A6A86A94C.png
7EBD9C69-C4E8-4D7D-BDF3-916A6A86A94C.png (311.84 KiB) געזעהן 698 מאל
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:51 pm

יש בו האט געשריבן:די נעשינעל האריקעין סענטער ווייזט א נייע שטורעם, אינעם אטלאנטיק, וואס האט א 80% שאנס זיך צו אנטוויקלען צו אן אפיציעלע האריקעין
7EBD9C69-C4E8-4D7D-BDF3-916A6A86A94C.png

צו אן אפיציעלע טראפישע שטורעם!

עניוועי, דאס איז נאר פאר די פיש אין ים...

בלויז די סיסטעם אינעם גאלף אוו מעקסיקא האט א שאנס אנצוטרעפן יבשה אלס טראפישע שטורעם, אבער נישט אין די US, ס'ווערט אפגעליפערט צו די מעקסיקאנער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אזוי וויל איך, יש ברירה, פונדערנאנט, שמחהלע קאפשטיק און 42 געסט