דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » פרייטאג יוני 28, 2019 11:26 am

אדמו״ר מ׳פעסט שליט״א
צוגעלייגטע
3317D82E-E3B6-42C0-A494-CDE54365267C.jpeg
3317D82E-E3B6-42C0-A494-CDE54365267C.jpeg (103.29 KiB) געזעהן 771 מאל

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג יוני 28, 2019 11:28 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:איז שוין דא געדאנקען ווער זאל זיך צאמשטעלן מיט וועמן אויף איין טיקעט?

העריס פאר פרעז. מיט ווארען פאר ווייס
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג יוני 28, 2019 11:28 am

תענית חלום האט געשריבן:אדמו״ר מ׳פעסט שליט״א

גוט
;l;p- :lol:
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג יוני 28, 2019 11:29 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פיין. אלעס קוקט אויס אינארדענונג ב״ה, און אויב חלומט איינער אז ביידען קען גיין אויף א וואלן סיזאן מיט טראמפ, דער ברויך גיין צום שפיטאל יעצט!

די שווערע ארבעט פאר די פארצווייפעלטע דעמעקראטן [א גוטע ניק נעים?] איז ביי נאו, צו פאראייניגן זייער פארטיי אראפצושלעפן דזשאו ביידען צום גהינום, און אריינברענגען א צווייטן.

דערווייל האט אבער ביידען אין די אנקעטעס שטיצע פון א האלבע פארטיי, בעת וואס די צווייטע חלק ווערט צוטיילט אין די גאנצע קלאס פון 24 קינדער.

די פאדערשטע דעקל פונעם יו יארק פאוסט יעצט פרייטאג אינדערפרי.

יעדער זעהט וואס ער וויל.
מיר האט ביידען אויסגעקוקט פריש און געזונט, און דער טראמפ קוקט מיר שוין לאנג אויס ווי ער באלאנגט אין שפיטאל.
און למעשה איז צו איך וויל יא, צו איך וויל נישט איז טראמפ פרעזידענט. וה"ה.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » פרייטאג יוני 28, 2019 11:50 am

עכט היימיש האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:די ניו יורק פאויסט אויפן פראנט קאווער מיט ריזיגע אותיות:

Who wants to loose the election?

,אונטער דעם די בילד ווי די אלע גולמים הייבן אויף זייער הענט.....

די בילד איז פון ווען זיי ווערן געפרעגט ווער עס האלט אז די רעגירונג דארף געבן העלט קעיר פאר איליגעל אימעגראנטן.....


ווי די נשיא יר"ה האט תיכף געשריבן אז די רעיס האט זיך גענדיגט.

מתוק

וועלכע צייטונג?
אה, כזע שוין.
און אין אונזער פורים צייטונג אין ישיבה אלץ בחור איז געווען א פיקטשער פון די משגיח, און עס איז געשטאנען....
שעמסט דיר נישט נאכצוברענגען פון דעם אנטיסעמיטשן קינדער צייטונג וואס א ערוואקסענע נארמאלע גוי שעמט זיך עס אנצוקוקן.

wow wow רואיג! ער האט דיר גארנישט געטון... סך הכל דיר געברענגט א באריכט. ער דארף זיך נאכנישט שעמען דערמיט.

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יוני 28, 2019 12:06 pm

538 האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט מארנינג קאנסעלטענט דורכצופירן א גרויסע אנקעטע צו מעסטן די אפעקט פון די דעבאטעס. די אנקעטע האט אויסגעפרעגט די זעלבע מענטשן פארדעם און נאכדעם און דאס זענען די רעזולטאטן.

Biden 32 (-4
Warren 18 (+6
Sanders 18
Harris 7 (+1
Buttigieg 5 (-1
Booker 4 (+1
O'Rourke 3 (-1
Castro 2 (+1
All Others 1% Or Less

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יוני 28, 2019 12:11 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פיין. אלעס קוקט אויס אינארדענונג ב״ה, און אויב חלומט איינער אז ביידען קען גיין אויף א וואלן סיזאן מיט טראמפ, דער ברויך גיין צום שפיטאל יעצט!

די שווערע ארבעט פאר די פארצווייפעלטע דעמעקראטן [א גוטע ניק נעים?] איז ביי נאו, צו פאראייניגן זייער פארטיי אראפצושלעפן דזשאו ביידען צום גהינום, און אריינברענגען א צווייטן.

דערווייל האט אבער ביידען אין די אנקעטעס שטיצע פון א האלבע פארטיי, בעת וואס די צווייטע חלק ווערט צוטיילט אין די גאנצע קלאס פון 24 קינדער.

די פאדערשטע דעקל פונעם יו יארק פאוסט יעצט פרייטאג אינדערפרי.

יעדער זעהט וואס ער וויל.
מיר האט ביידען אויסגעקוקט פריש און געזונט, און דער טראמפ קוקט מיר שוין לאנג אויס ווי ער באלאנגט אין שפיטאל.
און למעשה איז צו איך וויל יא, צו איך וויל נישט איז טראמפ פרעזידענט. וה"ה.

פריש און געזונט יא, אבער גוט פארשלאפן און אויסגעמוטשעט. ס'האט אויסגעזען ווי ער קומט פון שפיטאל ארויס נאך עטליכע שלאפלאזע נעכט...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יוני 28, 2019 12:14 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אפגעזען ביידען'ס עלטער, ער הערט זיך מיד און אלט און שוואך. סענדערס, וואס איז א יאר עלטער, הערט זיך ווי א יונגערמאן אין פארגלייך.

פון יעדע פון דיינע תגובת קוקט מער און מער אויס ווי דו ביזט סתם א ביידען - האסער, און דיינע תגובת מאכן נישט קיין טראפ סענס.
איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין די תוכן פון ביידען'ס תשובת נעכטן וואס ער האט יא און נישט גוט געזאגט, אבער דאס האט מיר יעדער מודה געווען אז ער האט אויסגעקוקט פריש און מינטער, און אויסגערוט, ווי א יונגערמאן.
חוץ איין ניק, וואס האט נאר אנטי - ביידען תגובת

ממש ווי א יונגערמאן? פארוואס נישט ווי א ישיבה בחור? כתה ז טראבלמעיקער ביי ריסעס?

ערנסט גערעדט. כמעט יעדע אפשאצונג אויפן נעכטיגע דעבאטע וואס איך האב געזען איז איינשטימיג אז די העריס אטאקע איז געווען די הויפט אויסטויש פון די ערשטע דעבאטעס, ביידע טעג. די 'פיערנעס דאקטרין' איז נישט גילטיג אויף אייוועלט.
אגב, א נאכט פריער האב איך געהאלטן די זעלבע איבער בעטא. ער איז געווען פארשלאפן און זיין אויסטויש מיט קאסטרא האט אים שטארק געשעדיגט. ביידען קוקט מיר אויס עלטער און שוואכער און די העריס אטאקע צען מאל ערגער.

טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

Maybe
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:14 pm

תגובהדורך Maybe » פרייטאג יוני 28, 2019 12:23 pm

העריס האט אנגעהויבן צי פליפ פלאפן אויף אפשפארן די פריוואטע העלט קעיר זאגענדיג אז זי האט נישט פארשטאנען די ‏שאלה
לעצט פאראכטן דורך Maybe אום פרייטאג יוני 28, 2019 12:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יוני 28, 2019 12:24 pm

קוקנדיג אויף די פראגע מאכט סענס אז זי האט שלעכט פארשטאנען.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג יוני 28, 2019 12:24 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.

;l;p-

דער זאץ באלאנגט אויף א אינטערשריפט אדער אויף א באמפער סטיקער!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יוני 28, 2019 12:27 pm

יש ברירה האט געשריבן:538 האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט מארנינג קאנסעלטענט דורכצופירן א גרויסע אנקעטע צו מעסטן די אפעקט פון די דעבאטעס. די אנקעטע האט אויסגעפרעגט די זעלבע מענטשן פארדעם און נאכדעם און דאס זענען די רעזולטאטן.

Biden 32 (-4
Warren 18 (+6
Sanders 18
Harris 7 (+1
Buttigieg 5 (-1
Booker 4 (+1
O'Rourke 3 (-1
Castro 2 (+1
All Others 1% Or Less

ביזט זיכער אז דאס איז פון נאכן צווייטן דעבאטע?
ווארען +6, העריס בלויז 1+?
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

Maybe
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:14 pm

תגובהדורך Maybe » פרייטאג יוני 28, 2019 12:31 pm

יש ברירה האט געשריבן:קוקנדיג אויף די פראגע מאכט סענס אז זי האט שלעכט פארשטאנען.


זי האט געוועלט האבן ביידע וועלטן
פונקט ווי איינער שרייבט אינטער אויף א קול קורה אין ציעט דערנאך צוריק

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יוני 28, 2019 12:36 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:538 האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט מארנינג קאנסעלטענט דורכצופירן א גרויסע אנקעטע צו מעסטן די אפעקט פון די דעבאטעס. די אנקעטע האט אויסגעפרעגט די זעלבע מענטשן פארדעם און נאכדעם און דאס זענען די רעזולטאטן.

Biden 32 (-4
Warren 18 (+6
Sanders 18
Harris 7 (+1
Buttigieg 5 (-1
Booker 4 (+1
O'Rourke 3 (-1
Castro 2 (+1
All Others 1% Or Less

ביזט זיכער אז דאס איז פון נאכן צווייטן דעבאטע?
ווארען +6, העריס בלויז 1+?

דאס איז פון נאך די ערשטע.

נישט געכאפט, אידער וועי איז עס העכסט אינטערסאנט און צייגט אז הגם מען געווינט "טוויטער" מיינט עס נאכנישט אז די גאס האלט אויך אזוי.

סארוואש
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 10:37 am

תגובהדורך סארוואש » פרייטאג יוני 28, 2019 12:39 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.

Too good not to quote ;l;p-

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יוני 28, 2019 12:39 pm

Maybe האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:קוקנדיג אויף די פראגע מאכט סענס אז זי האט שלעכט פארשטאנען.


זי האט געוועלט האבן ביידע וועלטן
פונקט ווי איינער שרייבט אינטער אויף א קול קורה אין ציעט דערנאך צוריק

מעגליך.

דא איז די פראגע:
"Who here would abolish their private health insurance in favor of a government run plan?"

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יוני 28, 2019 12:54 pm

קוקט אויס ווי זי האט זייער גוט פארשטאנען די פראגע וואס די מאדערעיטאר האט געפרעגט.

Who here would abolish their private health insurance in favor of a government run plan? איז נישט ספעציעל צוויידייטיג.

מעגליך אז די מאדערעיטאר האט נישט פארשטאנען...
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יוני 28, 2019 12:57 pm

איך זעה כמעט נישט א וועג עס צו פארשטיין אנדערש ווי העריס זאגט, ספעציעל אן די קאנטעקסט.

אפשר די ווארט אבאליש איז נישט אזוי גוט אבער עס קוקט אויס ווי מען פרעגט די קאנדידאטן אויב זיי וואלט עבאלישט זײער פריוואטע אינשורענס. נישט פריוואטע אינשורענס פלענער פאר'ן לאנד.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג יוני 28, 2019 1:01 pm

וואס איך נעם ארויס פון די צוויי נעכט איז, אז די קאנדידאטן זענען נישט בעלעבאס אויף זיך אליין, נאר די גאר לינקע פליגל אין די פארטיי באצווינגט יעדן נאכצוטאנצן די זינלאזע סענדערס-ווארען אויפטרעפן

פאר אפאר יאר צוריק ווען איינער וואלט דיר געזאגט אז די עצה פאר אומלעגאלע בארדער-קראסינג, איז, עס צו מאכן לעגאל, און טיילן העלט קעיר פאר ווער עס קומט אריין, ןןטלט ער געצויגן א שמייכל און געגאנגען ווייטער, היינט מוזן אזאלכע נארמאלע פאליטיקאנטן ווי ביידען דאס נאכזאגן מילה במילה.


פערזענליך אלס טראמפ סופארטער, דערפריידט עס מיר מיין הארץ
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11869
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יוני 28, 2019 1:08 pm

העריס איז די קלארע געווינער פונעם דעבאטע, די שאלה איז אויף וויפיל זי קען עס איינקעשן. שוין אן אלטע מעשה מיט איר אז איר קאנדידאטור איז אויסגעצייכנט אויף פאפיר, שווארץ, פרוי, קאריערע, שארף וכו' אבער זי רעזאנעיט נישט צופיל.. איר געווינס נעכטן איז מער געווען דאס רייטן אויף ביידן'ס שוואכקייטן ווי אויף אירע קוואליפיקאציעס און די שאלה איז וויפיל מענטשן זענען יעצט געווארן פאקטיש אפגעקויפט פון איר.

איר אטאקע סובסטענס האט מיר גראדע געשיינט צו זיין הוילע שטותים און ביידען האט איר גראדע גוט געענטפערט אז ער איז נישט שולדיג אז איר סיטי קאנסול האט געהאט ראסיסטישע געזעצן אבער ווען איינער אטאקירט העלפט נישט אייביג קיין דיפענס, מעדארף גיין אויף אפענס און דאס האט ביידן נישט באוויזן און דערפאר האט זי אים געווינען.

יעצט, זי וועט זיכער צובאקומען עטליכע פוינטס, אבער זי איז אצינד אין די נידעריגע סינגל דיזשעטס סאו זעה איך נישט וויפיל די דעבאטע קען איר העלפן אבער מ'וועט דארפן ציווארטן, דאס איז זיכער זי איז העיר טו פאר א שטיק צייט..

סאנדערס האט נעכטן דערלייגט די פארמעסט און ער האט געוויזן פארוואס ער האט פארלוירן צו קלינטאן. ער האט געהאט די שאנס זיך ארויסצושטעלן אלס ערענסטער אלטארנאטיוו פון ביידן און ער האט עס נישט באוויזן, אנשטאט איז ער סתם געווען דער אלטער סענדערס מיט די זעלבע ליינס אן קיינע חידושים, ער וועט אוודאי בלייבן מיט זיין 15-20 פראצענט באזע אבער דאסי ווייט פון גענוג צו געווינען.

ביידן איז געווען די לוזער פון די דעבאטע און לאו דווקא וועגן זיין נישט האבן קיין אטאקע ענטפער נאר ער האט שוין נישט די אמאליגע כאריזמע און קומט אריין עטוואס שוואך, די שאלה איז אויב די "אבאמא'ס וויצע" וואס האט געארבייט פאר אים ביז יעצט אינעם גרעסטן חלק פונעם פארטיי וועט אים ווייטער דינען, ס'זייער מעגליך אז יא לויט ווי מ'האט געזעהן ביי די אלע אנדערע סקאנדאלן ווי די קאנווענשאנעל וויסדאם איז געווען אז ער איז דערנאך אבער ער האט זיך כמעט נישט גערירט, זיין שטיצע באשטייט בעיקר פון די פויערן און מינאריטעטן וואס די פארשטייען נישט צופיל צו קיין דיטעילס.. זיין נאמען איז די סטענדערט בעריער. ווידער איז שטארק מעגליך אז א קאנסיסטענט שוואכע פערפארמענס וועט אים יא אראפברענגען, ימים ידברו.

דאס איז אבער זיכער אויב גייט ער אונטער הייבט זיך אן א ברענד ניו פארמעסט, ס'גייט זיין א דריטל פריימערי עלעקטארעט פון וועם צו נאשן...

בוטיזשאדזש איז אריינגעקומען שטארק ווי אייביג, אבער אצינד מיט א 20 מיליאן וויוערשיפ האט ער א שאנס צו קריגן אסאך נייע שטיצער וואס זיכן א סענסיבל פראגרעסיוו געמישט מיט צענטריזם און ספעציעל אויב ביידן הייבט אן פאלן קען ער אריינקומען אין זיין ליניע. ער האט סורפרייזינגלי גוט געהענדעלט די ראסע פראגע איבער די סיטואציע איו סאוט בענד, וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן צו ער ריקט זיך עפעס ארויף מיט די שווארצע.

זשיליברענד איז גראדע געווען גאר גוט, זי האט זיכער נישט וואס צו דערלייגן און קען באקומען די געז צו ווייטער בלייבן אינעם רעיס.

בעיקר וואס כהאב ארויסגענימען פון די גאנצע זאך איז געווען אז די העכסטע ענערזשי און געשרייען איז געווען יעדעס מאל מ'האט דערמאנט די ווארט טראמפ, ס'זעהט אויס ווי דר'עולם איז רעדי צו האקן קעפ און ארויסקומען אין די מאסן קעגן זיין ריעעלעקשאן.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5252
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג יוני 28, 2019 1:09 pm

ס'איז גרויסע צרות
כ'זעה פאראויס העריס פאר די קאנדידאט..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7931
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג יוני 28, 2019 1:11 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון די צוויי נעכט איז, אז די קאנדידאטן זענען נישט בעלעבאס אויף זיך אליין, נאר די גאר לינקע פליגל אין די פארטיי באצווינגט יעדן נאכצוטאנצן די זינלאזע סענדערס-ווארען אויפטרעפן

פאר אפאר יאר צוריק ווען איינער וואלט דיר געזאגט אז די עצה פאר אומלעגאלע בארדער-קראסינג, איז, עס צו מאכן לעגאל, און טיילן העלט קעיר פאר ווער עס קומט אריין, ןןטלט ער געצויגן א שמייכל און געגאנגען ווייטער, היינט מוזן אזאלכע נארמאלע פאליטיקאנטן ווי ביידען דאס נאכזאגן מילה במילה.


פערזענליך אלס טראמפ סופארטער, דערפריידט עס מיר מיין הארץ


נישט לעגאליזירן, דעקרימינאליזירן אזוי אז די קינדער כאפערס זאלן נישט קענען איינשפארן די געקידנעפטע חדר יונגלעך אין קאנצענטראציע לאגערן. (נישט אז איינער צווינגט די גאווערנמענט דאס צו טון יעצט, ווען עס איז יא קרימינאל אונטערן געזעץ. זיי טוען עס פשוט פאר שלעכטסקייט).
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יוני 28, 2019 1:12 pm

כאפצעם האט געשריבן:העריס איז די קלארע געווינער פונעם דעבאטע, די שאלה איז אויף וויפיל זי קען עס איינקעשן. שוין אן אלטע מעשה מיט איר אז איר קאנדידאטור איז אויסגעצייכנט אויף פאפיר, שווארץ, פרוי, קאריערע, שארף וכו' אבער זי רעזאנעיט נישט צופיל.. איר געווינס נעכטן איז מער געווען דאס רייטן אויף ביידן'ס שוואכקייטן ווי אויף אירע קוואליפיקאציעס און די שאלה איז וויפיל מענטשן זענען יעצט געווארן פאקטיש אפגעקויפט פון איר.

אױך געהאט אזא מחשבה, אזוי ווי ווען קריסטי האט ארויסגעצויגן דעם בענקל פון אונטער רוביא, האט ער סתם יענעם געשחטן אבער אליינס גארנישט פארדינט.

אבער העריס איז געווען גאנץ גוט סתם אזוי אויך, אויסער די אויסטויש מיט ביידען.

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יוני 28, 2019 1:13 pm

גראדע העלט קעיר פאר אומלעגאלע מאכט סענס. די פאקט איז אז אמעריקע האט יעצט 10.7 מיליאן אומלעגאלע איינוואוינער און דו ווילסט נישט אז מיליאנען מענטשן זאלן זיך ארומדרייען קראנק.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג יוני 28, 2019 1:17 pm

כאפצעם, זייער הנאה געהאט!

די סורפרייז פון די רעיס ביז אהער אין אלגעמיין, איז בלי ספק 'מעיאר פיט' ווי מען רופט בוטידזשעדזש בלשון חבה.

ער איז קלוג, כאריזמאטיש, און האט א רואיגע בעטעמטע שפראך, ער פרובירט נישט איבערצושטייגן קיינעם, נאר גייט זיך רואיג זיין וועג ענדזשויענדיג די פראסעס, דאס ברענגט אריין א שטארקע רואיגקייט ווען מען הערט אים אויס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: והיתם נקיים, מיכל הירש, פישל, שבת פארטי, שמערעל, שרייב-פעדער און 101 געסט