דעמאקראטישע פריימערי דעבאטעס 2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:44 am

קוקט אויס ווי די לעצטע קוואליפייאינג פאולס זענען שוין ארויסגעקומען, און עס בלייבט ביי די צען.

די קאנדידאטן ווערן אויסגעשטעלט לויט זייער עוורעדזש שטארקייט אין די פיר קוואליפייאינג פאולס וואס זענען די בעסטע פאר זיי. לויט דעם איז יעצט דער סדר אזוי:

1 ביידען 36.75%
2 סענדערס 20.5%
3 ווארען 20%
4 העריס 17.25%
5 בוטידזשעזש 8.25%
6 בוקער 3.25%
7 יענג 3%
8 קלאבוטשאר 3%
9 ארורק 2.5%
10 קאסטרא 2.5%

(ארורק איז העכער בוקער אין די לעצטע פאולס, און יענג איז העכער זיי ביידע, אבער בוקער קען רעכענען פון לאנג צוריק)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:41 am

עסקנים אפאלירן אז מ'זאל ווייטער שטיצן דעבלאזיא'ס קאמפיין, ער האט נאכאלץ די זעלבע אויסזיכטן פון נעכטן צו ערשיינען ביים דעבאטע.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:38 am

ביי די דריטע דעבאטע וועלן קאנדידאטן באקומען איין מינוט מיט 15 סעקונדעס צו ענטפערן אויף דירעקטע פראגעס, און 45 סעקונדעס אפצוענטפערן אטאקעס און פאלאו-אפ שאלות.

אויב געדענק איך גוט איז דאס 15 סעקונדעס מער ווי די פאריגע דעבאטע. לויט וויאזוי עס גייט וועלן מיר אנהייבן הערן נארמאלע ברייטע ערקלערונגען ביי די צענטע דעבאטע בערך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:04 pm

באשטעטיגט אז עס איז נאר איין נאכט. סעפטעמבער 12. די אויסשטעל אויפן פאדיום וועט געמאלדן ווערן אין א צוויי שעה.

קאנדידאטן וועלן באקומען צייט (וויפיל?) פאר opening statements אבער נישט פאר closing statements (פארוואס?)

עי בי סי ניוז, וואס וועט אנפירן די דעבאטע, שפינט שוין די נאראטיוו וויאזוי די דעבאטעס וועלן זיך אויסשפילן און ווער וועט אטאקירן וועמען, (אויב איז איינער נייגעריג פרעדיקטן זיי אז יענג וועט אטאקירן ביידען, און אויב איז איינער נאך נייגעריג, פרעדיקט איך אז ער וועט דאס נישט טון, אבער עניוועי). פארשטייט זיך אז לויט דעם פארמאט וועט טאקע גרינג זיין צאמצושטעלן די צעהאקטע צושאסענע סטעיטמענטס אז זיי זאלן שטימען מיט די פאראויס באשטעלטע מעשה, און אלעס וועט טאקע האבן פאסירט ווי עס פאסט...

קליינע קינדער שפילן טאטע מאמע, און גרויסע מידיא אוטלעטס שפילן דעבאטעס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:46 pm

עי בי סי זאגט אז די דעבטע וועט זיין דריי שעה!

פון 8 ביז 11.

און... עס וועט נישט זיין קיין קלאוסינג סטעיטמענטס (ענדליך אוועק מיט די נארישטע צען מינוט פון יעדע דעבאטע).

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 3:08 pm

יש ברירה האט געשריבן:עי בי סי זאגט אז די דעבטע וועט זיין דריי שעה!

פון 8 ביז 11.

און... עס וועט נישט זיין קיין קלאוסינג סטעיטמענטס (ענדליך אוועק מיט די נארישטע צען מינוט פון יעדע דעבאטע).


דאס אז עס וועט זיין דריי שעה האב איך נישט אויפגעכאפט, טאקע גוטע נייעס.

קלאוסינג סטעיטמענטס געבט א געלעגנהייט פאר נארישע קאנדידאטן צו ווייזן זייער נארישקייט, וההיפך להיפך. דאס איז די צייט ווען קאנדידאטן זענען נישט געבינדן צו leading questions (וואס זענען געווענליך אויבערפלעכליך און דיווייסיוו), ענטפערן נישט אפ נארישע אטאקעס, און קענען צומאכן צו די לעכער פונעם כאאטישן shouting match.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 4:30 pm

פאדיום אויסשטעל
2y1chw9lwfj31.png
2y1chw9lwfj31.png (549.98 KiB) געזעהן 1683 מאל



קוקט אויס זיי רעכענען יא לויטן לעצטיגן טרענד און נישט דער עוורעדזש פון חדשים צוריק.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 6:59 pm

Yang2020 האט געשריבן:קוקט אויס זיי רעכענען יא לויטן לעצטיגן טרענד און נישט דער עוורעדזש פון חדשים צוריק.


געזען ערגעץ אז זיי רעכענען דעם עוורעדזש פון די לעצטע 10 קוואליפייאינג פאולס. דאס איז טאקע אסאך מער לאגיש.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 7:15 pm

Yang2020 האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:עי בי סי זאגט אז די דעבטע וועט זיין דריי שעה!

פון 8 ביז 11.

און... עס וועט נישט זיין קיין קלאוסינג סטעיטמענטס (ענדליך אוועק מיט די נארישטע צען מינוט פון יעדע דעבאטע).


דאס אז עס וועט זיין דריי שעה האב איך נישט אויפגעכאפט, טאקע גוטע נייעס.

קלאוסינג סטעיטמענטס געבט א געלעגנהייט פאר נארישע קאנדידאטן צו ווייזן זייער נארישקייט, וההיפך להיפך. דאס איז די צייט ווען קאנדידאטן זענען נישט געבינדן צו leading questions (וואס זענען געווענליך אויבערפלעכליך און דיווייסיוו), ענטפערן נישט אפ נארישע אטאקעס, און קענען צומאכן צו די לעכער פונעם כאאטישן shouting match.

דו, אלס איינער וועלכע האסט ליידיגע פראזן און שיינע זאצן, וואלט געדארפט זיין קעגן קלאוסינג סטעיטמענטס מער ווי מיך. סתם א צייט פארברענגעריי נאך ערעגער ווי די גאנצע דעבאטע. קיין שום סובסטענץ ווערט נישט דארט געזאגט יעדע באקומעט א מינוט צוויי פאר וואסער מאלעריי פארענדיגעט מיט די ווערטער "דזשאון מי".

נאר וואס דען... יענג האט געגעבן א "שיינע" קלאוסינג סטעיטמענט פאריגע מאל... ווען ער קען ווען געבן שיינע פראזן ביים דעבאטירן וואלסטו געווען דא צו קאמפיינען אז מען זאל שניידן די ענטפערס פון 75 סעקונדען צו 10... :wink:

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 7:27 pm

איך בין קעגן ליידיגע פראזן און שיינע זאצן, און דעריבער שטערט מיר ווען דער פארמאט שטופט דערצו. און טאקע דערפאר בין איך פאר קלאוזינג סטעיטמענטס וואו עס שטופט נישט, און די (רוב) קאנדידאטן וואס נוצן עס אויס פאר פוסטע נארישקייטן ווייזן טאקע זייער ליידיגקייט.

טאקע די נארישסטע מינוטן פונעם דעבאטע, אבער דאס איז א קליינע פרייז צו צאלן אויף צו געוואויר ווערן ווער איז באמת נאריש ווען ער איז נאטורליך זיך.
Great minds discuss ideas. Average minds discuss events. Small minds discuss people.
עניוועי, איך פארשטיי וואס דו זאגסט, און די מינוטן נערווירן מיר אויך.

(ווען יענג געבט ווען שיינע פראזן וואלט איך נישט געווען זיין שטיצער :lol: )
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

תגובהדורך ליל שישי » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 7:29 pm

i Like Yang With The UBI system but sometimes he talks Nonsense

article from Fox News
Like many of his fellow Democratic presidential candidates, Yang has proposed using a wide range of tools to ramp up renewable energy, reduce reliance on fossil fuels, establish new standards on emissions for buildings, cars and the entire electric grid and boost nuclear energy capacity.

However, his 20-year, $4.87 trillion climate plan differs in one way and that’s in terms of geoengineering — the notion that humans should take deliberate and large-scale action concerning climate in order to stop or slow down the planet’s warming.

Yang’s plan would provide $800 million to NASA, the Department of Defense and the National Oceanic and Atmospheric Administration to research
geoengineering, which includes investigating “giant foldable space mirrors” as an emergency measure of last resort.

Space mirrors would involve launching giant foldable mirrors into space that would deploy and reflect much of the sun’s light [away from the planet].

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 7:45 pm

דאס קומט אין יענג'ס אשכול, און איך וועל ענטפערן דארט. נישט היינט.
אזויפיל וועל איך יא שרייבן. די שפיגלען אין ספעיס איז נישט זיין אויפטו, און פשוטע פיזיקס ווייזט אז עס וועט מער אויפטון ווי אסאך אנדערע פלענער, און וועט נישט חרוב מאכן די עקאנאמיע אא"וו. אבער ער איז דער איינציגסטער קאנדידאט וואס גייט נאך די דאטא נישט קיין חילוק ווי מאדנע עס הערט זיך אויף די ערשטע מינוט.
און פארשטייט זיך אז דאס איז נאר איין קליינע דעטאל אין זיין גאנצן פלאן, וואס איז אויסגעשטעלט די מערסטע רעאליסטיש - די קלענסטע פרייז פאר די גרעסטע פארדינסטן, אויף א וועג וואס זאל נישט צוריקהאלטן עקאנאמישע וואוקס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:19 am

אויף 538 איז דא א אינטערעסאנטע ארטיקל: וואס וואלט געווען ווען די דריטע דעבאטע וואלט געווען באזירט אויף אנדערע פאולס?

זיי רעכענען אויס, אז ווען די זעלבע רולס וואלטן געבליבן, אבער אלע פאולסטערס וואלטן גערעכנט געווארן, וואלטן נאר קוואליפיצירט 12 קאנדידאטן. די 10 פון יעצט, מיט סטייער און גאבארד.
ווען אלע פאולסטערס מיט א 538 רעיטינג פון -B און העכער (וואס מיינט עוורעדזש און ארויף) וואלטן גערעכנט געווארן, וואלטן די זעלבע 12 קאנדידאטן קוואליפיצירט.
ווען נאר פאולס דורכגעפירט לעבעדיג אויפן טעלעפאן וואלטן גערעכנט געווארן, וואס דאס הייסט די גאלד סטאנדארט, וואלטן 9 קאנדידאטן קוואליפיצירט. די 10 פון יעצט, ארויסנעמענדיג קאסטראו.

דאס ווייזט אז יעצט זענען דא לויט די פאולס דריי קלאסן פון קאנדידאטן. ניין וואס וואלטן קוואליפיצירט אויך לויט די העכסטע סטאנדארט, קאסטראו און סטייער און גאבארד וואס וואלטן נאר קוואליפיצירט לויט די עוורעדזש סטאנדארט, און די איבריגע וואס וואלטן נישט קוואליפיצירט אפילו לויט די שוואכסטע סטאנדארט.

דאס אז קאסטראו האט קוואליפיצירט און די אנדערע צוויי נישט איז נישט קאנסיסטענט, און קומט פון דעם וואס די DNC האט עפראווט א ליסטע פון פאולסטערס ווי א גזירת הכתוב, אן קיין נארמאלע קריטעריע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:57 am

לויט די פארטיי, וועט ביים אקטאובער דעבאטע זיין מער קאנדידאטן אויפן סטעידזש ווי ביים קומענדיגן סעפטעמבער דעבאטע. זיי זאגן אז זיי וועלן מאכן לייכטערע געזעצן צו קענען קוואליפיצירן, כדי צו ערמעגליכן מער ווי 10 קאנדידאטן.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:04 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:לויט די פארטיי, וועט ביים אקטאובער דעבאטע זיין מער קאנדידאטן אויפן סטעידזש ווי ביים קומענדיגן סעפטעמבער דעבאטע. זיי זאגן אז זיי וועלן מאכן לייכטערע געזעצן צו קענען קוואליפיצירן, כדי צו ערמעגליכן מער ווי 10 קאנדידאטן.

די געזעצן צום אקטאובער דעבאטע זענען די זעלבע ווי צום סעפטעמבער דעבאטע.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:53 pm

מעגליך. הייסט אז וויבאלד ס'איז דא מער צייט וועלן מער קאנדידאטן קוואליפיצירן. שטימט.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 2:13 pm

איך האב זייער הנאה פון די צען קאנדידאטען דעבאטע, עס מאכט עס מער ערענסט און מען קען מער ארויסנעמען דערפון.

ווארען דארף נאך איין גוטע דעבאטע צו סעקיורען די עלעקשאן.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 2:26 pm

מטעמים האט געשריבן:ווארען דארף נאך איין גוטע דעבאטע צו סעקיורען די עלעקשאן.

זייט אייך אביסל מער מסביר די עס זאל זיין א עדות שאתה יכול להזימה..

וואס מיינט א גוטע דעבאטע?
אז נאר זי זאל זיין גוט און נישט ביידען?
בכלל, אויב ווארען צופראסקעט סענדערס אליין (אדער א צווייטער טוט דאס מיט סענדערס) איז זי אויטאמאטיש פיל פיל אין א בעסערע מצב צוליב וואס איצט איז די ליבעראלע שטימע שארף צוטיילט סאו עס מיינט נישט אז זיי דארף עפעס אויסערגעווענטליך

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 2:42 pm

זי האט גוטע פאולינג נאמבערס אין אייאווע, זי ברענגט גוט ארויס איר וויזיע פאר אמעריקע, אירע שטיצער זעהען אויס צו זיין די מערסטע ענטוזיאיסטיש, גוט מיינט: שטארקע ליינס - גוט מיינט: נאו פלאפס - גוט מיינט: שיינט מער ווי ביידען.

עס איז נישט ערווארטעט אז ווארען זאל צופראסקענען קיינעם, זי דארף שיינען און אויסנעמען גאר גוט אז אירע נאמבערס אין אייאווע און אין ניו העמפשור זאל ארויפגיין צוביסלעך אזוי ווי אין די לעצטע זעקס חדשים ווי זי איז שטייטעלעך ארויף וואס דאס ווייזט אויף א טיפע און שטארקע שטיצע וואס דאס צופאלט נישט אזוי שנעל.

איך האב גראדע לכתחילה געהאלטען אז העריס גייט זיין די שטערן קאנדידאט, איך האב נישט געהאלטען אז ווארען האט א שאנס אבער די מציאות היינט ווייזט אנדערשט.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:39 pm

מטעמים, גאר קלאר!

ביידען איז טאקע לעת עתה די פראנט ראננער, אבער ער האט נישט חיות... זיינע ראליס זענען טויטע ראליס און זיינע פאנדרעיזינג נאמבערס זענען שוואך, מיטן אויסנאם פון די ערשטע פאר טעג, האטער גאר ווייניג אויפגעטריבן ביי קליינע באשטייערער...

צווישן סענדערס און ווארען, הגם סענדערס איז נאך איוון אדער שטערקער, איז קלאר אז ווארען האט די מאמענטום, און א גוטע דיבעיט קען איר סעקיורן די נאמענאציע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:51 pm

זייער שווער צו זען אז זי זאל האבן די נאמינאציע אויב בערני בלייבט אין די רעיס אלל דע וועי, נאך אלעם האט זי נישט די עסטעבלישמענט, און אפילו ביידען וועט אנהייבן פארלירן זיין בעיס וועט עס ענדערש גיין צו העריס ווי ווארען אדער סענדערס.

איין סינעריא וואס איך קען זען, אז די עסטעבלישמענט וועט זיך צוטיילן צווישן העריס און ביידען, און ווארען וועט זיך אביסל מער ארויפריקן איבער סאנדערס אין די ליבעראלע בלאק, דאן איז עס אירס.

א צווייטע, כאטש ווייטע, סינעריא, אז סאנדערס וועט אויפגעבן די רעיס גאנץ פרי, וועט די גאנצע ליבעראלע פליגל -וואס איז שוין יעצט גרעסער ווי די עסטעבלישמענט פליגל- וועט גיין צו איר.
דאס קען אויך אבער געשען פונקט פארקערט, אז זי וועט ארויספאלן און בערני וועט עס פארכאפן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 5:07 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:דאס קען אויך אבער געשען פונקט פארקערט, אז זי וועט ארויספאלן און בערני וועט עס פארכאפן.


און טאקע ווייל עס קען געשען ביידע וועגן, גייט קיינער נישט ארויס פרי.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:33 am

אקטאבער דעבאטע
צוגעלייגטע
ED8q06DWsAI11JN.png
ED8q06DWsAI11JN.png (38.94 KiB) געזעהן 866 מאל

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 5:41 pm

די נעכטיגע וואשינגטאן פאוסט / ABC ניוס אנקעטע האט ווידער אנגעמאכט שאלות.
וואשינגטאן פאוסט האט באריכטעט אז גאבארד האט באקומען 2%, ווייל אזויפיל האט זי געהאט פון די רעדזשיסטערד וואוטערס, אבער ABC האט איר געשטעלט ביי 1%, ווייל אזויפיל האט זי געהאט פון אלע עדאולטס. איז דעריבער געווען א שאלה צו האלט זי ביי דריי אנקעטעס אדער צוויי?
די DNC האט היינט קלאר געמאכט אז זיי וועלן עס נישט רעכענען פאר גאבארד. זי דארף דעריבער נאך צוויי אנקעטעס.
איך וואונדער זיך, פארוואס האט די DNC געענטפערט? עס איז דאך נישט נוגע :? ...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:37 am

שאצונגען און פרעדיקשענס וויאזוי די מארגנדיגע דעבאטע וועט זיך אויסשפילן זענען בשפע אויף די נייעס קוועלער, פארגעזאגט מיט גרויס ערנסטקייט דורך די אנאליסטן און פאנדיטס.

דאס זענען מיינע פרעדיקשענס, פארגעזאגט מיט נישט צופיל ערנסטקייט דורך פלוני המכונה Yang2020.


קלאבוטשאר וועט זיין פארגעסבאר. זי וועט אפשר פרובירן צו אטאקירן אדער פארציילן א דזשאוק, אבער עס וועט אויסקומען פלאך. א שאד, ווייל זי קוקט מיר גראדע אויס בעסער ווי אסאך וואס זענען העכער איר.
זי וואלט געצויגן מער פובליסיטי ווען זי וואלט געמאלדן אז זי גייט נישט זיין ביי די דעבאטע, און זי געבט איבער דעם כבוד פאר טולסי גאבארד וואס איז אומ'יושר'דיג באזייטיגט געווארן. אבער אויך דאס וועט זי נישט טון.

קאסטרא פון די צווייטע זייט סטעידזש וועט זיך שפירן אינדערהיים, און וועט זיין נאכמער אגרעסיוו ווי פאריגע מאל. ספאנישע ווערטער וועלן אויסגעטוישט ווערן, אפשר נאכמער ווי ביים ערשטע דעבאטע, און בוקער און ארורק וועלן אויך ווייזן זייער בקיאות. (איך וואלט געוואלט יענג זאל פושט זיין די איבעיא אין כינעזיש, און בוטידזשעזש זאל ברענגען א ראיה אין נארוועגיש, אזוי אז נישט נאר רוב נאר טאקע אלע זאלן נישט פארשטיין וואס דער וויכוח איז, אבער דאס איז שוין ווישפול טינקינג...)
אימיגראציע וועט מסתמא זיין א גרויסע אישו, און ער וועט קענען נאכאמאל אראפרייסן ביידען (אבאמא) און ארורק.
ער וועט האבן קאפוויי וואו אריינצושטופן זיין טרעידמארק "אדיאס טראמפ", ווייל עס וועט נישט זיין קיין קלאוזינג סטעיטמענט.

ארורק קען נאר פארדינען אויב קומט ער אריין סורפרייזינגלי שטארק, ווייל סתם שטארק איז ער שוין געווען און עס פארלוירן. זיינע הויפט שוואכקייטן זענען אז ער ווערט באטראכט ווי סטייל איבער סובסטאנץ און אז ער קוקט אויס שוואך און פארלוירן קעגן זיינע אטאקירער. אויב קען ער קומען אנגעלאדנט מיט הארטע סחורה (בארגן פון זיין שכן רעכטס) און געבן אפאר גוטע שטויסעס פאר זיין שכן לינקס קען ער עס מאכן, אבער איך גלייב נישט אז ער וועט.
ארורק'ס הויפט שטארקייט איז זיין "גלאנץ", אבער דאסמאל וועט בוטידזשעזש אויך זיין אויפן סטעידזש און ער שיינט מער. ארורק וועט זיין פון די לוזערס.

בוקער וועט איבער'חזר'ן זיין פערפארמענס פון פאריגע מאל, פון אטאקירן מיט א שמייכל און שפילן דער גוטמוטיגער פעטער וואס פרובירט צו מאכן שלום און אונז דערמאנען פארוואס מיר זענען דא. איך בין נישט זייער נתפעל געווארן, אבער ביי געוויסע סארט האט ער גוט אויסגענומען, און למעשה האט ער אביסל געהויבן זיינע פאולס.
ער וועט ווייטער באטראכט ווערן ווי א געווינער לויט געוויסע, און ווי דער נערווירער לויט אנדערע.

בוטידזשעזש האט א שטיקל דילעמא. צוריק אויפצוהייבן זיין געפאלענע קאמפיין דארף ער גיין אגרעסיוו, אבער מיט דעם וואלט ער פארלוירן זיין "קיל גיי" סטאטוס און געגאנגען אףף ברענד. און וועם זאל ער אטאקירן? די פראגרעסיווס (ווארען און סענדערס) ארבעטן גוט צוזאמען, און ער שטעלט איין מיטן גיין קעגן זיי. די מאדערעיטס (ביידען און העריס) לוינט זיך אים נישט אויפצורעגן, ווייל זיי וועלן אים די ענדערשסטע נעמען פאר וויצע.
איך שטעל זיך פאר אז ער וועט זיך האלטן פארזיכטיג. ער וועט נישט ארויסקומען פארלירער אבער וועט אויך נישט פארדינען.

יענג וועט אנהייבן מיט "איך בין דזשאן יענג, דער צווילינג פון ענדרו. ער האט מיר געשיקט אויף זיין פלאץ ווייל איך צי מער מידיא אטענשאן"
די מאדערעיטארס וועלן אים מסתמא פרובירן אריינצוציען אין א געפעכט קעגן סענדערס איבער פרידאם-דיווידענד ווס. מינימום וועידזש אדער פעדעראל דזשאבס גאראנטי, און עס וועט זיי מעגליך געלונגען. אויב יא, וועט יענג פארלירן דעם קאמף אבער געווינען די מלחמה. סענדערס וועט אריינקומען שטערקער, אבער יענג וועט האבן מער פארדינט ווי פארלוירן ביי די צוהערערס.
ער וועט אנהייבן צו רעדן מער פון זיינע אנדערע פאליסיס, און וועט אויך אביסל אונטערציפן אנדערע. איך מיין נישט דווקא אטאקירן דירעקט, נאר אין די אבסטראקט אראפלייגן א קעיס פארוואס אנדערע פאליסיס זענען נישט גוט, אדער פארוואס אנדערע האבן נישט זיינע שאנסן צו געווינען קעגן טראמפ. אפשר אויך הומאריסטיש באדאנקען ביידען, בוטידזשעזש, דיבלאזיא און אנדערע פארן אים געבן אנערקענונג דורכן קאפירן זיינע טאלקינג פוינטס.
בסך הכל וועט ער באהאנדלט ווערן מיט מער יושר דורך ABC ווי דורך NBC, כאטש ער וועט ווייטער רעדן פון די ווייניגסטע.

העריס וועט פרובירן צו מאכן א קאמבעק, און עס וועט איר גאנץ מעגליך אביסל געלונגען. צו איר מזל איז טולסי דאס מאל נישט אויפן סטעידזש, און אויך ווערט זי שוין נישט באטראכט ווי אזא געפאר דורך די העכער איר. זי איז א גוטע דיבעיטער און קען גוט בייסן, כאטש איך גלייב נישט אז עס וועט איר געלונגען אזוי גוט ווי די ערשטע מאל.

סענדערס וועט נאך ווייטער ארבעטן מיט ווארען אנשטאט קעגן איר. ער ווערט בעיקר צוהיצט ווען אויף דעפענסיוו, און זיינע קעגנער וואלטן אפשר פארדינט פון אים אינארירן, אבער דאס גייט געוויס נישט געשען. העריס און ביידען וועלן שטיין די ערשטע אין די רייע, און כאטש ביידען קען גארנישט פארדינען דערפון און נאר פארלירן וועט ער זיך נישט איינהאלטן.
סענדערס וועט דיפענדען זיין רעקארד, און טייטלען שארפע פינגערס אינעם ריכטונג פון "דע וואן פעסענט"

ווארען איז אויך א גוטע דיבעיטער, אבער זי וועט נישט זוכן צו אטאקירן סענדערס און נישט די אונטער איר. זי וועט מסתמא גיין קעגן ביידען און געווינען. איך זע אבער נישט פארוואס אזא געווינס זאל איר פארזיכערן די נאמינעישאן. א גוטע דעבאטע קען אינגאנצן טוישן די קלענערע קאמפיינס, אבער מאכט נישט אזוי סאך אויס ביי פראנט ראנערס in the grand scheme of things. דאס יא, אויב קען זי צומאלן ביידען אז זיין גאנצע באזע זאל צופאלן אויפן ארט, וועט זי זיין די כמעט זיכערע נאמיני. אבער דאס וועט מסתמא נישט פאסירן.
פון די אנדערע זייט קען זי נאך אטאקירט ווערן פון א אומגעראכטענע ריכטונג און ווערן געכאפט אףף גארד...

ביידען וועט קומען גרייט פאר ווארען'ס אטאקעס, און האבן אייגענע אטאקעס קעגן איר, אנדערש ווי פאר העריס אין די ערשטע דיבעיט. ער גייט דאך נישט געווינען, אבער ער דארף נאר גענוג שוואך פארלירן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אץ קוצץ, יש ברירה, פראהביטש און 43 געסט