בלאט 23 פון 76

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 2:13 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
איך האב דאך געשריבן. פארן באזוכן אסאד.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 2:15 pm
דורך שכל'דיג
דזשאו ביידען׳ס קאנדידאטור איינגעשטעלט נאך דעמאקראטישע דעבאטע
דער קאנדידאטור פונעם געוועזענעם וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען האט געכאפט א שטארקע קלאפ נעכטן ביי די צווייטע נאכט פון די דעמאקראטישע דעבאטעס. ער איז אריינגעקומען צו די דעבאטעס אלס א קלארערע ׳פראנט-ראנער׳ שטייענדיגע היבש העכער אנדערע קאנדידאטן, אבער ער איז ווי עס שיינט נישט געווען אין די כלים ביים דעבאטע און האט נישט גוט אויסגענומען.

ביידען איז אטאקירט געווארן דורך סענאטארשע קאמאלע העריס איבער זיין רעקארד אויף סעגראגאציע, און אנגעוויזן אז ער האט זיך קעגנשטעלט דערצו אז די פעדעראלער רעגירונג זאל צווינגען לאקאלע רעגירונגען צו צושטעלן באסעס פאר קינדער פון שווארצע געמיינדעס צו קומען אין שולע אין אנדערע דיסטריקטס, און האט געטאדעלט אז דער באשלוס האט איר פערזענליך עפעקטירט אלס יונגע שווארצע קינד.

אנאליסטן האבן נאך די דעבאטע דערקלערט קאמאלע העריס אלס די געווינערין פונעם דעבאטע, און אלס צווייטער איז אריינגעקומען פיט בוטעדזשעדזש דער מעיאר פון סאוט בענד אינדיאנא וועלכער האט געגעבן שארפע ענטפערס און זאכליכע ערקלערונגען. די אונטערשטע שורה פון די נאכט איז געווען אז די צוויי ׳פראנט-ראנערס׳ בערני סאנדערס  און דזשאו ביידען זענען ארויסגעגאנגען היבש אפגעשוואכט.
JP

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 2:30 pm
דורך פעיק נוז
סענאטאר קרוז איבער די נעכטיגע דעבאטע: ..."The clown car is broken, There is no break, and always turns left"

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 2:41 pm
דורך יש ברירה
פעיק נוז האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:גראדע העלט קעיר פאר אומלעגאלע מאכט סענס. די פאקט איז אז אמעריקע האט יעצט 10.7 מיליאן אומלעגאלע איינוואוינער און דו ווילסט נישט אז מיליאנען מענטשן זאלן זיך ארומדרייען קראנק.

יאפ, איינמאל מען קומט שוין צו צו די הנחה אז זיי באלאנגען דא הייבט זיך אהן די ברענעדיגע פראגע אז זיי קענען קראנק מאכן דאס לאנד...

גראדע איז דיין ליין געזאגט געווארן דורך מעיאר בוטידזשעדזש.

ניין עס פאסירט איינמאל מען אנערקענט די פאקט אז זיי זענען דא. קענסט זיי ארויסווארפן אין יעדנפאל.

אז דו קענסט זיי ארויסווארפן, נו פארוואס וועיסטן א פעני אויף זיי?

ווייל אפילו לשיטתך גייט מען נישט ארויסווארפן 11 מיליאן מענטשן אין איין טאג אדער אפילו יאר און ניטאמאל אין צען.

ווילאנג זיי זענען דא ברויך מען זיי געבן העלט קעיר.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 2:41 pm
דורך פעיק נוז
אויף די פראגע פון טאקער קארלסאן פון דעמאקראטישע פריימערי קאנדידאט טולסי גאבארד - איבער דעם וואס איר האט מען די ווייניגסטע געפרעגט ביי די דעבאטע און אז זי איז געווען די איינציגסטע וואס איז געווארן אטאקירט דורך די מאדערעיטער'ס - האט גאבארד געענטפערט: עס ווייזט אז עס איז דא דארט קלארע בייעס.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 2:43 pm
דורך יש ברירה
פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:איר אטאקע סובסטענס האט מיר גראדע געשיינט צו זיין הוילע שטותים און ביידען האט איר גראדע גוט געענטפערט אז ער איז נישט שולדיג אז איר סיטי קאנסול האט געהאט ראסיסטישע געזעצן אבער ווען איינער אטאקירט העלפט נישט אייביג קיין דיפענס, מעדארף גיין אויף אפענס און דאס האט ביידן נישט באוויזן און דערפאר האט זי אים געווינען.

ליין דא וואו איך האב באשריבן מער באריכות ביידען'ס ראלע אין דעם ענין אלס סענאטאר. וועסטו פארשטיין אז העריס איז גערעכט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p1924821

פאר די רעקארד, די קעריקטערעזעישין איז נישט גערעכט דארט. ועוד חזון.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 3:09 pm
דורך טעאריע וואס לעבט
פעיק נוז האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון די צוויי נעכט איז, אז די קאנדידאטן זענען נישט בעלעבאס אויף זיך אליין, נאר די גאר לינקע פליגל אין די פארטיי באצווינגט יעדן נאכצוטאנצן די זינלאזע סענדערס-ווארען אויפטרעפן

אודאי, אזוי ארבעט דעמאקראטיע.

פאר וועמען די וויילער שטימען, יענער געווינט, סאו מענטשן וואס ווילן געווינען זאגן צו וואס מענטשן ווילן.

ופשוט הוא.

יא, אבער ווען עס איז אבוויעס אז דו זאגסט דיין מיינונג נישט ווייל די האלטסט אזוי, נאר ווייל דו ווילסט צעפרידן שטעלן א געוויסע בעיס, נעמט עס זייער נישט גוט אויס.

און די מערסטע זעט מען עס אויף העריס...

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 3:19 pm
דורך יש ברירה
יש ברירה האט געשריבן:15.3 מיליאן מענטשן האבן נעכטן מיטגעהאלטן די ערשטע דעמעקראטישע דעבאטע אויף די דריי ען. בי. סי. נעטווארקס וועלכע האבן עס געליפערט.

זייער נאענט צו די רעקארד 15.5 מיליאן צוקוקער וועלכע די ערשטע דעמעקראטישע דעבאטע האט פארמאגט אין 2015, אבער ווייט פון די 24 מיליאן וועלכע האבן מיטגעהאלטן די ערשטע רעפובליקאנער דעבאטע.

די נעכטיגע צווייטע דעבאטע איז געווארן מיטגעהאלטן דורך 18.1 מיליאן מענטשן.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 3:27 pm
דורך פעיק נוז
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון די צוויי נעכט איז, אז די קאנדידאטן זענען נישט בעלעבאס אויף זיך אליין, נאר די גאר לינקע פליגל אין די פארטיי באצווינגט יעדן נאכצוטאנצן די זינלאזע סענדערס-ווארען אויפטרעפן

אודאי, אזוי ארבעט דעמאקראטיע.

פאר וועמען די וויילער שטימען, יענער געווינט, סאו מענטשן וואס ווילן געווינען זאגן צו וואס מענטשן ווילן.

ופשוט הוא.

יא, אבער ווען עס איז אבוויעס אז דו זאגסט דיין מיינונג נישט ווייל די האלטסט אזוי, נאר ווייל דו ווילסט צעפרידן שטעלן א געוויסע בעיס, נעמט עס זייער נישט גוט אויס.

און די מערסטע זעט מען עס אויף העריס...

יא יא, און פארדעם רעכן איך איר נישט אלס די געוואונער פון די דיבעיט נעכטן, אפי' זי איז אריינגעקומען שטארק.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 3:48 pm
דורך יש ברירה
די 538 נומערן פון נאך די צווייטע דעבאטע צייגט אז ביידען האט געכאפט א ערענסטע גליטש און העריס א שטארקע שפרונג. ווי עס שיינט האט העריס גענומען אויך אביסל פון ווארענ'ס נעכטיגע פארדינסטן.

Biden 32%
Sanders 17%
Harris 17%
Warren 14%
Buttigieg 5%
Booker 3%
O'Rourke 2%
Castro 2%
Yang 1%
Gabbard 1%
Hickenlooper 1%
Klobuchar 1%
Ryan 1%

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 3:56 pm
דורך יש ברירה
.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 3:57 pm
דורך שקר
נאך אלעס שטייט נאך אבער ביידען די העכסטע
און נאכמאל איך האלט אז העריס איז די בעסטע קעגען טראמפ

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 4:03 pm
דורך וואס טוט זיך
מיין דריעם איז א ביידן-העריס טיקעט אלס ביידן אן די טאפ.

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 4:04 pm
דורך שקר
וואס טוט זיך האט געשריבן:מיין דריעם איז א ביידן-העריס טיקעט אלס ביידן אן די טאפ.

שוין לאנג געהאלטען אזוי

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 4:46 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
קיינמאל!

IMG_20190628_164459.jpg
IMG_20190628_164459.jpg (104.95 KiB) געזעהן 1228 מאל

PassTheTorch#

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 5:19 pm
דורך פאראינטערסירט
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נישט לעגאליזירן, דעקרימינאליזירן אזוי אז די קינדער כאפערס זאלן נישט קענען איינשפארן די געקידנעפטע חדר יונגלעך אין קאנצענטראציע לאגערן. (נישט אז איינער צווינגט די גאווערנמענט דאס צו טון יעצט, ווען עס איז יא קרימינאל אונטערן געזעץ. זיי טוען עס פשוט פאר שלעכטסקייט).

שעמסטעך נישט נאכצוזאגן קארטעז'ס שטותים??!!! אלעס צוליב שנאת טראמפ?

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 5:28 pm
דורך וואס טוט זיך
פאראינטערסירט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נישט לעגאליזירן, דעקרימינאליזירן אזוי אז די קינדער כאפערס זאלן נישט קענען איינשפארן די געקידנעפטע חדר יונגלעך אין קאנצענטראציע לאגערן. (נישט אז איינער צווינגט די גאווערנמענט דאס צו טון יעצט, ווען עס איז יא קרימינאל אונטערן געזעץ. זיי טוען עס פשוט פאר שלעכטסקייט).

שעמסטעך נישט נאכצוזאגן קארטעז'ס שטותים??!!! אלעס צוליב שנאת טראמפ?

ר'איד איר ווייסט וואס קאנצענטראציע לאגער מיינט? נישט א נאצי לאגער! יא אויב מ'קידנעפט א קינד, און מ'פירט זיך אויף מיט אים מיט 'זערא טאלעראנץ', רוף איך דאס אים אריינגעלייגט אין א קאנצענטראציע לאגער!

געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2019 6:52 pm
דורך גראף פאטאצקי
וואס טוט זיך האט געשריבן:

ר׳ איד נעקסט גייט מען אנהייבן צי אפשפארן תפיסות אין אמעריקע...
א מין זאך דאס קאנצענטראציע קעמפס דא ממש ארויף די בלאק אין אוטעסוויל געגאנגען פאנג אן
נאכדעים גייט מען אנהויבן באצאהלן יעדענס מארטגעדזש
דערווייל גייט יעדער העכער אכצען באקומען א טויזענטער א חודש

איי מין פאר ריעל די חברה זענען אמתדיג נישט ביים דעת מער

געשריבן: מוצ"ש יוני 29, 2019 11:21 pm
דורך צווייפעל
וואס טוט זיך האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נישט לעגאליזירן, דעקרימינאליזירן אזוי אז די קינדער כאפערס זאלן נישט קענען איינשפארן די געקידנעפטע חדר יונגלעך אין קאנצענטראציע לאגערן. (נישט אז איינער צווינגט די גאווערנמענט דאס צו טון יעצט, ווען עס איז יא קרימינאל אונטערן געזעץ. זיי טוען עס פשוט פאר שלעכטסקייט).

שעמסטעך נישט נאכצוזאגן קארטעז'ס שטותים??!!! אלעס צוליב שנאת טראמפ?

ר'איד איר ווייסט וואס קאנצענטראציע לאגער מיינט? נישט א נאצי לאגער! יא אויב מ'קידנעפט א קינד, און מ'פירט זיך אויף מיט אים מיט 'זערא טאלעראנץ', רוף איך דאס אים אריינגעלייגט אין א קאנצענטראציע לאגער!

טראמפ שיקט די קינדער אין גאז טשעמבערס ! - גאז קאמערן מיינט נישט נאצי גאז קאמערן, עס מיינט יעדע מאל וואס מהאלט איינעם געצווינגען אין א צימער וואס איז געהייצט דורך גאז וכו',

פעך, ווי אידן קענען אזוי רעדן, די נאציס האבן ארויסגעריסן מיינע זיידעס מיט זייערע קליינע קינדער פון זייערע הייזער/שטעט און פארטריבן הונדערטער מיילן ווייט מיט בהמות וואגאנען צו קאנציטראציע לאגערן וואס זענען געווען מחובר מיט מארד לאגערן, אז די ליקווידאציע/שקלאפעריי זאל גיין גרינג און עפישענט, פון דארט קומט דער מושג פון 'קאנציטראציע לאגערן'.

קומען די הפקר יונגען אין בארגן דעם שרעקליכן ווארט 'קאנציטראציע לאגערן' און שמירן דאס ארויף אויף טראמפ סזאל אויסזעהן שרעקעדיג, ווען סה"כ רעדט מען פון שמוגלער וואס ברענגען מיט קליינע קינדער, און אמעריקע האט א פראבלעם זיי צוריק צו שיקן פון ווי זיי קומען, נאר לייגן זיי און קעמפס מיט מטה כסא שלחן ומנורה.

געשריבן: מוצ"ש יוני 29, 2019 11:43 pm
דורך קאנסילמאן
איך האב עטוואס מיטגעהאלטן די דעבאטעס און אעך זע נישט קיינעם אויף די לעוועל צו באזיגען טראמפ,

דא איי מיס סאמיטינג? די דעמעקראטען פלאנירען נישט צו זיגען אין די קומענדיגע וואלען?!

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 12:52 am
דורך שקר
קאנסילמאן האט געשריבן:איך האב עטוואס מיטגעהאלטן די דעבאטעס און אעך זע נישט קיינעם אויף די לעוועל צו באזיגען טראמפ,

דא איי מיס סאמיטינג? די דעמעקראטען פלאנירען נישט צו זיגען אין די קומענדיגע וואלען?!

יא יא העריס קען נישט?

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 12:58 am
דורך קאנסילמאן
ניין, זי קען נישט

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 1:00 am
דורך שקר
קאנסילמאן האט געשריבן:ניין, זי קען נישט

דעמץ האסטו עס נישט געוואטשט

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 1:02 am
דורך קאנסילמאן
אקעי, א גיטע וואך

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 1:32 am
דורך שכל'דיג
קאנסילמאן האט געשריבן:איך האב עטוואס מיטגעהאלטן די דעבאטעס און אעך זע נישט קיינעם אויף די לעוועל צו באזיגען טראמפ,

דא איי מיס סאמיטינג? די דעמעקראטען פלאנירען נישט צו זיגען אין די קומענדיגע וואלען?!

קאסילמאן דאס מאל בין איך מיט דיר...