גזירת החינוך ענגלאנד

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג יולי 28, 2019 5:32 pm

איך זאג נישט, איך טראכט נאר הויך: יתכן אז פרעמדע רבנים האבן זיך א רעכט אריינצומישן אין די גזירת החינוך אין לאנדאן, צוליב וואס די גזירה איז ליידער נישט נאר נוגע אין לאנדאן, עס איז ליידער אין כמעט אלע אידישע געגנטער, אין ניו יארק, קאנאדא, ענגלאנד, ממילא די מהלך וואס לאנדאן טוט שטעלט אוועק אין א געוויסע זין די מהלך פון די יהדות החרדית אנטקעגן די גזירה, ממילא קומט דוקא יא אריין אז אלע רבנים פון די גאנצע וועלט זאלן מחוה דעה זיין איבער די גזירה.

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג יולי 28, 2019 6:03 pm

משהלע דער נער האט געשריבן:עס איז ליידער נישט קיין מחלוקה׳לע, ס׳איז דא פוחזים וריקים וואס פירען א מערכה קעגען אלע גדולי רבני ענגלאנד

און זיי רופען עס א הייליגע מערכה צו ראטעווען די חינוך

אזוי איז עס אין אלע מקומות מושבות בני ישראל

משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

תגובהדורך משהלע דער נער » זונטאג יולי 28, 2019 6:32 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך זאג נישט, איך טראכט נאר הויך: יתכן אז פרעמדע רבנים האבן זיך א רעכט אריינצומישן אין די גזירת החינוך אין לאנדאן, צוליב וואס די גזירה איז ליידער נישט נאר נוגע אין לאנדאן, עס איז ליידער אין כמעט אלע אידישע געגנטער, אין ניו יארק, קאנאדא, ענגלאנד, ממילא די מהלך וואס לאנדאן טוט שטעלט אוועק אין א געוויסע זין די מהלך פון די יהדות החרדית אנטקעגן די גזירה, ממילא קומט דוקא יא אריין אז אלע רבנים פון די גאנצע וועלט זאלן מחוה דעה זיין איבער די גזירה.


כ'הער, גאנץ א פיינע סברא! אבער ווער עס קען אביסל די מציאות הדברים איבער די גזירות החינוך אין ענגלאנד, ווייסט און פארשטייט אז מען קען נישט צוגלייכן די גזירות אין ענגלאנד צו די גזירות אין אר"י מאנטריאל אדער ניו יארק.
אין די צייט וואס אין ניו יארק איז די עיקר מערכה גענויגט איבער שעות פון לימודי חול אד"ג איז אין ענגלאנד די מערכה בעיקר אויף לימודי תועבה, און די צייט ווען אין ניו יארק קען מען אייביג גיין אין געריכט טענה'ן דיסקרימינאציע קעגן רעליגיע איז אין ענגלאנד גארנישט אזוי פשוט, (וויבאלד ענגלאנד איז 'אפיציעל' א רעליגיעזע ממלכה), אין די צייט וואס אין ניו יארק האט מען צוטוהן בעיקר מיט'ן מכם ומבכם... אפגעשליסענע חברה וואס קומען ליידער מתוך מחנינו, געוויסע לא לנו'ס און לא יוצלח'ס וואס מאכן נויז און האבן ליידער געטראפן אן אפענעם אויער ביי פאליטיקאנטן אבער פארט וועט מען זיי בעז"ה בקרוב קענען שטיל מאכן, אבער אין ענגלאנד האט מען צו טוהן מיט גרויסע און מעכטיגע גוי'שע ארגאניזאציעס פון יומעניסט און סעקולעקע חברה מיט ענדלאזע קוועלער פון געלט, וואס שטופן א הפקר'דיגן און ליבעראלן אגענדע און די פאליטיקאנטן כאפן זיך צו זיי ווי צו געבראטענס, אין די צייט וואס אין ניו יארק קענסטו סטראשענען א פאליטיקאנט דורך די אידישע בלאק וואוט איז אין ענגלאנד אינגאנצן נישט אזוי, דעריבער איז אינגאנצן נישט די מציאות די זעלבע ולא ראי זה כראי זה, און די רבנים פון דערווייטנס זאלן זאגן זייער מיינונג ביי זיך אין ביהמ"ד און ווי הג"ר ברוך נתן הלברשטאם שליט"א אב"ד קיט"ל דסאטמאר האט שוין געזאגט אויף די וואס האבן זיך געוואנדן צו פרעמדע רבנים ''הרוצה לשקר ירחיק עדותו''....
אפגערעדט אז אין אר"י איז אנדערש די מציאות ווען דארט קען מען שרייען 'איני מכיר'... און די גזירות פון תכנית הליבה איז אויך אינגאנצן אויף אן אנדערן פארנעם ואכמ"ל, והמשכיל על דבר אמת יבין, וד"ב.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג יולי 28, 2019 7:10 pm

משה'לע איך בין באמת נישט אויסגעקאכט אין די נושא, אבער עטליכע זאכן וואס די שרייבסט וואס אין ענגלאנד איז אנדערש ווי ניו יארק, איז לכאורה נישט ריכטיג. אין אמעריקע איז אויך די מלחמה וועגן לימודי תועבה, אין אמעריקע האט מען אויך צו טוהן מיט מעכטיגע חברה מיט ענדלאזע קוועלער פון געלט, אין ניו יארק קען מען אויך נישט אזוי גרינג סטראשענען א פאליטיקאנט מיט די צאל חרדישע וואוט'ס.

על כל פנים אויבנאויף איז א שטארקע סברא צו זאגן אז סדנא דארעא חד.

משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

תגובהדורך משהלע דער נער » זונטאג יולי 28, 2019 7:21 pm

[quote="עפל קאמפאוט"]משה'לע איך בין באמת נישט אויסגעקאכט אין די נושא, אבער עטליכע זאכן וואס די שרייבסט וואס אין ענגלאנד איז אנדערש ווי ניו יארק, איז לכאורה נישט ריכטיג. אין אמעריקע איז אויך די מלחמה וועגן לימודי תועבה, אין אמעריקע האט מען אויך צו טוהן מיט מעכטיגע חברה מיט ענדלאזע קוועלער פון געלט, אין ניו יארק קען מען אויך נישט אזוי גרינג סטראשענען א פאליטיקאנט מיט די צאל חרדישע וואוט'ס.

על כל פנים אויבנאויף איז א שטארקע סברא צו זאגן אז סדנא דארעא חד.[/quote

אויף 'די' סברא האט שוין דער רב פון סאטמאר לאנדאן ר' ברוך נתן הלברשטאם זיך געלאזט הערן!!!
עיין בדבריו ותמצא תשובה ניצחת אז לא ראי זה כראי זה און הצד השוה איז אז יעדע לאנד האט זיך זייערע רבנים און זייער דעת תורה וואס פירט זיי, און מען קען נישט מדמה זיין מילתא למילתא מיט הוילע סברות און פינגער דרייענישן!!!!!!!!!!!!!! און אפי' אויב עס איז פארהאן ענדליכקייטן מוז נישט זיין אז די געזעצן, גיידענס, דרכי השתדלנות די זעלבע!
איין זאך איז יא די זעלבע איבעראל! אז די תורה הקדושה מיט דברי חז"ל און די שו"ע איז נר לרגלם פון די גדולי ישראל בכל מקומות מושבותיהם ולאורם נסע ונלך עד כי לבדו ימלוך מלך בביאת הגואל בב"א!!!

משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

באציאונג צום א.ד. ארטיקל פון BBC געברענגט דורך 'מי כעמך'

תגובהדורך משהלע דער נער » זונטאג יולי 28, 2019 7:34 pm

מי כעמך האט געשריבן:
דאכצעך קאמענטארן זענען גענצליך איבעריג, לאמיר האפן אז מהם ילמדו וכן יעשו, אז אלע רעליגיעזע עלטערן פון אלע רעליגיעס פון גאנץ ענגלאנד וואלטען געטון די זעלבע וואלט מען געהאלטן אויף א וועג. ביזדערווייל קוקט אויס אז נאר דער שפראך פארשטייען זיי.

לכבוד דעם ארטיקל פון די ענגלישע BBC וואס ר' מי כעמך האט אויבן צוטירט, וויל איך רעאגירן און אויסקלארן אפאר ענינים וואס קוקט אויס אז דער עולם איז דא היפש עם הארצ'יש געשטימט בנוגע ענגלאנד'ס גזירות החינוך!

קודם כל איז אינגאנצן נישט קיין פארגלייך פון די בערמיגעהם סקול צו די היימישע מוסדות, וויבאלד דארט שלאגט זיך די מנהלת מיט די עלטערן און זי וויל דווקא 'יא' לערנען די לימודי תועבה מיט די קינדער און ביי אונז שטייען די מנהלים פעלזן פעסט זיך צו שלאגן איבער די אלע גזירות החינוך און בשו"א נישט אריינלאזן קיין שינויים בתוככי המוסדות וק"ו ב"ב של ק"ו אז זיכער נישט די לימודי תועבה היל"ת!!!!

ווי שוין דערמאנט אין אן אנדערן פאוסט איז די עיקר גזירות דא געצילט אויף די לימודי תועבה וואס ווערט געפאדערט צו לענען אין די מוסדות היל"ת.
אין די נייע גייד ליינס ארויסגעגעבן דורך די רעגירונג האבן זיי אריינגעלייגט א קלארע ארויסציאונג אפציע פאר עלטערן וואס ווילן נישט זייערע קינדער זאלן לערנען די לימודי תועבה, און עלטערן האבן א רעכט צו פאדערן פון די מוסד אז מיינע קינדער זאלן נישט דארפן זיין ביי די סארט לימודים. ד.מ. אז די העדטיטשערס האבן א חיוב צו לערנען מיט די קינדער די אלע תועבות אבער די עלטערן קענען ארויסנעמען זייערע קינדער פון דעם.
אט די נייע גייעדענס גייען אריין אין קראפט דעם קומענדיגן יאר 2020 למס'.

און אצינד לגבי די פאבליק שולע אין בירמינגעהעם וואס פון דעם רעדט מען אין די BBC ארטיקל
דארט רעדט זיך פון א פאבליק סקול וואס איז פולקאם אונטער די רעגירונג, נאר אזויווי גאנץ בערמינגעהעם באשטייט פון א ריזן צאל פון בני ישמעאל וואס קערן זיך אן צום מוסלעמנער גלויבן, און פון דארט וואקסן אלע ענגלישע עקסטרעמיסטן, איז די א.ד. שולע באזעצט מיט א ריזן צאל מוסלעמענער קינדער און ווי פארשטענדליך ווילן זיי אויך נישט זייערע קינדער זאלן לערנען די לימודי תועבה.
דא איז אבער געקומען די העד טיטשער - וואס ווערט צוטירט אינעם ארטיקל - און זי האט זיך פארעקשנ'ט עס יא צו לערנען! און זי האט טאקע מקיים פסק געווען און געגעבן א פארארדענונג פאר די טיטשערס זאלן אנהייבן צו לערנען די אלע לימודי תועבה.
ווי נאר די מוסלעמענער עלטערן האבן געהערט דערפון האבן זיי זיך אריויסגעלאזט אויף די גאסן מיט געוואלדעס און פראטעסטירט אנטקעגן די 'מנהלת' (!) היתכן זי לערנט מיט די קינדער שמוץ אנטקעגן זייער ווילן, און זי האט זיך געהאלטן ביי איהר'ס און זיך נישט געוואלט ברעכן.
דאן האבן די עלטערן ווייטער פארפירט קעגן איהר און געבארדעוועט מיט שווערע ראיאטן אין די גאסן ביז זי האט אצינד באקומען די נויטיגע סילוק פון די דעפארטמענט פאר עדיוקעישאן DFE וואס האבן איהר געשטעלט אויפן געזעץ אז איידער מען הייבט אן צו לערנען די דאזיגע לימודים דארף מען דאס קאונסאלטן מיט די עלטערן - ד.מ. אדורכשמועסן מיט די עלטערן - און נאכ'ן הערן זייער מיינונג מעג די שולע באשליסן וואס מען וויל טוהן.
זי איז געווארן אויפגערעגט אויף די DFE און האט אנגעהויבן צו פארפירן און געלאפן צו די פרעסע צו מאכן נויז, און פאדערן פונעם ניי געקרוינטן פריימיער מיניסטער א קלארשטעלונג איבער לימודי תועבה.


ביי אונזערע מוסדות פארשטייט יעדער איינער אז די מנהלים האבן נישט קיין איבעריגע אינטערעסע צו לערנען די לימודים און גיין קעגן די מיינונג פון די עלטערן.... נאך ווען זיי אליין זענען מושבעים ועומדים מהר סיני נישט צו לערנען די אלע טריפה'נע לימודים אע"כ איז דאס וואס 'מי כעמך' האט אויגעפאדערט אז ענגלישע אידן זאלן קומען מאכן ראיאטן אין די גאסן נוסח אחינו בני ישמעאל איז אינגאנצן נישט אקטועל ווייל דא איז נישט די נושא די מנהלים, די נושא איז די רעגירונג, און אויף דעם האבן זיי שוין געגעבן אן ארויסציה אפציע

ולד' הישועה.

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » זונטאג יולי 28, 2019 8:00 pm

Non-association independent school inspection handbook

Handbook for inspecting non-association independent schools in England under section 109(1) and (2) of the Education and Skills Act 2008

Part 1. How schools will be inspected
What are the legal requirements for the inspection of schools?
How schools are selected for inspection
8. All independent schools are inspected at the direction of the Department for Education (DfE), which is the registration authority for independent schools. Therefore, Ofsted may be asked to inspect an independent school at any time. This might occur, for example, where the DfE has particular concerns about a school.

9. The EIF and this handbook set out the arrangements for standard inspections of independent schools carried out from September 2019.

10. These inspections are carried out under section 109(1) and (2) of the Education and Skills Act 2008.

No-notice inspections
54. We may carry out inspections without notice, at the DfE’s request. When this happens, we will not telephone the school before the inspection.

66. As well as through online questionnaires, inspectors may gather evidence from pupils, parents (or other stakeholders) in person. This may include informal meetings at the start and/or end of the day. These meetings must take place without the presence of the headteacher or senior staff. In drawing on evidence from these meetings, inspectors must make every attempt to protect the identity of individuals. There may be circumstances, however, in which it is not possible to guarantee the anonymity of the interviewee. Inspectors have a duty to pass on disclosures that raise child protection or safeguarding issues and/or where there are concerns about serious misconduct, bullying of staff or criminal activity.

71. Inspectors will observe lessons; scrutinise pupils’ work; talk to pupils about their work, gauging both their understanding and their engagement in learning; and gather pupils’ perceptions of the typical quality of education and other aspects of life at the school in a range of subjects.
80. Other evidence gathered by inspectors will include discussions with pupils and staff; listening to pupils read; and looking at examples of pupils’ work for evidence of progress in knowledge, understanding and skills towards defined endpoints. Inspectors will also scrutinise the school’s records and documentation relating, for example, to the welfare and safety of pupils in alternative provision.

Talking to and observing pupils outside lessons
99. Inspectors will ensure that they talk to and observe pupils in a range of situations outside normal lessons to evaluate other aspects of personal development, behaviour and attitudes, for example:

at the start and finish of the school day

during lunchtime, including in the dining hall, and breaktimes or playtimes

during assemblies and tutor periods

when moving between lessons

during enrichment activities (including clubs and activities outside of the normal timetabled curriculum).

Meetings with pupils
100. Inspectors will take advantage of opportunities to gather evidence from a wide range of pupils, both formally and informally. During informal conversations with pupils, inspectors must ask them about their experiences of teaching, learning and behaviour in the school, including the prevention of bullying and how the school deals with any form of harassment and violence, discrimination and prejudiced behaviour, if they happen. Inspectors will ensure that all questions are appropriate. They would not expect any school staff to be present.

101. Inspectors must speak with pupils in order to assess aspects of the school’s provision. For instance, inspectors need to seek pupils’ views to assess: how effective the school’s bullying and behaviour policies are; how the school promotes fundamental British values and respect for others; and how the school ensures that safeguarding arrangements meet requirements. If it is not possible to speak to pupils, it is unlikely that the school will be able to provide inspectors with the evidence they need to be able to conclude that these aspects of the school’s provision meet the requirements of the independent school standards.

Suitability of the proprietor and other managers – reporting concerns to the DfE
125. If inspectors identify any concerns about the suitability of the proprietor or any other member of staff employed at the school in a management capacity, these will be recorded in the independent school standards compliance record and reported to the DfE, as the appropriate authority. This information is particularly relevant when it may have any bearing on the suitability of a person to participate in the management of an independent school. This includes when the person’s conduct undermines British values or child safety, or where the inspector has concluded that the person’s conduct is so inappropriate that it may make them unsuitable to take part in the management of an independent school.

Personal development
205. This judgement focuses on the dimensions of the personal development of pupils that our education system has agreed, either by consensus or statute, are the most significant:

developing and deepening pupils’ understanding of the fundamental British values of democracy, individual liberty, the rule of law and mutual respect and tolerance

developing an age-appropriate understanding of healthy relationships through appropriate relationship and S... education


Spiritual, moral, social and cultural development
207. Provision for the spiritual development of pupils includes developing their:

ability to be reflective about their own beliefs (religious or otherwise), and perspective on life

knowledge of, and respect for, different people’s faiths, feelings and values



208. Provision for the moral development of pupils includes developing their:

interest in investigating and offering reasoned views about moral and ethical issues and ability to understand and appreciate the viewpoints of others on these issues.

209. Provision for the social development of pupils includes developing their:

use of a range of social skills in different contexts, for example working and socialising with other pupils, including those from different religious, ethnic and socio-economic backgrounds

acceptance of and engagement with the fundamental British values of democracy, the rule of law, individual liberty and mutual respect and tolerance of those with different faiths and beliefs. They will develop and demonstrate skills and attitudes that will allow them to participate fully in and contribute positively to life in modern Britain.

210. Provision for the cultural development of pupils includes developing their:

understanding and appreciation of the wide range of cultural influences that have shaped their own heritage and that of others

understanding and appreciation of the range of different cultures in the school and further afield as an essential element of their preparation for life in modern Britain

ability to recognise, and value, the things we share in common across cultural, religious, ethnic and socio-economic communities

willingness to participate in and respond positively to artistic, musical, sporting and cultural opportunities

interest in exploring, improving understanding of and showing respect for different faiths and cultural diversity and the extent to which they understand, accept, respect and celebrate diversity and things we share in common. This is shown by their tolerance and attitudes towards different religious, ethnic and socio-economic groups in the local, national and global communities.

Relationships and S... education
212. From September 2019 non-association schools are able to follow a new relationships and S... education curriculum. From September 2020, they will be required by law to follow it. Primary-age children must be taught about positive relationships and respect for others, and how these are linked to good mental health and well-being. In addition, S... education will become mandatory at secondary level.

Sources of evidence specific to personal development
215. Inspectors will use a range of evidence to evaluate personal development, including:

how curriculum subjects such as citizenship, RE and other areas such as personal, social, health and economic education, and relationships and S... education, contribute to pupils’ personal development

how well leaders actively promote British values through the curriculum, assemblies, wider opportunities, visits, discussions and literature

pupils’ understanding of the protected characteristics and how equality is promoted, and diversity and how the things we have in common are celebrated



Segregation
259. It is unlawful for schools to segregate pupils on the basis of any protected characteristics such as S..., race or faith while at school, unless permitted by the Equality Act 2010 for positive action to alleviate a disadvantage associated with a certain characteristic: this could, for example, include pupils of one race or S... getting additional work experience in a sector in which they are under-represented (section 158)






===============================================================
אויסצוגן – איבערגעטייטשט אויף אידיש

פון די אפסטעד אינספעקטאר'ס האנט-בוך



טייל 1. וויאזוי שולעס וועלן ווערן קאנטראלירט

וואָס זענען די לעגאַלע פאדערונגען פֿאַר די קאנטראלע פון שולעס?

וויאזוי שולעס ווערן סעלעקטירט פאר אינספעקציע



8. אלע זעלבסטשטענדיגע שולעס ווערן קאנטראלירט לויט די אנווייזונג פון די דעפארטמענט אף עדיוקעישן, וואס איז די רעגיסטרירטע אוטאריטעיט פאר זעלבסטשטענדיגע שולעס. אפסטעד מעג דעריבער ווערן פארלאנגט אין יעדע צייט צו קאנטראלירן א זעלבסטשטענדיגע שולע. דאס קען למשל פּאַסירן ווען די דעפארטמענט אף עדיוקעישן האט עפעס א באַזונדערע זארג וועגן אַ שולע.



9. די אי.איי.עף. און די דאזיגע האנט-בוך טוט אויסשטעלן די ארדענונג פאר נורמאלע שולעס וואס וועלן ווערן אויסגעפירט פון סעפטעמבער 2019.



10. די קאנטראלעס ווערן אויסגעפירט אונטער סעקשאן 109 (1) און (2) פון די עדיוקעישאן און סקיללס אקט 2008

.

קיין פאראויס-געזאגטע קאנטראלעס

54. אויפן פארלאנג פון די דעפארטמענט אף עדיוקעישן קענען מיר דורכפירן קאנטראלעס אָן קיין פאראויס הודעה. ווען דאָס פאסירט, וועלן מיר נישט טעלעפאָנירן די שולע בעפאר די קאנטראלע.



66. ווי אויך דורך אָנליין שאלות קענען די אינספעקטארס אויפנעמען באווייזן פון די תלמידים, עלטערן (אדער אנדערע אינטערעסירטע פארטייען). דאָס קען אַרייַננעמען אומאפיציעלע מיטינגס אין די אָנהייב און / אָדער סוף פון דעם טאָג. די מיטינגס מוזן פארקומען אָן דעם וועזנהייט פון דעם הויפט לערער אָדער די סיניאר סטאף.



71. אינספּעקטארס וועלן אָבסערווירן לעקציעס; איבערקוקן די אַרבעט פון תלמידים; רעדן צו תלמידים וועגן זייער אַרבעט, מעסטן זייער פארשטאנד און זייער התמדה אין לערנען; און צוזאמענקלויבן די קענטעניש פון תלמידים פון די געווענליכע קוואַליטעט פון לערנונג און אנדערע ענינים פון לעבן אין דער שולע אין פארשידענע טעמעס.



80. אנדערע באווייזן וואס די אינספּעקטארס וועלן אויפנעמען וועט אַרייַננעמען דיסקוסיעס מיט תלמידים און לערערס; זיך צוהערן ווי די תלמידים ליינען; און קוקן אויף ביישפילן פון די אַרבעט פון תלמידים פֿאַר באַווייַזן פון פּראָגרעס אין וויסן.



רעדן מיט תלמידים און זיי אבזערווירען אינדרויסן פון קלאס

99. אינספּעקטאָרס וועלן זיכער מאכן אַז זיי רעדן צו תלמידים און אָבסערווירן זיי אין פארשידענע סארט סיטיואַציעס אינדרויסן פון די נאָרמאַלע לעקציעס כדי צו אָפּשאַצן אנדערע ענינים פון זייערע פּערזענליכע אַנטוויקלונג, באנעמונג נאַטור און שטעלונגען, צום ביישפיל:

אין די אָנהייב און ענדע פון די שולע טאָג

אין די צייט פון עסן, אַרייַנגערעכנט אין די דיינינג זאַל, און הפסקות אדער ווען זיי שפילן זיך

אין די צייטן פון פארזאמלונגען און ווען זיי לערנען

ווען זיי טוישן צווישן לעקציעס

אין די צייט פון בעררייכערונג אַקטיוויטעטן (אַרייַנגערעכנט אַקטיוויטעטן וואס זענען אַרויס פון די געווענליכע פאָרפּלאַן קעריקיולום).

מיטינגס מיט תלמידים

100. אינספּעקטערז וועלן אויסנוצן די געלעגנהייט צו זאַמלן באווייזן פון אַ ברייטע שיכט פון תלמידים, סיי פאָרמאַל און סיי נישט פאָרמאַל. ביי די נישט פארמאלע שמועסן מיט תלמידים, מוזן די אינספּעקטארס זיי פרעגן וועגן זייער ערפארונג פון לערנען, לערנען און פירונג אין די שולע.



101. אינספּעקטאָרס מוזן רעדן מיט תלמידים אפצושאצן וואס די שולע טוט צושטעלן. צום ביישפּיל, אינספּעקטארס דאַרפֿן צו זוכן די מיינונגען פון די תלמידים אפצושאצן: ווי עפעקטיוו די שולע'ס שלעכטע באהאנדלונגען און אויפפירונגען פארשריפטן זענען; ווי אזוי די שולע טוט ערהייבן פונדאַמענטאַלע בריטיש וועלויס און רעספּעקט פֿאַר אנדערע; און וויאזוי די שולע טוט פארזיכערן אַז זיכערונג באַוואָרענישן צושטעלונגען זענען אין איינקלאנגג מיט די באדערפענישן. אויב עס איז נישט מעגליך צו רעדן מיט תלמידים, איז נישטא קיין אויסזיכט אַז די שולע וועט קענען צושטעלן פאר די אינספּעקטארס די באווייזן וואָס זיי דאַרפֿן כדי צו קענען באשליסן אַז די ענינים וואס דער שולע דארף צושטעלן זענען אין איינקלאנג לויט די פארארדענונג פון די זעלבסטשטענדיגע שולע סטאַנדאַרדן.



די פאסיגקייט פון די מנהלים און אנדערע פירערס – מודיע זיין זארג פאר די דעפארטמענט אף עדיוקעישאן

125. אויב אינספּעקטארס אידענטיפיצירן עפעס א זארג וועגן די פאסיגקייט פון די הנהלה אָדער א אנדערע מיטגליד פון די סטאף וואָס איז איינגעשטעלט אין דער שולע אלץ איינער פון די פאַרוואַלטונג, וועט דאס ווערן רעקאָרדירט אין די זעלבסטשטענדיגע שולע סטאנדארדטן בעאכטונגען רעקארד, און ווערן באריכטעט צו די דעפארטמענט אף עדיוקעישאן אלץ דער געאייגענטער אוטאריטעיט. די אינפֿאָרמאַציע איז ספעציעל אקטועל ווען עס קען האָבן א השפעה אויף די פאסיגקייט פון אַ מענטש צו אָנטייל נעמען אין דער פאַרוואַלטונג פון אַ זעלבסטשטענדיגע שולע. דאָס איז כולל ווען די אויפירונג פון דער מענטש טוט אונטערגראבן בריטיש וועליוס אָדער די זיכערהייַט פון קינדער, אָדער ווען דער אינספּעקטאָר האָט באשלאסן אַז די אויפירונג פון דעם מענטש איז אזוי נישט געאייגענט אַז עס קען זיי מאַכן נישט פּאַסיג אנטייל צו נעמען אין דער פאַרוואַלטונג פון אַ זעלבסטשטענדיגע שולע.



פערזענלעכע אַנטוויקלונג

205. דער אורטייל טוט זיך קאנצענטרירן אויף די מאס פון די פערזענליכע אַנטוויקלונג פון תלמידים וואָס אונזער חינוך סיסטעם האט געשטימט, אָדער דורך א געמיינזאמע הסכמה אָדער לויט די פארשריפטן, וואס די זענען דאס מערסטע וויכטיג:

· אַנטוויקלען און באפעסטיגן די פארשטאנד פון תלמידים פון די פונדאַמענטאַלע בריטיש וועליוס פון דעמאָקראַטיע, פערזענליכע פרייהייט, די הערשאפט פון געזעץ און קעגנזייטיגע רעספּעקט און טאָלעראַנץ

· אַנטוויקלען אַ פארשטאנד, לויט די עלטער, פון געזונטע באציאונגען דורך צוגעפאסטע באציאונגען און אויסלערנען דברי תועבה



רוחניות, מאָראַליש, געזעלשאַפטליך און קולטור אַנטוויקלונג

207. צושטעלונגען פֿאַר די רוחניות אַנטוויקלונג פון תלמידים טוט איינשליסן צו אנטוויקלען זייער:

· מעגליכקייט צו קענען רעפלעקטירן וועגן זייער אייגענע גלויבן (רעליגיעז אָדער אַנדערש) און אויסזוכט אויף לעבן

· וויסנשאפט פון, און רעספּעקט פֿאַר, די גלויבן פון פאַרשידענע מענטשן, פאר זייערע געפילן און וועליוס



208. צושטעלונגען פֿאַר די מאָראַליש אַנטוויקלונג פון תלמידים טוט איינשליסן צו אנטוויקלען:

· זייערע אינטערעסע צו פארשן און פאָרשלאָגן געגרונדעטע מיינונגען וועגן מאָראַליש און עטישע ענינים און די מעגליכקייט צו פֿאַרשטיין און שעצן די מיינונגען פון אנדערע אויף די ענינים.



209. צושטעלונגען פֿאַר די געזעלשאַפטליכע אַנטוויקלונג פון תלמידים טוט איינשליסן צו אנטוויקלען:

· צו נוצן מערערע מעגליכקייטן פון סאציאלע פעהיגקייטן אין פאַרשידענע מצבים, למשל ארבעטן און זיין באפריינדעט מיט אנדערע תלמידים, אַרייַנגערעכנט אזעלכע פון אנדערע רעליגיעס, עטניק און סאָסיאל-עקאָנאָמיש אומשטענדן.

· אננעמען און זיך באשעפטיגען מיט די פונדאַמענטאַלע בריטיש וועליוס פון דעמאָקראַטיע, די הערשאפט פון געזעץ, פערזענליכע פרייהייט, און קעגנזייטיגע רעספּעקט און טאָלעראַנץ פון די וואס האבן אנדערע רעליגיעס און גלויבן. זיי וועלן אַנטוויקלען און באַווייַזן גרייטקייט און שטעלונגען וואס וועט זיי ערלויבן צו קענען פולשטענדיג אנטייל נעמען און פאזיטיוו ביישטייערן צו דעם לעבן אין מאָדערן בריטאַניע.



210. צושטעלונגען פֿאַר די קולטור אַנטוויקלונג פון תלמידים טוט איינשליסן צו אנטוויקלען:

· צו פארשטיין און שעצן די ברייטע מעגליכקייטן פון די קולטור השפעה וואס האט אוועקגעשטעלט זייער אייגענע מסורה און די מסורה פון אנדערע

· צו פארשטיין און שעצן די ברייטע מעגליכקייטן פון פארשידענע קולטורן אין די שולע און אינדרויסן פון די שולע אלס א זייער וויכטיגע עלעמענט פון זייער צוגרייטונג פֿאַר לעבן אין מאָדערן בריטאַן

· די מעגליכקייט צו אנערקענען און שעצן די זאכן מיט וואָס מיר זענען די זעלבע דורכאויס פארשידענע קולטורן, רעליגיעס, עטניק און סאָסיאל-עקאָנאָמיש געמיינדעס

· וויליגקייט אנטייל צו נעמען און פאזיטיוו רעאגירן צו ארטיסטיש, מוזיקאַליש, ספּאָרטינג און קולטור געלעגנהייטן

· אינטערעסע צו פאָרשן, פֿאַרבעסערן פארשטעדעניש און ווייַזן רעספּעקט פֿאַר פארשידענע סארט רעליגיעס און קולטורן, און לויט די מאס פון זייער פארשטאנד, צו אָננעמען,רעספעקטירן און פארהערליכן פארשידנארטיגקייט און זאכן וואס מיר טיילן צוזאמען. דאָס ווערט געוויזן דורך זייער טאָלעראַנץ און שטעלונג לגבי פאַרשידענע רעליגיעזע, עטנישע און סאָסיאל-עקאָנאָמישע גרופּעס אין די לאקאלע, נאציאנאלע און גלאבאלע געמיינדעס.



באציאונגען און אומאיידעלע לערנונגען

212. פֿון סעפטעמבער 2019 קענען די ניט-פאַרבאַנד שולן נאָכפאָלגן אַ נייַע קעריקיולום פֿאַר באציאונגען און אומאיידעלע לערנונגען. פון סעפטעמבער 2020 וועלן זיי דאס מוזן געזעצליך נאָכפאָלגן. קינדער אין פריימערי עלטער (ביז 12) וועלן מוזן ווערן געלערנט וועגן פאזיטיווע באציאונגען און רעספּעקט פֿאַר אנדערע, און וויאזוי דאָס איז פארבינדן צו א גוטע גייַסטיגע געזונט און וואוילזייַן. בנוסף צו דעם וועט אומאיידעלע לערנונגען ווערן א געזעצליכע פליכט פאר סעקאנדרי עלטער (העכער 12 יאר).



קוואלן פון באווייזן פאר פּערזענליכע אַנטוויקלונג

215. אינספּעקטאָרס וועלן נוצן אַ אויסוואל פון באווייזן אָפּצושאַצן פּערזענליכע אַנטוויקלונג, אַרייַנגערעכנט:

וויאזוי קעריקיולום טעמעס ווי בירגערשאַפ, באציאונגס לערנונגען, און אנדערע געביטן אַזויווי פּערזענלעך, געזעלשאַפטליך, געזונט און עקאָנאָמיש בילדונג, און באציאונגס און אומאיידעלע לערנונגען, ביישטייערן צו די פּערזענליכע אַנטוויקלונג פון די תלמידים

ווי גוט די הנהלה טוט אַקטיוו אויפבויען בריטיש וועליוס דורך די קאריקיולום, צוזאמקום, ברייטערע געלעגנהייטן, באזוכן, געשפרעכן און ליטעראַטור

פארשטענדעניש ביי די תלמידים פון די פּראָטעקטעד קעראַקטעריסטיקס און וויאזוי גלייכבארעכטיגונג ווערט ערהויבן, און פארשידנארטיגקייט און וויאזוי מיר טון פארהערליכן זאכן וואָס מיר טיילן זיך צוזאמען



סעגרעגאציע

259. עס איז אומלעגאַל פֿאַר שולעס אפצוטיילן תלמידים אויף דער באזע פון איינע פון די פּראָטעקטעד קעראַקטעריסטיקס, אזוי ווי מאכן א אונטערשייד צווישן א יונגל און א מיידל, אפשטאם אָדער רעליגיע ווילאנג מען איז נאך אין שולע, אויסער אויב דאס איז ערלויבט דורך די איקוואַלאַטי אקט 2010 פֿאַר פאזיטיווע אקציע צו באפרייען פון א שאדן וואס איז פֿאַרבונדן מיט אַ ספעציעלע קעראַקטעריסטיקס: דאָס קען, למשל, אַרייַננעמען תלמידים פון איין ראַסע, א יונגל אדער מיידל וואָס באַקומען נאָך אַרבעט דערפאַרונג אין אַ געביט אין וואָס זיי זענען ווייניגער-רעפּרעזענטירט (אָפּטיילונג 158)
בעסער כאפ א פראסק פונעם אמת, ווי איידער א גלעט פונעם שקר.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג יולי 29, 2019 2:15 am

@משלעה פארוואס קענען נישט די אידישע עלטערן פארלאנגאן פון די מוסד נישט צי לערנען קיין תועבה אזווי ווי די בני ישמעאל. יעדע יאר ביים רעגיסטרעשן ווועט איינע פון די צעטלעך וואס די עלטערן באקומען צי סיינען זיין אויך אזא פארלאנג צים מנהל המוסד ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

תגובהדורך משהלע דער נער » מאנטאג יולי 29, 2019 3:08 am

ווי געשמיסט וועט אט די נייע גייעדענס אריין גייען אין קראפט דעם קומענדיגן יאר 2020 למס'.

דעמאלסט וועלען טאקע עלטערען דארפן סיינען א פארם ווי מ׳טוט ארויסציען די קינדער פון אט די לימודים.

ביז אהין איז אין פריימערי סקאל נאר אפשענעל, און עס איז פאר די הנהלת המוסד מחליט צו זיין, דעראיבער פעלט נישט אויס קיין פראטעסטס....

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » מאנטאג יולי 29, 2019 11:04 am

משהלע דער נער האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:איך זאג נישט, איך טראכט נאר הויך: יתכן אז פרעמדע רבנים האבן זיך א רעכט אריינצומישן אין די גזירת החינוך אין לאנדאן, צוליב וואס די גזירה איז ליידער נישט נאר נוגע אין לאנדאן, עס איז ליידער אין כמעט אלע אידישע געגנטער, אין ניו יארק, קאנאדא, ענגלאנד, ממילא די מהלך וואס לאנדאן טוט שטעלט אוועק אין א געוויסע זין די מהלך פון די יהדות החרדית אנטקעגן די גזירה, ממילא קומט דוקא יא אריין אז אלע רבנים פון די גאנצע וועלט זאלן מחוה דעה זיין איבער די גזירה.


כ'הער, גאנץ א פיינע סברא! אבער ווער עס קען אביסל די מציאות הדברים איבער די גזירות החינוך אין ענגלאנד, ווייסט און פארשטייט אז מען קען נישט צוגלייכן די גזירות אין ענגלאנד צו די גזירות אין אר"י מאנטריאל אדער ניו יארק.
אין די צייט וואס אין ניו יארק איז די עיקר מערכה גענויגט איבער שעות פון לימודי חול אד"ג איז אין ענגלאנד די מערכה בעיקר אויף לימודי תועבה, און די צייט ווען אין ניו יארק קען מען אייביג גיין אין געריכט טענה'ן דיסקרימינאציע קעגן רעליגיע איז אין ענגלאנד גארנישט אזוי פשוט, (וויבאלד ענגלאנד איז 'אפיציעל' א רעליגיעזע ממלכה), אין די צייט וואס אין ניו יארק האט מען צוטוהן בעיקר מיט'ן מכם ומבכם... אפגעשליסענע חברה וואס קומען ליידער מתוך מחנינו, געוויסע לא לנו'ס און לא יוצלח'ס וואס מאכן נויז און האבן ליידער געטראפן אן אפענעם אויער ביי פאליטיקאנטן אבער פארט וועט מען זיי בעז"ה בקרוב קענען שטיל מאכן, אבער אין ענגלאנד האט מען צו טוהן מיט גרויסע און מעכטיגע גוי'שע ארגאניזאציעס פון יומעניסט און סעקולעקע חברה מיט ענדלאזע קוועלער פון געלט, וואס שטופן א הפקר'דיגן און ליבעראלן אגענדע און די פאליטיקאנטן כאפן זיך צו זיי ווי צו געבראטענס, אין די צייט וואס אין ניו יארק קענסטו סטראשענען א פאליטיקאנט דורך די אידישע בלאק וואוט איז אין ענגלאנד אינגאנצן נישט אזוי, דעריבער איז אינגאנצן נישט די מציאות די זעלבע ולא ראי זה כראי זה, און די רבנים פון דערווייטנס זאלן זאגן זייער מיינונג ביי זיך אין ביהמ"ד און ווי הג"ר ברוך נתן הלברשטאם שליט"א אב"ד קיט"ל דסאטמאר האט שוין געזאגט אויף די וואס האבן זיך געוואנדן צו פרעמדע רבנים ''הרוצה לשקר ירחיק עדותו''....
אפגערעדט אז אין אר"י איז אנדערש די מציאות ווען דארט קען מען שרייען 'איני מכיר'... און די גזירות פון תכנית הליבה איז אויך אינגאנצן אויף אן אנדערן פארנעם ואכמ"ל, והמשכיל על דבר אמת יבין, וד"ב.


אויף וויפיל איך האב געטאהן אין די נושה גענוי די זעלבע פראבלעמן אין די גאנצע וועלט. די חילוק איז נאר די פארשידענע חוקי המדינה. דאס איז א קולטור וואס עסט זיך אריין אין אלע חינוך אינסטיטושנס אין די וועלט, עס נעמט צייט ביז דאס ווערט די נארם, נאכדעם פארלאנגן זיי פון די רעגירונג מיט רעכט דאס צו אינפארסירן. תוכנית ליב"ה איז די עברית נאמן פאר די זעלבע לימודים. עס איז געשטופט ביי http://en.unesco.org און ביי גרופעס וואס רופן זיך יומעניסט. דאס איז די טרוקענע מציאות, הלכה וועלן מיר הערן פון רבנים.

י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

תגובהדורך י. זעירא » מאנטאג יולי 29, 2019 11:24 am

מורי ורבותי, הנני לפניכם בבושה רבה, אבל אודה ולא אבוש
וואס איך האב געשריבן די לעצטע וואך אין דעם אשכול - איז אלעס, תהלה לקל, אי-רעלעווענט.
דאס געשריבענע איז געווען א תוצאה פון א מיספארשטענדעניש צווישן צוות הנהלת המוסד. און ב"ה מיר האבן זיך פארשטענדיגט צווישן זיך, און ווי מאדנע עס הערט זיך, זענען די טרוקענע פאקטן אינגאנצן אנדערש, מען קען זאגן מן הקצה אל הקצה, פון ווי עס האט אויסגעזעהן פאר געוויסע פארמישטע אין די הנהלה.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מאנטאג יולי 29, 2019 12:05 pm

יישר כח זעירא פארן קוראזש אריינצוקומען קלאר אין דעם ענין.

כה לחי, ממנו ילמדו וכן יעשו

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 29, 2019 12:06 pm

י. זעירא האט געשריבן:מורי ורבותי, הנני לפניכם בבושה רבה, אבל אודה ולא אבוש
וואס איך האב געשריבן די לעצטע וואך אין דעם אשכול - איז אלעס, תהלה לקל, אי-רעלעווענט.
דאס געשריבענע איז געווען א תוצאה פון א מיספארשטענדעניש צווישן צוות הנהלת המוסד. און ב"ה מיר האבן זיך פארשטענדיגט צווישן זיך, און ווי מאדנע עס הערט זיך, זענען די טרוקענע פאקטן אינגאנצן אנדערש, מען קען זאגן מן הקצה אל הקצה, פון ווי עס האט אויסגעזעהן פאר געוויסע פארמישטע אין די הנהלה.


אשריך! שזכית להודות על האמת, ולא להסתכל על נגיעותיך!

משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

תגובהדורך משהלע דער נער » מאנטאג יולי 29, 2019 12:20 pm

10 פוינטס פארן קוראזש, עס איז אומגלויבליך די עגמת נפש וואס קען געשעהן פון א מיספארשטענדעניש.

חצקאל דער לאצי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

תגובהדורך חצקאל דער לאצי » מאנטאג יולי 29, 2019 12:21 pm

י. זעירא האט געשריבן:מורי ורבותי, הנני לפניכם בבושה רבה, אבל אודה ולא אבוש
וואס איך האב געשריבן די לעצטע וואך אין דעם אשכול - איז אלעס, תהלה לקל, אי-רעלעווענט.
דאס געשריבענע איז געווען א תוצאה פון א מיספארשטענדעניש צווישן צוות הנהלת המוסד. און ב"ה מיר האבן זיך פארשטענדיגט צווישן זיך, און ווי מאדנע עס הערט זיך, זענען די טרוקענע פאקטן אינגאנצן אנדערש, מען קען זאגן מן הקצה אל הקצה, פון ווי עס האט אויסגעזעהן פאר געוויסע פארמישטע אין די הנהלה.


יישר כח הרב זעירא.

איך האף אז איך האב געהאט א זכות און דעם וואס די האסט זיך פארשטענדיגט מיט די הנהלה, און אזוי אויך געוואר געווארן די אמת'ע פאקטן.

הצלחה אין אייער מוסד אויף ווייטער.

משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

תגובהדורך משהלע דער נער » מאנטאג יולי 29, 2019 5:44 pm

עצרת.PNG
עצרת חינוך לאנדאן
עצרת.PNG (40.93 KiB) געזעהן 1067 מאל

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מאנטאג יולי 29, 2019 6:26 pm

02 עומדים עלינו.jpg
02 עומדים עלינו.jpg (156.54 KiB) געזעהן 1019 מאל
בעסער כאפ א פראסק פונעם אמת, ווי איידער א גלעט פונעם שקר.

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » מאנטאג יולי 29, 2019 6:27 pm

03 קענען מיר זיין רואיג.jpg
03 קענען מיר זיין רואיג.jpg (152.32 KiB) געזעהן 1014 מאל
בעסער כאפ א פראסק פונעם אמת, ווי איידער א גלעט פונעם שקר.

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » מאנטאג יולי 29, 2019 6:55 pm

אע"כ איז דאס וואס 'מי כעמך' האט אויגעפאדערט אז ענגלישע אידן זאלן קומען מאכן ראיאטן אין די גאסן נוסח אחינו בני ישמעאל איז אינגאנצן נישט אקטועל

ערשטענס, קיינמאל נישט גערעדט פון ראיאטן אזוי ווי דו האסט געוואלט פארשטיין זעה ווייטער וואס יא
קודם כל איז אינגאנצן נישט קיין פארגלייך פון די בערמיגעהם סקול צו די היימישע מוסדות

קיינמאל פארגליכן, וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען וואס מ'זעהט פון דער ארטיקל איז אז די DFE האט גאר א שטארקע פרעשור אז די גיידענס זאל אריינגיין אין עפעקט אן קיין רעש און טומל און זיי ווילן נישט ס'זאל ווערן א מצב פון צוטיילונג אין לאנד זיי זוכן אויך נישט אז די מידיא זאל מאכן א מצב דערפון, און אנדערע ווערטער מיינט דאס אז אויב קען מען מאכן א צוטיילונג אין לאנד דורכדעם וואס אלע רעליגיעזע עלטערן וועלן ארויסקומען אין די גאסן און אויסשרייען אז די געזעצן נעמען צו זייערע רעכטן אלס עלטערן צו מחנך זיין זייערע קינדער ווי אזוי זיי ווילן, און מ'וועט פארפירן אז די DFE און OFSTED זאלן אויפהערן מיט זייערע רדיפות וועט די מידיא אוודאי אויך מאכן א מצב, און דאס ווילן זיי דאך נישט וועלן זיי מוזן אויפגעבן אויף זייערע פלענער.
מ'דארף געדענקען אז די ענד ציל פון די גזירות זענען אונזערע קינדער, די פשט פון די גזירות איז אז די רעכטן פון עלטערן מחנך צו זיין זייערע קינדער אויף די וועג וואס זיי ווילן ווערט אוועקגענומען און פון יעצט וועט די גאווערמענט איינטיילען וואס דיינע קינדער זאלן וויסן.
אויב ווען אפסטעד קומט מאכן אן אינספעקשען אין א מוסד שטעלן זיך די עלטערן אוועק מיט גרויסע טאוולען ארויסצון זייער וויי געשריי קעגן אפסטעד (מרעדט אויף א חו''ל'דיגע אופן נישט כדרך בני א''י) און זייערע אונטערדרוקונגען, ערשטענס זעהט אפסטעד די גרויסע התנגדות פון די עלטערן, זיי זעהן אז די עקשנות פון די הנהלת המוסד נישט צו לערנען געמיינע לימודים איז געבעקט דורך די עלטערן, והשנית ווייסן זיי אז אפילו ס'געלונגט זיי צו ברעכן די הנהלה און יא אנהייבן צו לערנען לימודי תועבה היל''ת, וועלן זיי האבן מחאות זעם אינדרויסען פון די סקול אזוי ווי אין בירמינגהעם און דאס זיכן זיי נישט ווי געזען אין BBC.
דאס דארף נישט זיין קיין סתירה צו דער מהלך השתדלנות פון די עסקנים החשובים בהוראת הרבנים וואס זיי טוען פעולות אז די מוסדות זאלן קענען בלייבן אפען וואס דאס דארף אוודאי ווייטער אנגיין, אבער אויף די עצם פראבלעם פון אוועקנעמען רעכטן פון עלטערן - דהיינו אז DFE זאל איינטיילן וואס מ'לערנט- קען לכאורה מער אויפטוען א שטארקע מאוומענט פון התנגדות וואס קומט פון די עלטערן גופא, אזוי ווי מ'האט געזען אז ס'האט פאקטיש אויפגעטון.
דאס איז וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען מיטן ברענגען די באריכט פון BBC כ'האב נישט 'אויפגעפאדערט' כ'האב בסה''כ געברענגט א מראה מקום אז די מהלך פון מחאה טוט אויף. און דאס וואס איך שרייב דא איז נאר בתורת הצעה.
כ'בעט אז פאר מ'רייסט אראפ זאל מען אריינטראכטן רואיג אן קיין צדדים און חשבונות אין די פוינט.
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » מאנטאג יולי 29, 2019 7:00 pm

משהלע דער נער האט געשריבן:ווי געשמיסט וועט אט די נייע גייעדענס אריין גייען אין קראפט דעם קומענדיגן יאר 2020 למס'.

דעמאלסט וועלען טאקע עלטערען דארפן סיינען א פארם ווי מ׳טוט ארויסציען די קינדער פון אט די לימודים.

ביז אהין איז אין פריימערי סקאל נאר אפשענעל, און עס איז פאר די הנהלת המוסד מחליט צו זיין, דעראיבער פעלט נישט אויס קיין פראטעסטס....

האסט פארגעסן אז פון די חלק פון כפירה וואס די גיידענס איז מחייב צו לערנען איז נישט דא קיין וועג ארויס, אפילו די עלטערן ווילן נישט מ'זאל עס לערנען העלפט עס נישט.
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

משהלע דער נער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 7:44 am

תגובהדורך משהלע דער נער » מאנטאג יולי 29, 2019 7:46 pm

מי כעמך האט געשריבן:
משהלע דער נער האט געשריבן:ווי געשמיסט וועט אט די נייע גייעדענס אריין גייען אין קראפט דעם קומענדיגן יאר 2020 למס'.

דעמאלסט וועלען טאקע עלטערען דארפן סיינען א פארם ווי מ׳טוט ארויסציען די קינדער פון אט די לימודים.

ביז אהין איז אין פריימערי סקאל נאר אפשענעל, און עס איז פאר די הנהלת המוסד מחליט צו זיין, דעראיבער פעלט נישט אויס קיין פראטעסטס....

האסט פארגעסן אז פון די חלק פון כפירה וואס די גיידענס איז מחייב צו לערנען איז נישט דא קיין וועג ארויס, אפילו די עלטערן ווילן נישט מ'זאל עס לערנען העלפט עס נישט.


בנוגע וואס איהר שרייבט וועגן לימודי כפירה דארף מען אוועקשטעלן א נקודה וואס איהר זענט לכאו' נישט קלאר.

עס זענען פארהאן צוויי וועגן וויאזוי אויסצולערנען די וועלט באשאפונג און א שולע.

מ׳קען עס אדער חלילה אויס לערנען אלס א סייענס לעסאן ווי מ׳ברענגט צו די עוועדענס צו יעדן צד, אדער קען מען דאס אויסלערנען אלס א גלויבונג, ווימען לערנט ביי די מוסדות התורה מיט די קינדער.

לויט די נייע גייעדענס איז די געזעץ ווי פאלגענד:

אויב לערנט מען ח״ו אויס בריאת העולם אלס א סייענס טאר מען נישט זאגען אז ס׳איז דא מער עוועדענס פאר איין וועג ווי די צווייטע,

אבער אויב מען לערנט בריאת שמים וארץ אלס גלויבונג דאן איז קלאר אז מען מוז נישט אויסלערנען מינות וכפירה און מען קען רוהיג לערנען אז בראשית ברא אלקים את השמים איז די איינציגסטע מציאות.


הנוגע לענינינו: אין אונזערע היימישע מוסדות לחינוך בני ובנות ישראל על טהרת הקודש איז נישט קיין שום ספק וויאזוי מען פרעגלט אריין אין די הערצער פון אונזערע לעכטיגע קינדערלעך די הייליגע אמונה פון ''בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ'' און מען וועט זיך קיינמאל נישט אוועקרירן פון דעם! ואפי' מפני שום רוח שבעולם!!!!

ממילא טייערער 'מי כעמך' איהר קענט שלאפן רואיהג ביינאכט און זייט נישט אזוי באזארגט מען גייט נישט אויסלערנען מארגן אין אונזערע חדרים שיטת הגוים חלילה אז די וועלט איז באשאפן דורך אן אויפרייס (עפ"ל) נאר מיר וועלן בעז"ה ווייטער לערנען מיט אונזערע קינדער די ''בראשית ברא אלוקים את השמים ואת הארץ'' אן קיין שום שטער!!!!!!!!!!!!!!

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » מאנטאג יולי 29, 2019 8:21 pm

דעם פארגאנגענעם שבת, איז געווארן אויסגעטיילט אין קרית יואל די בריוו וואס א דיין פון ירושלים האט געשריבן צו דיינים פון לאנדאן...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יולי 29, 2019 9:41 pm

משהלע דער נער האט געשריבן:בנוגע וואס איהר שרייבט וועגן לימודי כפירה דארף מען אוועקשטעלן א נקודה וואס איהר זענט לכאו' נישט קלאר.

ווי קען מען זען די געזעצן?

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג יולי 29, 2019 9:58 pm

מוטשע נישט האט געשריבן:דעם פארגאנגענעם שבת, איז געווארן אויסגעטיילט אין קרית יואל די בריוו וואס א דיין פון ירושלים האט געשריבן צו דיינים פון לאנדאן...


לאמיר האפן עס זאל אונז אין נ"י נישט נוגע זיין.

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » מאנטאג יולי 29, 2019 11:13 pm

געהאנגן נעכטן אינעם היימישן לאנדאן, יעצט גיי זאג מיר צו מען דארף העכערן די סטאנדארטן.
צוגעלייגטע
shop.jpg
shop.jpg (48.69 KiB) געזעהן 859 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט