גזירת החינוך ענגלאנד

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 8:03 pm

זיסקינד האט געשריבן:
פאלם טרי האט געשריבן:אז ער האט נישט קיין מוסדות מיינט אז ער האט נישט קיין חסידים איז זיין מיינונג אינגאנצען נישט מאסגעבינד
נאך דערצו ווען קיינער האט עים נישט אויפ גענומען אויף קיין שום פאזישען נישט אין שטאטישע קהילה נישט אין ערגעץ

זיי ביטע מוחל
א איד א ת"ח א גדול בתורה האט א דעת תורה, נישט קיין חילוק צו ער האט יא חסידים צו ער האט נישט קיין חסידים, א דעת תורה בלייבט עס, צו מ'האט עם יא אויפגענומען אדער נישט,נישט דאס איז דער משקל,
דרך אגב אסאך פון גדולי ישראל לדורותיהם וואס גאנץ כלל ישראל חרדו לדבריהם, האבן נישט געהאט קיין חסידים ומוסדות, און אפילו וואס האבן יא געהאט נישט דאס האט זיי גרויס געמאכט, דער חזון איש האט נישט געהאט קיין שום עמטליכע תפקיד, וכהנה רבות, (ר' חיים קאנייעווסקי האט אויך נישט קיין שום עמטליכע תפקיד) און רב וואזנער בעל שבט הלוי איז אויך נישט געווען גרויס צוליב זיין רבנות אין זכרון מאיר אדער די ישיבה חכמי לובלין,

הכלל א דעת תורה האט נישט צו טוה'ן מיט חסידים וכד',

אסאך פון די גדולי ישראל האבן נישט געהאט קיין חסידים ומוסדות.... ווייסט וואס זיי האבן יא געהאט זיי האבן געהאט א שטאט אויף וואס זיי זענען געווען אחראי, און ס'איז זיי געליגן אויפן קאפ זיי האבן נישט געקענט שלאפן ביינאכט ווייל וועט עפעס געשעהן וואס וועט זיינע מיט מיינע מענטשן, און די פאקט אז זיי האבן א שעבוד צו עפעס האט זיי געמאכט ארבעטן שווער, און צום סוף האבן זיי אויפגעטוהן, ביזט גערעכט אז רב וואזנער איז נישט געווען אויפגעפיקט ביים עולם צוליב זיין רבנות שטעלע אין אלס ר"י זכרון מאיר, אבער דאס איז נאר געווען אלס האבן הערצה אויף די וועלט צווישן דעם עולם אבער אויף אויפצוטוהן זאכן בעניני הכלל איז עס געווען ווייל ער האט געהאט א רבנות שטעלע און ער איז געווען א ר"י און ער האט תלמידים, גיי דורך די היסטאריע פון כלל ישראל קוק אויף די טיילונג אין אונגארן אלע תלמידי חת"ס וואס האבן א טייל גענומען אין צושטאנד ברענגען די טיילונג זענען געווען אדער רבנים אדער ראשי ישיבות אדער האבן זיי געהאט א ביהמ"ד מיט א קבוצה גרויסע צו קליינע בעלי בתים וואס זיי זענען געווען די מורה דרך און אן זיי האבן זיך די בעלי בתים נישט גערירט, און קום נישט יעצט מיט א תירוץ אז היינט איז א שעת השמד און ס'איז אנדערש פון אמאל ווייל ביי די צייטן פון די נעאלאגן אין די טיילונג איז נאך געווען אזא שווערע שעת השמד ווי היינט אויב נישט מער.
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 8:10 pm

לייטער האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:ביטע, איינער זאל מיר גאראנטיען אז די זעלבע "הייליגע" שיטה איז נישט אויפן וועג קיין נ"י ביי אונזער חינוך אישו.

ס'איז שוין דא אין נוי יארק

די 'קול החינוך' גליון וואס ווערט פארשפרייט אין די בתי מדרשים, שמעקט צו קומען פון יענע חברה.

אוועטאר
לייטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 8:16 pm

מוטשע נישט האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:ביטע, איינער זאל מיר גאראנטיען אז די זעלבע "הייליגע" שיטה איז נישט אויפן וועג קיין נ"י ביי אונזער חינוך אישו.

ס'איז שוין דא אין נוי יארק

די 'קול החינוך' גליון וואס ווערט פארשפרייט אין די בתי מדרשים, שמעקט צו קומען פון יענע חברה.

יא.

יקר מציאות
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

תגובהדורך יקר מציאות » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 8:30 pm

חזקלשלעז האט געשריבן:כל המוסיף מוסיפין לו.

מיר טוהן זיך דא ווענדן צום ציבור הק׳ וואס עתיד החינוך איז קרוב ללבם זאלן זיין גרייט צו ענטפאנגען און מחזק זיין די חשוב'ע עסקנים היינט נאכט ביים מעמד העצרת מיט תמיכות הגונות למען עתיד דורותינו מגזירות השמד מיר וועלן זיך אנגארטלען בכל נפשינו ובכל מאודינו.

צו אנטייל נעמען אינעם קאמפיין און איבערגעבן אייער ברייט הארציגע נדבה קענט איר זיך פארבינדן מיט עסקני קהלות הקודש דורכ'ן רופן 07425900154, (אויב נישט קיין ענטפער ביטע לאזט א מעסעדזש און מען וועט אייך צוריק רופן בע"ה).

ר' חזקל איך האף נאר אז איר מיינט נישט צו חוזק מאכן מיט אייער ניק פון קיינעם...

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 9:13 pm

קוקט אויס אז יא ווייל אין עדן זאל גייט 'צושטיפטערהייט' אריין 80 מענטשן.

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: ביני עמודי דגירסא

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 10:31 pm

חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

נעוואדע ווילסטו טוישן די ניק נאך אזאנע בושות
בעסער כאפ א פראסק פונעם אמת, ווי איידער א גלעט פונעם שקר.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 4:45 am

זעקס און ניינציגער האט געשריבן:
חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

נעוואדע ווילסטו טוישן די ניק נאך אזאנע בושות

אביסל דרך ארץ און רעספעקט פאר א ראש ישיבה פון א 8000 בחורים

גליקליכע אינגערמאן
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 31, 2018 11:54 am

תגובהדורך גליקליכע אינגערמאן » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 6:20 am

גבר ישראל האט געשריבן:
חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

פון וועמען מאכט איר ליצנות? 2000 מענטשן האבן זיך באטייליגט אין א קליינע שבע ברכות זאל?

וואס 2000?!?
עס איז געווען איבער צען טויזענט באטייליגטע...... +VAT
לאנדאן איז געווען איבערגעדרייט מען האט נישט געקענט זעהן קיין נברא אויפן גאס בשעת די מעכטיגע עצרת.
פאליציי האט אפגעשפארט די הויפט גאס פון פארקער.
פרעג נישט עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא געלונגענע מעמד אין לאנדאן....

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 7:45 am

תכלית! וואס האט מען דארט גערעדט? עסקנים רבנים? עפעס חידושים?
וועלכע לויער איז דארט געווען אין וואס האט ער געהאט צו זאגן?
געגרינדעט נייע מוסדות? געמאכט געלט?
קומטס אריין קלאר פליז

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 8:19 am

מי כעמך האט געשריבן:תכלית! וואס האט מען דארט גערעדט? עסקנים רבנים? עפעס חידושים?
וועלכע לויער איז דארט געווען אין וואס האט ער געהאט צו זאגן?
געגרינדעט נייע מוסדות? געמאכט געלט?
קומטס אריין קלאר פליז

וועם גייט דאס אהן? די עיקר אז ס'איז (נישט) געווען 2000 מענטשן!

חצקאל דער לאצי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 4:29 pm
לאקאציע: לאנדאן

תגובהדורך חצקאל דער לאצי » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 8:21 am

דער לויער איז גראדע נישט קיין לויער אבער ער איז א קאנזערוורטיוו פארטיי קאוינסלער, ער הייסט ברייען גארדאן. מ'זאגט ער איז א לויער ווייל ער גייט נישט מיט קיין היט, האט א געשעוודע בארד און רעדט ענגליש!

ער האט שטארק ארויסגעברענגט אז ער טוט פאר חינוך אין איז שוין געווען אמאל מיט הרב ר' אברהם פינטער און הרב ר' יודל בוימגארטן פאר מיטינגס בנוגע חינוך. זיי זענען אגב פון די פארשטייער פון חינוך יו קעי.

ער האט אויך ארויסגעברענגט אין די זעלבע צייט נאך גזירות וואס לויערט אויפן ציבור, אז דזערעמי קארבין פון די לעיבאר פארטיי איז גאר א גרויסן אנטי סעמיט, און אויב ווערט ער פריים מיניסטער ווייסט ער נישט וואס די אידן אין UK וועלן טוהן...

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 8:37 am

חצקאל דער לאצי האט געשריבן:דער לויער איז גראדע נישט קיין לויער אבער ער איז א קאנזערוורטיוו פארטיי קאוינסלער, ער הייסט ברייען גארדאן. מ'זאגט ער איז א לויער ווייל ער גייט נישט מיט קיין היט, האט א געשעוודע בארד און רעדט ענגליש!

לייכטע סוירטש אויף ר' גוגל ווייזט אז ער איז ביידע א קאונסלער און א לויער, נאר אלס לויער זעה איך נישט וואס ער קען דא העלפן ער איז א פראפערטי סאליסיטער בסה''כ, אדער איז דא אפאר ברייען גארדאנס און מ'מישט ארום עיין כאן ותמצא

מי כעמך
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 8:41 am

חצקאל דער לאצי האט געשריבן:ער האט אויך ארויסגעברענגט אין די זעלבע צייט נאך גזירות וואס לויערט אויפן ציבור, אז דזערעמי קארבין פון די לעיבאר פארטיי איז גאר א גרויסן אנטי סעמיט, און אויב ווערט ער פריים מיניסטער ווייסט ער נישט וואס די אידן אין UK וועלן טוהן...

ווי כאילו ווען די קאנזערוועטיווס זענען דא קענען די אידן יא לעבן דא...
עפעס שטימט נישט דא, די עסקנים זענען דאך אינגוטן מיט דזערמי קארבין ניין?

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:05 pm

לאנדאנער האט געשריבן:
זעקס און ניינציגער האט געשריבן:
חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

נעוואדע ווילסטו טוישן די ניק נאך אזאנע בושות

אביסל דרך ארץ און רעספעקט פאר א ראש ישיבה פון א 8000 בחורים

הא הא אוי ביסטו א לאנדאנער

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:26 pm

לייטער האט געשריבן:
מוטשע נישט האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:ביטע, איינער זאל מיר גאראנטיען אז די זעלבע "הייליגע" שיטה איז נישט אויפן וועג קיין נ"י ביי אונזער חינוך אישו.

ס'איז שוין דא אין נוי יארק

די 'קול החינוך' גליון וואס ווערט פארשפרייט אין די בתי מדרשים, שמעקט צו קומען פון יענע חברה.

יא.

בינעך נישט אזוי זיכער אין וואס איר זאגט, זיי האבן פאריגע וואך באריכטעט געהעריג די פערלס אסיפות אן קיין שום קאמענטארן דערויף, און די האום סקולינג מיט וואס די יעניגע פייערן האב איך דאכט זיך נישט געזעהן אין זייער צעטל.

אוועטאר
לייטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 1:25 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:

זיי ברענגען אראפ פערלס זייער פארעווע יוצא צי זיין אז מען זאל עס אנעמען אין די מעיןסטרים קהילות , איך גלייב אז די לאנדאנער אסיפה די וואך וועט זיין ברייט געדעקט דארט
איך האב באמערקט אז זיי האבן גענומען די זעלבע מהלך צו זאגן און שרייבן אז אין סאטמאר אין די רבינס געזינטע יארן האט מען געלערנט '' בערך '' א שעה למודי חול

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג אוגוסט 02, 2019 1:56 pm

דא אין אמעריקע איז די צייט נאכנישט רייף ארויסצוקומען מיט אן אייגענע שיטה, דעריבער שטעלן זיי אהן א פנים כאילו זיי באריכטן פיערלס פאזעטיוו, אז די גליון זאל קודם ווערן אנגענומען ביים ציבור, און ווען די צייט וועט זיין רייף, זיי וועלן שוין זיין אפיציעלע ווארטזאגער, וועט מען ארויסקומען מיטן גאנצן קראפט. מען דארף דעם בלעטל מבער זיין מבעוד מועד!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:49 am

לייטער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
מוטשע נישט האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:ס'איז שוין דא אין נוי יארק

די 'קול החינוך' גליון וואס ווערט פארשפרייט אין די בתי מדרשים, שמעקט צו קומען פון יענע חברה.

יא.

איך האב באמערקט אז זיי האבן גענומען די זעלבע מהלך צו זאגן און שרייבן אז אין סאטמאר אין די רבינס געזינטע יארן האט מען געלערנט '' בערך '' א שעה למודי חול

אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, כ'האב נאך פון קיינעם נישט געהערט זאגן אז מהאט געלערנט א שעה אין די געזונטע יארן, יעדער איז מודה אז בערך צוויי שעה, די שאלה איז נאר צו מען מעג יעצט צוריקגיין צו די צוויי שעה נאר ווייל זיי ווילן זיך אריינמישן.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 10:51 am

מוטשע נישט האט געשריבן:דא אין אמעריקע איז די צייט נאכנישט רייף ארויסצוקומען מיט אן אייגענע שיטה, דעריבער שטעלן זיי אהן א פנים כאילו זיי באריכטן פיערלס פאזעטיוו, אז די גליון זאל קודם ווערן אנגענומען ביים ציבור, און ווען די צייט וועט זיין רייף, זיי וועלן שוין זיין אפיציעלע ווארטזאגער, וועט מען ארויסקומען מיטן גאנצן קראפט. מען דארף דעם בלעטל מבער זיין מבעוד מועד!

כ'ווייס נישט פון וועלכע צייט און וועלכע רייף איר רעדט, אבער רופט אן חומת הדת און הערט אויס ווי זיי האקן און קנאקן פון רעכטס און לינקס מיטן גאנצן קראפט אויף אלס און אלעמען, ממילא אויב קול החינוך רעדט נישט אפילו ענליך צו דעם קוקט מיר נישט אויס ווי עס קומט פון זיי.
אלעס איז מעגליך פארשטייט זיך, אבער מוכרח איז דאס נישט בכלל.

אוועטאר
לייטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:04 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
מוטשע נישט האט געשריבן:
די 'קול החינוך' גליון וואס ווערט פארשפרייט אין די בתי מדרשים, שמעקט צו קומען פון יענע חברה.

יא.

איך האב באמערקט אז זיי האבן גענומען די זעלבע מהלך צו זאגן און שרייבן אז אין סאטמאר אין די רבינס געזינטע יארן האט מען געלערנט '' בערך '' א שעה למודי חול

אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, כ'האב נאך פון קיינעם נישט געהערט זאגן אז מהאט געלערנט א שעה אין די געזונטע יארן, יעדער איז מודה אז בערך צוויי שעה, די שאלה איז נאר צו מען מעג יעצט צוריקגיין צו די צוויי שעה נאר ווייל זיי ווילן זיך אריינמישן.

וועגן דעם זאגן זיי''בערך'' א שעה ווייל זיי קענען זיך נישט קריגן מיטן מציאות '' בערך '' א שעה הייסט נישט קיין ליגנט

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » זונטאג אוגוסט 04, 2019 2:05 pm

איז ארויסגעקומען א קול החינוך פאריגע וואך?

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:32 pm

חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

טראצדעם וואס עס איז געווען געפלאנט צו זיין אינגאנצן א גאר ענגע אסיפה אין די רייע אסיפות ע׳י עסקני קהילות הקודש וואס איז יעצט געווען די דרייטע אין די רייע, און מען האט זיך געהאט גערישט אויף א ענגע צאל משתתפים, צוליב וואס נאר איינצעלע צעטלעך זענען געהאנגען געווארן ווייניגער ווי 24 שעות בעפאר די אסיפה, האט דאס אבער צוזאם געברענגט א שיינער ציבור, און איז פארוואנדלט געווארן צו א גרעסערע אסיפה ווען עס ווערן אנגעזעהן בראש רבנים ומורי צדק שליט”א, ראשי כוללים, מגידי שיעור, תלמידי חכמים, גדולי העסקנים לכל קדשי ישראל, מנהלי מוסדות, און פילע בני תורה און חשוב’ע בעלי בתים מסלתה ומשמנה פון תושבי עירינו.

דברי פתיחה האט אויפגעטראטן יושב ראש המעמד הרב הגאון רבי יצחק שלמה אלבוים שליט”א רה”כ חו”מ טשאבא, וואס האט ארויסגעברענגט אז מיר דארפן בעיקר קלארשטעלן אז מיר אידן האבן א חינוך וואס איז אינגאנצן אומפארשטענדלעך פאר אנדערע, און עס איז נישט מעגליך אז זיי זאלן בכלל פארשטיין אונזער וועג, און זיי דארפן וויסן אז אידן זענען אנדערש פון אלע, ער האט געברענגט די מעשה פון זקינו הגאון הקדוש רבי יוסף חיים זונענפעלד זצוק”ל דער ירושלימ’ער רב, וואס איז געפארן איינמאל צום קעניג עבדאלא פון ירדן צו ערלעדיגן צו ארויסהעלפן א געוויסע ענין אין אידישקייט וואס דער קעניג האט פרובירט צו פאדערן פון די ערליכע אידן אין ירושלים, ע”פ עצתו האט הקדוש ר’ ישראל יעקב דיהאן הי”ד וואס האט באגלייט דער ירושלימ’ער רב זצ”ל געפרעגט דעם ירושלימ’ער רב א שאלה אין ‘הלכות פוטבאל שפיל’, האט רבי יוסף חיים זצ”ל פארשטייט זיך געענטפערט אז ער ווייסט נישט, האט ער אנגעפרעגט דעם קעניג די שאלה האט ער באלד געענטפערט, דערנאך האט ר’ ישראל יעקב געפרעגט פארן קעניג א שאלה אין הלכות שבת, האט דער קעניג געענטפערט אז ער פארשטייט נישט צו דעם, האט רבי ישראל יעקב געפרעגט דעם ירושלימער רב די שאלה האט ער געענטפערט, האט רבי ישראל יעקב געזאגט אז יעדער ווייסט צו ענטפערן אין זיינע ענינים, אין אנדערע ענינים האט ער נישט קיין אהנונג און פונקט ווי רבי יוסף חיים זצ”ל ווייסט נישט צו זיך מישן אין פוסבאל, אזוי איז דער קעניג מודה אז ער ווייסט נישט זאכן פון אידישע זאכן, און דער קעניג האט דאס פארשטאנען.

ס׳איז שפעט איך וועל צוענדיגען מארגן אין אויך ארויפלייגען בילדער אי״ה.

ביים שלוס איז ארויסגעברענגט געווארן אז מען נעמט אן פארשידענע דרכי פעולה, ווען איינס פון די וועגן איז ארויסצוגיין מיט א מלחמה נגד די וואס פאנעגען אונז, אין מיר גייען נישט אננעמען קיין שום עניני כפירה יהי’ מה שיהי’ ובאיזה אופן שיהי’, מיר קענען נישט טוישן קיין ריר פון אונזער אלטע תורה.

די ציבור איז ארויס זייער אויפגעוואכט און מיט אנטשלאסנקייט צו גיין מיט א מערכה צו אפראטעווען אונזערע קינדער זאלן ווייטער זאגן שמע ישראל, און טאקע אינזינען האבן צו גלייבן באמונה שלימה, עס האט זיך ממש אנגעזעהן אויפן ציבור ווי זיי האבן נאר אויסגעווארט און געלעכצעט א לאנגע צייט אויף אזא גלאנצנדיגען געלענהייט צו זיך צוזאמען אדורכשמועסן און הערן ריכטיגע ווערטער, דאס ריכטיגע געשריי פון א איד וואס דארף געהערט ווערן אין אזא צייט, ווערטער פון אמונה אין באשעפער אמונה אין נצחיות התורה אן קיין שינוים לעולמי עד, און מיר גייען שטיין אינעם פראנט פון א מערכת קודש צו ציעהן ווייטער דעם גאלדענעם קייט פון כלל ישראל לנצח נצחים.
צוגעלייגטע
עצרת-על-גזירת-החינוך-אנגליה-אב-עט-24-1469x1024.jpg
עצרת-על-גזירת-החינוך-אנגליה-אב-עט-24-1469x1024.jpg (240.82 KiB) געזעהן 448 מאל
עצרת-על-גזירת-החינוך-אנגליה-אב-עט-23.jpg
עצרת-על-גזירת-החינוך-אנגליה-אב-עט-23.jpg (749.24 KiB) געזעהן 448 מאל

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 9:16 am

קאץ און מויז האט געשריבן:
חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

.

ס'לכאורה נישט די ריכטיגע בילדער, וויל אין די ארטיקל רעדט מען פון 2000 מענטשן, און אויף דעם בילד (נעמט אין אכט מ'זעט ביידע ווענט פון רעכטס און לינקס, און די בילד איז געמאכט הינטערן רוקן פון די וואס שטייען צום סוף) זענען נישט דא (+די רבנים אויפן אויבנאהן) קוים 100 מענטשן!

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 9:55 am

מוטשע נישט האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:ביטע, איינער זאל מיר גאראנטיען אז די זעלבע "הייליגע" שיטה איז נישט אויפן וועג קיין נ"י ביי אונזער חינוך אישו.

ס'איז שוין דא אין נוי יארק

די 'קול החינוך' גליון וואס ווערט פארשפרייט אין די בתי מדרשים, שמעקט צו קומען פון יענע חברה.

קול החינוך פעלטשט ד''ק פון רבינו הק' זי''ע

ארגינעלע דרשה
unnamed (2).png
unnamed (2).png (266.7 KiB) געזעהן 322 מאל

ארויסגעשטיקעלט
2019-08-08 (1) (1).jpg
2019-08-08 (1) (1).jpg (90.16 KiB) געזעהן 322 מאל

יעדע פלאץ ווי די רבי שרייבט זאגט אז דאס וואס די רעגירונג פארלאנגט מעג מען האבן זיי אויסגעלאזט
לעצט פאראכטן דורך אורח הכבוד אום פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

orechhakuved@gmail.com

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:03 am

אוראייניקל האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:
חזקלשלעז האט געשריבן:דעם בליץ אסיפה “עצרת תפילה והסברה” איז היינט פארגעקומען מיט גרויס הצלחה אין עדן זאל, ווי איבער צוויי טויזענט תושבי עירינו בראשות הרבנים הגאונים שליט”א האבן זיך באטייליגט להצלת החינוך הטהור פון גזירות החינוך אין ענגלאנד.

.

ס'לכאורה נישט די ריכטיגע בילדער, וויל אין די ארטיקל רעדט מען פון 2000 מענטשן, און אויף דעם בילד (נעמט אין אכט מ'זעט ביידע ווענט פון רעכטס און לינקס, און די בילד איז געמאכט הינטערן רוקן פון די וואס שטייען צום סוף) זענען נישט דא (+די רבנים אויפן אויבנאהן) קוים 100 מענטשן!

ס'לכאורה יא די ריכטיגע בילדער, ווייל אין די זאל וואו עס איז פארגעקומען קענען זיך בצומצום ודוחק ממש אריינשטופן 199 מענטשן!

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 13 געסט