ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 5:50 pm

Yang2020 האט געשריבן:די צוויי-פארטיי סיסטעם און די לאביאיסטן מאנאפאלירן אונזער דעמאקראטיע.


איקוועל סיטיזענס איז א אומפארטייאישע נאן-פראפיט געשטעלט צו פאררעכטן און פארבעסערן דעמאקראטיע אין אמעריקע. צווישן אנדערע האבן זיי אויך א פראיעקט צו צייכענען פרעזידענטליכע קאנדידאטן לויט ווי פאוקעסד זיי זענען און ווי גוט זייערע פלענער זענען צו פארבעסערן דעמאקראטיע.
ענדרו יענג איז דער העכסטער, און דער איינציגסטער מיט א רעיטינג פון +A.



אין שייכות צו דעם איז גוט צו דערמאנען, אז ענדרו יענג איז דער איינציגסטער פון אלע קאנדידאטן וואס האבן קוואליפייד פאר די דריטע דעבאטע וואס האט נישט באקומען קיין דאלער אין outside money.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:37 pm

Yang2020 האט געשריבן:יישר כח פאר די קאמפלימענטן.

מטעמים האט געשריבן:איך קען נישט רעדן פון די סוקסעס אדער דורעכפעלער פון די אימפלימענטעישען פון יו בי איי אין די אנדערע לענדער ווייל איך ווייס נישט און עס איז מיר נישט נוגע פערזענליך.


אלאסקא איז אין אונזער לאנד. מיינסט אנדערע זיפ קאודס?
די פוינט איז אז געבן געלט דירעקט האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א מעכטיגע סוקסעס, מער ווי אנדערע פראגראמען, כאטש די דיטעילס קענען טאקע זיין אנדערש צווישן די לענדער. יענג'ס פלאן איז נאכנישט געקריצט אין שטיין, און פאר עס גייט דורך קאנגרעס און סענאט איז עס נאר א קאנצעפט. דער קאנצעפט איז דער זעלבער איבער די וועלט.
דו קענסט נישט שרייען פון איין זייט "געשמאקע טעאריעס אבער נישט פאקטן" און פון די צווייטע זייט נאר אננעמען פאקטן פון א פלאץ וואו פאקטן עקזיסטירן נישט, ווייל עס איז נאכנישט אויספראבירט געווארן.

מטעמים האט געשריבן:2. א אינקריעס פון א גאווערמענט פראגרעם מיט 33% איז גהינום משוגע, און פאר וועם? מענטשען וואס פארדינען העכער 50,000 פער חודש זאל אויך באקומען טויזענט דאלער א חודש? דאס מיינט ביי מיר א אידיאטישע פלאן!


איך מיין אז איך הייב אן צו פארשטיין. דיר שטערט נישט דאס פלאן אליין נאר די סייז דערפון, און ווען עס וואלט געווען 666 פער חודש אנשטאט 1000 וואלט אלעס געווען אקעי. בין איך גערעכט?
אונז קענען האבן א שמועס איבער דעם, אבער ערשט לאמיר זיין זיכער אז איך פארשטיי דיין זייט.

עס וועט דיר מסתמא אביסל בארואיגן צו וויסן אז יענג האט פארשידענע געדאנקען וויאזוי צו שפארן פעדעראלע ספענדונג, און ער שטרעבט פאר א בעלענסד בודזשעט.

הויכע פארדינער באקומען נישט טויזנט א חודש. אויף פאפיר יא, אבער נישט ווען דו רעכנסט אראפ וויפיל זיי צאלן צוריק.

מטעמים האט געשריבן:3. דיין גאר געשמאקע ״אבער לאנגע״ רעספאנס איז סיבה נאמבער איינס פארוואס די מידיע וויל עס נישט דיסקוסירען ווייל עס איז א אבנארמאלע לאנגע קאנווערסעישאן מיט נאמבערס וואס ״קיין איין״ נארמאלע מענטש האט נישט צו זיינע פינגער טיפס א חוץ אפאר פראפעסארען.


האבן מיר געמאכט אביסל פארשריט... דיין יעצטיגע טעאריע איז אסאך נענטער צו מיינס ווי צו דיין אלטע.
יא, די מידיא איז אויבערפלעכליך מיט א קורצע עטענשאן ספען, און לעבט אויף סאונד בייטס אנשטאט ניואנסד דיסקוסיעס.

מטעמים האט געשריבן:4. די אינדאסטריעס האבען זיך אייביג געטוישט און מען האט סארווייווט אן באקומען וועיזשעס פון די גאווערמענט און סתם זאגען אז מענטשען זענען דעפרעסט און אלעס אנלייגען אויף די גאווערמענט אז זיי מיזען העלפען איז סאושעליזעם עט איטס ווארסט.


האסטו געזען מיין ערשטע קושיא אויבן? וואס איז פארענדערט געווארן די אינדוסטריעל רעוואלושען פון אלע פריערדיגע, וואס האט יא געברענגט מאסיווע אומרוען און אומסטאביליטעט וואס האט גענומען הונדערטער יארן זיך צו בארואיגן?
יא, מען האט סורווייווט, מיינוס די הונדערט מיליאן וואס זענען אומגעקומען אין דירעקטן רעזאלט פון די אומרוען, און מיר וועלן אויך סורווייוון, מיינוס די וואס נישט. אויב האלטסטו אז פלאסטערן די ראודס איז א אויפגאבע פון די רעגירונג, פארוואס זאלן זיי נישט אוועקנעמען אויך די באמפס פון דעם ראוד?
ביידעוועי, דער מאנסטער וואס רופט זיך סאושעליזם איז אויך באשאפן געווארן אין יענע אומרוען. יענג איז א קאפיטאליסט וואס וויל אפגרעידן קאפיטאליזם, כדי סאושעליזם 2.0 זאל נישט באשאפן ווערן...

מטעמים האט געשריבן:5. די חלום אז סקערסיטי וועט אוועקפאלען איז דורעך און דורעך פאלש ווייל אמעריקע איז א היי ספענדינג קאנטרי מיט משוגע שטארקע מארקעטינג קאמפעניס וואס קאנווינסען קאנסומערס צו ספענדען מער געלט, געיס וואס זיי וועלן טוהן ווען זיי ווייסען אז קאנסומערס האבען נאך טויזענט דאלער אין טאש.


זיכער וועלן מענטשן ספענדן מער, דאס מיינט אז די עקאנאמיע און ביזנעסער וועלן בליען.
און אויב מיינסטו אז זיי וועלן נאר ספענדן דעם גאנצן טויזנטער און גארנישט אוועקלייגן, איז דאס אפשר א (אומ)געשמאקע טעאריע אבער שטימט נישט מיט די פאקטן...

מטעמים האט געשריבן:6. אגב איך האב אלעס געלייענט ביז אהער פון דיר און מיט דעם אלעם בין איך שטארק קאנווינסד אז די פלאן איז נישט סענסיבעל, עס גייט נישט העלפען די ריכטיגע מענטשען און עס טארגעט א פראבלעם וואס דארף נישט קיין סעלושען און עס איז נאך א ספענדינג פראגראם און אזוי אויך אויפגעבלאזענע באזשעט.


דו ביסט בארעכטיגט צו דיין מיינונג. איך וואלט נאר אפרישעיטעד אויב קענסטו נעקסטע מאל שרייבן מער פוינטעד, אדער קלאר מאכן פארוואס וואס איך האב געשריבן העלפט נישט.
כאפ אויך א בליק אויף זיינע אנדערע (איבער 100) פאליסיס פאר דו באשליסט וויפיל פראבלעמען וואס דארפן סעלושענס ווערן געטארגעט נאר דורך אים.

מטעמים האט געשריבן:7. יענגס געווינס איז אז ער האט מער צייט ווי די מענטשען וואס ער רעדט צו און יעדער געט אויף נאכדעם וואס מען האט שוין קיין געדולד צו אים, דאס גייט אים נישט ברענגען קיין וואוטס און דיקריעסד זיינע שאנסען צו באקומען מידיע אינטערוויוס.


איך ווייס נישט אויף וואס פונקטליך דאס באציט זיך, אבער אויב רעדסטו פונעם קוואוט וואס איך האב געברענגט פון ענדערסאן קופער איז עס נישט ריכטיג. עס איז געווען א סופער שנעלע אינטערוויו, און מען האט געקענט זען ווי לייט באלבס צינדען זיך אן פאר ענדערסאן און רעדער דרייען זיך אים אין מוח...

ביידעוועי, מידיא אינטערוויוס נעמען געווענליך א באשטימטע צייט, און יענג איז קיינמאל נאכנישט אריבערגעגאנגען דעם לימיט, פשוט ווייל ער קען נישט אפילו ווען ער וויל ווען. האלטסט אז סיקסטי מינוטס האט מורא אז יענג וועט רעדן 61 מינוט?

על ראשון ראשון:

איך האב יעצט געקוקט די אנעמפלוימענט רעיט אין אלעסקע און עס איז ביי 6.3% - עס זעהט אויס ווי יו בי איי מאכט א חורבן דארט ווייל דאס איז כמעט דאפעלט ערגער ווי די נאציאנאלע עוורידזש פון 3.7%

זיי קענען נאך באקומען אלע פעדעראלע פראגראמען אן טאפ פון זייער בעיסיק אינקאם וואס דארף זיי אפיציעל מאכער מער מענטעלי סעיף און מיט דעם אלעם האבען זיי נישט באוויזען צו באווייזען א וועידזש אינקריעס אין די לעצטע דריי יאר.

דאס אז דו ערווארטסט קאנגרעס זאל בעסער מאכען די יו בי איי פלאן שפיר איך אז דו דארפט דיר פארענטפערן פארוואס א זאך וואס האט נאך נישט פאסירט אין די היסטאריע פון קאנגרעס זאל פלוצים געשעהן.


יו בי איי מיט יעינג איז אקוראט די פאלגענדע מעשה: אמאל איז געוועהן א לאנד וואס האט איין טאג דעסיידעד צו געבן געלט פאר אלע אירע בירגער און יעדער איז אהיימגעקומען העפי און נאך אפאר וואכען האבען אלע מענטעל מענטשען אנגעפאנגען אויפהערן נעמען די פילען ווייל זיי האבען געהאט גענוג געלט אזוי זענען אוועק געגאנגען אלע דאקטער ביללס אזוי זענען די רואיגע מענטשען פון שטאט אנגעפאנגען צו שפאצירען אויף די גאסען אנשטאט צו לויפען סאו האט מען נישט געדארפט אזוי אפט איבער מאכען די ראוד סאו האט די גאווערמענט זיך געשפארט געלט און אזוי האט די גאווערמענט געהאט גענוג געלט צו קענען געבן נאך געלט האבען די מענטשען געהאט גענוג געלט צו גיין אין זשים אזוי זענען זיי געווארען דארער איז זייער בלוט פרעשור מעדיקעישאן אראפ מיט אנדערע אישוס אויך סאו האט די גאווערמענט געהאט נאך געלט האבען זיי געקענט צוריק געבן מער האבען די מענטשען אנגעפאנגען צו האבען מער קינדער אזוי אז די דאקטוירים וואס האבען אמאל קעיר גענומען פון מענטעל אדער פרעשור פראבלעמען אנגעפאנגען צו דעליווערן בעיביס אזוי האבען מענטשען געספענד מער געלט אויף קינדער קליידער און די קינדער קליידער קאמפעני האט געקענט הייערן מער ארבייטארער האט די עקאנאמיע אנגעפאנגען אריינבאקומען מער זשאבס האבען די נייע זשאב באקומער אנגעפאנגען צו אוועק לייגען געלט פאר די קינדער און נאך דריי יאר האט שוין די גאנצע וועלט געוועהן העפי אלע פראבלעמען זענען אוועק געגאנגען און מען האט געלעבט אזוי שיין און אלע רבי׳ס האבען שלום געמאכט און יעצט מאך שטייטעלעך אויף די אויגען און מען דארף שוין אויפשטיין. גוט מארגען יעדער איינער.

א פלאן וואס ריקווייערד טויזענט דיטעילס און קאנגרעס זאל עס נאך אויסארבייטען איז א קאנספירעסי.
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 8:15 am

די שטרוי-מאן וואס דו אטאקירסט דא איז באמת וואונדערליך, און וויבאלד דער נאר איז נישט מיינער האב איך אויך געלאכט. א דאנק.
א עקסטערע דאנק פארן מיר צושטעלן ביישפילן צו דעם וואס איך האלט דא אין איין שרייבן, אז דער פרידאם-דיווידענד איז נישט 'דער' סעלושען, (אז עס גייט נישט אוועקנעמען אלע פראבלעמען פון די וועלט איז מיר נישט איינגעפאלן אז איך דארף אפילו שרייבן). באמת שיין פון דיר.

אבער אז מען רעדט שוין וואלט איך זיך ערלויבט אביסעלע קאנסטרוקטיוו קריטיק. אמת טאקע אז די אלאסקא פערמענאנט פאנד ווייזט אז כאטש עס האט אראפגעברענגט אנעמפלוימענט און עס קיינמאל נישט געהויבן אין די צענדליגע יארן וואס עס גייט שוין אן, און אינקאם אינעקווילענטי איז געווען פון די נידריגסטע אין לאנד, דאך איז אנעמפלוימענט אין אלאסקא העכער ווי עוורעדזש צוליב זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות. אבער אז איינער וויל קען ער זיך פאר'עקש'ענען אז דער פערמענאנט פאנד איז דאך טעכניש נישט קיין פולע UBI, ווייל דער עמאונט פער יאר איז צו קליין און איז טוישבאר, עקספערטן רופן עס סעמי-UBI אדער UBI like. און געוויסע מומחים רופן טאקע צו מאכן דעם פאנד נענטער צו פולע UBI כדי צו לינדערן דעם אנעמפלוימענט פראבלעם. איז דאך נישט קיין ראיה אז דער פרידאם-דיווידענד וועט נישט אויטאמאטיש לעזן אלע פראבלעמען פון די גאנצע וועלט.

איך וואלט בעסער געברענגט א ביישפיל פון נאמיביע. גארנישט מיט ראסיזם, אבער א טייל פון די באטרעפנדע האבן מסתמא געוואלט האבן ווייסע הויט, און דער עקספערימענט האט זיי געלאזט מיט דעם פראבלעם. Q.E.D.

אבער צוליב קנאת סופרים וועל איך אויך פארציילן א מעשה: אמאל איז געווען א לאנד וואו עס איז פארגעקומען גלאובעל קולינג און מענטשן זענען פארפרוירן געווארן אין די ווינטערס. האט איינער געוואלט איינפירן אז די רעגירונג זאל צושטעלן הייצונג פאר נידריגע פארדינער, כדי צו פארמיידן טויטפעלער און אפילו אויפצואוועקן די עקאנאמיע, ווייל מענטשן וועלן קענען ארויסגיין פון דאכענע און עפעס טון. איז געקומען א חכם אחד מיט א באווייז פון סיביר (ויש גורסים אלאסקא), וואו עס איז זייער קאלט פון אלעמאל אן, און די רעגירונג האט שוין דארט איינגעפירט אזא פלאן, (ולא אזא פלאן אזא פלאן ממש נאר כמעט אזא פלאן), און די ספרי חכמה יודעי העתים הנקראים סטאטיסטיקס ווייזן אז דארט פרירט מען מער ווי דא, איז דאך געדרינגען אז די רעגירונגס הייצונג ברענגט א קרירות, וכדי בזיון וקצף. הדבר יצא מפי החכם, און דער ערשטער האט צוריקגעצויגן מחשבתו הרעה אשר חשב לעשות, ענד דעי ליווד העפילי עפטער עווער אונטערן דאכענע.


דיינע ווערטער איבער קאנגרעס זענען עפעס נישט קלאר. מסתמא איז ארויסגעפאלן פון דיין תגובה דער פאקט אז אזא פלאן איז שוין צוויי מאל דורכגעגאנגען קאנגרעס אין ניקסאן'ס צייטן, און איז נאר אפגעהאלטן געווארן אין סענאט דורך די דעמאקראטן, אבער ווען א פרעזידענט וואס לויפט אויף דעם פלאטפארמע ווערט ערוועלט איז די שאנס אז עס זאל דורכגיין אסאך העכער. דאס האסטו געמיינט?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 3:55 pm

אין פארזעצונג פון פריער, קוקט אויס אז די אלאסקא פערמענאנט פאנד טוט אויף גדולות ונצורות פאר די ארבעטס מארקעט דארטן!

zzqtcouwpyl31.png
zzqtcouwpyl31.png (75.59 KiB) געזעהן 831 מאל


(פוינט איז, ערשטענס, אז מען קען זיך נישט ארויפכאפן אויף א קווירק אין אלאסקא און זאגן אז UBI וועט דאס ברענגען איבעראל. לעיבאר אין אלאסקא איז יוניק, און איז געווען יוניק נאך בעפאר דעם פאנד. ביים דורכפירן עקספערימענטן קוקט מען וואס און וויפיל האט זיך געטוישט. און צווייטנס, אז אנעמפלוימענט איז בלויז איין נאמבער, און זאגט נישט די גאנצע בילד. גראדע אין אלאסקא זאגט עס נאך ווייניגער ווי געווענליך).
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6510
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:07 pm

קוק די אלע פוילע שטריקעס אין די נארט איסט און וועסט. די פלייסיגע ארבעטער פון די דיעפ סאוט דארפן נעבעך אויסהאלטן די היילי-עדזשוקעיטעד פוילאקעס אין די ליבעראלע שטאטן..
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Projects.Economist ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:37 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קוק די אלע פוילע שטריקעס אין די נארט איסט און וועסט. די פלייסיגע ארבעטער פון די דיעפ סאוט דארפן נעבעך אויסהאלטן די היילי-עדזשוקעיטעד פוילאקעס אין די ליבעראלע שטאטן..


דו זאגסט עס טאקע בדרך צחות, אבער עפעס א הסבר דארף עס. אפשר מער עלטערע/קינדער?

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:02 pm

אודאי רעכנט מען אן קינדער, יוטא האט דאך אסאך קינדער.

די דיעפ סאוט איז פשוט חרוב ונחרב ארים און וואשינגטאן דעפענדענט, נישט קיין וויץ, נאר א פאקט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:06 am

נאך איין קליינע באמערקונג אויף די טשארט: וואס ליכטיגער די קאליר, אלץ מער וועט יענער סטעיט פארדינען מער פונעם פרידאם-דיווידענד ווי פון העכערן מינימום וועידזש. דזשאסט סעיאינג...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:18 am

דער Trump Warrior וואס איך האב אויבן געברענגט האט שפעטער געטוויט אז ער זעט איין אז זיין א טראמפיסט און שטיצן יענג איז נישט קיין סתירה. ער האט זיך איינגעשריבן אלס דעמאקראט צו שטימען אין די פריימעריס פאר יענג.

נאך די לעצטע העד טו העד אנקעטע וואו יענג באזיגט באקוועם טראמפ אין ניו העמפשיר, האט א צווייטע טראמפיסט געמאכט אזא טוויטער אנקעטע, אבער באגרעניצט נאר פאר 24 שעה (וואס געבט א אויבערהאנט פאר אירע באקאנטע וואס זעען עס די ערשטע, און זיי זענען פארשטייט זיך בעיקר טראמפיסטן). קוקט אויס אז זי איז גוט קאנעקטעד, ווייל עס האט געצויגן מאסיווע אינטערעסע, מער ווי די פאריגע האט געצויגן אין 7 טעג.
אבער נישט נאר קעגן טראמפיסטן האט זיך די יענג גענג געדארפט פארמעסטן, נאר אויך קעגן די בערני בראוס.
tr181dr3u0m31.png
tr181dr3u0m31.png (163.72 KiB) געזעהן 644 מאל


(איך ווייס נישט פון וואו דער warmonger איינרעדעניש קומט. אבער רעדנדיג וועגן באטס, ווייזט TwitterAudit אז 8% פון בערני'ס פאלאוערס זענען באטס. יענג האט די העכסטע פראצענט פון עכטע פאלאוערס פון אלע קאנדידאטן, 96%)

בסך הכל זענען אריינגעקומען איבער 100K שטימעס, מסתמא די מערסטע פון סיי וועלכע פאליטישע אנקעטע אין היסטאריע.
k1tbo7sp62m31.jpg
k1tbo7sp62m31.jpg (403.24 KiB) געזעהן 644 מאל


זי האט דערנאך אנגעהויבן א צווייטע אנקעטע פון טראמפ קעגן בערני. עס האט נאך אפאר שעה צו גיין און איך בין נישט אויף טוויטער, אבער דער קאפי-פעיסט העק האט מיר געוויזן אז נאך קרוב צו 11K שטימעס האלט עס ביי 67% טראמפ קעגן 33% בערני.

איך וויל נאכאמאל קלאר מאכן אז איך האלט נישט אז די טוויטער פאולס זענען צופיל ווערט. אבער עס ווייזט יא אז די יענג גענג איז ענטוזיאסטיש און קאנעקטעד און די בערני בראוס זענען שוין נישט. אין א געוויסן זין איז יענג דער בערני פון 2020, און טאקע דערפאר קענען זיי אים נישט דערליידן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 8:20 am

לעצטענס זענען ארויסגעקומען אפאר אינטערעסאנטע ארטיקלען איבער יענג:


אדער נישט אונטער א paywall דא.





And here’s a strange thing about Andrew Yang: People who used to vote for Bernie Sanders love him. The alt-right love him. People who have never been interested in politics love him. My British fiancé is convinced he’s going to be the presidential candidate. I put out a call on Twitter for anyone who was backing Andrew Yang to get in touch, and within minutes, my inbox was flooded with DMs. There were so many, I was up all hours of the night trying to reply to them. As a test, I tried the same with Bernie Sanders supporters and Elizabeth Warren supporters over the next couple of days; no “Bernie Bros” got in touch, and just three Warren backers did. Even as I was trying to read those, my inbox was filling again with the thoughts of more members of the YangGang.

Who are they? Well, they come from across the political spectrum. A few described themselves as “socially liberal but fiscally conservative”. Others told me they were “100% progressive”. Some could quote sections of Yang’s book off by heart.


“The Freedom Dividend, for example, does not neatly fit out current political framework,” he continued. “I can call it progressive (strong safety net) or libertarian (no administrative bloat, money in hands of people instead of the government), socialist (redistribution of wealth) or capitalist (dividend to shareholders of our democracy, paid for my companies who've used public goods like broadband subsidies or public university research to grow). That's because it's not an ideological solution. It's a data-driven solution tailored to the unique 21st century problem of automation displacing millions of Americans, and supporting empirical research showing cash transfer is the most effective form of assistance.

“Especially given how divided we are, I've seen Andrew win over everyone from The Breakfast Club to Tucker Carlson to Joe Rogan to Morning Joe to The Root to Ben Shapiro. He actually can deliver on “healing the divide” to which everyone pays lip service but most candidates ignore.”

Others spoke just as passionately about Yang healing a political divide with his refusal to condemn right or left-wing politics.


Another popular post on Reddit describes someone who had fallen into the depths of far-right ideology and was reintroduced to hope and optimism by the Yang campaign. While cautioning that he’s still “de-programming myself from the hate that I absorbed over the last five years”, the writer says that Yang’s “perception that AI is currently the largest 'unseen' threat to the average American worker — me — couldn't have rung more strongly with me. His solutions just made sense to me in a way that I can't articulate. I tried to poke holes in the argument for a basic income, but could only come up short. For me, a thousand a month would let me spend more time with my sick mother, without working increasingly later shifts at work. It would give me the flexibility to care for my loved ones without sapping my own strength. I don't know why, but seeing the benefit to myself in such a dramatic manner just triggered some otherworldly type of empathy within me.”


Andrew Yang is currently polling at 3 per cent, which is pretty healthy for this stage of the game — to put that into perspective, he’s polling well above Amy Klobuchar and Julian Castro, and his numbers are the same as Cory Booker and Beto O’Rourke. He has, additionally, promised a “big” surprise at tomorrow’s third Democratic debate, to do something “unprecedented”. He’s popular enough now for that to generate some media intrigue (and I don’t just mean from me.) Along with hundreds of thousands of members of the YangGang, I’ll be looking out for it.


(סארי פאר די לאנגע קוואוטס, אבער די גאנצע לאנגע ארטיקל איז באמת אינטערעסאנט, דאס זענען נאר די פאראגראפן וואס האבן מיר געצויגן...)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:03 am

איך טראכט אז יעצט ווען מער עוורידש מענטשן הייבן אן צו הערן פון יענג, דארף ער ער מער אבאכט געבן וויאזוי ער פירט זיך אויף. נישט יעדער קען פארנעמען זיינע וויצן.

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:45 am

זיין קאמפיין מענעדזשער, Zach Graumann, איז פונקט פארקערט - פארזיכטיג און איינגעהאלטן. איך האף אז ער וועט גוט האלטן די לייצעס.
זיין לימיטינג פעקטאר איז יעצט נעים רעקאגנישאן, און די אלע וויצן און קונצן צאלן זיך אויס. שפעטער וועט דער קאמפיין מסתמא סוויטשן גיערס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:54 am

איינער (א פאקס ניוז פראדוסער) האט געבעטן אויף טוויטער "איך דארף א בעסקעט באל געים, טעד קרוז וו ענדרו יענג".

אויף וואס קרוז האט רעספאנדעט:
Capture.PNG
Capture.PNG (13.98 KiB) געזעהן 562 מאל

נאך די נעכטיגע פאול איז ארויס, איז געווען די שמועס:
2.PNG
2.PNG (296.95 KiB) געזעהן 562 מאל
2.PNG[/attachment]
צוגעלייגטע
3.PNG
3.PNG (30.92 KiB) געזעהן 562 מאל

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:56 am

4.PNG
4.PNG (17.28 KiB) געזעהן 560 מאל
5.PNG
5.PNG (323.4 KiB) געזעהן 560 מאל
6.PNG
6.PNG (14.99 KiB) געזעהן 560 מאל

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:59 am

סאו אונז גייען האבן א קרוז ווס יענג.

אפילו אויב ער איז נישט קיין קאנדידאט, ענטערטעינמענט איז ער זיכער...

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:03 am

שכוח פארן ברענגען.
אינטערעסאנט אז די אנקעטע מיט 5% איז ארויסגעקומען געציילטע שעות נאך קרוז'ס אנטווארט אז ער שפילט נישט מיט איינער וואס ציט נישט אן 5%. קוקט אויס באשערט...

אזא שפיל קען זיין א געווינס פאר ביידע פאליטיש, נישט קיין חילוק ווער געווינט די געים.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 11:06 am

נאכדעם וועט יענג זאגן פאר ארורק, וואס איז דיין יחוס, אז דו האסט כמעט באזיגט קרוז?...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:19 pm



The current reality of the 2020 presidential race is this: Aside from Elizabeth Warren (and her surge into second place behind Joe Biden), there is no candidate with more momentum and buzz than Andrew Yang headed into tonight's third debate.

Which is, if you stop and think about things for 30 seconds, a pretty remarkable statement. Yang started the 2020 presidential race as a total and complete unknown, having never run for elected office ever before. He was polling at 0% because, well, he was a total and complete unknown.


And at least at the moment, Yang finds himself firmly in the second tier -- with Sen. Kamala Harris (Calif.) and South Bend Mayor Pete Buttigieg (Indiana) -- slightly above bigger names (in politics) at least like Beto O'Rourke and Cory Booker.


Regardless of the reason(s), Yang has struck a chord at least among some segment of the Democratic primary electorate. In the last six polls on the race -- as collected by Real Clear Politics -- Yang's support ranges from 2% to 5%. Which isn't great, except when you consider that those numbers are more than 14 of the other 19 Democrats still running for president.

To be clear: Andrew Yang is still a long shot. The most likely outcome is that he has hit his ceiling and will go no higher. But no one -- including me -- thought that Yang would even get to this point. Which means that predictions about where he will go from here seem like a fool's errand.
And if Donald Trump's victory in 2016 taught the political class anything, it's this: Never, ever say never.


(אביסל מאדנע צו נוצן די ווערטער hit his ceiling ווען די רעדע איז פון א קאנדידאט וואס רוב מענטשן קענען אים נאכנישט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אור
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 9:53 pm

drudgereport
צוגעלייגטע
DRG.jpg
DRG.jpg (88.2 KiB) געזעהן 450 מאל

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:29 am

Yang2020 האט געשריבן:ווי ענדערסאן קופער האט אים געזאגט אין פנים, "איך פיל אז איך פארשטיי נאר בערך א פערטל פון וואס דו זאגסט, אבער דער פערטל איז מורא'דיג אינטערעסאנט. איך באשטעטיג נאר מיין איגנאראנץ, און דיין קלוגשאפט"


אויך אינעם לעצטן פאסט-דיבעיט אינטערוויו האט זיך Chris Cuomo אנגערופן, "You're Too Smart, Damn It!"
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:30 am

63lwkswxffm31.jpg
63lwkswxffm31.jpg (95.78 KiB) געזעהן 298 מאל


דאס איז א באהאלטענע שטאך קעגן בוטידזשעזש, וואס האט געלאכט פון יענג אבער האט שוין אויסגעגעבן כאטש 300K פון זיין קאמפיין געלטער פאר פרייוועט דזשעטס.


יענג איז דער ערשטער נאך ביידען אין די לעצטע זיבן טעג.
gt1.png
gt1.png (37.78 KiB) געזעהן 298 מאל


ער איז כמעט די זעלבע ווי ווארען אין איר היימשטאט און ווי בוטידזשעזש אין זיינס, און מער ווי דאפלט פאראויס פון העריס אין אירס.
gt2.png
gt2.png (39.74 KiB) געזעהן 298 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:00 am

זיס.
onyvmsxm1om31.png
onyvmsxm1om31.png (52.24 KiB) געזעהן 259 מאל


און אזוי ווייטער. די ערשטע פאר הונדערט קאמענטס זאגן אלע די זעלבע זאך.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

תגובהדורך בלי לחץ » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:00 am

Yang2020 האט געשריבן:זיס.
onyvmsxm1om31.png


און אזוי ווייטער. די ערשטע פאר הונדערט קאמענטס זאגן אלע די זעלבע זאך.


וואס איז פשט אז יענג איז נישט אויפן ליסט? עס האט אויסגעקוקט ווי בען שפירא גלייכט אים, נישט אזוי?

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:10 am

מסתמא ווייל ער האט געוואלט אז טראמפ זאל זיין דער געווינער...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:25 am

יענג איז יעצט אויפן פינפטן ארט צו געווינען פרעזידענטשאפט (וואס מיינט אויפן פערטן ארט פון אלע דעמאקראטן) לויט בעטפעיר, וואס איז די מערסטע פעסימיסטיש איבער יענג.
ער איז העכער העריס. די ערשטע פיר זענען טראמפ, ווארען, ביידען, און סענדערס.

אגב זענען ווארען און ביידען צוריק אויפן וועג אראפ און העריס אויפן וועג ארויף. די אלע שארט-טערם טוישונגען זענען צונישט געווארן, און דער איינציגסטער וואס האט עפעס פארדינט פון די דעבאטע איז דער וואס איז געגאנגען פאר לאנג-טערם. איך ווייס נאר פון איינעם...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

100+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי הוא זה, ממה נפשך, פוילישער קארגער און 60 געסט