ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:47 am

זייער א שיינע רעוויו אויף יענג'ס ביכל, The War on Normal People.

מען קען דאס ביכל הערן אדער ליינען אומזיסט. עס אנטהאלט אסאך אינטערעסאנטע און באלערנדע אינפארמאציע אויך נישט בשייכות צו זיין קאמפיין, און העלפט פארשטיין אזויפיל זאכן וואס שפילן זיך אפ אין אונזער סאוסייעטי און וויאזוי זיי זענען פארבינדן, אריינגערעכנט די לעצטיגע שיסערייען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:22 pm

מיין מיינונג איז אז א עקאנאמיע ווערט נישט געבויעט מיט גאווערמענט אינטערווענשען, אלע עקאנאמיעס וואס האבען געהאט גאווערמענט אינטערווענשען האט זיך אויסגעלאזט מיט גרעסערע דורעכפעלער ווי די עקאנאמיעס וואס האבען נישט געהאט אינטערווענשען.

עס איז א געשמאק צו ליינען פלענער פון גוטע בוך פארקויפער און געשמאקע טעאריעס אבער רעאליטעט איז די פאקטען.

איך קען אריינגיין אין די דיטעילס פארוואס אויטאמאציע גייט נישט איבער נעמען קיין סך אינדאסטריעס אדער זשאבס אפילו ביי די ווייטסטע חלומות אבער אז מען דאף אפילו מסביר זיין פארוואס געבן געלט איז א שלעכטע געדאנק, ווייל די פאקט איז אז די אמעריקאנע עקאנאמיע איז די שטערקסטע אין די וועלט ״ווייל״ עס איז פון די איינציגסטע לענדער אין די וועלט וואס טריעט שיין די רייכע און לאזט זיי וואקסען, די שטארקע בומינג עקאנאמיעס אין די 1900 יארען איז געקומען בעיקר פון די פאקט אז עס איז כמעט נישט געוועהן קיין טרעידינג און לעיבאר געזעצען און די גאווערמענט האט גארנישט געהאלפען. .

נישט אז איך בין קעגן געזעצען אדער העלפען מענטשען אבער צו גלייבען אז א מענטש זאל באקומען א טשעק בלויז פארען זיין אן אמעריקאנע סיטיזען און די רייכע זאלען עס באצאלען (ווער דען?) דאס איז גאראנטירט אינטער צו ברענגען די עקאנאמיע שנעלער ווי סיי וואס עס האט נאר פאסירט צו אמעריקע.

דער באשעפעניש וואס הייסט מענטש האט גענוג שכל און וועט אייביג אויספיגערן וויאזוי צו ברענגען פרנסה, לאז די מח פון מענטשען זיך באזארגען אליינס נעם די ביוראקראטישע גאווערמענט ארויס פון זייער לעבן.

עס איז וויכטיג אז א לאנד זאל האבען א סעיפטי נעט ווי מען קען זיך אנלאנען אויף אויב גי מענטש אדער די לאנד גייט דורעך שווערע צייטען אבער דאס איז אינגאנצען אנדערשט ווי באקומען א מתנה פשוט ווייל עס גייט פאר א טייל מענטשען אפשר קומען שווערע צייטען.

יענגס איידיע איז סטופיד און אידיאטיש און דאס איז די סיבה פארוואס די מעינסטריעם מידיע רעדט נישט דערפון ווייל עס איז דא גענוג וויכטיגע נייעס וואס איז אביסעל מער נענטער צו רעאליטעט און מען מיז נישט גיין זיכען נאוועל ביכער צו טרעפן נייעס.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:22 am

אקדמות מילין, איידער איך הייב אן צו שפרעכן, דארפסטו א מינוט פארשטיין מיין צומישעניש.
די אלע זאכן האב איך שוין לאנג פארענטפערט און מסביר געווען אויבן. יעצט ווייס איך נישט צו מיר פעלט אין הסברה אדער דיר (אז איך פארשטיי נישט אז דו פרעגסט א נייע זאך), אדער פעלט דיר פשוט צייט און דו האסט נישט דורכגעליינט ביז אהער, ווי פעיק נוז פאר דיר, אבער מיר פעלט אויך צייט...
איך מיין עס איז נישט מער ווי יושר, ווען איינער קומט אריין ביים דרייצנטן בלאט, ער זאל מקדים זיין מיט אפאר ווערטער "איך האב נישט געליינט אלעס ביז דא, אבער..." אזוי ווערן נישט מיינע געפילן צומישט און איך ווייס פונקטליך וואו איך האלט. איך וועל נאך ווייטער פראבירן צו ענטפערן אויך צום פערטן מאל, אבער איך וועל זיך ערלויבן צו שפארן מיין צייט אזויפיל וויפיל יענער שפארט זיינס...
און אויב האסטו יא געליינט אלעס ביז אהער, דארפסטו אביסל אויסקלארן פארוואס דיינע קושיות זענען נאך שווער, און נישט ווי עס קוקט אויס אז זיי זענען שוין פארענטפערט.


מטעמים האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז א עקאנאמיע ווערט נישט געבויעט מיט גאווערמענט אינטערווענשען, אלע עקאנאמיעס וואס האבען געהאט גאווערמענט אינטערווענשען האט זיך אויסגעלאזט מיט גרעסערע דורעכפעלער ווי די עקאנאמיעס וואס האבען נישט געהאט אינטערווענשען.


איז דאך זייער גוט! מיין מיינונג איז פונקט אזוי, און אזוי איז אויך די מיינונג פון יענג, וואס איז מער פרא-מארקעט ווי אסאך רעפאבליקענס. אינטערעסאנט וואס האט דיך געמאכט טראכטן פארקערט?

דער פרידאם-דיווידענד איז נישט קיין אינטערווענשען וואס גייט קעגן דעם שטראם פונעם מארקעט. אלע שפילן דאס קאפיטאליסטישע שפיל פונקט ווי בעפאר, נאר אנגעהויבן פון 1000 אנשטאט 0. אויב עפעס איז עס אנטי-אינטערווענשען און מאכט דעם מארקעט מער פליסיג, מיט דעם וואס רוב פראגראמען באקומער גייען זיי אויפגעבן כדי צו באקומען קעש. פראגראמען וואס זענען means tested און געבויט אויף פארוויקלטע כללים אינטערווענירן אינעם מארקעט, א גראדע פלאר פון קעש פאר אלע גלייך טוט דאס נישט.


מטעמים האט געשריבן:עס איז א געשמאק צו ליינען פלענער פון גוטע בוך פארקויפער און געשמאקע טעאריעס אבער רעאליטעט איז די פאקטען.


אה, פאקטן! דאס איז דאך מיין פעיווארייט טעמע :wink:

קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין קאנאדע האט אראפגעברענגט האספיטאליזאציעס מיט 8.5% אבער נישט רעדוצירט ארבעט שעות, און היי-סקול קאמפלישען רעיט איז ארויף?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין קואוועיט האט אראפגעברענגט אינפלאציע, און געמאכט וואקסן דעם GDP צוליב קאנסומער ספענדינג מיט 600 מיליאן מער ווי וויפיל עס האט געקאסט?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין זאמביע האט געוויזן אז נאך דריי יאר האבן שטובער געהאט 59% מער אויסצוגעבן ווי וויפיל זיי האבן באקומען?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין אלאסקא האט געהעכערט PT עמפלוימענט מיט 17%?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין נאמיביע האט אראפגעברענגט די דראפ-אוט רעיט מיט 39%, די קריים רעיט מיט 42%, געהעכערט דעם עוורעדזש אינקאם (נישט אריינרעכענענדיג וואס זיי האבן באקומען) מיט 29%, און געברענגט א בליאונג פון קליינע ביזנעסער?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין אינדיע האט רעדוצירט אלקאהאל באנוץ, פארמערט לעיבאר, אראפגעברענגט חובות און געהויבן סעיווינגס, און ארויפגעברענגט די לייקליהוד פון עפענען א נייע ביזנעס צו דריי מאל אזויפיל?

קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז צענדליגע עקספערימענטן און 461 שטודיעס האבן קיין איינס נישט געוויזן אז UBI האט איינגעשלעפט אדער אפגעשוואכט די עקאנאמיע, ווי פעיק נוז'ס זארג, און זיכער נישט אונטערגעברענגט, ווי דיין זארג, נאר פונקט פארקערט?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז די אלע "פאקטן" וואס ווערן געווארפן קעגן UBI (אינפלאציע, אפשוואכן ארבעט, הייבן דראג באנוץ, אא"וו) זענען אלע קעגן די פאקטן?

אזויווי דו זאגסט, פאקטען זענען בעסער ווי געשמאקע טעאריעס, אבער די טעאריע אז UBI וועט חרוב מאכן איז דאך ניטאמאל געשמאק :smile:


מטעמים האט געשריבן:איך קען אריינגיין אין די דיטעילס פארוואס אויטאמאציע גייט נישט איבער נעמען קיין סך אינדאסטריעס אדער זשאבס אפילו ביי די ווייטסטע חלומות


די אויטאמאציע אשכול איז נישט אזוי לאנג און נעמט נישט אזוי לאנג דורכצוליינען. איך האב דארט געפרעגט פיר קושיות און די גרעסטע אויטעמעישאן דינייעליסטס האבן נישט געקענט פארענטפערן קיין איינע פון זיי. אין קורצן:
1. וואס איז פארענדערט געווארן די אינדוסטריעל רעוואלושען פון אלע פריערדיגע, וואס האט יא געברענגט מאסיווע אומרוען און אומסטאביליטעט וואס האט גענומען הונדערטער יארן זיך צו בארואיגן?
2. וואס איז פארענדערט געווארן די קומענדיגע מיליאנען ארבעטער פון די יעצטיגע פאר מיליאן, וואס האבן שוין פארלוירן זייער דזשאב צוליב אויטאמאציע און זיי זענען ניטאמאל ארבעטסלאז לויט די ביכער, נאר זייער לעבן איז חרוב און א שאטן פון אמאל? וואס איז פארענדערט געווארן די קומענדיגע פאר טויזנט טאונס און שטעטלעך פון די יעצטיגע?
DIttlWS.png
טייל פון טראק סטאפ קאמיוניטיס איבער אמעריקע. וואס וועט זיין מיט זיי נאך סעלף-דרייווינג?
DIttlWS.png (568.27 KiB) געזעהן 1975 מאל

3. וואס איז א plausible scenario וואס די איבער צוואנציג מיליאן ארבעטער וואס זייער ארבעט איז שוין יעצט איבריג וועלן טון איינמאל זיי ווערן אפגעזאגט?
4. דער באשעפער האט דאך נישט צוגעזאגט פאר נח אז קיין אויטאמאציע מבול וועט קיינמאל נישט קומען, וואס מאכט דיר אזוי זיכער? וואס וואלט אויסגעזען אנדערש ווי יעצט ווען מיר וואלטן ווען יא געהאלטן פאר אזא דיסראפשען?

אויב קענסטו זיי פארענטפערן אין יענעם אשכול, נאכן איבערליינען, רופא אומן תקרא ושכר הרבה תטול.


מטעמים האט געשריבן:אז מען דאף אפילו מסביר זיין פארוואס געבן געלט איז א שלעכטע געדאנק, ווייל די פאקט איז אז די אמעריקאנע עקאנאמיע איז די שטערקסטע אין די וועלט ״ווייל״ עס איז פון די איינציגסטע לענדער אין די וועלט וואס טריעט שיין די רייכע און לאזט זיי וואקסען, די שטארקע בומינג עקאנאמיעס אין די 1900 יארען איז געקומען בעיקר פון די פאקט אז עס איז כמעט נישט געוועהן קיין טרעידינג און לעיבאר געזעצען און די גאווערמענט האט גארנישט געהאלפען. .

נישט אז איך בין קעגן געזעצען אדער העלפען מענטשען אבער צו גלייבען אז א מענטש זאל באקומען א טשעק בלויז פארען זיין אן אמעריקאנע סיטיזען און די רייכע זאלען עס באצאלען (ווער דען?) דאס איז גאראנטירט אינטער צו ברענגען די עקאנאמיע שנעלער ווי סיי וואס עס האט נאר פאסירט צו אמעריקע.


ערשטענס, ניין. די רייכע וועלן נישט באצאלן רוב פון די געלט. ווער דען? א גוטע שאלה, נאך א מזל אז איך האב עס שוין פארענטפערט. (ווייניגער ווי א דריטל פון די געלט איז פרישע עקספענסעס)

צווייטנס, דער פלאן טריעט זייער שיין די רייכע און לאזט זיי וואקסן, ווי אביסל ערקלערט דארט און דארט. בסך הכל וועט איינגעפירט ווערן אין אמעריקע אויף אסאך א שוואכערע פארנעם וואס גייט שוין לאנג אן אין די גאנצע אנטוויקלטע וועלט, אויף א וועג וואס נעמט נישט אוועק די אינסענטיווס צו וואקסן. (איך וואלט געענפערט ספעסיפיקס ווען דו פרעגסט ווען ספעסיפיקס)

דריטנס, דווקא די רייכע וואס גייען די מערסטע באטראפן ווערן (לויט דיין בליק) שטופן UBI. מאסק (וואס האט אויך ספעציפיש ענדארסט יענג), זוקערבערג און זיינע קא-פאונדערס האגהעס און מארקאוויץ, דארסי (טוויטער), וואהלרוס, אמידיאר (איבעי גרינדער), זיפקאר גרינדער, ראבסאן וואלטאן פון וואלמארט, און נאך.
וויאזוי קען זיין, פרעגסטו? ווייל זיי זענען געווארן ביליאנערן טאקע ווייל זיי האבן נישט דעם scarcity mindset, זיי פארשטייען אז א פרישע כוואליע הייבט אלע שיפן. זיי זענען גרייט אויסצוגעבן אפאר ביליאנען אז די מארקעט זאל זיין מער פליסיג און דער עולם זאל האבן געלט צו ספענדן. דאס ווערט פונעם געלט איז ווייל עס איז עובר לסוחר, און זייער געלט איז מער ווערט ווען אלע ארום קענען האנדלען.
זיי פארשטייען אז זיין קעגן UBI צוליב שטייערן איז ווי זיין קעגן דאס הארץ אריינפאמפן בלוט אין די אדערן ווייל עס וועט עס דארפן צוריק ארויסשעפן. געלט און בלוט האבן די זעלבע ציל, אז זיי זאלן ארומפארן.


מטעמים האט געשריבן:דער באשעפעניש וואס הייסט מענטש האט גענוג שכל און וועט אייביג אויספיגערן וויאזוי צו ברענגען פרנסה, לאז די מח פון מענטשען זיך באזארגען אליינס נעם די ביוראקראטישע גאווערמענט ארויס פון זייער לעבן.


פונקטליך אזוי! דאס איז די בעסטע ארגומענט פאר UBI וואס איך האב נאר סיי ווען געהערט. אלע אנדערע פראגראמען טיילן איין פארן מענטש וואס צו טון און פארדרייען די מארקעטס אינסענטיווס, די רעגירונג איז זייער נישט גוט אין דעם. בעסער געב נאר פארן מענטש די מעגליכקייט און ער וועט זיך שוין אליינס אויספלאנירן אויפן וועג וואס איז די בעסטע פאר אים.

אדער ווי איך האב עס געשריבן אויבן מיט אנדערע ווערטער, טאקע פאר דיר (חוץ אויב מטעמים איז א לשון רבים :P ):
גארנישט גאראנטירט נישט פאר די רעגירונג אויף וואס די געלט וועט גענוצט ווערן, און בעסער אזוי. מענטשן ווייסן בעסער וואס זיי האבן צו טון, און אויב פאלן זיי דורך איין מאל קענען זיי אנהייבן פריש נעקסטע חודש. דער פאקט אז UBI שניידט קריים מיט 42%, עפעס וואס די רעגירונג קען קיינמאל נישט טון, דארף זיין גענוג אויפצוהערן מיט די איינרעדענישן כאילו די רעגירונג ווייסט די בעסטע.


מטעמים האט געשריבן:עס איז וויכטיג אז א לאנד זאל האבען א סעיפטי נעט ווי מען קען זיך אנלאנען אויף אויב גי מענטש אדער די לאנד גייט דורעך שווערע צייטען אבער דאס איז אינגאנצען אנדערשט ווי באקומען א מתנה פשוט ווייל עס גייט פאר א טייל מענטשען אפשר קומען שווערע צייטען.


איז בעסער א געמויזעכץ פון ביוראקראטישע פראגראמען פיל מיט לעכער, טאקע ממש ווי א נעץ, וואס איינמאל דער מענטש פאלט דארט אריין האלט עס אים פארכאפט אינעם באקאנטן welfare trap? אדער איז בעסער א גלאטע זאך, ווי א טראמפאלין, וואס דער מענטש קען נישט נאר שטיין דערויף נאר אויך עס נוצן ארויף צו טאנצן העכער?

דער פרידאם-דיווידענד איז נישט קיין "מתנה פשוט ווייל עס גייט פאר א טייל מענטשען אפשר קומען שווערע צייטען", דער געדאנק פון UBI איז עלטער ווי דער ערשטער סטיעם מאשין. דער פרידאם-דיווידענד איז פשוט דער בעסטער, פשוטסטער, און מערסט עפישענט וועג וויאזוי די רעגירונג קען העלפן אירע בירגער. יענג זאגט נאר אז יעצט איז עס נויטיג מער ווי געווענליך ווייל עס הייבט זיך אן א מעידזשאר אפהיוועל, אבער אויך אויב ביסטו נישט מסכים צו דעם (שרייב ביטע אינעם אויטאמאציע אשכול פארוואס) בלייבט דער פאקט אז דער פרידאם-דיווידענד איז פשוט דער בעסטער, פשוטסטער, און מערסט עפישענט וועג וויאזוי די רעגירונג קען העלפן אירע בירגער.


מטעמים האט געשריבן:יענגס איידיע איז סטופיד און אידיאטיש און דאס איז די סיבה פארוואס די מעינסטריעם מידיע רעדט נישט דערפון ווייל עס איז דא גענוג וויכטיגע נייעס וואס איז אביסעל מער נענטער צו רעאליטעט און מען מיז נישט גיין זיכען נאוועל ביכער צו טרעפן נייעס.



דאס איז זייער א אינטערעסאנטע טעאריע! איך האב אלעמאל באטראכט די מעינסטרים מידיע פאר אויבערפלעכליך און נישט איבריג טיפזיניג, זאגסטו גאר אז דער עוורעדזש רעפארטער איז אזוי קלוג און געריבן, אז Thomas More און Thomas Paine זענען קעגן זיי סטופיד און אידיאטיש. זיי האבן אזויפיל מער קאמאן סענס ווי נאבעל-פרייז עקאנאמיקער Milton Friedman און F.A. Hayek, ביידע קאנסערוואטיוון, אז זיי פארברענגען נישט זייער טייערע צייט פאר אזעלעכע נארישקייטן. זיי פארשטייען אזוי גוט, אז די איבער 1000 עקאנאמיקער פון איבער 125 יוניווערסיטיס וואס האבן אונטערגעשריבן א פארלאנג פון פרעזידענט ניקסאן דאס איינצופירן אין אמעריקע זענען קעגן זיי קינדער פון קינדערגארטן. זיי האבן עס אזוי גוט ארויס, אסאך בעסער ווי די הונדערטער נאבעל-פרייז עקאנאמיקער, פילאזאפער, זעלבסט-געמאכטע ביליאנערן, ערפינדער, און אנדערע נאוטעבלס וואס לעבן נאך היינט פון אלע זייטן פונעם פאליטישן ספעקטרום, אויף אזוי ווייט אז זיי שעמען זיך בכלל צו רעדן פון דעם.
דער עוורעדזש רעפארטער האט א IQ וואס אזויפיל העכער פון יענג'ס 154 וויפיל יענג איז העכער פון א מאלפע. און דער רעפארטער האט א דעגרי אין עקאנאמיקס פון אסאך א בעסערע יוניווערסיטי ווי בראון (פון וואו יענג האט זיינס, און ער האט געהאט די העכסטע צייכענס). דאס איז העכסט אינטערעסאנט, ווייל בראון הייסט פון די בעסטע אויף די וועלט.

נאך א אינטערעסאנטע זאך קומט אויס פון די טעאריע, אז אנדערש ווי מען מיינט אז אונזער קולטור און פאבליק דיסקורס איז געווארן מער נאריש און אויבערפלעכליך דורך די לעצטיגע צענדליגע יארן, איז עס פונקט פארקערט. קוים לעצטענס, אין די צייטן פון ניקסאן, האט נאך אזא סטופיד און אידיאטישע פלאן געקענט דורכגיין קאנגרעס צוויי מאל, מיט די פולסטע שטיצע פון ביידע פארטייען, און איז נאר דורכגעפאלן אין סענאט צוליב די דעמאקראטן. וויפיל קלוגער זענען מיר געווארן, אז אונזערע "נארמאלע" פאליטישענס קומען מער נישט אויף מיט אזעלכע לעכערליכע פלענער!

נאך א זאך וואס די טעאריע איז פיין מסביר, איז פארוואס די מידיא געבט דעקונג פאר טולסי גאבארד אסאך מער ווי פאר ענדרו יענג. כאטש זי איז טאקע אסאך נידריגער אין די פאולס און אין אלע אנדערע מעטריקס, איז זי אבער כאטש א נארמאלע פרוי וואס שטיצט נישט אזעלכע סטופיד און אידיאטישע פלענער. אופס, זי שטיצט עס יא :shock: :oops:


דו וועסט מיר מודה זיין, גלייב איך, אז די טעאריע איז אביסל געוואגט. וויל איך דעריבער פארשלאגן א צווייטע טעאריע, און לאמיר זען וועלכע שטימט בעסער מיט די פאקטן.
מיין טעאריע איז אז דער עוורעדזש רעפארטער האט נישט צופיל מער ווי צוויי-דריטל פון יענג'ס IQ (דאס איז גראדע נישט קיין טעאריע, נאר א פאקט). ער האט נישט קיין דעגרי אין עקאנאמיקס, ער האט נאר די זעלבע פאפולער פארשטאנד וואס רעדט איין פאר מענטשן וואס ווייסן נישט בעסערס אז UBI ברענגט אינפלאציע.

א גרויס חלק רעפארטערס זענען פארמאכט און קליינקעפיג, און זייערע אויגן זענען צו שוואך צו קוקן אויפן ליכטיגקייט. זיי ווערן דערשראקן און פארלוירן פון באלד איידיעס וואס דראען צו טוישן זייער וועלטס בליק און עקספענדען זייער מיינד. אנשטאט ארויסצוגיין פון זייער קאמפארט זאון וועלן זיי בעסער איגנארירן יענג און פארברענגען די צייט מיט נארישקייטן וואס פאסן אפילו נישט אין גוטע נאוועלס, און מאכן פון פאליטיקס א שלעכטע ריאליטי טיווי שאו.

(עס איז אויך דא א צווייטע וועג, מאכן א שטרוי-מאן אין פארעם פון יענג און עס אטאקירן. CNBC האט לעצטענס געהאט א שטיקל וואו זיי ברענגען שטודיעס כאילו דער פרידאם-דיווידענד וועט נישט ארבעטן, אין די צייט וואס די שטודיעס האבן זיך גערעדט פון גאר פארקערטע פלענער. דאס איז כמעט ווי ברענגען שטודיעס אז די טאריפס ארבעטן נישט אויפצואווייזן אז די טאריפס דארפן אנגיין. דאס איז א שטיקל פירכא אויף דיין טעאריע, נישט אזוי? אויב איגנארירט די מידיא יענג ווייל זיינע פלענער זענען סטופיד און אידיאטיש, פארוואס ווען זיי רעדן שוין יא פון די סטופיד און אידיאטישע פלענער קענען זיי עס נישט ריכטיג אפפרעגן? קוקט אויס עס פעלט זיי די מוח זאפט צו קענען טרעפן די סטופידיטי)

דאס פארענפערט אויך פארוואס זיי געבן מער דעקונג פאר טולסי. טולסי "שטיצט" טאקע UBI, אבער יענג איז דער וואס שטעלט זיי ביים ווינקל. ער האט געהאט די שטארקייט צו זיין דער איינציגסטער, ער האט נישט מורא עס צו דיסקאסן מיט די גרעסטע קאנסערוואטיוון, און ער באהאגלט די רעפארטערס מיט פאקטן, סטאטיסטיקס, און בליציגע געדאנקען, אז זיי מוזן קוקן זייער אויבערפלעכליכקייט אין פנים. פון אים קענען זייערע קעפעלעך וויי טון.

ווי ענדערסאן קופער האט אים געזאגט אין פנים, "איך פיל אז איך פארשטיי נאר בערך א פערטל פון וואס דו זאגסט, אבער דער פערטל איז מורא'דיג אינטערעסאנט. איך באשטעטיג נאר מיין איגנאראנץ, און דיין קלוגשאפט"
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:40 am

Yang2020 האט געשריבן:קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין קאנאדע האט אראפגעברענגט האספיטאליזאציעס מיט 8.5%


דאס און נאך האט געברענגט די Canadian Medical Association און 194 דאקטוירים פון אנטאריא צו שרייבן בריוון צו קאנאדישע פאליטיקאנטן איינצופירן UBI, צוליב ריין מעדיצינישע סיבות. עס טוט פשוט מער אויף ווי מער קאסטבארע געזונטהייט פראגראמען.

בקיצור, חוץ פון די עקאנאמישע בענעפיטן, פארבעסערט עס די געזונטהייט מער ווי אנדערע זאכן וואס די רעגירונג קען טון, עס קלאפט אראפ קריים מער ווי אנדערע זאכן וואס די רעגירונג קען טון, פארמינערט חוקי רציחה פראבלעמען מער ווי אנדערע זאכן וואס די רעגירונג קען טון, און די ליסטע גייט נאך אסאך ווייטער.

איך וועל נעמען אזא סטופיד און אידיאטישע איידיע עני דעי, טענק יו ווערי מאטש.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:03 am

עס זעט מיר נישט אויס ווי פון יענג וועט ווערן עפעס יעצט אין 2020 (נעווער סעי נעווער)

אבער דעם ניק יענג צו האבן דא, מיט אזא געשמאקע שפראך, דיטעיל אריענטעד, און ענטפערן אזוי רואיג און צום זאך, האט זיך אלעס געלוינט.
;l;p-

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:11 am

You have exceptional passion!!!

איך קען נישט רעדן פון די סוקסעס אדער דורעכפעלער פון די אימפלימענטעישען פון יו בי איי אין די אנדערע לענדער ווייל איך ווייס נישט און עס איז מיר נישט נוגע פערזענליך.

2. א אינקריעס פון א גאווערמענט פראגרעם מיט 33% איז גהינום משוגע, און פאר וועם? מענטשען וואס פארדינען העכער 50,000 פער חודש זאל אויך באקומען טויזענט דאלער א חודש? דאס מיינט ביי מיר א אידיאטישע פלאן!

3. דיין גאר געשמאקע ״אבער לאנגע״ רעספאנס איז סיבה נאמבער איינס פארוואס די מידיע וויל עס נישט דיסקוסירען ווייל עס איז א אבנארמאלע לאנגע קאנווערסעישאן מיט נאמבערס וואס ״קיין איין״ נארמאלע מענטש האט נישט צו זיינע פינגער טיפס א חוץ אפאר פראפעסארען.

4. די אינדאסטריעס האבען זיך אייביג געטוישט און מען האט סארווייווט אן באקומען וועיזשעס פון די גאווערמענט און סתם זאגען אז מענטשען זענען דעפרעסט און אלעס אנלייגען אויף די גאווערמענט אז זיי מיזען העלפען איז סאושעליזעם עט איטס ווארסט.

5. די חלום אז סקערסיטי וועט אוועקפאלען איז דורעך און דורעך פאלש ווייל אמעריקע איז א היי ספענדינג קאנטרי מיט משוגע שטארקע מארקעטינג קאמפעניס וואס קאנווינסען קאנסומערס צו ספענדען מער געלט, געיס וואס זיי וועלן טוהן ווען זיי ווייסען אז קאנסומערס האבען נאך טויזענט דאלער אין טאש.

6. אגב איך האב אלעס געלייענט ביז אהער פון דיר און מיט דעם אלעם בין איך שטארק קאנווינסד אז די פלאן איז נישט סענסיבעל, עס גייט נישט העלפען די ריכטיגע מענטשען און עס טארגעט א פראבלעם וואס דארף נישט קיין סעלושען און עס איז נאך א ספענדינג פראגראם און אזוי אויך אויפגעבלאזענע באזשעט.

7. יענגס געווינס איז אז ער האט מער צייט ווי די מענטשען וואס ער רעדט צו און יעדער געט אויף נאכדעם וואס מען האט שוין קיין געדולד צו אים, דאס גייט אים נישט ברענגען קיין וואוטס און דיקריעסד זיינע שאנסען צו באקומען מידיע אינטערוויוס.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:49 am

יישר כח פאר די קאמפלימענטן.

מטעמים האט געשריבן:איך קען נישט רעדן פון די סוקסעס אדער דורעכפעלער פון די אימפלימענטעישען פון יו בי איי אין די אנדערע לענדער ווייל איך ווייס נישט און עס איז מיר נישט נוגע פערזענליך.


אלאסקא איז אין אונזער לאנד. מיינסט אנדערע זיפ קאודס?
די פוינט איז אז געבן געלט דירעקט האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א מעכטיגע סוקסעס, מער ווי אנדערע פראגראמען, כאטש די דיטעילס קענען טאקע זיין אנדערש צווישן די לענדער. יענג'ס פלאן איז נאכנישט געקריצט אין שטיין, און פאר עס גייט דורך קאנגרעס און סענאט איז עס נאר א קאנצעפט. דער קאנצעפט איז דער זעלבער איבער די וועלט.
דו קענסט נישט שרייען פון איין זייט "געשמאקע טעאריעס אבער נישט פאקטן" און פון די צווייטע זייט נאר אננעמען פאקטן פון א פלאץ וואו פאקטן עקזיסטירן נישט, ווייל עס איז נאכנישט אויספראבירט געווארן.

מטעמים האט געשריבן:2. א אינקריעס פון א גאווערמענט פראגרעם מיט 33% איז גהינום משוגע, און פאר וועם? מענטשען וואס פארדינען העכער 50,000 פער חודש זאל אויך באקומען טויזענט דאלער א חודש? דאס מיינט ביי מיר א אידיאטישע פלאן!


איך מיין אז איך הייב אן צו פארשטיין. דיר שטערט נישט דאס פלאן אליין נאר די סייז דערפון, און ווען עס וואלט געווען 666 פער חודש אנשטאט 1000 וואלט אלעס געווען אקעי. בין איך גערעכט?
אונז קענען האבן א שמועס איבער דעם, אבער ערשט לאמיר זיין זיכער אז איך פארשטיי דיין זייט.

עס וועט דיר מסתמא אביסל בארואיגן צו וויסן אז יענג האט פארשידענע געדאנקען וויאזוי צו שפארן פעדעראלע ספענדונג, און ער שטרעבט פאר א בעלענסד בודזשעט.

הויכע פארדינער באקומען נישט טויזנט א חודש. אויף פאפיר יא, אבער נישט ווען דו רעכנסט אראפ וויפיל זיי צאלן צוריק.

מטעמים האט געשריבן:3. דיין גאר געשמאקע ״אבער לאנגע״ רעספאנס איז סיבה נאמבער איינס פארוואס די מידיע וויל עס נישט דיסקוסירען ווייל עס איז א אבנארמאלע לאנגע קאנווערסעישאן מיט נאמבערס וואס ״קיין איין״ נארמאלע מענטש האט נישט צו זיינע פינגער טיפס א חוץ אפאר פראפעסארען.


האבן מיר געמאכט אביסל פארשריט... דיין יעצטיגע טעאריע איז אסאך נענטער צו מיינס ווי צו דיין אלטע.
יא, די מידיא איז אויבערפלעכליך מיט א קורצע עטענשאן ספען, און לעבט אויף סאונד בייטס אנשטאט ניואנסד דיסקוסיעס.

מטעמים האט געשריבן:4. די אינדאסטריעס האבען זיך אייביג געטוישט און מען האט סארווייווט אן באקומען וועיזשעס פון די גאווערמענט און סתם זאגען אז מענטשען זענען דעפרעסט און אלעס אנלייגען אויף די גאווערמענט אז זיי מיזען העלפען איז סאושעליזעם עט איטס ווארסט.


האסטו געזען מיין ערשטע קושיא אויבן? וואס איז פארענדערט געווארן די אינדוסטריעל רעוואלושען פון אלע פריערדיגע, וואס האט יא געברענגט מאסיווע אומרוען און אומסטאביליטעט וואס האט גענומען הונדערטער יארן זיך צו בארואיגן?
יא, מען האט סורווייווט, מיינוס די הונדערט מיליאן וואס זענען אומגעקומען אין דירעקטן רעזאלט פון די אומרוען, און מיר וועלן אויך סורווייוון, מיינוס די וואס נישט. אויב האלטסטו אז פלאסטערן די ראודס איז א אויפגאבע פון די רעגירונג, פארוואס זאלן זיי נישט אוועקנעמען אויך די באמפס פון דעם ראוד?
ביידעוועי, דער מאנסטער וואס רופט זיך סאושעליזם איז אויך באשאפן געווארן אין יענע אומרוען. יענג איז א קאפיטאליסט וואס וויל אפגרעידן קאפיטאליזם, כדי סאושעליזם 2.0 זאל נישט באשאפן ווערן...

מטעמים האט געשריבן:5. די חלום אז סקערסיטי וועט אוועקפאלען איז דורעך און דורעך פאלש ווייל אמעריקע איז א היי ספענדינג קאנטרי מיט משוגע שטארקע מארקעטינג קאמפעניס וואס קאנווינסען קאנסומערס צו ספענדען מער געלט, געיס וואס זיי וועלן טוהן ווען זיי ווייסען אז קאנסומערס האבען נאך טויזענט דאלער אין טאש.


זיכער וועלן מענטשן ספענדן מער, דאס מיינט אז די עקאנאמיע און ביזנעסער וועלן בליען.
און אויב מיינסטו אז זיי וועלן נאר ספענדן דעם גאנצן טויזנטער און גארנישט אוועקלייגן, איז דאס אפשר א (אומ)געשמאקע טעאריע אבער שטימט נישט מיט די פאקטן...

מטעמים האט געשריבן:6. אגב איך האב אלעס געלייענט ביז אהער פון דיר און מיט דעם אלעם בין איך שטארק קאנווינסד אז די פלאן איז נישט סענסיבעל, עס גייט נישט העלפען די ריכטיגע מענטשען און עס טארגעט א פראבלעם וואס דארף נישט קיין סעלושען און עס איז נאך א ספענדינג פראגראם און אזוי אויך אויפגעבלאזענע באזשעט.


דו ביסט בארעכטיגט צו דיין מיינונג. איך וואלט נאר אפרישעיטעד אויב קענסטו נעקסטע מאל שרייבן מער פוינטעד, אדער קלאר מאכן פארוואס וואס איך האב געשריבן העלפט נישט.
כאפ אויך א בליק אויף זיינע אנדערע (איבער 100) פאליסיס פאר דו באשליסט וויפיל פראבלעמען וואס דארפן סעלושענס ווערן געטארגעט נאר דורך אים.

מטעמים האט געשריבן:7. יענגס געווינס איז אז ער האט מער צייט ווי די מענטשען וואס ער רעדט צו און יעדער געט אויף נאכדעם וואס מען האט שוין קיין געדולד צו אים, דאס גייט אים נישט ברענגען קיין וואוטס און דיקריעסד זיינע שאנסען צו באקומען מידיע אינטערוויוס.


איך ווייס נישט אויף וואס פונקטליך דאס באציט זיך, אבער אויב רעדסטו פונעם קוואוט וואס איך האב געברענגט פון ענדערסאן קופער איז עס נישט ריכטיג. עס איז געווען א סופער שנעלע אינטערוויו, און מען האט געקענט זען ווי לייט באלבס צינדען זיך אן פאר ענדערסאן און רעדער דרייען זיך אים אין מוח...

ביידעוועי, מידיא אינטערוויוס נעמען געווענליך א באשטימטע צייט, און יענג איז קיינמאל נאכנישט אריבערגעגאנגען דעם לימיט, פשוט ווייל ער קען נישט אפילו ווען ער וויל ווען. האלטסט אז סיקסטי מינוטס האט מורא אז יענג וועט רעדן 61 מינוט?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:06 am

וואס איז די וויכטיגסטע פראבלעם וואס אמעריקע דארף יעצט פעיסן? איז עס די עקאנאמיע? קריים? העלטקעיר? עדיוקעישאן? אויסערן פאליסי? אימיגראציע?
די אלע זאכן זענען זייער וויכטיג, און מיר האבן שוין א סיסטעם אויפצוקומען מיט לעזונגען - דעמאקראטיע. דעמאקראטיע איז נישט פערפעקט, אבער שטעלט צו מיט די צייט גענוג גוטע סעלושענס.
אונזער הויפט פראבלעם איז אז אונזער דעמאקראטיע מאשין איז ראסטעד. אונזער רעגירונג דארף ארבעטן בעסער בעפאר סיי וועלכע אנדערע פראבלעם ווערט פארראכטן.

די מאדערנע ווערסיע פון דעמאקראטיע און פרייע מארקעט קאפיטאליזם זענען אנטוויקלט געווארן אין די זעלבע צייט, אסאך מאל דורך די זעלבע דענקער, און זיי פארמאגן אסאך ענליכקייטן. קיינער טיילט נישט איין פארן מארקעט וואס צו פראדוצירן און וואו צו פארקויפן, נאר יעדער קויפער נייגט דעם מארקעט נאך א משהו נענטער צו זיין ווילן, און די "אומזעבארע האנט" קאארדינירט די קויפער און פארקויפער אז די מארקעט זאל זיין עפישענט, אדער גענוג נאנט צו עפישענסי, ווייל אויב קען איינער טון אסאך בעסער עפנט ער א ביזנעס און ערפילט דעם חלל.
אין א דעמאקראטיע טיילט קיינער נישט איין פארן גאנצן לאנד וואס צו טון, נאר פאליטיקאנטן שטעלן זיך ארויס מיט זייערע פלענער ווי פראדוקטן אויפן מארק, און זייערע הכנסות זענען די שטימעס ביי וואל בודקע. וואס דארף ארויסקומען איז די בעסטע מהלך וואס די בירגער קענען אויפקומען, אדער גענוג גוט, ווייל אויב האט איינער א בעסערע שטעלט ער זיך ארויס און די מאסן שטימען פאר אים.

עס איז אבער קלאר אז לויטער פרייע מארקעט קאפיטאליזם איז א סיסטעם וואס ברענגט אירע אייגענע פראבלעמען. די מארקעט פארט גוט ווען די ראודס זענען געפלאסטערט און די גאסן באלאכטן, אבער קיינער האט נישט דעם שטופ צו טון דעם ארבעט, יעדער ווארפט עס אויף אנדערע. די מארקעט איז עפישענט ווען קאמפיטישען שטופט די פארקויפער אויפצוקומען מיטן בעסטן, אבער נאטורליך וואקסן אויף ריזיגע קאמפאניס און מאנאפאלן וואס דערשטיקן קאמפעטישען. אא"וו.
די צוויי-פארטיי סיסטעם און די לאביאיסטן מאנאפאלירן אונזער דעמאקראטיע. פאליטיק איז געווארן א באקוועמע קאריערע פאר פאליטיקאנטן, און זיי האבן נישט דעם שטופ צו טון די ארבעט וואס דארף געטון ווערן אז דעמאקראטיע זאל פארן. גרינגער איז צו נעמען cheap shots, און העצע און פארטייאישקייט זענען דאס געשפרעך ביי ביידע פארטייען אנשטאט עכטע לעזונגען.
PP-2014-06-12-polarization-0-02.png
PP-2014-06-12-polarization-0-02.png (67.82 KiB) געזעהן 1694 מאל


נאר 17% אמעריקענס עפראוון פון קאנגרעס, און נאך ווייניגער גלייבן אז קאנגרעס מעמבערס פירן זיך אויף עטיש און מיט אויפריכטיגקייט. אויך אנדערע רעגירונג אינסטיטושענס האבן זייער נידריגע עפראוועל רעיטינגס, די נעט עפראוול רעיטינג פאר די פעדעראלע רעגירונג איז נעגאטיוו 19%.

די "וואשינגטאן קולטור" מוז געטוישט ווערן, אדער וועט דאס לאנד גיין נאכמער צוגרונד און דעמאקראטיע וועט ווערן נאך א גרעסערע דזשאוק ווי יעצט.


איקוועל סיטיזענס איז א אומפארטייאישע נאן-פראפיט געשטעלט צו פאררעכטן און פארבעסערן דעמאקראטיע אין אמעריקע. צווישן אנדערע האבן זיי אויך א פראיעקט צו צייכענען פרעזידענטליכע קאנדידאטן לויט ווי פאוקעסד זיי זענען און ווי גוט זייערע פלענער זענען צו פארבעסערן דעמאקראטיע.
ענדרו יענג איז דער העכסטער, און דער איינציגסטער מיט א רעיטינג פון +A.


יענג איז די מערסטע באקאנט מיט זיין פרידאם-דיווידענד, אבער עס איז באמת זיינע פלענער צוריקצוברענגען דעמאקראטיע און ווידער אויפבויען טראסט וואו ער איז אין א קלאס פאר זיך. דער פרידאם-דיווידענד איז בעיקר א עקאנאמישע פאליסי, כאטש טאקע מער געוואגט און ווייטגרייכנד ווי אנדערע, און די אנדערע קאנדידאטן האבן אויך עקאנאמישע פאליסיס. ווידער אויפבליען דעמאקראטיע פון ווארצל און צוריקברענגען נארמאלקייט און טראסט צו פאליטיקס איז עפעס וואס אנדערע פאליטישענס בארירן קוים אויב בכלל, און יענג האט אזויפיל גלאטע און אויספירבארע געדאנקען אויף דעם גענוג ער זאל רעדן פון דעם אליינס אין אלע זיינע רעדעס און יעדעס מאל זאגן עפעס פריש.

“I’ve been saying around the country the first thing I’m going to do is get people 1,000 bucks a month…But I will actually amend it all to say the first thing I will do is put democracy back in the hands of the American people. Then the second thing I am going to do is get you that money.


יענע בלאט איז טאקע זייער לאנג, איבער צען טויזנט ווערטער, אבער אויך די פעדעראליסט פעיפערס זענען לאנג. עס איז נישט פול מיט לופטיגע פראזן, נאר געשטאפט מיט פאקטן, נאמבערס, סטאטיסטיקס, טשארטס, שטודיעס, פוטנאוטס, און קלוגע איידיעס געשריבן קורץ און שארף. עס איז א פונקטליכע ראוד מאפע צו מאכן אונזער דעמאקראטיע און רעגירונג מער עפישענט.

דאס איז די זאך וואס האט מיר באוואויגן אריבערצוגיין פארטיי ליניעס און שטיצן יענג, ווי איך האב דא געשריבן גלייך אין אנהויב. און אויב וועט זיין א צווייטער וואס וועט זיין בעסער פאר דעמאקראטיע, וועל איך איבערלאזן יענג און גיין צו יענעם, אויך אנעם פרידאם-דיווידענד און אנדערע פאליסיס.

דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס יענג ציט טראמפ שטיצער מער ווי די אנדערע קאנדידאטן. ווי געשריבן, זענען טראמפ'ס שטיצער בעיקר טאקע קעגן דעם וואשינגטאן קולטור. אבער נישט קיין חילוק ווי גוטע דזשאב דו האלטסט אז טראמפ טוט מיטן אויסטרוקענען דעם זומפ, קען ער דאך נישט זיין פרעזידענט מער ווי 8 יאר, און דערנאך איז צוריק צום אלטן (גלייך אדער צוביסלעך). יענג'ס פלאטפארמע איז נישט געבויט אויף זיך, אז ער וועט אויסטרוקענען דעם זומפ, נאר אויף זיינע ווייט-גרייכנדע פאליסיס, אריינצושטעלן א דרעינעדזש סיסטעם אין פלאץ. אויב פירט ער אויס, אפילו נאר מיט א חלק, וועט 100 יאר נאך יענג'ס טויט די זומפ זיין טרוקענער ווי יעצט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 4:07 pm

All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 7:25 pm

אינטרעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעצייכנט

Is Andrew Yang being unfairly ignored?


https://www.cnn.com/2019/09/04/politics ... index.html

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:17 pm

גלות אמעריקא האט געשריבן:אינטרעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעצייכנט

Is Andrew Yang being unfairly ignored?


https://www.cnn.com/2019/09/04/politics ... index.html


כ'האב עס יעצט געוואלט ברענגען האסט מיך אויסגעכאפט...

ער זאגט א שטארקע פוינט מיט וואס ער גלייכט אים צו צי פאול אין 08 און 12 אז זיינע שטיצער זענען זייער טיף אין שטיצע פאר אים אבער זיי זענען זייער א קליינע גרופע. פארוואס ווייס איך נישט, עפעס שרייבט ער דארט.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:41 am

די ארטיקל איז פול מיט סירקולער ריזאנינג (אויב איז זיין שטיצע נישט "ברייט" איז עס טאקע ווייל ער ווערט נישט געדעקט) און מאדנע טענות. צב"ש אז זיי האבן אריינגעשטעלט סטייער אנשטאט יענג אין זייער power ranking (וואס האט געהאט אלע 9 אנדערע וואס האבן קוואליפייד, און נאר זיי) ווייל סטייער איז געווען נאנט צו קוואליפייען. זיי ענדיגן נאך צו בענוות חן he wound up missing it by a single poll. אהא, דאס איז הייסט די סיבה פארוואס יענג איז ארויס, ווייל ער האט געהאט דריי מאל אזויפיל קוואליפייאינג פאולס. he wound up overshooting it by five polls.

און פארשטייט זיך אז זיי רעדן נאר פון מידיא דעקונג, פון אקטיווע פעלשונגען (ווי די פאלשע טשארט פון CNN אליין) ווייסן זיי עפעס נישט...

אבער כאטש זענען זיי מודה אז זיי האבן געמאכט טעותים, מיטן פאוער רענקינג און מיט די דעקונג.

In retrospect, that was a mistake -- one which we will correct in the rankings that come out Thursday.


(זיי האבן אים היינט געשטעלט ביי #9. ער איז #6 לויט פאולינג, דאונערס, און בעטינג מארקעטס, און ער איז נישט אונטער קלאובאטשער לויט קיין שום מעטריק, אבער הו קעירס)

But candidly, he should be getting more attention. If the 2016 election taught us anything, it's that voters are very sick of the status quo and politics as usual. Writing off Yang's candidacy because of his lack of political background or willingness to talk about less high-profile issues isn't a mistake we should make.


פאר א וועג אראפצוקריכן פון בוים איז עס נישט שלעכט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:34 pm

יענג האט אריבערגעשפרייזט דעם 5% מארק אויך אויף בעטפעיר.
bet.png
bet.png (16.95 KiB) געזעהן 1398 מאל


אגב איז דאס פרוף אז די בעטינג מארקעטס ווערן נישט סתם געטריבן דורך יונגע ענטוזיאזם, ווי מאנכע האבן געוואלט זאגן. יענג איז א האר אפגערוקט פון בוטידזשעזש שוין א שיין שטיקל צייט, און די "יענג גענג" וואלט גרינג געקענט אדורכפירן א אקציע צו הייבן יענג'ס סטאקס מיט א צענטל פון א פראצענט אים צו לייגן אין די העכסטע פינף, אבער די זאכן פאסירן נישט.

ער איז שוין דער פינפטער אויך אויף בעטפעיר צו געווינען די דזשענעראל עלעקשאן, מער ווי א פראצענט פאראויס פון בוטידזשעזש.

און ער האלט אן זיין פראנט ראנער סטאטוס אלס שטערקסטער אויסוואל קעגן טראמפ (Conditional), מער ווי צען פראצענט העכער אלע אנדערע.
(און פאר די וואס וואונדערן זיך נאך אלץ פארוואס דער "לוזער" זאל זיין דער בעסטער שאנס קעגן טראמפ, איז איין דאטא פוינט פון אסאך אז רעפובליקאן-גענויגטע שטעט זענען מער אין סכנה פון פארלירן דזשאבס פאר אויטאמאציע)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:39 pm

יעצט אויף electionbettingodds.com, וואס איז געבויט אויף בעטפעיר.
2nhjtstwuuk31.png
2nhjtstwuuk31.png (114.74 KiB) געזעהן 1372 מאל


אין די לעצטע חודש האט יענג קוואליפייד פאר די דעבאטעס, געדאפלט רקפ עוורעדזש פון 1.3 צו 2.6, פאראויסגעלאפן בוקער און ארורק מיט פאולינג און דאונערס, און אנגעקומען צום פינפטן ארט און העכער 5% אויף די בעטינג מארקעטס. און נאך.
און דאס אלעס אין א שטילע זומער חודש, ווען עס זענען נישט פארגעקומען קיין דעבאטעס אדער אנדערע היי-פראופייל איווענטס.

אין נאמבערס, איז ער געגאנגען פון זיין א "עכטע קאנדידאט" לויט 12% פון וויילער דא אויף אייוועלט צו זיין א עכטע קאנדידאט לויט 38%...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:53 pm

הקדמה: איך האב געליינט (כמעט) נאר די לעצטע בלאט.

איך קען נישט דעם קאנדידאט יענג מיט זיינע שיטות, אבער ווי קלוג און אויסגעהאלטן ער זאל נאר זיין האט ער דאך שוואכע שאנסן צו געווינען, און אויב אזוי ווינדער איך זיך אויף דיר (פותח האשכול - Andrewyang2020) די קוקט דאך אויס באמת אויס צו זיין א פארשטענדליכער אינגערמאן, וואס ביסטו אזוי פארפלאמט? מילא דו האלסט אז ער רעדט צום זאך, פארשטיי איך, אבער פארוואס לייגסטו זיך אריין אין אזא מצב ווי די נעמסט עס פערזענליך? פארוואס ווערן דיינע "געפילן צומישט" ווען מטעמים פרעגט דיר קשיות? פארוואס לייגסטו אזוינע הויכע ערווארטונגן אז ער גייט געווינען?

------------------------------------------
איך פארשטיי אז די יוניווערסאל געהאלט פון $1000 א וואך איז טאקע מער קאפיטעליסטיש ווי איידער א נעץ פון ביוראקראטישע רעגירונגס פראגראמען מיט פילע רעסטריקשנס וכו', אבער דאס איז בתנאי אז ער געבט אויף די פוד סטעמפס פראגראם און ער געבט אויף אויף מעדיקעיד (אדער מאכט ער א יוניווערסאל העילט קעיר סיסטעם) וכדו'.

איך פארשטיי אז די טויזנט דאללער א וואך איז נישט סתם א שיטה און עקענאמיקס, נאר עס איז דירעקט פארבינדן מיטן ערווארטונג אז מענטשן וועלן אויפהערן צו קריגן געהאלט פון זשאבס אין רעזולטאט פון אטאמאציע.

איך גלייב אז ארטיפישעל אינטעליזשענס/אטאמאציע וועט ברענגן א מאסיווע רעוואולוציע, פיל גרעסער ווי די פריערדיגע אינדוסטריאלע רעוואלוציעס, ווער עס איגנארירט עס סתם מיט א קרום אין די נאז ווי גלייך מען רעדט עפעס פון UFO'ס אדער עיליענס, דער זאל נישט זיין אין קיין שום רעגירונג אפיס!
----------------------------------------------

אן אריינגיין אין דעבאטעס, דו ווייסט אז עס איז דא אזא זאך ווי ספינען סטאטיסטיקס, ביטע ענטפער אויפריכטיג: אלע עקענאמיע פראפעסערן האלטן אז UBI האט רייכער געמאכט די אלע לענדער וואס די ברענגסט אראפ? אדער איז דא וואס זענען מסביר אנדערש?

---------------------------------------------

רייכע מענטשן קענען נאך אלץ זיין לינק אין סאושעליסטיש געשטימט, זוקערבערג מיט זיינע קאו פאונדערס זענען עכט לינקע מענטשן און זייער רייכטום זאגט גארנישט, די זעלבע מיט זשעק דארסי פון טוויטער, זוקערבערג צ.ב.ש. האלט אז די פאקט אז ער איז אזוי רייך איז א גרויסע פראבלעם, ער זאגט אז עס איז נישט יושר אז ער פארמאגט אזויפיל געלט בעת אנדערע פלאגן זיך מיט פרנסה, ווען זיי שטיצן UBI מיינט עס נישט אז עס שטימט מיט די קאפעטעליסטישע מהלך אפגעזען ווי גרויס זייער רייכטום איז.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 8:19 am

א דאנק פאר דיינע דורכגעטראכטע פראגעס, און פאר דיין הקדמה...

זיינע שאנסן צו געווינען זענען יעצט לויט די בעטינג מארקעטס צווישן 5-12%. איך בין נישט קלוגער ווי די מארקעטס. דאס איז אסאך שטערקער ווי מענטשן מיינען, אבער אסאך שוואכער ווי מענטשן מיינען אז איך מיין. אבער ווי איך האב געשריבן גלייך ביים אריינקומען:

Yang2020 האט געשריבן:אבער אפילו אויב געווינט ער נישט, וועט ער גאר אסאך אויפטון אויב ציט ער אן גענוג שטארק, מיטן צוריקברענגען אנדערע פאליטיקאנטן צו נארמאלקייט און זיי צווינגען צו אדרעסירן זיינע פאליסיס, (בערני האט געהאט מער השפעה אויף די דעמאקראטן אין 2016 ווי קלינטאן). ער טוט דאס שוין אביסל יעצט, ווי געשריבן אויבן, און זיין השפעה ווערט נאר שטערקער.

אויך וועט ער מסתמא לויפן נאכאמאל 4 אדער 8 יאר ארום, ווען זיינע שאנסן וועלן מסתמא זיין אסאך בעסער. סיי ווייל מער מענטשן וועלן וויסן פון אים, און סיי ווייל זיינע געדאנקען זענען אביסל ahead of the times.

עניוועי, פארשטיי איך קיינמאל נישט וואס מענטשן האבן אזוי מורא צו שטיצן א קאנדידאט וואס גייט מסתמא נישט געווינען. אויסגעבן געלט איז איין זאך, אבער אויב טוסטו סייווי אין פאליטיקס וואס שטערט דיר צו שטיין אויף יענעמ'ס זייט, זיך אננעמען פאר אים, אויפקלערן אנדערע?
קוקט אויס מענטשן האבן מורא פון די ציפ וואס זיי גייען כאפן ווען זייער פעיווארייט גייט פארלירן. אבער דאס איז אומלאגיש, ווייל אויב האלטסטו פון יענעם כאפסטו שוין יעצט די ציפ ווען דו הייבסט הענט. נו וואס א חילוק אויב כאפסטו די ציפ יעצט אדער שפעטער?


איז לאמיר דיר צוריקפרעגן, דו קוקט דאך אויס באמת אויס צו זיין א פארשטענדליכער אינגערמאן, וואס איז די לאגיק פון אויפגעבן גלייך אויף דער וואס גייט מסתמא נישט געווינען?

איך וועל דא אויך אריינשטופן א קוואוט פון יענג וואס איז מיר שטארק געפאלן:
Sometimes when the upside is high enough, you have to do it even if your chance of succeeding is very low.


איך נעם נישט יענג'ס קאנדידאטור פערזענליך. אבער ווען איינער "פרעגט אים אפ" קורץ און שארף מיט א פשוטע שאלה וואס איך האב שוין לאנג פארענטפערט מיט באק ציינער, קען איך רעאגירן אויף א וועג וואס קוקט אויס פערזענליך. איך מיין אז עס איז יומען נעיטשור, אויך ווען דער וויכוח וואלט געווען איבער לאקשן קוגעל קעגן קארטאפל קוגל. אבער איך מעג טאקע משבר זיין די טבע.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך פארשטיי אז די יוניווערסאל געהאלט פון $1000 א וואך איז טאקע מער קאפיטעליסטיש ווי איידער א נעץ פון ביוראקראטישע רעגירונגס פראגראמען מיט פילע רעסטריקשנס וכו', אבער דאס איז בתנאי אז ער געבט אויף די פוד סטעמפס פראגראם און ער געבט אויף אויף מעדיקעיד (אדער מאכט ער א יוניווערסאל העילט קעיר סיסטעם) וכדו'.


עס איז $1000 א חודש, און איבער די פראגראמען נעמט ער דעם מיטל וועג. רוב פון די פראגראמען ווערן גערעכנט ווי א חלק פון די קעש, קומט אויס אויב איינער באקומט 400 א חודש פון פוד סטעמפס, באקומט ער נאר נאך 600 קעש. דער וואס באקומט 1000 אדער מער אין פראגראמען בלייבט אזויווי ער איז. אדער קען ער אויפגעבן די פראגראמען און באקומען די גאנצע אין קעש. געוויסע פראגראמען בלייבן אומבארירט און ווערן נישט גערעכנט, אריינגערעכנט העלט קעיר אויף וואס ער האט א באזונדערע פלאן.

סורוועיס ווייזן אז נאנט צו 100% פראגראמען באנוצער וואלטן עס אויפגעטוישט אויף קעש. אפילו פון די וואס באקומען מער ווי $1000 וואלטן א גרויס חלק עס אויפגעטוישט אויף $1000 קעש אן רעסטריקשנס און סטיגמא. דאס מיינט אז דער פרידאם-דיווידענד וועט האבן א נעט אפעקט פון רעדוצירן פראגראמען באנוצער און מאכן דעם מארקעט אסאך מער פליסיג און קאפיטאליסטיש.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך פארשטיי אז די טויזנט דאללער א וואך איז נישט סתם א שיטה און עקענאמיקס, נאר עס איז דירעקט פארבינדן מיטן ערווארטונג אז מענטשן וועלן אויפהערן צו קריגן געהאלט פון זשאבס אין רעזולטאט פון אטאמאציע.

איך גלייב אז ארטיפישעל אינטעליזשענס/אטאמאציע וועט ברענגן א מאסיווע רעוואולוציע, פיל גרעסער ווי די פריערדיגע אינדוסטריאלע רעוואלוציעס, ווער עס איגנארירט עס סתם מיט א קרום אין די נאז ווי גלייך מען רעדט עפעס פון UFO'ס אדער עיליענס, דער זאל נישט זיין אין קיין שום רעגירונג אפיס!


אט אזוי!
יעצט נעם אין באטראכט אז פון אלע וואס לויפן פארן העכסטן רעגירונגס אפיס איז יענג דער איינציגסטער וואס נעמט עס ערנסט. קיינער חוץ פון אים האט בכלל נישט גערעדט פון דעם ביז ממש לעצטענס. בוטידזשעזש, ביידען, דילעיני, דיבלאזיא און נאך אפאר האבן אנגעהויבן אביסל נאכצוזאגן יענג'ס טאלקינג פוינטס, אבער אן קיין סעלושענס. נישט צום גלייבן ווי פאליטיקאנטן לויפן אין 2019 אויף פלאטפארמעס וואס נעמען אן אז דאס יאר איז 1969.

די UBI איז א שיטה סתם אזוי אויך, יענג זאגט נאר אז יעצט איז דאס (צוזאמען מיט אנדערע פון זיינע פאליסיס) קריטיש וויכטיג דורכצושוויצן די פערטע אינדוסטריעל רעוואלושען.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אן אריינגיין אין דעבאטעס, דו ווייסט אז עס איז דא אזא זאך ווי ספינען סטאטיסטיקס, ביטע ענטפער אויפריכטיג: אלע עקענאמיע פראפעסערן האלטן אז UBI האט רייכער געמאכט די אלע לענדער וואס די ברענגסט אראפ? אדער איז דא וואס זענען מסביר אנדערש?


אויפריכטיג: איך ווייס נישט. איינמאל דאס איז ארויס פון וועג, לאמיר ערקלערן:
איך בין געווארן אינטערעסירט אין UBI נאך פאר יענג איז געלאפן, ווען איך האב געליינט דאס ביכל In Our Hands פון Charles Murray, פון די גרויסע קאנסערוואטיוון. גאנץ שנעל האב איך זיך געלערנט אז UBI ווערט גענוצט צו מיינען צענדליגע אנדערע זאכן. נעגאטיוו אינקאם טעקס, קעש טרענספערס בעיסד אויף געוויסע קריטעריע, גענוג געלט צו קענען לעבן רואיג, געלט ביים פאווערטי לעוועל, געלט גענוג צו האבן עפעס קעש ביי די האנט. אא"וו. און יעדע פרט טוישט די רעזאלטס פון די עקספערימענטן.

די מערסטע נעגאטיוו וואס איך האב דעמאלט געטראפן איז אז געוויסע פארשער שרייבן אז UBI וועט נישט אויפטון אזויפיל ווי אנדערע פארשער זאגן אז עס וועט, בעיסד אויף דיסעפוינטינג רעזאלטס, און די אנדערע ענטפערן צוריק אז ווען עס וועט איינגעפירט ווערן אויף די בעסערע וועג וואס זיי שלאגן פאר וועט עס יא אויפטון מער. די קאנצעזוס האט מיר אויסגעקוקט אז עס וועט זיכער נישט חרוב מאכן, ווי די אויבערפלעכליכע בליק, און וועט זיכער מער אויפטון ווי אנדערע פראגראמען אויב ווערט עס ריכטיג איינגעפירט. איך האב נישט געטראפן קיינער וואס זאל האלטן אז UBI (אדער א געוויסע ווערסיע דערפון) וועט נישט זיין בעסער ווי דער סיסטעם פון יעצט, אבער איך בין נישט קיין פראפעשענאל ריסוירטשער און לא ראינו אינו ראיה.

יענג'ס ווערסיע פון UBI, דער פרידאם-דיווידענד, איז פארזיכטיג אויסגעשטעלט געווארן נאכן דורכגיין אלע שטודיעס, אויף א וועג וואס זאל אויפטון די מערסטע. איך קען דיר נישט צוזאגן אז קיין איין פראפעסאר איבער די גאנצע וועלט האלט נישט אנדערש ווי דער קאנצעזוס ווי עס קוקט מיר אויס, אבער קיין איין רעגירונג האט נאכנישט אויסגעפירט קיין איין פלאן וואס האט נישט געהאט די קעגנערשאפט פון כאטש איין מויל מאכער איבער די וועלט...


דערבארומדיג'ער האט געשריבן:רייכע מענטשן קענען נאך אלץ זיין לינק אין סאושעליסטיש געשטימט, זוקערבערג מיט זיינע קאו פאונדערס זענען עכט לינקע מענטשן און זייער רייכטום זאגט גארנישט, די זעלבע מיט זשעק דארסי פון טוויטער, זוקערבערג צ.ב.ש. האלט אז די פאקט אז ער איז אזוי רייך איז א גרויסע פראבלעם, ער זאגט אז עס איז נישט יושר אז ער פארמאגט אזויפיל געלט בעת אנדערע פלאגן זיך מיט פרנסה, ווען זיי שטיצן UBI מיינט עס נישט אז עס שטימט מיט די קאפעטעליסטישע מהלך אפגעזען ווי גרויס זייער רייכטום איז.


ריכטיג. איך האב נאר דערמאנט אפאר באקאנטע נעמען. אבער אין די לינקס וואס איך האב געברענגט קען מען טרעפן שטיצע פון אלע פאליטישע זייטן, ווי אויך אין קורצן אין מיין תגובה אויפן ערשטען בלאט. די הויפט ווארצלען זענען דווקא ליבערטעריען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 11:08 am

Yang2020 האט געשריבן:אקדמות מילין, איידער איך הייב אן צו שפרעכן, דארפסטו א מינוט פארשטיין מיין צומישעניש.
די אלע זאכן האב איך שוין לאנג פארענטפערט און מסביר געווען אויבן. יעצט ווייס איך נישט צו מיר פעלט אין הסברה אדער דיר (אז איך פארשטיי נישט אז דו פרעגסט א נייע זאך), אדער פעלט דיר פשוט צייט און דו האסט נישט דורכגעליינט ביז אהער, ווי פעיק נוז פאר דיר, אבער מיר פעלט אויך צייט...
איך מיין עס איז נישט מער ווי יושר, ווען איינער קומט אריין ביים דרייצנטן בלאט, ער זאל מקדים זיין מיט אפאר ווערטער "איך האב נישט געליינט אלעס ביז דא, אבער..." אזוי ווערן נישט מיינע געפילן צומישט און איך ווייס פונקטליך וואו איך האלט. איך וועל נאך ווייטער פראבירן צו ענטפערן אויך צום פערטן מאל, אבער איך וועל זיך ערלויבן צו שפארן מיין צייט אזויפיל וויפיל יענער שפארט זיינס...

פארוואס ווערן דיינע 'געפילן' צעמישט?

מטעמים האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז א עקאנאמיע ווערט נישט געבויעט מיט גאווערמענט אינטערווענשען, אלע עקאנאמיעס וואס האבען געהאט גאווערמענט אינטערווענשען האט זיך אויסגעלאזט מיט גרעסערע דורעכפעלער ווי די עקאנאמיעס וואס האבען נישט געהאט אינטערווענשען.


איז דאך זייער גוט! מיין מיינונג איז פונקט אזוי, און אזוי איז אויך די מיינונג פון יענג, וואס איז מער פרא-מארקעט ווי אסאך רעפאבליקענס. אינטערעסאנט וואס האט דיך געמאכט טראכטן פארקערט?

דער פרידאם-דיווידענד איז נישט קיין אינטערווענשען וואס גייט קעגן דעם שטראם פונעם מארקעט. אלע שפילן דאס קאפיטאליסטישע שפיל פונקט ווי בעפאר, נאר אנגעהויבן פון 1000 אנשטאט 0. אויב עפעס איז עס אנטי-אינטערווענשען און מאכט דעם מארקעט מער פליסיג, מיט דעם וואס רוב פראגראמען באקומער גייען זיי אויפגעבן כדי צו באקומען קעש. פראגראמען וואס זענען means tested און געבויט אויף פארוויקלטע כללים אינטערווענירן אינעם מארקעט, א גראדע פלאר פון קעש פאר אלע גלייך טוט דאס נישט.

אנהויבן פראקטיצירן קאפיטאליזם פון $1000 ארבעט נישט. די מעלה פון קאפיטאליזם איז אז עס איז דא די נאטורליכע טרייב קראפט פון א מענטש צו מאכן געלט, צו קענען לעבן, אויב ביזטו אים משחד, פארלירט ער די טרייב קראפט און דו האסט נישט קיין קאפיטאליזם.

און אז מענטשן וועלן נישט מאכן קיין געלט געהעריג, וועט די עקאנאמיע טראסקענען, און אז די עקאנאמיע טראסקעט, האט די רעגירונג נישט פון וואו צו נעמען די $1000, דאס איז חוץ דעם וואס ער עלימינירט נישט די ביז איצטיגע פראגראמען, אדרבה ער וויל צולייגן נאך, מעדיקעיר פאר אלעמען וכו', סאו צו זאגן אז זיין מהלך איז א קאפיטאליסטישע פרייע מארקעט און א דזשיניעס עקאנאמישע לעזונג, איז א פיינע ספין, זיין געפלאנטע דיווידענט האט קיין שייכות נישט מיט די עקאנאמיע, עס איז נישט קיין עקאנאמישע מהלך עס איז פשוט נאך א סאושעל פראגראם.

מטעמים האט געשריבן:עס איז א געשמאק צו ליינען פלענער פון גוטע בוך פארקויפער און געשמאקע טעאריעס אבער רעאליטעט איז די פאקטען.


אה, פאקטן! דאס איז דאך מיין פעיווארייט טעמע :wink:

קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין קאנאדע האט אראפגעברענגט האספיטאליזאציעס מיט 8.5% אבער נישט רעדוצירט ארבעט שעות, און היי-סקול קאמפלישען רעיט איז ארויף?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין קואוועיט האט אראפגעברענגט אינפלאציע, און געמאכט וואקסן דעם GDP צוליב קאנסומער ספענדינג מיט 600 מיליאן מער ווי וויפיל עס האט געקאסט?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין זאמביע האט געוויזן אז נאך דריי יאר האבן שטובער געהאט 59% מער אויסצוגעבן ווי וויפיל זיי האבן באקומען?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין אלאסקא האט געהעכערט PT עמפלוימענט מיט 17%?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין נאמיביע האט אראפגעברענגט די דראפ-אוט רעיט מיט 39%, די קריים רעיט מיט 42%, געהעכערט דעם עוורעדזש אינקאם (נישט אריינרעכענענדיג וואס זיי האבן באקומען) מיט 29%, און געברענגט א בליאונג פון קליינע ביזנעסער?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז א UBI עקספערימענט אין אינדיע האט רעדוצירט אלקאהאל באנוץ, פארמערט לעיבאר, אראפגעברענגט חובות און געהויבן סעיווינגס, און ארויפגעברענגט די לייקליהוד פון עפענען א נייע ביזנעס צו דריי מאל אזויפיל?

קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז צענדליגע עקספערימענטן און 461 שטודיעס האבן קיין איינס נישט געוויזן אז UBI האט איינגעשלעפט אדער אפגעשוואכט די עקאנאמיע, ווי פעיק נוז'ס זארג, און זיכער נישט אונטערגעברענגט, ווי דיין זארג, נאר פונקט פארקערט?
קענען מיר אפשר רעדן איבער דעם פאקט אז די אלע "פאקטן" וואס ווערן געווארפן קעגן UBI (אינפלאציע, אפשוואכן ארבעט, הייבן דראג באנוץ, אא"וו) זענען אלע קעגן די פאקטן?


קען זיין אז עס איז אזוי, אבער עקספערימענטן און סטאטיסטיקס זענען נישט קיין פאקטן, זיי זענען בכלל נישט קיין הכרח אוף וואס עס גייט געשען ווען דאס גייט זיין די ווירקליכע מציאות.
מטעמים האט געשריבן:איך קען אריינגיין אין די דיטעילס פארוואס אויטאמאציע גייט נישט איבער נעמען קיין סך אינדאסטריעס אדער זשאבס אפילו ביי די ווייטסטע חלומות


די אויטאמאציע אשכול איז נישט אזוי לאנג און נעמט נישט אזוי לאנג דורכצוליינען. איך האב דארט געפרעגט פיר קושיות און די גרעסטע אויטעמעישאן דינייעליסטס האבן נישט געקענט פארענטפערן קיין איינע פון זיי. אין קורצן:
1. וואס איז פארענדערט געווארן די אינדוסטריעל רעוואלושען פון אלע פריערדיגע, וואס האט יא געברענגט מאסיווע אומרוען און אומסטאביליטעט וואס האט גענומען הונדערטער יארן זיך צו בארואיגן?
2. וואס איז פארענדערט געווארן די קומענדיגע מיליאנען ארבעטער פון די יעצטיגע פאר מיליאן, וואס האבן שוין פארלוירן זייער דזשאב צוליב אויטאמאציע און זיי זענען ניטאמאל ארבעטסלאז לויט די ביכער, נאר זייער לעבן איז חרוב און א שאטן פון אמאל? וואס איז פארענדערט געווארן די קומענדיגע פאר טויזנט טאונס און שטעטלעך פון די יעצטיגע?
DIttlWS.png

3. וואס איז א plausible scenario וואס די איבער צוואנציג מיליאן ארבעטער וואס זייער ארבעט איז שוין יעצט איבריג וועלן טון איינמאל זיי ווערן אפגעזאגט?
4. דער באשעפער האט דאך נישט צוגעזאגט פאר נח אז קיין אויטאמאציע מבול וועט קיינמאל נישט קומען, וואס מאכט דיר אזוי זיכער? וואס וואלט אויסגעזען אנדערש ווי יעצט ווען מיר וואלטן ווען יא געהאלטן פאר אזא דיסראפשען?

אויב קענסטו זיי פארענטפערן אין יענעם אשכול, נאכן איבערליינען, רופא אומן תקרא ושכר הרבה תטול.


פיינע שאלות, אבער UBI איז נישט קיין ענטפער דערויף

דער פאקט אז UBI שניידט קריים מיט 42%, עפעס וואס די רעגירונג קען קיינמאל נישט טון, דארף זיין גענוג אויפצוהערן מיט די איינרעדענישן כאילו די רעגירונג ווייסט די בעסטע.

די אלע קרימינאלן וואס זענען יעצט קרימינאלן זענען יעצט אויך עלידזשיבעל צו באקומען גאווערמענט פראגראמען, און דאך שטייט קריים וואו עס שטייט, נו פארוואס דורך UBI זאל עס בעסער ווערן?

-----------------------------------------------------------------

איין זאך נאר, אויב יענג נעמט זיך אונטער צו פארשליסן טאטאל אלע וועלפעיר פראגראמען און אויפהערן מיט אלע סאושעל בענעפיטן, און באשטימט UBI אלס דער איינציגסטע וועג וויאזוי די גאווערמענט וועט העלפן די בירגער, דאן קען איך מיך זען אפשר שטיצן זיין געדאנק, אבער אזוי ווי עס איז יעצט, איז ארויף לייגן נאך עפעס א גאווערמענט עקספענס, צו ספוילן דעם עולם, נאך דערצו אזא ריזיגע, בין איך בשום אופן נישט מסכים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 11:14 am

שיין גענטפערט. (ווער עס גלייכט נאטיפאקציעס זאל שרייבן א זאכליכע קריטיק איבער יענג2020 און ער וועט ווערן ציטירט, גאראנטירט! :P )



יא, די קאנדידאטן מיינען נאך אז עס איז 1969.... אבער די האראפאשנע טראק דרייווער וועם יענג וויל ראטעווען, און די אלגעמיינע מידיע וואס פארעמט אויס די מיינונגן און שיטות פון רוב מענטשן זענען נישט גרייט צו רעדן פון די נושאים וואס יענג וויל רעדן.


אויפגעבן? דאס נישט! אויב קענסטו קאנווינסן מענטשן צו דיינע טעאריעס אויף די סאושעל מידיע וואלסטו עפעס אויפגעטון, אבער אויף אייוועלט טוסטו באיינפלוסן אפשר 10 מענטשן צו טראכטן פאזיטיוו אויף יענג, אין אויב אזוי גלייב איך אז דיין שרייבן דריקט אויס א פערזענליכע שטארקע שטיצע צו יענגס שיטות באגלייט מיט א האפענונג פון ''מתי יבוא אז יענג וועט ווערן פרעזידענט אויף אמעריקע און ער וועט מאכן סדר דא אין אונזער לאנד, איך פארשטיי דאס זייער גוט, האבן א זעלבסשטענדיגער בליק אומאפהענגיג פון די מידיע איז דווקא א גוטע זאך, איך האף נאר אז די וועסט נישט זיין אנטוישט אויב ער וועט גארנישט באקומען.

איך מיין אז די גדר פון נעמען פערזענליך איז ווען מען ערווארט אזוי שטארק אז עפעס זאל געשען, אז אויב עס די זאך געשענט נישט צום סוף ווערט מען שטארק אנטוישט.און היות יענג האט שוואכע שאנסן וואלט איך מיר נישט אריינגעלייגט אין אזא פאזיציע ווי עס ווארט לכאורה אפ אן אנטוישונג ביים ענדע אפילו אויב איך וואלט יא געקענט און מסכים געווען צו זיינע שיטות.



-----------------------
איך האב נישט געמיינט צו פרעגן אויב עס זענען דא 5 עקענאמיקער איבער די גאנצע וועלט וואס האלטן נישט פון אזא UBI, איך מיין בעיקר צו פרעגן צו די פאקטן וואס דו שרייבסט קען מען ספינען אנדערש.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 12:01 pm

פעיק נוז, אין קורצן.

אנהייבן ביי 1000 לאזט איבער דעם טרייב קראפט צוליב אפאר סיבות. ערשטענס איז עס קוים גענוג צום לעבן, אונטער דעם פאווערטי לעוועל. און צווייטנס ווייל ווען יעדער האט טויזנט איז עס נישט אינטערעסאנט, עס איז ווי די נייע זיראו, און קיינער וויל נישט זיין דער לוזער וואס האלט ביי טויזנט.
דאס איז אנדערש ווי א סיסטעם וואו די פארדינסטן ווערן איינגעטיילט גלייך, וואס נעמט טאקע אוועק דעם טרייבקראפט, ווייל דער וואס ארבעט מער פארדינט נישט דערפון.

פעיק נוז האט געשריבן:קען זיין אז עס איז אזוי, אבער עקספערימענטן און סטאטיסטיקס זענען נישט קיין פאקטן, זיי זענען בכלל נישט קיין הכרח אוף וואס עס גייט געשען ווען דאס גייט זיין די ווירקליכע מציאות.


עקספערימענטן פירט מען דורך געוואויר צו ווערן פאקטן, וויאזוי עס געשעט ווען עס איז די ווירקליכע מציאות, און סטאטיסטיקס זענען די פלורעל פון פאקטן. וויאזוי דען וואלט געווען דיין מעטאד פון באשליסן?
ווילסט דווקא איינצלנע פאקטן? אקעי. איינמאל איז געווען א מענטש וואס האט געהייסן דזשאני, ער האט געוואוינט אין אלאסקא, בלא בלא בלא. סארי, איך בין נישט געמאכט פאר דעם. אבער איך קען דיר צושטעלן אסאך personal stories אויף UBI וואס אנדערע האבן געשריבן, אויב איז דיר אינטערעסאנט.

פעיק נוז האט געשריבן:פיינע שאלות, אבער UBI איז נישט קיין ענטפער דערויף


קעיר טו עקספלעין?
גראדע איז עס טאקע נישט 'דער' ענטפער, ווי איך האב דיר שוין ערקלערט אויפן ערשטן בלאט פון דעם אשכול און נאך אפאר מאל דערנאך.

פעיק נוז האט געשריבן:די אלע קרימינאלן וואס זענען יעצט קרימינאלן זענען יעצט אויך עלידזשיבעל צו באקומען גאווערמענט פראגראמען, און דאך שטייט קריים וואו עס שטייט, נו פארוואס דורך UBI זאל עס בעסער ווערן?


ווייל דער פרידאם-דיווידענד איז פונקט פארקערט ווי אלע פראגראמען. אלע פראגראמען האלטן דיר פארכאפט, אויב ביסטו א מענטש פאר זיך וואס גייט געהעריג ארבעטן פארלירסטו זיי (יעדע פראגראם מיט אנדערע גרעניצן, אבער דער פרינציפ איז דער זעלבער). מענטשן אויף זיי פילן זיך סטיגמעטייזט און ווערטלאז אן קיין וועג ארויס, און דאס גופא קען זיי טרייבן צו קריים. און אזוי דרייט זיך ווייטער דער סייקל אוו וויקטימהוד.
דער פרידאם-דיווידענד איז דאס מערסטע פארקערט וואס קען נאר זיין, פלאס געבט נאך א שטופ צו בלייבן אינדרויסן פון תפיסה, ווייל זייענדיג אין תפיסה באקומט מען עס נישט. (עסן באקומט מען אין תפיסה, איז פוד סטעמפס נישט קיין שטופ).

פעיק נוז האט געשריבן:איין זאך נאר, אויב יענג נעמט זיך אונטער צו פארשליסן טאטאל אלע וועלפעיר פראגראמען און אויפהערן מיט אלע סאושעל בענעפיטן, און באשטימט UBI אלס דער איינציגסטע וועג וויאזוי די גאווערמענט וועט העלפן די בירגער, דאן קען איך מיך זען אפשר שטיצן זיין געדאנק, אבער אזוי ווי עס איז יעצט, איז ארויף לייגן נאך עפעס א גאווערמענט עקספענס, צו ספוילן דעם עולם, נאך דערצו אזא ריזיגע, בין איך בשום אופן נישט מסכים.


תפילה עושה מחצה. ווי געשריבן ווערן די וועלפעיר פראגראמען גערעכנט אינעם טויזנטער, און רוב באנוצער גייען זיי אויפגעבן. וואס מיינט אז פראקטיש גערעדט איז עס כמעט ווי יענג וואלט געטון ווי דיין הסכמה.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 12:03 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:שיין גענטפערט. (ווער עס גלייכט נאטיפאקציעס זאל שרייבן א זאכליכע קריטיק איבער יענג2020 און ער וועט ווערן ציטירט, גאראנטירט! :P )


א טובה טון פאר א איד בין איך אלעמאל גרייט :smile:

איך שרייב נישט דא צו באאיינפלוסן מענטשן, כאטש מיין שטופ זיך איינצושרייבן איז טאקע געווען צו פאררעכטן זיין אימעדזש, און כאטש איך האב הנאה פון יעדעם וועמען איך באאיינפלוס (איך אליין ווייס שוין פון ארום צען מענטשן טאקע, אבער מסתמא זענען דא נאך וואס האבן מיר נישט מודיע געווען).
איך שרייב דא פאר די זעלבע סיבה וואס אלע אנדערע שרייבן דא.

אלעס קען מען ספינען. אבער אז אזויפיל הונדערטער שטודיעס צייגן אלע אינעם זעלבן ריכטונג איז סעיף אנצונעמען דעם קאנצעזוס. נאכדערצו אז נאכן זיך גוט אריינלייגן מאכט עס פערפעקט סענס און די רעזאלטס זענען נישט עכט סורפרייזינג.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 1:52 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אנהויבן פראקטיצירן קאפיטאליזם פון $1000 ארבעט נישט. די מעלה פון קאפיטאליזם איז אז עס איז דא די נאטורליכע טרייב קראפט פון א מענטש צו מאכן געלט, צו קענען לעבן, אויב ביזטו אים משחד, פארלירט ער די טרייב קראפט און דו האסט נישט קיין קאפיטאליזם.


פון וואו נעמסטו די הנחה? פון רוסלאנד קען מען ברענגען א קלארע ראי' אז ווען מען זאגט פאר א מענטש "די באקומסט גארנישט פאר דיין ארבעט" מאכט עס נישט ארבעטן.

אבער אויב געבט מען איינעם 1K און ער קען פארדינען נאך, איז די סברה אז ער וועט יא ארבעטן.

איך קען אינגעלייט וואס וואלטן געקענט זיין שיינע בעל פרנסה, ווען נישט זיי זענען אייביג טייט. אויב דו געבסט פאר א מענטש לופט צו אטעמען, קען ער טראכטן. אפשר טוישן דזאב, אפשר עפענען א ביזנעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:01 pm

רואיג! האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אנהויבן פראקטיצירן קאפיטאליזם פון $1000 ארבעט נישט. די מעלה פון קאפיטאליזם איז אז עס איז דא די נאטורליכע טרייב קראפט פון א מענטש צו מאכן געלט, צו קענען לעבן, אויב ביזטו אים משחד, פארלירט ער די טרייב קראפט און דו האסט נישט קיין קאפיטאליזם.


פון וואו נעמסטו די הנחה? פון רוסלאנד קען מען ברענגען א קלארע ראי' אז ווען מען זאגט פאר א מענטש "די באקומסט גארנישט פאר דיין ארבעט" מאכט עס נישט ארבעטן.

איך פארשטיי נישט וואס דו זאגט, איך זאג אז ווען דו לאזט דעם מענטש מאכן אליין געלט דורך זיין ארבעט שטופט עס אים דאס צו טון, דאס איז א פאקט, וואו קומט דא אריין רוסלאנד? אין רוסלאנד האסטו געדארפט ארבעטן צו דו מאכסט יא געלט צו דו מאכסט נישט געלט האסטו געדארפט ארבעטן פאר די מוטער-לאנד, איך רעד דאך אבער פון קאפיטאליזם וואס ארבעטסטו מאכסטו יא געלט און אויב נישט נישט.

וויאזוי ברענגסטו א ראי פון א מהלך וואו מען האט נישט באקומען פארן ארבעטן צו א מהלך פון יא באקומען פארן ארבעטן?
אבער אויב געבט מען איינעם 1K און ער קען פארדינען נאך, איז די סברה אז ער וועט יא ארבעטן.

איך קען אינגעלייט וואס וואלטן געקענט זיין שיינע בעל פרנסה, ווען נישט זיי זענען אייביג טייט. אויב דו געבסט פאר א מענטש לופט צו אטעמען, קען ער טראכטן. אפשר טוישן דזאב, אפשר עפענען א ביזנעס.

און וויבאלד זיי האבן נישט קיין לופט צו אטעמען טוען זיי וואס?

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 3:49 pm

פעיק נוז האט געשריבן:און וויבאלד זיי האבן נישט קיין לופט צו אטעמען טוען זיי וואס?


האבן זיי נישט קיין צייט, נערווען, געדולד ועוד, צו טראכטן צו זייער job איז טאקע גוט פאר זיי, אדער זוכן עפעס אנדערש, און אודאי נישט פון טראכטן עפעס אליין צו טוען.

וויפיל אידן קענסטו וואס ווען די בילס זענען דריי פערטל געדעקט, קענען זיי, און טוען זיי בפועל טרעפן בעסערס און גרעסערס. איך קען אסאך אזעלכע....
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2019 8:59 pm

איך וואלט געקענט ברענגען אסאך שטודיעס און סטאטיסטיקס וואס ווייזן אויף כמה גדולים דברי חכמים אז בתר עניא אזלא עניותא, זיין ארעם קאסט געלט, און פארמעגליכע מענטשן מיט ברייטערע מעגליכקייטן קומען אן ווייטער מיטן אויסנוצן ווייניגער געלט. אביסל פון דעם האב איך שוין געברענגט.
אבער דו ביסט דאך נישט אינטערעסירט אין די זאכן, וועל איך גיין דירעקט.

איך אליינס קען פערזענליך צענדליגע יונגעלייט וואס זענען פארנומען צו ציילן די דיימס און די ניקעלס און קומען נישט אן צו גארנישט, און וואלטן געווען אסאך מער פלייסיג און פראדוקטיוו און וואלטן אריינגעשפרונגען אין גרעסערע אונטערנעמונגען ווען זיי האבן ווען א סטעדי פלוס פון קעש. נאכדערצו אז זיי וועלן באקומען נעקסטע חודש נאכאמאל אויך אויב פאלן זיי דורך דעם חודש. דו קענסט טאקע נישט קיינעם?

איך אליינס קען נישט קיין איין מענטש וואס וואלט ארויפגעלייגט די פיס אויפן טיש און געכאפט א דרימל איינמאל ער איז פארזיכערט מיט צען מאות פארן חודש. דו קענסט יא איינעם?

אויב איז דא אזא מענטש, איז עס איינער אן קיין טראפ אמבישאן, און דארט וואו ער ארבעט (ווייל קיין אייגענע ביזנעס האט ער נישט) ליידט מען זיך צאם ציפקע צרות פון זיין נאכגעלאזטקייט. וועט טאקע דער פרידאם-דיווידענד אויפטון אז יענער וועט זיך אפזאגן פון דער ארבעט און זיין פלאץ וועט פארנעמען איינער וואס איז פלייסיגער, וועט דאך דער ביזנעס פארדינען, און קאפיטאליזם וועט וואקסן און בליען עד ביאת הגואל.


נאך עפעס, אויב באקומען א טויזנטער שוואכט אפ קאפיטאליזם דארף פארלירן א טויזנטער טרייבן קאפיטאליזם פאראויס מיטן זעלבן אמאונט. איז וואס זאגסטו צו מיין פלאן דראסטיש אראפצוברענגען דעם דעפיציט, דורך פשוט צונעמען פאר די רעגירונג דעם ערשטן טויזנטער וואס א מענטש פארדינט?
וועלכע פון די צוויי פלענער (באקומען אדער פארלירן א טויזנטער) וועט מער אפשוואכן די עקאנאמיע? פארוואס?
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:23 am

Oddsmakers Continue to Favor Yang Despite 'Media Blackout'

Andrew Yang currently has better odds of winning in the 2020 U.S. presidential election than Kamala Harris, Pete Buttigieg and Beto O'Rourke.

Let that sink in.

The entrepreneur with little national notoriety, who joined the campaign despite the largest primary field in U.S. history, has shorter odds to win than once-favorite Harris and the more recognized Buttigieg and O'Rourke.


אויך אויף בעטפעיר, וואס איז די מערסטע פעסימיסטיש איבער יענג, זיצט ער באקוועם אויפן פינפטן ארט און דער מרחק צווישן אים און בוטידזשעזש ווערט אלץ ברייטער
elbet.png
elbet.png (55.83 KiB) געזעהן 925 מאל


העכער אים איז העריס, וועמענס שאנסן צו באזיגן טראמפ (44%) זענען נישט צופיל מער ווי העלפט פון יענג'ס (78%)...
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, kollel yingerman, Toyota, ואיני יודע מה, מיש נישט, שמייכל תמיד, שרייזשע און 93 געסט