נייעס און דעבאטעס איבער וואסער פארק'ס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שטומפיג
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:59 am

רבונו של עולם!!!!!

1) קינד פון ב"פ אין וואסער-פארק
2) קינד פון א"י אין גריכישע סווימינג פול
3) אינגערמאן פון מאנסי אין ניו דזשערסי וואסער
4) אינגערמאן פון בת שבע אין ים הגדול
5) בחור פון א"י אין מעקסיקא

פחד פחדים!!! פון די לעצטע צוויי וואכן!!!
עד מתי?

Burach_Nussen
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

תגובהדורך Burach_Nussen » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:13 am

שטומפיג האט געשריבן:רבונו של עולם!!!!!

1) קינד פון ב"פ אין וואסער-פארק
2) קינד פון א"י אין גריכישע סווימינג פול
3) אינגערמאן פון מאנסי אין ניו דזשערסי וואסער
4) אינגערמאן פון בת שבע אין ים הגדול
5) בחור פון א"י אין מעקסיקא

פחד פחדים!!! פון די לעצטע צוויי וואכן!!!
עד מתי?

מלמד אין ווירזשיניע

טערקישער_סולטאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

תגובהדורך טערקישער_סולטאן » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:43 am

שטומפיג האט געשריבן:רבונו של עולם!!!!!

1) קינד פון ב"פ אין וואסער-פארק
2) קינד פון א"י אין גריכישע סווימינג פול
3) אינגערמאן פון מאנסי אין ניו דזשערסי וואסער
4) אינגערמאן פון בת שבע אין ים הגדול
5) בחור פון א"י אין מעקסיקא

פחד פחדים!!! פון די לעצטע צוויי וואכן!!!
עד מתי?

טאקע א פחד


א קליינע זייטיגע פוינט אן קיין שום שום שייכות....
ווער עס קען נישט שווימען זאל זיך גיין לערנען
וועמענס אינגל/מיידל סקען נישט שווימען זאל זיי שיקן און צאלן פאר לעסאנס
מען האט שוין אויך געהערט ליידער טרעגעדיעס מיט גוטע שווימערס אויך אבער יא........... אונזערע חכמים זאגן דאס אויך אז מען מוז לערנען שווימען
אסאך קרבנות געקאסט דאס נישט קענען

שוין זאל דער בוכ"ע זעך מרחם זיין שלא נשמע שוד ושבר בגבלינו
איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:36 am

בענקעל האט געשריבן:
חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:אבנארמאל וואס דא גייט פאר, דער מי במים קנאקט פון אלע זייטן.

אוי וויי !! ברוך דיין האמת !!

שטורעמישע כוואליעס פון די מים הזידונים אין אלע עקן וועלט פארציקן אידישע קינדער
לאמיר זיך אנגארטלען! אוי באשעפער העלף!

א פחד. איצט קומט ענליכע נייעס פון מעקסיקא.
צוגעלייגטע
Screenshot_20190821-103504_WhatsApp.jpg
Screenshot_20190821-103504_WhatsApp.jpg (485.86 KiB) געזעהן 773 מאל

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 2:50 pm

טערקישער_סולטאן האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:רבונו של עולם!!!!!

1) קינד פון ב"פ אין וואסער-פארק
2) קינד פון א"י אין גריכישע סווימינג פול
3) אינגערמאן פון מאנסי אין ניו דזשערסי וואסער
4) אינגערמאן פון בת שבע אין ים הגדול
5) בחור פון א"י אין מעקסיקא

פחד פחדים!!! פון די לעצטע צוויי וואכן!!!
עד מתי?

טאקע א פחד


א קליינע זייטיגע פוינט אן קיין שום שום שייכות....
ווער עס קען נישט שווימען זאל זיך גיין לערנען
וועמענס אינגל/מיידל סקען נישט שווימען זאל זיי שיקן און צאלן פאר לעסאנס
מען האט שוין אויך געהערט ליידער טרעגעדיעס מיט גוטע שווימערס אויך אבער יא........... אונזערע חכמים זאגן דאס אויך אז מען מוז לערנען שווימען
אסאך קרבנות געקאסט דאס נישט קענען

שוין זאל דער בוכ"ע זעך מרחם זיין שלא נשמע שוד ושבר בגבלינו


אין יענע צייטן, איז דאס געווען א מיטל זיך צו לערנען, לפי זה וואלט מען היינט געדארפט לערנען ווי אזוי צו פירן א פליגער אדער עליקאפטער, אבער שווימען לאו דוקא

דאס יא, איינער וואס קען נישט שווימען, זאל שטיין ווייט פון וואסער, וואס ליידער יעדע'ס יאר הערט מען אסאך פיטאלעטעיטען רח"ל אין וואסער (אין דערהיים פלעגט מען נישט גיין אין וואסער, ביז דער וואסער האט גענומען דריי גוי'אישע קרבנות (יעדע'ס יאר), כהיום געבט מען שוין בכלל נישט אכטונג אויף דעם)
אין ארץ ישראל אין די לעצטע 4 חדשים האבן זיך שוין געטראנקען 147 מענטשן רח"ל, (רוב האבן איבערגעלעבט אבער נישט יעדער).
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:38 pm

שמו האט געשריבן: (אין דערהיים פלעגט מען נישט גיין אין וואסער, ביז דער וואסער האט גענומען דריי גוי'אישע קרבנות (יעדע'ס יאר), כהיום געבט מען שוין בכלל נישט אכטונג אויף דעם)


זייער אינטערעסאנט, קיינמאל געהערט פון דעם, עפעס א מקור דערויף האסטו?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:57 pm

געהערט פון אלטע אידן

און אין 'מופת הדור' פון רבי ישעי'לע פון קערעסטיר ברענגען זיי אויך אזוי.
כשמ"ו כן הוא

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:42 pm

האט דאס מיט גיין שווימען אין וואסער אדער מיט ארובער שפרייזן א פארפרויערענע טייך?
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:45 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:43 pm

זארג נישט האט געשריבן:האט דאס מיט גיין שווימען אין וואסער אדער מיט ארובער שפרייזן א פארפרויערענע טייך?

מיט זיך גיין אפקילן אין טייך, וכדו' (טובל'עטן אין טייך א.ד.ג.).
כשמ"ו כן הוא

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:48 pm

ווינטער פלעגט מען ארובער שפרייזן א פארפרויערענע טייך און אפילו מיט א וואגן, אבער אלץ געווען מענטשן וואס האבן נישט אויס געווארט ביז עס איז אין גאנצן געפרוירן, און פארקערט אויך, נישט געווארט ביז אין גאנצן צולאזט און אלץ זענען מענטשן דערטראנקן געווארן רח"ל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אור
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

KOL

תגובהדורך אור » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:07 pm

MONROE: Satmar Rebbe (Mhr"a) instructed Kiryas Yoel Cheder to cancel a trip to Zoom Flume Water Park tomorrow following recent water-related tragedies

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:13 pm

דערווייל ביזן קרעטשמע שרייב איך דא.

נעכטן זענען טויזענטער קינדער געווען אין א וואטער פארק, און מיין הארץ איז מיר אויסגעגאנגן ביז זיי זענען אהיים געקומען שפעט אויף דער נאכט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:18 pm

קוק, עס איז באמת אזוי שווער דאס צו זאגן נאך א טראגעדיע, אבער, עס ציפט אזוי דאס הארצן אז נאר. זאל יעדער וויסן. אריינשטעלן א פוס אין וואסער, סיי אן ערוואקסענער, סיי א קינד, אן א לייף וועסט, איז א זיכערער טויט, א מענטש האט נישט וואס צו זוכן אין א נעטשרול באדי אוו וואטער, א לעיק, ווי אומשולדיג עס קוקט אויס, אן א לייף וועסט, פינטל, פינטל, פינטל. פארוואס טוט דאס נישט הצלה מפרסם זיין, עס איז מיינד-באגלינג. דאס איז אפילו געזאגט ביי גוים, כל שכן ביי אידן, וועלכע זענען בכלל נישט געוואוינט זיך צו פארמעסטן מיט וואסער.

איך בין אמאל געפארן מיט מיין בחור'ל אויף א דזשעט-סקי, מיר זענען ביידע אריינגעפלויגן אין וואסער אריין. אן קיין לייף וועסטס, וויל איך נישט זאגן וואס וואלט פאסירט. מיט א לייף וועסט, גארנישט.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:22 pm

ווען דער אינגל פון בארא פארק איז דערטראנקן געווארן רח"ל האבן זיך מערערע דא אנגערופן אז ביי זיי האט עס כמעט פאסירט. וואלט געווען א גוטע זאך אז איינער זאל צוזאם נעמען די אלע תגובות אין איין אשכול און זאל מען זען די פאקטן און ווי גרויס איז די סכנה.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:23 pm

און ביי דע וועי, א דזשעט-סקי איז א סכנה סתם אזוי. איך גיי נישט נאכאמאל, פינטל. זיך גענוג געלאזט פון די חברה

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:26 pm

איך האב אלס אינגל אין קעמפ כמעט געפלעטערט דער קאפ (פון א דייוו) אין סווימינג פול (געכאפט א שטארקע זעץ אפשר אפילו א קאנקאשן). קיינער האט נישט געוויסט דערפון, אפשר בין איך גאר בארירט געווארן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:30 pm

זארג נישט האט געשריבן:איך האב אלס אינגל אין קעמפ כמעט געפלעטערט דער קאפ (פון א דייוו) אין סווימינג פול (געכאפט א שטארקע זעץ אפשר אפילו א קאנקאשען). קיינער האט נישט געוויסט דערפון, אפשר בין איך גאר בארירט געווארן.

אויב נאר דו ווייסט דערפון - ביסטו נישט בארירט געווארן.
ווען וואלסט בארירט געווארן ל"ע - וואלט יעדער געוויסט דערפון נאר נישט דו...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:06 pm

זארג נישט האט געשריבן:איך האב אלס אינגל אין קעמפ כמעט געפלעטערט דער קאפ (פון א דייוו) אין סווימינג פול (געכאפט א שטארקע זעץ אפשר אפילו א קאנקאשן). קיינער האט נישט געוויסט דערפון, אפשר בין איך גאר בארירט געווארן.

קען זיין אז יערער ווייסט אז דו ביסט בארירט, איינער וואס דארף הילף זאגט מען נישט יענעם אין פנים מען דילט מיטן חורבן...
"דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער [די עשירים וועלן] נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט". (ר' יואל פעלזן)

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:10 pm

אור האט געשריבן:MONROE: Satmar Rebbe (Mhr"a) instructed Kiryas Yoel Cheder to cancel a trip to Zoom Flume Water Park tomorrow following recent water-related tragedies


במחנה רב טוב קוטשערס איז מען געגאנגען די וואך אויף א טריפ אין וואסער פארק

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

נייעס און דעבאטעס איבער וואסער פארק'ס

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:29 pm

איך עפן דעם אשכול ווייל איך ווער נערוועז צו זען ווי דער בד"ה אשכול וואקסט אויף הייוון, און נאכן אריין גיין זע איך סך הכל אז מ'טענה'ט זיך נאך אלס איבער גיין צו וואסער פארקס.

איך וויל בעטן מנהלים אריבער צו פירן די גאנצע שמועס פון דארט, אהער.
לעצט פאראכטן דורך שפיגליצקי אום מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:31 pm

מהר"א האט געהייסן אפרופן א טריפ צו זאם פלאם וואס האט געדארפט פארקומען מארגן אין בית רחל ק"י, צוליב די לעצטיגע טראגעדיעס ה"י.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:41 pm

זארג נישט האט געשריבן:איך האב אלס אינגל אין קעמפ כמעט געפלעטערט דער קאפ (פון א דייוו) אין סווימינג פול (געכאפט א שטארקע זעץ אפשר אפילו א קאנקאשן). קיינער האט נישט געוויסט דערפון, אפשר בין איך גאר בארירט געווארן.

הייסט דו ווילסט באשולדיגן דעם זעץ אין פול פאר דיין בארירונג. נאופ, פון איין זעץ קוקט מען נאכנישט אזוי אויס...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:43 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:מהר"א האט געהייסן אפרופן א טריפ צו זאם פלאם וואס האט געדארפט פארקומען מארגן אין בית רחל ק"י, צוליב די לעצטיגע טראגעדיעס ה"י.


מען האט געקענסעלט צוויי עקסטערע טריפס פון מארגען, איינס פון "זאם-פלאם" כיתה ט, און צווייטע מחנה בית רחל טויזענט מיידלעך קיין מאנטוען קריק.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:58 pm

עס איז וויכטיג צו קענטעניס נעמען, אז אפילו איינער האלט אז ער קען שווימען, איז דאס בלויז אין א סווימינג פול. עס מיינט נאך נישט אז מען קען באמת גוט שווימען על כל צרה שלא תבוא. מען דארף זיין א גאר פראפעסיאנאלער שווימער זיך צו קענען דערהאלטן אין א פליסיגע טייך אן א לייף וועסט.

אין א וואסער פארק פלעגט מען למעשה נישט לאזן די קינדער גיין אויף די מאסיווע ריידס, בלויז אויף די מונדליכע. א קינד איז צו קליין צו באגרייפן וואס מען דארף ערווארטן ווען מען לאנדעט צומישטערהייט אין א מאסיווע שלויך וואסער.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

dinrap
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:56 pm

[/quote]
אויב נאר דו ווייסט דערפון - ביסטו נישט בארירט געווארן.
ווען וואלסט בארירט געווארן ל"ע - וואלט יעדער געוויסט דערפון נאר נישט דו...[/quote]
;l;p- ;l;p- ;l;p-


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dinrap, police, private, אמביציע, בלינצע, ברוך, משה צימערינג, קאפ און אקסל און 46 געסט