פעטיציע: ריפאבליקאנער פארטיי פארזיצער פון ראקלענד זאל רעזיגנירן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:37 pm

אזוי ווי עס איז יעצט איז עס ממש סכנת נפשות. די חברה דארט זעהן אז קוים 800 מענטשן האבן גענומען די מיה אונטערצושרייבן.
שטעל זיך פאר ווען עס קומט אריין 350,000 אונטערשריפטן. וואלט דאס געווען א מעסעדזש אז אנטיסעמיטיזם איז נישט קיין אפציע. איצט איז גארנישט אזוי פשוט.
רבותי, טוט א מצוה און פארשפרייט דורך אלע אייערע אקאונטס.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:42 pm

איך ווייס נישט צו דא קומט אריין התגרות באומות

אבער אביסל סענס מעג יא אריינקומען
אין מיינע קורצע מעמארי געדענק איך נישט א פעטיציע זאל עפעס אויפטון (אויסער מאכן נויז פארשטייט זיך), דאס גאנצע רעיון פון פעטיציעס איז פשוט צו ווייזן שטאלץ, להוי ידוע, עס איז דא סאך מער אנטיסעמיטן ווי דו מיינסט, מאך נישט קיין נויז ווייל ער קען בעסער, אויב האלט מען אז א געוויסער אפישעל דארף אפטרעטן, פרוביר צו ארבעטן שטיל הונטער די קוליסן, אזוי האסטו פיל מער שאנסן אויפצוטון

והאמת אגיד, אז אפילו די פעטיציע פון פערלס, האב איך נישט אנגעהויבן צו פארשטיין (אונטערגעשריבן האמיר, אויפן רוף פון רבני העדה) ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז ר' אהרן בנציון ווידער זאל האבן געזאגט אויף קול מבשר, אז בעצם לאגיש האט די פעטיציע דרייוו נישט קיין גרויסע געוויכט, נאר היות די רשעים פירן אן זייער אייגענע דרייוו, מוז מען ווייזן פאר די פאליטישענס אז אונז שלאף מיר נישט און די זאכן גייען בנפשנו, ווייל ח"ו אויב קומט אריין מער פעטיציעס פון די רשעים, קען עס האבן א שעדליכע עפעקט

די ריכטיגע וועג פון שתדלנות איז לא ברוח ולא ברעש ולא באש, נאר אלס בהסתר בתוך הסתר

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 4:06 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:אזוי ווי עס איז יעצט איז עס ממש סכנת נפשות. די חברה דארט זעהן אז קוים 800 מענטשן האבן גענומען די מיה אונטערצושרייבן.
שטעל זיך פאר ווען עס קומט אריין 350,000 אונטערשריפטן. וואלט דאס געווען א מעסעדזש אז אנטיסעמיטיזם איז נישט קיין אפציע. איצט איז גארנישט אזוי פשוט.
רבותי, טוט א מצוה און פארשפרייט דורך אלע אייערע אקאונטס.

for the sake of knowledge
א ריזן ציבור (וואס האלט גראדע אז די קליפ איז אנטיסימיטיש) קוקט אן דעם שריט אלץ טאטאלע סטאָפּידיטי.
איך האב נישט געשריבן וואס איך האלט, במילא גיי איך מיר נישט אריין לאזן אין א ויכוח איברן נושא, בלויז געמאלדן די נייעס

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 6:19 pm

יוד אלף האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:אזוי ווי עס איז יעצט איז עס ממש סכנת נפשות. די חברה דארט זעהן אז קוים 800 מענטשן האבן גענומען די מיה אונטערצושרייבן.
שטעל זיך פאר ווען עס קומט אריין 350,000 אונטערשריפטן. וואלט דאס געווען א מעסעדזש אז אנטיסעמיטיזם איז נישט קיין אפציע. איצט איז גארנישט אזוי פשוט.
רבותי, טוט א מצוה און פארשפרייט דורך אלע אייערע אקאונטס.

for the sake of knowledge
א ריזן ציבור (וואס האלט גראדע אז די קליפ איז אנטיסימיטיש) קוקט אן דעם שריט אלץ טאטאלע סטאָפּידיטי.
איך האב נישט געשריבן וואס איך האלט, במילא גיי איך מיר נישט אריין לאזן אין א ויכוח איברן נושא, בלויז געמאלדן די נייעס

ברענג עס ביטע . אויב ס'איז אייך נישט קיין טירחא
mi a nagy ügy

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 6:24 pm

אין כל חדש האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דא קומט אריין התגרות באומות

אבער אביסל סענס מעג יא אריינקומען
אין מיינע קורצע מעמארי געדענק איך נישט א פעטיציע זאל עפעס אויפטון (אויסער מאכן נויז פארשטייט זיך), דאס גאנצע רעיון פון פעטיציעס איז פשוט צו ווייזן שטאלץ, להוי ידוע, עס איז דא סאך מער אנטיסעמיטן ווי דו מיינסט, מאך נישט קיין נויז ווייל ער קען בעסער, אויב האלט מען אז א געוויסער אפישעל דארף אפטרעטן, פרוביר צו ארבעטן שטיל הונטער די קוליסן, אזוי האסטו פיל מער שאנסן אויפצוטון

והאמת אגיד, אז אפילו די פעטיציע פון פערלס, האב איך נישט אנגעהויבן צו פארשטיין (אונטערגעשריבן האמיר, אויפן רוף פון רבני העדה) ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז ר' אהרן בנציון ווידער זאל האבן געזאגט אויף קול מבשר, אז בעצם לאגיש האט די פעטיציע דרייוו נישט קיין גרויסע געוויכט, נאר היות די רשעים פירן אן זייער אייגענע דרייוו, מוז מען ווייזן פאר די פאליטישענס אז אונז שלאף מיר נישט און די זאכן גייען בנפשנו, ווייל ח"ו אויב קומט אריין מער פעטיציעס פון די רשעים, קען עס האבן א שעדליכע עפעקט

די ריכטיגע וועג פון שתדלנות איז לא ברוח ולא ברעש ולא באש, נאר אלס בהסתר בתוך הסתר

דו רעדסטס פון די comments פאר די board of regents? דאס איז נישט געווען קיין petition נאר דאס איז די official procedure צו מאכן נייע rules. עס וואלט נישט געווען קיין סיבה נישט מודיע צו זיין אז אזויפיל מענטשן זענען דערגעגן און עס וועט אפעקטירן זייער לעבנסשטייגער. דאס איז דער אפיציעלער וועג וויאזוי מען איז מודיע פאר די regents וואס עס טוט זיך on the ground .
וואס פארשטייסטו נישט?
mi a nagy ügy

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 6:44 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:

זאת ועוד, אז יאפעד שרייט (אין געריכט און אין די געזעץ הייזער) אז די עולם איז מיט אים נאר זיי האבן מורא פון די רבנים. אזא פעטישאן איז מודיע אז ניין, מיר שטיצן פולשטענדיג אונזער חינוך.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:06 pm

די רעיון איז אזוי
א יעדער גוי און אוודאי די פאליטישענס ווייסן גאנץ גוט, אז דער אידישער קאמיוניטי איז זייער יונייטעד, און א רוף פון זייערע פירערס וועט ווערן געענטפערט דורך הונדערטע טויזענטע מענטשן, לענינינו, ווען דער ליבעראלער עדזשיוקעישאן באורד האלט אז ביי אונז אידן באקומט מען נישט די עדזשיוקעישאן וואס זיין פארקרומטער מושחתדיגער מיינונג זאגט אים ווייסט ער זייער גוט, אז די אידישע פירערס קענען אפילו ארויסשלעפן א 100 טויזענט מענטשן פאר א דעמאנסטראציע אין 100 דעגרי זומערדיגן נאכמיטאג, אבער אטא דאס קען גאר זיין א חלק פון וואס ער וויל צוברעכן, זייטס נישט אזא פארמאכטע קאמיוניטי
איך זאג נישט אז עס איז אזוי, אבער פעטיציעס און דעמאנסטראציעס זאגט אים גארנישט אנדערש פון וואס ער ווייסט לכתחלה, איי זאגסטו אז יאפעד שר"י טענה'ט אז דער עולם האט מורא פון די פירערשאפט, נו קען ער דאך אוועקמאכן אלע פעטיציעס אז דאס קומט נאר צוליב אט די זעלבע מורא

איי וואס איז יא די מהלך? זיך אראפזעצן מיט זיי און אזוי אויך אויסאיבן פרעשור פון אינטער טירלעך,

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:10 pm

ווען דער פלארידע גאווערנאר האט נישט געוואלט קאממיוטן די סענטענס פון מארטי גראסמאן, האט גארנישט אויסגעמאכט אז דער גאנצער חרדישער ציבור האט זיי אראפגעדרייט די קאפ מיט טעלעפאנען רופן, ער האט בפשטות געוויסט אז עס איז ס"ה איין קאמיוניטי וואס רודערט
און די ליסטע מיט ענליכע פעלער איז לאנג, און די מערסטע וואס איז מיר געבליבן אין די ביינער איז לכאורה ווען דער רשע טשארלס היינס האט זיך גענומען פאר א ציל צו באשמוצן דעם וויליאמסבורגער ציבור, וואס די אלע זיך ארויסשטעלן מיט טויזענטער מענטשן האט זילטש אויפגעטון

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:13 pm

אין כל חדש האט געשריבן:די רעיון איז אזוי
א יעדער גוי און אוודאי די פאליטישענס ווייסן גאנץ גוט, אז דער אידישער קאמיוניטי איז זייער יונייטעד, און א רוף פון זייערע פירערס וועט ווערן געענטפערט דורך הונדערטע טויזענטע מענטשן, לענינינו, ווען דער ליבעראלער עדזשיוקעישאן באורד האלט אז ביי אונז אידן באקומט מען נישט די עדזשיוקעישאן וואס זיין פארקרומטער מושחתדיגער מיינונג זאגט אים ווייסט ער זייער גוט, אז די אידישע פירערס קענען אפילו ארויסשלעפן א 100 טויזענט מענטשן פאר א דעמאנסטראציע אין 100 דעגרי זומערדיגן נאכמיטאג, אבער אטא דאס קען גאר זיין א חלק פון וואס ער וויל צוברעכן, זייטס נישט אזא פארמאכטע קאמיוניטי
איך זאג נישט אז עס איז אזוי, אבער פעטיציעס און דעמאנסטראציעס זאגט אים גארנישט אנדערש פון וואס ער ווייסט לכתחלה, איי זאגסטו אז יאפעד שר"י טענה'ט אז דער עולם האט מורא פון די פירערשאפט, נו קען ער דאך אוועקמאכן אלע פעטיציעס אז דאס קומט נאר צוליב אט די זעלבע מורא

איי וואס איז יא די מהלך? זיך אראפזעצן מיט זיי און אזוי אויך אויסאיבן פרעשור פון אינטער טירלעך,

איר פארשטייט נישט די נושא. די געזעץ איז אז פאר מען פירט איין פרישע רעגולאציעס מוז מען געבן א צייט פאר די פאבליק צו קאמענטן, און מען דארף די קאמענטס נעמען אין באטראכט (נישט אז מען דארף עס פאלגן, אבער מען דארף זיך רעכענען דערמיט). ווען די קאמישענער האט איינגעפירט רעגולאציעס אן געבן די צייט צו קאמענטירן האט עס די געריכט ארויסגעווארפן נאר דערפאר - ווייל זי האט נישט געגענן קיין צייט צו קאמענטירן. דעריבער האט מען ארויסגעלייגט פון פריש רעגולאציעס, און דאס מאל האט מען געגעבן צייט צו קאמענטירן. איז אויב קומט אריין פינף הונדערט קאמענטס, איז סיי די קאורט א חוזק, סיי די מערכה איז חוזק, און סיי דו האסט פארלוירן א מעגליכע וואפן (צו קענען טענה'ן אין געריכט אז מען האט זיך בכלל נישט גערעכנט מיט די קאמענטס פון הונדערט טויזנט באטראפענע). די קאמענטס איז א טייל פון די פראצעדור, און דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם אשכול אדער מיט מארטין גראסמאן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:24 pm

דו האלטסט טאקע אז ביי א רענדאם רעזולוציע ווען מען גיט צייט צו קאמענטירן פליסן אריין קאמענטס פון די אפאזישען אויף אזא רעיט ווי ביי אונז?
איך ווייס נישט וואס די טענות אין געריכט זענען געווען, אבער איך זע נישט פארוואס 100,000 קאמענטס פון איין קאמיוניטי וואס איז באקאנט צו זיין יונייטעד, וועט באאיינדרוקן די אפישעלס, זאגסטו, אויב נישט איז עס א חוזק, זע איך אויך נישט פארוואס, נארמאלערהייט לאמיר זאגן אויב א מיליאן מענטשן זענען קעגן עפעס וועלן 10,000 קאמענטן, דא אויב 100,000 זענען קעגן די רעגולאציעס וועלן 1,000 מענטשן קאמענטן, עס איז זייער נארמאל אז נאר 1-2% קאמענט

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:27 pm

דו האסט געפייט די רעגולעישאנס אין געריכט מיט די טענה אז מען האט נישט געלאזט די פאבליק קאמענטן. מען מאכט עס איבער און מען לאזט זיי יא קאמענטן, און עס קומט אריין צען טויזנט קאמענטס דערקעגן און הונדערט טויזנט קאמענטס דערפאר. וועלכע ווארט וואלט בעסער דעסקרייבד די מצב ווי חוזק?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:25 pm

אין כל חדש האט געשריבן:דו האלטסט טאקע אז ביי א רענדאם רעזולוציע ווען מען גיט צייט צו קאמענטירן פליסן אריין קאמענטס פון די אפאזישען אויף אזא רעיט ווי ביי אונז?
איך ווייס נישט וואס די טענות אין געריכט זענען געווען, אבער איך זע נישט פארוואס 100,000 קאמענטס פון איין קאמיוניטי וואס איז באקאנט צו זיין יונייטעד, וועט באאיינדרוקן די אפישעלס, זאגסטו, אויב נישט איז עס א חוזק, זע איך אויך נישט פארוואס, נארמאלערהייט לאמיר זאגן אויב א מיליאן מענטשן זענען קעגן עפעס וועלן 10,000 קאמענטן, דא אויב 100,000 זענען קעגן די רעגולאציעס וועלן 1,000 מענטשן קאמענטן, עס איז זייער נארמאל אז נאר 1-2% קאמענט

דרך אגב, די comments זענען אריינגעקומען פון מערערע אידישע communities, און להבדיל פילע גוי'ישע communities. און הגם דער יסוד הענין קומט פון יאפפעד אנטקעגן די היימישע אידן, זענען זייער אסאך גוי'ישע פרייוועט סקולס -און די עלטערן וואס שיקן אהין - קעגן די נייע גיידליינס .
עס איז לכ' גאנץ פשוט אז נישט צו קאמענטירן מאכט זיכער נישט קיין סענס. צו וואס זאל מען זיין שטיל ווען די זאך איז לכתחילה אויסגעשטעלט צו הערן דעם עולם'ס מיינונג?
צו וועט עס אויפטון? אויף דעם האפן מיר צום רבוש''ע.
mi a nagy ügy

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:09 pm

פומפדותא האט געשריבן:האלט שוין ביי איבער 600 חתימות אין דריי טעג, ביטע נעמט אראפ א מינוט צו אונטערשרייבן און ארום שיקן צו באקאנטע, די גאול דארף זיין צו דערגרייכן 20,000.

בושות - אינגאנצן 821 חתימות.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:10 pm

צוריק צום ענין, איך וויל נישט אנהייבן קאמפערן די פעטיציע צו גראסמאן אדער צו די גזירות החינוך, ווייל איך האב געהאט א מגיד שיעור וואס פלעגט מיר זאגן, ווען דו פרעגסט א קשיא לייג נישט נישט צו א משל ווייל דערנאך מוז איך פארענטפערן דיין משל אויך, לענייני די וואס וואס פרעגן וואס די פעטיציע וועט אויפטוהן דאס קען מען נאך ענטפערן, אבער פארוואס געוויסע פעטיציע האט יא אדער נישט אויפגעטוהן זאלסטו פרעגן ביי יענע אשכול נישט מאכן קיין פעראלעל צו דא.

דאס איז קלאר אז די ווידיאו איז געוועהן א אנטיסעמיטישע זאך, ווייל אפילו דער גוי האט אויך אזוי פארשטאנען, און די איינציגע סיבה פארוואס זיי האבן אראפ גענומען די ווידיאו איז ווייל עס איז אנטיסעמיטיש ווייל ווען נישט לאזן זיי עס.

מען דארף נעמען אין באטראכט אז ער האט דאס געטוהן אין נאמען פון די ריפאבליקאנער פארטיי, די נאצינאלע ריפאבליקאנער פארטיי איז נישט אינטערסירט אז דאס זאל ווערן צוגעשריבן צו זייער פעקל און קען נאך ברענגען קאפוויי ביי די יעצטיגע אדער אין די 2020 וואלן, ליבערשט וועל זיי איהם שיקן ליפטערן.

די פעטיציע קען אויפטוהן איינס פון די צוויי זאכן: 1) דער פארזיצער גייט רעזיגנירן 2) ער גייט נישט רעזיגנירן אבער ער גייט האבן אזויפיל קאפוויי דערפון אז עס וועט זיין א לעקציע אז מער טוהט מען דאס נישט.

אזוי אויך דארף מען וויסן אז דאס איז נישט געוועהן א איינצעלע ווידיאו, נאר דא גייט שוין אריין חדשים פלאנירונג דארך די גרעסטע קעפ אויף א מעכטיג אפשרעקינג קאמפיין, און די קאמפיין איז נאכנישט פארטיג.
די פלאן איז געוועהן אז מען גייט ארויסשטעלן די ווידיאו וואס גייט אנמאכן א שטורעם, א טאג דערנאך האט געדארפט פארקומען א פרעסע קאנפרענס פון עלעקטעד אפישעלס און א האוזינג טעסק פארס צו פארהאלטן די סטעיט אז אין רעמעפאו אינפארסירט מען נישט די געזעצן און די סטעיט זאל אריינקומען און איבערנעמען די זאך, אויב דאס וואלט געלונגען וואלטן זיי געשריגן ענק זעהן אפילו די סטעיט איז מודה אז מען דארף מאכן ארדענונג, אויב וואלט עס נישט געלונגען וואלט מען געהעצט ווייטער אז די סטעיט איז אונטערגעקויפט ביי די רעמעפאן בלאקוואוט (ליין: חסידים), דערנאך האט מען געדארפט ארויסשיקן מעילינגס מיט אנשרעקונגס (א גרויס חלק איז שוין אין פאסט אפיס), אזוי האט די קאמפיין געדארפט אנהיצן אונזער שכינים מער און מער ביז די טאג פון די עלעקשאנס.

יעצט, אויב וועלן מיר אנהאלטן די דרוק אויף זיי, איז מעגליך אז זיי וועלן קענסלען די קאמפיין, און אפילו אויב זיי וועלן עס נישט קענסלען וועט עס האבן א זויערן טעם אין מויל ווייל אונזערע שכינים וועלן פארשטיין אז מען זארגט זיך נישט פאר זייער וואוילזיין נאר עס איז א ריינע אנטיסעמיטישע קאמפיין.

דעריבער איז וויכטיג אז יעדער זאל אונטערשרייבן די פעטיציע, און דאס ארום שיקן צו אלע באקאנטע.

סקאראמוטשי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:22 pm

די הבנה פון די שכנים ווענדט זיך אין די צאל פעטיציאנערן?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 12:52 am

ניין, אבער די אמאונט פרעשור psi וואס די דרוק אנהאלט ווענדט זיך יא דערין, לכה''פ טיילווייז.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:14 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:האלט שוין ביי איבער 600 חתימות אין דריי טעג, ביטע נעמט אראפ א מינוט צו אונטערשרייבן און ארום שיקן צו באקאנטע, די גאול דארף זיין צו דערגרייכן 20,000.

בושות - אינגאנצן 821 חתימות.

Reverse psychology?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22980
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:52 am

אויב מעג איך פרעגן, איז די פעטיציע גע'בעקט דורך עסקנים וואס איך קען? אדער סתם אפאר היץ - קעפ?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 3:52 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:קומט רבותי אלע אין איינעם אריין אין געטא, דאן אויף די באנען קיין ... שוין.
עס איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן פון א גוי.
און אויב א גוי איז א רשע א אנטיסעמיט מעג איך שרייען הויעך בקול רם אויף אים.
זאל מיר איינער ווייזן אין איין ספר וואו עס שטייט אז ווען א גוי שלאגט א ייד אדער איז אים מצער אז מ'טאר אים נישט צוריקשרייען אדער צוריקשלאגן.
נייע תורה פון תשע"ה.

ר' יום טוב האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מאכן א פעטישן אדער סיי וועלכע וויי געשריי איז די בעסטע צוגאנג, אבער התגרות באומות קומט נישט אריין דא.

איך וואלט געראטן צו מאכן א באזונדערע אשכול ווי מען זאל דעבאטירן די פאלש אדאפטירטע התגרות פילאזאפיע למיניהם, און דא לאזן בלויז פאר די נייעס פון די דאזיגע פעטיציע.

פאר די אלע וואס קענען נישט פארשטיין פון וואו עס קומט די נייע תורה פון התגרות באומות, וואלט איך געראטן דורכצוליינען פרק ז' פון קונטרס עיקבתא דמשיחא פון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד, עס איז דא צו לעזן אויף אונזער וועלטעל:
viewtopic.php?p=232105#p232105

נאכן אדורכליינען קען מען ווייטער דיסקוסירן אויב איז עס יא התגרות באומות אדער נישט, און צו דאס איז דער ריכטיגער וועג זיך צו פירן, און פון וועלכע יאר די תורה קומט.

אוועטאר
מארבלס
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 31, 2019 11:24 am

תגובהדורך מארבלס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:10 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:
פאר די אלע וואס קענען נישט פארשטיין פון וואו עס קומט די נייע תורה פון התגרות באומות, וואלט איך געראטן דורכצוליינען פרק ז' פון קונטרס עיקבתא דמשיחא פון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד, עס איז דא צו לעזן אויף אונזער וועלטעל:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 05#p232105

נאכן אדורכליינען קען מען ווייטער דיסקוסירן אויב איז עס יא התגרות באומות אדער נישט, און צו דאס איז דער ריכטיגער וועג זיך צו פירן, און פון וועלכע יאר די תורה קומט.

WOW
זיך גענומען די מי עס דורכצוליינען (געדויערט גאנצע צוויי מינוט), איך בין נתפעל... אזוי קלאר צולייגט די גאנצע נושא, געענטפערט אויף אלע טענות ווי כאילו ער האט דא געליינט...
איך מיין אז ווער ס'זעט דאס האט שוין מער נישט קיין שום קשיות.
ביזדערווייל טראכט איך נאך פון עפעס אן אינטערשריפט

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 10:30 pm

איך זע נישט קיין סיבה צו שטיצען די פעטיציע, יא דא סיבות נישט צו שטיצען, די פעטיציע איז בכלל נישט אויסגעהאלטען פון א פאליטישען און מידיא ווינקל, טעות מיסודו.

איך וואלט געפענט א נייע פעטיציע אז מען זאל אראפנעמען די פעטעציע.

אוועטאר
מארבלס
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 31, 2019 11:24 am

תגובהדורך מארבלס » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:00 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:קומט רבותי אלע אין איינעם אריין אין געטא, דאן אויף די באנען קיין ... שוין.
עס איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן פון א גוי.
און אויב א גוי איז א רשע א אנטיסעמיט מעג איך שרייען הויעך בקול רם אויף אים.
זאל מיר איינער ווייזן אין איין ספר וואו עס שטייט אז ווען א גוי שלאגט א ייד אדער איז אים מצער אז מ'טאר אים נישט צוריקשרייען אדער צוריקשלאגן.
נייע תורה פון תשע"ה.

דו קענסט אביסל היסטאריע?
ווען היטלער ימ"ש האט אנגעהויבן צו רודפ'ן די אידן (נאך עטליכע יאר פאר די מלחמה, ווען ער האט געטון איין זאך אויפאמאל און געווארט צו זען די וועלט'ס רעאקציע דערצו), איז געווען צוויי מעשיות וואו אידן האבן פרובירט 'אים צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן':
1) די ציונים אין אמעריקע האבן אויסגערופן א באיקאט קעגן דייטשלאנד. ווען דער שד ימ"ש האט געהערט דערפון, האט ער אנגעהויבן שרייען און שעלטן בזה הלשון, "איך וועל זיי אויסקוילן ווי די אינדן פון פעלד!"
די באיקאט וואס האט אים געזאלט 'ווייזן' האט צורייצט זיין כעס און ליידער געמאכט דעם מצב פיל ערגער.
2) ווען מען האט פארטריבן הונדערטער טשעכישע (אדער אונגארישע? איך בין נישט זיכער) אידן קיין פוילן וואו זיי זענען נעבעך געבליבן שטעקן צווישן די גרעניצן אונטער'ן פרייען הימל, האט איין בחור באשלאסן 'צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן' און דערשאסן א נאצי צום טויט.
האבן זיך די רשעים דערשראקן פון זיין 'מעכטיגע שטארקייט'? פונקט פארקערט, זיי האבן זיך מחי' געווען דערמיט! דאס איז אויסגענוצט געווארן צום מאקסימום אלץ א תירוץ צו פארברענען הונדערטער אידישע שולן און פייניגן הונדערטער אידן ביי קריסטאלנאכט.

און אויב מיט די געטאס און די באנען מיינסטו דאס וואס רבי מיכאל בער זצ"ל האט געשריגן מ'זאל זיך קעגנשטעלן, איז זיין עצה נישט געווען צוריקצושלאגן און נישט שרייען בקול רם, נאר איין זאך: אנטלויפן און זיך באהאלטן.

לאמיר זיך לערנען פון היסטאריע, ווייל היסטאריע חזר'ט זיך איבער.
ביזדערווייל טראכט איך נאך פון עפעס אן אינטערשריפט

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:02 pm

אזא סארט פעטיציע מאכט נישט אנטיסמיטיזם קלענער עס מאכט אבער יא דעם גוי מער אויפגערעגט אויפן איד דער גוי האט נישט ליב צו זען דעם איד אים איינטיילן וואס צו טון און ארויסשטעקן די נאז און ווייזן שטארקייט. אפי' דו ביזט גערעכט, קענסט זיין גערעכט ביז מארגן, דער גוי בלייבט א גוי.

ווער עס וויל קען זיך דינגען מיט מיר, אבער דאס איז מיין מיינונג.

---------

@מארבלס האקט שארף און צום פוינט.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:04 pm

איך האב געזעהן די ווידיאו ס'קלאר יא אנטיסעמיטיזם
אבער שילדיג אין דעם איז די אזוי געריפענע עסקנים וואס ארבעטן אן קיין דעת תורה
און זיי זענען וואס מאכן יעצט די פעטישען

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:05 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:קומט רבותי אלע אין איינעם אריין אין געטא, דאן אויף די באנען קיין ... שוין.
עס איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן פון א גוי.
און אויב א גוי איז א רשע א אנטיסעמיט מעג איך שרייען הויעך בקול רם אויף אים.
זאל מיר איינער ווייזן אין איין ספר וואו עס שטייט אז ווען א גוי שלאגט א ייד אדער איז אים מצער אז מ'טאר אים נישט צוריקשרייען אדער צוריקשלאגן.
נייע תורה פון תשע"ה.

ר' יום טוב האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מאכן א פעטישן אדער סיי וועלכע וויי געשריי איז די בעסטע צוגאנג, אבער התגרות באומות קומט נישט אריין דא.

איך וואלט געראטן צו מאכן א באזונדערע אשכול ווי מען זאל דעבאטירן די פאלש אדאפטירטע התגרות פילאזאפיע למיניהם, און דא לאזן בלויז פאר די נייעס פון די דאזיגע פעטיציע.

פאר די אלע וואס קענען נישט פארשטיין פון וואו עס קומט די נייע תורה פון התגרות באומות, וואלט איך געראטן דורכצוליינען פרק ז' פון קונטרס עיקבתא דמשיחא פון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד, עס איז דא צו לעזן אויף אונזער וועלטעל:
viewtopic.php?p=232105#p232105

נאכן אדורכליינען קען מען ווייטער דיסקוסירן אויב איז עס יא התגרות באומות אדער נישט, און צו דאס איז דער ריכטיגער וועג זיך צו פירן, און פון וועלכע יאר די תורה קומט.

די סוגיא פון התגרות באומות האב איך נישט אדארך געטוהן, איך ווייס אבער אז עס איז געוועהן א גדול בישראל וואס איז געוועהן אויסגעקאכט אין די סוגיא, דער גדול איז געוועהן דער סאטמאר רב זצוק"ל, און לאמיר זעהן מעשה רב וואס דער סאטמאר רב האט געטוהן.

ווען דער סאטמאר רב האט מחליט געוועהן אז ער וויל בויען א אידישען ישוב אין ארענזש קאונטי האט יעדער געוואוסט אז די גוים דארט זענען וויסטע אנטיסעמיטן און טראץ דעם האט ער דארט באשלאסן צו בויען זיין שטעטל.

נאכמער די שליחים פון סאטמאר רב האבן זיך פארשטעלט וואו גוים ביים קויפן און איינגעבן פאר די פערמיטן.

ווען די די אנטיסעמיטישע שכינים האבן אפגעטיילט צרות אונטער דעם נאמען פון זאונינג האט סאטמאר געהייסן מען זאל מאכן א אייגענע וויליזש.

ווען די גוישע שכינים האבן געשטערט צו מאכן דעם וויליזש האט דער סאטמאר רב געהייסן אז מען זאל נעמען די גוישע שכינים אין קאורט.

צום שליסונג אויב דו נעמסט אן הרה"ג ר' משה בער בעק'ס ווערסיע וואס עס מיינט התגרות באומות דעמאלסט הייב איך הענט.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט