פעטיציע: ריפאבליקאנער פארטיי פארזיצער פון ראקלענד זאל רעזיגנירן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4967
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:07 pm

געהערט די צוויי אינטערוויאס אויף קולמא וועגן די מצב ארום מאנסי
ס'איז שרעקליך שרעקליך.... כ'ווייס נישט צו פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען די מצב ערגער ווי יעצט...
די דייטשן לייען די שטורמער און אלע אנדערע צייטונגען האבן געשאסן און געשריבן די זעלבע וואס די היינטיגע סאשויל גרופעס שרייבן.
דער אויבערשטער זאל אונז אלע אפהיטן...
מיר זענען אין גלות......
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:05 pm

בן בוזי האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
און בדוו איך האב גענוג גערעדט מיט אלטע אידן, און איך האב קיינמאל נישט געזען זיי זאלן זיך שעמען מיט עפעס, אויב פארקערט אויף אזא פראגע האבן זיי געקוקט מיט א ביטול מינע, אז דאס אז שטות והבל צו פרעגן אזוינס, קומט אריין א סאלדאט אויפגעריסטעט מיט הייס געווער, און הייסט גיין, וואס הייסט פאלג נישט?, אויב פאלגט ער נישט וואלט ער נישט געקענט שטיין היינט פאר אונז, ופשוט הוא

די טענה איז געווען, מען זאל זיך מער באהאלטן, אנטלויפן,
אבער נישט פאלגן, האט נישט קיין הענט און קיין פיס

דאס ארט איז נישט דא, אבער דאס איז פאלש

איך האב כמה פעמים געהערט פון מיין באבן זז"ג אז אינעם גאנצן געטא ווי זי איז געווען, וואס איז געווען א צענטראלער געטא פאר די גאנצע אומגעגענט מיט טויזענטער מענטשן, איז בסך הכל געווען צוויי צענדליג סאלדאטן

פון וועם מאכסטו חוזק?
וואס פונקטליך וואלט געשען ווען מען וואלט נישט געפאלגט? דער סאלדאט וואלט געשאסן! וואס א חילוק וויפיל סאלדאטן עס איז געווען?
ווילסט זאגן מען וואלט געדארפט דעם סאלדאט אומשעדליך מאכן? וואלטן די דייטשן אפאר שעה דערויף געהאט דארטן הונדערטער אויב נישט טויזנטער חברה און געמאכט אזא בלוט באד אזוי ווי אין ווארשעווער געטא!
די איינציגסטע עצה איז געווען אדער פאלגן אדער אנטלויפן.
עס איז פוסטע נארישקייטן צו זאגן אז מען וואלט זיך געדארפט געגענשטעלן אויף אן ארגאניזירטן אופן.
(עס איז אויך אפיקורסות - ווייל דער פסוק זאגט דאס שוין פאר אין האזינו "איכה ירדוף אחד אלף וכו' אם לא כי צורם מכרם וכו'", און מען קען נישט קיין גזר דין שמים איבערקומען מיט כח)

פתחיה
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

תגובהדורך פתחיה » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:

בכלל נישט אזוי פשוט. אין אונגארן איז דער דייטש געווען שוין כמעט באזיגט, די דייטשן דארטן די אייכמאן קאמאנדא האבן פאר איין זאך מורא געהאט פאר אן ארגאנאזירטן ווידערשטאנד וואס זיי האבן געוואוסט האבן נישט די כוחות צו באקעמפן. איבערדעם האבן זיי געפירט געשפרעכן מיט די קהלה פירער, פרוידיגער קאסטנער און די איבריגע מיט איין תנאי צן בארואיגן דעם עולם און זיכער מאכן יעדער קאאפארירט. דער דייטש האט קלאר נישט געקענט שיסן טויזנטער אין די גאסן ער האט מורא געהאט אז די אונגארישע וועלן עס נישט פארנעמען. איך האב גערעדט מיט אלטע אידן זיי זאגן אז ווען עס דא א פסק יהרג ואל יעבור צו ארויפ אויפן באן וואלטן רוב אונגארישע אידן נאך געלעבט.

הבא להרגך השכם להרגו איז א חיוב און איר זאגט עס איז כפירה.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:43 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
מארבלס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:קומט רבותי אלע אין איינעם אריין אין געטא, דאן אויף די באנען קיין ... שוין.
עס איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן פון א גוי.
און אויב א גוי איז א רשע א אנטיסעמיט מעג איך שרייען הויעך בקול רם אויף אים.
זאל מיר איינער ווייזן אין איין ספר וואו עס שטייט אז ווען א גוי שלאגט א ייד אדער איז אים מצער אז מ'טאר אים נישט צוריקשרייען אדער צוריקשלאגן.
נייע תורה פון תשע"ה.

דו קענסט אביסל היסטאריע?
ווען היטלער ימ"ש האט אנגעהויבן צו רודפ'ן די אידן (נאך עטליכע יאר פאר די מלחמה, ווען ער האט געטון איין זאך אויפאמאל און געווארט צו זען די וועלט'ס רעאקציע דערצו), איז געווען צוויי מעשיות וואו אידן האבן פרובירט 'אים צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן':
1) די ציונים אין אמעריקע האבן אויסגערופן א באיקאט קעגן דייטשלאנד. ווען דער שד ימ"ש האט געהערט דערפון, האט ער אנגעהויבן שרייען און שעלטן בזה הלשון, "איך וועל זיי אויסקוילן ווי די אינדן פון פעלד!"
די באיקאט וואס האט אים געזאלט 'ווייזן' האט צורייצט זיין כעס און ליידער געמאכט דעם מצב פיל ערגער.
2) ווען מען האט פארטריבן הונדערטער טשעכישע (אדער אונגארישע? איך בין נישט זיכער) אידן קיין פוילן וואו זיי זענען נעבעך געבליבן שטעקן צווישן די גרעניצן אונטער'ן פרייען הימל, האט איין בחור באשלאסן 'צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן' און דערשאסן א נאצי צום טויט.
האבן זיך די רשעים דערשראקן פון זיין 'מעכטיגע שטארקייט'? פונקט פארקערט, זיי האבן זיך מחי' געווען דערמיט! דאס איז אויסגענוצט געווארן צום מאקסימום אלץ א תירוץ צו פארברענען הונדערטער אידישע שולן און פייניגן הונדערטער אידן ביי קריסטאלנאכט.

און אויב מיט די געטאס און די באנען מיינסטו דאס וואס רבי מיכאל בער זצ"ל האט געשריגן מ'זאל זיך קעגנשטעלן, איז זיין עצה נישט געווען צוריקצושלאגן און נישט שרייען בקול רם, נאר איין זאך: אנטלויפן און זיך באהאלטן.

לאמיר זיך לערנען פון היסטאריע, ווייל היסטאריע חזר'ט זיך איבער.

#1 וואס דו שרייבסט. נו נו. עס איז א שיינע לעגענדע. אבער אין #2 האסטו געמאכט אזא שיינע היסטארישע לאקשן קוגל אז עס ברענגט צו לאכן ביי איינער וואס קען היסטאריע. קוק נאך אליינס די דאטום'ס וועסטו זעהן די מיקסאפס.

מיין טאטע האט מיר פארציילט פאשידנע עפיזאדן פון "חאפט-אים'ס" אין וומסב"ג. האט איינער ג'האקט אין קאפ התגרות באומות?
דער רבי זי"ע איז געווען בתוקפו, מיט הונדערטער ת"ח פון דערהיים האט איינער געזאגט אז מ'טאר נישט?

לגבי ר' מיכאל בער ווייס איך נישט וואס ער האט יא ג'זאגט און וואס נישט. אבער אז ר' מנחם זעמבא האט ג'פסקנט זיך צו שלאגן מיט געווער ווייס איך יא.
באמת דארף מען נישט קיין היתר. פשוט הבא להורגך וכו'. אין שו"ע ווערט אויך ג'פסקנט לגבי גוים הצרים על עיר.

ר׳ מיכאל בער האט יא גאר שטארק פארפירט דערוועגן אויפן באיקאט אקעגן היטלער ימ״ש ווי ער שרייבט אליינס אין מן המיצר .

אבער און דא קומט דער גרויסער אבער:

דאן ביים באיקאט האבן נאך אידן געוואוינט אין דייטשלאנד ואס זעען געווען מופקר צו היטלער׳ ימ״ש אכזריות און שפעטער ווען זיי האבן געמאכט פראטעסטן זענען אויך ליידער געווען מיליאנען אידען אונטער זיין הערשאפט.
דאס און נאר דאס איז געווען דער אומאחריותדיגער שריט ווי ער שרייבט עס אויך פונקט אזוי קלאר אין מן המיצר
נעמען א האלבער ר׳ מיכאל בער איז אויך א פראבלעם.

אן אריינגיין אין דיטעלס, אויב וועט אויסקומען אז די חברה וועלן געוואונען פארשטייט יעדער אז עס וועט נישט העלפן.
עס איז אבער פארט א ״שטיקל״ חילוק ווען איינער האט מיליאנען אידן אונטער זיך און ער שיסט מענטשן יעדן טאג און די רעגסט עם נאך מער אויף ווי ווען איינער סך הכל גייט טון זאכן וואס ער טוט שוין יעצט כמעט ביי זיין מעקס קעפעסיטי אויף וויפיל ער קען עניוועי

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:51 pm

נו שוין האט געשריבן:
מארבלס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:קומט רבותי אלע אין איינעם אריין אין געטא, דאן אויף די באנען קיין ... שוין.
עס איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן פון א גוי.
און אויב א גוי איז א רשע א אנטיסעמיט מעג איך שרייען הויעך בקול רם אויף אים.
זאל מיר איינער ווייזן אין איין ספר וואו עס שטייט אז ווען א גוי שלאגט א ייד אדער איז אים מצער אז מ'טאר אים נישט צוריקשרייען אדער צוריקשלאגן.
נייע תורה פון תשע"ה.

דו קענסט אביסל היסטאריע?
ווען היטלער ימ"ש האט אנגעהויבן צו רודפ'ן די אידן (נאך עטליכע יאר פאר די מלחמה, ווען ער האט געטון איין זאך אויפאמאל און געווארט צו זען די וועלט'ס רעאקציע דערצו), איז געווען צוויי מעשיות וואו אידן האבן פרובירט 'אים צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן':
1) די ציונים אין אמעריקע האבן אויסגערופן א באיקאט קעגן דייטשלאנד. ווען דער שד ימ"ש האט געהערט דערפון, האט ער אנגעהויבן שרייען און שעלטן בזה הלשון, "איך וועל זיי אויסקוילן ווי די אינדן פון פעלד!"

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול, אבער איך זוך שוין יארן א מקור.

דא האסטו פונעם הקדמה פון מן המיצר
ער שרייבט אז דער באיקאט איז געווען תרצ״ג דהיינו 1933
צוגעלייגטע
Capture.JPG
מן המיצר
Capture.JPG (102.5 KiB) געזעהן 832 מאל

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:52 pm

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:24 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
מארבלס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:קומט רבותי אלע אין איינעם אריין אין געטא, דאן אויף די באנען קיין ... שוין.
עס איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן פון א גוי.
און אויב א גוי איז א רשע א אנטיסעמיט מעג איך שרייען הויעך בקול רם אויף אים.
זאל מיר איינער ווייזן אין איין ספר וואו עס שטייט אז ווען א גוי שלאגט א ייד אדער איז אים מצער אז מ'טאר אים נישט צוריקשרייען אדער צוריקשלאגן.
נייע תורה פון תשע"ה.

דו קענסט אביסל היסטאריע?
ווען היטלער ימ"ש האט אנגעהויבן צו רודפ'ן די אידן (נאך עטליכע יאר פאר די מלחמה, ווען ער האט געטון איין זאך אויפאמאל און געווארט צו זען די וועלט'ס רעאקציע דערצו), איז געווען צוויי מעשיות וואו אידן האבן פרובירט 'אים צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן':
1) די ציונים אין אמעריקע האבן אויסגערופן א באיקאט קעגן דייטשלאנד. ווען דער שד ימ"ש האט געהערט דערפון, האט ער אנגעהויבן שרייען און שעלטן בזה הלשון, "איך וועל זיי אויסקוילן ווי די אינדן פון פעלד!"

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול, אבער איך זוך שוין יארן א מקור.

דא האסטו פונעם הקדמה פון מן המיצר
ער שרייבט אז דער באיקאט איז געווען תרצ״ג דהיינו 1933

ווי ווערט געברענגט אז היטלער ימ"ש האט געזאגט די ווערטער "איך וועל זיי אויסקוילן ווי די אינדן פון פעלד!" ?

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:26 pm

פתחיה האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
און בדוו איך האב גענוג גערעדט מיט אלטע אידן, און איך האב קיינמאל נישט געזען זיי זאלן זיך שעמען מיט עפעס, אויב פארקערט אויף אזא פראגע האבן זיי געקוקט מיט א ביטול מינע, אז דאס אז שטות והבל צו פרעגן אזוינס, קומט אריין א סאלדאט אויפגעריסטעט מיט הייס געווער, און הייסט גיין, וואס הייסט פאלג נישט?, אויב פאלגט ער נישט וואלט ער נישט געקענט שטיין היינט פאר אונז, ופשוט הוא

די טענה איז געווען, מען זאל זיך מער באהאלטן, אנטלויפן,
אבער נישט פאלגן, האט נישט קיין הענט און קיין פיס

דאס ארט איז נישט דא, אבער דאס איז פאלש

איך האב כמה פעמים געהערט פון מיין באבן זז"ג אז אינעם גאנצן געטא ווי זי איז געווען, וואס איז געווען א צענטראלער געטא פאר די גאנצע אומגעגענט מיט טויזענטער מענטשן, איז בסך הכל געווען צוויי צענדליג סאלדאטן

פון וועם מאכסטו חוזק?
וואס פונקטליך וואלט געשען ווען מען וואלט נישט געפאלגט? דער סאלדאט וואלט געשאסן! וואס א חילוק וויפיל סאלדאטן עס איז געווען?
ווילסט זאגן מען וואלט געדארפט דעם סאלדאט אומשעדליך מאכן? וואלטן די דייטשן אפאר שעה דערויף געהאט דארטן הונדערטער אויב נישט טויזנטער חברה און געמאכט אזא בלוט באד אזוי ווי אין ווארשעווער געטא!
די איינציגסטע עצה איז געווען אדער פאלגן אדער אנטלויפן.
עס איז פוסטע נארישקייטן צו זאגן אז מען וואלט זיך געדארפט געגענשטעלן אויף אן ארגאניזירטן אופן.
(עס איז אויך אפיקורסות - ווייל דער פסוק זאגט דאס שוין פאר אין האזינו "איכה ירדוף אחד אלף וכו' אם לא כי צורם מכרם וכו'", און מען קען נישט קיין גזר דין שמים איבערקומען מיט כח)

בכלל נישט אזוי פשוט. אין אונגארן איז דער דייטש געווען שוין כמעט באזיגט, די דייטשן דארטן די אייכמאן קאמאנדא האבן פאר איין זאך מורא געהאט פאר אן ארגאנאזירטן ווידערשטאנד וואס זיי האבן געוואוסט האבן נישט די כוחות צו באקעמפן. איבערדעם האבן זיי געפירט געשפרעכן מיט די קהלה פירער, פרוידיגער קאסטנער און די איבריגע מיט איין תנאי צן בארואיגן דעם עולם און זיכער מאכן יעדער קאאפארירט. דער דייטש האט קלאר נישט געקענט שיסן טויזנטער אין די גאסן ער האט מורא געהאט אז די אונגארישע וועלן עס נישט פארנעמען. איך האב גערעדט מיט אלטע אידן זיי זאגן אז ווען עס דא א פסק יהרג ואל יעבור צו ארויפ אויפן באן וואלטן רוב אונגארישע אידן נאך געלעבט.

הבא להרגך השכם להרגו איז א חיוב און איר זאגט עס איז כפירה.

איך לייקען נישט אז ווען אידן לאזן זיך נישט, וואלט געבליבן מער אידן, עס איז פשוט אז אלס וואלט גענומען סאך לענגער און ביני לביני וואלט דער דייטש געווארן באזיגט
אבער דער קאנצעפט איז אז די ערשטע 100,000 אדער מער וואס וואלטן זיך קעגנשטעלט וואלטן געענדיגט מיט זייער לעבן אויפן ארט, נאר די איבריגע 900,000 אונגארישע אידן וואלטן געקענט בלייבן לעבן
נו גיי זאג פאר א איד, לאז זיך הרג'נען, ווייל אזוי וועסטו ראטעווען אנדערע, איז זייער שווער, און בפשטות נישט אויסגעהאלטן אויך נישט, מאי חזית דדמך דידך סומקי

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 12:40 pm

נו שוין האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
מארבלס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:קומט רבותי אלע אין איינעם אריין אין געטא, דאן אויף די באנען קיין ... שוין.
עס איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן פון א גוי.
און אויב א גוי איז א רשע א אנטיסעמיט מעג איך שרייען הויעך בקול רם אויף אים.
זאל מיר איינער ווייזן אין איין ספר וואו עס שטייט אז ווען א גוי שלאגט א ייד אדער איז אים מצער אז מ'טאר אים נישט צוריקשרייען אדער צוריקשלאגן.
נייע תורה פון תשע"ה.

דו קענסט אביסל היסטאריע?
ווען היטלער ימ"ש האט אנגעהויבן צו רודפ'ן די אידן (נאך עטליכע יאר פאר די מלחמה, ווען ער האט געטון איין זאך אויפאמאל און געווארט צו זען די וועלט'ס רעאקציע דערצו), איז געווען צוויי מעשיות וואו אידן האבן פרובירט 'אים צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן':
1) די ציונים אין אמעריקע האבן אויסגערופן א באיקאט קעגן דייטשלאנד. ווען דער שד ימ"ש האט געהערט דערפון, האט ער אנגעהויבן שרייען און שעלטן בזה הלשון, "איך וועל זיי אויסקוילן ווי די אינדן פון פעלד!"

איך וויל נישט פארדרייען די אשכול, אבער איך זוך שוין יארן א מקור.

דא האסטו פונעם הקדמה פון מן המיצר
ער שרייבט אז דער באיקאט איז געווען תרצ״ג דהיינו 1933

ווי ווערט געברענגט אז היטלער ימ"ש האט געזאגט די ווערטער "איך וועל זיי אויסקוילן ווי די אינדן פון פעלד!" ?

דאס ווייס איך נישט און דער פונקטליכער לשון פונעם רשע ימ״ש איז סייווי נישט נוגע
איך האב געמיינט אז די באציסט זיך אז דער משוגענער הונט (אזוי פלעגט זיך הרה״ק מבעלז באציען צו עם) איז געווארן מער אויפגערעגט.
עניוועי עס האט נישט א דירעקטער שייכות מיט די מאנסי העד עיקס

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 12:42 pm

אינטערסאנטי ר׳ מיכאל בער האט אן ענליך לשון
״שגעונו של כלב שוטה״

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 1:20 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
#1 וואס דו שרייבסט. נו נו. עס איז א שיינע לעגענדע. אבער אין #2 האסטו געמאכט אזא שיינע היסטארישע לאקשן קוגל אז עס ברענגט צו לאכן ביי איינער וואס קען היסטאריע. קוק נאך אליינס די דאטום'ס וועסטו זעהן די מיקסאפס.

איבער #2
פון וויקיפידיע
The pretext for the attacks was the assassination of the Nazi[10] German diplomat Ernst vom Rath by Herschel Grynszpan, a 17-year-old German-born Polish Jew living in Paris

גערעכט! טעיתי!

אזעלכע שטותים

דו רעדסט דא וועגן די אטאקעס וואס האבן געברענגט קריסטאל נאכט אין 1938, נאך פינף יאהר רדיפות פון די נאצישע פארטיי קעגן אידן, נאך א האלבע יאהר וואס מ'האט גע'רודפט אידן אין עסטרייך. דאס איז נאר געווען די שוועבל נאכן גיסן גאזאלין פאר לאנגע יאהרן. ס'איז נאר געווען א פראגע ווער ס'וועט געבן דאס שפענדעל און גרינשפאן איז ליידער געווען דער זוכה בגורל, גארנישט מיט התגרות.

די "אידן פראגע" איז שוין געווען צענדליגע יאהר אלט. און ווען די נאצי'ס האבן געזעהן אז ס'איז נישטא קיין סעלושען - נעמליך, קיין מדינה איז נישט אינטערעסירט אין פארענטפערן די פראגע, און בהכרח אז די דייטשע רייך מוז זיין יודען ריין ר"ל האבן זיי געטוהן וואס זיי האבן געטוהן. אבער די אלע אגיטאציעס פון פריוואטע מענטשן איז פארשטענדליך. אדרבה, ווען מ'שטעלט פאר די עלטערע אידן די פראגע הלמאי זיי האבן זיך געלאזט גיין כצאן לטבח, ווערן זיי פארשעמט וכו', ס'איז א פראגע וואס האט נישט קיין ענטפער בפשטות נאר אז ס'איז געווען א יד השם, וגזירה מלפניו יתברך ואין להרהר אחריה. וממילא אז ס'איז יא געווען אמאל עמיצער וואס האט אגיטירט און די תוצאות זענען געווען שלעכטע איז נאריש צו ברענגען דערפון סיי וואספארא ראיה

האב איך ליידער נישט זוכה געווען צו פארשטיין איין ווארט, וואס שרייב איך און וואס ענטפערסטו?
זאגסט דאך אליין אז ווייזן פאר די רשעים, איך קען דיר פייטן איז געווען די שוועבל, דאס איז ממש וואס דער שמועס האט זיך אנגעהויבן אז ווען אנטיסעמיטן נעמען זיך צו אידן, איז די בעסטע עצה הצפינו עצמיכם עד שיעבור זעם, ווייל צוריקפייטן מאכט נאר ערגער

האט דען איינער געשריבן אז ווען נישט גרינשפאן וואלטן די נאציס נישט געפייניגט אידן??

און בדוו איך האב גענוג גערעדט מיט אלטע אידן, און איך האב קיינמאל נישט געזען זיי זאלן זיך שעמען מיט עפעס, אויב פארקערט אויף אזא פראגע האבן זיי געקוקט מיט א ביטול מינע, אז דאס אז שטות והבל צו פרעגן אזוינס, קומט אריין א סאלדאט אויפגעריסטעט מיט הייס געווער, און הייסט גיין, וואס הייסט פאלג נישט?, אויב פאלגט ער נישט וואלט ער נישט געקענט שטיין היינט פאר אונז, ופשוט הוא

די טענה איז געווען, מען זאל זיך מער באהאלטן, אנטלויפן,
אבער נישט פאלגן, האט נישט קיין הענט און קיין פיס

האט יא הענט און יא פיס, און נישט קיין אנדערע ווי ר' מיכאל בער האט אזוי געהאלטן. ר' מיכאל בער האט געזאגט אז מען מוז מודיע זיין די אונארישע אידן וואס עס טוט זיך אין פוילן און אז מען זאל נישט פאלגן, נאר אז די דייטשן וועלען מוזן שיקען צוויי סאלדאטן צו שלעפן יעדען איד ווען יעדער סאלדאט וואס זיי האבן דארפן זיי ביים פראנט, וועלן א טייל ווערן געהארגט אבער דער רוב מנין ורוב בנין וועט בלייבן. דאס איז געווען דער דעת תורה פון ר' מיכאל בער אז עס האט יא הענט און האט יא פיס.

דער ראדזינער רבי האט געהאלטן אז אפילו אויב מען וועט נישט איבער לעבן זאל מען מיט נעמען מיט זיך וויפיל דייטשן מען קען נאר, און ער האט אליין אנגעפירט אין צוריק געבן די דייטשן.

א סאך פאלשע אינפארמאציע איבער די עניינים שטייט דא אין דער אשכול און וויל נאר אויס קלארן למען האמת אז עס איז נשיט דא א דעה אחת דא און מען קען נישט איבער שרייבן היסטאריע אז עס זאל שטימען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 1:25 pm

מארבלס האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:קומט רבותי אלע אין איינעם אריין אין געטא, דאן אויף די באנען קיין ... שוין.
עס איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן פון א גוי.
און אויב א גוי איז א רשע א אנטיסעמיט מעג איך שרייען הויעך בקול רם אויף אים.
זאל מיר איינער ווייזן אין איין ספר וואו עס שטייט אז ווען א גוי שלאגט א ייד אדער איז אים מצער אז מ'טאר אים נישט צוריקשרייען אדער צוריקשלאגן.
נייע תורה פון תשע"ה.

דו קענסט אביסל היסטאריע?
ווען היטלער ימ"ש האט אנגעהויבן צו רודפ'ן די אידן (נאך עטליכע יאר פאר די מלחמה, ווען ער האט געטון איין זאך אויפאמאל און געווארט צו זען די וועלט'ס רעאקציע דערצו), איז געווען צוויי מעשיות וואו אידן האבן פרובירט 'אים צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן':
1) די ציונים אין אמעריקע האבן אויסגערופן א באיקאט קעגן דייטשלאנד. ווען דער שד ימ"ש האט געהערט דערפון, האט ער אנגעהויבן שרייען און שעלטן בזה הלשון, "איך וועל זיי אויסקוילן ווי די אינדן פון פעלד!"
די באיקאט וואס האט אים געזאלט 'ווייזן' האט צורייצט זיין כעס און ליידער געמאכט דעם מצב פיל ערגער.
2) ווען מען האט פארטריבן הונדערטער טשעכישע (אדער אונגארישע? איך בין נישט זיכער) אידן קיין פוילן וואו זיי זענען נעבעך געבליבן שטעקן צווישן די גרעניצן אונטער'ן פרייען הימל, האט איין בחור באשלאסן 'צו ווייזן' און 'זיך נישט לאזן' און דערשאסן א נאצי צום טויט.
האבן זיך די רשעים דערשראקן פון זיין 'מעכטיגע שטארקייט'? פונקט פארקערט, זיי האבן זיך מחי' געווען דערמיט! דאס איז אויסגענוצט געווארן צום מאקסימום אלץ א תירוץ צו פארברענען הונדערטער אידישע שולן און פייניגן הונדערטער אידן ביי קריסטאלנאכט.

און אויב מיט די געטאס און די באנען מיינסטו דאס וואס רבי מיכאל בער זצ"ל האט געשריגן מ'זאל זיך קעגנשטעלן, איז זיין עצה נישט געווען צוריקצושלאגן און נישט שרייען בקול רם, נאר איין זאך: אנטלויפן און זיך באהאלטן.

לאמיר זיך לערנען פון היסטאריע, ווייל היסטאריע חזר'ט זיך איבער.

ניין נישט ריכטיג, זיין עצה איז נישט געווען נאר איין זאך "אנטלויפן און זיך באהאלטן", נאר זיך קעגן שטעלן און נישט גיין און מען וועט זיי מוזן שלעפן. וואס ר' מיכאל בער האט געזאגט איז קלאר און נישט מוטל בספק און מען קען נישט איבער שרייבן היסטאריע.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 1:40 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:(עס איז אויך אפיקורסות - ווייל דער פסוק זאגט דאס שוין פאר אין האזינו "איכה ירדוף אחד אלף וכו' אם לא כי צורם מכרם וכו'", און מען קען נישט קיין גזר דין שמים איבערקומען מיט כח)

עס שטייט אין די תורה הבא להורגך השכם להורגו, ווען דען אויב נישט אין אזא פאל הייסט עס הבא להורגך? דאס קען קיין אפיקורסות נישט זיין.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 1:41 pm

אין כל חדש האט געשריבן:לפי ידיעתי איז דער מהלך פון אנהאקן גוים, קיינמאל נישט עכט געוען רוח חכמים נוחה הימנו, אויב רעדסטו פון שרייען כאפצעם און מאכן א ויצעקו און א בהלה און רופן פאליציי, האב איך נישט קיין אנונג ווי דא קומט אריין התגרות

פון ווי נעמסטע אז כאפץ-אים איז קיינמאל נישט עכט געוען רוח חכמים נוחה הימנו? אלע וואס האבן עס מיט געלעבט ווייסן נישט פון דעם.

יא, ווען מען האט מייסד געווען די שומרים אין וויליאמסבורג איז געווען איין דעת יחידאה הג"ר משה בער בעק וואס האט ארויס געגעבן א קונטרס קעגן דעם און מען האט נישט אנגענומען זיין מיינונג. אויב מען ליינט היינט זיינע חששות זעט מען אז עס איז נישט צושטאנד געקומען. ער האט בעיקר מורא געהאט אז מען וועט זען די שומרים ווי א אידישע צה"ל וכוחי ועוצם ידי.

אבער א אינטרעסאנטע זאך, אז כאפץ אים'ס האט זיך גע'ענדיגט "נאר" צוליב די שומרים וואס האבן איין געפירט א סיסטעם און פארמיטן וויגדזילאנטואיזם. קומט אויס אז דער תרופה צו כאפץ אים וואס אין רוח חכמים נוחה הימנו לשיטתך איז גאר געווען שומרים וואס אויך אין רוח חכמים נוחה הימנו. מען קען נישט אויף הייבן דער שטעקן פון ביידע עקן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 1:59 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:איז דען נישט גענוג אז מיר נעמען זיי צו דעם טאון מיט די ווילעדזשעס און אויך די קאונטי, אז מיר זאלן נאך קומען פאדערן פון זיי אז זיי טארן אפילו נישט קאמפלעינאן דערויף? און דערנאך וועט מען זיך וואונדערן פארוואס ווען יודן ווילן גיין וואוינען סיי וואו אין אמעריקע, שטויסט מען זיך אין ביטערע שנאה און סקעפטיציזם, און מען זוכט ענג צו מאכן. זענען זיי דען נישט גערעכט? זענען זיי אפשר מחויב צו מקבל זיין דעם עול הגלות באהבה?

זענען זיי אויך גערעכט אז די אידן קאנטראלן די מידיע? זענען זיי אויך גערעכט אז די אידן קאנטראלירן די סטאק מארקעט? זענען זיי אויך גערעכט אז די אידן קאנטראלירן דער וועלט?

אויב יא, הייב איך הענט. אנשטאטס פארענטפערן אידן איז דער עצה צו זיי געבן גאר גערעכט?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:20 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
און בדוו איך האב גענוג גערעדט מיט אלטע אידן, און איך האב קיינמאל נישט געזען זיי זאלן זיך שעמען מיט עפעס, אויב פארקערט אויף אזא פראגע האבן זיי געקוקט מיט א ביטול מינע, אז דאס אז שטות והבל צו פרעגן אזוינס, קומט אריין א סאלדאט אויפגעריסטעט מיט הייס געווער, און הייסט גיין, וואס הייסט פאלג נישט?, אויב פאלגט ער נישט וואלט ער נישט געקענט שטיין היינט פאר אונז, ופשוט הוא

די טענה איז געווען, מען זאל זיך מער באהאלטן, אנטלויפן,
אבער נישט פאלגן, האט נישט קיין הענט און קיין פיס

דאס ארט איז נישט דא, אבער דאס איז פאלש

איך האב כמה פעמים געהערט פון מיין באבן זז"ג אז אינעם גאנצן געטא ווי זי איז געווען, וואס איז געווען א צענטראלער געטא פאר די גאנצע אומגעגענט מיט טויזענטער מענטשן, איז בסך הכל געווען צוויי צענדליג סאלדאטן

(עס איז אויך אפיקורסות - ווייל דער פסוק זאגט דאס שוין פאר אין האזינו "איכה ירדוף אחד אלף וכו' אם לא כי צורם מכרם וכו'", און מען קען נישט קיין גזר דין שמים איבערקומען מיט כח)

א קללה איז נישט קיין הלכה!...
עס איז נישט פארהאן א הלכה פון "איכה ירדוף אחד אלף וכו' אם לא כי צורם מכרם וכו'"... עס איז א קללה. אבער די דארפסט נאך אלס טון וואס די קענסט.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:24 pm

אין כל חדש האט געשריבן:ווען דער פלארידע גאווערנאר האט נישט געוואלט קאממיוטן די סענטענס פון מארטי גראסמאן, האט גארנישט אויסגעמאכט אז דער גאנצער חרדישער ציבור האט זיי אראפגעדרייט די קאפ מיט טעלעפאנען רופן, ער האט בפשטות געוויסט אז עס איז ס"ה איין קאמיוניטי וואס רודערט
און די ליסטע מיט ענליכע פעלער איז לאנג, און די מערסטע וואס איז מיר געבליבן אין די ביינער איז לכאורה ווען דער רשע טשארלס היינס האט זיך גענומען פאר א ציל צו באשמוצן דעם וויליאמסבורגער ציבור, וואס די אלע זיך ארויסשטעלן מיט טויזענטער מענטשן האט זילטש אויפגעטון

ווער זאגט אז עס האט נישט געהאלפן? איך האב געהערט אז ער איז געווען צוריסן צווישן די בריוו וואס ער האט אלץ באקומען און זיין ארגינעל פלאן, און עס האט נישט געהאלטן ווייט אז ער זאל טוישן. אפשר נאך איין בריוול וואלט עס געטוהן.

איך האב אים געשיקט א געטייפטע שטארקע בריוו, און געדריקט אלע פונקטן וואס קען אויס מאכן ביי אים (לדורון ולתפילה ולמלחמה אלעס אין איין בריוו), און עס געשיקט מיט עקספרעס מעיל וואס קאסט געלט, אלעס צו ווייזן ווי וויכטיג עס איז פאר אונז און ווי ער קען זיך איין קויפן ליבע ביי כלל ישראל אויב ער זאל אונז נאך געבן.

מען קען נישט זאגן אז ווייל עס האט "דאס מאל" נישט געהאלפן מיינט עס אז עס העלפט נישט און וועט קיין מאל נישט העלפן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:27 pm

כ'האב עס שוין געשריבן אין אן אנדערן אשכול,
וואס איז דאס אנדערש פון דעם וואס נטרונא טהוט, איבער צימאכן דעם דעת הגוי פאזיטיוו צו אידן, און אפווישן די האס וואס די ציונים ווערטשאפטן אן?

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:36 pm

זארג נישט

וועגן ר' מיכאל בער, וואלט איך געווען נייגעריג ווי ער שרייבט וואס דו ברענגסט בשמו, עס איז א דבר פשוט, אז איך האב געשריבן אלס קאמאן סענס, עס ארבעט נישט אזוי, שטייט א סאלדאט מיט הייס געווער און איך זאג, איך גיי נישט, בכלל נישט וועגן דעת תורה
יא ר' מיכאל בער האט געהאלטן אז יעדער דארף וויסן ווי אהין מען טראגט זיי, ווייסט פארוואס? ווייל די נאציס ימ"ש פלעגן אנקומען אין א שטאט און הייסן יעדן זיך פארזאמלען, האט ער געשריגן "גייטס נישט" לאז די דייטשן ארומלויפן צו אלע הייזער און בונקערס, אבער אז מען האט א סאלדאט נעבן זיך שוין, ווי איז שייך נישט פאלגן? זיי וואלטן נישט "געשלעפט" זיי וואלטן געשאסן
איך ווייס אפילו נישט פארוואס איך דארף דאס אפילו אויסשמועסן, זענען דען נישט שווערע טויזענטער פון אליאירטע קרעפטן גענומען געווארן אין געפענגעניש ביים דייטש? זיי האט מען געשלעפט? זענען אין די תפיסות געווען 2 דייטשן פאר יעדן ארעסטאנט? און דאס איז שוין פון טרענירטע סאלדאטן, וואס ווילסטו פון פשוטע אידו וואס קענען נישט תכסיסי מלחמה??
(נאר יאפאנעזער, זענען גרייט געווען אויף זעלבסטמארד, אבי נישט צו ווערן געפאנגען)

ווגן כאפצעםס
אדער האסטו נישט געליינט מיין תגובה אינגאנצן, אדער האסטו עס בכוונה פארדרייט
איך שרייב אז "אנהאקן גוים" איז געווען אין רוח חכמים נוחה,
אוודאי פאטראלירן, מאכן ויצעקוס וכו' וכו' איז נישט קיין שום ענין צו אונזער שמועס
און דער אמת איז, אז היינט האט זיך שוין אנהאקן גוים זיך פולי אפגעשטעלט

וועגן גראסמאן
עס איז א חלק פון א כלליותדיגער בליק וואס חכמת החיים האט מיר געלערנט
אדרבה, ברענג דו ווען פעטיציעס האט יא אויפגעטון
(אויסער ארויפשטעלן קאנדידאטן אויפן שטים צעטל...)

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:38 pm

נטרונא'ס מעסעדזש איז איין זאך: אונז זעמיר יא נכנע אונטער דיר, און אונז זעמיר געטרייע בירגער צו אונזער לאנד, נישט צו איזראעל, ווייל מיר האבן גארנישט מיט איזראעל.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:41 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
#1 וואס דו שרייבסט. נו נו. עס איז א שיינע לעגענדע. אבער אין #2 האסטו געמאכט אזא שיינע היסטארישע לאקשן קוגל אז עס ברענגט צו לאכן ביי איינער וואס קען היסטאריע. קוק נאך אליינס די דאטום'ס וועסטו זעהן די מיקסאפס.

איבער #2
פון וויקיפידיע
The pretext for the attacks was the assassination of the Nazi[10] German diplomat Ernst vom Rath by Herschel Grynszpan, a 17-year-old German-born Polish Jew living in Paris

מיין טאטע האט מיר פארציילט פאשידנע עפיזאדן פון "חאפט-אים'ס" אין וומסב"ג. האט איינער ג'האקט אין קאפ התגרות באומות?
דער רבי זי"ע איז געווען בתוקפו, מיט הונדערטער ת"ח פון דערהיים האט איינער געזאגט אז מ'טאר נישט?

לפי ידיעתי איז דער מהלך פון אנהאקן גוים, קיינמאל נישט עכט געוען רוח חכמים נוחה הימנו, אויב רעדסטו פון שרייען כאפצעם און מאכן א ויצעקו און א בהלה און רופן פאליציי, האב איך נישט קיין אנונג ווי דא קומט אריין התגרות

לגבי ר' מיכאל בער ווייס איך נישט וואס ער האט יא ג'זאגט און וואס נישט. אבער אז ר' מנחם זעמבא האט ג'פסקנט זיך צו שלאגן מיט געווער ווייס איך יא.
באמת דארף מען נישט קיין היתר. פשוט הבא להורגך וכו'. אין שו"ע ווערט אויך ג'פסקנט לגבי גוים הצרים על עיר.

ווי יואל שרייבער שרייבט שוין
און גראדע די מעלות אויסגאבע די חודש האט א לענגערע אפהאנדלונג אויף די נושא, ווי זיי ברענגן אז די תלמידים פון הגאון ר' מנחם זעמבא שרייבן אז ח"ו צו תולה זיין בוקי סרוקי אין דעם גאון, און אפילו אויב ער האט זיך יא עפעס אויסגעדרוקט איז עס נאר געווען מחמת די פחד ומורא פון די אידישע בריונים דארט אין געטא

און עס איז באמת א דבר פשוט, ביי סעלף דיפענס קומט נישט אריין התגרות, וועם רייצט מען אן, מיטן זיך באשיצן? און פון דעם רעדט די שו"ע, פון א פאגראם פון צוווילדעוועטע גוים, וואס אזוי איז טאקע אייביג געווען אין די היסטאריע, ביי פאגראמען
משא"כ אין ווארשאווער אויפשטאנד, איז נישט געווען קיין הוו"א אז אפאר אידן זאלן באזיגן די דייטשע מיליטער, די איינציגסטע אויפטו איז געווען צו שטארבן אלס מארטירער, אבער דאס איז געקומען מיט א פרייז אז עס איז כמעט נישט איבערגעבליבן קיין שריד ופליט פון די ווארשאווער אידן, אויף א גרעסערן פארנעם ווי אין אנדערע פלעצער (אזוי ברענגן די תלמידים פון ר" מנחם זעמבא), במילא, היעלה על הדעת אז אן ערליכער איד זאל שטיצן אזא אויפשטאנד?

היעלה על הדעת אז אן ערליכער איד זאל שטיצן אזא אויפשטאנד? ווען דו וואלסט דארטן געווען וואלסטו עס אפשר אויך געשטיצט. ווי געשריבן האט דער ראדזינער רבי עס יא געשטיצט כאטש דער פרייז, און מיר ארמטשעיר היסטאריקער האבן נישט זייער דעת, דער לעבן און טויט דעת וואס זיי האבן געהאט ווען אין אימידיעיט געפאר.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:44 pm

זארג נישט האט געשריבן:

קען איך אפשר הערן מער פונקטליך די מעשה מיט ראדזינער רבי, אז דו פאררופסט דאך אזויפיל אויף דעם?

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:48 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:(עס איז אויך אפיקורסות - ווייל דער פסוק זאגט דאס שוין פאר אין האזינו "איכה ירדוף אחד אלף וכו' אם לא כי צורם מכרם וכו'", און מען קען נישט קיין גזר דין שמים איבערקומען מיט כח)

עס שטייט אין די תורה הבא להורגך השכם להורגו, ווען דען אויב נישט אין אזא פאל הייסט עס הבא להורגך? דאס קען קיין אפיקורסות נישט זיין.

שרייזשע האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:(עס איז אויך אפיקורסות - ווייל דער פסוק זאגט דאס שוין פאר אין האזינו "איכה ירדוף אחד אלף וכו' אם לא כי צורם מכרם וכו'", און מען קען נישט קיין גזר דין שמים איבערקומען מיט כח)

א קללה איז נישט קיין הלכה!...
עס איז נישט פארהאן א הלכה פון "איכה ירדוף אחד אלף וכו' אם לא כי צורם מכרם וכו'"... עס איז א קללה. אבער די דארפסט נאך אלס טון וואס די קענסט.

איך זעה אז איך האב געשריבן צו קורץ און מענטשן פרובירן נישט צופיל אריינצוטראכטן און פארשטיין וואס איך שרייב, ממילא וועל איך פרובירן מסביר זיין קלארער וואס איך האב געשריבן.

עס איז דא אן ענין פון "הבא להרגך השכם להרגו", דאס גייט אן היינטיגע צייטן אויך, כאטשיג ווען עס האנדלט זיך אין מאכן אן ארגאניזירטע אויפשטאנד קעגן א מלוכה איז עס "לכאורה" נישט שייך, אבער אפילו אויב יא, איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין דעם. דאס איז אן ענין פון זיך.

דא רעדט מען "נישט" פון דעם ענין פון הבא להרגך וכו'. דא רעדט מען פון א צווייטע זאך אינגאנצן.

דא איז די שמועס צו עס איז א בושה אז מען האט זיך נישט געגנגעשטעלט, און צו ווען מען וואלט זיך געגנגעשטעלט וואלט מען געראטעוועט געווארן.

איז אזוי, באופן כללי זאגט שוין ר' יו"ט עהרליך אז צו זאגן "ווען איך וואלט" איז אפיקורסות, עס איז נישטא אזא זאך "ווען איך וואלט", עס האט נישט געקענט זיין אנדערש ווי עס איז באשערט, ואכמ"ל.

באופן פרטי, ווען א מענטש איז "אין" א מצב, איז ער מחויב צו טראכטן וואס ער קען טון, און טון אלעס וואס מען מעג און מען איז מחויב ע"פ תורה זיך צו ראטעווען פון א סכנה.
אבער צו קומען "נאכדעם" מיט א בליק אויף צוריק און זאגן "זיי זענען געווען בטלנים" אדער זיי "וואלטן" זיך געקענט ראטעווען, שמעקט סתם אזוי מיט אפיקורסות ווי איך האב געשריבן פון ר' יו"ט עהרליך. אבער בפרטיות אין דעם פאל איז דאס זיכער אפיקורסות. ווייל ווען מען זעהט וויאזוי עס איז מקוים געווארן א קללה פון די תוכחה ל"ע, א זאך וואס האט בכלל נישט קיין פשט בדרך הטבע, און עס מאכט נישט קיין סענס, און דער פסוק אליינס איז מעיד אז מען וועט זיך וואונדערן דערויף וויאזוי דאס האט געקענט זיין "איכה ירדוף אחד אלף ושנים ינוסו רבבה", און דער פסוק קומט צו די אומפארמיידליכע מסקנא "אם לא כי צורם מכרם וה' הסגירם", צו קומען נאכדעם און זאגן אז "זיי וואלטן זיך געקענט ראטעווען" איז אפיקורסות, לויטן פשוט'ן פסוק קען אפילו א גוי נישט טראכטן אזוי קרום, אפילו א גוי וועט מוזן על כרחך צוקומען צו די מסקנא אז אזא אומגליק האט נאר געקענט געשען ווייל "כי צורם מכרם וה' הסגירם", ממילא איז ממש אפיקורסות צו זאגן אז "ווען זיי וואלטן געטון כך וכך וואלטן זיי נאך געלעבט", ווייל אזוי ווי מען זעהט דאך קלאר אז עס איז געווען א גזר דין שמים קען מען נישט זאגן (היינט מיט א בליק אויף צוריק) אז מען "וואלט" דאס געקענט איבערקומען מיט מענטשליכע פעולות.

איך האף עס איז שוין קלאר.

א גוט שבת

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:51 pm

פעיק נוז האט געשריבן:נטרונא'ס מעסעדזש איז איין זאך: אונז זעמיר יא נכנע אונטער דיר, און אונז זעמיר געטרייע בירגער צו אונזער לאנד, נישט צו איזראעל, ווייל מיר האבן גארנישט מיט איזראעל.

OJPAC טוט דאס אויך... דוק ותשכח

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 2:51 pm

אין כל חדש, מען האט דיר שוין געזאגט (אנדערע האבן עס געזאגט) אז ווען די דייטשן זענען אריין אין אונגארן איז די מלחמה שוין נישט געגאנגן גוט פאר זיי און זיי האבן געדארפט יעדען איינצעלנעם סאלדאט אויפן פראנט. ר' מיכאל בער'ס דעת איז אייזן פעסט און מאכט שוין איינמאל סענס.

יעצט פון ווי איך ווייס וואס איך ברענג בשמו, אדרבא גיי פרעג זיינע תלמידים און אלע וואס ווייסן וואס ר' מיכאל בער האט געהאלטן און געזאגט. נעם נישט מיין ווארט נאר איבערצייג זיך אליין. וואס איז ביי דיר "היינט" קאמען סענס, איז נישט געווען דער קאמען סענס דעמאלט און מען קען נישט איבערשרייבן היסטאריע מסברא.

דער מעשה מיטן ראדזינער איז אויך א דבר ידוע און זיהך עס אויף וזיל גמור.

ביזט א קלוגע איד און קומסט טאקע אויף מיט שיינע סברות, אבער האסט נישט (דאס מאל) צוגעטראפן צום אמת.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הודו לה', נישקשה און 23 געסט