בלאט 1 פון 5

פעטיציע: ריפאבליקאנער פארטיי פארזיצער פון ראקלענד זאל רעזיגנירן

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 3:29 pm
דורך פומפדותא
אין בעפארשטייענדיג צו די קומענדיגע וואלן, האט די ריפאבליקאנער פארטיי פון ראקלענד קאונטי ארויסגעשטעלט אן אויפהייצערישע אנטיסעמיטשע ווידיאו קעגן חסידישע אידן.

די ווידיאו טוט ווארענען אז די חסידים פלאנען צו איבערנעמען ראקלענד און עס רידיסטריקן אז זיי זאלן האבן מער מאכט, און עס שטעלט אין א סכנה די אלגמיינע באפעלקערונג הייזער, קאמיונעטי, פאמיליעס, סקולס, וואסער.

נאך וואס די אטורני זשענערעל, מיט נאך צענדליגע עלעקטעד אפישלס האבן פארלאנגט אז די ווידיאו זאל ווערן אראפגענומען, האט די ריפאבליקאנער פארטיי טאקע אראפ גענומען די ווידיאו אבער זיך אנטזאגט זיך צו אנטשולדיגן, און נאך דערקלערט אז די סכנה איז עכט נאר די ווידיאו האט נישט גוט ארויסגעברענגט די נקודה.

עס מאכט זיך אמאל א פליטת פה ביי א פאלעטישן וואס קען ווערן אויסגעטייטש ראסיסטיש, אבער ליידער דא ביי אונזער פאל האט מען ארייגעלייגט וואכן און חדשים ארבעט וואו אזוי צו אנדרייען א געלונגענע ראסישטישע קאמפיין צו אנשרעקן אלע אונזערע שכינים אז זיי מוזן ארויסקומען וועלן צו ראטעווען זייער עקזיסטענץ.

עס דארף אויך אנגעמערקט ווערן אז אזוינע אנטיסעמיטישע אקטן זענען געווענדליך דארך געפירט געווארן דורך יחידים, אדער אונטער א שלייער פון א געוויסע גרופע, אבער ליידער דא ביי אונזער פאל האט די רעפאליקאנער פארטיי פון ראקלענד באצאלט די ווידיאו און דאס פארשפרייט אויף זייער אייגענע בלאט.

עס איז געפענט געווארן א פעטיציע צו פארלאנגען אז די פארזיצער פון די ראקלענד קאונטי ריפאבליקאנער פארטיי מר. Lawrence Garvey זאל רעזיגנירן, דאס וועט דינען אלס מעסעזש, אז אנטיסעמיטזם און ראסיזם קען נישט גענוצט ווערן פאר פאלעטישע געברויכן.

https://www.change.org/p/democrats-and- ... esignation

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:50 pm
דורך פומפדותא
האלט שוין ביי איבער 600 חתימות אין דריי טעג, ביטע נעמט אראפ א מינוט צו אונטערשרייבן און ארום שיקן צו באקאנטע, די גאול דארף זיין צו דערגרייכן 20,000.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:23 pm
דורך סאטמארע ווארטזאגער
א דערמאנונג מיר זענען אין גלות

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 9:33 pm
דורך ווישוואש
..פיר אויס?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:24 am
דורך אויפגעפרישט
מען מיז זיין אין ראקלענד קאנטי?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:52 am
דורך היט-אפ מויל & קיפעד
איך האב געזעהן דעם ווידיאו, איי עם סארי, איך זעה אבער דארט נישט קיין אנטיסעמיטיזם. נאר א טיפיקל בייסיגע פאליטישע עד. עני טיים אזוי בייסיג ווי עד פון עני לאקאלע, אדער נאציאנאצע שארפע פארמעסט. ״די ריפאבליקאנער נעמען צו אינזערע געלטער״, אדער, ״אבאמא נעמט אונז צו אונזע דאקטער.. וכו׳ וכו׳.״
אין דעם פאל איז איין צד חרידישע אידן, יא, וועט מען אויפן קליפ זעהן חרידישע פנימער. כ׳מיין אבער אז דער נאמען איד בכלל, און דער אידישער כאראקטער ווערט דארט קיין איין איינצעלנער מאל נישט אדרעסירט אינעם עד. וואס דען, די לינקע עקלדיגע ליבעראלן כאפן זיך ארויף דערויף, ווייל ס׳איז די gop. און די חסידישע פארדאמערס קעשן אויס זייער חרון אויף זייער שונא עד דעי.
איך זאג נישט, עד דעי איז א שונא ישראל, דער עד ספעסיפיקלי איז לדעתי נישט קיין אנטיסעמיטיזם.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:01 am
דורך פעטער שמואל
היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:איך האב געזעהן דעם ווידיאו, איי עם סארי, איך זעה אבער דארט נישט קיין אנטיסעמיטיזם. נאר א טיפיקל בייסיגע פאליטישע עד. עני טיים אזוי בייסיג ווי עד פון עני לאקאלע, אדער נאציאנאצע שארפע פארמעסט. ״די ריפאבליקאנער נעמען צו אינזערע געלטער״, אדער, ״אבאמא נעמט אונז צו אונזע דאקטער.. וכו׳ וכו׳.״
אין דעם פאל איז איין צד חרידישע אידן, יא, וועט מען אויפן קליפ זעהן חרידישע פנימער. כ׳מיין אבער אז דער נאמען איד בכלל, און דער אידישער כאראקטער ווערט דארט קיין איין איינצעלנער מאל נישט אדרעסירט אינעם עד. וואס דען, די לינקע עקלדיגע ליבעראלן כאפן זיך ארויף דערויף, ווייל ס׳איז די gop. און די חסידישע פארדאמערס קעשן אויס זייער חרון אויף זייער שונא עד דעי.
איך זאג נישט, עד דעי איז א שונא ישראל, דער עד ספעסיפיקלי איז לדעתי נישט קיין אנטיסעמיטיזם.

אינטערעסאנט ווייל יעדע נארמאלער מענטש פארשטייט אז עס איז יא אנטיסעמיטיזם. אנגעהויבן פון עסקנים און פאלאטישענס צו די פשוטע פרייע און קאנסערוואטיווע אידן און סתם גוים דא אין ראקלענד און אומגעגענט.
אחוץ איין סעלף העיטינג יונגערמאן וואס האלט זיך קלוגער פון יעדעם.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 7:58 am
דורך Waukesha
היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:איך האב געזעהן דעם ווידיאו, איי עם סארי, איך זעה אבער דארט נישט קיין אנטיסעמיטיזם. נאר א טיפיקל בייסיגע פאליטישע עד. עני טיים אזוי בייסיג ווי עד פון עני לאקאלע, אדער נאציאנאצע שארפע פארמעסט. ״די ריפאבליקאנער נעמען צו אינזערע געלטער״, אדער, ״אבאמא נעמט אונז צו אונזע דאקטער.. וכו׳ וכו׳.״
אין דעם פאל איז איין צד חרידישע אידן, יא, וועט מען אויפן קליפ זעהן חרידישע פנימער. כ׳מיין אבער אז דער נאמען איד בכלל, און דער אידישער כאראקטער ווערט דארט קיין איין איינצעלנער מאל נישט אדרעסירט אינעם עד. וואס דען, די לינקע עקלדיגע ליבעראלן כאפן זיך ארויף דערויף, ווייל ס׳איז די gop. און די חסידישע פארדאמערס קעשן אויס זייער חרון אויף זייער שונא עד דעי.
איך זאג נישט, עד דעי איז א שונא ישראל, דער עד ספעסיפיקלי איז לדעתי נישט קיין אנטיסעמיטיזם.

אויב נישט קיין אנטיסעמיטיזם, ווי קומט אריין קרית יואל אין די פיקטשער? די איינציגסטע שייכות וואס עס האט דא איז אז ביידע זענען חסידישע אידן.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:05 am
דורך משהלע
Waukesha האט געשריבן:

This

אויב נישט קיין אנטיסעמיטיזם, ווי קומט אריין קרית יואל אין די פיקטשער? די איינציגסטע שייכות וואס עס האט דא איז אז ביידע זענען חסידישע אידן.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:28 am
דורך והיתם נקיים
היט-אפ מויל & קיפעד האט געשריבן:איך האב געזעהן דעם ווידיאו, איי עם סארי, איך זעה אבער דארט נישט קיין אנטיסעמיטיזם. נאר א טיפיקל בייסיגע פאליטישע עד. עני טיים אזוי בייסיג ווי עד פון עני לאקאלע, אדער נאציאנאצע שארפע פארמעסט. ״די ריפאבליקאנער נעמען צו אינזערע געלטער״, אדער, ״אבאמא נעמט אונז צו אונזע דאקטער.. וכו׳ וכו׳.״
אין דעם פאל איז איין צד חרידישע אידן, יא, וועט מען אויפן קליפ זעהן חרידישע פנימער. כ׳מיין אבער אז דער נאמען איד בכלל, און דער אידישער כאראקטער ווערט דארט קיין איין איינצעלנער מאל נישט אדרעסירט אינעם עד. וואס דען, די לינקע עקלדיגע ליבעראלן כאפן זיך ארויף דערויף, ווייל ס׳איז די gop. און די חסידישע פארדאמערס קעשן אויס זייער חרון אויף זייער שונא עד דעי.
איך זאג נישט, עד דעי איז א שונא ישראל, דער עד ספעסיפיקלי איז לדעתי נישט קיין אנטיסעמיטיזם.

דאס איז וואס אים באדערט.

#נעבעך

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:32 am
דורך קאנסילמאן
נא, התגרות באומות, צריכים לשאול דעת תורה.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:04 am
דורך יידישע קהילות
בלויז 690 חתימות.
רבותי, דאס איז א סימן פון שוואכקייט וועלכע קען אויסג'טייטש ווערן ביי די פאליטיקאנטן זייער זייער שלעכט.
עורו נא התעוררו נא. יעדער זאל חתמ'ן און מפרסם זיין. עס קאסט גארנישט אבער קען האבן א גרויסער אפקלאנג.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:16 am
דורך ענדע צדיק!
קאנסילמאן האט געשריבן:צריכים לשאול דעת תורה.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:40 am
דורך סאטמארע ווארטזאגער
די הייליגער רמב׳׳ם שרייבט אויף דעם (אגרת תימן) ומשמע ודומה ומשא. הערן, שווייגן, און פארטראגן.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:43 am
דורך נו שוין
יידישע קהילות האט געשריבן:בלויז 690 חתימות.
רבותי, דאס איז א סימן פון שוואכקייט וועלכע קען אויסג'טייטש ווערן ביי די פאליטיקאנטן זייער זייער שלעכט.
עורו נא התעוררו נא. יעדער זאל חתמ'ן און מפרסם זיין. עס קאסט גארנישט אבער קען האבן א גרויסער אפקלאנג.

ב"ה אידן האבן שכל נישט אריינצופאלן אין די טרעעפ פון "עסקנים"

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:44 am
דורך סאטמארע ווארטזאגער
אפשר מעג מען זיך שטילערהייט באדאנקען פאר די פאליטישאנס וואס נעמען זיך אן פאר אונז, אבער זיך ארויסשטעלן אקעגן איינעם חס ושלום! הצפינו עצמכם!

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:49 am
דורך דממה דקה
אינטערסאנט יעדעס מאל עס קומט אויף אזא נושא, עס איז ניכר אויף די תגובות ספעציעל די מיט ארון קודש ווערטער אריינגעספרינקלט אז זיי ווייסן נישט בחייכון.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:40 pm
דורך אומאפיציעל
איז דען נישט גענוג אז מיר נעמען זיי צו דעם טאון מיט די ווילעדזשעס און אויך די קאונטי, אז מיר זאלן נאך קומען פאדערן פון זיי אז זיי טארן אפילו נישט קאמפלעינאן דערויף? און דערנאך וועט מען זיך וואונדערן פארוואס ווען יודן ווילן גיין וואוינען סיי וואו אין אמעריקע, שטויסט מען זיך אין ביטערע שנאה און סקעפטיציזם, און מען זוכט ענג צו מאכן. זענען זיי דען נישט גערעכט? זענען זיי אפשר מחויב צו מקבל זיין דעם עול הגלות באהבה?

ר' אלחנן וואסערמאן ז"ל שרייבט אן אריכות אין זיין קונטרס עקבתא דמשיחא איבער די יודישע גלות פאליטיק, ער מאכט דארט חוזק פון די וואס מיינען אפצושרעקן דעם אנטיסעמיט מיט היציגע רעטאריק, צייטונגס ארטיקלען, און הויכע גערודער, ער זאגט אז מען שרייט "שאנדע הער קאזאק!", כאילו דער קאזאק ווערט אינגנאצן פארלוירן דערפון. אומגעקערט אזא מהלך שפילט אריין אין די הענט פון אונזערע שונאים, און צייגט פאר יעדעם אז נישט נאר נעמען מיר צו נאר מיר פארמאכן די מיילער ביי ווער עס וויל זאגן א ווארט, דאס מאכט די שנאה נאך הייסער.

עס קוקט אביסל אויס אזוי ווי א קינד אין חדר וואס מען נעמט אים צו די ריסעס, און ווען ער גייט אויסזאגן פאר די רבי שרייט אים דער חבר נאך "מסור"...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:44 pm
דורך ווישוואש
מ'נעמט זיי צו? וויזוי?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 12:58 pm
דורך גרויסע-גדולה
אפשר קען איינער אהערברענגען דעם קליפטשיק? א גרויסע עולם איז נישט אויפגעברויזט ווייל זיי האבן נישט געזען פון וואס מען האנדעלט דא. נו, ברענג אהער, ברויז אויף דעם עולם, העמער שוין זען ווי די פעטיציע שיסט ארויף אויף הויעכע נומערן.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 1:23 pm
דורך Flash light
old fight between developers and quality of life

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:03 pm
דורך נו שוין
סווערט מער און מער די אנגענומענע איידיע אז אווערדעוועלאפמענט איז א מסורה מדור דור אראפ פון משה מסיני, שוין צייט די היימישע "קוואלעטי אף לייף" שטיצערס זאלן זיך צוזאמנעמען.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:56 pm
דורך יידישע קהילות
קומט רבותי אלע אין איינעם אריין אין געטא, דאן אויף די באנען קיין ... שוין.
עס איז נישט קיין מצוה זיך צו לאזן שלאגן פון א גוי.
און אויב א גוי איז א רשע א אנטיסעמיט מעג איך שרייען הויעך בקול רם אויף אים.
זאל מיר איינער ווייזן אין איין ספר וואו עס שטייט אז ווען א גוי שלאגט א ייד אדער איז אים מצער אז מ'טאר אים נישט צוריקשרייען אדער צוריקשלאגן.
נייע תורה פון תשע"ה.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:06 pm
דורך ר' יום טוב
איך ווייס נישט אויב מאכן א פעטישן אדער סיי וועלכע וויי געשריי איז די בעסטע צוגאנג, אבער התגרות באומות קומט נישט אריין דא.

איך וואלט געראטן צו מאכן א באזונדערע אשכול ווי מען זאל דעבאטירן די פאלש אדאפטירטע התגרות פילאזאפיע למיניהם, און דא לאזן בלויז פאר די נייעס פון די דאזיגע פעטיציע.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:13 pm
דורך קאקאש קעיק מיט מילך
ר' יום טוב האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מאכן א פעטישן אדער סיי וועלכע וויי געשריי איז די בעסטע צוגאנג, אבער התגרות באומות קומט נישט אריין דא.

איך וואלט געראטן צו מאכן א באזונדערע אשכול ווי מען זאל דעבאטירן די פאלש אדאפטירטע התגרות פילאזאפיע למיניהם, און דא לאזן בלויז פאר די נייעס פון די דאזיגע פעטיציע.

עס איז שוין דא א אשכול פאר דעם

viewtopic.php?f=6&t=40406