וואל רעזולטאטען פון מדנ"י וואלן, Sep. 17 2019

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גולם פון וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

וואל רעזולטאטען פון מדנ"י וואלן, Sep. 17 2019

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:44 pm

מארגען קומט פאר די צווייטע רונדע וואלן פאר די מדינת ישראל כנסת פארלאמענט, היות א טייל צבור האט ב"ה נישט קיין צוטריט צי די בחדרי און כיכר נייעס וועב זייטלעך וכדומיהן, ווערט מען געבעטן צי לייגען דא די רעזולטאטען, און בלויז רעזולטאטען.

די רעזולטאטען וועט אנהייבען ארויס קטמען דאס מאל עטליכע שטונדען שפעטער ווי לעצטע מאל, תוליב וואס מען וועט עס מוזען א סך בעסער ציילען, עס זאל זיך נישט איבער חזר'ען וואס עס איז געשעהן לעצטע מאל.

פאלגענד איז די רשימה פון די פארטייען וואס מיר האבן געשריבען לעצטע מאל, פאר א קנאפע 4 חדשים צוריק

אין מדינת ישראל קומט מארגען פאר וואלן פאר די 120 פארלאמענט זיצען, פאלגענד זאל מען לייגען בלויז וואל רעזולטאטען, אן קיין שום פראפאגאנדע חלילה, ה'"י.

ווי עס גייט אין די מדינה פארמעסט מען זיך נישט דירעקט אויף דאס פירערשאפט פאזיציע, נאר די פירער פון איינע פון די צוויי גרעסטע פארטייען באקומט דאס פרעמיאר אמט, ווער פון זיי עס קען ציזאמען קראצען שטיצע פון 61 ערוויילטע פארלאמענט מיטגלידער אז ער זאל זיין פרעמיאר מיניסטער, באקומט דאס מאנדאט פון פרעזידענט (רובי ריבלין אין דער פאל), און שטעלט ציזאם א קאאליציע רעגירונג פון 61 פארלאמענט מיטגלידער.

אויב מען קען נישט ציזאמען שטעלן שטיצע פון 61, טוט זיך א סעמעטוכע, צי דאס גרעסערע פארטיי וועט דארפן באקומען דאס מאנדאט, אדער דער וואס האט מער פארלאמענט מיטגלידער אין זיין שטיצע.

די פארטייען וואס פארמעסטן זיך זענען ווי פאלגענד:

הליכוד – דער אלגעמיינער רעכטער פארטיי, געגרינדעט געווארן אין 1973, אן האט פארכאפט זאס פירעשאפט אין 1977, ווען איהר פארשטארבענער פירער מנחם בעגין איז געווארן פרעמיאר מיניסטער, דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די רעכטע האבן געפירט דאס ממשלה, און פון דאן זענען זיי רוב יארן געווען פירער.

דאס היינטיגער פירער איז ביבי נתניהו, וועלכער זיצט שוין ביים רעדל צען יאר, ער האט מיט זיך א בארג פון קאנטערווערסיע, מיט פארדאכטען אויף קארופציע, אבער איז קריזמאטיש, און גאר שטארק רעספערקטירט ביי די רעכטע וויילער, ווי אויך פארהאסט ביי די אנדערע לאגער.

כחול לבן – א ניי געגרינדעטע פארטיי, וואס פאררופט זיך צענטראל, וועלכע איז אין אמת'ן אריין א קאאליציע פון אנטי נתניהו פארטייען, איהר פירער איז בעני גאנץ, דאס פירער פון דאס חוסן לישראל פארטיי, א געוועזענער גענעראל, און הויפט פון מיליטער, וואס מען רופט דארט א רמטכ"ל, נואמבער 2 איז יאיר לפיד, דאס פירער פון יש עתיד פארטיי, א שטארקע שונא דת, וועלכע האט אין פארגאנגעהייט שוין דורך געפירט שווערע געזעצען קעגן חרדים.
די צוויי האבן געמאכט א דיעל אז אויב זיי ווערן ערוויילט, וועט אין די ערשטע האלב טערמין גאנץ זיין ראה"מ, און אין די צווייטע האלב גאנץ.
#3 איז משה יעלון, א געוועזענען ליכוד מיטגליד, וועלכער איז אויך געווען א רמטכ"ל און אויך א דיפענס מיניסטער, נתניהו האט צי גענומען פון איהם די דיפענס מינעסטערום, האט ער זיך ציקריגט מיט איהם, און געגרינדער דאס תל"ם פארטיי, און #4 איז גבי אשכנזי אויך א געוועזענער רמטכ"ל.

איחד מפלגות הימין – א קאאליציע פון רעכטע מזרח'יסטישע פארטייען, הבית היהודי – ווי מען פלעגט זיי רופן מפד"ל, דער אלגעמיין רעליגיעז ציוני'סטישע פארטיי, אינטער פירערשאפט פון רפי פרץ, געוועזענער טשיעף ראביי פון מיליטער,
איחוד הלאומי – דאס פארטיי פון די חרד"ל'ים, דהיינו מער פרומערע מזרח'יסטן, געפירט דורך דאס פאפולערער סמאטרידזש.
עוצמה יהודית - דאס מתנחל'ישער עקסטרעם רעכטע פארטיי, תלמידים פון דאס עקסטרעמיסט מאיר כהנא.

הימין החדש – א ניי רעכטער פארטיי, רעכטער פון ליכוד, געגרינדער דורך דאס פאפולערער נפתלי בענט – געוועזענער פירער פון הבית היהודי, און מיסיס שקד, דזשאסטיץ מיניסטער, זיי האבן געהאפט צי זיין א געלונגענע פארטיי, אבער מע שעמעקט א דורכפאל.

ישראל בתינו – רעכט - דאס פארטיי פון די רוסישע עולים, געפירט דורך אביגדור ליברמן, געוועזענער דיפענס מיניסטער, וועלכער האט א שטארקע אנטי דת אזשענדע.

כולנו – רעכט – מיט א סאציאלע עקאנאמישע אדזשענדע, אנגעפירט דורך משה כחלון – שר האוצר.

זהות – א נייער פארטיי, און אנפירעשאפט פון משה פייגלין, א געוועזענער ליכוד מיטגליד, א רעליגיעזער מענטש, מיט א אנטי רעליגיע אדזשענדע, וועלכער ציהלט צי אפטיילען רעליגיע פון די הערשאפט, ערמעגליכען צי חתונה האבן שלא עפ"י תורה, און ליגעלייזען מאראוואנע דראג'ס.

העבודה – לינק - וועלכער איז א המשך פון די מפא"י פארטיי, וועלכער איז געווען די ערשטע פארטיי אין הערשאפט, און איז געזעצן ביים רעדל ביז 1973, איהר יעצטיגע פירער איז אבי גבאי.

מרץ – אן אלטער עקסטרעם לינקע און אנטי דת פארטיי.

גשר – דורך מיסיס לוי אובקסיס – מיט א עקאנאמישער אדזשענדע.

חד"ש תע"ל – צוויי אראבישע פארטייען, פון איימאן עודה און אחמד טיבי.

רע"ם בל"ד – צוויי אראבישע פארטייען, בל"ד איז א עקסטרעם לינקע פרייער פארטיי מיט פיל קאנטערווערסיע אינטער זיך, טייל פון איהרע מיטגלידער זענען שוין אנעקלאגט געווארען מיט הילף פאר טעראר, א געוועזענער ח"כ האו אריין געשמאגעלט סעפאון'ס פאר טעראריסטען אין תפיסה, א צוויטע איז געווען אויך די מארמארא שיף פון טערקיי צי עזה.

יהדות התורה – אשכנזי'שער חרדי'שער פארטיי, וואס ערהאלט אין זיך אגדות ישראל און דגל התורה.

ש"ס – די חרדי'שע ספרד'ישער פארטיי.

די חילוקים די מאל איז ווי פאלגענד.

די ראדוקאל רעכטע עוצמה יהודית פארטיי האט זיך אפגעטיילט פון בית יהודי, און לויפט באזונדער.

דאס ימין החדש פארטיי וואס האט דורך געפאלן ביי די פארלאפענע וואלן האט אויפגענומען אלס יו"ר רעביצין שקד אנשטאט בענט, און זיך פאראייניגט מיט הבית היהודי און איחוד לאמוי, זייער נייער נאמען איז - ימינה.

העבודה פארטיי האט אויפגענומען א נייער פירער, עמיר פרץ, און זיך פאראייניגט מיט גשר פון הרבנית לוי.

געוועזענער פרעמיער מיניסטער באראק האט געעפענט א נייער פארטיי, און זיך פאראייניגט מיט די רעדוקאל לינקע מרץ פארטיי, זייער נאמען - מחנה הדמוקרטי.

די אראבישע פארטייען האבן זיך אלע פאראייניגט אינטער איין רשימה.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 5:56 pm

מען בעט פון אלע חשובע חברים, צו האלטן דעם אשכול בלויז פאר רעזולטאטן.
אן קיין דעבאטעס וכדומה..
להנאת כול!

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 6:16 pm

נאך אפאר חילוקים זענען דא די מאל:
זהות & כולנו - האבן זיך פארמאכט.. און זיך צוזאמגעשטעלט מיט ליכוד
ישראל ביתינו - איז אוועקגעגאנגען פון זיין אזוי רעכט, און איז מער צענטראל (זאגענדיג אפיציעל אז ער וועט ממליץ זיין אויף גנץ פאר ראש הממשלה).

סך הכל פארטייען איז דא:

ליכוד - רעכט
ימינה - רעכט
עוצמה יהודית - עקסטרעם רעכט
כחול לבן - צענטראל-לינק
ישראל ביתינו - צענטראל-רעכט
המחנה הדמוקרטי - לינק
עבודה-גשר - לינק
הרשימה המשותפת - אראבער
יהדות התורה - חרדים
ש"ס - חרדים

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:54 pm

איז דא א סייט וואו מ'קען עס מיטהאלטן?

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:00 pm

שמואל בארג האט געשריבן:איז דא א סייט וואו מ'קען עס מיטהאלטן?

https://votes22.bechirot.gov.il/

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 6:51 am

אנדערש ווי געמיינט איז טוירנאוט ביזן דאך.

#israelelections2019 : lunchtime turnout highest since 1984

#israelelections2019 update from @i24NEWS_EN : voter turnout so far is trending 2% higher than the April election, surprising those predicting significantly lower turnout
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 7:22 am

רשימה פון וויפיהל פראצענט פון יעדער חסידות האבן שוין דערווייל געוועלט..

hhhhh.png
hhhhh.png (600.52 KiB) געזעהן 6586 מאל

פוילישער קארגער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 03, 2019 6:54 pm

אחוז הצבעה

תגובהדורך פוילישער קארגער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 9:53 am

אויב איינער האט די אחוז הצבעה פון וועד הבחירות( אזוי ווי די פריעדעגע בחירות ) ביטע ברענגען

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 9:58 am

אחוז ההצבעה נכון לשעה 14:00 עומד על 36.5%.
מדובר בעלייה של 0.7% בהשוואה לבחירות באפריל.

עד לשעה 14:00 הצביעו שני מיליון שלוש מאות שלושים ואחד אלף ותשע מאות שבעים וארבע בעלי זכות בחירה.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:16 am

וויאזוי ווייסט מען וויפיל האבן ג'וועהלט אין יעדע קהילה? דורך עקסיט פאללס אדער עס איז אפיציעל?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

בשם כל ישראל
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

תגובהדורך בשם כל ישראל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:20 am

יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי ווייסט מען וויפיל האבן ג'וועהלט אין יעדע קהילה? דורך עקסיט פאללס אדער עס איז אפיציעל?

איך וועל מסביר זיין בקיצור וויאזוי עס ארבעט, און יעדע צימער ווי מען קען שטומען זיצט דארט א מענטש פון אגודת ישראל צו זעין אז אלעס גייט און ארדענוג (אזוי אויך זיצען דארט פון אנדערע פרטייען, און ביי די נישט פרומע פלעצער האט שס מיט אגודת ישראל אן אפמאך אז מען שיקט איינעם וואס גיבט אכטונג אויף ביידע) און דער וואס זיצט דארט האט א ביכעל פון אלע נעמען און ווען א מענטש קומט אריין שטומען גיבט ער זיין אינפודקציא קארטל פאר די ערשטע מענטש וואס זיצט דארט און ער זיכט אויף זיין נאמען און די ביכעל [וואס איז דא דארט בערך 600-700 נעמען] און רופט אויס הויעך אז דער מענטש איז ביי די ביכעל דעי נומבער (עס גייט לפי די סדר א"ב און דער זייט שטייט נאמבער לפי די סדר 1,2,3) און אלע מעקען אויס ביי זייער ביכעל דעי נאמען אז ער האט שוין געשטומט, און דערנאך באקומט ער א קאנווערטל און ער גייט אינטער א קליינע מחיצה און ער לייגט אריין דארט די צעטיל וואס ער וויל שטומען און ער קומט צירוק מיט די קאנווערטיל פאר זיי און ער לייגט עס אריין און די פושקע א.א.וו., יעצט דער מענטש פון אגודת ישראל האט ביי זיך א בלאט מיט נומבערס ביז 700 אדער מער און ווען ער מעקט אויס ביי זיין ביכעל א נאמען מעקט ער אויך אויס די נומבער אויף יענע צעטיל, און יעדע שטיק צייט קומט איינער פון אגודת ישראל און ער נעמט די צעטיל מיט די נאמבערס פון עם און גיבט עם א נייע צעטיל און ער רופט צו א סצפיעלע נומבער פון אגודת ישראל און ער לייגט אריין די נומבער פון די שטום צימער און שפעטער די נומערען וואס יענער האט אויסגעמעקט און ביי זיי ווייסט מען שוין יעדע נומער ווער איז די מענטש און צי וועלכע חסידות ער באלאנגט

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:24 am

בשם כל ישראל האט געשריבן:

און דא ליגט די שטיקל ווי אזוי מפעלטש וואלן
א מענטש קומט אריין מיט א נאמבער וואס מווייסט אז ער וואט נישט און ער וואט אויף יענעמס נאמען

לאמיר זאגן יואל טייטלבוים פון ירושלים זיין נאבער איז 34567 און די אגודה ווייסט דאך אז גייט נישט וואטן שיקט מען איינעם וואס האט שוין געוואוט און ער גייט צו צום אויפזעהער וואס איז א אגודיסט און ער ווייזט איהם זיין ת"ז און ער באשטעיטיגט אז סאיז אן אמתן איי די, נארמאל וועט ער טשעקן וואס די נאמבער פון די איי די נאמבער איז, באט דער חברהמאן ווייזט איהם אז ער זאל אויסרופן נומבער 34567 און אזוי איז כשר די וואוט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

בשם כל ישראל
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

תגובהדורך בשם כל ישראל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:33 am

איינס האט געשריבן:
בשם כל ישראל האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וויאזוי ווייסט מען וויפיל האבן ג'וועהלט אין יעדע קהילה? דורך עקסיט פאללס אדער עס איז אפיציעל?

איך וועל מסביר זיין בקיצור וויאזוי עס ארבעט, און יעדע צימער ווי מען קען שטומען זיצט דארט א מענטש פון אגודת ישראל צו זעין אז אלעס גייט און ארדענוג (אזוי אויך זיצען דארט פון אנדערע פרטייען, און ביי די נישט פרומע פלעצער האט שס מיט אגודת ישראל אן אפמאך אז מען שיקט איינעם וואס גיבט אכטונג אויף ביידע) און דער וואס זיצט דארט האט א ביכעל פון אלע נעמען און ווען א מענטש קומט אריין שטומען גיבט ער זיין אינפודקציא קארטל פאר די ערשטע מענטש וואס זיצט דארט און ער זיכט אויף זיין נאמען און די ביכעל [וואס איז דא דארט בערך 600-700 נעמען] און רופט אויס הויעך אז דער מענטש איז ביי די ביכעל דעי נומבער (עס גייט לפי די סדר א"ב און דער זייט שטייט נאמבער לפי די סדר 1,2,3) און אלע מעקען אויס ביי זייער ביכעל דעי נאמען אז ער האט שוין געשטומט, און דערנאך באקומט ער א קאנווערטל און ער גייט אינטער א קליינע מחיצה און ער לייגט אריין דארט די צעטיל וואס ער וויל שטומען און ער קומט צירוק מיט די קאנווערטיל פאר זיי און ער לייגט עס אריין און די פושקע א.א.וו., יעצט דער מענטש פון אגודת ישראל האט ביי זיך א בלאט מיט נומבערס ביז 700 אדער מער און ווען ער מעקט אויס ביי זיין ביכעל א נאמען מעקט ער אויך אויס די נומבער אויף יענע צעטיל, און יעדע שטיק צייט קומט איינער פון אגודת ישראל און ער נעמט די צעטיל מיט די נאמבערס פון עם און גיבט עם א נייע צעטיל און ער רופט צו א סצפיעלע נומבער פון אגודת ישראל און ער לייגט אריין די נומבער פון די שטום צימער און שפעטער די נומערען וואס יענער האט אויסגעמעקט און ביי זיי ווייסט מען שוין יעדע נומער ווער איז די מענטש און צי וועלכע חסידות ער באלאנגט

און דא ליגט די שטיקל ווי אזוי מפעלטש וואלן
א מענטש קומט אריין מיט א נאמבער וואס מווייסט אז ער וואט נישט און ער וואט אויף יענעמס נאמען

לאמיר זאגן יואל טייטלבוים פון ירושלים זיין נאבער איז 34567 און די אגודה ווייסט דאך אז גייט נישט וואטן שיקט מען איינעם וואס האט שוין געוואוט און ער גייט צו צום אויפזעהער וואס איז א אגודיסט און ער ווייזט איהם זיין ת"ז און ער באשטעיטיגט אז סאיז אן אמתן איי די, נארמאל וועט ער טשעקן וואס די נאמבער פון די איי די נאמבער איז, באט דער חברהמאן ווייזט איהם אז ער זאל אויסרופן נומבער 34567 און אזוי איז כשר די וואוט

אבער דאס קען נאר געשען אז דער וואס נעמט די ת.ז. און ווער עס זיצט נעבען עם זענען היימישע מענטשען, עס איז דא א סדר וויאזוי מען זיצט קודם זיצט די מזכיר און שפעטער די יו"ר און נאכדעם א חבר און שפעטער די משקיפים אוז די ת.ז. נעמט די מזכיר און גיבט דאס פאר די יו"ר [אדער פארקערט] און זיי ביידע זעין אויב די ביסט עס ממיילא אויב זיי 2 זענען היימישע דעמלטס קען מען אביסל פעלטשען [און מען דארף אכטונג געבען אז די חבר זאל זעל נישט זאגען אז ער וויל אויך זעין די ת.ז. און ער האט א רעכט צו זאגען]
אבער דאס מאל האבען די פרייע געלייגט גריס דרוק אז ביי די פרומע פלעצער זאל די מזכיר אדער די יו"ר זיין פון זייערע ממיילא איז גאנץ שווער דאס מאל צו פעלטשען

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:06 am

עס איז נישט קיין דזשאוקס.
מ'האט זיך איינגערעדט/געהאפט אז עס וועט זיין א קליינע "אחוז הצבעה" (טורנאוט בלע"ז) די מאל, זייענדיג אזוי נאנט צו די פאריגע בחירות.
למעשה, איז דא לאנגע שורות סיי אין די פרייע/לינקע געגנטער און סיי אין די אראבישע געגנטער.
דאס איז נישט גוטע נייעס - נישט פאר די חרדים און נישט פאר די רעכטע.

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:37 am

עד לשעה 16:00 הצביעו 44.3% מכלל בעלי זכות הבחירה, שהם 2,834,584, שני מיליון, שמונה מאות ושלושים וארבע אלף, חמש מאות שמונים וארבע בעלי זכות בחירה.

מדובר באחוז וחצי גבוה יותר מהבחירות הקודמות.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:39 pm

ווען ענדיגט מען שטימען אויפן אמעריקאנעם זייגער?

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 12:43 pm

איך בין יעצט צוריק גקומען פון די מטה פון אגודת ישראל און ירושלים די עולם ארבעט שווער די מצב איז ערנסט!!
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:09 pm

אהבת השם האט געשריבן:ווען ענדיגט מען שטימען אויפן אמעריקאנעם זייגער?

3:00
און פאר 7:00-6:00 וועסטו מסתמא נישט וויסן צופיל עכטע תוצאות.

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:15 pm

עכטע תוצאות גייט זיין דאס יאהר 4 שעה שפעטער פון ביז אהער.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:26 pm

ימות המשיח האט געשריבן:איך בין יעצט צוריק גקומען פון די מטה פון אגודת ישראל און ירושלים די עולם ארבעט שווער די מצב איז ערנסט!!

פון די מִטָה? אוי געוואלד, וואו האט מען עס באערדיגט?

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:27 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
ימות המשיח האט געשריבן:איך בין יעצט צוריק גקומען פון די מטה פון אגודת ישראל און ירושלים די עולם ארבעט שווער די מצב איז ערנסט!!

פון די מִטָה? אוי געוואלד, וואו האט מען עס באערדיגט?

וואס הייסט און בית החיים!?
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6506
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:34 pm

אחוז ההצבעה נכון לשעה 18:00 עומד על כ-53.5 אחוז מכלל בעלי זכות הבחירה.
כלומר, עד לשעה 18:00 הצביעו 3,418,531 בעלי זכות הצבעה.
הדיווח הבא על אחוזי ההצבעה יימסר בשעה 21:00.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:44 pm

מ'ארבעט טאקע אריין.
די פראצענטן ביי אגודה זענען גאר הויך

140.PNG
140.PNG (336.9 KiB) געזעהן 4822 מאל

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:48 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
ימות המשיח האט געשריבן:איך בין יעצט צוריק גקומען פון די מטה פון אגודת ישראל און ירושלים די עולם ארבעט שווער די מצב איז ערנסט!!

פון די מִטָה? אוי געוואלד, וואו האט מען עס באערדיגט?

סמוך ל'מטה ההסברה של העדה'....

פעלט נאך כמעט 6 פראצענט פון גור, וואו זענען זיי??
לעצט פאראכטן דורך אביונה אום דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לעכטל
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 1:48 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:מ'ארבעט טאקע אריין.
די פראצענטן ביי אגודה זענען גאר הויך

140.PNG

ווי האלט עז יעצט?!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 28 געסט