וואל רעזולטאטען פון מדנ"י וואלן, Sep. 17 2019

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:47 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די חרדים האבן געוואונען דעם שלאכט, אבער נישט די מלחמה...

באקומען גענוג בענקלעך, אבער קענען ענדיגן אינעם אפאזיציע...


און די מלחמה איז נאכנישט פאראיבער. אויב די חרדים וועלן זיין אין די קוליצי', וועלן זיי האבן א שטארקע כח מיט זייער 17-18 בענקליך. און ליבערמאן וועט קענען גיין פייפן מיט זיינע 9. און אויב פארקערט...

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:48 am

א נקודה. די לינקע מידיע פרובירט אראפצומאלן ביבי אלס פארלירער. למעשה איז ער פונקט ווי א האלב יאר צוריק. די גוש הימין איז די זעלבע, נאר ליבערמאן איז ארויס.

א האלב יאר צוריק איז די רעכטע גוש געווען 65 מיט ליבערמאן, און יעצט אויך. נאר ליבערמאן איז געווארן לינק אנשטאט רעכט.

גנץ איז די זעלבע לוזער, מיט ווייניגער אויסזיכטן פאר א ממשלה.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:51 am

רואיג! האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די חרדים האבן געוואונען דעם שלאכט, אבער נישט די מלחמה...

באקומען גענוג בענקלעך, אבער קענען ענדיגן אינעם אפאזיציע...


און די מלחמה איז נאכנישט פאראיבער. אויב די חרדים וועלן זיין אין די קוליצי', וועלן זיי האבן א שטארקע כח מיט זייער 17-18 בענקליך. און ליבערמאן וועט קענען גיין פייפן מיט זיינע 9. און אויב פארקערט...

נכון.

עס ווענד זיך מיט וועמען גנץ וועט ענדערש גיין, ליבערמאן אדער חרדים. ביבי וועט מעגליך זאגן איך וויל נאר חרדים.

עס קען זיך אויסשפילן 3 זאכן:

ליכוד, גנץ, ימינה, חרדים.

ליכוד מיט כחול לבן, אויך לפיד.

ליכוד, גאנץ, ליבערמן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:52 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די חרדים האבן געוואונען דעם שלאכט, אבער נישט די מלחמה...

באקומען גענוג בענקלעך, אבער קענען ענדיגן אינעם אפאזיציע...

קיינער האט נישט געוואונען די מלחמה. עס איז זייער מעגליך אז עס קומט א דריטע רונדע פון בחירות.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:53 am

ס'אבער נישט ממש די זעלבע ווי אהאלב יאר צוריק, ווייל דעמאלטס האט ער געהאט 60 אן ליבערמאן און יעצט האט ער 56 אן ליבערמאן.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:56 am

ישראל היום
צוגעלייגטע
20190918_005555.jpg
20190918_005555.jpg (297.06 KiB) געזעהן 1250 מאל
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:57 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:ס'אבער נישט ממש די זעלבע ווי אהאלב יאר צוריק, ווייל דעמאלטס האט ער געהאט 60 אן ליבערמאן און יעצט האט ער 56 אן ליבערמאן.

און ליבערמאן האט גענומען פון די רעכטע? אמת. די גוש הימין איז געבליבן, נאר ליבערמאן איז ארויס.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:59 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די חרדים האבן געוואונען דעם שלאכט, אבער נישט די מלחמה...

באקומען גענוג בענקלעך, אבער קענען ענדיגן אינעם אפאזיציע...


און די מלחמה איז נאכנישט פאראיבער. אויב די חרדים וועלן זיין אין די קוליצי', וועלן זיי האבן א שטארקע כח מיט זייער 17-18 בענקליך. און ליבערמאן וועט קענען גיין פייפן מיט זיינע 9. און אויב פארקערט...

נכון.

עס ווענד זיך מיט וועמען גנץ וועט ענדערש גיין, ליבערמאן אדער חרדים. ביבי וועט מעגליך זאגן איך וויל נאר חרדים.

עס קען זיך אויסשפילן 3 זאכן:

ליכוד, גנץ, ימינה, חרדים.

ליכוד מיט כחול לבן, אויך לפיד.

ליכוד, גאנץ, ליבערמן.


וויאזוי צוטיילט מען כחול לבן? וויפיל באקומט יעדער?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:59 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די חרדים האבן געוואונען דעם שלאכט, אבער נישט די מלחמה...

באקומען גענוג בענקלעך, אבער קענען ענדיגן אינעם אפאזיציע...

קיינער האט נישט געוואונען די מלחמה. עס איז זייער מעגליך אז עס קומט א דריטע רונדע פון בחירות.

אמת אז קיינער האט נישט געוואונען, אבער קיין דריטע בחירות קומט נישט אזוי שנעל. ס'איז דא גענוג מעגליכע מהלכים פון א ממשלת אחדות צו פארמיידן פרישע בחירות.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:01 am

א גוט מארגן אלע איזראעלי ניקים האף מיר איר זענט גוט געשלאפן, און האפענטליך ווען מיר דא וועלן אויפשטיין וועט מען עעעננדלללליך ענדיגן אלעס ציילן.
זשאו ביידען מאכט א מיסטעיק, און ער פאררעכט עס גלייך
דאנעלד טראמפ מאכט א מיסטעיק, און ס'ווערט א פאקט גלייך

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:02 am

רואיג! האט געשריבן:וויאזוי צוטיילט מען כחול לבן? וויפיל באקומט יעדער?

יעדער קען זיך צוטיילן, יעדער נעמט וויפיל ער האט אריינגעלייגט, אלעס איז אויף פען און פאפיר.

ימינה האט זיך שוין צוטיילט.

אפי' איין ח"כ קען באשליסן אריינצוגיין אין קאאליציע אן זיין פארטיי. ביי די לעצטע בחירות האט ביבי פרובירט יענקלוביץ פון כחול לבן זאל קומען צו זיין קאאליציע.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:02 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:וואסי א חילוק וויפיל מ'האט געמיינט ליבערמאן גייט באקומען, למעשה איז ער דער וואס האט אנגעדרייט די צווייטע עלעקשאן, און אויב ביבי מיט די גוש הימין וואלט געוואונען, וואלט עס געווען א שטארקע פלאפ פאר אים. למעשה האט זיך אים עס גוט אויסגעלאזט, ער האט געהאט א גוטע נקמה אין ביבי און צובאקומען פינף בענקלעך. ליבערמאן איז די געווינער פון די נאכט!

ער האט נישט געוואונען די נאכט, ווייל ער איז ווייניגער פון די פאולס.


פון וועלכע אנקעטעס רעדסטו? די לעצטע וואך פאר די שטילשטאנד זענען ארויסגעקומען צוועלף אנקעטעס, די דורכשניט האט געהאט ישראל ביתינו ביי 8.6 מאנדאטן.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:03 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:די חרדים האבן געוואונען דעם שלאכט, אבער נישט די מלחמה...

באקומען גענוג בענקלעך, אבער קענען ענדיגן אינעם אפאזיציע...

קיינער האט נישט געוואונען די מלחמה. עס איז זייער מעגליך אז עס קומט א דריטע רונדע פון בחירות.


שווער צו גלייבן אז עס קומט נאך א רונדע בחירות. קיינער וואט נישט ווילן זיין די גורם דערצו, ווייל די פאלק וועט בכלל נישט זיין פרייליך.

מ'וועט מוזן טרעפן עפעס א פשרה.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:07 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:וואסי א חילוק וויפיל מ'האט געמיינט ליבערמאן גייט באקומען, למעשה איז ער דער וואס האט אנגעדרייט די צווייטע עלעקשאן, און אויב ביבי מיט די גוש הימין וואלט געוואונען, וואלט עס געווען א שטארקע פלאפ פאר אים. למעשה האט זיך אים עס גוט אויסגעלאזט, ער האט געהאט א גוטע נקמה אין ביבי און צובאקומען פינף בענקלעך. ליבערמאן איז די געווינער פון די נאכט!

ער האט נישט געוואונען די נאכט, ווייל ער איז ווייניגער פון די פאולס.


פון וועלכע אנקעטעס רעדסטו? די לעצטע וואך פאר די שטילשטאנד זענען ארויסגעקומען צוועלף אנקעטעס, די דורכשניט האט געהאט ישראל ביתינו ביי 8.6 מאנדאטן.

איז קוק פון איין וואך פריער.

ער האט באקומען גענוי וויפיל מ'האט אים פארשפראכן, און ווייניגער פון וויפיל ער האט זיך איינגערעדט אין אנהויב. שס האט באקומען העכער אלע שאצונגען.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:09 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:וויאזוי צוטיילט מען כחול לבן? וויפיל באקומט יעדער?

יעדער קען זיך צוטיילן, יעדער נעמט וויפיל ער האט אריינגעלייגט, אלעס איז אויף פען און פאפיר.

ימינה האט זיך שוין צוטיילט.

אפי' איין ח"כ קען באשליסן אריינצוגיין אין קאאליציע אן זיין פארטיי. ביי די לעצטע בחירות האט ביבי פרובירט יענקלוביץ פון כחול לבן זאל קומען צו זיין קאאליציע.


וואס איז אויף פען און פאפיר? מ'לייגט אריין באזונדערע אותיות פאר יעדע חלק אין די פארטיי?

ס'איז שוין יעצט פאבליק וויפיל ס'וואלט געגאנגען פאר גאנץ למשל? (איך דארף שוין צוזאמשטעלן מיין קוליצי'...)

אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

תגובהדורך Yitzchok Shmiel » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:19 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:ס'אבער נישט ממש די זעלבע ווי אהאלב יאר צוריק, ווייל דעמאלטס האט ער געהאט 60 אן ליבערמאן און יעצט האט ער 56 אן ליבערמאן.

און ליבערמאן האט גענומען פון די רעכטע? אמת. די גוש הימין איז געבליבן, נאר ליבערמאן איז ארויס.

עוצמה האט גענימען

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:20 am

רואיג! האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:וויאזוי צוטיילט מען כחול לבן? וויפיל באקומט יעדער?

יעדער קען זיך צוטיילן, יעדער נעמט וויפיל ער האט אריינגעלייגט, אלעס איז אויף פען און פאפיר.

ימינה האט זיך שוין צוטיילט.

אפי' איין ח"כ קען באשליסן אריינצוגיין אין קאאליציע אן זיין פארטיי. ביי די לעצטע בחירות האט ביבי פרובירט יענקלוביץ פון כחול לבן זאל קומען צו זיין קאאליציע.


וואס איז אויף פען און פאפיר? מ'לייגט אריין באזונדערע אותיות פאר יעדע חלק אין די פארטיי?

ס'איז שוין יעצט פאבליק וויפיל ס'וואלט געגאנגען פאר גאנץ למשל? (איך דארף שוין צוזאמשטעלן מיין קוליצי'...)

מען מאכט א הסכם, און יעדער לייגט אריין א באשטימטע צאל.

לדוגמא יהדות התורה. דארט איז גפני, מקלב, אשר, פינדרוס פאר דגל. און ליצמאן, פרוש, אייכלער און טעסלער פאר אגודה. אויב מ'טיילט זיך אפ נעמט יעדער זיינע מנדטים.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:20 am

Yitzchok Shmiel האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:ס'אבער נישט ממש די זעלבע ווי אהאלב יאר צוריק, ווייל דעמאלטס האט ער געהאט 60 אן ליבערמאן און יעצט האט ער 56 אן ליבערמאן.

און ליבערמאן האט גענומען פון די רעכטע? אמת. די גוש הימין איז געבליבן, נאר ליבערמאן איז ארויס.

עוצמה האט גענימען

לעצטע מאל איז הימין החדש נישט אריין, כמעט 4.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:23 am

ליבערמאן איז פארנומען מיט גיוס אז ס'מוז דורכגיין און עוצמה באשולדיגט נתניהו...
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 1:26 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מען מאכט א הסכם, און יעדער לייגט אריין א באשטימטע צאל.

לדוגמא יהדות התורה. דארט איז גפני, מקלב, אשר, פינדרוס פאר דגל. און ליצמאן, פרוש, אייכלער און טעסלער פאר אגודה. אויב מ'טיילט זיך אפ נעמט יעדער זיינע מנדטים.


אה ש'כח. און אויך א דאנק פאר די גאנצע נאכט, איך האב נאר געהאט עקסעס דא, און פיין געקענט מיטהאלטן.

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 2:56 am

מיין פילינג איז אז אויב ביבי באקומט די ערשטע די מאנדאט, וועט ער ארבעטען אויף העבודה, און געבן פאר פרץ א פעטע ביינדל, אזוי ווי ער גייט ממילא פליען ביי די נעקסטע וואלן לוינט זיך פאר פרץ צי טרייען כאטשיג.
לכבוד דעם וועט ער געבן פאר פרץ, ער זאל קענען קלעימען אז מען לאזט סטאטוס קווא, לגבי די חלק פון זהות המדינה, וואס די חרדים האבן עכט נישט קיין פראבלעם דערמיט, ווידער העבודה האט אויך נישט אזא אישו מיט גיוס בני ישיבות און שוויון בנטל, ווען זיי האבן געפירט די לאנד, האבן די חרדים נישט געהאט אזא פראבלעם עד שבא לפיד.
ווי אויך וועט ער נאכגעבן אז ער וועט נישט גארנישט אנעקסירן און טוישן די מצב פון סעטעלמענטס, וואס אגב קומט לכאורה נישט אזאלכע גרינגע צייטן יעצט פאר ביבי אין דעם פעלד, ווען טראמפ וועט ארויסלייגן זיין שלום פלאן, וואס לויט אלע פאליטישע אנדייטונגען וועט עס זיין א שווערע פיל פאר די רעכטע.
ווי אויך וועט עס זיין א גוטע תירוץ פאר ביבי לגבי די גאר רעכטע אז ער האט נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט נאכגעבן פאר טראמפ, און ער וועט עס קענען אנלייגן אויף העבודה. איבערהויפט יעצט ווען עוצמה האט נישט גארנישט.
די חרדים האבן עכט נישט אזא פראבלעם מיט דעם.
בקיצור עס קומט ראולער קאסטער צייטן...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3287
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:55 am

איצטערט צייגט עס כחול לבן מיט ארום 25000 שטימען פראנויס. ביבי מיט זיין ליכוד פארטיי א פיצי הונטערשטעליג
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:10 am

But Mr. Gantz’s Blue and White party appeared to have come out ahead of Mr. Netanyahu’s conservative Likud, giving a small third party the power to decide the outcome. And his avowed desire to force a unity coalition including both their parties made it likely that, if the projections held, Mr. Gantz would be given the first chance of forming a government.
געשריבן דורך: נעכטן

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:35 am

אינטערעסאנטע אנעקדאט

אין די שטאט ראש העין, די וואוינארט פון בעני גאנץ, איז די ליכוד אריינגעקומען שטערקער. בשעת אין קיסריה, די וואוינארט פון ביבי נתניהו, איז כחול לבן גאר אריינגעקומען שטערקער.

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7589
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 6:34 am

א באריכט יעצט מיטוואך פארמיטאג, נאכן ציילן 85% פון די קולות
---------------------

מספירת מרבית הקולות עולה כי המפלגות של גנץ ונתניהו מקבלות כל אחת 32 מנדטים, אך לאף אחד מהם אין רוב: גוש הימין-חרדים עומד על 56 מנדטים וגוש המרכז-שמאל עומד על 55. הערבים עם 12 מנדטים. וישראל ביתנו עם הישג של 9 מנדטים.

בחירות 2019 מועד ב' – מתקרבים לתוצאות האמת: לאחר ספירת 85% מהקולות מדווחת בצהריים (רביעי) ועדת הבחירות המרכזית כי לכחול לבן הצביעו 26.5% מהקולות, מעט יותר מהליכוד, שקיבלה 25.9%.

המפלגה השלישית כרגע היא ש"ס, שקיבלה 7.8%. צמודה אליה הרשימה המשותפת עם 7.7%, ולאחר מכן ישראל ביתנו 7.3%, יהדות התורה 6.6%, ימינה 6%, העבודה-גשר 4.9%, המחנה הדמוקרטי 4.4%, ועוצמה יהודית, שלא עברה את אחוז החסימה, 1.95%. ספירת הקלפיות במגזר הערבי מתעכבת.

גורם בוועדה מאשר כי בשל הרצון לוודא את טוהר הבחירות בקלפיות במגזר הערבי (בדיקת כל תלונה לזיוף במקביל לספירה הקולות) הספירה שם איטית באופן משמעותי. כך עד עכשיו דיווחו רק 100 אלף קולות למשותפת, כאשר בפועל הציעו כ- 350 אלף מצביעים.

ירושלים נספרו 659 מתוך 667 קלפיות, ומהן עולה שמחצית מהתושבים הצביעו למפלגות חרדית ודתיות: יהדות התורה 24.9%, הליכוד 23%, ש"ס 16%, כחול לבן 11.8%, ימינה 9.2%, המחנה הדמוקרטי 3.6%, העבודה-גשר 3.4%, עוצמה יהודית 3.4%, ישראל ביתנו 3% והרשימה המשותפת 1.3%.


בכמה ערים ויישובים יש תוצאות סופיות. במעלה אדומים התוצאה הסופית 70.2% הצבעה היא: הליכוד 49%, ימינה 14.4%, כחול לבן 11.6%, ישראל ביתנו 7.3%, ש"ס 7.3%, עוצמה יהודית 5%.

התוצאות הסופיות בקריית שמונה (שיעור ההצבעה עמד על 60.2%): הליכוד 52.7%, כחול לבן 11.9%, ישראל ביתנו 10.4%, ש"ס 9, ימינה 6.4%, העבודה גשר 5.1%.

התוצאות הסופיות בטבריה (אחוז ההצבעה עמד על 59.9%) מעידות על ניצחון הליכוד בפער גדול. מפלגתו של בנימין נתניהו זכתה ל-45.7% לעומת 17.9% לש"ס ו-10.3% לכחול לבן. מפלגתו של ראש העיר טבריה רון קובי – הימין החילוני נלחמים בכפייה החרדית – זכתה בטבריה ל-2.26%. כלומר, המפלגה של ראש העיר לא עברה את אחוז החסימה בעירו שלו.

התוצאות הסופיות בקריית אתא: הליכוד 43.8%, כחול לבן 22.1%, ישראל ביתנו 10.5%, ש"ס 8.4%, ימינה 5% והעבודה-גשר 4.2%.

בבית שמש נספרו נכון ל-6:00 בבוקר 100 מתוך 103 קלפיות, והתוצאות לפניכם: יהדות התורה 35.4%, הליכוד 21.5%, ש"ס 18.6%, ימינה 9.6%, כחול לבן 5.4%, עוצמה יהודית 3.6% וישראל ביתנו 3.6%. אחוז ההצבעה היה 66%.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], בינוני און 25 געסט