שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:28 am

ווייל יענער איז א שוטה דארף מען האלטן די וועלט אויף האלד? איי דאונט טינק סאו!!

נייגעריגקייט איז א נייע היינטיגע תאווה?? איך מאך שוין צו אלע נייעס סטאנציעס!! רח"ל תאוות! השכלה! נייע זאכן!
יודן זענען אין א סכנה און סאיז געמיינע תאוות צו וויסן זייער מצב? מיין קישקעס דארפן זיך איבערקערן?

בכלל, כהאב הנאה אז דו האסט אויס געבעסערט "סגרעניצט זיך" מיט שפיכת דמים, כהאב שוין שיעור נישט געמיינט אז סאיז דא דא א דריטע קרבן און יענער איז גאר גערעכט געווען,
בקיצור לאמיר שניידן די קרעפלעך, אלס געשעען אומאנגענעמע זאכן,
אשר ע"כ דארף מען לאזן די מענטשהייט אין א וואלקן? מיין ענטפער איז ניין!!
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:31 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:32 am

ארגינעלע יוד האט געשריבן:וויילל יענער איז א שוטה דארף מען האלטן די וועלט אויף האלד? איי דאונט טינק סאו!!

יא, האסט עס אקוראט ארויס! דאס איז מיין פונקט.

דאס פארשטייסטו יא אז ווייל א רוצח שיסט אויף א גאס דארף מען די גאנצע גאס לייגן אויף האלד און אפשפארן?

הארמאניע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:33 am

צייט שטיפער האט געשריבן:און יא, צוזאגן איינעם אויפן טעלעפאון דיין שוועגערן איז אוועק ווייל זי הייסט ג. און איינער האט ארויסגעלאזט אז איינער ג. איז פון די געהרגטע איז אפי' לויט די קרומסטע קאפ גרעניצט זיך עס אויך מיט שפיכת דמים!

און צוגלייכן דאס צו ברענגן אן אפדעיט פונעם מעיאר איז?...


נישט יעדער וואס ווייסט עפעס וואס די ווייסט נישט אדער האט א מיינונג וואס די האלטסט נישט איז א ר...!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:33 am

מורי ורבותי, עס ליגט אויף אונז א התחייבות זיך אויפצושטעלן מחזק זיין אחינו בני ישראל תושבי דזשערסי סיטי.. וואס פאר זיי אז די טראגעדיע ליידער א 3'פאכיגע נסיון.

מצד אחד ליידער האט דאס פאר כלל ישראל אפגעקאסט צוויי נפשות, די קדושי דזשערסי סיטי הי"ד. איינער פון זיי א חשובער תושב מרת פערענץ ע"ה וועלכע האט זיך מיט מס"נ אוועק געגעבן במשך די לעצטע צוויי יאר די געשעפט'ל זאל זיין א סוקסעס, צו די שטארקע צופרידנהייט פון די ארטיגע תושבים, קהילת גרינוויל. זי לאזט ליידער איבער א שטוב מיט יונגע יתומים רח"ל. ווידער דער צווייטער קרבן הבחור החשוב משה צבי דייטש ע"ה, וועלעכע האט ליידער נישט זכה געווען ממשיך צו זיין זש"ק. משה הערש איז געווען א וואלאנטיר אין די הייליגע "חי' לייפליין/אחים ביחד" ארגעניזאציע ווי ער האט מיט מס"נ זיך אפגעגעבן מחזק צו זיין חולי ישראל און זייערע געשוויסטער.

מצד שני שטייען דא א גרופע יונגע נחשונים, אינגעלייט וועלכע האבן זיך ארויסגעצויגן קין גרינוויל און געעפענט א נייעם בלאט, א שיינע און אויפבליענדער ישוב בלעיה"ר. א פרישע הייליגע מוסדות מיט א נארוואס אויפגעבויעטער שפאגל נייעם צענטראלן בנין הביהמ"ד.. די זאכן קומען נישט אן גרינג, עס פארלאנג פון זיי אסאך עסקנות דורך יעדן תושב באזונדער וועלכע ארבעטן טאקע אינאיינעם ווי א פאראייניגטע מיליטער. און ווען אזא טראגעדיע באטרעפט די קהילה איז עס א מורא'דיגע קלאפ פאר די מאראל פון אלע תושבים. ס'איז ליידער געווען א דירעקט געצילטע אטאקע קעגן אידן דורך רוצחים ימש"ו וועלכע האבן געדארשט נאך אידיש בלוט רחמנה ליצלן, אבער נעמענדיג אין באטראכט די פאקט אז די אידן לעבן זייער אין גוטן מיט זייערע גויאישע שכנים, געבט זיי די קוראזש זיך נישט צו לאזן פאלן. און מיר מיזן זיי מחזק זיין.

יעצט איז נישט די צייט דן צו זיין איבער די זיכערהייט אינען שטעטל, נישט ווייל ס'קען זיין ס'איז אמת, פארקערט גאר. און ס'איז גראדע נישט קיין סוד. ווער עס האט שוין אמאל פארברענגט אין דזשערסי סיטי ווייסט אז די אידן שפירן זיך העכסט באקוועם מיט זייער גאנצע סביבה. ס'איז מיר אליינס שוין אויסגעקומען מער ווי איין מאל דארט צו פארברענגען, שאקירענד געווען ווי רואיג די גאסן דארט זענען.. בעת וואס איך האב שפאצירט פון מיין קאר צו מיין ספעסיפישן אדרעס בין איך שיין באגריסט געווארן דורך צוויי קויל-טונקעלע שכנים מיט א העפליכן העלאו. די ארטיגע תושבים שפירן זייער רואיג ארויסצושיקן די קינדער צו די חדר באס אדער צו שפילן אויף די גאס, עס זענען שוין פארגעקומען מער ווי איין צוזאמקום דורך די תושבים, ווי חוה"מ, ל"ג בעומר הדלקה וכו'.. וואס האט געמאכט א גרידער אויף די גאסן און איז מיט פארגעניגן צוגעלאזט געווארן דורך זייערע שכנים.

עס איז אבער נישט די צייט יעצט אריינצוגיין אין די נארישע סטאטיסטיקס בכלל, יעצט מיזן מיר מחזק אונזערע ברודער. זיי זענען אדורך א טראמע וועלכע האט לויט די שוין יעצט באקאנטע אינפארמאציע פונקט אזוי געקענט פאסירן סיי ווי נאר. מי כעמך ישראל, שוין נעכטן נאכט האבן עסקנים ארגענעזירט הילף פעקלעך וועלכע זענען אפגעליפערט געווארן פאר די ארטיגע תושבים, אזוי אויך היינט צופרי זענען שוין אהין אפגעטראגן געווארן הונדערטער סענדוויטשעס וועלכע זענען נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד מו"ה משה אליעזר לאנדא פון טשעסנאט סופער מארקעט אין וומסב"ג.

פאלגענד איז א ווידיאו וואס א ארטיגער צופרידענער נישט אידישע איינוואוינער האט ארויסגעשיקט היייט אינדערפרי אין ליכט פון די טראגעדיע, ווי ער טראגט אן הילף פאר זיינע פריינד, להבדל די אידישע שכנים.

דראפבאקס
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1886
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:35 am

.
צוגעלייגטע
99AC5111-75BC-4455-A80F-05844C095C2A.jpeg
99AC5111-75BC-4455-A80F-05844C095C2A.jpeg (68.27 KiB) געזעהן 1404 מאל

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:38 am

צייט שטיפער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אודך שפעקולאציעס

סא יעדער דארף פון היינט אין ווייטער ציטערן צו גיין צו דעם געגנט ווייל מען צילט אונז?

גארנישט מיט שפעקולאציעס, די מעיאר האט דאך קלאר געזאגט אז ס'איז געווען געצילט, און געוויסע מאכן עס אוועק אז ס'שטומט נישט, זאג איך אז איך קען הערן פארוואס ס'שטומט יא


לגבי דיין פחד קענסטו קומען אין אישי, איך קען דיר העלפן


ערשטנס, די מעיאר האט דאס געזאגט נאך פאר מען האט געהאט עפעס פרוף בכלל, און אונזערע סברות כרסיות וועלן דאס נישט מער באשטעטיגן ווי אנדרייען אנדערע הערצער

אין וואס איז דאס אנדרייען און דערנאך שיקן צו חיי לייפליין? יענער וויל מאכן א חיים טובים אויף וואטסעפפ און דערנאך ווערן א חיי לייפליין וואלענטיר?


פארשטיי אז די מעיאר האט צוטריט צו מער אינפארמאציע ווי מיר און דיר. ער האט געזאגט אז לויט די אינפארמאציע וואס ער האט באקומען איז עס געווען געצילט. ער האט געזעהן אויף די cctv אז די רוצחים זענען נישט אריינגעלאפן אין געשעפט פארלוירענערהייט אנטלויפנדיק פון פאליס. זיי האבן געפארקט א קראס די סטריט און אריינשפאצירט אהין אן שעדיגן פארבייגייער. ווען סיי ווער וואלט עס געזעהן וואלט מען אויך געקומען צו די באשלוס אז ס'איז ווארשיינלעך געווען אויספלאנירט.


עכ"פ איך וויל נישט אריינגיין צו שפעקולאציע'ס זענען יא ריכטיג אדער נישט, מיין פונקט האט יעדער בעל דעת פארשטאנען. ודי בהערה זו.


ווי עס זעהט אויס בין איך נישט קיין בעל דעת, און אזוי אויך דרייען זיך דא פילע נישט בעלי דעת, ווייל איך פארשטיי נישט דיין פונקט, און נאך אידן דא פארשטייען נישט וויאזוי די בויסט בנינים מיט שפעקולאציע'ס אפ צו ווענדן אמת'ע פאקטן, און די באשייגעצט מיט שפעקולאציע'ס די וואס ברענגן פאקטן.

עס איז ליידער געווען געצילט קעגן אידן, און אלע אידן אין גרעיטער ניו יארק דארפן יעצט ספעציעל צוקומען צו א שמירה עליונה מן השמים, סיי ווי מען וואוינט נאר.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:40 am

צייט שטיפער האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:וויילל יענער איז א שוטה דארף מען האלטן די וועלט אויף האלד? איי דאונט טינק סאו!!

יא, האסט עס אקוראט ארויס! דאס איז מיין פונקט.

דאס פארשטייסטו יא אז ווייל א רוצח שיסט אויף א גאס דארף מען די גאנצע גאס לייגן אויף האלד און אפשפארן?

שטיקל חילוק
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1886
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:41 am

דאס אז זיי האבן געשאסן דאס גוי פון געשעפט לייגט א שטיקל קוועשאן מארק אויף די הנחה אז עס איז געווען בלויז אנטי סעמיטיזעם...

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

גרשון
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:42 am

באקאנטע ווערטער אבער דברים כדרבונות פונעם הייליגן רמב"ם ז"ל (הלכות תענית א, א-ג):

ס'איז א מצות עשה מן התורה צו שרייען און בלאזן מיט חצוצרות אויף יעדער צרה וואס קומט אויפ'ן ציבור... דאס איז איינער פון די וועגן פון תשובה, ווייל ווען ס'קומט א צרה און מ'שרייט אויף דעם און מ'בלאזט, ווייסט יעדער אז דאס וואס ס'גייט שלעכט איז צוליב די שלעכטע מעשים... און דורכדעם וועט די צרה אוועקגיין.

אויב אבער מ'שרייט נישט און מ'בלאזט נישט, נאר מ'זאגט אז ס'האט פאסירט בדרך הטבע און די צרה איז א מקרה, איז דאס א דרך אכזריות, ווייל דאס איז גורם אז מ'זאל בלייבן באהאפטן אין די שלעכטע מעשים, און די צרה וועט ברענגען אנדערע צרות. אזוי ווי ס'שטייט אין דער תורה, "והלכתם עמי בקרי, והלכתי גם אני עמכם בחמת קרי," ד"ה אויב ווען איך ברענג אויף ענק א צרה כדי איר זאלט תשובה טון וועט איר זאגט אז ס'איז א מקרה, וועל איך פארמערן מער צארן צוליב וואס איר זאגט ס'איז א מקרה.


צי קלערט איר אז דאס איז נישט קיין רוף פון הימל, די דריטע געצילטע מאסן-שיסעריי אויף אידן אין אמעריקע ה"י אינעם לעצטן שטיק צייט און נאך א דורכגעפאלענע אין דייטשלאנד?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1886
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:42 am

ישוב הדעת האט געשריבן:דאס אז זיי האבן געשאסן דאס גוי פון געשעפט לייגט א שטיקל קוועשאן מארק אויף די הנחה אז עס איז געווען בלויז אנטי סעמיטיזעם...


קען אבער זיין אז ער איז געטראפן געווארן פון פאליציי בולעטס.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:43 am

בעריש'ל האט געשריבן:דאס איז א שוואכע ראיה אז מען האט געצילט דאס געשעפט. איך זאג נישט אז עס זענען נישט דא ראיות להיפך, אבער ביזדערווייל קוקט אויס ווי די פאליציי איז באגאנגען אן עוולה.

אפשר גיבסטו ארויס וואס גענוי איז דיין אגענדע מיט העצן אויף די פאליציי?

נעכטן ווען די מעשה איז נאך געווען גענצליך רוי, האסטו מיט א בלעכענע פנים געשריבן אז די קדושים זענען זיכער אומגעקומען פון די אומ'אחריות'דיגע פאליציי'ישע שיסעריי

ווען מ'האט דיר געפרעגט א מקור, האסטו אומפארשעמטערהייט געזאגט אז אזוי האסטו אפגעלערנט לויט די קולות אויף א קליפ וואס דו האסט געזעהן.

יעצט, עודך!

ווייסט פאקטן? אדרבה שעיר עס מיט'ן ציבור...

דו שרייבסט איינעם נאך? ביטע לייג צו די מקור...

האסט דמיונות אדער שיטות? ביטע האלט עס אין מאגן...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אור
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:46 am

גאר הארציגע ווערטער פון ר' מ"ד נידערמאן געשטיקט מיט טרערן ביים פרעסע קאנפרענץ

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:47 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מורי ורבותי, עס ליגט אויף אונז א התחייבות זיך אויפצושטעלן מחזק זיין אחינו בני ישראל תושבי דזשערסי סיטי.. וואס פאר זיי אז די טראגעדיע ליידער א 3'פאכיגע נסיון.

מצד אחד ליידער האט דאס פאר כלל ישראל אפגעקאסט צוויי נפשות, די קדושי דזשערסי סיטי הי"ד. איינער פון זיי א חשובער תושב מרת פערענץ ע"ה וועלכע האט זיך מיט מס"נ אוועק געגעבן במשך די לעצטע צוויי יאר די געשעפט'ל זאל זיין א סוקסעס, צו די שטארקע צופרידנהייט פון די ארטיגע תושבים, קהילת גרינוויל. זי לאזט ליידער איבער א שטוב מיט יונגע יתומים רח"ל. ווידער דער צווייטער קרבן הבחור החשוב משה צבי דייטש ע"ה, וועלעכע האט ליידער נישט זכה געווען ממשיך צו זיין זש"ק. משה הערש איז געווען א וואלאנטיר אין די הייליגע "חי' לייפליין/אחים ביחד" ארגעניזאציע ווי ער האט מיט מס"נ זיך אפגעגעבן מחזק צו זיין חולי ישראל און זייערע געשוויסטער.

מצד שני שטייען דא א גרופע יונגע נחשונים, אינגעלייט וועלכע האבן זיך ארויסגעצויגן קין גרינוויל און געעפענט א נייעם בלאט, א שיינע און אויפבליענדער ישוב בלעיה"ר. א פרישע הייליגע מוסדות מיט א נארוואס אויפגעבויעטער שפאגל נייעם צענטראלן בנין הביהמ"ד.. די זאכן קומען נישט אן גרינג, עס פארלאנג פון זיי אסאך עסקנות דורך יעדן תושב באזונדער וועלכע ארבעטן טאקע אינאיינעם ווי א פאראייניגטע מיליטער. און ווען אזא טראגעדיע באטרעפט די קהילה איז עס א מורא'דיגע קלאפ פאר די מאראל פון אלע תושבים. ס'איז ליידער געווען א דירעקט געצילטע אטאקע קעגן אידן דורך רוצחים ימש"ו וועלכע האבן געדארשט נאך אידיש בלוט רחמנה ליצלן, אבער נעמענדיג אין באטראכט די פאקט אז די אידן לעבן זייער אין גוטן מיט זייערע גויאישע שכנים, געבט זיי די קוראזש זיך נישט צו לאזן פאלן. און מיר מיזן זיי מחזק זיין.

יעצט איז נישט די צייט דן צו זיין איבער די זיכערהייט אינען שטעטל, נישט ווייל ס'קען זיין ס'איז אמת, פארקערט גאר. און ס'איז גראדע נישט קיין סוד. ווער עס האט שוין אמאל פארברענגט אין דזשערסי סיטי ווייסט אז די אידן שפירן זיך העכסט באקוועם מיט זייער גאנצע סביבה. ס'איז מיר אליינס שוין אויסגעקומען מער ווי איין מאל דארט צו פארברענגען, שאקירענד געווען ווי רואיג די גאסן דארט זענען.. בעת וואס איך האב שפאצירט פון מיין קאר צו מיין ספעסיפישן אדרעס בין איך שיין באגריסט געווארן דורך צוויי קויל-טונקעלע שכנים מיט א העפליכן העלאו. די ארטיגע תושבים שפירן זייער רואיג ארויסצושיקן די קינדער צו די חדר באס אדער צו שפילן אויף די גאס, עס זענען שוין פארגעקומען מער ווי איין צוזאמקום דורך די תושבים, ווי חוה"מ, ל"ג בעומר הדלקה וכו'.. וואס האט געמאכט א גרידער אויף די גאסן און איז מיט פארגעניגן צוגעלאזט געווארן דורך זייערע שכנים.

עס איז אבער נישט די צייט יעצט אריינצוגיין אין די נארישע סטאטיסטיקס בכלל, יעצט מיזן מיר מחזק אונזערע ברודער. זיי זענען אדורך א טראמע וועלכע האט לויט די שוין יעצט באקאנטע אינפארמאציע פונקט אזוי געקענט פאסירן סיי ווי נאר. מי כעמך ישראל, שוין נעכטן נאכט האבן עסקנים ארגענעזירט הילף פעקלעך וועלכע זענען אפגעליפערט געווארן פאר די ארטיגע תושבים, אזוי אויך היינט צופרי זענען שוין אהין אפגעטראגן געווארן הונדערטער סענדוויטשעס וועלכע זענען נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד מו"ה משה אליעזר לאנדא פון טשעסנאט סופער מארקעט אין וומסב"ג.

פאלגענד איז א ווידיאו וואס א ארטיגער צופרידענער נישט אידישע איינוואוינער האט ארויסגעשיקט היייט אינדערפרי אין ליכט פון די טראגעדיע, ווי ער טראגט אן הילף פאר זיינע פריינד, להבדל די אידישע שכנים.

;l- דראפבאקס



;l;p- ;l;p- ;l;p- טשאדי קומט אריין מורא׳דיג קלאר און גוט as usual

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:52 am

טראק דרייווער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:גארנישט מיט שפעקולאציעס, די מעיאר האט דאך קלאר געזאגט אז ס'איז געווען געצילט, און געוויסע מאכן עס אוועק אז ס'שטומט נישט, זאג איך אז איך קען הערן פארוואס ס'שטומט יא


לגבי דיין פחד קענסטו קומען אין אישי, איך קען דיר העלפן


ערשטנס, די מעיאר האט דאס געזאגט נאך פאר מען האט געהאט עפעס פרוף בכלל, און אונזערע סברות כרסיות וועלן דאס נישט מער באשטעטיגן ווי אנדרייען אנדערע הערצער

אין וואס איז דאס אנדרייען און דערנאך שיקן צו חיי לייפליין? יענער וויל מאכן א חיים טובים אויף וואטסעפפ און דערנאך ווערן א חיי לייפליין וואלענטיר?


פארשטיי אז די מעיאר האט צוטריט צו מער אינפארמאציע ווי מיר און דיר. ער האט געזאגט אז לויט די אינפארמאציע וואס ער האט באקומען איז עס געווען געצילט. ער האט געזעהן אויף די cctv אז די רוצחים זענען נישט אריינגעלאפן אין געשעפט פארלוירענערהייט אנטלויפנדיק פון פאליס. זיי האבן געפארקט א קראס די סטריט און אריינשפאצירט אהין אן שעדיגן פארבייגייער. ווען סיי ווער וואלט עס געזעהן וואלט מען אויך געקומען צו די באשלוס אז ס'איז ווארשיינלעך געווען אויספלאנירט.


עכ"פ איך וויל נישט אריינגיין צו שפעקולאציע'ס זענען יא ריכטיג אדער נישט, מיין פונקט האט יעדער בעל דעת פארשטאנען. ודי בהערה זו.


ווי עס זעהט אויס בין איך נישט קיין בעל דעת, און אזוי אויך דרייען זיך דא פילע נישט בעלי דעת, ווייל איך פארשטיי נישט דיין פונקט, און נאך אידן דא פארשטייען נישט וויאזוי די בויסט בנינים מיט שפעקולאציע'ס אפ צו ווענדן אמת'ע פאקטן, און די באשייגעצט מיט שפעקולאציע'ס די וואס ברענגן פאקטן.

עס איז ליידער געווען געצילט קעגן אידן, און אלע אידן אין גרעיטער ניו יארק דארפן יעצט ספעציעל צוקומען צו א שמירה עליונה מן השמים, סיי ווי מען וואוינט נאר.


ווי עס זעט אויס האלט איר אז דער וואס ארויסגעלאזט אומריכטיגע נעמען האט זייער ריכטיג געטוהן ווייל דער עולם חלש'ט פאר אינפארמאציע
ווי אויך די וואס מאכן אפ שוין פון ערשטן מינוט וואס די מאטיוון פון אן אטאקע זענען מוראדיגע קלוגע קארפן קעפ וואס דארפן ווערן אריינגענומען אין די אויספארשונג אגענטורן פארן קענען אזוי גוט אשאצן מאטיוון בעפאר מען ווייסט נאך אפי' וואס עס גייט פאר (איך רעדט פון די וואס האבן שוין געטאדלט בעפארן מאיאר'ס סטעיטמענט)

זעהט אויס איך האב נאכנישט אזא שכל הישר (אפשר ווייל איך האב נישט קיין וואטסעפפ)

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:56 am

אור האט געשריבן:גאר הארציגע ווערטער פון ר' מ"ד נידערמאן געשטיקט מיט טרערן ביים פרעסע קאנפרענץ

לינק אראפגענומען צוליב נשים

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:57 am

וואלונטירן ביים סצענע
צוגעלייגטע
64.jpg
64.jpg (71.24 KiB) געזעהן 1047 מאל
68.jpg
68.jpg (71.17 KiB) געזעהן 1047 מאל
67.JPG
67.JPG (119.45 KiB) געזעהן 1047 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 11:59 am

צייט שטיפער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
ערשטנס, די מעיאר האט דאס געזאגט נאך פאר מען האט געהאט עפעס פרוף בכלל, און אונזערע סברות כרסיות וועלן דאס נישט מער באשטעטיגן ווי אנדרייען אנדערע הערצער

אין וואס איז דאס אנדרייען און דערנאך שיקן צו חיי לייפליין? יענער וויל מאכן א חיים טובים אויף וואטסעפפ און דערנאך ווערן א חיי לייפליין וואלענטיר?


פארשטיי אז די מעיאר האט צוטריט צו מער אינפארמאציע ווי מיר און דיר. ער האט געזאגט אז לויט די אינפארמאציע וואס ער האט באקומען איז עס געווען געצילט. ער האט געזעהן אויף די cctv אז די רוצחים זענען נישט אריינגעלאפן אין געשעפט פארלוירענערהייט אנטלויפנדיק פון פאליס. זיי האבן געפארקט א קראס די סטריט און אריינשפאצירט אהין אן שעדיגן פארבייגייער. ווען סיי ווער וואלט עס געזעהן וואלט מען אויך געקומען צו די באשלוס אז ס'איז ווארשיינלעך געווען אויספלאנירט.


עכ"פ איך וויל נישט אריינגיין צו שפעקולאציע'ס זענען יא ריכטיג אדער נישט, מיין פונקט האט יעדער בעל דעת פארשטאנען. ודי בהערה זו.


ווי עס זעהט אויס בין איך נישט קיין בעל דעת, און אזוי אויך דרייען זיך דא פילע נישט בעלי דעת, ווייל איך פארשטיי נישט דיין פונקט, און נאך אידן דא פארשטייען נישט וויאזוי די בויסט בנינים מיט שפעקולאציע'ס אפ צו ווענדן אמת'ע פאקטן, און די באשייגעצט מיט שפעקולאציע'ס די וואס ברענגן פאקטן.

עס איז ליידער געווען געצילט קעגן אידן, און אלע אידן אין גרעיטער ניו יארק דארפן יעצט ספעציעל צוקומען צו א שמירה עליונה מן השמים, סיי ווי מען וואוינט נאר.


ווי עס זעט אויס האלט איר אז דער וואס ארויסגעלאזט אומריכטיגע נעמען האט זייער ריכטיג געטוהן ווייל דער עולם חלש'ט פאר אינפארמאציע
ווי אויך די וואס מאכן אפ שוין פון ערשטן מינוט וואס די מאטיוון פון אן אטאקע זענען מוראדיגע קלוגע קארפן קעפ וואס דארפן ווערן אריינגענומען אין די אויספארשונג אגענטורן פארן קענען אזוי גוט אשאצן מאטיוון בעפאר מען ווייסט נאך אפי' וואס עס גייט פאר (איך רעדט פון די וואס האבן שוין געטאדלט בעפארן מאיאר'ס סטעיטמענט)

זעהט אויס איך האב נאכנישט אזא שכל הישר (אפשר ווייל איך האב נישט קיין וואטסעפפ)


די האסט געטאדעלט די פאקט אז עס איז געווען א געצילטע אטאקע, פון דעם האסטו בעיקר גערעדט, און די האסט געטאדעלט דעם מעיאר אויך.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
יצחקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2015 3:14 pm

תגובהדורך יצחקי » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:00 pm

שרעקעדיג געווען מיטצוהאלטן די פרעסע קאנפערענס אלע דרשנים דארטן האבן גערעדט אז ניו יארק דארף זיך ערענסט אויפוועקן אין נישט אויפגעהערט צו רעדן פון די האלאקאסט און פון קריסטאל נאכט

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:02 pm

נאך
צוגעלייגטע
65.JPG
65.JPG (180.11 KiB) געזעהן 970 מאל
62.jpg
62.jpg (72.91 KiB) געזעהן 970 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:04 pm

אור האט געשריבן:גאר הארציגע ווערטער פון ר' מ"ד נידערמאן געשטיקט מיט טרערן ביים פרעסע קאנפרענץ

יעצט געזען אין פשוט מיטגעווניט מיט רבי משה דוד
אויב איינער קען עס אהער ברענגן
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:06 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
ערשטנס, די מעיאר האט דאס געזאגט נאך פאר מען האט געהאט עפעס פרוף בכלל, און אונזערע סברות כרסיות וועלן דאס נישט מער באשטעטיגן ווי אנדרייען אנדערע הערצער

אין וואס איז דאס אנדרייען און דערנאך שיקן צו חיי לייפליין? יענער וויל מאכן א חיים טובים אויף וואטסעפפ און דערנאך ווערן א חיי לייפליין וואלענטיר?


פארשטיי אז די מעיאר האט צוטריט צו מער אינפארמאציע ווי מיר און דיר. ער האט געזאגט אז לויט די אינפארמאציע וואס ער האט באקומען איז עס געווען געצילט. ער האט געזעהן אויף די cctv אז די רוצחים זענען נישט אריינגעלאפן אין געשעפט פארלוירענערהייט אנטלויפנדיק פון פאליס. זיי האבן געפארקט א קראס די סטריט און אריינשפאצירט אהין אן שעדיגן פארבייגייער. ווען סיי ווער וואלט עס געזעהן וואלט מען אויך געקומען צו די באשלוס אז ס'איז ווארשיינלעך געווען אויספלאנירט.


עכ"פ איך וויל נישט אריינגיין צו שפעקולאציע'ס זענען יא ריכטיג אדער נישט, מיין פונקט האט יעדער בעל דעת פארשטאנען. ודי בהערה זו.


ווי עס זעהט אויס בין איך נישט קיין בעל דעת, און אזוי אויך דרייען זיך דא פילע נישט בעלי דעת, ווייל איך פארשטיי נישט דיין פונקט, און נאך אידן דא פארשטייען נישט וויאזוי די בויסט בנינים מיט שפעקולאציע'ס אפ צו ווענדן אמת'ע פאקטן, און די באשייגעצט מיט שפעקולאציע'ס די וואס ברענגן פאקטן.

עס איז ליידער געווען געצילט קעגן אידן, און אלע אידן אין גרעיטער ניו יארק דארפן יעצט ספעציעל צוקומען צו א שמירה עליונה מן השמים, סיי ווי מען וואוינט נאר.


ווי עס זעט אויס האלט איר אז דער וואס ארויסגעלאזט אומריכטיגע נעמען האט זייער ריכטיג געטוהן ווייל דער עולם חלש'ט פאר אינפארמאציע
ווי אויך די וואס מאכן אפ שוין פון ערשטן מינוט וואס די מאטיוון פון אן אטאקע זענען מוראדיגע קלוגע קארפן קעפ וואס דארפן ווערן אריינגענומען אין די אויספארשונג אגענטורן פארן קענען אזוי גוט אשאצן מאטיוון בעפאר מען ווייסט נאך אפי' וואס עס גייט פאר (איך רעדט פון די וואס האבן שוין געטאדלט בעפארן מאיאר'ס סטעיטמענט)

זעהט אויס איך האב נאכנישט אזא שכל הישר (אפשר ווייל איך האב נישט קיין וואטסעפפ)



ווייל איך בין א דרשו איד
נישט קיין וואטסעפפ איד

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:07 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:ווייל יענער איז א שוטה דארף מען האלטן די וועלט אויף האלד? איי דאונט טינק סאו!!

בקיצור לאמיר שניידן די קרעפלעך, אלס געשעען אומאנגענעמע זאכן,
אשר ע"כ דארף מען לאזן די מענטשהייט אין א וואלקן? מיין ענטפער איז ניין!!

דארף מען טאקע ערנסט שוקל זיין צווישן די 2
1 לאזן די מענטשהייט אין א וואלקן (צו אויסקלארען די וואלקן קען מען רואיג פארשפרייטען אלע צומישטע שפעקולאציעס אן נעמען)
2 זאגן נעמען פון מענטשן וואס זענען געשטארבן ווען זיי דרייען זיך ארום לעבעדיג ב''ה

זע איך אז די האסט שוין א קלארע ענטפער

א דוגמא פון די קלארקייט פון די אלע מעסעדזשעס איז אז הב' משה צבי הי''ד איז safe און א SWAT van

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:09 pm

הלשון האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:דאס איז א שוואכע ראיה אז מען האט געצילט דאס געשעפט. איך זאג נישט אז עס זענען נישט דא ראיות להיפך, אבער ביזדערווייל קוקט אויס ווי די פאליציי איז באגאנגען אן עוולה.

אפשר גיבסטו ארויס וואס גענוי איז דיין אגענדע מיט העצן אויף די פאליציי?

נעכטן ווען די מעשה איז נאך געווען גענצליך רוי, האסטו מיט א בלעכענע פנים געשריבן אז די קדושים זענען זיכער אומגעקומען פון די אומ'אחריות'דיגע פאליציי'ישע שיסעריי

ווען מ'האט דיר געפרעגט א מקור, האסטו אומפארשעמטערהייט געזאגט אז אזוי האסטו אפגעלערנט לויט די קולות אויף א קליפ וואס דו האסט געזעהן.

יעצט, עודך!

ווייסט פאקטן? אדרבה שעיר עס מיט'ן ציבור...

דו שרייבסט איינעם נאך? ביטע לייג צו די מקור...

האסט דמיונות אדער שיטות? ביטע האלט עס אין מאגן...


בעריש'ל. פאליציי העצעריי לאז פאר הייקינד.

אונז גלות אידן זוכן צו זיין שטיל און שטיין און די זייט, וואו ווייט מעגליך.

ווען דער איד איז יא אין די נייעס, זע נישט צו מאכן סתם גוים פאר אנסימיטען. ס'איז גענוג אז זיי האבן נישט עקסטרע ליב.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:10 pm

קוילן וואס האבן באטראפן דערנעבנדיגע געביידעס
צוגעלייגטע
63.jpg
63.jpg (64.18 KiB) געזעהן 1775 מאל
66.JPG
66.JPG (89.42 KiB) געזעהן 1775 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:13 pm

מים חיים האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:ווייל יענער איז א שוטה דארף מען האלטן די וועלט אויף האלד? איי דאונט טינק סאו!!

בקיצור לאמיר שניידן די קרעפלעך, אלס געשעען אומאנגענעמע זאכן,
אשר ע"כ דארף מען לאזן די מענטשהייט אין א וואלקן? מיין ענטפער איז ניין!!

דארף מען טאקע ערנסט שוקל זיין צווישן די 2
1 לאזן די מענטשהייט אין א וואלקן (צו אויסקלארען די וואלקן קען מען רואיג פארשפרייטען אלע צומישטע שפעקולאציעס אן נעמען)
2 זאגן נעמען פון מענטשן וואס זענען געשטארבן ווען זיי דרייען זיך ארום לעבעדיג ב''ה

זע איך אז די האסט שוין א קלארע ענטפער

א דוגמא פון די קלארקייט פון די אלע מעסעדזשעס איז אז הב' משה צבי הי''ד איז safe און א SWAT van



זייער קלאר ארויסגעברענגט
ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קאפ און אקסל, ר' יעקל און 23 געסט