אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראק אטאקירט/גענעראל סולימאני אומגעברענגט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

צל עובר האט געשריבן:10,000% קעגן קענעדי אויך.

קעגן בוש תיכף נאך 911 ווייס איך טאקע נישט.

אָבער טו סאם עקסטענט איז יעצט אין איראן א בחינה ווי 911, און דאך איז דא פראטעסטן, סוי מיין פוינט איז אפשר טאקע נישט אמת.

אינטערעסאנט א ווען אמעריקע האט פאקטיש אראפגעשאסן בטעות א ציווילע פליגער אין 1988 האט יעדער געשוויגן.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:שטעלט אייך פאר ווען ח"ו אמעריקע שיסט אראפ א פליגער פול מיט אמעריקאנער תיכף נאכן זיך הייבן פון קענעדי. עס וואלט פונקט אזוי געווען פראטעסטן, די זעלבע דארט.
.

טאקע אזוי, און דאס איז טראמפ'ס מזל אז אנשטאט פראטעסטן אנטקעגן אמעריקע איבער הרג'נען סולימאני, איז יעצט דא מאסיווע פראטעסטן אנטקעגן כומעיני.

מזל ווי א גוי.



דאס געוואלט שרייבן...

כאניש קיין ווערטער צו דעסקרייבן וואסערע מזל דער האט, פארגעס נישט, יעצט איז די גאנצע וועלט קעגן איראן, האסט אראפגעשאסן א פליגער... איראן גייט מוזן עפעס טוהן, באצאלן געלט איז נישטא פון וואו, און אינצווישן איז סאלעמעיני, דער וואס וואלט זיי געדארפט ארויסזעהן פונעם פלאנטער, אויך נישטא... און פון נקמה רעדט מען שוין נישט...

יעצט גיי ספראווע דיך מיט דיינע פראטעסטירער... און טאקע אויך אן סאלעמעיני...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:11 pm

צל עובר האט געשריבן:איך ווייס נאכנישט וואס טראמפ האט פון דעם, אבער דער כומעיני זעהט אויס האט יעצט עכט נישט קיין גוטן מזל.



זייער סימפל, אויב טראמפ טרייט צו צוקוועקטשן כומעיני, און ווי דו אליינס שרייבסט אז כומעיני איז נישט אין גוטע פאזישן, איזעס גוט פאר טראמפ...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:13 pm

צל עובר האט געשריבן:איך ווייס נאכנישט וואס טראמפ האט פון דעם, אבער דער כומעיני זעהט אויס האט יעצט עכט נישט קיין גוטן מזל.

די פראטעסטן צייגן אז פאר די איראנער בירגער גייט ענדערש אן צו האבן א נארמאלע פירערשאפט ווי איידער אז אמעריקע זאל זיי נישט שטעלן אין פלאץ.

ווי אויך אז נעקסטע מאל טראמפ וועט קעיר נעמען פון זיי, זאלן די חברה נישט ליאמערן פון קיין דריטע וועלט מלחמה.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:19 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:10,000% קעגן קענעדי אויך.

קעגן בוש תיכף נאך 911 ווייס איך טאקע נישט.

אָבער טו סאם עקסטענט איז יעצט אין איראן א בחינה ווי 911, און דאך איז דא פראטעסטן, סוי מיין פוינט איז אפשר טאקע נישט אמת.

אינטערעסאנט א ווען אמעריקע האט פאקטיש אראפגעשאסן בטעות א ציווילע פליגער אין 1988 האט יעדער געשוויגן.

איך רעד פון א פליגער פון קענעדי, און דו ענטפערסט מיט א פליגער נעבן. איראן.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:20 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:איך ווייס נאכנישט וואס טראמפ האט פון דעם, אבער דער כומעיני זעהט אויס האט יעצט עכט נישט קיין גוטן מזל.



זייער סימפל, אויב טראמפ טרייט צו צוקוועקטשן כומעיני, און ווי דו אליינס שרייבסט אז כומעיני איז נישט אין גוטע פאזישן, איזעס גוט פאר טראמפ...


איך האב געמיינט אז ער רעדט פון "טראמפ" וואס אמעריקע פארדינט ווייס איך אויך.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:21 pm

איך האלט נאכאלץ אז ס'וואלט נישט געווען קיין שום פראטעסטן אפי' ווען ס'געשעט אין לאנד. פארשטייט זיך אויב די רעגירונג וואלט זיך נארמאל אנטשולדיגט.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:21 pm

אין קעיס דו ווייסט נישט, ווילאנג ער ווערט נישט רימאווד דורך די סענאט אדער נאך די עלעקשן, איז טראמפ פרעזידענט... געווענליך ווען אמעריקא פארדינט, איז גוט פארן פרעזידענט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:23 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:איך האלט נאכאלץ אז ס'וואלט נישט געווען קיין שום פראטעסטן אפי' ווען ס'געשעט אין לאנד. פארשטייט זיך אויב די רעגירונג וואלט זיך נארמאל אנטשולדיגט.



אויב אמעריקא וואלט געלייקענט וכד, אוודאי וואלט געווען, אבער אין אמעריקא, אונטער נארמאלע אומשטענדן געשעהט נישט אזא זאך...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:24 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:איך האלט נאכאלץ אז ס'וואלט נישט געווען קיין שום פראטעסטן אפי' ווען ס'געשעט אין לאנד. פארשטייט זיך אויב די רעגירונג וואלט זיך נארמאל אנטשולדיגט.



אויב אמעריקא וואלט געלייקענט וכד, אוודאי וואלט געווען, אבער אין אמעריקא, אונטער נארמאלע אומשטענדן געשעהט נישט אזא זאך...

כ'האב געשריבן אויב די רעגירונג וואלט זיך אנטשולדיגט נארמאל. והשנית, איראן לייקנט דען יא?
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:38 pm

איראן האט געלייקענט קודם... יעצט ווען סיז דא בילדער און ווידיאוס האבן זיי בלית ברירה מודה געווען...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מוצ"ש ינואר 11, 2020 9:43 pm

dovidal האט געשריבן:זענין געווען אידען אויף דעם פליגער ?

יא, איינע פון די פילאטן
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

Jhon
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2009 7:57 pm

תגובהדורך Jhon » מוצ"ש ינואר 11, 2020 9:58 pm

UK ambassador arrested in Tehran, was held for three hours, in what the UK described as a "flagrant violation of international law".
It is understood he was attending a vigil for those who died in the crash, which turned into a protest.
He left to make his way back to the UK embassy, but was arrested as he stopped at a barber shop for a haircut.
In a statement, UK Foreign Secretary Dominic Raab said: "The arrest of our Ambassador in Tehran without grounds or explanation is a flagrant violation of international law.
"The Iranian government is at a cross-roads moment. It can continue its march towards pariah status with all the political and economic isolation that entails, or take steps to deescalate tensions and engage in a diplomatic path forwards."

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מוצ"ש ינואר 11, 2020 10:16 pm

ליפלעטן אין איראנער יוניווערסיטיס זענען פאַרשפּרייט געוואָרן, וואו מען אַפּעלירט צו די סטודענטן, זיך איינצושרייבן אלס זעלבסטמערדער פאר אטאקעס, נקמה צו נעמען אין אַמעריקע'ס אומברענגען דעם איראַנער גענעראַל קאסאם סולימאני.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מוצ"ש ינואר 11, 2020 10:21 pm

סוי טראמפ (אמעריקע) האט געהארגעט איינע פון איראן'ס נעקסטע חברה
און איראן האט שוין געמענעדזשט זיך צו פארפלאנטערן מיט אוקריינע קענעדע און ענגלאנד,

ווער איז נעקסט
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מוצ"ש ינואר 11, 2020 10:30 pm

אינטערעסאנט איז, אז די מעלדונג איז ארויסגעלייגט געווארן דורך די אפיציעלע איראנער מיליטער, און זיי באשולדיגן די רעוואלוציענערע גווארדיע, וואס ווי באקאנט שטייט די גווארדיע דירעקט אונטער כומעיני, און איינער פון זייערע אפיציעלע צילן איז אפצוהאלטן א פוטש פון די מיליטער קעגן כומעיני.

זייער מעגליך אז די מיליטער און די רעגירונג זוכן אויסצונוצן די צייט יעצט ווען די גווארדיע האט פארלוירן זייער שטארקן מענטש, זיי נאכמער אפצושוואכן, און פארשטערקערן די רעגירונג פאזיציע, נאכדערצו אז דער יעצטיגער פרעזידענט דארט רוכאני איז אליינס אפיציעל א שטיקל מאדערעט ווי זיי רופן עס.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מוצ"ש ינואר 11, 2020 10:34 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:אינטערעסאנט איז, אז די מעלדונג איז ארויסגעלייגט געווארן דורך די אפיציעלע איראנער מיליטער, און זיי באשולדיגן די רעוואלוציענערע גווארדיע, וואס ווי באקאנט שטייט די גווארדיע דירעקט אונטער כומעיני, און איינער פון זייערע אפיציעלע צילן איז אפצוהאלטן א פוטש פון די מיליטער קעגן כומעיני.

זייער מעגליך אז די מיליטער און די רעגירונג זוכן אויסצונוצן די צייט יעצט ווען די גווארדיע האט פארלוירן זייער שטארקן מענטש, זיי נאכמער אפצושוואכן, און פארשטערקערן די רעגירונג פאזיציע, נאכדערצו אז דער יעצטיגער פרעזידענט דארט רוכאני איז אליינס אפיציעל א שטיקל מאדערעט ווי זיי רופן עס.

זאגסט עפעס.
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » מוצ"ש ינואר 11, 2020 10:37 pm

Us special forces were on the ground a helf mile away following soleimani convoy, then when it was struck they went to the scene taking pictures of his body. fox news report and obtained photos of his body and the scend.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מוצ"ש ינואר 11, 2020 10:46 pm

די אייראפעישע יוניען פירער האבען היינט ביי א אומאפיציעלע זיצונג געזאגט אז די איראנע דיעל בלייבט דערווייל אין קראפט טראץ די רופען פון די אמעריקאנע פרעזידענט אוועקציווארפען (דיטשען) דעם דיעל,
די עמערזשענסי מיטונג אין בריסעל איז פארופען געווארען צוליב די אנגעצויגענע לאגע מיט איראן און צוליב די שטייגענדע רופען פון אמעריקע איבערצימאכען די דיעל, אז דיעל זאל אויך אפשטעלען די איראנע טעראר און מלחמות מיט ארומיגע שכנים, און ווי טויזענטע אומשולדיגע מענטשען זענען שוין געהארגעט געווארען,
די פראנצויזישע אויסערען מיניסטער "זשאן יאוואס לע דרעין" האט געזאגט דארט אז זיי גייען נישט שוינען קיין שום אנשטרענגונג צי האלטען לייוו די 2015 דיעל טראץ דעם וואס איראן האט עס אפיצעל געבראכען.

ירמיה קורבין די איראן פארבינדעטע פאליטישען פון ענגלאנד האט היינט געזאגט ביי א ראלי און טרעפאלגער סקווער אז ענגלאנד זאל זיך מער נישט אנעמען פאר אמעריקע אויב סגייט זיין א מלחמה, ענגלאנד גייט שוין האנט ביי האנט מיט אמעריקע זייט די צווייטע וועלט מלחמה ביי יעדע איינציגסטע פראבלעם אין שלאכט וואס סהאט זיך געמאכט און האט באדראעט די פרידען אין סטאבילקייט פון די וועלט, און ביי יעדע קאנפליקט זייט די צווייטע וועלט מלחמה זענען געציילטע לינקע פאליטישענס געשטאנען אויף די שונא'ס זייט אמאל מער באהאלטען און אמאל מער אפען, זינט די צייטען פון היטלער און סטאלין, ביז די צייטען פון די יעצטיגע קאמף קעגען טעראר, ירמיה קארביין (מאנאקסייד) איז אפיציעל פארבינדען מיט איראן אין געט זיי גערעכט פאר זייערע שטיקעס ובפרט קעגען מדינת ישראל, אין וויל ווערען אן אליאירטע מיט זיי און דראפען אמעריקע, מדינת ישראל האט אים וועגען דעם באצייכענט אלטס אנטיסעמיט און גערופען די אידען און ענגלאנד צי טון די זעלבע ווילאנג ער ווערט נישט גוט מיט די פירערשאפט פון תל אביב,

א גרויסע ראלי איז פארגעקומען און דרום פלארידע ווי טויזענטע איראנע אפשטאמיגע האבען.. סעלעבירט און געטאנצען פאר די טויט פון די גרויזאמע קודס פירער קאסעם ראקעט סאלמאני, די איראנע האבען שרעקליך געליטען פון זיין טעראר ווי ער האט אסאך מאל טערארזירט מיט גרויזאמע מיטלען איראנע אפשטאמיגע איבער די וועלט און כל שכן זייערע קרובים אין איראן.
אפשר מיינט עס נאך טראמפ וואויטס אין פלארידע? ימים ידברו,

אין אן איראנישע נאטיץ האבען זיך טויזענטע אנגעווייטיגטע איראנע פראטעסטירער פארזאמעלט היינט אינדרויסען פון די (פארמאכטע) אמעריקאנע אמבאסאדע געביידע אין טעהראן אין פראטעסטירט קעגען.. די איראנע גייסטליכע כומעני
און זיין ברוטאלע קודס און באסיזש קרעפטען, זיי האבען געשריגען אז כומעני זאל אפטראגען אין ריזיינען און אויך טויט צי כומעני (וואר וואר כומעניי),

די יו קעי אמבאסאדאר צי איראן איז היינט קורצליך ארעסטירט געווארען אין טעהראן, און סהאט אויפגעברויזט די בריטישע גאווערמענט, וועלכע האט שארף פארלאנגט א באלדיגע ענטפער, די אמבאסאדאר האט פריער פאר זיין ארעסט אין א סטעיטמענט געזאגט אז די קרעפטען לויעל צי כומעני האבען היינט ארעסטירט צענדליגע פרידליכע ארעסטאנטען און גערופען פאר די יומען רייטס ארגענעזאציעס זאלען זיכער מאכען פאר זייער וואוילזיין,

עס איז היינט באריכטעט געווארען אז אין אן עקסטרעמע אונעווערסעטי אין איראן, האבען שלוחים פון די קודס קרעפטען אויסגעטיילט פאשקעווילען ווי זיי זוכען סטודענטען זאלען וואלענטירען צי ווערען זעלבסמערדער קעגען אמעריקע אלטס נקמה פארען אומברענגען דעם קודס גענעראל סאלמאנעלא, און די פלוג בלעטעלך איז געשטאנען ציטאטען פון כומעני -א נאנטע פריינד מיט סאלמאני- ווי ער דריקט אויס זיין ווילען זיך נוקם צי זיין אין אמעריקע

טיימס אף איזראעל שרייבט אז באריכטען קומען אריין אז איראן האט היינט אפגעשפארט די אינטערנעט און מערערע חלקים פונעם לאנד,
איינער האקט איבער וועגען די יו קעי אמבאסאדאר
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום מוצ"ש ינואר 11, 2020 11:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מוצ"ש ינואר 11, 2020 11:11 pm

איידער איר נעמט ארויס די שאמפעין צו פייערן זיג לכבוד די פראטעסטן קעגן כומעני, טראכט א מינוט; ווילט איז טאקע נאך א איראק-צוזאמפאל-אייסיס-איבערשפיל?!

מיר האבן אלע געפייערט ווען כוסעין איז געפאלען, די רעסט איז היסטאריע,
אייסיס וועט זיין נאר א פארשפיל ח"ו צו דאס וואס די איראנע מיליצען קענענן באווייזען.

וואס פארשטיי איך?
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 25, 2019 3:55 pm

תגובהדורך וואס פארשטיי איך? » מוצ"ש ינואר 11, 2020 11:23 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:איידער איר נעמט ארויס די שאמפעין צו פייערן זיג לכבוד די פראטעסטן קעגן כומעני, טראכט א מינוט; ווילט איז טאקע נאך א איראק-צוזאמפאל-אייסיס-איבערשפיל?!

מיר האבן אלע געפייערט ווען כוסעין איז געפאלען, די רעסט איז היסטאריע,
אייסיס וועט זיין נאר א פארשפיל ח"ו צו דאס וואס די איראנע מיליצען קענענן באווייזען.

און וואס איז יעצט איראן?

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מוצ"ש ינואר 11, 2020 11:24 pm

ס'נישט קיין פארגלייך ווייל הגם כומעיני פיהרט די גאווערמענט לעת עתה, איז דארט דא א מיליטער מיט א גאווערמענט חוץ איהם און ס איז יתכן אז זיי וועלן עס איבערנעמען.

אוועטאר
שרייב
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » מוצ"ש ינואר 11, 2020 11:35 pm

די איראנער זענען אסאך ערגער פון סאדאם

זיי דיוועלפען אלא פראבלעימן אין מיט מיזרח

כאמאת . כיזבאלא. וכו.
שרייב אין מעק

פאלעסיידס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » מוצ"ש ינואר 11, 2020 11:36 pm

וואס פארשטיי איך? האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איידער איר נעמט ארויס די שאמפעין צו פייערן זיג לכבוד די פראטעסטן קעגן כומעני, טראכט א מינוט; ווילט איז טאקע נאך א איראק-צוזאמפאל-אייסיס-איבערשפיל?!

מיר האבן אלע געפייערט ווען כוסעין איז געפאלען, די רעסט איז היסטאריע,
אייסיס וועט זיין נאר א פארשפיל ח"ו צו דאס וואס די איראנע מיליצען קענענן באווייזען.

און וואס איז יעצט איראן?

מהאט דאך שוין געשמיעסט אויבן אז די כאאס אין איראק און אין סיריע האט איראן אנגעדרייט טאקע דיך צי געבען די אילוזשען אז סקען נישט קיינמאל ווערען ארדענוג אין מיטל מזרח, סא דארף מען דאך גיין צום שורש

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4019
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מוצ"ש ינואר 11, 2020 11:41 pm

באריכטן געבן אהן אז די פראטעסטירער אין איראן שרייען "סולימאני איז געווען א מערדער, און זיין בעלעבוס כומעיני איז א מערדער"

דאס מיינט אז די איראנער אליינס אנדערש ווי די ארטיגע רעגירונג זאגט האבן זיי ווייט נישט געגליכן סולימאני, און זענען גאר גרייט זיך איינצושטעלן זייערע לעבנס אויסצודרוקן זייער פראטעסט קעגן כומעיני, נעמענדיג אין באטראכט די הונדערטער פרידליכע פראטעסטירער וואס זענען געהרגט געווארן דורך די רעזשים אין די לעצטערע וואכן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zevUP, א חסיד, ברוך, יוד אלף, מאנסי געבוירענער, נו שוין און 106 געסט