קאוויד-19 (קאראנאווירוס) אויסברוך - וואס איר דארפט וויסן

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

קאוויד-19 (קאראנאווירוס) אויסברוך - וואס איר דארפט וויסן

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:30 pm

קאוויד-ניינצן (COVID-19 - Coronavirus Disease 2019, קרוין ווירוס קרענק פון 2019, למספרם) איז א קרענק וואס קומט פון די SARS-CoV-2 ווירוס און אפעקטירט די לונגען ענליך צו די פלו. די קרענק פארשפרייט זיך פון איין מענטש צום צווייטן דורך אנגעשטעקטע פליסיקייטן ווי שליים און שפייעכץ ווען אן אנגעשטעקטער היסט, שפייט אדער בלאזט די נאז.

די קרענק, וואס איז נישט געווען באקאנט צו אפעקטירן מענטשן, האט זיך ערשט באוויזן אין דעצעמבער 2019 אין וואוהאן, די הויפטשטאט פון די הובעי פראווינץ אין מזרח כינע און ווערט געגלייבט צו שטאמען פון אנגעשטעקטע פלעדערמייז (bats). די וועלט געזונהייט ארגאניזאציע (WHO) האט באשלאסן צו רופן די קרענק 'COVID-19,' ווילנדיג פארמיידן א פארבינדונג צו די פיל מער טויטליכע סארס קרענק וואס האט געבוזשעוועט אין מזרח אזיע אכצן יאר צוריק, אין 2002, און זוכנדיג צו פארמיידן א פארבינדונג מיט א ספעציפישע לאקאציע.

די קרענק וואס איז אפיציעל ערשט אידענטיפיצירט געווארן ענדע דעצעמבער פארגאנגענע יאר, און איז ביז עטליכע טעג צוריק געווען פארהאלטן צו כינע און מענטשן וואס האבן באזוכט כינע, האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן אין מערערע אנדערע לענדער זינט דאן.
דרום קארעא, איטאליע און איראן האבן אלע אנגעהויבן זען די קרענק זיך פארשפרייטן אין לאנד צו מענטשן וואס האבן נישט געהאט א דירעקטע פארבינדונג מיט כינע. אויסער כינע, איז איראן יעצט די צווייטע לאנד וואס פארשפרייט די קרענק אינדרויסן פון אירע גרענעצן, מיט אנגעשטעקטע אין באכראין 17, קואעיט 8, איראק 5, אמאן 4 און אפגאניסטאן 1, לבנון 1, די עמיראטן 1 און קאנאדע 1, דירעקט פארבונדן מיט איראן.

די וועלט געזונט ארגאניזאציע (WHO), די אמעריקאנער צענטער פאר דיזיס קאנטראל און פרעווענשאן (CDC), און אינוועסטירער האבן געהאפט ביז געציילטע טעג צוריק אז די קרענק וועט בלייבן איזאלירט צו כינע, אבער אין די לעצטע טעג איז געווארן קלאר אז די אויסברוך האט זיך אויסגעשפרייט צו אנדערע לענדער און עס ווערט יעצט ערווארטעט צו ווערן א ברייטפארשפרייטע עפידעמיע (פאנדעמיע).


וואס איז דאס 'קאראנאווירוס 2019'

קאראנאווירוס 2019 - קאוויד-19 אין קורץ- איז א ווירוס (א גרופע באצילן וואס קען נישט לעבן און זיך פארמערן אינדרויסן פון גאסטגעבער (host) צעלן) וואס איז טייל פון די קאראנאווירוס פאמיליע וואס פאראורזאכן פארשידענע קרענק אין מענטשן, אריינגערעכנט אזא אומשעדליכע קרענק ווי די געווענליכע פארקילאכץ, די געפערליכע 'סארס' ווירוס פון 2002 און די גאר גאר טויטליכע 'מערס' ווירוס וואס האט געבושעוועט אין מיטל מזרח אין 2012.
דער נאמען, קאראנא, קרוין אין לאטייניש, קומט פון דעם וואס די ווירוס קוקט אויס ווי א קרוין אונטער א מיקראסקאפ.
image_search_1582657705881.jpg
קאראנאווירוס באצילן אונטער אן עלעקטראן מיקראסקאפ
image_search_1582657705881.jpg (59.6 KiB) געזעהן 2448 מאל

image_search_1582657522428.png
אילוסטראציע פון א קאראנאווירוס באציל
image_search_1582657522428.png (96.09 KiB) געזעהן 2448 מאל



ווי געפערליך איז קאוויד-19?

לויטן וועלט געזונט ארגאניזאציע זענען ארום אכציג פראצענט פעלער מילד, מיט סימפטאמען ענליך צו א פארקילאכץ אדער די פלו.

די איבעריגע צוואנציג פראצענט, געווענליך פארבונדן מיט עקזיסטירנדע אומשטענדן ווי עלטער אדער אנדערע פרי-עקזיסטינג קאנדישנס, איז מער געפערליך און קען פארלאנגען שפיטאליזאציע.

עס איז גאר שווער אויסצורעכענען א טויט ראטע בשעת אן עפידעמיע איז אין פולן קראפט, ווען יעדן טאג קומען צו פרישע פעלער, און עס נעמט א שטיק צייט פון ווען איינער כאפט דעם קרענק ביז יענער ווערט קריטיש אדער ערהוילט.

פריע שטודיעס לייגן די פאטאליטעט ראטע צווישן 1.4% און 2.3 פראצענט דערווייל. דאס איז אסאך ווייניגער טויטלעך ווי סארס, מיט א טויט ראטע פון 9.6 פראצענט און די טויטליכע מערס אונטערגאנג וואס האט געהאט א טויט ראטע פון 34.4%, ר"ל, אבער צווישן פערצן און דריי און צוואנציג מאל אזוי טויטליך ווי די יערליכע פלו מיט א טויט ראטע פון בערך 0.1% אנגעשטעקטע.


די פארשפרייטונג פון קאוויד-19

די ציפער באשטעטיגטע אנגעשטעקטע איז איבער אכציג טויזנט אלוועלטליך, מיט אנגעשטעקטע אין 34 לענדער, און ווייניגסטנס 2,700 פאטאליטעטן.

די גרעסטע צאל פעלער (נישט אנגעשטעקטע, בערך 28,900 באריכטעטע פעלער זענען שוין געהיילט) :

כינע 77,666
איראן 95 (אפיציעל, געגלייבט צו זיין אין די שווערע טויזנטער)
דרום קארעא 977
איטאליע 232
יאפאן 161
סינגאפאר 91
האנג קאנג 85
די פאראייניגטע שטאטן 57
טיילאנד 37
טייוואן 31
באכראין 23
אויסטראליע 22
מאלאזיע 22
דייטשלאנד 16
וויעטנאם 16
פראנקרייך 14
ענגלאנד 13
די עמיראטן 13
קאנאדע 11
מאקאו 10
קואעיט 9


image_search_1582656356907.png
image_search_1582656356907.png (92.99 KiB) געזעהן 2448 מאל


https://www.worldometers.info/coronavirus/

ביטע האלטן דעם אשכול אויסשליסליך פאר וויכטיגע אפדעיטס און אנווייזונגען פון אפיציעלע געזונטהייט אינסטאנצן, און נישט סתם נייעס, פאליטיק אדער עקאנאמישע נאכווייען פונעם אויסברוך.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מיטוואך פאברואר 26, 2020 4:28 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:37 pm

אינפארמאציע און אנווייזונגען איבער קאוויד-19 פון די צענטער פון דיזיס קאנטראל און פרעווענשן
https://www.cdc.gov/coronavirus/2019-ncov/index.html

אינפארמאציע און אנווייזונגען איבער קאוויד-19 פון די וועלט געזונט ארגאניזאציע.
https://www.who.int/emergencies/disease ... virus-2019
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 3:39 pm

WOW!!!

זייער קלאר מסביר געווען, ייש"כ גדול.
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג פאברואר 25, 2020 4:05 pm

יש"כ רבי שלמה.
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום דינסטאג פאברואר 25, 2020 4:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג פאברואר 25, 2020 4:15 pm

ייש"כ רבי שלמה!
וואס דארף מען וויסן כדי זיך אויסצוהיטן פינעם וויירוס?!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 25, 2020 4:17 pm

די טויט ראטע איז בערך 4% - דאס איז משוגע הויך!!!
(פלו איז אינגאנצן 0.5%)
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 4:27 pm

פלו איז בערך 0.1%, אבער עס איז נישט אייניג פון יאר צו יאר. עס קען זיין 0.05 איין יאר (א האלבע צענטל פון א פראצענט, נישט 0.5 וואס איז צען מאל אזוי סאך) און איבער א צענטל פראצענט א צווייטע יאר. די העכסטע ראטע פאר קאוויד-19 וואס איך געלייענט איז צווישן צוויי און דריי פראצענט, נישט פיר פראצענט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 5:04 pm

זייער א שיינע ארטיקל ר' שלמה!



אביסל צו בארואיגן די נערווען: אין אמעריקע גופא זענען בלויז 14 מענטשן געווארן דיאגנאזירט מיט די קאוויד-19 וויירוס.
12 דערפון האבן עס באקומען נאכן צוריקקומען פון טשיינע, און 2 האבן דאס אריבערגעכאפט אין אמעריקע.

די איבעריגע 43 קעיסעס זענען געפונען געווארן ביי מענטשן וועמען די רעגירונג האט אריבערגעברענגט מיט ספעציעלע טשארטער פליגערס פון וואוהאן טשיינע און פון די דייאמענט פרינצעסין קרוז שיף, און די מענטשן ווערן געהאלטן אפגעזונדערט אין מיליטערישע באזעס ביז עס גייט אדורכגיין 14 טעג אהן קיין פרישע פעלער.

אויף די טשארט שטייט נאר 39 קעיסעס ביי די רעגירונג צוריקגעברענגטע מענטשן, אבער היינט איז צוגעקומען נאך 4 פעלער ביי די געוועזענע דייאמענט פרינצעסין קרוז שיף פאסאנדזשירן.
https://www.cdc.gov/coronavirus/2019-nc ... in-us.html
צוגעלייגטע
Screenshot_20200225-165057~2.png
Screenshot_20200225-165057~2.png (135.23 KiB) געזעהן 2109 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 5:16 pm

ריכטיג. אבער פון די צווייטע זייט איז דא דריי פרישע לענדער מיט אקטיווע פארשפרייטונגען פונעם קרענק, איראן, סאוט קארעא און איטאליע. און איינע דערפון, איראן, וואס טוט אקטיוו פארשפרייטן די קרענק צו אנדערע לענדער.
דאס איז א גרויסע און וויכטיגע טויש פון פינף טעג צוריק.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 5:19 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:פלו איז בערך 0.1%, אבער עס איז נישט אייניג פון יאר צו יאר. עס קען זיין 0.05 איין יאר (א האלבע צענטל פון א פראצענט, נישט 0.5 וואס איז צען מאל אזוי סאך) און איבער א צענטל פראצענט א צווייטע יאר. די העכסטע ראטע פאר קאוויד-19 וואס איך געלייענט איז צווישן צוויי און דריי פראצענט, נישט פיר פראצענט.

לויט די נומערן פון 80 טויזנט אנגעשטעקטע און 2,710 טויטע שטייט עס ביי א ראטע פון כמעט 3.4 פראצענט.

אבער די נומערן אין אויסלאנד איז אסאך שוואכער, אויב מ'נעמט ארויס די איראנע נומערן וואס זענען לכאורה בכלל נישט קראנט, שטייט די נומער פון אנגעשטעקטע איבער די וועלט ביי 2,659 (דאס רעכנט אריין 977 אין דרום קארעא, 691 אויפן דיימאנט פרינצעסין קרוז שיף וואס זענען קראנק געווארן אין יאפאן,) און די טויטפאלן שטייט ביי 32, וואס דאס קומט אויס צו ארום 1.2 פראצענט.


כסדרדיגע פונקטליכע אפדעיטס.
https://bnonews.com/index.php/2020/02/t ... rus-cases/
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג פאברואר 25, 2020 5:24 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ריכטיג. אבער פון די צווייטע זייט איז דא דריי פרישע לענדער מיט אקטיווע פארשפרייטונגען פונעם קרענק, איראן, סאוט קארעא און איטאליע. און איינע דערפון, איראן, וואס טוט אקטיוו פארשפרייטן די קרענק צו אנדערע לענדער.
דאס איז א גרויסע און וויכטיגע טויש פון פינף טעג צוריק.

יא דאס איז די פחד יעצט!

סאוט קארעא מיט איטאליע האבן שוין גענומען די נויטיגע שריט און וועלן דאס בעז"ה צייטליך אפשטעלן, אבער איראן איז די חורבן!!
די פירער אין איראן ווילן נישט אנערקענען די מצב, און האלטן נישט ביי אדער האבן זיי נישט די מעגליכקייטן צו נעמען די ריכטיגע שריט צו צוימען די פארשפרייטונג, די קרענק דרייט זיך שוין ארום אין די רייען פון די הויכע שישקעס..
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

yoel2124441100
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » דינסטאג פאברואר 25, 2020 5:38 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:די טויט ראטע איז בערך 4% - דאס איז משוגע הויך!!!
(פלו איז אינגאנצן 0.5%)


מיט געהעריגע מעדיצינישע הילף איז זיכער אסאך װײניגער די פּרעצענטן
למשל מיזעלס האט כּמעט נישט קײן טױטפעלער אין נארמאלע לענדער,דארט איז יא דא היבּש טױטע

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 25, 2020 5:47 pm

ישר כח @שלמה הילדעסהיימער, וויכטיג צו וויסן, זייער קלאר, געווארן היפש קלוגער נאכן ליינען.

טענק יו פאר יור סערוויס.
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

בא שבת בא מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דינסטאג פאברואר 25, 2020 6:27 pm

יש׳כ ר׳ שלמה. זייער קלאר.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג פאברואר 25, 2020 6:44 pm

ענגלאנד nhs שיק ארויס מעסעדש אז מען דארף זיך שערן די בארד.
צוגעלייגטע
ERpP3Y5WAAAAOOU.jpg
ERpP3Y5WAAAAOOU.jpg (155.9 KiB) געזעהן 1851 מאל
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג פאברואר 25, 2020 6:47 pm

טויט ראטע. איך ווייס נישט צו דאס איז א קראנטע מקור.

ביי מיר איז עס בלאקט.

https://www.worldometers.info/coronavir ... ographics/
צוגעלייגטע
ERoTfWTUEAAFpSH.jpg
ERoTfWTUEAAFpSH.jpg (65.31 KiB) געזעהן 1841 מאל
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 7:00 pm

בראזיל האט יעצט באשטעטיגט איר ערשטע פאל פון קאוויד-19. דאס איז די ערשטע באשטעטיגטע פאל פונעם קרענק אין דרום אמעריקע.

דער 61 יעריגער מאן איז נאר וואס צוריק געקומען פון א באזוך אין צפון איטאליע וואו די ווירוס איז שטארק פארשפרייט.

_____

@בעריש'ל, די וועבזייטל איז זייער פארלעסליך איבער דעם עפידעמיע.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג פאברואר 25, 2020 7:03 pm

בעריש'ל האט געשריבן:ענגלאנד nhs שיק ארויס מעסעדש אז מען דארף זיך שערן די בארד.

דאס איז פון דער אמעריקאנער סי. די. סי. אבער עס קוקט נישט אויס ווי דאס איז פארבינדן מיטן עפידעמיע.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דינסטאג פאברואר 25, 2020 7:55 pm

צל עובר האט געשריבן:ישר כח @שלמה הילדעסהיימער, וויכטיג צו וויסן, זייער קלאר, געווארן היפש קלוגער נאכן ליינען.

טענק יו פאר יור סערוויס.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג פאברואר 25, 2020 10:54 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ריכטיג. אבער פון די צווייטע זייט איז דא דריי פרישע לענדער מיט אקטיווע פארשפרייטונגען פונעם קרענק, איראן, סאוט קארעא און איטאליע. און איינע דערפון, איראן, וואס טוט אקטיוו פארשפרייטן די קרענק צו אנדערע לענדער.
דאס איז א גרויסע און וויכטיגע טויש פון פינף טעג צוריק.

איז דאס א פראבלעם פאר אמעריקע למשל? מען וועט דיטענען מענטשן וואס קומען פין דארט אין פטור אן עסק, פראבלעם סאלווד?

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג פאברואר 25, 2020 10:58 pm

יישר כוח @שלמה,זייער אינפארמאטיוו.

אויב מעגליך מסביר זיין וואס דאס טוט צום קערפער, און די טריעטמענעס, און פארוואס זענען געווען בילדער פון טויטע אויף די טשיינע גאסן.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מיטוואך פאברואר 26, 2020 1:43 am

איך פארשטיי נישט
אויב איינער כאפט ח”ו די וויירוס איז ער מער צו די זייט פון טויט? איז דאס עפעס מער פון א רעגולער פלו וואס דרייט זיך ארום יעדן מאנטאג און דאנערשטאג? איך געדענק למשל די שוויין פלו האט מען אויך געציטערט, און מ’האט עס באקומען, און גארנישט.. אלעס איז אריבער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:11 am

ען שוקאט די דעפיוטי דירעקטאר פון די CDC זאגט אז מען זעט נישט אז קאוויד-19 זאל אפעקטירן קינדער און יונגע מענטשן. דערווייל טוט די ווירוס די שווערסטע אפעקטירן עלטערע מענטשן און מענטשן מיט כראנישע קרענק ווי דייעביטיס אדער כראנישע לונגען קרענק, אבער נישט קינדער.
דאס איז אנדערש ווי די יערליכע פלו, וואס קומט פון די אינפלוענזע ווירוס, וואס אפעקטירט מערסטנס עלטערע, שוואכע און קינדער.
לויט ווי זי זאגט איז דאס א גוטע צייכן ווייל אנגעשטעקטע קינדער טוען שטארק פארשפרייטן די פלו, וואס גייט לייכט אריבער פון איין קינד צום צווייטן, אנדערש מיט די נייע קאראנאווירוס וואס טוט נישט אזוי ווייט אפעקטירן קינדער.


שטודיעס צייגן אז קאוויד-19 גייט נישט אריבער פון מאמע צו ניי-געבוירענע און אז די קרענק איז גאר מילד אין קינדער אונטער א יאר.
https://www.contemporarypediatrics.com/ ... pears-mild
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:42 am

פער בריסטאו האט געשריבן:איך פארשטיי נישט
אויב איינער כאפט ח”ו די וויירוס איז ער מער צו די זייט פון טויט? איז דאס עפעס מער פון א רעגולער פלו וואס דרייט זיך ארום יעדן מאנטאג און דאנערשטאג? איך געדענק למשל די שוויין פלו האט מען אויך געציטערט, און מ’האט עס באקומען, און גארנישט.. אלעס איז אריבער

לויט די יעצטיגע אינפארמאציע איז די טויט ראטע פון אזוי נידריג ווי 0.2% (צוויי פער טויזנט אנגעשטעקטע) צווישן געזונטע 10-40 יעריגע, 0.4% צווישן 40-50 יעריגע, ביז אזוי הויך ווי 8% (אכציג פער טויזנט אנגעשטעקטע) צווישן 70-80 יעריגע און 14.8% (כמעט הונדערט פופציג פער טויזנט אנגעשטעקטע) אין מענטשן איבער די אכציג.

דורכאויס די גאנצע באפעלקערונג איז די דורכשניט צווישן 1.4% און 2.3% פון אנגעשטעקטע. דאס איז צווישן פופצן און פינף און צוואנציג מאל אזוי טויטליך ווי די יערליכע פלו.

אין פארגלייך צו די סוויין-פלו (H1N1) אויסברוך אין 2009-2010, איז קאוויד-19 אסאך מער אנשטעקיג און אסאך טויטליכער.
IMG_20200226_103717.jpg
IMG_20200226_103717.jpg (219.72 KiB) געזעהן 1196 מאל

H1N1 איז א סארט פלו וואס קומט פון די אינפלוענזע ווירוס און איז נישט טייל פון די קאראנאווירוס פאמיליע.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7945
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך פאברואר 26, 2020 10:51 am

Haklal האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ריכטיג. אבער פון די צווייטע זייט איז דא דריי פרישע לענדער מיט אקטיווע פארשפרייטונגען פונעם קרענק, איראן, סאוט קארעא און איטאליע. און איינע דערפון, איראן, וואס טוט אקטיוו פארשפרייטן די קרענק צו אנדערע לענדער.
דאס איז א גרויסע און וויכטיגע טויש פון פינף טעג צוריק.

איז דאס א פראבלעם פאר אמעריקע למשל? מען וועט דיטענען מענטשן וואס קומען פין דארט אין פטור אן עסק, פראבלעם סאלווד?

ווען דאס איז איזאלירט צו איין לאנד, כינע, איז איין זאך. אבער יעצט איז דא ווייניגסטנס נאך דריי לענדער מיט אקטיווע פארשפרייטונגען פונעם קרענק. אויסער איראן וואס האט שוין פארשפרייט די ווירוס צו עטליכע לענדער אין מיטל מזרח, האבן אנגעשטעקטע פון צפון איטאליע שוין אויך פארשפרייט דעם קרענק אין אנדערע לענדער אין אייראפע און איין פאל אין דרום אמעריקע. דערווייל איז נאכנישט באקאנט איבער אקטיווע פארשפרייטונגען אין נאך לענדער, אבער דאס קען געשען זייער שנעל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גאלדגרוב, שטיגליץ און 8 געסט