מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך בעריש'ל » מוצ"ש יוני 27, 2020 11:36 pm

מיסיסיפי איז געווען דער איינציגער פון די שטאטן נאך צו האבן דעם פאן וואס סימבאלירט קנעכטשאפט, און צו די שווארצע באפעלקערונג איז עס ווי צו אידן א עס עס פאן אין דייטשלאנד, דער סימבאל פון די אמעריקאנער אויפשטענדלער און פאררעטער, וואס האבן זיך געשלאגן קעגן דאס אייגענע מיליטער און מיאוס פארלוירן, זייער אידיאלאגיע איז בעיקר געווען אז מען דארף אנהאלטן קנעכטשאפט.

נאך די חברה האבן פארלוירן, האבן זיי אין שפיץ פון זייער הויפט רוצח ראבערט לי געפלינדערט שווארצע און געכאפט ציווילע שווארצע אין פילידעלפיע און זיי פארקויפט אין די דרום שטאטן.

די פארלירער האבן פאר געוויסע סיבות נאך געהאט סימפאטיע ביי געוויסע אינעם פאלק, היינט אבער זענען די א קליינע מיעוט.

דאס געזעץ איז אדורך דעם הויז מיט א מערהייט פון 85-34, און אדורך און סענאט מיט א מערהייט פון 36-14.

דער סימבאל זיצט שוין אויפן פאן פונעם מיסיסיפי לאנד זינט 1894 - תרמ״ד.

דא איז א בילד פונעם פאן.
צוגעלייגטע
6A23127A-5CC1-420F-8968-978909B1D616.jpeg
6A23127A-5CC1-420F-8968-978909B1D616.jpeg (45.82 KiB) געזעהן 1204 מאל
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך שרייב » זונטאג יוני 28, 2020 12:40 am

וואס גייט קומען אנשטאט'ס ?
BLM
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אוועטאר
קרעפלעך
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2020 2:01 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך קרעפלעך » זונטאג יוני 28, 2020 1:00 am

נאכן ליינען בערישעל׳ס באריכט האב איך מיך געוואונדערט וואס דער דורכשניטליכער אמעריקאנער טראכט איבער די קאנפעדעראט פאן,
והנה
בילד
בילד
בילד
בילד

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9156
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג יוני 28, 2020 1:03 am

לאָנג אווערדו! אבער קיינמאל נישט צו שפעט צו טון די ריכטיגע זאך.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג יוני 28, 2020 1:09 am

א העריטעדזש פון ראסיזם.
שויתי ה' לנגדי תמיד

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יוני 28, 2020 1:12 am

טאקע א ריכטיגע זאך צו טוהן! מאכט מער סענס ווי דיפאנדען די פאליס אדער עפערמאטיוו עקשאן.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג יוני 28, 2020 1:42 am

קרעפלעך האט געשריבן:נאכן ליינען בערישעל׳ס באריכט האב איך מיך געוואונדערט וואס דער דורכשניטליכער אמעריקאנער טראכט איבער די קאנפעדעראט פאן,
והנה
בילד
בילד
בילד
בילד

וואס איז נוגע וואס דער פאלק האלט? אפשר ברענג אויך וואס דער דייטשער פאלק האלט איבער דעם עס עס פאן?
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)

אידישע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מאנטאג יוני 29, 2020 6:35 pm

ממש א קא-אינצידענט אז ווייסע האלטן ענדערש אז ס'איז נישט ראסיזם...

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 29, 2020 7:45 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
קרעפלעך האט געשריבן:

וואס איז נוגע וואס דער פאלק האלט? אפשר ברענג אויך וואס דער דייטשער פאלק האלט איבער דעם עס עס פאן?

ס'איז אינטערעסאנט צו זען אז רעפאבליקאנער (עלטערע, ווייסע, איינוואוינער פון אויסער דער שטאט) זענען מער גענויגט צו האלטן אז ס'איז מסורה און דעמאקראטן (יונגערע, מינאריטעטן, שטאטישע) אז ס'איז ראסיזם.

ס'איז אגב גאר וויכטיג צו וויסן די מיינונג פון דייטשן איבער נאציס. ב"ה ס'איז אראפגעקוקט אין אלגעמיין, אבער לעצטנס איז דא א שטיקל אויפשטייג פון ראדיקאלן אין לאנד.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך שרייב » מאנטאג יוני 29, 2020 8:20 pm

גרשון האט געשריבן:

אגב גלייך עס נישט צו .צו די נאציס
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 29, 2020 8:33 pm

שרייב האט געשריבן:אגב גלייך עס נישט צו .צו די נאציס

כ'האב מיך באצויגן צו איינעמ'ס ווערטער. קוק בעסער פארדעם.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 30, 2020 12:01 am

[quote="שרייב"][quote="גרשון"][quote="בעריש'ל"][quote="קרעפלעך"][/quote]
וואס איז נוגע וואס דער פאלק האלט? אפשר ברענג אויך וואס דער דייטשער פאלק האלט איבער דעם עס עס פאן?[/quote]
ס'איז אינטערעסאנט צו זען אז רעפאבליקאנער (עלטערע, ווייסע, איינוואוינער פון אויסער דער שטאט) זענען מער גענויגט צו האלטן אז ס'איז מסורה און דעמאקראטן (יונגערע, מינאריטעטן, שטאטישע) אז ס'איז ראסיזם.

ס'איז אגב גאר וויכטיג צו וויסן די מיינונג פון דייטשן איבער נאציס. ב"ה ס'איז אראפגעקוקט אין אלגעמיין, אבער לעצטנס איז דא א שטיקל אויפשטייג פון ראדיקאלן אין לאנד.[/quote]
אגב גלייך עס נישט צו .צו די נאציס[/quote]
אגב, די עצם געדאנק איז געווען די זעלבע.

די נאציס האבן געהאלטן אז די ארישע ראסע איז העכער יעדעם און מעג יעדעם פארקנעכטן און הרג'נן, און די ווייסע האבן געהאלטן אז זיי זענען העכער ווי די שווארצע און זיי מעגן זיי פארקנעכטן און הרג'נן.
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג יוני 30, 2020 1:41 am

שרייב האט געשריבן:אגב גלייך עס נישט צו .צו די נאציס

פארוואס נישט?
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך שרייב » דינסטאג יוני 30, 2020 3:17 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:אגב גלייך עס נישט צו .צו די נאציס

פארוואס נישט?

די נאציס האבן געזוכט אויסצוראטן יעדע ראסע חוץ פון זיי . מיט מיתת משונת
משא"כ די אמריקאנע האבן טאקע געהאלטן די שווארצע נידריגע פון ווייסע .אבער נישט אז מען דארף זיי אויסראטן. נאר אז זיי האבן ווייניגער רעכטן אין אז זיי זענען קנעכט
אבער זיי האבן בכלל נישט געזוכט צו פארטיליגען די שווארצע פאלק
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג יוני 30, 2020 3:51 pm

נישט נאר די אמעריקאנער, נאר פילע לענדער. און די אפריקאנער צווישן זיך האבן יא געלעבט א נארמאל לעבן?!

די גאנצע פארקנעכטונג טעמע ווערט היינט היינט צוטאגס באריכטעט און דיסקוטירט זייער איינזייטיג און נישט היסטאריש. א שאד צו סמארקענען אין א סאבזשעקט וואס מ'מעג בלויז רעדן מיט קורצזיכטיגע ברילן.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8329
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 30, 2020 3:54 pm

@מונאוויטש

מיינע מחשבות.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יוני 30, 2020 3:59 pm

שרייב האט געשריבן:די נאציס האבן געזוכט אויסצוראטן יעדע ראסע חוץ פון זיי . מיט מיתת משונת

נישט ממש, נאר אידן מיט ציגיינער.
שרייב האט געשריבן:משא"כ די אמריקאנע האבן טאקע געהאלטן די שווארצע נידריגע פון ווייסע .אבער נישט אז מען דארף זיי אויסראטן. נאר אז זיי האבן ווייניגער רעכטן אין אז זיי זענען קנעכט
אבער זיי האבן בכלל נישט געזוכט צו פארטיליגען די שווארצע פאלק

זיי האבן נישט געזוכט צו פארטיליגן, אבער א שווארצנ'ס לעבן האט נישט געטראגן קיין שום שוויות.

יעדנספאל, כ'ווייס נישט וואס ס'איז נוגע צי מ'גלייכט יא צו אדער נישט. קיינער לייגט נישט די עוולה פון די אמעריקאנער קנעכט אייגנטומער אויפ'ן זעלבן שטאפל ווי די נאציס, אבער זיי זענען געווען ערשטקלאסיגע ראסיסטן.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יוני 30, 2020 4:01 pm

מונאוויטש האט געשריבן:נישט נאר די אמעריקאנער, נאר פילע לענדער. און די אפריקאנער צווישן זיך האבן יא געלעבט א נארמאל לעבן?!

די גאנצע פארקנעכטונג טעמע ווערט היינט היינט צוטאגס באריכטעט און דיסקוטירט זייער איינזייטיג און נישט היסטאריש. א שאד צו סמארקענען אין א סאבזשעקט וואס מ'מעג בלויז רעדן מיט קורצזיכטיגע ברילן.

כ'מיין אז דא אויף אייוועלט (וואו כ'האב שוין געזען געמיינע ראסיסטישע תגובות) קענסטו רואיג פארציילן דעם "אמת".
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 30, 2020 6:40 pm

שרייב האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:אגב גלייך עס נישט צו .צו די נאציס

פארוואס נישט?

די נאציס האבן געזוכט אויסצוראטן יעדע ראסע חוץ פון זיי . מיט מיתת משונת
משא"כ די אמריקאנע האבן טאקע געהאלטן די שווארצע נידריגע פון ווייסע .אבער נישט אז מען דארף זיי אויסראטן. נאר אז זיי האבן ווייניגער רעכטן אין אז זיי זענען קנעכט
אבער זיי האבן בכלל נישט געזוכט צו פארטיליגען די שווארצע פאלק

אוודאי זענען די נאציס מעשים געווען סאאך ברוטאלער, אבער די עצם געדאנק איז די זעלבע.
ד ווייסע האבן טאקע נישט געזוכט אויסצוראטן די שווארצע, אבער דאס לעבן פון א שווארצע איז געווען פונקט אזוי ווערט ווי אייער פורניטשער.

סיי די נאציס און סיי די ווייסע, האבן געפילט אז זיי זענען העכער ווי אנדערע, און זיי מעגן וועגן דעם זיך באגייען מיט יענעם וויזוי דאס הארץ גלוסט.
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 30, 2020 6:42 pm

מונאוויטש האט געשריבן:נישט נאר די אמעריקאנער, נאר פילע לענדער. און די אפריקאנער צווישן זיך האבן יא געלעבט א נארמאל לעבן?!

די גאנצע פארקנעכטונג טעמע ווערט היינט היינט צוטאגס באריכטעט און דיסקוטירט זייער איינזייטיג און נישט היסטאריש. א שאד צו סמארקענען אין א סאבזשעקט וואס מ'מעג בלויז רעדן מיט קורצזיכטיגע ברילן.

אדרבה, זייט אייך מסביר.

וויאזוי האט 'עכט' אויסגעקוקט די שקלאפעריי ערע?..

גרשון האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:נישט נאר די אמעריקאנער, נאר פילע לענדער. און די אפריקאנער צווישן זיך האבן יא געלעבט א נארמאל לעבן?!

די גאנצע פארקנעכטונג טעמע ווערט היינט היינט צוטאגס באריכטעט און דיסקוטירט זייער איינזייטיג און נישט היסטאריש. א שאד צו סמארקענען אין א סאבזשעקט וואס מ'מעג בלויז רעדן מיט קורצזיכטיגע ברילן.

כ'מיין אז דא אויף אייוועלט (וואו כ'האב שוין געזען געמיינע ראסיסטישע תגובות) קענסטו רואיג פארציילן דעם "אמת".

;l;p-
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג יוני 30, 2020 7:18 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:נישט נאר די אמעריקאנער, נאר פילע לענדער. און די אפריקאנער צווישן זיך האבן יא געלעבט א נארמאל לעבן?!

די גאנצע פארקנעכטונג טעמע ווערט היינט היינט צוטאגס באריכטעט און דיסקוטירט זייער איינזייטיג און נישט היסטאריש. א שאד צו סמארקענען אין א סאבזשעקט וואס מ'מעג בלויז רעדן מיט קורצזיכטיגע ברילן.

אדרבה, זייט אייך מסביר.

וויאזוי האט 'עכט' אויסגעקוקט די שקלאפעריי ערע?..

שקלאפעריי האנדל אין אמעריקע האט זיך אנגעהויבן מיט אומגעפער 400 יאר צוריק דורך א גרופע ווייסע צפון אמעריקאנער רעפובליקאנער ראסיסטן אך ורק מיט בלויז איין ציהל: דערנידערן די שווארצע וועמען זיי האבן געהאסט שנאת מות.

כדי צו דערגרייכן זייער ציהל האבן זיי געגרינדעט א זעלבסשטענדיגע מדינה ווי די ווייסע בּיגאטס, און שפיץ פון דזשארדזש וואשינגטאן און בנימין פרענקלין וחבירותיהן, זאלן קענען רוהיג האנדלען מיט די פארפיינטעטע שווארצע עבדים און זיי כסדר אונטערדריקן, אן דעם וואס די פרא-שווארצע אייראפע זאל זיי שטיין אין וועג. די אמעריקאנער ראסיסטן זענען אריבער געשווימען קיין אפריקע און פארכאפט פארגעשריטענע, פראדוקטיווע, פעמילי-מיינדעט שווארצע געמיינדעס און זיי דעפאטירט קיין אמעריקע, א שטייער ווי די נאציס ביי די צווייטע וועלט קריג.

די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, האבן נישט געקענט צוקוקען וויאזוי די אלטע ווייסע ראסיסטישע אנטי-LGBTQRSTUV מענער דארט אין אמעריקע גייען זיך אום מיט די שווארצע; ואין פוצה פה ומצפצף, קיינע פון די פאליטיקאנטן דארטן נעמען זיך נישט אן פאר זיי! די פעלקער האבן באשלאסן אז לא עת לחשות, מיר קען מער נישט פארשווייגן די סאדיסטישע באנעמונג! זיי זענען ארויס אין א שווערע בירגער קריג אקעגן די פאראייניגטע שטאטן און זיי האבן בעל כרחך באפרייט די עבדים מיד אדוניהן.

אין א נאָט שׁעל.

מ'קען נאך אסאך רעדן איבער די כסדר'דיגע אונטערדריקונגען פון פאליציי, לענדלארס, ביזנעס בעלי בתים, דזשארדזש בוש, טראמפ, וכו' אקעגן די שווארצע אין אונזער דור. ועוד חזון למועד.
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום דינסטאג יוני 30, 2020 7:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יוני 30, 2020 7:20 pm

אקעי, זייער זיס.....
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8329
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 30, 2020 7:21 pm

:lol:
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג יוני 30, 2020 7:27 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:אגב גלייך עס נישט צו .צו די נאציס

פארוואס נישט?

ווייל עס איז נישט גלייך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: מיסיסיפי הויז וועלט אראפצונעמען דעם קאנפעדערעט סימבאל פון זייער פאן.

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג יוני 30, 2020 7:29 pm

יש ברירה האט געשריבן:לאָנג אווערדו! אבער קיינמאל נישט צו שפעט צו טון די ריכטיגע זאך.

מטעמים האט געשריבן:טאקע א ריכטיגע זאך צו טוהן! מאכט מער סענס ווי דיפאנדען די פאליס אדער עפערמאטיוו עקשאן.

יא, ריכטיג.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דינסטאג יוני 30, 2020 7:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift, maybeeynot, אביי, להודיע, צײטען, קהל עדתינו און 69 געסט