העלישער פייער אין וויליאמסבורג (יאוואזשנא ביהמ"ד)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

העלישער פייער אין וויליאמסבורג (יאוואזשנא ביהמ"ד)

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אפריל 29, 2008 1:55 pm

א העלישער פייער האט נעכטן - מאנטאג נאכט - אויסגעבראכן אין א געביידע אין וויליאמסבורג אויף די ראטלידזש שטראסע ביי ווינקל פון מארסי עוועניוא.

די געביידע אנהאלט אין זיך דריי שטאק, די גאנץ ערשטע שטאק איז דער יאוואזשנא ביהמ"ד, דער שטאק ארויף איז דער ווייבער שול און איין שטאק העכער ווערט באניצט פאר עטליכע אפיסעס. (אמאל געווען א דארמעטארי)

די פייער האט אויסגעבראכן אויפן העכסטן שטאק, אינערהאלב די אפיסעס, און איז בליץ-שנעל פארשפרייט געווארן אינעם גאנצן שטאק און אזוי אויך איין שטאק אראפ, פייער צינגען האבן ארויסגעשפריצט פון די געביידע אזוי הויעך ווי איך-ווייס-נישט-וויפיל פוס הויעך, צענדליגער און הונדערטער צוקוקער זענען געשטאנען פון אלע זייטן און ארום צוקוקענדיג ערשטוינט ווי דער געביידע איז איינגעהילט אין פלאמען, בחסדי השם האט זיך קיינער נישט געפינען אין די געביידע בשעת די פייער האט אויסגעבראכן.

אויך דער ביהמ"ד איז ניצול געווארן פונעם פייער ווען עס האט נאר געליטן פון וואסער שאדנס.

עס זענען געווען אויפן ארט צענדליגער פייער-לעשער מיט זייערער לייטער'ס אין דער הייעך זיך מיטשענדיג צו ברענגען די פייער אינטער קאנטראל, הצלה וואלענטירן פון איבער גירעיטער ניו יארק סיטי זענען זיך צוזאמגעלאפן פון אלע געגענטער ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, פלעטבוש, קראון הייט'ס און קווינס, נאכדעם וואס זיי זענען געווען נערוועז נאכפאלגענדיג א העלישער פייער אום אחרון של פסח אויפדערנאכט פון א פינף שטאקיגער געביידע אויף ראסס סטריט אין וויליאמסבורג. ווי א טאטע און א קינד זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און ברויכן נאך צוקימען צו באהאנדלונגען צוליב די שווערע רויעך.

"עס איז אויסערגעווענליכער קידוש השם צו זעהן ווי אידן גיבן זיך אוועק איינער פארן צווייטן" האט געזאגט וויכטיג מאכער, א קאמיונעטי אקטעוויסט און שטאט'ס פארזארגער, "עס איז ממש ניסים אז קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אין דער געביידע" זאגט ער פאר די ק.נ.א. פרעסע. אויף אינזער פראגע וואס זיין אויפגאבע איז דא, זאגט ער איז "מענשטן טראכטן נישט אלס ווי שעדליך אזא פלאץ איז, איך בין דא אבאכט צו געבן אז קיינער זאל נישט נאנט קומען צו די פייער און רעסקיא טראקס"

די פייער מארשלן פארשן יעצט די פייער און איר אורזאך, ווי מען הערט פון די ערשטע באריכטן איז דאס געווען אן עלעקטעראנישער פייער.

זאל דער אייבישטער העלפן אז מ'זאל נישט הערן מער אזעלכע נייעס, און נאר פרייליכע נייעיס זאל מען דא מעלדן.


צייטליך, פאר די ק.נ.א. וויליאמסבורג, ראטדלידזש סטריט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

Re: העלישער פייער אין וויליאמסבורג (יאוואזשנא ביהמ"ד)

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג אפריל 29, 2008 1:58 pm

דיין רעפארטינג איז אזוי אייגנארטיג אז קיינער קען עס נישט נאכמאכן, אבער דאס מערסטע האב איך געלאכט פון דיין פאלגנדן איינפאל:

צייטליך האט געשריבן:"עס איז אויסערגעווענליכער קידוש השם צו זעהן ווי אידן גיבן זיך אוועק איינער פארן צווייטן" האט געזאגט וויכטיג מאכער, א קאמיונעטי אקטעוויסט און שטאט'ס פארזארגער, "עס איז ממש ניסים אז קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אין דער געביידע" זאגט ער פאר די ק.נ.א. פרעסע. אויף אינזער פראגע וואס זיין אויפגאבע איז דא, זאגט ער איז "מענשטן טראכטן נישט אלס ווי שעדליך אזא פלאץ איז, איך בין דא אבאכט צו געבן אז קיינער זאל נישט נאנט קומען צו די פייער און רעסקיא טראקס"
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג אפריל 29, 2008 2:08 pm

אויף מיין פנים האט זיך אויך אויסגעשפרייט א שמייכל ליינענדיג דאס וואס מאשקע האט אראפגעברענגט... שכוח צייטליך.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אפריל 29, 2008 2:50 pm

מיינס אויך.

צייטליך יו אר וואן אף עי קיינד.

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » דינסטאג אפריל 29, 2008 2:52 pm

צייטליך, דו ביסט גוט אלף פעמים.

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » דינסטאג אפריל 29, 2008 2:55 pm

אזוי ערשט האנטיג? מעכטיג.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אפריל 29, 2008 2:56 pm

צייטליך:

דו ביסט גוואלדאוונע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 29, 2008 3:15 pm

יא, ביסט טאקע ראוי נאמינירט צו ווערן פאר די פאלישער פרייז צוליב דיינע נאבעלע רעפארטאזשן

אגב, א דאנק פאר אלטער-בחור וועלכער האט מיר אינפארמירט אויף גוגעל-טאלק נעכטן נאכט מיט די נייעס פון די שריפה, און האט מיר געהאלטן אפ-טו-דע-מינוט מיט כסדר'דיגע באריכטן יעדע מאל וואס די פייערלעשער האבן געשפריצט וואסער אויף די פארזאמעלטע...

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג אפריל 29, 2008 4:16 pm

צייטליך, ביסט איבער-מעכטיג. קרעמער, די לעצטע פאר ווערטער דיינע איז מיר אויך געפאלען, ווי אויך דיין סקרין-סעיווער וואס האסט פארקלענערט און צוגעלייגט לצידך.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 29, 2008 5:29 pm

צייטליך,

די נייעס באריכט פאר זיך איז ווערט אן אנערקענונג, ווער רעדט נאך פון איר סטייל. ואמרתם כה לחי, רבי צייטליך פוי פוי פוי (מיט א פינטל)!


וויכטיג,

ווען די פארענדיגסט דיין מיסיע דארט אויף ראטליזש, קום אריין אין די ק.נ.א. קאפ-פערטלען (העד-קווארטערס) מיט א געהעריגען וויכטיג-מאכישען באריכט.

יעקב דוב

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג אפריל 29, 2008 7:08 pm

צייטליך : אלטץ פערזענטליכער ציקיקער זאג איך דיר זייער גיט אראפ געלייגט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 29, 2008 7:35 pm

צייטליך, נייס דזשאב.

איינע פון די זאכן וואס כ'האב דארט בייגעוואוינט, וואס דארף אן אנערקענונג, איז אז געווענליך גלייכן זיי צו ברעכן פענסטער'ס ווי אימער זיי קענען, אבער פאר די רויעך אינעם בית מדרש, האבן זיי פלעין געעפנעט די פענסטער, און נישט אויסגעבראכן.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23701
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אפריל 30, 2008 12:46 pm

צייטליך, מער געבעך נישט קיין סטעיטמענט'ס פאר ק.נ.א.!! כ'האב געבעטן אז מיין נאמען זאל בלייבן אין געהיים, און דו געסטעס אזוי ארויס אין פאבליק!!

עניוועי, כ'דארף אנהייבן מיט א טאג פריער, אחרון של פסח, 5:15, מיין סקענער פייפט! עני דאבעליו יוניט'ס עוועילעבעל..... כ'הער ס'הייבצעך אן א געפליעכץ, הצלה, פייערלעשער, פאליס, ס'הערט נישט אויף, כ'זאג פאר מיין ווייב, איינס צוויי דריי, כ'לויף, כ'פלי, כ'רייס, כ'קום אן (די ערשטע, פארשטייצעך!) צו ראסס סט. צווישן לי און דיוויזשען, ס'פלאקערט, 202 ראסס סט. א פינעף שטאקיגע געביידע, דארט וואוינען נאר היימישע יודן, געוואלד!! ס'פלאקערט!!!

לויט ווי א איינוואונער פארציילט (אנדערש ווי צייטליך, כ'זאגנישט קיין נאמען,) זאגט אז ער האט געהערט עפעס אן עקספלאוזשען, איז ער געגאנגען טשעקן וואס דאס איז, האטער געזען אז אלעס ברענט, איזער ארויגעלאפן, און גערופן הילף,

ווען די פייער דיפארטמענט איז אנגעקומען, זענען זיי געגאנגען דערעך ראסס סט. און זיי האבן אויסגעשטרעקט זייערע לייטערס, און אויסגעשאסן אלע פענסטער'ס, אבער די העראישע הצלה יונגעלייט, (טייל מיט די דזשאמפ סוט'ס, טייל מיט די פאפאטש,) זענען געגאנגען דערעך ווייליאמסבורג סט. צום פייער עסקעיפ, און געהאלפן די איינוואונער ארויסלויפן,

זייער אינטערעסאנט איז געווען צו זעהן די ארדענונג וואס האט געהערשט צווישן די הצלה יונגעלייט, דו פאראמעדיקס זענען נישט געגאנגען ארויסנעמען קיינעם, זיי זענען געשטאנען גרייט אויף א פלאץ אנקעגן דעים הויז, און ווען די רעגעלער מעמבערס האבן איינעם אראפגענומען פונעם לייטער, איז גראד געקומען צו גיין א פאראמעדיק, ער זאל מיטגיין מיטן פאציענט, טאמער מ'וועט ח"ו דארפן, און ליידער האט מען געדארפט אויף אפאר פעלער,

איין אזא פאל איז געווען, ווען א קליינע יונגל, האט געוואלט אנטלויפן פונעם פייער, האטער אויפגעמאכט דעים פאדערשטען טיר, און אנגעפאנגען אראפצולויפן, ווען דער טאטע האצעך געכאפט אז דער רויעך קומט פון יענע זייט, איזערעם שנעל געגאנגען צוריק ברענגען, אבער נישט פאר ער האט אריינגעאטעמט אסאך פון די שעדליכע לופט,

הצלה האט אריינגעפירט אלע איינוואונער, וואס האבן אריינגעאטעמט רויעך, אין שפיטאל, ששה באמבולאנס אחד, און ב"ה רוב עולם איז נישט געשעדיגט געווארן, אויסער דער אויבנדערמאנטער קינד מיט זיין טאטע, וואס האבן געדארפט פארבלייבן לענגער אין שפיטאל, (לויט קוועלער איז דער טאטע נעכטן שוין אהיים, ב"ה).

"ווען כ'בלייב נאך דארט איין רגע וואלטעך.. כ'זאגנישט ווייטער" האצעך אויסגעדריקט איינע פון די געראטעוועטע,

זעלבסטפארשטענדליך, אז גראד נאכדעים, ווען דער פייער איז שוין געווען פארלאשן, זענען אנגעקומען די שטאטישע אמבולאנס'ן,

אויך א_ווי אלעמאל, האצעך איין פייערפייטער דערמאנט אז ער איז געווארן אינדזשערד,

בערך 6:15 האט די פייער דעפ. געמאלדן אז די פייער איז גענצליך פארלאשן, און מ'קען אהיים גיין, דער עולם איזעך צוגאנגען, זה למטתו וזה לדאכענתו,

פאר כ'ענדיג מוזעך אויסדריקן מיין וויי געשריי, אויף די אלע מענטשען וואס שטייען ארום און פרעגן קשי', רבותי! מ'דארף אליין פארשטיין, אז "ווען כ'בין וויכטיג טאר מען מיך נישט שטערן"!! כ'וועל ענטפערן אלע פראגן נאכדעים,

בעק טו יו צייטי,

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אפריל 30, 2008 1:51 pm

טענקס וויכטיגער פאר יאר עימעזינג ריפארט.

אזוי ווי ק.נ.א. ארבייט נישט אום יו"ט האבן מיר נישט געקענט באריכטן דעם פייער געהעריג, כאטש וואס די פייער איז פארגעקומען אנדערהאלבן גאס פון מיין בעט (איך בין געווען ביי מיין שווער/שוויגער) ביניך אבער פיין געשלאפן און נישט געהערט גארנישט.

אבער מיט דעם קען אלעם קען מען זעהן אז לא אלמן ק.נ.א., מיר זענען נישט געבליבן אליין, מיר האבן געהאט וויכטיג מאכער "אן סין" (ער האט דאך א סקענער) און ער האט דא אראפגעלייגט א מעידזשער ארבייט מיט זיין ריפארט. און ס'איז טאקע געווען אלעס אזוי ווי ער זאגט.

פון היינט און ווייטער ווען איך וועל זיין אן סין ערגעץ, וויל איך קענען רעדן מיט דיר צו קענען נאכברענגען אין מיינע ריפארט'ס פאר עולם ערשט-האנטיגע נייעס..

כה לחי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך אפריל 30, 2008 6:27 pm

שכוח וויכטיגער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 01, 2008 12:07 am

שכח וויכטיג-מאכער, זייער שיין באשריבן דעם אינצידענט פון אחרון של פסח.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קאפ און אקסל, ר' יעקל און 24 געסט