זיי דארפן אונזער הילף! (דינערס, פארטיס א.ד.ג.)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

זיי דארפן אונזער הילף! (דינערס, פארטיס א.ד.ג.)

תגובהדורך פוילישער » זונטאג מאי 11, 2008 2:52 pm

אין די טעג קומט פאר געלט אקציעס פאר די וויכטיגסטע ארגאניזאציעס פון כלל ישראל, וואס מען קען נישט פארשטיין ווי אזוי מען האט געקענט לעבן אן דעם, זיי זענען שטענדיג גרייט פאר אונז, לאמיר יעצט זיך מאכן גרייט פאר זיי, און עפענען אונזערע טאשן מיט א ברייטקייט.

געדענקט פאר איר באשליסט וויפל געלט צו געבן, טראכט אריין אז די געלט גייט פאר אייער חבר אדער אייער ברודער וועמען איר באנעבעכט אלץ, יעצט האט איר די געלענהייט ארויסצוווייזן אייער שטיצע, קומט פערזענדליך אדער שיקט אייער בני בית, יעדע דאלער מאכט אויס, נעמט עס נישט פאר גרינג!
..........

אי"ה היינט האפן מיר זיך צו זען אין זאל פון עטרת אברהם. די אויגן פון חולי ישראל קוקן ארויס אויפ'ן סוקסעס פונעם היינט נאכטיגן אווענט. א טרער גליטשט זיך אראפ ווען מען טראכט פון זייער מצב. אוי, רבש"ע! גענוג שוין צרות געליטן! לאמיר היינט נאכט אויסשרייען אינאיינעם: אבינו מלכנו שלח רפואה שלימה לחולי עמך.

http://www.rofehcholim.org

שיקט אייערע ווייבער צו איינע פון די פארטיס פאר עי. טיים. וואס קומען פאר אין די טעג. אין פלעטבוש און אין לעיקוואד היינט זונטאג. אין מאנסי, מארגן מאנטאג. אין בארא פארק דינסטאג אי"ה. איר טראכט ווער עס וועט בעיבעסיטן די קינדער? טראכט פון די וואס האבן נאכנישט די דאגה.

http://www.atime.org

א סקרוך גייט דורך די ביינער ווען מען הערט אן הצלה טראק דורכפארן! א גרעסערע סקרוך איז ווען הצלה איז שוין אויפ'ן סצענע, און עס פעלט א מאשין וואס וואלט געקענט ראטווען יענעמס לעבן, אבער עס איז נישט דא צוליב א געלט מאנגל. הצלה האט ב"ה אלע נויטיגע עקוויפעמענט א דאנק אייער הילף, און דורכדעם געקענט ראטעווען הונדערטער נפשות, ווילט איר עס זאל אנהאלטן? דאן א טשעק אויסגעשטעלט צו הצלה ענדע וואך אין ראוז קעסיל. (דאנערשטאג פאר מענער, זונטאג פאר פרויען)

http://www.hatzolahw.org

איר טראכט צו פארן אויף מירון און האבן א געשמאקע רייזע. טראכט פון די וואס פארן מיט א שווער הארץ, מיט'ן ציל צוצוזאגן דעם נאמען שמעון נאכן'ן הייליגן תנא, ווען זיי וועלן באגליקט ווערן מיט זייער אוצר. לאמיר זיי העלפן דערגרייכן זייער ציל, קומטס אנפולן עטרת חי' קומעדיגע וואך זונטאג אין בארא פארק.

http://www.boneiolam.org
לעצט פאראכטן דורך פוילישער אום דאנארשטאג אוקטובער 02, 2008 2:26 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מאי 11, 2008 6:12 pm

פולישער, זייער געפיהליש,

כ'קען נישט מער ווי עגריען, יעדע ארגענעזאציע פאר זיך, איז וויכטיג,

אזוי רעדענדיג פון הצלה, ווילעך דיר נאר זאגן, אז די פארגאנגענע וואך, האט מען גערופן הצלה אין ב.פ., צו א מענטש וואס האט געליטן א הארץ אטאקע, איינע פון די פאראמעדיקס וואס זענען געווען אויפן סין פארציילטמער, אז אנקומענדיג האט אויסגעקוקט אז ס'יז ל"ע אווער, ס'האט געדוערט צוויי גאנצע מינוט, און מ'האט יענעם צוריק געברענגט, און ס'האט געקאסט כמעט 2000 דאלער די צוויי מינוט,
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

תגובהדורך געפילטע פיש » זונטאג מאי 11, 2008 6:17 pm


אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג מאי 11, 2008 6:28 pm

פוילישער, זייער געפיליש אראפגעלייגט און ווי אויך איז זייער וויכטיג צו העלפן יעדע פון די ארגענעזאציעס.

אי"ה היינט נאכט ביניך ביים RCCS דינער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מאי 11, 2008 7:42 pm

באקומען א טעקסט

Please come tonight to RCYMS dinner in Ateres Avrohom @ 7.00. In the zchis of helping this important orginization may you never need them.

אוועטאר
John McCain
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 30, 2008 9:44 am

תגובהדורך John McCain » מאנטאג מאי 12, 2008 1:11 pm

געזען היינט אויפן דבר יום ביומו פון "הצלה" אז מ'קען נאך אריינכאפן די "ערלי בוירד ספעשל" ביז מיטואך נאכט
מ'קען רופן אויף 718-797-9235
נעקסטער פרעזידענט פון אמעריקע
www.MeetBarackObama.com

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 12, 2008 1:29 pm

עמיצער קען געבן א באריכט פונעם רופא חולים דינער?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
John McCain
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 30, 2008 9:44 am

תגובהדורך John McCain » מאנטאג מאי 12, 2008 3:29 pm

ממש א מציאה כ'האב יעצט געקויפט ביי הצלה ראפעל ערלי בוירד געגעבן האב איך $250 באקומען האב איך אין די ווערט פון $500 WOW
נעקסטער פרעזידענט פון אמעריקע

www.MeetBarackObama.com

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 12, 2008 3:33 pm

איך בין נעכטן געווען ביים דינער פון "רופא חולים" RCCS ארום 8 אזייגער, און די זאל איז שוין געווען גאנץ פיהל. ר' נפתלי ווייס פון חוש האט דאן געהאלטן אינמיטן רעדן, און מאסן עסקנים (אויף א ראטע פון 2 צו יעדע 1 גאסט) האבן הערליך אויפגענומען דעם עולם. איך האב געוויצלט פאר איינעם פון די אויפנעמער אז איך בין שוין 3 מאל ארויס און צוריק אריין, נאר כדי צו ווערן אזוי העפליך אויפגענומען.

איך בין א קנאפער דינער-לויפער, אבער דא האב איך געהאט פארשפראכן א בלעטל אינעם דזשורנאל (משה זוך מיך אינעם איבער 1,000 בלעטערדיגן ספר החיים), און איך האב געמוזט גיין באצאלן מיין חלק. געזיצן בין איך אבער נישט מער ווי 3-5 מינוט, דערפאר וועל איך איבערלאזן דאס באריכטן פאר מיינע נאכפאלגער.

אינטערסאנט, אנשטאט דעם ספר החיים - פון וואס זיי האבן קענטיג געדרוקט א קליינע צאל - האבן זיי געטיילט CD'S וואו מען קען זעהן אלע בלעטער אויף א PDF פארמאט. אזוי האב איך געקענט מאכן א סוירטש אויף מיין נאמען, און דאס תיכף טרעפן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 12, 2008 3:47 pm

די רופא חולים (RCCS) דינער איז אריבער מיט גרויס סוקסעס אריבער אלע ערווארטונגען.

דער "עטרת אברהם" זאל איז געווען איבערגעפילט, זייטיגע שטיבלעך מיט גרעסערע סקרין'ס אויפן וואנט זענען געפענט געווארן פאר די וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ צו זיצן.

ווען דער שטיבל איז שוין אויך פיל געווארן זענען די מענטשן - בלית ברירה - געבליבן שטיין אין די דורכגענג און אזוי מיטגעהאלטן פון די גרויסע סקרינס אויף די ארומיגע ווענט ווי מ'האט אלעס זייער קלאר געקענט מיטהאלטן.

די דרשות זענען אלע איינס-ביי-איינס געווען זייער איינדרוקספול און אויך שטארק עמנוציאל, די בעלי דרשנים האבן ארויסגעברענגט אלע זייערע מעשיות וואס זיי האבן מיטגעהאלטן און די לעצטע עטליכע טעג,

אנגעפאנגן מיט הרה"ח מאיר שניצלער דער מנהל פון MRA וואס שטייט צו דער האנט פון די ארגענעזאציע, דערנאך מיט די דרשה פון הגה"צ רב האגער שליט"א (בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ-מאנסי שליט"א) וואס איז פון די גרעסטע ארבייטער אין דער פעלד פון רפואה ווי ער איז פארנימען איבערן טאג צו שאפן דאקטוירים פאר מענטשן פאר אלע ערליי קרענק און בעיקר פאר די ביטערע מחלה ה"י. דער דריטער פון די דריי איז געווען הרב הגאון מרדכי אהרן מייזליש שליט"א (בן כ"ק גאב"ד סאטמאר-ב"פ שליט"א) וואס ער איז א פול-טיים ארבייטער פאר רופא חולים בלי תשלים גמול און ער נעמט קעיר פון חולים פערזענליך, פארט אראפ צו דאקטוירים מיט זיי אא"וו. אויך ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע פעילות און וואס מ'קען אלץ אויפטוען מיט געלט.

א עקסטערע דרשה איז געהערט געווארן פון הרבני הנגיד ר' בנימין הירש וואס ער איז פן די מייסדים פון די ארגענעזאציע, צוזאמען מיט די גאנצע הירש משפחה, נאכדעם וואס זייער ברידער מנחם זאב ז"ל איז ליידער אוועק נאכן ליידן דערפון עטליכע יאר.

אויפן אגענדע איז געווען אין פלאן צו הערן א דרשה "בדידי הווא עיבדי" א איד וואס איז יעצט אויפן וועג צו ווערן אויסגעהיילט א דאנק די פעילות נשגבות פון רופא חולים, לדאבונינו האט ער נישט געקענט אנקומען ווען מ'האט אום שבת אריינגעפירט און שפיטאל.

אנשטאט אום האט אויפגעטרעטן א איד וואס האט ל"ע זיינס א ברודער וואס ליידט נעבעך פון די ביטערע מחלה און א קרוב מיט הרה"ח הערשל קאהן דער מנהל המוסד, ער האט פארציילט ווי ער האט מיטגעהאלטן מעשיות פון זיין ברודער און פון אנדערע ווען רופא חולים האט זיך געפענט מיט עטליכע פאר יאר צוריק. זייער אן אינהאלטרייכע דרשה.

גרויס התעוררות האט געהערש ווען עס איז פארגעזאגט געווארן א קאפיטעל תהילים במעמד קהל רב לרפואת פון די אלע חולי ישראל, דער גאנצער זאל איז געשטאנען און נאכגעזאגט פסוק בפסוק פון קאפיטל מ"א, ווען אין צוויי וועטינג רום'ס פון צוויי עקסטערע שפיטעלער זענען צוזאמגענימען עטליכע חולאים און הערן דאס אויפן טעלעפאון.

הרב זלמן לייב הוראוויץ שליט"א (בן כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא ז"ל) האט אויפגעטרעטן מיט א שטארקע דרשה ווי ער איז בעהרט געווארן מיט "נזר נדיבות הלב" ווען ער האט מנדב געווען דער דינער לעילו נשמת זיין אומפארגעסליכען טאטען און מאמען כ"ק אדמו"ר מספינקא ז"ל וואס האט זיך עטליכע יאר געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה און רופא חולים איז געשטאנען צו זייער שטענדיגער הילף און זיין רעבעצין וואס איז ליידער טראגיש אומגעקומען א יאר פאראויס אין א קאר עקסידענט.

ס'איז נישט צום באשרייבן די דרשה וואס איז געזאגט געווארן דורכן מנהל פונעם מוסד הרב החסיד ר' הערשל הכהן קאהן הי"ו ווי ער האט אנגעפאנגען מיט זייער אן אינטערסאנטער מעשה פון א איד וואס ער האט באגעגענט אין מירון און ויאזוי יענער האט גערעדט צום אום נישט וויסענדיג צו וועם ער רעדט, און ווען יענר איז געוואויער געווארן ווער ער איז האט ער זיך ארויפגעווארפן אויף אום און זיך באדאנקט (ווער עס האט צייט זאל באשרייבן די פילצאליגע מעשיות וואס מ'האט דארט געהערט)

ר' הערשל האט זיך געבעטן מיט טרערן אין די אויגן ביי זיינע שותפים - דער ציבור - אז מ'זאל אום ארויסהעלפן, ער איז נישט אליין און ער קען נישט אליין, און ווי ער האט צוגענדיגט און ער ווארט שוין "אפצושפארן דעם מוסד איינמאל פאר אלעמאל"!

דערנאך איז געזאגט געווארן א הערליכער דרשה פון רב דונער שליט"א ראב"ד התאחדות הקהילות און לאנדאן, דער רב דונער איז פה מפיק מרגליות און פילן זון פון ווארט. ער האט ממש באצויבערט דעם עולם, אבער נישט סתם געזאגטע מעשיות, נאר אזוי איז געווען. נאך א נאכט וואס מ'האט זיך אנגעהערט מיט אזויפיל ביטערע מעשיות האט מען זיך געפרייט צו הערן א דרשה פון וואס מ'האט עטליכע מאל אויסגעשאסן אין געלעכטער.

נאכן דרשה זענען געוויזן געווארן סלייד'ס און דערמיט האט זיך דער דינער גענדיגט, אבער נישט פאר איך האב צוגעטראגן מיין נתינה צום טישל.


(אנטשולדיגט, איך האב עס געשריבן אין איילעניש, ווער עס האט מער צייט איז מכובד צו באשרייבן מיט מער איינצעלהייטן. ואתכם הסליחה)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג מאי 12, 2008 4:10 pm

בס"ד,

יעצט נאכ'ן דינער קען איך שוין אויסדרוקן מיין צער - און כ'האב עס געהערט אויך פון אנדערע - אויף די מורא'דיגע גרעפיק אדווערטייזמענט וואס די הייליגע ארגאניזאציע RCCS האט גענוצט פאר זייער דינער.

עס פאסט נישט פאר אזא חשובע מוסד, וואס העלפט אזויפיל אידן אין די שווערסטע מצבים, צו נוצן אזעלכע שוידערליכע בילדער און גרעפיק פאר זייער עד.

אויסער אפאר ארץ ישראל'דיגע ארגאניזאציעס וואס ווייסן באמת נישט קיין גרעניץ, און נוצן גרעפיקס פון אלמנות און יתומים אויפ'ן שרעקליכסטן פארנעם, ממש ווי אין ביטערן לאגער, זענען די היימישע מוסדות און צדקה ארגאניזאציעס נאך נישט אריינגעכאפט אין די מאדע, און עס איז א חידוש אז RCCS האט געעפנט די גרעניץ.

מיר בעטן די הנהלה פון די הייליגע מוסד, ביטע הערט אויס אונזער וויי-געשריי, און רייסט נישט די געפילן מיט געוואלד, עס איז נישט קיין שיינע זאך, עס פאסט נישט. מ'קען זיך דינגען צי עס ברענגט מער געלט אדער נישט, אבער עס איז זיכער מצער אידישע געפילן און דאס טאר מען נישט טאן.

והוא רחום יכפר עון וכו' וכו'.

און וואו רבי הערשל שליט"א האט אליינס געזאגט ביים דינער, און ווי ער זאגט אלץ, די ביטערע מחלה זאל שוין נאבד ווערן מן העולם און די ארגאניזאציע זאל מיטגיין צוזאמען, און אלע אידן זאלן האבן א רפואה שלימה כי אני ד' רופאיך.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 12, 2008 4:14 pm

גם אני מצטרף ליום-טוב ערליך, מיין אידענע האלט נישט אויס צו גיין אין גאס און זעהן די צעטלעך (איך ווייס עס איז פאלשע קאמפיוטער בילדער)

אוועטאר
John McCain
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 30, 2008 9:44 am

תגובהדורך John McCain » מאנטאג מאי 12, 2008 4:45 pm

קרעמער ס'ליידער גארנישט אזוי פאלש ליידער ליידער
נעקסטער פרעזידענט פון אמעריקע

www.MeetBarackObama.com

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 12, 2008 8:39 pm

קרעמער האט געשריבן:
אינטערסאנט, אנשטאט דעם ספר החיים - פון וואס זיי האבן קענטיג געדרוקט א קליינע צאל - האבן זיי געטיילט CD'S וואו מען קען זעהן אלע בלעטער אויף א PDF פארמאט. אזוי האב איך געקענט מאכן א סוירטש אויף מיין נאמען, און דאס תיכף טרעפן.


סוירטש אויף א פי די עף אויף אידיש ווי זוי ?

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 12, 2008 8:40 pm

John McCain האט געשריבן:קרעמער ס'ליידער גארנישט אזוי פאלש ליידער ליידער


די מצב איז נישט פאלש אבער די בילדער יא

אוועטאר
John McCain
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 30, 2008 9:44 am

תגובהדורך John McCain » מאנטאג מאי 12, 2008 10:02 pm

זיידעניו האט געשריבן:
John McCain האט געשריבן:קרעמער ס'ליידער גארנישט אזוי פאלש ליידער ליידער


די מצב איז נישט פאלש אבער די בילדער יא


ביסט זיכער?
נעקסטער פרעזידענט פון אמעריקע

www.MeetBarackObama.com

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מאי 12, 2008 11:43 pm

יא כ'בין זיכער אויף ביידע חלקים?

סיי אויף די מצב ביי די שטיבער ווי עס געפינט זיך אזא פאציענט און סיי די בילד אין די גאסן איז פאלטשע פיש אאפס בילדער,

ומה קאלאראבי (כל הרעש)?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 12, 2008 11:43 pm

איך בין זיכער (עס איז אוממאראליש ארויסצושטעלן א בילד פון אן אמת'ן פאציענט, נאכדערצו א קינד, אפגעזען צי ער איז אויסגעהיילט צי נישט. באלד וועסטו מיר קומען זאגן אז די בילד פון חברה הצלה, מיט א וואלונטיר אויף די דאך פון א ברענענדיגע געביידע איז אויך עכט?)

אוועטאר
John McCain
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 30, 2008 9:44 am

תגובהדורך John McCain » דאנארשטאג מאי 15, 2008 11:25 am

"חברה הצלה שרייט הצלה" (קול מבשר)
היינט נאכט קומט פאר די דינער/טשייניז אוקשען פאר מענער אין זאל פון ראוז קעסטעל
נעקסטער פרעזידענט פון אמעריקע

www.MeetBarackObama.com

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מאי 15, 2008 2:11 pm

כ'גיי דארט זיין מיט מיין סקענער, כ'האשוין געקויפט מיינע ראפעלס דורעך די טעלעפאון, און כ'האב באקומען די ערלי בירד ספעשעל.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך קעכער » דאנארשטאג מאי 15, 2008 2:17 pm

זאג מיר ווי די גייסט שטיין, ווייל איך וויל דיר טרעפען, כ'האב שוין אויך געקויפט אויפן טעלעפאן און באקומען די ערלי בירד ספעשעל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 15, 2008 11:33 pm

וואס טוה איך? איך קען מיך נישט דערמאנען אויב איך האב זיי שוין געגעבן די היי-יעריגע נתינה (יעצט בשעת'ן שרייבן דערמאן איך זיך עפעס אז יא, לאמיר איבערקוקן די ביכער - כ'א מזל איך האלט רעקארדס פון אלע הוצאות און הכנסות).

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » פרייטאג מאי 16, 2008 12:53 am

ס'שטימט די רישא מיט די סיפא ?

אויב די האלטס חשבון מעיקרא מאי קסבר?

(סתם פאר א תגובה, אקעי מסכים)

אוועטאר
John McCain
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 30, 2008 9:44 am

תגובהדורך John McCain » פרייטאג מאי 16, 2008 10:05 am

איינער קען ברענגן א באריכט וויאזוי ס'איז געווען נעכטען?

וואס איז געווען די דרשה? סליידס?
נעקסטער פרעזידענט פון אמעריקע

www.MeetBarackObama.com

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22344
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מאי 18, 2008 2:54 pm

John McCain האט געשריבן:איינער קען ברענגן א באריכט וויאזוי ס'איז געווען נעכטען?

וואס איז געווען די דרשה? סליידס?


כ'וועל פראבירן צו געבן א קורצן באריכט, אין כ'בעיט אז ווער ס'קען זאל שרייבן ס'איבעריגע,

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג, איז פארגעקומען די יערליכע הצלה מענער-פארטי, אין די זאל פון ראוז-קעסל, (פאר א טשעידזש,)

די צוויי שטאקעדיגע זאל איז געווען אויסגעשטעלט, די אינטערשטע שטאק איז געווען פאר די ראפעלס, און די אויבערשטע פאר די דרשות, עסן, בלאד פרעשער, צוקער, סקרינינג'ס. א.ד.ג.

מ'איז אריינגעקומען אין זאל, איז מען אויפגנומען געווארן מיט א באגריסינג פון ר' ארי' לייב גלאנץ, מיט א מיקראפאון אין די האנט, האטער יעדן באגריסט, און אנגעצייגט, דא קויפט מען טיקעט'ס, דא איז די אוערלי דראואינג, וכד', ער האט אויסגערופן יעדע פאר מינוט, "נאך צען מינוט צום גורל" "נאך פינעף מינוט" א.א.וו., די זאל איז געווען אנגעפילט מיט מענטשען, וואס קויפן ראפעלס, און דערנאך געט מען עס פאר די קינדער וואס שטייען גרייט אריינצולייגן די ראפעלס אין די באקס וואס מ'בעיט זיי,

ס'איז אינטערעסאנט געווען צו הערן די פאנטאזיעס פון די ראפעל קויפערס, איינער זאגט דארט אז ער וויל נישט קויפן די דעסקטאפ קאמפיוטער, וואס קומט צוזאמען מיט א טיש, נאר ער וויל די לעפטאפ, ווייל ער האטעס נישט וויזוי אהיים צו שלעפן, איינער פרעגט אויב ער קען אויפטוישן די קריב-סעט פאר א אנדערע קאלער, (ער האטעך שוין געווינען, ניין?) בערך 10:15, הערט מען ר' ארי' לייב אויסרופן, " ווער ס'האט שוין אריינגעלייגט די ראפעלס, זאל ארויפגיין אויבן, ווי ס'צוגעגרייט עסן, די דרשה'ס וועלן זיך אנהייבן אין 15 מינוט,"

ארויפקומענדיג, האט געשמעקט די טשולענט, קושקע, מיט די קיגל, אבער איידער מ'גייט עסן, גייט מען כאפן א בליק ביי די בלאד-פרעשער סקרינינג'ס, ס'געווען דארט 5 קיוביקעל'ס צאמגעשטעלט פון מחיצות, אין יעדע קיוביקעל זענען געווען אפאר יונגעלייט, איינער האט גענומען בלאד-פרעשער, איינער האט גענומען די צוקער לעוועל, אין די לעצטע קיוביקעל איז געווען א גוי, וואס האט געטיילט ניקאטין פעטשעס פאר ווער ס'וויל אויפהערן רייכערן,

זעלבסטפארשטענדליך אז ביי די בלאד-פרעשער סקרינינג, איז געווען א ליין פון דא ביז.... ס'איז באשטאנען בעיקר פון 16-18 יעריגע בחורים, און 20-25 יעריגע יונגעלייט, איין קאמישע עפיזאד איז געווען, ווען איין בחור טשעקט זיין פרעשער, די יונגעמאן זאגטעים, ס'איז 113 אווער 73, פרעגטער, ס'גוט? זאגטעים דער יונגערמאן יא זייער גוט! פרעגטער ס'איניש צו לאו? זאגטער, ניין, אבער ער לאזט נישט אפ, איר זענט זיכער? פרעגטער, אפשר פאר נאכן עסן איזעס לאו, זאגטעים דער יונגערמאן, דער בחור טראכט נישט קיין צוויי, ער אידעך אין א סכנה, ניין? ער רייסט צום טשולענט ער פילט אן א טעלער ביזן מאקסימום, ער ריקטעס אריין, און כאפט א קאפ אראנדזש סאודע, ער פליט צוריק צום בלאד-פרעשער סקרינינג, האלאו יעצט איזעס גוט? יא ! 124 אווער 82, זייער גוט! אזוי אז די עלטערע יונגעלייט האבן זיך קוים געקענט לאזן טשעקן די צוקער,

נאך א אינטערעסאנטע זאך איז געווען ביי די צוקער טעסט'ס, א 45 יעריגע יוד טשעקט זיין צוקער לעוול, פארגסט נישט ער האלט נאך א טעלער אווערנייט קוגל, מיט קאולע סאודע, ער זעהט אז ס'איז 114, ער הייבט אן קרעכצן, אמאל פלעגטעס נישט זיין אזוי הויעך!, א גוטזאגער רופצעך אן אויפן ארט, פון היינט און ווייטער נאומאר קאמפאוט! דער עולם שמייכלט אוועק,

דערנאך הערט מען ווי ר' יו"ט מאליק, איינע פון די הצלה קארדינעיטער'ס, הייבט אן צו רעדן, ער רופט אויס אז דער עולם זאלזעך אראפזעצן, ער הייבט אן צו אינטרעדאסען, איינעם הרב ראזענבערג, א לאניאריגע פאראמעדיק, (B-69 פארווער ס'וויל וויסן)

א שטילקייט האט געהערשט אין זאל ווען הרב ראזענבערג האט אנגעהויבן מיט זיין דראמאטישע רעדע, קודם האטער אביסל ארומגרעדט וויזוי ס'ארבעט דאס הארץ קלאפן פון א מענטש, ( אינטערעסאנט איז געווען, אז בשעת ער האט גערעדט, האבן זיך א גרויסער חלק עולם אנגעכאפט ביי די טשעסט צו טשעקן צו זייער הארץ קלאפט טאקע,) דערנאך האטער ארומגערעדט, אז אין פאל מ'דארף ל"ע רופן הצלה, וואס מ'זאל טוהן ביז די הצלה קומט אן,

גלייך דערנאך האט מען געוויזן צוויי סלייד פרעזענטעישען'ס, איינס וויאזוי הצלה ריספאנט צו געוויסע קאלס, און די צווייטע פון סעפטעמבער 11, און דערנאך האט מען אויסגערופן אז דער עולם זאל נאך מוסף זיין אפאר דאלער פאר הצלה, און פיניש, דער עולם איזעך צוגאנגען, מיט א האפענינג, אז מ'זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו הצלה,

זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן, אז אין זכות פון שטיצן אזא הייליגע ארגענעזעישען, זאל מען נישט דארפן צוקומען צו זיי...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט