טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דינסטאג יולי 03, 2012 11:17 am

wow! א פראפעשינאל רעפארטער, טענקס.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג יולי 03, 2012 12:18 pm

אריסטאקראט האט געשריבן:די באריכט קומט פון די טערקישע צייטונג 'הוריאייט' היינט מאנטאג. די קאנפליקט האט זיך צופלאקערט צו א קריג צווישן די חתן און די כלה'ס משפחה, וואס איז געקומען צו אן ענדע בלויז נאך וואס די פאליציי איז אנגעקומען אויפן ארט.

הרי את...

אריסטאקראט
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 4:49 pm
פארבינד זיך:

אפדעיט: עראפלאן C-130 קראך אין סאוט דעקאטא

תגובהדורך אריסטאקראט » דינסטאג יולי 03, 2012 1:11 pm

אמעריקאנע פענער וועלן היינט דינסטאג זיין געצויגן צו האלב שטאנג דורכאויס נארט קאראליינא, אלס אנדענק צו די שערלעט באזירטע 'עיר נעשענאל גארד' מיטגלידער וועלכע זענען אומגעקומען אין די קראך פון זייער C 130 פליגער זונטאג נאכט ביי די פייער קאמפף מיסיע אין סאוט דעקאטא'ס שווארצע בערג.

אומווייניגסטענס 3 מאנשאפט מיטגלידער זענען אומגעקומען, לויט פאמיליע מיטגלידער און לאקאלע אפיציעלן, אבער אנדערע פובליצערטע און בראדקאסטע באריכטן היינט דינסטאג זאגן אז די צאל טויטע איז 4.

דער עראפלאן האט געפירט א מאנשאפט פון זעקס.

די עיר פארס איז ערווארטעט איבערצוגעבן מער איינצעלהייטן איבער די קראך און די ריכטיגע צאל געשעדיגטע דורכאויס א נייעס קאנפרענץ היינט דינסטאג.

אריסטאקראט
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 4:49 pm
פארבינד זיך:

HRW באריכט: סיריע האט א נעץ פון פייניגונג צענטערן.

תגובהדורך אריסטאקראט » דינסטאג יולי 03, 2012 1:39 pm

לאנדאן

סיריע אטאריטעטן האבן אויפגעבויט א "ארכיפעלעגא" (= ברייט פארצווייגטע קייט פון אונזלען) פון אומווייניגסטענס 27 פייניגונג צענטערן, לויט די ווערטער פון 'מענטשנרעכט וואך' (Human Rights Watch - HWR) אין א באריכט וואס איז פובליצירט דינסטאג, די אדוואקאטישע גרופע זאגט אז טשעפענען ביי די צענטערן איז א פארברעכן קעגן די מענטשהייט.

"די פייניגונג מעטאדן פון וואס מיר רעדן זענען ריכטיג אויפשוידערנדיגע טשעפעריי", זאגט דעוויד מיפאם, די בריטישער דיירעקטאר פון 'מענטשנרעכט וואך' ארגאנעזאציע.

"עס זענען פארהאן פערזאנען וועלכע מ'האט געשטעלט אין צודריקטע פאזיציעס, אזעלעכע וועלכע מ'האט עלעקטעראזירט, מענטשן וואס מען האט אפגעברענט מיט עסיד, און אויך זענען עטליכע געווען אויסגעשטעלט צו פריוואטע אביוז - שרעקליכע פארברעכן זענען זיי באגאנגען," זאגט מיפאם.

די מענטשנרעכט וואך האט אנגנעהויבן נאכפארשונגען פאר די באריכט אום מערץ 2011 און האט שוין זינט דאן געפירט איבער 200 אינטערוויא געשפרעכן. די באריכט צייכענט אן אויף מאפעס די לאקאציעס געשאצט צו זיין די פארהאלטונג ערטער. אויך ווערט דעטאלירט די אגענטורן און, אין געוויסע פעלער, ספעציפישע קאמאנדירן פארמישט אין די פייניגונג.

קוואל: וואויס אוו אמעריקא

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יולי 03, 2012 1:42 pm

אריסטאקראט האט געשריבן:אמעריקאנע פענער וועלן היינט דינסטאג זיין געצויגן צו האלב שטאנג דורכאויס נארט קאראליינא, אלס אנדענק צו די שערלעט באזירטע 'עיר נעשענאל גארד' מיטגלידער וועלכע זענען אומגעקומען אין די קראך פון זייער C 130 פליגער זונטאג נאכט ביי די פייער קאמפף מיסיע אין סאוט דעקאטא'ס שווארצע בערג.

אומווייניגסטענס 3 מאנשאפט מיטגלידער זענען אומגעקומען, לויט פאמיליע מיטגלידער און לאקאלע אפיציעלן, אבער אנדערע פובליצערטע און בראדקאסטע באריכטן היינט דינסטאג זאגן אז די צאל טויטע איז 4.

דער עראפלאן האט געפירט א מאנשאפט פון זעקס.

די עיר פארס איז ערווארטעט איבערצוגעבן מער איינצעלהייטן איבער די קראך און די ריכטיגע צאל געשעדיגטע דורכאויס א נייעס קאנפרענץ היינט דינסטאג.

איז די קראך געווען אן עפעקט פונעם פייער אדער א זייטיגע פראבלעם מיטן עראפלאן?

אריסטאקראט
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 4:49 pm
פארבינד זיך:

פאקיסטאן עפענט צוריק נאט"א סופליי דורכגאנג קיין אפגאניסטאן

תגובהדורך אריסטאקראט » דינסטאג יולי 03, 2012 2:23 pm

איסלאמבאד, פאקיסטאן

פאקיסטאנער פירער האבן דינסטאג געענדיגעט א זיבען מאנאטיגער בלאקאדע אויף די אפגאניסטאן-גרעניץ נאט"א סופליי דורכגענג דורך זייער לאנד, א לאנג-ערווארטעטע שריט וועלכע האט זיך געוואנדען אין די שטילע צושטימונג פון וואשינגטאן צו איסלאמבאד'ס פארלאנג אז אמעריקא זאל זיך אנטשולדיגען אויף די טויט פון צוויי טוץ פאקיסטאנע סאלדאטן וועלכע זענען אומגעקומען פון א אמעריקאנע לופט אטאקע פארגאנגענע הערבסט.

אויסערן מיניסטארשע הילערי ראדהעם קלינטאן זאגט אז זי האט זיך פארבינדען מיט די פאקיסטאנער אויסערן מיניסטער הינא ראבאני קאהר, אום דינסטאג און ארויסגעגעבן א אפיציעלן אנטשולדיגונג פארי די זעלנערס' טויט: "מיר טוען זיך אנטשולדיגען אויף די פארלוסט געליטן ביי די פאקיטאנע מיליטער. מיר נעמען זיך אונטער א נאנטע צוזאמארבעט מיט פאקיסטאן און אפגאניסטאן צו פארמיידן אזאנס פון פאסירן נאכאמאל סיי ווען."

די פארשפארונג פון די סופליי דורכגענג האט אפגעקאסט פאר די פאראייניגטע שטאטן און אירע אליאירטע אין אפגאניסטאן ארום $100 מיליאן א מאנאט, האט די שוץ סעקרעטאר ליאון אי. פאנעטא גאזאגט פאר קאנגרעס אום יוני. אן טראנספארטאציע ערלויבעניש דורכאויס פאקיסטאן, איז נאט"א געווען געצווינגען זיך צו פארלאזן אויסשליסלעך אויף סאך מער טייערע סופליי וועגן דורכאויס צענטארל אזיע.

פאר פאקיסטאן, גלייכצייטיג, איז די נויט אויפצולעזן די פאנטשער געווען פונקט אזוי וויכטיג. ביי די רעגירונג פון פרעזידענט אסיף אלי זארדארי איז געוואקסן די זארג צו זיי וועלן ווערן מער און מער אפגעשטויסן פון די מערב וועלט און פאטענציאל פארלירן מיליאנען דאלארען אין אמעריקאנע הילף.

קוואל: לאס אנדזעלעס טיימס


בילד: פאקיסטאנער זיכערהייט אפיציר באוואכט ביי איינע פון די הויפט דורכגענג וואס זענען גענוצט געווארן צו פארזארגען סופליי פאר די נאט"א קרעפטן אין אפגאניסטאן, נאנט צו די אפגאנע גרעניץ.
Credit: Wali Khan Shinwari / EPA
צוגעלייגטע
6a00d8341c630a53ef017742fbde3f970d-600wi.jpg
Wali Khan Shinwari / EPA

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יולי 03, 2012 2:30 pm

די טאליבאנע האבן זיך שוין געלאזט הערן אז זיי גייען דאס נישט צולאזן.

אריסטאקראט
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 4:49 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אריסטאקראט » דינסטאג יולי 03, 2012 2:53 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:איז די קראך געווען אן עפעקט פונעם פייער אדער א זייטיגע פראבלעם מיטן עראפלאן?


פון ראוטערס:
אונטערן קעפל: עיר פארס לאזט צוריק ארויס טאנקיר פליגער נאך טויטליכע קראך.


ווי געשריבן אין פריערדיגע באריכטן איז דער פליגער איינס פון 8 אזעלכע פליגער וועלכע קענען פלינק ווערן איבערגעטוישט צו א פייער-קעמפער טאנקיר פליגער, ווען פריוואטע און קאמערציאלע פלי-צייג קענען נישט נאכקומען די געברויך.

נאך די קראך פארגאנגענע זונטאג האט די עיר פארס סוספענדירט אלע אפעראציעס פאר די אנדערע זיבען עראפלאנען פון די פלאטע פאר איין טאג "צו איבערקוקען די פלי און זיכערהייט פירונגען, אויף די באגרונד וואס איז באוויסט ביזדערווייל איבער די קראך…" האט די אמעריקאנער צפון קאמנדיר געזאגט.

די אויספארשונג גייט נאך ווייטער אן.

דער קראך איז געווען די ערשטע אין די 40 יאר צוזאמארבערט פון די זיכערהייט אפטיילונג - וועלדער סערוויסעס פראגראם, אבער כאטשיג די צווייטע קראך פון א טאנקיר פליגער קעפמענדיג אמעריקאנע וואלד פייערן דאס יאר.

א פריוואטע לאקהיד מארטין פי. 2 ווי. האט געקראכט אין די צייט וואס עס האט געהאלטן אינמיטן אראפלאזן פייער צוריקהאלט מאטריאל איבער א יוטא פלאם פארגאנגענם מאנאט, אומברענגענדיג ביידע מאנשאפט מיטגלידער אויפן קאבינעט.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג יולי 03, 2012 5:19 pm

אריסטאקראט דיינע נייעס זענען אומגלויבליך גוט! כ'האב עס נאך אין מיין לעבן נישט בייגעוואוינט דא אויף אייוועלט. דו פארמאגסט א פערדן קראפט נישט אפצושאצן. יישר כח און האלט ווייטער אן מיט די דערפרישנדע גאר אינטרעסאנטע ציענדע נייעס באריכטן . מיר לייענען און זאפן איין דארשטעריג דיינע זאפטיגע נייעסער.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג יולי 03, 2012 5:20 pm

חיזבאלא האט באריכטעט אז איזראעלישע לופט כוחות האבן אויפגעריסן זייערס א אונטערהער אפאראט וועלכע זיי האבן געהאט אינסטאלירט אויף טעלעקאמוניקאציע-קעיבלס אין דרום לבנון נאכוואס חיזבאלא האט אנטדעקט די אינסטאלאציעס וואס מדינת ישראל האט איינגעריכטעט, און אזוי ארום שפיאנירט אויף זייערע טעלעקאמוניקאציע סיסטעמען. מיליטערישע באמבאדיר עראפלאנען זענען געזען געווארן אויף די לבנון הימלען, און לויט ווי לבנון באריכטעט האבן די ישראלים אראפגעשאסן א מיסיל און דערמיט צושטערט דעם אפאראט.
חיזבאלא טענה'ט אז זי האט מצליח געווען אויפצוכאפן איזרעל'ס אקטיוויטעטן אונטערצוהערן זייערע טעלעפאונישע פארבינדונגען אד"ג – אין יענעם געגנט און איזרעל האט דאס פונדערווייטן אויפגעריסן אהן מענטשליכע פאטאליטעטן. דאס איז זאגן זיי, א לעצטע פון א רייע אטאקעס מצד איזראעל אויף זייערע טעלעקאמוניקאציע איינריכטונגען, אבער זי וועט ווייטער פארזעצן מיטן איבערקלוגן די פיינט'ס בייזוויליגע פלענער. איזראעל האט ווי געווענליך זיך אפגעזאגט פון קאמענטירן
------------------------------------

א אור אלטער בית הכנסת נאך פון די ימי התלמוד איז אנטדעקט געווארן דורכאויס ארכעלאגישע גראבונגען אין די חורבות-חוקוק דאן א אידישע ישוב אונטן אין גליל, צפון מערב פון כנרת. די חורבות זענען געפינען געווארן אויף א דערנבענדיג בארג וואס שטארצט ארויס פון צווישן די חורבות פון די געוועזענע שטאט חוקוק פון די ימי המשנה והתלמוד, ווען צו יענץ צייט האט געוואוינט דארט א באדייטנדע צאל תנאים ואמוראים, און די שטאט ווערט דערמאנט אין תלמוד ירושלמי אין פארבינדונג צו די קדושים וטהורים וועלכע האבן געלעבט אין געווירקט דארט.
אויפן עקזיסטענץ פונעם אור אלטן בית הכנסת צווישן די דארטיגע חורבות, ווערט שוין געברענגט עדות'שאפטן פון רבי אשתורי הפרחי אין זיין חיבור "כפתור ופרח", און אויף פריערדיגע פראוון פון ארכעלאגן אנגעוואנדן אין די פארגאנגענהייט, איר צו אנטדעקן.

אין פאקט האט מען דורכאויס די פריערדיגע יארן שוין געטראפן פולע דעקארירטע ארכיטעקטועלע שטיינער וואס האבן באלאנגט צום בית הכנסת אבער אויפצוגראבן און אנטבלויזן א טייל פונעם עצם געבוי אריינגערעכנט א פרעכטיגע וואנט געבויעט מיט גרויסע הערליך אויסגעהאקטע שטיינער, און אויסגעפלאסטערטע רוימיש סטיל, מאזאיק דיל (בילדער און אויסצירונגען צוזאמגעשטעלט פון מארבל שטיינער אויף די ערד) – איז דאס ערשטע מאל אין היסטאריע.
די גראבונגען ווערן אנגעפירט און פינאנצירט דורך עטליכע גרויסע איניווירזיטעטן און שולעס פון אמעריקע און קאנאדא, און ווי אויך טוען גרויסע פראפעסארן און סטודענטן פון די ארטיגע אקאדעמיעס אנטיילנעמען אין אין די פריעקטן.

ווי די פירער און די וועלכע שטייען אין שפיץ פון די פארשונגען האבן באריכטעט איז זיכער די קלימאקס פונעם געפינס – דאס אנטדעקן א הערליך מאזעאיק פון צווישן די חורבות אויף וועלכע ס'איז גאר קונצליך אויסגעמאלן און געפארעמט די קאפיטלען פון שמשון הגיבור באזירט אויף די פסוקים פון תנ"ך אין ספר שופטים, און נאך פארשידענע גאר מייסטערליכע בילדער און צייכענונגען. צווישן זיי א שיין אויסגעצירטע ברכה פאר די וואס זענען מקדיש זייער פלאג פאר מצות און מעשים טובים.. כאטש א קענבארע טייל איז שוין אפגעמעקט געווארן, זעט זיך נאך אלץ אן די ווערטער "בכל מצותכן יהא עמלכן... שלום.
צוגעלייגטע
1215.jpg
לעצט פאראכטן דורך פעדער אום דינסטאג יולי 03, 2012 8:14 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג יולי 03, 2012 5:52 pm

א ריזיגן יישר כח פאר פעדער

א ריזיגן יישר כח פאר אריסטאקראט
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יולי 03, 2012 6:00 pm

אריסטאקראט. איך שפיר אז איך מוז זיך ווידעראמאל באדאנקן פאר דיינע טעגליכע, טעגליכע? ממש כמעט יעדע שעה! מעלדט ער דא פרישע נייעס.

כה לחי!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג יולי 03, 2012 8:17 pm

די אראבער טוען אין די טעג פארשוועכן דאס הייליגסטע ארט ביי כלל ישראל די אבן שתיה וואס דערויף האט גערוהט דער ארון הברית אינעם קודש הקדשים. די אראבישע באהערדע און וואקף מיטגלידער האבן אויפגעשטעלט אויפן ארט גרויסע סקעפהאלדינגס מיטן ציל צו רענארווירן זייער קלויסטער (דזשאמדזשא) דער 'כיפת הסלע'.
פארשידענע ארגאניזאציעס אפצוהיטן די מקום המקדש רופן פאר א באלדיגע רעזיגנאציע פון די ירושלימ'ער פאליציי קאמאנדיר צוליב זיין פארנאכלעסונג אפצוהאלטן די שענדונג פונעם הייליגן ארט.

לויט זייער טענה איז דאס מפקיר זיין די הר הבית אין מוסלעמענער הענט, א זאך וואס ברענגט נאר צו כסדר צו אפטערע חילול און צעשטערונג צו דאס ביסל וואס איז פארבליבן פונעם בית המקדש, מיט די אנלייגעניש פון מאסיווע ארבעטס מאשינעריי און געצייג, און אהנע נארמאלע אופזיכט, דורך די פארלייקענער פונעם הייליג הויז – די אראבער.
די מקדש-היטער וויאזוי זיי פאררופן זיך זאגן אז די איזראעלישע לאקאלע אינסטאנצן זענען גוט אינפארמירט איבער די שרעקליכע עוולות און פארוויסטונגען וואס די אראבער זייען אן אויפן הר הבית, אבער פרובן עס צו באהאלטן פון די פובליק כדי זיך איינצוקויפן רוהיגקייט מצד די אראבער אין בעפארגרייטונג צו זייער ראמאדאן חאגע. און 'ניסו שחם' דער שעף פון די פאליציי דעפארטמענט איז פאראנטווארטליך אויף אלץ, געבנדיג א פרייע האנט פאר די אראבער צו טוהן וואס זייער הארץ גלוסט אריינגערעכנט שעדיגן און פארשוועכן, פארמעקן אלטע איינקריצונגען און געדענקענישן פון אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט אויפ'ן הר הבית און אין די היילן וואס געפינט זיך הונטער די אבן שתיה. ווי אויך הערשט א שטארקע זארג פאר די פרעזערווירונג און פרידן פון אומצאליגע אומשאצבארע היסטארישע טרעפונגען און ארטיקלען וועלכע זענען אין א געפאר פון פארטיליגונג און פארלירונג.

די ארגאנאזאציעס ווענדן זיך מיט א רוף צו חבר הכנסת אורי אריעל דער פארזיצער פון די סטעיט קאנטראל קאמיטע, ארויסצוגעבן די רעזולטאטן פון די רעגירונגס אינספעקטארס פארן המון און עס מפרסם זיין אזוי צו קענען פאררעכטן די שרעקליכע אומרעכטן וואס ווערן באגאנגען, אויפן בארג, מעשים, וועלכע זענען גורם שאדן צו די איבערבלייבענישן פון בית מקדש ראשון, און אויך דאס פאראייביגונג פונעם הר הבית'נס היסטאריע.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג יולי 03, 2012 8:44 pm

קעניע: געבראכן אן איראנע צעל

צוויי איראנע אגענטן זענען פארהאלטן און ארעסטירט געווארן נאכן געפונען ביי זיי א זאפאס פון אויפרייס מאטעריאל, זיי ווערן געהאלטן אויפן פארדאכט צו האבן פלאנירט ווי צו אטאקירן אמעריקאנע, איזראעלישע, און בריטישע צילן אין א"י לויטעט די אינטעלידזשענס באריכטן פון די איזרעלישע שפיאנאזש אגענטורן.

די צוויי 'אחמעד אבו אל פאתחי מוחמד' און 'סייד מאנסור מוסאווי' מיטגלידער פון א ספעציעל סיקרעט יוניט, אינערהאלב די איראנע שפיאנאזש, זענען ארעסטירט געווארן אינעם פארט שטאט 'ממובסא' ווען צו זייער באזיץ פארמאגן זיי 15 קילאגראם אויפרייס שטאף פון גאר א הויכן קאליבער RDX . ווי אנגעגעבן באלאנגן א טייל פון די האטעלן לענגאויס דעם בארטן צו איזראעלישע אייגענטומער

די צוויי פארדעכטיגטע האבן אפגעלייקנט סיי וועלכע באשילדוגונגען "מיר פארלאנגען באפרייט צו ווערן אויף בעיל וויבאלד מיר זענען אומשולדיג" האט איינער פון זיי דערקלערט פאר א געריכט אין ניירובי. "די פאליציי האט קאנפעסקירט אונזערע געלטער און מיר זענען אויסגעשטאנען פייניגונגען"

איינע פון זיי האט געטענה'ט אז די מוסד אגענטן האבן זיי געפייניגט אינדערצייט וואס זיי האבן זיך געפינען אינעם ארטיגן פאליציי סטאנציע, מוחמד זאגט אז איינע פון די אגענטן האבן אים איינגעשפריצט מיט כעמישע קעמיקאלע פליסיגקייטן אהן זיין ערלויבעניש די פאליצייאישע פראקואר דאניעל מאסאנזשי האט אפגעווארפן מוחמד'ס און זיין קאלעגע'ס פאלשע אנגעגעבענע טענות. פארט אבער האט דער שופט פול ביגוויט באשטימט אן אויספארשונג דערויף זאגנדיג אז די קלאגעס פארמאגן האפט.
אין ליכט פון דעם פאסירונג האט די איזראעלישע אמבאסאדער אין קעניע ארויסגעגעבן א פרישע ווארענונג איבער פאטענציעל פאר א מעגליכע טעראר אטאקע אויף אירע בירגער.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך יולי 04, 2012 2:35 am

מיר האבן שוין געהערט פון דעם ביי חתונות אין וויליאמסבורג, אוועק פאהרן אויף שבת פון ב"ב, אצינדער ביי לוויות.


בשעת די לויה פון יצחק שמיר (יזרניצקי) האבן גנבים בארויבט די דירה פון זיין טאכטער אין רמת אביב.

ציניקער זאגן: דאס הייסט, נוצן נייעס וויסנשאפט צו מאכן געלט.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 04, 2012 8:22 am

גענף ,שווייץ.
די וויסענשאפטלער פאטשען זיך אין בויך אז זיי האבען געטראפען א חלק פון דעם אטאם וואס ענטהאלט די מאססע און זיי טענה'ן אז יעצט גיין זיי אויפדעקען דער סוד פון די אוניווערס
מיר ווארטען נאך פון לעצטען מאהל ווען זיי האבען געפלאנט מאכען א גרויסע זבענג....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מיטוואך יולי 04, 2012 9:01 am

ר' מנחם שלום; אפשר קען מען אביסל מער מרחיב הדיבור זיין איבער די נושא, זינט עס איז אסאך צווישן אונז וואס פארשטייען נישט וואס די זאכן באדייטן, (אפשר אין א באזונדערע אשכול).

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 04, 2012 9:08 am

בחור הזעצער
איר זענט גערעכט
אויף א געלעגענהייט וועלען מיר כאפען א פארום אויף דעם בעז"ה
אדעוואהל דאס
http://en.wikipedia.org/wiki/Higgs_boson
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11916
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יולי 04, 2012 9:28 am

אויב האט מען אמאל געמיינט אז קברים גראבן איז א ציוניסטישע תאוה, שטעלט זיך ארויס אז דאס איז אלוועלטליכע מיטל מזרח פראבלעם. די פאלעסטינע גרייטן זיך ארויסצוגראבן יאסיר אראפאטס ביינער. נאכדעם וואס מ'האט געפונען אז ער איז מעגליך געשטארבן פון סם און נישט נאטורליך ווי ביז יעצט געגלייבט.

--

די דזשעט בלו פילאט וואס האט געהאט א צוזאמברוך אינמיטן פליען און זיך צואווילדעוועט און געשריגן אויפן מיקראפאון (ווי באריכטעט דא אויפן וועלטל) איז נעכטן געפונען געווארן אלס "נישט באלאנצירט צו שטיין אין געריכט" און ער וועט צוריק גיין צו א משוגעים הויז ביז די קומענדע קאורט דעיט. די פאסאנזשירן פון דזשעט בלו זאגן אז פאר אזא פסק וואלט מען נישט געדארפט דורך גיין די קאורט סיסטעם, זיי וואלטן עס באשטעטיגט תיקף.

--


אין ברוקלין זענען 'זעכציג' מענטשן געשאסן געווארן אין די לעצטע וואך! מיר רעדן נישט דא פון סיריע אדער איראק. ניין די רעדע איז ברוקלין.
די אנגעבליכע סיבה איז ווייל מ'האט אויפגעהערט אפצושטעלן און אויסטאפן מענטשען אויפן גאס אזויווי מ'פלעגט טון ביז יעצט. דאס אפשטעלן און אויסטאפן ווערט גערופן אין ענגליש 'סטאפ ענד פריסק'. די אקט האט געהאט ארויסגערופן בייז בלוט ביי די שווארצע פירערס טענה'נדיג אז די מערהייט מענטשן זענען שווארצע און דאס איז ראסיזעם.

ווען שארפטאן האט געהערט וועגן די שיסעריי האט ער געזאגט במתק לשונו "וואס א חילוק? די עיקר איז אז די ראסיזעם האט זיך אפגעשטעלט"

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך יולי 04, 2012 9:36 am

טערקיי: מען האט געטראפען די מאנשאפט פונעם אראפגעשאסענעם מיליטערישען פליגער.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 04, 2012 9:41 am

איידי דאיירינן בחיטוטי שכבי
אין עסטרייך האט איינער אויפגעגראבעןו די קברים פון די באקאנטע מוזיק קאמפאניסטען
יאהאן שטראוס און יאהאנעס באך און צוגעגנבעט די ציין...
אזא טירחא?
ער האט דאך געקאנט קומען צו מיר????
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך יולי 04, 2012 11:11 am

א נייע געזעץ איז אריין אין קראפט אין פראנקרייך וואס פארלאנגט יעדן מאטאריסט צו פארמאגן אין קאר א 'ברעטעלייזער קיט' (אן אינסטרומענט די פאליציי אינטערזוכט דערמיט די שטאפלען אלקאהאל אינעם דרייווער'ס בלוט כדי צו באשטימען אויב ער איז אנגעטרונקען)

ווי אויך ברויך יעדע דרייוער האבן אין אויטא ריפלעקטער פארזיכערונגס וועסטל, און א ווארענונגס טרייענגל (אן אביעקט אין א דרייעקיג פארעם וועלכע מ'שטעלט אויפן שטראז בכדי צו ווארענען אנדערע אויטא'ס, ווען מ'איז געשטאראנדעט)
דרייווער וועלכע פארלעצן דעם געזעץ קענען באשטראפט ווערן מיט א טיקעט פון 11 יוראס. די פארנצויזישע גאווערמענט האפט מיט דעם געזעץ אראפצוברענגען די רעקארד הויכע צאל עקסידענטן וואס קומען אין רעזולטאט פון שיכור'ע דרייוער.

ארום 4,000 מענטשן ווערן געהארגעט אין פראנקרייך יערליך, צוליבן טרונקן-דרייוון, וועלכע איז דאס גרעסטע פאקטאר צו עקסידענטן, העכער אפילו ווי ספידינג.
ניקאלעס סארקאזי'ס רעגירונג זאגט אז זי שאצט אז מיט דעם געזעץ וועט מען מעגליך אפראטעווען 500 לעבנס יערליך.

צענדליגע מיליאנען קיט'ס וועלן פארפלייצן די מארקעט'ס כדי נאכצוקומען דעם מאסשטאבליכן פארלאנג, און צו די איצטיגע צייט הערשט א גרויס מאנגל אינדעם פראדוקט, וואס צוליב דעם האט די רעגירונג געגעבן א פיר מאנאטיגן הפסק זיכער צומאכן אז יעדער האט צייט געהאט זיך עס איינצוהאנדלען. אפילו אויסלענדישע דרייווערס זענן אויך איינגעשלאסן אינעם געזעץ.

דער קיט קומט אין צוויי סארטן. איינע וועלכע איז ביליג פון קעמיקאלן אבער דיספאזעבל און דאס אנדערס א עלעקטעראנישע, און א טייערער סארט.

דער געזעץ איז א גאלדן גרוב פאר מאנופעקטשערער פון דעם פראדוקט, זינט פראנקרייך פארמאגט בלויז צוויי פראדוצירער אין גאנצן לאנד.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 04, 2012 11:38 am

וואו הייבט מען אן דא? א חברה פראפעסיענאלע ריפארטערס וואס די וועלט האלט נאכנישט געזעהן!

אריסטעקראט, פעדער, געלעגער און MSP, געוואלדיג, יעדער אויף זיין שטייגער, קיפ איט אפ גייס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מיטוואך יולי 04, 2012 11:57 am

איינער איז אומגעקומען און ניין אנדערע פארוואנדעט פון א אומגליק האט פאסירט אין עין יהב, ווען א רער וואס האט געפירט היידראליק עסיד האט אויפגעפלאצט און ארויסגעשאסן די שעדליכע היידראליק עסיד אין די לופטן, און די ווינטן האבן דעם געפארפולע מאטריאל געטראגן אין די לופטן, צו יענע צייט האבן א גרופע ארבעטער זיך געפינען דערנעבן אין געגנט און זענען אויסגעשטאנען אריינצואטעמען די קעמיקאלן. פירענדיג צו איין טויטפאל, נאך איינער קריטיש פארוואונדעט און אכט אנדערע לייכטער.

פונקטליך וואס עס האט פאסירט דארט איז נישט קלאר וויבאלד די שטארק געשעדיגטע זענען נאך איינגעשלעפט און נישט ביים באוואוסטזיין. אבער ווי מען גלויבט האט די פייפ געקראכט צוליב געוויסע ארבעט פון שטיינער-אויסהאקונגען, אדורכגעפירט ממש נעבן דעם רער. די שאדנס און יסורים זענען זייער גרויס, צווישן זיי בריען און האלדז. וויבאלד די עסיד איז א קעמיקאל וואס אפילו אנרירנדיג קען עס גורם זיין בריען און וואונדן.

עטליכע אמבולאנסן און רעטונגס העליקאפטער האבן אנטייל גענומען צו עוואקואירן די געליטענע, און א דערנעבנדיגע הייוועי איז אויך אפגעשלאסן געווארן אויף עטליכע שעה ביז די אטמאספערע וועט אויסגערייניגט ווערן.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך יולי 04, 2012 12:15 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואו הייבט מען אן דא? א חברה פראפעסיענאלע ריפארטערס וואס די וועלט האלט נאכנישט געזעהן!

אריסטעקראט, פעדער, געלעגער און MSP, געוואלדיג, יעדער אויף זיין שטייגער, קיפ איט אפ גייס!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: להודיע, שקר_הדייעט און 39 געסט