באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 9:49 am

און נאכמער, אויב קענט איר רעכענען קומט אויס 85 בילליאן צוטיילט פאר 200 מיליאן מענטשן נאר 425 דאלער אן די דריי זעראוס... אפשר וועל איך קענען צאלן א האלבע חודש העלט אינשארענס דערמיט.

עס איז באמת בושות ווי א מענטש שעמט זיך נישט ארויסצולייגן אזא פיינענשעל פלאן אן קענען נוצן א קאלקיולעטער, דאס ווייזט שטארק אן אויף די נידריגקייט פון די היינטיגע טעכנעלאגיע וועלט אז יעדער שמויטע פאנע קען בראדקעסטן זיינע גרויסצוקיגע פלענער און די עכטע מבינים ברויכן זיך נאך פארענטפערן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 11:28 am

WA MU (אין קורצן פון וואשינגטאן מיוטשעל) איז געגאנגען געבראכן היינט און געפיילט בענקראפסי און די באקאנטע CHASE באנק האט זיי אויסגעקויפט.

ווי שוין געשריבן ערגעץ. איך האב געמיינט אז מיינע עטליכע הונדערט דאללער וואס איך בין געווען מיינוס דארט וועט מיר פארלוירן גיין אינאיינעם מיט די סימבאל פון די באנק, אבער דערווייל האב איך פונקט נעכטן נאכמיטאג אויסגעצאלט די סכום און צוגעלייגט עטליכע גראשן.

ווי איך הער קען זיין אז אסאך היימישע אידן האב דורך דעם שאדן געהאט אסאך געלט און ארבייט. ווי די פירמע האט געמאדן וועלן אלע מארגעדזש פייל'ס וואס מ'האט אריינגעגעבן אהין - און איז נאך אין פראסעס - פארלוירן גיין. דאס מיינט אז א אינגערמאן א מארגעדזש בראוקער וואס האט געארבייט שווער אויף א פייל אדער עטליכע פייל'ס און ווארט פון זיי אויף תשובה ברויך יעצט אנפאנגען פון דאסניי ביי א צווייטן באנק.

אויך הער איך אז די אלע וואס האבן דארט מער ווי הונדערט טויזענט דאללער קענען עס פארלירן. דאס איז א שרעקליכע זאך.

אויב איינער האט מער דעטאלן זאל עס זיי מוחל זיין און אהערברענגען פאר די ליינער.


מי יעשר ומי יעני.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 11:36 am

דער עולם זאל שוין ארויסנעמען אלע געלט פון די בענק.

אוי עס דערמאנט פון די 1940'גער יארן ווען די דייטשן האבן קאנפיסקירט אידישע האב און גוטס.

יא יא, מארשעל לאו פראגרעסירט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 12:13 pm

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די סטאק מארקעט טראסקעט שוין ווידער?
און נישט סתם נאר מיט נאך 500 פונטס אז די דאו האלט שוין ביי 9,850!!!!!!
נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט שוין אונטערגעשריבען דעם בעילאוט פלען?

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 3:33 pm

א שחיטה אין וואל סטריט, רבותי ס'יז צרות

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 3:44 pm

מיך האט עס דערווייל נישט עפעקטעט...

אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

תגובהדורך וואלדעק » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 4:34 pm

ס'האט שוין געהאלטן היינט ביי איבער 800 פוינטס אראפ

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 4:55 pm

און?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 5:12 pm

יעצט האלט די דאו ביי 9955

אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

תגובהדורך וואלדעק » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 5:42 pm

סתם_אזוי האט געשריבן:און?
צוגעלייגטע
stocks.jpg

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 7:33 pm

וואלדעק האט געשריבן:
סתם_אזוי האט געשריבן:און?


די (אדער אן ענליכע) בילד האב איך שוין אליין געזען אויף CNN. עס פארענטפערט אבער נישט מיין שאלה פארוואס א פלעינע מענטש וואו איך וואס האט נישט קיין סטאקס דארף זיך דערשרעקן אז סטאקס פאלען. ב"ה די פרייז פון אויל איז אראפ, און דעטס אלל.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 1:26 pm

If you had purchased $1,000 of Delta Air Lines stock one year ago, you
would have $49 left.

With Fannie Mae,
you would have $2.50 left of the original $1,000.

With AIG,
you would have less than $15 left.

BUT, if you had purchased $1,000 worth of beer one year ago, drunk all
of the beer, then turned in the cans for the aluminum recycling REFUND,

you would have $214 cash.

Based on the above, the best current investment advice is to drink
heavily and recycle
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 5:02 pm

די חברה (סטאקס דאו) געבן נישט אויף זיי טראסקענען נאך היינט מער ווי נעכטן מיט איבער 500 אראפ און עס האלט יעצט ביי 9,447.11

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 5:03 pm

די נעסדעק און עס ענד פי גייען מיט און ביידע האבן היינט אראפגעפלאשט קנאפע זעקס פארצענט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25662
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 5:47 pm

דער סטאָק מארקעט פאלט, דער דאו טראסקעט, די נעסדעק פלאשט, עס. מיט פי. גייען אויך מיט'ן פיטום אראפ, אבער די ד' מינים סוחרים שניידן 200-250 דולר א סעט כאחד הרבנים, רבונו של שלמה, פון וואו נעמען אידן געלט דאס צו באצאלן?

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 6:23 pm


לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך אוקטובער 08, 2008 9:52 am

א הערליכע חקירה האב איך געהערט פון ידידי בעל הטשיקאווע נייעס/קאך לעפעל וכו'.. נעכטן, און איך האב אזוי הנאה געהאט אז איך וויל עס מיטיילן די עולם דא.

איז אבאמא אזוי הויך אין די פאולס ווייל די סטאקס זענען געפאלן אזוי נידריג?
אדער זענען די סטאקס געפאלן אזוי נידריג ווייל אבאמא איז אזוי הויך אין די פאולס? (און אינוועסטערס האבן מורא פאר די חורבן וואס ער וועט ברענגען)
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 09, 2008 10:25 pm

די סטאקס זענען היינט יום כיפור ווידער געפאלן מיט איבער 600 פונקטן, זיך אראפשלייכנדיג צו אונטער 9,000 (דער דאו דזשאונס).

אויב גייט עס אן ווייטער אויף דעם שטייגער, וועט 'עלעקשאן דעי' שוין נישט זיין קיין סטאק מארקעט וואס זאל קענען קראכן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 7:53 am

לעווי האט געשריבן:א הערליכע חקירה האב איך געהערט פון ידידי בעל הטשיקאווע נייעס/קאך לעפעל וכו'.. נעכטן, און איך האב אזוי הנאה געהאט אז איך וויל עס מיטיילן די עולם דא.

איז אבאמא אזוי הויך אין די פאולס ווייל די סטאקס זענען געפאלן אזוי נידריג?
אדער זענען די סטאקס געפאלן אזוי נידריג ווייל אבאמא איז אזוי הויך אין די פאולס? (און אינוועסטערס האבן מורא פאר די חורבן וואס ער וועט ברענגען)

http://www.usnews.com/blogs/capital-com ... arket.html

דיין ידיד איז נישט דער איינציגסטער וואס קלערט אזוי.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 11:37 am

פארשטייט זיך אז די גאנצע חקירה איז נישט מער ווי א וויץ,
אדרבה סאיז דא וואס ווילען ציען מסקנות פון די גאנצע קריזיס אז קאפעטעליזים אליינס ארבעט נישט אין ס'מיז קומען געמישט מיט א היבש ביסל סאוציאליזם.
די איינצעג סילווער ליינונג וואס כ'זע דערווייל פון די גאנצע עקאנאמישע ציזאמענפאל איז אז ציזאמען דערמיט פאלט אויך די קאמאדעטיס אין בתוכם אויל וואס טרעדט שוין היינט אינטער 80 דאלאר א פעסל.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 12:16 pm

וויץ אהער וויץ אהין, שמוץ קען עס ברענגן? כ'מיין מענטשען הענגן דערויף זייער שטימע פארוועם זיי וועלן וואוטוען? דעטס-אלל וואס דער ארטיקל איז געווארן ארויס געקוועטשט פונעם עדיטער!

נאך אלעם הענגן זיך אן מענשטן אויף שטותים פארוואעם זיי וועלן שטימען, קען מען זיך פונקט אזוי אנהענגן דא. "פארגעס נישט אז מען האט צוטאָן מיט פארמאכטע-פארטָמטע קעפ" וואס האט די קאנדידאט מיט די עקענעמיע? געוואלד, אויב עפעס האט דאס מיט די קאנגרעס מער ווי דער קאנדידאט אליין, זיי שטימען פאר בילס, אין זיי האבן מער די עיבילעטי דורכצושטופן א ביל.

דאס וואס די סטאקס קראכט? אהה... דאס איז די פונקט ווי מען נידעלט א לופטיגער באלון, וואס געשעהט? עס שיסט אראפ, גענוי אזוי איז דא. מיר זענען געווען אויף א פרי-רייד פאר די לעצטע פאר יאר, אנגעהויבן מיט די בענק א.א.וו. אין יעצט?...

פארטיג! די רייד איז נישט 'אָנלימיטעד' עס איז געקומען צו א ענדע. נאר די פראבלעם איז אס עס ענדיגט זיך נישט שטאַט אראפ א בארג, נעעע אינגאנצן נישט, עס פאאאאאָרט אזוי שנעל - ווי א איינער טראסעקעט א שווערער לאסט פון א הויכע געביידע וואס דאס טראסקעט שנעל, נישט ווי א שטיקל פעפער וואס מאכט א שטאַטער וועג אראפ, איא?

עס וועט זיך סטאביליזירן, אין אלעס וועט קומען צוריק צו די גוטע צייטן, וואס יעדער וועט קענען געהעריג ארויס נעמען א מארטגעדזש, יעדער וועט קענען פירן א לעבן, נישט נאר די רייכע מענטשען.

גיב א קוק אויפן "$US" פארוואס וואקסט דאס יעצט אזוי פליסיג? פשוט ווייל אין אפאר (וואכן/חדשים... ווער ווייסט?) וועט דאס זיין צוריק ווערט, אין אלעס וועט צוריק זיין אין סיסטעם.

עס איז נאר נארמאל אז די סטאקס גייען אראפ, ניין! מען קען נישט קוקן אויף די 'טעיבל' וואס ווייזט די נומבערס וויאזי עס פארט אראפ. קוק אויף די 'טעיבל' וויאזוי עס איז ארויפגעפארן, דעמאלטס ווען עס איז ארויפגעפארן האט קיינער נישט געקוקט ווי שנעל עס פארט; למשל. די ריסקי לאונעס א.א.וו. - מען האט זיך געפרייט מיט פארמאכטע-פארגלייזטע אויגן, אין געהאפט אז עס וועט נישט אראפ פאלן, יעצט פרעסט מען זיך דאס געזונט אז מען האט נישט אנגעכאפט די בענדל פון די באַלון.

יאפ! אזוי געעעיט עס... נאר א שאד אז מיר דארפן דאס דורכגיין, וואס וואלט ווען געווען פארקערט, ווען די גאנצע זאך געשעהט ווען אין איראן? הא? הלוואי...

****
אין מיינע אויגן האט דאס גארנישט מיט די קאמפיין. אמת; מען נוצט דאס אלאס א שטעקן, פשוט ווייל דאס איז יעצט 'דברים העומדים על ה'וואלן' ס'נאר נארמאל, אבער קען גאר זיין אז דאס ועט קיין סך נישט אויסמאכן, ווייל נאר אפאר וואכן טראסקען וועט זיך דער עולם צוגעוואוינען... אבער צו א שווארצער פרעזידענט וועט מען זיך נעווער עווער צוגעוואוינען!

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 12:18 pm

לוינט יעצט צו אינוועסטירען אין אויל?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג אוקטובער 10, 2008 1:27 pm

די פרעגטס צי סלוינט צי אינוועסטירען? א גיטע פראגע, אבער איך האב שוין געהערט געוויסע אנאליסטען טרויען זיך פארציזאגען אז מיט אזא ענוויירעמענט קען מען ביז עטליכע חדשים רעדן פון 40 דאלאר א פעסל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש אוקטובער 11, 2008 8:46 pm

מען שמועסט אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין סטאק מארקעט (פרעג מיר נישט קיין פרטים, איך בין זייער אומבאהאוונט דערין), ווייל עס קען שוין נישט צופיל פאלן, און וועט בעל כרחו אנהייבן שטייגן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אוקטובער 12, 2008 12:47 am

איך האב באקומען א טעקסט מעסעזש, (כאבעס נאכנישט געזען אין יענעם אשכול, אדער איזעס געווען פון די ענגלישע וואס כ'לאז דורך אסאך, ווייל ס'ליינצעך מיר נישט פליסיג.)

אז א רב האט גע'פסק'ט אז חול המועד מעג מען שפילן מיט סטאקס, ווייל ס'איז א 'דבר האבוד'.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal, private, א מחי', אינדיאנער, ויכתב, מה ידידות, משהלע, נו שוין, שכל טוב און 62 געסט