ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » זונטאג מארטש 31, 2019 5:52 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:הערעך א מארגן ווערט שוין עכט פרילינג, און עס ווערט נאר בעסער מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.

דאס הייסט עכט פרילינג? אין ניו יארק סיטי איז היינט רוב טאג געווען אין די פערציגער, בלויז 3 שעה אין טאג איז געווען צווישן 50 און 53.
ארויפציר אין אפסטעיט איז היינט געווען אונטער 50 א גאנצן טאג.
אוודאי איז היינט געווען א הערליכע שיינע טאג, אבער נישט דאס מיינט "עכט" פרילינג.

עכט פרילינג וועט זיין אי"ה שבת קודש ווען ס'וועט זיין צווישן די הויכע זעכציגער און די נידריגע זיבעציגער.

אבער ס'בלייבט נישט ביי דעם... זונטאג ווערט צוריק היפש קיל פאר עטליכע טעג.


קנא, כדי אייך אריינצוברענגען דא מוז מען קודם זאגן א מיינונג.
יישר כח פאר אייער באריכט

איצי פיצי
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 5:20 pm

תגובהדורך איצי פיצי » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:39 pm

ס'איז דא א שטיקל מעגליכקייט ס'זאל פאלן אביסל נאסע שניי
און די האדסאן וואלי דאנערשטאג נאכט

בבל
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:14 pm

דערמאנונג אנצוצינדן איר קאנדישן פאר די וואס ווילן שלאפן שבת נאכמיטאג
73 אין ק'' י אין סיטי הייסער מן הסתם

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג אפריל 14, 2019 12:10 pm

ביז ווען מעג מען געזעצליך ארומפארן מיט ווינטער רעדער?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג אפריל 14, 2019 5:53 pm

איך קען מיך אמת'דיג נישט אויס אין וועטער, ליין איך יעצט אבער פוןעפעס א שטורעם וואס איז געווען אין טעקסאס מיסיסיפי געגנט, און עס זיך גערוקט קיין אנטלאנטיק קאוסט, און גייט ארויף גיין דורך נוי יארק קיין נוי ענגלאנד, איינער ווייסט עפעס מער??
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג אפריל 14, 2019 8:01 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:איך קען מיך אמת'דיג נישט אויס אין וועטער, ן7ליין איך יעצט אבער פוןעפעס א שטורעם וואס איז געווען אין טעקסאס מיסיסיפי געגנט, און עס זיך גערוקט קיין אנטלאנטיק קאוסט, און גייט ארויף גיין דורך נוי יארק קיין נוי ענגלאנד, איינער ווייסט עפעס מער??

איך זעה אז גאנץ נוי זשערסי, און די אלע היימישע געגענטער אין נוי יארק זענען אין רויט, און אין מיסיסיפי זענען שוין דריי מענטשן געשטארבן, הרב קנא, איינער, ווייסט עפעס???
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2592
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג אפריל 14, 2019 8:15 pm

איך האב אלץ געוויסט אז א שטורעם קען נישט אנהאלטן קיין מאמענטום אויף יבשה

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג אפריל 14, 2019 9:15 pm

סיריעסלי אלע עקספערטן זענען געגאנגען שלאפן.

עס גייט זיין אין נוי זשערזי שטארקע ווינטן, קען ערווארטן העיל, דא טשאנסן פאר קליינע טארנעידאס!
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

Jobless
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » זונטאג אפריל 14, 2019 9:17 pm

ווען???

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג אפריל 14, 2019 9:24 pm

Jobless האט געשריבן:ווען???

איך האב נאר געזען אפאר באריכטן, און איך קען מיך בכלל נישטאויס אין וועטער אבער הרב קנא וכת דיליה זאגן גארנישט

ערווארטעט עיקר פון חצות הילילה ביז 10am

זעה איך אז טארנעידא ווארענונג איז נאר פאר אביסל מער סאוט מערילענד
....
אפדעיט: אין די סאוט .U.S וואו עס איז געווען שווערע טארנעידאס איז שוין באריכטעט 8 טויטע!
אהייא איז אויך געפערליך
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:12 am

שואלכענין האט געשריבן:ביז ווען מעג מען געזעצליך ארומפארן מיט ווינטער רעדער?

אויב האסטו נאר סנאו טייערס קענסטו עס לאזן א גאנץ יאר, עס רייבט זיך נאר אויס שנעלער און די הייסע טעג.
סטאטס (אייזערנעס אויף די רעדער) טאר מען נישט לאזן.

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » מאנטאג אפריל 15, 2019 4:15 am

זיך יעצט אויפגעוועקט פון א גאר שטורמישע טאנדערסטארם מיט שטארקע ווינטן. עטליכע קאונטיס אין ניו יארק זענען אין א טארנעידא וואטש

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מאנטאג אפריל 15, 2019 4:23 am

שוין פערטיג אויכט
שמייכלען פארלאשן

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג אפריל 15, 2019 5:13 am

פריינד האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:ביז ווען מעג מען געזעצליך ארומפארן מיט ווינטער רעדער?

אויב האסטו נאר סנאו טייערס קענסטו עס לאזן א גאנץ יאר, עס רייבט זיך נאר אויס שנעלער און די הייסע טעג.
סטאטס (אייזערנעס אויף די רעדער) טאר מען נישט לאזן.

דעי שטעכערס טאר מען קיינמאל נישט ניצן אין ניו יארק מיינעך.
The department says by law the studded tires can be used from Oct. 16 through April 30. The tires are intended to provide better traction on ice and snow. פון גוגל
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:43 am

מיקא האט געשריבן:קאלטס און ווארעמס..

ערבי פסחים, שוין אפילו נאך א עיבור יאר, און די פייגעלעך זענען אומגלויבלעך.. זיי ווילן נישט וויסן אז די יודישע קאלענדער האלט נאך אנהייב ניסן; אבער די זון שיקט אירע שטראלן, און טרוקענט אויס יעדע ביסל שווייס, וואס די פאר'פּארעטע יודען גיסן פון זיך. ס'איז פרילינג ווינטעלעך וואס געבן צוריק דאס אטעם, און אודך זאגט מען הלל, אז מ'האלט שוין מיט'ן זומער אריבער דעם שוועל.
ס'מיר נישט געווען לייכט, ווען כ'האב געזאגט 'משיב הרוח ומוריד הגשם'.. ס'נישט אין מיינע הענט צו טוישן די נוסח, אבער ס'קומט אויס זייער לעכערליך, גענוי ווי יענער וואס זאגט כל דכפין ייתי.. און האלט א פייג אין הארצן..
אבער וואס תפילה – אפילו אומ'וועלנדיג – טוט אויף, איז נישט צום שאצן!
קוים אריבער אפאר מעת לעת, און ס'האט גענומען ווידער רעגענען, ווי געזאגט, ומוריד הגשם, אבער ס'דאך א זומערדיגע רעגן שוין – לכאורה..
יא?
נאר וואס יעצט הייבט אן בושעווען א מיטל ווינט, און די זון אנטלויפט אונטער שאטן און קאלדרע.. ס'האט עפעס איינער ווי צוריקגערוקט דעם מייליטש אויף חצי טבת.. קאפעליטשן פליען, און ליידיגע באקסעס אין די לופטן..
האסטו געבעטן נעכטן משיב הרוח?? ווי די נייטרא ראפעל, געטאן ווי געזאגט און געזאגט ווי געטאן..
ס'שמעקט ווידער פון פאנקן, און די אויל רינט עפעס פון די הענט.חג כשר ושמח – העפי חנוכה.. כ'מיין כשר'ע פסח.

;l;p-
גענומען פון דא...
viewtopic.php?p=1908917#p1908917
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

ווילי זיידע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » דינסטאג אפריל 16, 2019 10:55 am

הערענדיג די בייזע ווינטען, האב איך זעך געלעהגט שלויפען נעבן א באקס פאטעיטאוס, אז די ווינט זאל מיך נישט קענען אוועקבלאזען

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך אפריל 17, 2019 2:56 pm

ווייטער אויסקוק קומענדיגע יו״ט פסח הבעל״ט
צוגעלייגטע
9D477E8E-36AB-4264-B6C6-7CCCD5E17FE8.png
9D477E8E-36AB-4264-B6C6-7CCCD5E17FE8.png (661.46 KiB) געזעהן 3063 מאל
FB8D1ED9-A5D7-45D9-917A-2ECD4D3F8248.png
FB8D1ED9-A5D7-45D9-917A-2ECD4D3F8248.png (678.53 KiB) געזעהן 3063 מאל

אוועטאר
Borough Park
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מיטוואך אפריל 17, 2019 3:07 pm

9D2C562E-629B-4112-9155-0492D23692C3.png
9D2C562E-629B-4112-9155-0492D23692C3.png (257.74 KiB) געזעהן 3042 מאל
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:31 pm

איך האף אז ק. נ. א. וועט נאך אריינקומען מיט א אפדעיט בעפאר יום טוב, מיט זיין אייגנארטיגע באריכט
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:32 pm

א האלב זוניגע חול המועד...
כאטשיג עפעס
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 8:45 am

מאנסי
צוגעלייגטע
IMG_18042019_084337_(600_x_600_pixel).jpg
מאנסי
IMG_18042019_084337_(600_x_600_pixel).jpg (81.72 KiB) געזעהן 2636 מאל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 10:50 am

ווייסט איינער די וועטער חוה"מ אין ניעגרע פולס?
עפעס קראנטלעך ביטע

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » זונטאג מאי 12, 2019 3:44 pm

קאלט. דריי טעג רעגן נאכאנאנד. שפירט זיך ווי אינמיטן חודש אדר

אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך צעגראדזשעט » זונטאג מאי 12, 2019 4:38 pm

איך בין פלעין נייגעריג: פון וואו ביז וואו איז די "האדסאן וואלי ראיאן"?....

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » זונטאג מאי 12, 2019 4:43 pm

דא האט איר א דעטאלירטע מאפע

בילד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, איד_איד, אץ קוצץ, בת היענה, כאפצעם, פרייליכען, קאפ און אקסל, שטיגליץ און 31 געסט