ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מוצ"ש ינואר 25, 2020 7:29 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
נאוט: די יורא מאדל האט דאס יאר ווינטער זייער א שלעכטע רעקארד. די GFS האט ביז דערווייל געמאכט סאך א בעסערע דזשאב.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » מוצ"ש ינואר 25, 2020 9:36 pm

הרב קנא שכוח פאר די אפדעיטס, אויב מעגליך וואלט געווען א גוטע געדאנק צו צולייגן אויפן בילד ווי סיטי/אפסטיעט/קעטסקילס איז, אז די עולם גולם זאל ארויסהאבן וואס דא שטייט,

איך קוק נאך יעצט און הייב נישט אן צו פארשטיין וואס וואו ווען

תודה למפרע
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מוצ"ש ינואר 25, 2020 11:11 pm

אלופי אדום האט געשריבן:הרב קנא שכוח פאר די אפדעיטס, אויב מעגליך וואלט געווען א גוטע געדאנק צו צולייגן אויפן בילד ווי סיטי/אפסטיעט/קעטסקילס איז, אז די עולם גולם זאל ארויסהאבן וואס דא שטייט,

איך קוק נאך יעצט און הייב נישט אן צו פארשטיין וואס וואו ווען

תודה למפרע

עס זענען דא עקסטערע אשכולות פאר געאגראפיע.

עניוועי, זעץ דיך צו גוגל מעפ און זיך אויף בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, בלומינגבורג אאז''וו. נאך 2, 3 מאהל איינחזרן וועסטו שוין קענען ליינען די וועטער מעפס לאקעישאנס
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג ינואר 26, 2020 12:03 am

אלופי אדום האט געשריבן:הרב קנא שכוח פאר די אפדעיטס, אויב מעגליך וואלט געווען א גוטע געדאנק צו צולייגן אויפן בילד ווי סיטי/אפסטיעט/קעטסקילס איז, אז די עולם גולם זאל ארויסהאבן וואס דא שטייט,

איך קוק נאך יעצט און הייב נישט אן צו פארשטיין וואס וואו ווען

תודה למפרע


די עצה איז צו עפענען גוגל מעפס און זעהן דארט ווי אלע געגענטער זענען אויף די מאפע וועסטו קענען פארשטיין קנא׳ס מאפעס

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 26, 2020 12:20 pm

די 'פאנטאזיע' פון די קענעדיען מאדל פאר זונטאג בשלח

געדענקט! דאס איז נישט א פארקעסט, דאס איז דזשאסט א פאנטאזיע און א שיינע חלום (דערווייל).

8.2 אינטשעס פאר לעיקוואד
22.4 אינטשעס פאר ניו יארק סיטי
18 אינטשעס פאר מאנסי
14 אינטשעס פאר קרית יואל
8.8 אינטשעס פאר מידעלטאון
8 אינטשעס פאר בלומינגבורג
און 6 אינטשעס פאר מאנטיסעלא


בילד

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג ינואר 26, 2020 12:34 pm

טענקס.

קודם זעה איך אז דער קענעדיען האט זיך אויך צוגעשטעלט צום יורא מאדעל? וואס איז מיט דער דריטע מאדעל זאגן זיי אויך עפעס?

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » זונטאג ינואר 26, 2020 12:37 pm

טענקס קנא, אינטערסאנט סיי עקיו וועטער,אין וועטער טשענעל, ווייזן ביידע אין די 40ער פאר דעם טאג

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג ינואר 26, 2020 12:40 pm

Programming האט געשריבן:עס איז זייער זייער נישט רעקאמענדירט צו לייגן נאר 2 סנאו טייערס. דאס איז נאך פיל ערגער ווי בכלל נישט לייגן. אדער אלע פיר אדער גארנישט

עס ווענדט זיך,

אויב מ'האט 4 וויל דרייוו, איז עס א מאסט צו לייגן אויף אלע 4

מיט 2 וויל דרייוו איז עס אפשר נישט אזא מאסט, אבער עס איז זייער רעקאמענדירט
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 26, 2020 2:03 pm

shimon7323 האט געשריבן:טענקס.

קודם זעה איך אז דער קענעדיען האט זיך אויך צוגעשטעלט צום יורא מאדעל? וואס איז מיט דער דריטע מאדעל זאגן זיי אויך עפעס?

די יורא האט שוין לאנג צוריקגעצויגן

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » זונטאג ינואר 26, 2020 2:13 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די 'פאנטאזיע' פון די קענעדיען מאדל פאר זונטאג בשלח

געדענקט! דאס איז נישט א פארקעסט, דאס איז דזשאסט א פאנטאזיע און א שיינע חלום (דערווייל).

8.2 אינטשעס פאר לעיקוואד
22.4 אינטשעס פאר ניו יארק סיטי
18 אינטשעס פאר מאנסי
14 אינטשעס פאר קרית יואל
8.8 אינטשעס פאר מידעלטאון
8 אינטשעס פאר בלומינגבורג
און 6 אינטשעס פאר מאנטיסעלא


בילד

נישט קיין שלעכטע פאנטאזיע.. זאל נאר ווערן מקוים
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

Jobless
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » זונטאג ינואר 26, 2020 3:32 pm

Kollel האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די 'פאנטאזיע' פון די קענעדיען מאדל פאר זונטאג בשלח

געדענקט! דאס איז נישט א פארקעסט, דאס איז דזשאסט א פאנטאזיע און א שיינע חלום (דערווייל).

8.2 אינטשעס פאר לעיקוואד
22.4 אינטשעס פאר ניו יארק סיטי
18 אינטשעס פאר מאנסי
14 אינטשעס פאר קרית יואל
8.8 אינטשעס פאר מידעלטאון
8 אינטשעס פאר בלומינגבורג
און 6 אינטשעס פאר מאנטיסעלא


בילד

נישט קיין שלעכטע פאנטאזיע.. זאל נאר ווערן מקוים

ביטע נישט האב מיר א פלייט מוצשבק

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג ינואר 26, 2020 4:09 pm

איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן
ס'איז נישט קיין פארקעסט!!

ס'איז בכלל נישטא וואס צו זיין נערוועז וועגן פלייטס וכדו'.

סעקרעטאר
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך סעקרעטאר » זונטאג ינואר 26, 2020 5:21 pm

וואס איז פשט אז קיינער (עקיו וועטער וכדומה) קוקט נאך נישט אן די קאמפיוטער מאדעלס און רעכענען זיך נישט דערמיט,
און וואס ווענט זיך אז די זאך זאל אנהייבן אויסקוקן מער ערנסטער אז די וועטער באאמטע זאלן עס אנהייבן נעמען אין באטראכט אלס א ערנסטע שטורעם וואס קען פארקריפלען די נארטאיסט ראיאן מיט שווערע שנייען?

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » זונטאג ינואר 26, 2020 7:29 pm

#קידוש לבנה אלערט
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג ינואר 26, 2020 7:37 pm

סעקרעטאר האט געשריבן:וואס איז פשט אז קיינער (עקיו וועטער וכדומה) קוקט נאך נישט אן די קאמפיוטער מאדעלס און רעכענען זיך נישט דערמיט,
און וואס ווענט זיך אז די זאך זאל אנהייבן אויסקוקן מער ערנסטער אז די וועטער באאמטע זאלן עס אנהייבן נעמען אין באטראכט אלס א ערנסטע שטורעם וואס קען פארקריפלען די נארטאיסט ראיאן מיט שווערע שנייען?


מען האלט נאך א גאנצע וואך פאראויס

די מאדעלס האלטן אין איין טוישן די טרעק פונעם שטורעם

וואס א טאג שפעטער וועלן זאכן אביסל קלארער ווערן

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » מאנטאג ינואר 27, 2020 2:46 pm

לויט "עקיו וועטער" גייט געשעהן איינע פון די 3 בייגעלייגטע בילדער אויף דעם שב"ק און זונטאג
צוגעלייגטע
Scenario1.jpeg
Scenario1.jpeg (34.57 KiB) געזעהן 1651 מאל
Scenario2.jpeg
Scenario2.jpeg (36.7 KiB) געזעהן 1651 מאל
Scenario3.jpeg
Scenario3.jpeg (34.36 KiB) געזעהן 1651 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג ינואר 27, 2020 11:19 pm

מיר קוקט אויס אז ס'וועט זיין א טרעק צווישן סינעריו 1 און 2

דהיינו די סענטער וועט נישט טרעקן העכער יבשה ווי סינעריו 1 בילד צייגט, אבער אויך נישט אזוי ווייט ארויס צום ים ווי סינעריו 2 בילד צייגט, און אוודאי נישט אזוי ווייט ארויס ווי סינעריו 3 בילד.
אזוי אויך קוקט יעצט אויס אז ס'וועט זיין בעצם יום השבת, נישט זונטאג.

פונקטליכע דעטאלן ארום דעם שטורעם צב"ש וויפיל אינטשעס רעגן אדער שניי ס'וועט פאלן אין יעדעם'ס בעקיארד איז נאך היפש פארנעפלט, אבער די שאנסן פאר א אימפעקטינג נאראיסטער שטורעם דעם שבת קודש פ' בא שטייגט העכער.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג ינואר 28, 2020 12:25 am

מיר האלטן שוין דינסטיג און מ'קען נאכנישט וויסן מער?!
ווען יא?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג ינואר 28, 2020 8:04 am

וואס דינסטאג, ווען דינסטאג?
דו האסט געשריבן דיין תגובה מאנטאג נאכט ווייניגער ווי האלב נאך 12

און יא, אפילו היינט דינסטאג קען מען נאך נישט וויסן עכט.
הערשט מיטוואך/דאנערשטאג וועט מען שוין האבן א שטיקל אנונג פון בערך וואס מ'רעדט.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג ינואר 28, 2020 9:15 am

א גרויסע שכח! ק.נ.א

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג ינואר 28, 2020 9:51 am

העי העי, ביי אונז אידן איז שוין דינסטאג פון ווען עס ווערט נאכט 12 אזייגער טוישט נישט גארנישט ביי א איד.


ביי דעי וועי א ריזיגע יישר כחכם פאר אייערע באריכטן.

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג ינואר 28, 2020 9:54 am

ער איז שוין אויפגעשטאנען ביי חצות.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

סעקרעטאר
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך סעקרעטאר » דינסטאג ינואר 28, 2020 8:14 pm

נא ?
שוין דא עפעס אפדעיטס פונעם פאנטאזירטן שטורעם?

שׁעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג ינואר 28, 2020 8:31 pm

מיר קיקט יעצט אויס אז אין ברוקלין זענען די שאנסן פאר א שניי
נול

אפשר וועט זיין א פעסטע רעגן אדער אייז אבער די טעמפרוטער וועט זיין צי ווארעם עס זאל זיין א פעסטע שניי און זיך אנכאפן

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין וועטער עקספערט אבער אזוי קיק איך עס אן,
וועל מיר דארפן ווארטן פאר אינזער הויכגעשעצטער וועטער מבין ק.נ.א. אריינציקימען מיט די לעיטיסט פארקעסט
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דינסטאג ינואר 28, 2020 8:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג ינואר 28, 2020 8:34 pm

שׁעמעדיגער האט געשריבן:מיר קיקט יעצט אויס אז אין ברוקלין זענען די שאנסן פאר א שניי
נול

אפשר וועט זיין א פעסטע רעגן אדער אייז אבער די טעמפרוטער וועט זיין צי ווארעם עס זאל זיין א פעסטע שניי און זיך אנכאפן

דיסקלעימער: איך בין נישט קיין וועטער עקספערט אבער אזוי קיק איך עס אן, וועל מיר דארפן ווארטן פאר אינזער הויכגעשעצטער וועטער מבחן ק.נ.א. אריינציקימען מיט די לעיטיסט פארקעסט

באזירט אויף וואס בויט איר אייער בליק אויפן וועטער?
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גימפעל און 35 געסט