זימער ס"ט קעטסקיל נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

זימער ס"ט קעטסקיל נייעס

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יוני 28, 2009 6:50 pm

יעדעס יאר זימער קימט נעבעך מיט מיט א טוץ פין פראבלעמ'ן,

יום א' לסדר חוק"ב
א צוויי יעריג קינד איז נעבעך דערטרונקען געווארען אין סווימינג פול אין מאנסי, הצלה האט זייער שווער געארבעט אים צירוק ציברענגען,
זיי האבען אים ארייןגעפירט אין שפיטאל אין זייער אן ערענסטען מצב, זייט מתפלל פאר הילד יצחק בן חנה, ער איז געוועהן אנקאנטשעס ביים אריין פירען.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג יוני 29, 2009 6:40 am

א אינגערמאן האט נעכטען אינמיטן דרייוון אויפן טרו-וועי געכאפט א הארץ אטאקע הצלה האט פראבירט צי ראטעווען זיין לעבען אבער אן קיין סוקסעס,
האברך ר' יחזקא-ל שרגא עהרענפעלד איז אוועק אין יונגען עלטער פין 36 יאר, איבערלאזענדוג א ציבראכענע אלמנה מיט 6 קליינע יתומים

אוי באשעפער... עד מתי...

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מאנטאג יוני 29, 2009 9:27 am

פארמאך דעם אשכול וועט נישט זיין קיין פראבלעמען
אל תפתח שה לפ...

אוועטאר
EMT
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 5:04 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

תגובהדורך EMT » מאנטאג יוני 29, 2009 9:53 am

מ'קען ברענגען גוטע נייעס אויך נישט נאר שלעכטע
מיט א שמייכל ~ Always Happy

אוועטאר
פלאפי יוד
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 03, 2008 1:41 pm

תגובהדורך פלאפי יוד » מאנטאג יוני 29, 2009 11:18 am

זייער א נאריש אשכול. ביטע פארמאכן. ס'כאילו מ'גרייט זיך אויף שחעכטע נייעס.
ס'פעהלט מיר אויס ווי א שיך אין קאפ.......

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » מאנטאג יוני 29, 2009 11:22 am

פלאפי יוד האט געשריבן:זייער א נאריש אשכול. ביטע פארמאכן. ס'כאילו מ'גרייט זיך אויף שחעכטע נייעס.


אזוי ווי דער "ברוך דיין האמת" אשכול...
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » מאנטאג יוני 29, 2009 11:25 am

מען דארף נישט צו מאכן די אשכול. געלעגער הייב אן די אשכול מיט גיטע נייעס וועט עס פארן אי"ה מיט נאר גיטע נייעס דעם זומער .
סאו אומר ועושה געלעגער טשענזש דיין ערשטע נייעס מיט א דבר טוב.

שכח !!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יוני 29, 2009 11:28 am

ס'עפעס שלעכטע נייעס? גראדע איז עס א גוטער בולעטין פאר ס'קעטסקילס.

וואו איז דא א ראוד בלאק?

וואו קומט פאר קאנסטראקשנס?

וועלכע קאנטריס וועלן האבן וועלכע זינגער אויף שבת נחמו?

ענד סאו אן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יוני 29, 2009 11:30 am

נעכטן זיך ארויסגעלאזט צום קאנטרי אין מאנטיסעלא. ברוך השם אנגעקומען בשעה טובה און היינט פארטאגס בין איך שוין צוריק אין שטאט אריין בחמלת השם.

אויפן וועג האמיר געזען אן איבערגעדרייטע מיני ווען אויפן טרואוועי, געזען א אינגערמאן שטייענדיג אינדרויסן ווארשיינליך געווען זיין קאר, ב"ה יעדער ארויס גאנץ.

און טאקע דארט אין קאנטרי האב איך אפגעפונען מיין לאנג געזוכטע שבת זייגער וואס כ'אב פארגעסן פאראיאר...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מר. מצליח
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2009 12:00 pm

תגובהדורך מר. מצליח » מאנטאג יוני 29, 2009 12:49 pm

אלס אן עצה טובה פאר די וואס פלעגן ארויספארן מאנטאג אינדערפרי איז אפשר בעסער ארויס צו פארן זונטאג נאכט כדי צו פארמיידן אומאיינגענעמליכקייטן וד"ל....

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יוני 29, 2009 12:55 pm

וואס איז דער ודל?

אוועטאר
מר. מצליח
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2009 12:00 pm

תגובהדורך מר. מצליח » מאנטאג יוני 29, 2009 5:59 pm

ווי למשל א בליק פונעם בעה"ב
אדער א שפעטן פאנטש אינעם קארד וכדו'

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג יוני 29, 2009 7:51 pm

איך בין נישט דא געוועהן היינט אינמיטן טאג, איך קום יעצט אריין אין איך זעה ס'טוט זיך אויף טישען אין בענק אז איך זאל פארמאכען דעם אשכול.
פארוואס?
ס'איז נישט קיין סוד אז יעדע זימער מאכט זיך זיינע פראבלעמען אין פינקט אזוי זיינע גיטע חלקים ווי מ'קען זעהן די יד השם אין די השגחה פרטית, ווען מאיז אויפן וועג מאכט זיך סאך מער מעשיות, צי עפענען א אשכול ביי יעדע מעשה איז נישט קיין עסק, האבען מיר ג'עפענט א כללית'דיגע אשכול,
איינער האט א פראבלעם דערמיט זאל ער מיר לאזען וויסן אין אישית.
ש'כוח

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מאנטאג יוני 29, 2009 8:03 pm

אקעי מען וויל דוקא רעדן פון די גיטע נייעס נו אוודאי געוויס, מיר האלטן אלע די אויגן צום הימל מיט האפענונג אז עס זאל נאר זיין גיטע נייעס פאר אלע אידישע קינדער והשם ישמור צאתינו ובואינו מעתה ועד עולם

וואס איז געווען פשט פון די האגל אויף די מאונטענס די וואך פרייטאג, לויט ווי קול מבשר האט געמאלדן איז אין טאש אויך געפאלן א האגל דאנערשטאג נאכט, וואס איז יעצט ווינטער אדער זומער?

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דינסטאג יוני 30, 2009 10:47 am

חידושל פשט קאו איך דיר נישט געבן צו פארשטיין אבער ווי איך געדענק איז און מאנרוי פאראיאר אויך געפאלן אזא האגל,

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג יוני 30, 2009 10:52 am

חידוש נפלא האט געשריבן:אקעי מען וויל דוקא רעדן פון די גיטע נייעס נו אוודאי געוויס, מיר האלטן אלע די אויגן צום הימל מיט האפענונג אז עס זאל נאר זיין גיטע נייעס פאר אלע אידישע קינדער והשם ישמור צאתינו ובואינו מעתה ועד עולם

וואס איז געווען פשט פון די האגל אויף די מאונטענס די וואך פרייטאג, לויט ווי קול מבשר האט געמאלדן איז אין טאש אויך געפאלן א האגל דאנערשטאג נאכט, וואס איז יעצט ווינטער אדער זומער?

יאפ. ס'געווען אן אמת'דיגע שטורעם. איינער פארציילט מיר אז מען האט נישט געקענט בלייבן אין די באנגעלאו קאנאלי איבער שבת. ער'ט מיר אויך געגעבן אפאר בילדער.
צוגעלייגטע
10.jpg
10.jpg (8.64 KiB) געזעהן 3191 מאל
9.jpg
9.jpg (6.6 KiB) געזעהן 3190 מאל
8.jpg
8.jpg (10.01 KiB) געזעהן 3189 מאל
7.jpg
7.jpg (14.25 KiB) געזעהן 3190 מאל
6.jpg
6.jpg (9.66 KiB) געזעהן 3186 מאל
5.jpg
5.jpg (14.15 KiB) געזעהן 3187 מאל
4.jpg
4.jpg (8.9 KiB) געזעהן 3177 מאל
3.jpg
3.jpg (8.61 KiB) געזעהן 3180 מאל
2.jpg
2.jpg (8.61 KiB) געזעהן 3177 מאל
1.jpg
1.jpg (8.01 KiB) געזעהן 3172 מאל
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג יוני 30, 2009 10:52 am

נאך איינס.
צוגעלייגטע
11.jpg
11.jpg (6.63 KiB) געזעהן 3166 מאל
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג יוני 30, 2009 12:14 pm

כ'ווייס נישט צו ס'באלאנגט אין דעם אשכול, ווייל ס'איז נישט קיין שלעכטע נייעס.. אבער אפשר וועט עס איינעם צינוצקומען..

דעם פרייטאג אויפן וועג ארויף צו די בערג האב איך נאכגעהערט איבער שטארקע אנגעלייגטקייט אויפן רוט 17, און היות ס'איז שוין געווען היבש שפעט נאכמיטאג האב איך נישט געוואלט נעמען די ריסק צו בלייבן שטעקן.. בין איך קודם אריין אין עקסיט 130 ביי מונרא, כ'האב געמאכט א סטאפ ביי די "היימישע" וועלערא געז סטאנציע.. (כ'האב געטראפן דארט "בערי וועבער" וואס עימעצער האט געקויפט דאן זיין סידי נאר ווייל בערי האט אריינגעוואקט.. יוש.. ס'קומט נישט אריין דא...) כ'האב מיך איינגעהאנדלט א טשולענט מיט א קישקע לכבוד שבת הממשמש ובא.. ארויסקומענדיג, האט זיך אראפגעלאזט אזא מין גאס אז ס'איז מיר פארגאנגען די אפעטיט פון פארן מיטן 17.. רוף איך אפ מיין שוואגער (וואס קען זיך מכלומרשט אויס מיט וועגן..) און איך זאג עם אז כ'בין יעצט אויפן 208 ביי וועלערא, צו ער ווייסט עפעס אן אלטערנאטיווען וועג אויסצומיידן ס'17 ? זאגט ער יא! איך זאל קאלן "קול מבשר" און גיין צו די טרעפיק אפטיילונג ווי זיי האבן דארט א אפציע צו הערן אלטערנאטיווס פון פארשידענע פונקטן אויפן וועג ווי מ'קען אלץ אויסמיידן, און לויט ווי ער געדענקט, דארף צו זיין עפעס א וועג מיטן 208, כ'האב מיך זייער באדאנקט פאר אים, כ'האב תיקף אפגערופן קול מבשר.. און סעלקטעט די אפציע, און יא! זיי האבן מיר געגעבן גענויע דירעקציעס וויאזוי אויסצומיידן ס'גאנצע 17 מיט אירע טרעפיק דורכ'ן 52/208 ביז מיין דעסטינאציע - ווי כ'בין אנגעקומען א שעה צום זמן.. ס'נעמט טאקע אביסל לאנג, אבער כ'גלייב שווער אז מיטן 17 וואלט איך נאך אנגעקומען פאר שבת..
אגב, ס'איז זייער א שיינע וועג אויכעט..

חידוש נפלא האט געשריבן:וואס איז געווען פשט פון די האגל אויף די מאונטענס די וואך פרייטאג, לויט ווי קול מבשר האט געמאלדן איז אין טאש אויך געפאלן א האגל דאנערשטאג נאכט, וואס איז יעצט ווינטער אדער זומער?

מיר איז עס נישט אזא חידוש נפלא.. כ'געדענק כמעט יעדעס יאר ס'זאל פאלן אזא סארט האגל אינמיטן זומער און דוקא אין די גאר הייסע טעג, אפשר פאר טאהש איז עס געווען א חידוש.. ווייסעך נישט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 30, 2009 3:37 pm

קעסקיל נייעס פון היי יאר? אה, לאמיר אנהייבן.

דאס קליינטשיגער מיינע האט זיך איבערגעדרייט מיטן בייק אראפארענדיג א קליין בערגעל אונעם קאנטרי, ער האט ב"ה נישט געברויכט צוקומען צו קיין איבעריגע הילף, ער האט זיך אליין אויפגעשטעלט און פארגעזעצט מיט זיין וועג בארג אראפ.

**

דער וואסער לעוועל אין שטעטל מאנטיסעלאו ווי מיין באנגעלאו איז סטאנצירט איז אראפ געגאנגען מיט עטליכע נומערען נאכדעם ווואס איך האב געניצט דעם פרייטאג די סינק עטליכע מאל אפציוואשן די מאראסט פון מיינע שיך.

**

די "לאנדרימעט" אויפן רט 42 נעבן ענטערפרייס איז באלאגערט געווארן פארגאנגענעם זינטאג מיט א הויפן חרדישע אידן וואס זענען געקומען וואשן זייערע וועש, געטראפן האב איך דארט עטליכע שכינים מיינע זינט מיר פארמאגן נאכנישט קיין לאנדרי רום אין קאנטרי.

**

לדעתי, אויב איינער קען נישט גוט די אלטערנעטיווע וועגן זאל ער פארבלייבן אויפן 17 וויבלאד בלאנדזשען נעמט געווענליך לענגער ווי די טראפיק.

און איך שטעל זיך צו צי די בקשה פון גרויזאמער אויב מ'קען גיבן אנגעצייכענטע מאפעס פון די אלטערנעטיווע וועגן און אין איין וועגס וויל איך זיך באדאנקען פאר סאכדעס און איך הער פאר זייערע עיצות און פינקטליכע דירעקציעס.

**

ס'איז ראטזאם - אפילו פאר די וואס האבן נאר געדינגען א קאר - צו מאכן אן "איזי-פעס" פאר די קאר. עס שפארט געלט און בעיקר שפארט עס א געוואלד מיט טראפיק.

ווי באוויסט איז געווענליך דא גרויסע טראפיק ביים דזארדזש וואשינגטאן בריק ווען מ'קומט אהיים זינטאג, אויב האט איר א איזי פעס דאן קענט איר גיין אויפן אינטערשטען לעוועל און עס פארט א מחיה.

עס נעמט עטליכע מינוט צו מאכן אויפן אינטערנעט, איר קריגט עס ביז געציילטע טעג אין די פאסט, איר דארפט האבן א קרעדיט קארטל ווי זיי נעמען אראפ $25 און יעדעס מאל עס ווערט ליידיג נעמען פריש די זעלבע אמאונט.

***

ועל כולם:
געדענקן צו זאגן "תפלת הדרך" יעדעס מאל מ'פארט אדער מ'קומט.

וה' ישמור צאתינו ובואנו לשלום.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יוני 30, 2009 3:53 pm

חידוש נפלא האט געשריבן:וואס איז געווען פשט פון די האגל אויף די מאונטענס די וואך פרייטאג, וואס איז יעצט ווינטער אדער זומער?

איך מיין עס האט צוטון מיט גלובל ווארעמונג, אז די אייז בערג לאזן זיך אויף פליעט עס איבער אונזער קעפ.

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דינסטאג יוני 30, 2009 4:10 pm

למעלה,חחח

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג יוני 30, 2009 4:18 pm

צייטי דיין קליינטשיגער איז שוין אינטען פין די בארג ?
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג יוני 30, 2009 7:11 pm

אויב איינער ווייסט מער איבער א עקסידענט היינט אויפן נ.י. 17 ביטע מיטטיילן, א דרייווער אויפן ראוד האט מיך געקאלט אז ער זעהט אידן שטייען אין די זייט פין א ציקראכטע קאר, ס'זעהט אויס ווי מ'איז אפגעקימען בלויז מיט שאדען,
צייטליך האסט עפעס געהערט?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יולי 01, 2009 11:21 am

צייטי, האסט מיך מעכייע געווען, קיפ איט אפ.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יולי 01, 2009 11:49 am

די בילדער זענען פון CROWN HIGHTS נעבן לפידות?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, אץ קוצץ, בלינצע, זזה, נו שוין, נודניק, שכל טוב און 62 געסט