צוויי קאריע'ס שיפן אין פייער אויסטויש

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

צוויי קאריע'ס שיפן אין פייער אויסטויש

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 2:03 am

נעווי שיפן פון סאוט קאריע האבן זיך דינסטיג צופרי אנגעשטויסן אין א פיינטליכע נארט קאריע שיף וועלכע איז אריינגעשווימען אין זייערע וואסערן. סיגנאלן פון ווארענונגען מצד די סאוט קאריען שיף אז זיי זאלן זיך אפטראגן זענען איגנארירט געווארן.

אין רעאקציע איז אויסגעשאסן געווארן שווערע ארטילעריע וואס האט לויט באריכטן שווער געשעדיגט די נארט קאריען שיף. אבער זיי זענען אויך נישט שולדיג געבליבן און צוריקגעשאסן צו די סאוט קאריען שיף פאראורזאכענדיג מילדע שאדנס.

די געשעדיגטע שיף האט זיך געמוזט צוריקקערן צו נארט קאריע וואו זי וועט אפגעשאצט און פארראכטן ווערן אויב מעגליך.
די לעצטע אזא אינצידענט איז פארגעקומען 7 יאר צוריק.

אן אבאמא ווארטזאגער האט ארויסגעלאזט א סטעיטמענט אז דער אויסטויש איז נישט געווען קיין פראווקאציע מצד סאוט קאריע און ווערט באטראכט אלס דעפענסיוו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”