בלאט 1 פון 3

א בלעקבערי וואס האלט זיך אין איין צומאכן

געשריבן: זונטאג אוקטובער 31, 2010 4:13 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
נעכטן נאכט האט מיין שווארצן בערי באשלאסן, אויף קיין שום יוד נישט געוואונטשן, אז ער גייט מאכן פראבלעמען. נישט מער נישט ווייניגער יעדע צוויי מינוט האט ער זיך ריבאטעד (צוגעמאכט און גווארט צווי מינוט מיט די זאלץ כלי אינדערמיט און זיך דערנאך געפענט) עטליכע סעקונדען דערנאך וואס סאיז שוין געווען על מכונו האט ער זיך ווידער פארמאכט. וחוזר חלילה.

איין מאל נאך 10 סעקונדעס, איין מאל נאך א מינוט וכו'.

פארשטייט זיך מען קען צוקראכט ווערן דערפון במלא מובן המלה.

הקיצור. מיין חבר פון שול האב איך געהאט געהערט א צייט צירוק האט אויך געהאט דער פראבלעם. פרעג איך אים ואס ער האט געטוהן. ענטפערט ער אז ער איז געגאנגען צו א ספרינט סטאר. זיי האבן אויסגעליידיגט זיין גאנצע מידיא קארד. (דעליעט אלע פיקטשורס, ווידיאוס) און נאכדעם איז אלעס א מחיה.

האב איך געטוהן דע זעלבע. געווארט אויף א שעת הכושר, קאנעקטעד מיין בב צום קאמפיוטער. געמעקט אלע פיקטשורס (געקאפיעט צום קאמפיוטער, ווער ווייסט אפשר וועט עס מיך נאך אמאל צינוצקומען...) און ב"ה זינט דאן ארבעט ער א מחיה.

איך האב א קורוו 8300. איך האב נעכטן נאכט געדאונלאוד די נייע בב מעסענדשער ווערזשען (כהאב ביז יעצט געהאט די גאר אלטע ווערזשען) עס איז גרויס בערך 3 מג, גלייך נאכדעם האט עס געמאכט די פראבלעמען.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 31, 2010 4:36 pm
דורך געלעגער
ס'איז אינטערעסאנט וואס דו זאגסט ווייל איך האב שוין געהערט פון אסאך אז די קארטל קען צומאל אנווערטשאפטן אסאך קאפ וויי. פארוואס דאס איז ווייס איך נישט. אבער אסאך זענען שוין געהאלפן געווארן ביים פשוט ארויסווארפן דאס קארטל פונעם בערי.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 31, 2010 10:41 pm
דורך arya1
איך האב אויך געהאט די זעלבע פראבלעים איך האב אוועקגעווארפן די קארטל אין זיך געקויפט א נייע אין אלעס איז געווארן צוריק מסודר! אגב עס איס אויך געווען מיט מיין אלטע קוריו יעצט מיט די נייע בערי האב איך ב"ה נישט קיין פראבלעמען. כה יעזר ה' להלאה!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 01, 2010 1:32 am
דורך WSPU
format the card is not enough good? need to buy a new card?
when i have this problem and i take out the card will it stop right away to reboot?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 01, 2010 12:29 pm
דורך shlomyg
i could be a corrupt image
I had this issue and figured out it happened from a
corrupt image

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 01, 2010 12:36 pm
דורך שמיי_דריי
שוין געהאט דעם פראבלעם אמאל, איך ווייס פון אסאך וואס האבן עס שוין געהאט...

מעק אויס די לעצטע בילד(ער) וואס דו האסט באקומען/דאונלאודעד אויפן קארטל און הכל על מקומו יבוא בשלום

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 01, 2010 4:26 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
איך ווייס נישט אויב סאיז א ראיה. אבער גלייך ווען כהאב קאנעקטעד מיין בב צום קאמפיוטער האב איך עס געסקענט מיט די אנטי וויירוס וואס כהאב אויפן קאמפיוטער. און עס האט געוויזן אז עס א נקי לגמרי. און פינדעסוועגן דאך האט עס געמאכט די פראבלעמען

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 01, 2010 10:10 pm
דורך arya1
איך האלט אז ווען איינער האט די פראבלעים מיט א קארטל זאל מען קויפן א נייע אין אפילו נישט אריינלייגן די אלטע נאכמאל עס לוינט די זיך פאר דאללער פאר א קארטל,

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 01, 2010 10:46 pm
דורך לאז געמאכט
אויב ארבעט עס גוט נאכן אפמעקן פארוואס קויפן א נייע?

איך האב געהאט נישט איצט געדאכט א שטיק צייט וואס די בערי האט מיר געקראכט נאך דעם וואס כ'האב עס געגעבן א קליינע קלאפ, אפי' אזא מילדע ווי אראפשטעלן אויפן טיש האט אויך פאראורזאכט א קראך, נאך א שטיק צייט האביך צאמגעשטעלט אז נישט לאנג פארדעם האביך געקויפט א נייע ספעיר בעטערי נאך א קליינע ריסורטש האביך טאקע געזען אז דעס געשענט נאר מיט די 'נייע' בעטערי, זייט כ'האב עס אויפגעהערט נוצן האט זיך ב"ה אפגעשטעלט דאס קראכעריי.

נישט לאנג צוריק האמיר געקויפט נאכאמאל א נייע בעטערי, ב"ה עס ארבעט פיין.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 01, 2010 10:50 pm
דורך arya1
ווען איך האב געהאט די פראבלעים מיט מיין אלטע בערי האט איך אויך קודם פלעין ריסעט די קארטל אבער ביז 2 וואכן איז די פראבלעים געווען צוריק וועגן דעים זאג איך עס ליונט צי קויפן א נייע אין שלום על ישראל!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 02, 2010 11:39 am
דורך שמיי_דריי
arya1 האט געשריבן:ווען איך האב געהאט די פראבלעים מיט מיין אלטע בערי האט איך אויך קודם פלעין ריסעט די קארטל אבער ביז 2 וואכן איז די פראבלעים געווען צוריק וועגן דעים זאג איך עס ליונט צי קויפן א נייע אין שלום על ישראל!


מן הסתם ווייל האסט נאכאמאל געהאט א בילד וואס האט געמאכט פראבלעמען...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 02, 2010 12:15 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
שמיי_דריי האט געשריבן:
arya1 האט געשריבן:ווען איך האב געהאט די פראבלעים מיט מיין אלטע בערי האט איך אויך קודם פלעין ריסעט די קארטל אבער ביז 2 וואכן איז די פראבלעים געווען צוריק וועגן דעים זאג איך עס ליונט צי קויפן א נייע אין שלום על ישראל!


מן הסתם ווייל האסט נאכאמאל געהאט א בילד וואס האט געמאכט פראבלעמען...

;l;p-

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 02, 2010 2:51 pm
דורך arya1
ניין די קארטל איז געווען ליידיג פין אזעלכע זאכן אין עס האט נאך אלץ געמאכט פראבלעמען ,

בלעקבערי וואס טיט סטאלן אסאך

געשריבן: זונטאג נובעמבער 14, 2010 2:36 pm
דורך בן יועזר
מיין בב (9650) טיט לעצטענס זיך אסאך פארחלומען סקען זיך סאאלן לגמרי, אין נאך אפאר מינוט קומט ארויף אן ערער מסדז UNEXPECTED ERROR וכו'

אסאך מאל ארבעט ער יא, אבער כקען נישט ארייןגיין אין אימעיל אדער טעקסט מסדז

כהאב שוין פראבירט אויסצימעקן דעם גאנצען כלי אינדערנאן צירוק אינסטאלן די OS

ביטע העלפ מי

בלעקבערי פארלעשט זיך נאכאנאנד

געשריבן: דינסטאג פאברואר 14, 2012 10:22 pm
דורך אויפריכטיג
איך האב פראבלעמען די לעצטע שטיק צייט אז מיין בלעקבערי פארלעשט זיך כסדר און נאך די לאנגע וויילע וואס נעמט ער זאל זיך ריסטארטן איז שוין די בעטערי אויסגעטריקענט. איך האב פרובירט צו בעטן הילף ביי ספרינט און פארשטייט זיך נישט געקריגן. איך האב געטוישט בעטערי מיט מיין חבר'ס אלטע בעטערי, עס האט געהאלפן פאר א וואך אבער אצינד פאסירט ווייטער די זעלבע זאך עס לעשט זיך אויס עטליכע מאל א טאג, עפ"י רוב פאסירט עס ווען איך בראוז דעם אינטערנעט אדער איך קוק אסאך אויף טוויטער אפפ.

טייערע אידן, הילף ביטע. איז דאס די פראבלעם פון די פאון און איך דארף זוכן א נייע פאון אדער איז גאר די צווייטער בעטערי אויך נישט גוט? אדער עפעס אנדערש וואס איך האב אנגעווירטשאפט?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 14, 2012 10:27 pm
דורך אויפריכטיג
יעצט באמערקט אז עס איז שוין דא אן אשכול דעריבער.
viewtopic.php?f=60&t=12416&view=unread#unread

שקויעך פאר אלע וואס האבן דארט אנגעגעבן הילף!

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 1:02 am
דורך שוועמל
ביי מיר אויך געשען, כ'אב געקויפט א נייער פרישער באטערי והכל על מקומו בא בשלו'.
געווענליך ווען דאס געשעט איז דאס א ערשטער צייכן אז די באטערי האלט שוין ביים אפשטארבן.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:32 am
דורך פארדינט
יאפ, ביי מיר אויך געוועהן די זעלבע זאך, געקויפט א נייע בעטערי אין אלעס איז ב"ה געווארן צוריק מסודר.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 6:14 pm
דורך ווער בין איך?
קען זיין דו האסט א עפפ וואס מאכט פראבלעמען.
אויב די נייע בעטערי האט נישט געהאלפן, איז א גוטע עצה צו רילאודן די OS

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 10:39 pm
דורך אויפריכטיג
איך האב נעכטן נאכט פרובירט די ערשטע עצה פון אויסמעקן די בילדער און ארויסגענומען דעם מעמארי קארטל און תוך כדי דיבור האט זיך עס ווידער אויסגעלאשן און אזוי ווייטער היינט איבערן טאג האט ער זיך כסדר פארלאשן.

ווי געשריבן פריער האב איך געטוישט מיין בעטערי מיט א צווייטס, איז מסתבר צו זאגן אז יענע בעטערי האלט שוין פונקט אויך ביי די מצב פון גסיסה אז ער טעלפאון זאל זיך פארלעשן?

אזוי ווי רוב מאל פאסירט דאס ווען איך קוק אויף דעם טוויטער אפליקעשאון, קלער איז אז דאס האט מיט דעם עפפ, "ווער בין איך", וויאזוי רילאודט מען די OS?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:25 pm
דורך געלעגער
וועלכע טוויטער עפפ ניצטו?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:31 pm
דורך אויפריכטיג
וואס הייסט וועלכע? ס'איז דא עטליכע? וויאזוי קען איך זען וועלכע איך נוץ?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:33 pm
דורך געלעגער
גיי צו אפשען און דערנאך אפליקעשענס. קוק וועלכע טוויטער דו האסט נישט אז איך האלט אז דאס איז עס אבער לאמיר פראבירן.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:34 pm
דורך זייער נייגעריג
אויפריכטיג האט געשריבן:וואס הייסט וועלכע? ס'איז דא עטליכע? וויאזוי קען איך זען וועלכע איך נוץ?

דאס מיינט לכאורה אז דו ניצט די אפישעל אפפ.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:39 pm
דורך אויפריכטיג
Title: Twitter
Version: 2.0.0.11
Vendor: Research in motion limited