קרעטשמע-בלעק בערי

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

קרעטשמע-בלעק בערי

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 9:46 pm

איך גלויב אז אסאך פון דא ליינען און שרייבן דא אויף קרעטשמע דורך זייער בלעק בערי. איינער ניצט אפערע מיני אלס זיין בראוזער און א צווייטער ניצט די געהעריגע בראוזער. איך ניץ שטענדיג אפערע מיני, איך בין גאנץ צופרידן דערפון אבער עס האט געוויסע חסרונות.
1) מ'קען נישט מצטט זיין נאר אויב מ'גייט אראפ פון מאביל וויו, וואס דאס איז א פעין אין די נעק.
2) מ'קען נישט מסר'ן אויב איינער שרייבט שטותים, די "!" קנעפל איז נישטא נאר אויב מ'גייט אראפ פון מאביל וויו וואס דאס איז וגו'
3) מ'זעהט נישט קיין גרינע שמייכעלדיגע הענטעלע.
4) ער איז נישט פיט טא סקרין, מ'קען נישט דרייען די מייזעלע רעכטס צו לינקס אז די בלעטל זאל פארן.

יעצט איך וויל אריבער גיין צו געהעריגע בראוזער. מיין שאלה איז וואס מיין סעטינג'ס דארף זיין אז ס'זאל זיין דאס מערסטע באקוועם? ס'איז דא אסאך אפציעס דארט, יעדע זאך שטעלט אויס די פעידזש אנדערש און נעמט אוועק אדער גיט צו אפציעס. אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן מיט דעם?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 9:53 pm

איך נוץ מיין בלעקבערי מיט'ן געהעריגן בראוזער און איך בין זייער צופרידן דערפון, פארשטייט זיך במדה מסיומת, עס איז דאך קיין פארגלייך צום דעסקטאפ קאמפיוטער סקרין.

איך קוק יעדן פעידזש דורך דרוקן קאלום וויו, מען דארף דאס טאקע דרוקן נאך יעדע פעידזש וואס לאודט זיך, אבער איך בין שוין צוגעוואוינט און מיינע פינגער טוען עס שוין פון זיך אליין...

צוליב דעם וואס אויפ'ן טעלעפאון נעמט אלעס שטייטער, באנוץ איך זיך מייסטענס בלויז מיט "תגובה מהירה" און דערפאר שענק איך כמעט נישטקיין הענטעלעך פאר גוט זאגער. און דער תגובה זאל טאקע זיין דער אנטשולדיגונג דערפאר...

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 9:54 pm

איך מעג פרעגן אפשר א קלאץ קשיא? א זייטיגס?

וויאזוי טייפט מען אידיש אויף א בלעקבערי? טאטש סקרין איז עס נישט (עפ"י רוב), און דערנאך איז פאראן א ענגלישע קיבאורד. וויאזוי ווערט דאס אידיש?
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 10:10 pm

מען דארף דאונלאודן אידיש אויפן בלעקבערי און דערנאך נוצט מען דעם זעלבן שארט קאט פונעם קאמפיוטער קי-בארד שיפט+אלט און עס בייט זיך פון ענגליש אויף אידיש און ווייס ווערסע. זעלבסטפארשטענדליך אז מען דארף קענען טייפן אידיש פון אויסעווייניג.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 10:31 pm

איך טו ווי אויפריכטיג, איך קוק נאר דורך קאלום וויא, איך בין שטארק צופרידן,
כאטש איך געדענק אז דאס איז נישט א פיסי.

איינמאל האבעך פרובירט אפערע מיני, כ'אב עס ארויסגעזארקעט, ס'נישט פאר מיר.

אבער רב אויפריכטיג, זייט אויפריכטיג, און גייט צו אפשענ'ס אויפ'ן בראוזער, און טוישט דעם דיפאלט וויאו, צו קאלום וויאו, דארפט איר דאס נישט מאכן יעדעס מאל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 10:37 pm

ביי קאלום וויו איז דא אלע אפציעס?
אויף וועלכע נאמבער איז אייער פעידזש גרויסקייט? וואס טוט זיך מיט די אנדערע סעטינגס, למשל דזשאוו סקריפט מאכט דאס אויס?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 10:56 pm

דער קוטשער האט געשריבן:אבער רב אויפריכטיג, זייט אויפריכטיג, און גייט צו אפשענ'ס אויפ'ן בראוזער, און טוישט דעם דיפאלט וויאו, צו קאלום וויאו, דארפט איר דאס נישט מאכן יעדעס מאל.



יישר כח פאר דיין עצה, כ'האב נישט געוואוסט דערפון. אבער איך קלער יעצט אז עס מיר נישט אזוי גוט אז עס זאל זיין אזוי אנגעשטעלט, ווייל מיין בוקמארק פאר איי וועלט איז אנצוקומען צום בלאט פון "הצג הודעות שלא נקראו", און דעם בלאט מאך איך נישט קאלום וויו, ווארום איך בליק דערויף עטליכע סקונדען און איך גיי אריין צום אשכול וואס איך וויל ליינען. און בכלל ווערט דער בלאט אויסגעשטעלט אויף קאלום וויו זייער נישט צום זאך.

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:25 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:מען דארף דאונלאודן אידיש אויפן בלעקבערי און דערנאך נוצט מען דעם זעלבן שארט קאט פונעם קאמפיוטער קי-בארד שיפט+אלט און עס בייט זיך פון ענגליש אויף אידיש און ווייס ווערסע. זעלבסטפארשטענדליך אז מען דארף קענען טייפן אידיש פון אויסעווייניג.



ווי אויך איז דא צובאקומען אידיש'ע Keyboards פאר ב"ב, פרעגט'ס אייך נאך ביי באקאנטע [אין די ענינים].

ווי אויך קענט איר אנפרעגן אין אישית ביי מיר הקטן, עמיר פרובירן צו וואלענטירן בל"נ דערינען.

און אז איר ווילט, ביז'ן קרעטשמע א טרונק וואסער..., קענט איר פרובירן דאס. פ / ם / ן / ו / ט / א / ר / ק / ף / ך
ת / ל / ח / י / ע / כ / ג / ד / ש
ץ / צ / מ / נ / ה / ב / ס / ז
Copy and paste it off to your Memo Pad , מיט געדולד.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3654
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 12:10 am

ווען גייט דע קרעטשמע האבן א APP פארן BB? מזאל קענען אנקומען געהעריג ווי א מענטש

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 12:44 am

געלעגער האט געשריבן:
1) מ'קען נישט מצטט זיין נאר אויב מ'גייט אראפ פון מאביל וויו, וואס דאס איז א פעין אין די נעק.

א גוטן כבוד ידידי הרב געלעגער,
אז דו טוישט דיין 'סטייל' צו subsilver2, וועסטו קענען מצטט זיין ווי א איד. (דער א.ד. ציטוט איז געמאכט געווארן דורך 'אפערא מיני')
דער געהעריגער בראוזער איז היבש שטייטער פון 'אפערא'.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 9:41 am

יואל ווייס האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
1) מ'קען נישט מצטט זיין נאר אויב מ'גייט אראפ פון מאביל וויו, וואס דאס איז א פעין אין די נעק.

א גוטן כבוד ידידי הרב געלעגער,
אז דו טוישט דיין 'סטייל' צו subsilver2, וועסטו קענען מצטט זיין ווי א איד. (דער א.ד. ציטוט איז געמאכט געווארן דורך 'אפערא מיני')
דער געהעריגער בראוזער איז היבש שטייטער פון 'אפערא'.


דוקם שלום עליכם יואלי, נעכטן נאכט האט אונזער אלעמען באקאנטע וויכי זיך אראפגעזעצט מיט מיר (נישט ממש פנים אל פנים, אבער גוטע פאר מינוט אויף אימעיל אהין און צוריק..) ער האט מיר ארויסגעהאלפן ממש אויסטערליש. למעשה האט ער ג'עצה'ט דאס זעלבע, נאר צוגעלייגט נאך א זאך אז איך זאל אראפגיין פון מאביל וויו. איך האב דאס היינט אינדערפרי פראבירט אבער ס'גייט נעמען א שטיק צייט ביז איך וועל מיך צוגעוואוינען דעם וועג. למעשה בין איך צוריק צו מאביל וויו אפערע מיני סוב סילווער 2 און ס'פאר א מחי'. קוק נאר איך האב מצטט געווען כדבעי'. א דאנק פאר יעדעם.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 9:52 am

א קלייניגקייט וואס איך באמערק יעצט, די ניקס אין די אשכול זענען נישט קיין לינקס. דאס הייסט איך קען נישט שיקן קיין פרטי'ס.
איז נישט מעליך צו האבן א דבר השלום..?

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 11:54 am

הודעה פרטית קענסטו שיקן דורך דעם 'פרטי' קנעפל אונטן פונעם תגובה.
צוגעלייגטע
Capture11_50_38.jpg
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 12:52 pm

אפלאודן פיקטשערס קען איך נישט פונעם בלעקבערי; יואלי ווייס דו האסט עס געלייגט פון דיין פאון אדער פיסי?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 1:53 pm

נאכן זיך ארויפסיינען אויפן טוויטער אקאונט וואס שנאפס האט געלייגט אין אן אנדערן אשכול וואס שיקט טוויטס פון יעדע נייע תגובה, דארף איך מער נישט גיין צו "הצג הודעות שלא נקראו" קען איך יא אנשטעלן דעם דיפאולט אלס קאלום וויו.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 2:10 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:אפלאודן פיקטשערס קען איך נישט פונעם בלעקבערי; יואלי ווייס דו האסט עס געלייגט פון דיין פאון אדער פיסי?

פעלעפאן>אפערא מיני.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 3:47 pm

עס איז דא א בראוזער וואס הייסט UCBROWSER און דארט איז נישטא קיין איינע פון די אלע פראבלעמען, אפילו ביי מאובייל וויו איז אלע קנעפלעך ניצבאר. דיירעקטיר דיין דיפאולט בראוזער צו: M.UCWEB.COM און דאונלעד און פרוביר עס.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 6:27 pm

Item can not be displayed. טוירקי וואס טוט מען?

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 7:15 pm

סעיוו עס אראפ, דערנאך אינסטאליר עס מיט דעסקטאפ מענעדזשער אדער BBSAK.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 7:57 pm

וואס איז דאס BBSAK?
)זאג די אמת, האסט ערווארטעט די קשיא, איז וואר?)

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 8:11 pm

(ביזט אין א קאלטער קריג מיט גוגל...?)
BBSAK שטייט פאר: Blackberry Swiss Army Knife.
עס איז א קליינטשיק 'דעסקטאפ' פראגראם צו 'אינסטאלן' 'עפפס', מאכן 'בעקאפס', און נאך פארשידנס.
שטאט אפ א באזוך ביי bbsak.org, און זיי וועלן דיר געבן בחינם דעם פראגראם און אויך צייגן אלע אירע 'פיטשורס'.
---
און יא, איך האב ערווארטעט די פראגע, אבער נישט פון דיר...
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 8:34 pm

א גרויסן ישר כח. איך וועל עס אויסטשעקן. אגב וויל איך דיר נאכאמאל באדאנקן פארן גיבן די אנווייזונג וועגן די אויסשטעל. ס'איז מורא'דיג גוט. איך דארף זיך נאך אביסל צוגעוואוינען אבער די עצם פעידזש איז שענער און די עיקר אז אלע פיטשוירס זענען דא.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 11:21 pm

איך האב געטראפן אן OTA דאונלאוד לינק פאר'ן UC Browser.
דא האט איר
די תגובה ווערט געשריבן דורך דעם 'בראוזער'.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 11:41 pm

די OTA לינק ארבייט נישט ביי מיר
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 15, 2011 11:51 pm

ערראר.

וויאזוי איז עס?


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט