חסידים מיט א שניפסל (נעקטי"י בלע"ז)?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

חסידים מיט א שניפסל (נעקטי"י בלע"ז)?

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אפריל 12, 2011 12:03 am

איז דא עפעס אן ענין צו גיין מיט א נעקטיי?
געהערט לעצטענס בשם חסידי ליטא וואס האבן שטארק מקפיד געווען צו טראגן א נעקטיי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 5:05 pm

תגובהדורך לובלין » דינסטאג אפריל 12, 2011 12:08 am

דאכטס זיך אז די בויאנע רבי גייט מיט איינס, אלס זכר צו די מלכות פון רוזין

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אפריל 12, 2011 12:13 am

און דער סאדיגורער רבי שליט"א גייט און איינס, און דער בהושער רבי זצ"ל האב איך געזעהן גיין און איינס..
the SCY is the limit

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אפריל 12, 2011 12:14 am

איז דער רוזשינער געגאנגען א נעקטיי??

(אפשר אים האב איך געמיינט חסידי ליטא..)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אפריל 12, 2011 12:29 am

ס'יז געווען א סך רבי'ס וועלכע זענען געגאנגען א 'פרוכת'ל' אויפן הארץ, (דער הארץ איז ווי אן ארון הקודש), פון דעם איז געווארן א נעקטיי
דאכציך אז דער בעלזער רבי גייט אויך א פרוכת'ל

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אפריל 12, 2011 1:08 am

איז דאס נישט מיסודו א מלבוש נכרי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אפריל 12, 2011 2:45 am

יהיה כן האט געשריבן:ס'יז געווען א סך רבי'ס וועלכע זענען געגאנגען א 'פרוכת'ל' אויפן הארץ, (דער הארץ איז ווי אן ארון הקודש), פון דעם איז געווארן א נעקטיי
דאכציך אז דער בעלזער רבי גייט אויך א פרוכת'ל

שוין גערעד דער-פון אין דעם שנירל איבער די היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים.
ועמך כולם צדיקים

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אפריל 12, 2011 9:40 am

איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז נעקטיי האט א מקור אלס פרוכת

ווי אזוי קוקט אויס אזא פרוכת'ל?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג אפריל 14, 2011 6:41 pm

עס זענען געווען גרויסע לייט וואס האבען מקפיד געווען נישט צו גיין מיט א נעקטיי, געהערט בשם איינער פון די פריערדיגע אז עס איז אזוי ווי א שתי וערב
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך ינואר 25, 2012 11:20 am

scy4851 האט געשריבן:און דער סאדיגורער רבי שליט"א גייט און איינס, און דער בהושער רבי זצ"ל האב איך געזעהן גיין און איינס..


כ'האב לעצטנס געהערט אז דער בהושער רבי פלעגט טראגען א רויטע נעקטיי,
איך האב אבער נישט פארשטאנען פונקט א רויטע נעקטיי,
אבער דערנאך האב טאקע געזעהן א בילד פין איהם מיט א רויטע נעקטיי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 25, 2012 11:50 am

סא יעצט פארשטייסטו שוין
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך ינואר 25, 2012 11:55 am

שוועמל האט געשריבן:סא יעצט פארשטייסטו שוין


ניין נאך אלס נישט, פון איין בילד נאך נישט א ראיה אז ער איז אלעמאהל אזוי געגאנגען,
פארוואס עפעס זאל א רבי גיין מיט א רויטע שניפס?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך ינואר 25, 2012 1:21 pm

קאן זיין קעגן עין הרע
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך ינואר 25, 2012 3:01 pm

ר' יוחנ'טשע קרלינ'ער זצ"ל איז געגאנגען מיט א נעקטי"י, און ווען ער איז געקומען קיין א"י די ערשטע מאל נאכן קריג, האט אים הרה"ח ר' אלעזר בריזל ז"ל געזעהן אזוי אנגעטוהן, האט ער געטראכט ביי זיך, דאס איז די לעצטע טיש וואס איך האלט מיט ביי דעם רבי'ן איך דארף א חסידישער רבי, אבער נאכן טיש ביים אריבערגיין, האט אים ר' יוחנ'טשע א זאג געטוהן, און אז דער לבוש געפעלט נישט, איז מען שוין נישט רבי?, און ער איז שוין געבליבן חסיד.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מיטוואך ינואר 25, 2012 11:23 pm

דענק איך נישט לע"ע אז היינטיגער בוהושער רבי גייט מיט א נעקטיי, מעגליך די פריערדיגע בוהושער? :cry:
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 12:33 am

יהיה כן האט געשריבן:ס'יז געווען א סך רבי'ס וועלכע זענען געגאנגען א 'פרוכת'ל' אויפן הארץ, (דער הארץ איז ווי אן ארון הקודש), פון דעם איז געווארן א נעקטיי
דאכציך אז דער בעלזער רבי גייט אויך א פרוכת'ל


כ"ק מרן מהר"ש מבאבוב זי"ע איז אויך געגאנגען מיט א פרוכת'ל (כניתן לראות על התמונות מראשית ביאתו לארה"ב), ביז ער האט דאס אויסגעטוהן.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 9:56 am

סביב העולם האט געשריבן:דענק איך נישט לע"ע אז היינטיגער בוהושער רבי גייט מיט א נעקטיי, מעגליך די פריערדיגע בוהושער? :cry:

יא דער פריערדיגע, די היינטיגע בוהושער גייט מיט די ציצת ביז אויבן אזוי ווי אין סקווירא.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 12:28 pm

שוועמל האט געשריבן:סא יעצט פארשטייסטו שוין


כ"ק הגה"ק רבי שוועמל שליט"א וואס טראגט דעם ברייטע רבנישע ביבער-היט, טראגט ער אויך א נעקטיי (אפס, א שניפס)?

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 12:32 pm

שוועמל האט געשריבן:
כ"ק הגה"ק רבי שוועמל שליט"א וואס טראגט דעם ברייטע רבנישע ביבער-היט, טראגט ער אויך א נעקטיי (אפס, א שניפס)?


:grin: :grin: :grin:
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 1:24 pm

א נעקטיי איז בכלל א אפשטאמיגער פון א סערוועטעל, א ביב וואס מען פלעגט אנטאן ס'זאל נישט שמיציג ווערן די העמד!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

Latke
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 11:26 pm

תגובהדורך Latke » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 2:27 pm

דארפסמאן האט געשריבן:עס זענען געווען גרויסע לייט וואס האבען מקפיד געווען נישט צו גיין מיט א נעקטיי, געהערט בשם איינער פון די פריערדיגע אז עס איז אזוי ווי א שתי וערב

איך האב געזעהן ברענגן אז הג"ר שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל האט געזאגט (אויף די ליטווישע) אז ער פארשטייט נישט דער פשט פון דעם לבוש, ער האט געזאגט, וואס איז דער תועלת דערפון? עס איז גארנישט משמש דעם גוף.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 4:26 pm

שמו האט געשריבן:ר' יוחנ'טשע קרלינ'ער זצ"ל איז געגאנגען מיט א נעקטי"י, און ווען ער איז געקומען קיין א"י די ערשטע מאל נאכן קריג, האט אים הרה"ח ר' אלעזר בריזל ז"ל געזעהן אזוי אנגעטוהן, האט ער געטראכט ביי זיך, דאס איז די לעצטע טיש וואס איך האלט מיט ביי דעם רבי'ן איך דארף א חסידישער רבי, אבער נאכן טיש ביים אריבערגיין, האט אים ר' יוחנ'טשע א זאג געטוהן, און אז דער לבוש געפעלט נישט, איז מען שוין נישט רבי?, און ער איז שוין געבליבן חסיד.


איז דען דער ינוקא געגאנגען חסידיש אנגעטוהן?

אינטערעסאנט איז וויאזוי דער מילוואקיער איז געגאנגען מיטן נעקטיי אונטער די סטראקעס...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 4:47 pm

בן בוזי האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:ר' יוחנ'טשע קרלינ'ער זצ"ל איז געגאנגען מיט א נעקטי"י, און ווען ער איז געקומען קיין א"י די ערשטע מאל נאכן קריג, האט אים הרה"ח ר' אלעזר בריזל ז"ל געזעהן אזוי אנגעטוהן, האט ער געטראכט ביי זיך, דאס איז די לעצטע טיש וואס איך האלט מיט ביי דעם רבי'ן איך דארף א חסידישער רבי, אבער נאכן טיש ביים אריבערגיין, האט אים ר' יוחנ'טשע א זאג געטוהן, און אז דער לבוש געפעלט נישט, איז מען שוין נישט רבי?, און ער איז שוין געבליבן חסיד.


איז דען דער ינוקא געגאנגען חסידיש אנגעטוהן?



ניין, אבער ר' אברהם אלימלך ווען ער איז געווען אין א"י, האט ער זיך אנגעטוהן די ירושלמי'ער לבוש, און די א"י חסידים האבן געוואלט ר' יוחנ'טשע זאל דאס אויך טראגן,
אגב אויף אזא מהלך האט דער בעלזאער רב זיע"א געזאגט אין בעלזא האט מען געלערנט פון מיר, דא (אין ירושלם) וויל מען מיר לערנען.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג ינואר 29, 2012 5:31 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:סא יעצט פארשטייסטו שוין


כ"ק הגה"ק רבי שוועמל שליט"א וואס טראגט דעם ברייטע רבנישע ביבער-היט, טראגט ער אויך א נעקטיי (אפס, א שניפס)?

אויפן אריגינעלן בילד פון שוועמל טראגט ער א פרוכת'ל..

quaker-oats.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג ינואר 29, 2012 10:20 pm

האדמו"ר מקוועיקער שליט"א ענדעלט שטארק עם אחד מארץ ישראל...


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט