א שטיק אידישע היסטאריע פון וויליאמסבורג א פארגאנגענהייט!!

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

א שטיק אידישע היסטאריע פון וויליאמסבורג א פארגאנגענהייט!!

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 12:14 am

כ'וויל דא מאכן א נייער אשכול ווי מען וועט קענען דאקיומעטירען אידישע היסטאריע פון וויליאמסבורג, וואס איז שוין פארגאנגען, ווי למשל די אגודה בילדינג, אויף בעדפארד , די קליימער סטריט שול, נעפפ מענטשאן- די אלטע סאטמערער בית המדרש, אאו"ו.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 12:15 am

וויבאלד כ'האב געטראכט פון דעם גייענדיג אויפן גאס אויף דיוויזשען קארנער ווילסאן סטריט, און כ'זעה ווי מען לייגט צו א שטאק צו דער אלטער בנין פון פאפא תלמוד תורה, וועל איך דערמאנען דעם בנין צוערשט.

די בנין איז ארגינעל געווען די בנין פון תורה ודעת, שפעטער איז עס געווארן פאפא תלמוד תורה, און אויפן ערשטען שטאק איז געבליבן א ביהמ"ד מיטן נאמען תורה ודעת, היינט איז די ביהמ"ד ערגעץ אנדערשט (כ'ווייס נישט פונקטליך ווי).

פארוואס איך זאג אז דאס איז "א שטיק אידישע היסטאריע פון וויליאמסבורג א פארגאנגענהייט", כאטש די בנין שטייט נאך, איז ווייל די פאריגע וואך, כדי צו קענען ארויף לייגן די נייע שטאק, האט מען אראפ גענומען די "קרוין" פונעם בנין, וואס אינדערמיט איז געווען א שטיין אריינגעקריצט די ווערטער "תורה ודעת" אויף ענגליש, יעצט איז די לעצטע זכר פונעם היסטאריע פונעם בנין א פארגאנגענהייט, און דאס איז חוץ פון דעם, וואס אויף די ערשטע שטאק איז געווען פול די ווענט מיט ריזיגע מארמוערנע טאוולען מיט די נעמען פון די נדבנים, וואס דאס האט מען אויך לעצטענס אראפ גענומען (כ'האפ אז זיי האבן די טאוולען אוועקגעלייגט).

כ'האב געהערט אז מען גייט איבערציען די בנין מיט נייע ציגעל, אז עס זאל זיין די זעלבע ווי די נייע בנין התלמוד תורה, האב איך אינזינן געהאט צו נעמען א בילד פון דעם בנין, למעשה כהאב פארפאסט ווייל די שטיק אויבן פעלט שוין, איז ווער עס האט א קלארע בילד ווי מען קען זעהן די ווערטער אויבן, זאל אזוי גוט זיין און עס ארויפלייגן.

נאך איין ווארט עס דאכטזיך מיר אז אינטער די טאוועל פון די תלמוד תורה, אויפן ערשטען שטאק שטייט אויך עפעס, אבער כ'בין נישט זיכער, עס איז דא א בילד ווי ???? רב דעדט פארענט פון דעם בנין, איז ווער עס האט די בילד זאל עס מוחל זיין ארויף לייגען.

וויליאמסבורג,
אין תורה ודעת,
אויבן לערנען קליינע קינדער,
אינטן חברה ש"ס.
(יום טוב ערליך- וויליאמסבורג)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 12:22 am

די דאך גייען זיי אויך העכער מאכן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 1:34 am

דער בילד איז פון פאפא רב, (נאך מיט א שווארצע בארד) ווי ער רעדט פארנט פון בנין (דאכצעך ביי א לוי') ווען עס איז נאך געווען תורה ודעת
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 9:13 am

טהור-עיניים האט געשריבן:דער בילד איז פון פאפא רב, (נאך מיט א שווארצע בארד) ווי ער רעדט פארנט פון בנין (דאכצעך ביי א לוי') ווען עס איז נאך געווען תורה ודעת

מען זעהט נישט קיין בילד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24642
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 10:14 am

גוגל האט שוין געכאפט די בילד פאר אייך:
http://maps.google.com/maps?q=206+wilso ... ,,0,-12.31
צוגעלייגטע
פאפא תורה ודעת.JPG
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 11:00 am

שוין דא מלכתחלה אזא אשכול. ביטע אריבער פירען דאס אהין אדער יענס אהער.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 11:59 am

farshlufen האט געשריבן:גוגל האט שוין געכאפט די בילד פאר אייך:


כ'האב אויך קודם געקוקט ביי גוגעל, דער ווייסט דאך אלס, נאר ליידער איז די בילד פונעם אויבערשטען חלק בנין נישט קלאר, אין מען קען נישט זעהן די ווערטער. דאס איז א אלגעמיינער פראבלעם מיט גוגל'ס בילדער די אויבערשטע חלק פון בנינים זענען נישט קלאר.

בן בוזי האט געשריבן:שוין דא מלכתחלה אזא אשכול. ביטע אריבער פירען דאס אהין אדער יענס אהער.


כ'הער אייער טענה, אבער כ'האב געוואלט האלטן עקסטער די אידישע היסטאריע חלק פון וויליאמסבורג, נישט סתם, בילדער פון היינט און אמאל, כ'מיין אז די היסטארישער ווערט פארליערט זיך אין סתם א אשכול פון בילדער.

עס איז א אלגעמיינער פראבלעם ביי היסטאריע, וויבאלד עס האט אזויפיעל מיני פרטים, אז מען ווארפט אלעס אריין אין איין אשכול, פארליערט עס די המשך און די אינטערעסאנטקייט, למשל מיין אנדערע אשכול פון די קהילת, א חלק פון די אינפארמאציע איז שוין געווען אריין געווארפן דא אין דארט, אבער וויבאלד עס איז נישט צוזאמען אין א המשך, קען מען נישט האבן דעם היקף הדבר, כנל"ד.

אפשר וואלט מען געדארפט א מפתח אשכול, און אזוי האלטען אלס צוזאמען?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

די בנין פון ביהמ"ד תפארת ישראל, בעדפארד קארנער קליימער

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 3:16 pm

די בנין איז געווארן געבויט אין יאר 1869 פאר א קירכע.

אין יאר 1921 טרעפט מען אז א ריעל עסטעיט קא. האט דאס אפגעקויפט פאר א ביהמ"ד, למעשה קוקט אויס אז תפארת ישראל האט דאס געקויפט ערשט אין 1941.

אין דעם בנין האבן געהאלטן דרשות צווישען אנדערע, ר' אלחנן וואסערמאן און ר' אהרן קאטלער

אין 1971 האט די בנין אפגעברענט, און אין 1976, האט מען געבויט די איין שטאקיגע בנין (פון דעם האב איך נישט קיין בילד אז איינער האט זאל ער מוחל זיין ארויפלייגן) וואס מען האט אראפגעווארפן, (כ'מיין) 2003 .
צוגעלייגטע
at.jpg
אלס קירכע
as.jpg
אלס ביהמ"ד פארנט
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 3:29 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2011 3:25 pm

פון די זייט אויף קליימער, די בנין גלייך נאך די ביהמ"ד שטייט נאך, די בנין נאכדעם איז געווען די פייער סטאנציע.
צוגעלייגטע
Untitled - Copy.png
אלס ביהמ"ד פון די זייט אויף קליימער

אוועטאר
מאבערקא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 21, 2011 1:40 pm
לאקאציע: כ'וויל זיין אויף איי וועלט

תגובהדורך מאבערקא » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 12:20 pm

איי איי ווער געדענקט דען נישט די חושבע פרוי מיסיס קאפקעק לעדי מסתם די נייע דור
ווייסט נישט ציזאגן פין איר אוי זכרונות זי פלעגט זיצען אין אלט שטאט אויף איר בענקל
מיט אזא תמימות, ווי איז זי היינט ווייסט איינער? ווער איז זי געווען? האט זי משפחה
?
די ווייסט אפשר פשט אין מיין נאמען ? איך נישט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 12:42 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פון די זייט אויף קליימער, די בנין גלייך נאך די ביהמ"ד שטייט נאך, די בנין נאכדעם איז געווען די פייער סטאנציע.


ווען ר׳ יעקב נחמיה יאקאבאוויטש ע״ה האט געבויט זיין הויז דארט האט ער אויף די רעכטע זייט געמאכט א גארדן מהאט געשמיעסט דעמאלטס אז דאס איז צוליב ווייל אויף יענעם ארט איז געשטאנען א קירכע, למעשה ווער איך דא געוואויר אז די קירכע איז גאר געווען א בית מדרש...

דער בנין וואס שטייט נאך היינט איז דער אפיס פון ארבעט פארמיטלונג (אויב דער מוסד עקזעסטירט נאך היינט?...)

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 2:15 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:דער בילד איז פון פאפא רב, (נאך מיט א שווארצע בארד) ווי ער רעדט פארנט פון בנין (דאכצעך ביי א לוי') ווען עס איז נאך געווען תורה ודעת

לויט וויפיל איך בין דערגאנגן ביז איצטער, איז עס "נישט" קיין לוי' (וואס יא, ווייס איך נישט). בקרוב האף איך צו קריגן די בילד, און אי"ה ארויפשטעלן.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 2:49 pm

איך מיין אז עס איז א דעמאסטראציע, אזוי געדענק איך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5014
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 3:02 pm

וועלכע שוהל איז געווען דער בריסקער שוהל אויף קליימער סטריט?

אויך ליגט מיר אין קאפ אבער כ'בין נישט זיכער דערמיט אז דער מאדזיצער רבי האט באזיצט דעם קליימער סטריט שוהל.

איינער פון די רבנים וועלכע האבן מכהן געווען ברבנות אין דער קליימער סטריט שוהל איז געווען הרב נחום דוד הערמאן בן המפורסם רבי יעקב יוסף הערמאן זצ"ל?

לויט ווי כ'געדענק איז דער בריסקער שוהל ארויף געגאנגען אין פלאמען ועל מקומו האט מען געבויעט א נייערע שוהל וועלכע איז אויך אוועק געגאנגען ועל מקומו איז געקומען דער איינשטאקיגער בנין וואס איז שוין אויך נישטא מער.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24642
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 3:09 pm

איז דא אן ענין נישט צו וואוינען וואו עס איז געשטאנען אמאל א קירכע?

פיל בנינים אין וומ"ס שטייען אויף אזעלכע מקומות, צב"ש:
222 פענן סט.
234 קיעפ סט.
121 ווילסאן סט.
און עטליכע נייע בנינים אין ניי וויליאמסבורג, קלינטאן היל, בעד-סטיי.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 3:12 pm

עס קומט א נייע זאך, אבער קודם פאדערט זיך אן הקדמה.

יוניען סטריט וואס שניידט דורך ביי די גרעניצען פון ניי און אלט וויליאמסבורג, פלעגט נישט זיין דארט אמאל, די גאס פלעגט גיין פון דריגס (ווי עס פאנגט זיך נאך אן ביז היינט) און עס איז געגאנגען ביז בראדוועי, און אין יאר 1937 האט מען פארלענגערט די סאבוועי וואס איז געלאפען אינטער יוניען, (פאראויס אנטשאלדיגונג אויב זענט איר, און איינע פון די צוויי גרופעס וואס איך גיי יעצט באזידלען) און אנשטאט האבן ציטאן מיט די קראנקע ליבעראלען, און די פאריקטע גרינע חברה, וואס "שוינען גאט'ס וועלטעל", ווי עס געשעט היינט ווען מען וויל עפעס בויען, אזוי ווי די צווייטע עוו. ליניע אין מאנהעטען, וואס מען בויעט פון אינטען, וואס נעמט שוין געפערליך לאנג און קאסט א הון רב, פלעגט מען יענע צייט אויף גראבען די גאנצע לענג ווי די ליניע האט געדארפט גיין, מען האט געלייגט די טרעקס, געבויט א שטארקע דאך, און צירוק אנגעפיעלען די לאך איינס צוויי, שנעל, ביליג און פטור אן עסק.

דאס פלעגט גיין געווענדליך אינטער די גאדער, און סיידוואלק, און מען האט נישט געשטערט די הייזער, אזוי ווי היינט אוף סעקאנד עוו. פון אינטען. מאכט זיך אבער אמאל אז מען דארף דורך לויפן ווי עס שטייען הייזער, ווארפט מען אראפ די הייזער, מען גראבט ווי פריער דערמאנט, מען לייגט די נייע ליניע, און אז מען פיעלט צוריק אן די לאך, איז בלייבט דאך א שיינע ליניע צווישען די הייזער וואס מען האט נישט אראפגעווארפען, וואס טוט מען? מען מאכט א נייע גאס!! דאס איז געשען דארט ווי עס איז היינט יוניען פון בראדוועי ביז פלאשינג, מען האט געבויט די ליניע, און דערנאך אויסגעצויגען יוניען ביז פלאשינג אזוי ווי עס איז היינט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 3:20 pm

בן בוזי האט געשריבן:וועלכע שוהל איז געווען דער בריסקער שוהל אויף קליימער סטריט?


דאס איז די בנין וואס כ'האב גערעדט, שפעטער וועל איך שרייבן אביסעל וועגן די קהילה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 3:21 pm

farshlufen האט געשריבן:איז דא אן ענין נישט צו וואוינען וואו עס איז געשטאנען אמאל א קירכע?

פיל בנינים אין וומ"ס שטייען אויף אזעלכע מקומות, צב"ש:
222 פענן סט.
234 קיעפ סט.
121 ווילסאן סט.
און עטליכע נייע בנינים אין ניי וויליאמסבורג, קלינטאן היל, בעד-סטיי.


עס איז דא נאך אסאך פלעצער אין אלט וויליאמסבורג וואס מען ווייסט נישט, כ'בין מסופק צו עס איז א ענין נישט מפרסם צו זיין ווייל מענטשען וואוינען דארט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 3:34 pm

דא איז א אלטע מאפע ווי מען זעהט ווי יוניען גייט ביז בראדוועי
צוגעלייגטע
Untitlecccd.png
Untitlecccd.png (149.11 KiB) געזעהן 7324 מאל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 3:42 pm

דאס איז יוניען היינט
צוגעלייגטע
asd.png

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 3:59 pm

דארט ווי יוניען שניידט דורך צווישען מידלטאן אין לארמער אויף העריסאן (וואס אגב לארמער האט אמאל געהייסן "געווינעט")ווי עס איז דא די קליינע פארק, איז געשטאנען א הערליכער ביהמ"ד.

געבויט אין יאר 1878 פאר א קירכע, די שפעטסטע וואס כ'האב געזען אין די אלטע מאפעס אז עס איז נאך א קירכע, איז אין יאר 1918, און אין יאר 1925 איז שוין דא א בילד אלס ביהמ"ד, און עס איז געשטאנען ביז מען האט געבויט די נייע ליניע ווי אויבן דערמאנט אין יאר 1937.
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 4:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 4:08 pm

אלס ביהמ"ד
צוגעלייגטע
11.png
22.png

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 6:16 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:דער בילד איז פון פאפא רב, (נאך מיט א שווארצע בארד) ווי ער רעדט פארנט פון בנין (דאכצעך ביי א לוי') ווען עס איז נאך געווען תורה ודעת


נאדיר א בילד פון יענע אסיפה. ס'נישט אזוי קלאר, אבער מען דערק'ענט העכער'ן טיר, איינגעקריצט די ווערטער ישיבה תורה ודעת
צוגעלייגטע
PTV.jpg
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 6:33 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:איז דא אן ענין נישט צו וואוינען וואו עס איז געשטאנען אמאל א קירכע?

פיל בנינים אין וומ"ס שטייען אויף אזעלכע מקומות, צב"ש:
222 פענן סט.
234 קיעפ סט.
121 ווילסאן סט.
און עטליכע נייע בנינים אין ניי וויליאמסבורג, קלינטאן היל, בעד-סטיי.


עס איז דא נאך אסאך פלעצער אין אלט וויליאמסבורג וואס מען ווייסט נישט, כ'בין מסופק צו עס איז א ענין נישט מפרסם צו זיין ווייל מענטשען וואוינען דארט.

487 בעדפארד
שאלת חכם חצי נחמה


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט