זכרונות - ת"ת ישיבה תו"י ד'סאטמאר 110 טרופ עוו.

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 29, 2016 8:21 pm

יעצט טראכט איך פון די באס-דרייווערס מענין לענין, ר' יחיאל ע"ה מיט זיינע זון, ר' יאסל וואקס, ר' מיכל ראזענפעלד, ר' יאסי פאללאק, ר' לעיזר מאיר וויטריאל, ר' ? שווארץ בן ר' משה יאסל המוהל.

אנגעקומען עטליכע נייע באסעס אן נעזער, אויף מיין באס טאר קיינער נישט שטיין.

האלאווין האבן די ערלים געזרקאט אייער אויף די באסעס וועג אהיים, א פחד א שרעק.

און פארטאגס כיתה ט' KTH געקומען פרי, געדרימלט אויף די באסעס, געכאפט געקאכטע קאווע מיט די מילך אין אזאנע בלויע פלאסטיק קאפס וואס מ'קען קראצן סזאל מאכן גערודער.

די זכרונות שווימען אינגרויסן.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג פאברואר 29, 2016 8:37 pm

מיללער


זאבי, קלאר

דאנבליי איז געווען א פארזעעניש, א רחמנות אויף די קינדער אין זיין קלאס

ראביי קאפס געדענקט איינער?


אברהם שייע'ס דרשה נאו טוילעט ביטווין פייוו ענד סיקס טוואנטי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג פאברואר 29, 2016 8:42 pm

אגאנצע וואך איז מען אהיימגעפארן מיט די פיופעל באסעס. חוץ זונטיג פלעגן זיין די אידישע דרייווערס.
די ערשטע אדער די דריטע באס אויף בארטלעט סט. פלעגט זיין ר׳ אליעזר מאיר וויטריאל. די צווייטע באס פלעגט זיין יאסי פאללאק איך געדענק נישט ווער עס איז געווען די דריטע באס. ר׳ יחיאל חיימאוויטש פלעגט פארנט פון בילדינג מיטן 30ער באס. געדענקעך שויניש ווייטער.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג פאברואר 29, 2016 9:12 pm

מען איז אהיים געפארן אין עטליכע שיפטס.
ד' ה' אום 4:50
ו' ז' ח' אום 6:20
ט' אום 5:55.

ווען עס האט אויסגעפעלט האט מען ציגעלייגט א "נומבער זירא" באס.

ר' מיכל פלעגט שרייען ווען מ'אט'ם געפרעגט וועלכע נומבער באס ער איז: "דריי, דריי נישט קיין קאפ"...

דאמבליי פלעגט דאווענען שחרית און מנחה מיט די קינדער, ער פלעגט וואוינען אין די לינזי פראדזשעקס די אנדערע זייט בראדוועי, און דאס'ז געווען די נענסטע מנין..

ווי ידיד דערציילט פלעגן מיר קינדער אים נישט דולדען (מילד גערעדט), איינמאל ווען ר' מאיר אברהם זז"ג האט אויסגערופען עפעס איבער אים "ר' דן בלוי".. אוי האמיר געקריצט מיט די ציין...

ראביי קאפס דעם הויכן שלאנקען חב"ד'סקער מיטן לאנגען בארד...
מר. נאפטאלאוויץ, הוי ווי מ'אט'ם באזינגען, גיי ווייס פארוואס..

די באקאנטע האא האא האא פון בורא עולם ניגון איז געווען ווי צי מעלדן אז מ'גייט מאכן אן אויפשטאנד..

ר' אברהם רייכמאן'ס כל בו אפיס..

ר' מנשה ראזענבערגערס לוי'
נאט אייך א גרינע...


יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג פאברואר 29, 2016 9:22 pm

די פלאמען ווען די פיר שטאקיגע הויז קעגן איבער נעבן די (דעמאלטס) ליידיגע לאט האט אפגעברענט געדענקסטע נאך? יענע טאג איז געגאנגען כאדאראם. די רבי׳ס האבן געלאזט שטיין ביים פענסטער אגאנצן טאג.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג פאברואר 29, 2016 9:30 pm

יעעע..
און די אפארטמעט הויז אויף בארטלעטט פאר הערריסאן?
דער מיט די שיליאן פייגלעך אויפן דאך אקעגן איבער, פלעגט זיי מאכן פליען מיט א פאן...

ווען שקצים האבן געשפילט אין די הויף האבן מיר נישט געמעגט אהינגיין אין יענע אפטיילונג..

די לאנגע פרייטאגס נאך פסח ווי ר' מאיר אברהם שליט"א פלעגט פארלערנען נ"ך ביז 2 אזייגער...
נאט אייך א גרינע...


יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג פאברואר 29, 2016 9:47 pm

יא יא קוקיס מיט מילך

איז נאך דא א מין זאך ווי עמטליך אהיימגיין פאר ענגליש? ווי זענען די אלע וואס זענען נישט געגאנגען צו ענגליש?

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג פאברואר 29, 2016 10:17 pm

אין די סיריעל וואס מ׳פלעגט געבן בלויז צוויי פער קלאס, סארא הריגות זיך אפגעטוען...

און די ״מאסף טיש״ רח״ל איז ווערט אן אשכול פאר זעך...
פאר קריטיק דריקט דא

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג פאברואר 29, 2016 11:02 pm

די אייער-שפייז יעדע ראש חודש...

די מתנות טיילן נאך חנוכה און פורים דורך אברם שייע...

און די ניגון נאך הויף, בשעת'ן זיך דורכשטופען די שטיגן...
וווווווווואאאאאאאאאאאאאא הא ווואאא האאאאאאא
ווא וואו וואו וואו וואוו
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דינסטאג מארטש 01, 2016 2:09 am

וויאזוי קען מען פארגעסען פינעם שתי-וערב אויפן דאך

מר. היימעוויץ די פרינסעבל מר. סעביל.
ספעשיל קלעיס טיטשער מר. שאצקעס(עפעס אזוי)

די דרייעדיגע פענסטערס העכער די טירן

משה מנהלס גרויסע שטענדער

פרישטאג מעניא
זינטאג הארטע אייער - מאנטאג טאנא(אן אייער) - דינסטאג עגג סאליד - מיטוואך וועידזשטעביל סאליד(אין זיך געהארגעט אויף די איבערגעבליבענע אייער סאליד פין דינסטאג) - דאנערשטאג לאנטש טאנא (מיט אייער) - פרייטאג איין וואך קארן פלעקס אין איין וואך רייס קריספיס מיט ציקער אוי ווי מען פלעגט זיך הארגענען

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דינסטאג מארטש 01, 2016 2:14 am

א רשות צעטיל אהיים צוגיין פאר ענגליש פלעגט מען נעמען ביי ר׳ משה בראך אויפן דריטען שטאק, מען האט געדארפט ברענגען א צעטיל פינגערהיים מיט א דאללער

ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 7:48 pm

תגובהדורך ראסטעוו » דינסטאג מארטש 01, 2016 4:34 am

מעליצער רבי ווען דער בחורל האט נישט געהעריג ארויסגעזאגט א ברכה, וואס קולות..

ר' משה מנהל מיט זיין שטענדער ער האט אפילו נישט געשפירט ביי שחרית ווי ער האקט זיין קאפ אין שטענדער באגלייט מיט אנחות בקול גדול.

שלמה הערש פעלדמאן אין הויף מיטן שטעקן הוי האבן די שקצים געציטערט פון אים. אמאל האט א כלב אריינגעוואנדערט און די רעשט איז היסטאריע..

שפילן אין הויף, מלח גלח פאסיק קלעפ.

די בורא עולם מארש (אן די ווערטער) ביי די שטיגן צו און פון דעם הויף האט געלעכרט דעכער, א קוויייער פון טויזנט אינגלישע קולות שרייען תמימות'דיג פאר אומבאקאנטע צוועקן, גיי פארשטיי

דער שווארצער וואסקא
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2015 2:34 pm

תגובהדורך דער שווארצער וואסקא » דינסטאג מארטש 01, 2016 5:46 am

יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:מישהו זוכר כשביקור ניסן לעווי מוויען וחליק לילידם טעיפ שלו עם חזנות ?
איפה יוכלים למצוא את זה ?

אני זוכר

גם אני זוכר זאת

אולי יש למישהו את הטעיפ שלו להביא כאן איי יש שמה ניגונים מלא טעם כגון תנחום ........... אויפן פריפטשיק וכו' אם משהו יתנדב להביא את זה כולם יהנו מזה

מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 8:24 pm

תגובהדורך מייקל סעוועדזש » דינסטאג מארטש 01, 2016 6:55 am

ראביי קאפס איז דער וואס האט אביסל אונטערגעהינקעט?
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג מארטש 01, 2016 7:22 am

יא
נאט אייך א גרינע...


גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 10:24 am

תגובהדורך גדלי וואסער שעפער » דינסטאג מארטש 01, 2016 7:51 am

איי איז דאס זכרונות
דעי טרופ חדר איז ממש א געווען איינס אין די וועלט

מיר דערמאנט ווי ביי פרישטיג אין מיטאג בשעת הערן
תנך אויף די מייק האבן מיר קינדער מיט א פלעסטיג מעסער
ארויס פינם הארטן פיטער ארים געשניטן דעם פאפירענים
מילך פלאש פין אלע פיר זייטן ביז סאיז געווערן ווייס אראפ
מיט די גאנצע דיזיין ארים
איינמאל סאיז געווען ווייס האט מען דאס באשמירט
מיט פיטער ארים אין ארים אזוי אז סאיז געפארן א באן

דערנאך פלעגן זיי אריינלייגן אינם טישטיך געמאכט א
באלי אנגעפילט מיט פינאט באדער אין דאס צאם געדרייט טייט
איינמאל סאיז געווען גאר טייט האט דאס אויפגעפלאצט
אין געשפריצט מיילען ווייט אויף די כיתה ט שלעזינגערס
היטן יענער האט נישט געהאט קיין הסגה פין ווי סקימט
ווארעמע פינאט באדער צי פליען
מען קען שרייבן אין שרייבן

גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 10:24 am

תגובהדורך גדלי וואסער שעפער » דינסטאג מארטש 01, 2016 7:56 am

דעי כיתה ט פארטאגס קאפי אין דעי בלעכענע קאנעס
ווער סהאט געהאט א ברידער אין כיתה ו ז האט פארן
ברידער אוועק געלייגט קאווע אין 2 פלעסטיג קאפס איינס
העכער די אנדערע אין פארשייטצעך ארויף אויפן סטים
סזאל זיך האלטן הייס
יא זיכער סאיז געווען יד סלדת ווען מהאט דאס געגעבן
פארן ברידער

גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 10:24 am

תגובהדורך גדלי וואסער שעפער » דינסטאג מארטש 01, 2016 8:13 am

בימים ההם איז געווען דער מנהיג
אז ווען מען האט נישט געגליכענט האט מען זיין נאמען
געשריבן אויף די וואנט פינם ביה״כ אין נאכן נאמען געשריבן
פוי איי איי יעדעס איינציגע ביה״כ פין אלע פיר שטאקן
האבן געהאט אן א שיער נעמען פין רבנים סאיז געווען פאר סאיז
געווען נאך א סאטמאר חדר וד״ל
אין נעמען פין מנהלים רביס אין פארשידענס אלעס מיט
א פוי ביים ענדע סאיז געווען יום טוב איינמאל א יאר
האט דער ערל געפארבט דעי בה״כ איז עס געווען שיין
א וואך דערנאך פריש אנגעשריבן
אין אפ דער יענער וואס עד היום הזה ווייס איך נישט ווי
אזוי ער איז אנגעקימען איבעראל אין גאנץ וויליאמסבורג
אין געשריבן אין יעדע בה״כ באזינטער
טייערע אידן ליינט נישט קיין שמיציגע צייטונגען אין מאגעזינען
עס פארברענט די נשמה
איינער געדענקט דאס
???

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מארטש 01, 2016 9:15 am

די תנ"ך פרייטאג ביז צוויי אזייגער איז געווען יענע אפקומעניש

די קאווע איז גראדע זייער פיין געווען.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דינסטאג מארטש 01, 2016 10:29 am

דער שווארצער וואסקא האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:מישהו זוכר כשביקור ניסן לעווי מוויען וחליק לילידם טעיפ שלו עם חזנות ?
איפה יוכלים למצוא את זה ?

אני זוכר

גם אני זוכר זאת

אולי יש למישהו את הטעיפ שלו להביא כאן איי יש שמה ניגונים מלא טעם כגון תנחום ........... אויפן פריפטשיק וכו' אם משהו יתנדב להביא את זה כולם יהנו מזה

איהר מיינט אפשר דעם טעיפ?

גראדע האב איך עס - ווייסעכניש צו קרן שמואל ישעי' האט די רעכטן דערויף.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

דער שווארצער וואסקא
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2015 2:34 pm

תגובהדורך דער שווארצער וואסקא » דינסטאג מארטש 01, 2016 11:07 am

אליקים געציל האט געשריבן:
דער שווארצער וואסקא האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:מישהו זוכר כשביקור ניסן לעווי מוויען וחליק לילידם טעיפ שלו עם חזנות ?
איפה יוכלים למצוא את זה ?

אני זוכר

גם אני זוכר זאת

אולי יש למישהו את הטעיפ שלו להביא כאן איי יש שמה ניגונים מלא טעם כגון תנחום ........... אויפן פריפטשיק וכו' אם משהו יתנדב להביא את זה כולם יהנו מזה

איהר מיינט אפשר דעם טעיפ?

גראדע האב איך עס - ווייסעכניש צו קרן שמואל ישעי' האט די רעכטן דערויף.

סגור אצלי הלינק הזה
וגם לא יודע אם זה קשור לקרן שמואל ישעי' יש לי הטעיפ בבית חילקו את זה אז לכולם רק אין לי איפה להמיר את זה לmp3

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דינסטאג מארטש 01, 2016 11:09 am

רבונעשעלולעם ווי דער עולם האט א זכרון, יוש ווי איך דערמאן זיך צוביסלעך, איך זעה יעצט אפאר צעירים בחורים זיצען געמיטליך אין אונזער לאנטש רום, פלוצלינג ווי פון דער ערד ארויס ר' מאיר צוויבעל נעמט זיך שמייסען מיט זיין גארטעל, זענען זיי געלאפן ווי די קעץ.

מען שטופט זיך אריין ביי פרישטאג אין קאך צו קענען ארויסשעפן פונעם זודיגען טאפ אביסעל קאווע, ב"ה כ'האב מיך אויסגעלערנט נישט אראפצולאזן די קאפ אפי' נאכן אפבריען אטיפן וועג ארויס אהא אלע טעמים.

געוואלד קארן ברויט פעעך, א סלייס ברויט פאר א קוואדער.

(חידה)איינס מוז מען, צוויי מעג מען, דריי טאר מען.

די אינספעקטאר קומט המממ היינט קומט מעדנים.

ר' מאיר אברהם איינגעשפארט צווישען די צוויי געיטס מיט די לייטס אראפ.

רומאנוי ווער געדענקט?

שוין נישט אלע זכרונות קען מען פארציילען(גילוי)

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג מארטש 01, 2016 11:19 am

ר' לוי יאקאבאוויטש האט נאך אלץ זיין ספרים סטאר אופן ערשטן שטאק?

איך געדענק נאך ביי ריסעס ווען מען האט געהערט אויפן צווייטן שטאק ווי ר' משה איז געווען מנהל אז ר' יודא בער איז אויפן וועג אראפ.........
Mr President We're tiered of winning so much

מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 8:24 pm

תגובהדורך מייקל סעוועדזש » דינסטאג מארטש 01, 2016 11:35 am

א געוועזענע ענגלישע טיטשער פון טרופ האט אפאר יאר צוריק ארויסגעגיבן א בוך מיט זיין עקספיריענס לערנען מיט חסידישע קינדער, מזאגט אז ס'איז אינטערעסאנט
IMG_20160301_113454.jpg
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דינסטאג מארטש 01, 2016 12:13 pm

מייקל סעוועדזש האט געשריבן:א געוועזענע ענגלישע טיטשער פון טרופ האט אפאר יאר צוריק ארויסגעגיבן א בוך מיט זיין עקספיריענס לערנען מיט חסידישע קינדער, מזאגט אז ס'איז אינטערעסאנט
IMG_20160301_113454.jpg

פון אמאזאן'ס דעסקריפציע:

Gerry Albarelli's TEACHA! STORIES FROM A YESHIVA chronicls a year in the life of a non-Jewish teacher and his students at a wild Hasidic yeshiva in Brooklyn.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט