היסטארישע אידישע בילדער

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

היסטארישע אידישע בילדער

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 4:19 pm

אין "די צייטונג" היי-וואך (יתרו ס"ח) איז ברייט געדעקט דעם פאקט אז דער לייברערי פונעם קאנגרעס בעיר הבירה וואשינגטאן ד.ס. האט פארעפנטליכט טייל פון אירע טויזענטער בילדער קאלעקציעס פאר'ן פאבליקום, דער "נייעס באריכט" (די צייטונג בלע"ז) האט גענומען די מיה צו ברענגען פאר אירע לייענערס עטליכע בילדער מיט אידישע אינטערעסע.

דער שרייבער פון די שורות האט געטראפען נאך עטליכע בילדער נאכ'ן נישטערן אין די ארכיוון וועלכע איך וועל גערן מיטיילן פאר אונזערע מיטגלידער און צו דער זעלבער צייט ווידמען דעם אשכול פאר סיי וועלכע היסטארישע בילדער מיט אידישע אינטערעסן.

1) א געוויסער רב שמועסענדיג מיט א וויין סוחר אין זיין געשעפט אין די איסט-זייט געגנט פון מאנהעטן.

(ווער עס דערקענט דעם רב זאל ביטע העלפן)
צוגעלייגטע
Rabbi East side.jpg
Rabbi East side.jpg (34.07 KiB) געזעהן 19324 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 4:23 pm

2) 'תשליך' אויפ'ן ברוקלין-בריק (די צייטונג האט כמובן נאר א חלק בילד)
צוגעלייגטע
Tashlich.jpg
Tashlich.jpg (68.03 KiB) געזעהן 14181 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 5:38 pm

3) אידישע קינדער אויף א טעראסע (וואו?)
צוגעלייגטע
Children Balcony.jpg
Children Balcony.jpg (48.94 KiB) געזעהן 14124 מאל

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 6:12 pm

הערליכע אינטערעסאנטע בילדער, און א געוואלדיגע איידיע. יישר כח הרב מיללער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 6:18 pm

ייש"כ מאשקע פאר די דברי חיזוק, עס גיט מיר חיות ממשיך צו זיין.

4) א קינד דאווענט איינגעהילט אין א טלית אום ר"ה (באמערקט דעם טאוול מיט אידישע אויפשריפטן, קרעטשמע סטיל...)
צוגעלייגטע
Boy Talis.jpg
Boy Talis.jpg (45.46 KiB) געזעהן 14104 מאל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 6:23 pm

עס קוקט אויס ווי דאס בילד קומט פון דער איסט-סייד.

מיללער, א גרויסן יישר כח פאר די בילדער, עס באלאנגט טאקע אין די קרעטשמע אזעלכע בילדער.

ווי איך געדענק איז אמאל געווען אזא אפטיילונג אין דער "וויליאמסבורג בולעטין" (ווען עס איז נאך געווען א גרויסער צייטונג..) דארט פלעגט יעדע וואך זיין א גורל ווער עס האט אריינגעשיקט די נעמען פון די מענשטן.

אויף די בילדער איז געווען אינדערזייט ארויפגעפרינט "ברוקלין פובליק לייבערי" ד"ה אז עס קומט פון דארט, מעגליך אז אויף זייער וועב-זייטל איז דא צובאקימען דערפון,

מיללער, כה לחי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 6:30 pm

ייש"כ צייטליך, טאקע דארטן זענען אויך פארהאן היסטארישע בילדער, פון וואו מיר וועלן אויך ברענגען.
5) ביהמ"ד אגודת ישראל 616 בעדפארד עוו. (היינט ביקסאד)
צוגעלייגטע
Agudath Yisroel.jpg
Agudath Yisroel.jpg (25.16 KiB) געזעהן 14063 מאל

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 6:57 pm

יישר כוח הרב מיללער
יוא אר גרעיטלי אפרישיעטעד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 7:38 pm

א שיינעם דאנק אב"ד סקרענטאן (פון דיין היימשטעטעלע מעגסטו אויך ברענגן..)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 8:41 pm

מיללער יישר כח, עס איז זייער אינטערסאנטע בילדער, מיר קוקן ארויס אויף נאך.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 8:48 pm

כ'האב שטארק הנאה, יישר כח. ברענג נאך און נאך, ס'איז מיר גאר אינטערסאנט.

אגב, דער טאוועל איז מורא'דיג, יענער קען א גוטן אידיש, דרעס מעקער? חלילה, מעקערין!
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג ינואר 24, 2008 10:28 pm

מיללער, דעם זיידענ'ס געשעפט האסטו פארזעהן?
צוגעלייגטע
8d21935r.jpg
8d21935r.jpg (34.27 KiB) געזעהן 19140 מאל

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג ינואר 25, 2008 12:05 am

לחיים;
חחחחח אויף דיין אויפמערקונג.....

מיללער א שיינע זאך די בילדער. אגב די בילד פון אגודת ישראל אויף בעדפארד האט מיר ממש געוועקט נאסטאלגיע, איך האב געקענט גוט יענם שול (איך פלעג גיין נאך געלט אלס בחור..) און היינט שטייט דארט די פראכטיג הויז מיט גלאזירטע פענסטערס, אזא חילוק !
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 25, 2008 9:26 am

א ווארימען יישר-כח פאר אלע דברי חיזוק. אן עקסטערע דאנק פאר נאטורליך פאר'ן בילד פונעם 'מיללער פלייש יאטקע', נהניתי!

העמיר שפאצירן קיין בעדפארד ראדני, וואו דער היסטארישער בנין שטייט נאך היינט צוטאגס אלס א לענדמארק, דארט האט דער צעהלימ'ער רב זצ"ל איינגעזייעט די קערנדלעך פאר'ן צוקונפטיגן חסידישען ווילאמסבורג.

6) צעהלימער ביהמ"ד אין וומ"ס, בעדפארד עוו. קארנער ראדני סט. (1965), באמערקט די אלטע סקול-באסעס, און קינדער ארום.
צוגעלייגטע
Tzehlim.jpg
Tzehlim.jpg (34.99 KiB) געזעהן 14003 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 25, 2008 9:44 am

7) ביהמ"ד און אפיס פון מוסדות קארלין-סטולין אויף ראדני סט. (היינט ביהמ"ד נייטרא, וביהמ"ד לאנצוט), פאר סאטמארע חסידים איז באקאנט אז דער רבי זי"ע האט געפראוועט די ערשטע ימים נוראים על אדמת אמעריקא (תש"ז) אין דעם ביהמ"ד.

א געניטער אויג קען באמערקן דעם אויפשריפט העכער דעם אריינגאנג "בית יעקב לכו ונלכה" (איך וואלט עס נישט באמערקט, ווען איך ווייס נישט דערפון).
צוגעלייגטע
Nitra-Karlin.jpg
Nitra-Karlin.jpg (32.85 KiB) געזעהן 13989 מאל

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג ינואר 25, 2008 9:46 am

מיללער; הערליך שיין, זכרונות זכרונות.

באטראכט די אמאליגע טירן, אמאליגע פענסטער'ס, מיטן גאנצן ארעמקייט און אזוי האט זיך אידישקייט געבויעט!

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » פרייטאג ינואר 25, 2008 9:53 am

מילער איך האב פשוט נישט די ווערטער דיך צו באדאנקען פאר די מוראדיקע ארבעט און איידיע אהער צו ברענגען אזא נושא.
ע"כ העל איך אויך אריין ווארפען מיינע פאר צענט צום בילד.
די ביהמ"ד אגודת ישראל געדענקען מיר גוט. ווי אויך ווען מען האט דאס צושטערט,
און די ביהמ"ד קארלין-סטאלין, איך ווייס נישט אויב נאך היינט צו טאגס אויך, אבער ביז נישט לאנג צוריק איז געווען אריינגעקריצט מגן דוד'ס אויבן
אויפ'ן וואנט אין די ווייסע צעמענט העכער די פענסטערס.
שכח נאכאמאל און ברענג נאך, מיר לעכצען.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21828
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג ינואר 25, 2008 10:44 am

פאפא רב מיט רב ...... ווייס
צוגעלייגטע
pupa ruv.jpg
pupa ruv.jpg (38.07 KiB) געזעהן 13970 מאל
לעצט פאראכטן דורך farshlufen אום מיטוואך יוני 04, 2008 1:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 25, 2008 10:46 am

8) "ישיבה ומתיבתא תורה ויראה דסאטמאר" (וועלכע בנין איז דאס? דאכציך אז דאס איז אויף בעדפארד עוו. ביי קליימער)
צוגעלייגטע
Satmar.jpg
Satmar.jpg (44.02 KiB) געזעהן 14006 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 25, 2008 10:47 am

פארשלאפן,

א דאנק פאר דיינע בילדער.

(ווי פונקטליך איז די ווייסע שול? לתועלת הקוראים)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 25, 2008 10:49 am

9) מ'טאנצט אויף א חתונה (עפארדעבל?)
צוגעלייגטע
Chasuna.jpg
Chasuna.jpg (16.3 KiB) געזעהן 11529 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 25, 2008 11:08 am

"תלמוד תורה דווילאמסבורג" 349 קיעפ סט. (וואס איז היינט דארט? פילייכט דער בי. קיו. אי.)
צוגעלייגטע
Talmud Torah.jpg
Talmud Torah.jpg (28.47 KiB) געזעהן 10894 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 25, 2008 11:11 am

א בעסערע בילד פון דער נאנט פונעם סטאלינער שטיבל אויף ראדני סט.
צוגעלייגטע
Stolin.jpg
Stolin.jpg (55.78 KiB) געזעהן 10844 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 25, 2008 11:18 am

דער "וויי" אויף בעדפארד עוו. קארנער קיעפ סט. (היינט בנין ספינקא)
צוגעלייגטע
Spinka.jpg
Spinka.jpg (59.77 KiB) געזעהן 10843 מאל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג ינואר 25, 2008 11:35 am

א ריזן יישר כח פאר "פארשלאפן" וכן ל"מיללער"

עטליכע הערות,

די ווינער תלמוד תורה שטייט נאך היינט אזויווי אויפן בילד, עס איז ביי בעדפארד קארנער ווילסאן.

דער "תלמוד תורה ד'וויליאמסבורג" אדער ווי עס רופט זיך אין ענגליש Hebrew School Of Willamsburg איז מיר זייער אינטערסאנט, אזא תלמוד תורה וואלט לכאורה שוין נישט געקענט לעבן היינט אין וויליאמסבורג..

דער פאפא ישיבה 636-638 בעדפארד, איז שוין היינט היפש ארימגעטוישט, עס שטייט אויף בעדפארד קארנער פען, עס זענען היינט דא דארט די "מנוחה ושמחה" זאלן און די פאפא מוסדות אפיסעס.

דער בנין אויף 575 בעדפארד (קארנער קיעפ) ווי עס איז געווען דער Y איז שוין היינט דער ספינקער ביהמ"ד, ווי געזאגט, עס שטייט נאך מיטן זעלבן אויסזעהן, איך מיין אז אויך א Y וואלט שוין היינטיגע צייטן נישט געווען בנמצא אין וויליאמסבורג..

ברענגט נאך, עס איז א פארגעניגן פאר אלע דא, יישר כוחכם.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט