וויפיל היימישע אידן האבן איבערגעלעבט דעם קריג?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חקירות ודרישות
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

תגובהדורך חקירות ודרישות » מיטוואך יוני 12, 2019 9:28 am

דאס איז זיכער אז די חלל פון כלל ישראל פון די צווייטע וועלט קריג ביז היינט איז נאכנישט ערפילט געווארן. רבינו הקדוש מסאטמאר האט געוויינט די יארן נאכן קריג ביי די דרשות ימים נוראים אז ביז פאר א פאר יאר צוריק האבן זיך צוזאם גענומען אין די בתי מדרשים אזויפיל מיליאנען אידן, מתפלל זיין אין דאס היינט נישטא,
איך מיין אז כיום איז נאכנישט דא ביים חרדישן ציבור (אשכנזים) מיליאן אידן וואס זענען העכער 18 יאר, לכאורה, אין פאר די צווייטע וועלט קריג איז דאס יא געווען אין פולין אליין וואס אסאך זענען אוועקגעפאלן פון אידישקייט איז נאך געווען ריזיגע קהילות פון אידן מיט די גאנצע טראגע וכו' בפרט אין גאליציא כגון באבוב, ראדאמסק, אין נאך אין נאך,
מכ"ש אין אונגארן ראמעניא וואס די אראדאקסישע קהילות זענען געווען ממש כחול אשר לא יספר מרוב, אין היינט איז נאכנישטא אזויפיל אידן פשטות, לויט קומט אויס אז גלייך נאכן קריג איז געבליבן ממש א מיעוטע דמיעוטא אפשר 20/30 אלפים אידן, ווייל אויב נישט וואלט כלל ישראל כיום געדארפט זייך אסאך גרעסער

חקירות ודרישות
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

תגובהדורך חקירות ודרישות » מיטוואך יוני 12, 2019 9:42 am

עס איז כדי צו צולייגן אז מאנכע זאגן אז די קריג איז געווען א הצלה פאר די רוחניות ווייל אסאך זענען געפאלן, קודם כל דאס איז נישט אמת ווייל די מצב הרוחני פון כלל ישראל איז געווען אסאך שטערקער פון היינט, אין רבינו הקדוש מסאטמאר האט נישט סתם געוויינט אויף די מצב הירוד פון כלל ישראל נאכן קריג, עס קען זיין שטריימלעך איז געווען ווייניגער אבער יראת שמים איז געווען מער, אין אפי' די שטריימלעך וואס זענען געווען א מיעוט מוז נישט זיין אז דאס איז געווען מער פון היינט, ווייל די מיעוט פון דאמאלטס איז פשטות זייער אסאך
חוץ וואס אז מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל איז ליידער נעקד געווארן, פיל צדיקים גאונים אין קדושים.
עס איז אינטערסאנט אז עס איז נישטא קיין קלארע נאמבער'ס פון די אינדאטום אין אירופא פאר די קריג אין נאך למשל אפי' אין די גענגנט פון אונגארין ראמעניא, איז דאך געווען אזויפיל שטעטלעך אין דערפלעך וואס איז פארגעסן געווארן אין אויכט אין פולין. מ'פארט דארט היינט מ'זעהט אזופיל פלעצער וואס איז געווען איבערגעפילט מיט אידן אמאל. אין סיגעט אליין איז פארן קריג געווען 25 טוינזנט אידישע משפחות (מתוך ספר חכמי טראנסלעוואניא) נעלאגן מיט ארטדאקסן, אין אין סאטמאר אין געווען ארום 70 אלפים דאכט זיך שטייט דארט, עס איז א גוזמא פשטות, אבער כ'האב נישט די ספר צו נאכקוקן.
אבער עס איז דא נאך א נקודה פאר די קריג האבן רוב כלל ישראל אפי' שוואכע געוואוסט אז זיי זענען אידן למחצה לשליש ולרביע, אין כמעט יעדער האט געואווסט פון שמע ישראל אין די ווייטע דייטשלאנד אדער ביי די נעלאגן, אדער אין פולין ביי די ... וכדומה, אין דאס האבן די ציונים גורם געווען אז כיום איז דא מיליאנען אידן וואס ווייסן נישט פון קייט טראפ אידישקייט, אין מיליאינען קינדער ווערן מחונך אן קיין שמע ישראל, אין אן א ידיעה פון באשעפער רח"ל, וואס די שוואכסטער איד פארן קריג האט געוואוסט פון דעם, חוץ א מיעוטא פון מתבוללים אין דייטשלאנט אדער אין רוסלאנד, אדער אין אמעריקע וואס איז אלץ פארגעסן געווארן.

חקירות ודרישות
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

תגובהדורך חקירות ודרישות » מיטוואך יוני 12, 2019 2:23 pm

נאך א דוגמא וואו מיר האלטן, ביי די בחירות אין ארץ ישראל איז ביי יהדות התורה אגו"י מיט דגה"ת סך הכל 248 קולות ד. מ. מענער ווייבער פון 18 יאר אין העכער,
דאס מיינט אז אשכנזים אין ארץ ישראל חרדישע איז דא לויטן חשבון לכאורה נישט מער פון 300 אלפים פער משפחה קומט אויס 150 טויזנט משפחות בערך, אין אירופא כולל אנגלאנד בעלגי'ה עסטרייך סך הכל 15 טויזנט משפחות אין ניו יארק נאך אזויפיל אפשר קומט מען צו א האלבער מיליאן חרדישע משפחות, פשטות איז זיכער מער געווען פאר די צווייטע וועלט מלחמה אבער איינער האט פרטים ?

נאך א פרט וועגן פולין כ'האב אמאל געהערט אז איינער האט געוויזן פארן וואדיסלובער רב ז"ל די מעפ פון פולין כדי ער זאל אנטאטלען וואו איז ראדושיץ, האט ער אינימיטן געזעהן וואו די מעפ איז נאס, אין וואוידיסלובער רב פארגיסט טייכן טרערן, האט ער אים געפרעגט וואס האט פאסירט, האט ער אים געזאגט זעסט די מעפ יעדן פונטל דא איז געווען אינגעפילט מיט אידן אין אלעס האט דער דייטש אויסמעגט, איך גלייך אז ער האט געמיינט פרומע אידן פשטות

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 12, 2019 3:18 pm

חקירות ודרישות האט געשריבן:עס איז כדי צו צולייגן אז מאנכע זאגן אז די קריג איז געווען א הצלה פאר די רוחניות ווייל אסאך זענען געפאלן,

אידן וואס האבן נאך געזען און געדענקט פוילן "פאר" די קריג האבן אזוי געזאגט, הערט נאר אויס די קאסעטעס פון ר' אביגדור מיללער זצ"ל אדער ר' יו"ט עהרליך ז"ל.

אגב, ס'איז געהעריג דאקומענטירט אין די יזכור ביכער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מיטוואך יוני 12, 2019 3:23 pm

חקירות ודרישות האט געשריבן:איך מיין אז כיום איז נאכנישט דא ביים חרדישן ציבור (אשכנזים) מיליאן אידן וואס זענען העכער 18 יאר, לכאורה, אין פאר די צווייטע וועלט קריג איז דאס יא געווען אין פולין אליין וואס אסאך זענען אוועקגעפאלן פון אידישקייט איז נאך געווען ריזיגע קהילות פון אידן מיט די גאנצע טראגע וכו' בפרט אין גאליציא כגון באבוב, ראדאמסק, אין נאך אין נאך,
מכ"ש אין אונגארן ראמעניא וואס די אראדאקסישע קהילות זענען געווען ממש כחול אשר לא יספר מרוב, אין היינט איז נאכנישטא אזויפיל אידן פשטות,


אויסצוקלארן:
אין פולין איז געווען מער אידן ווי אין אונגארין ראמעניא אינאיינעם
אין אונגארין ראמעניא איז נישט געווען אידן כחול אשר לא יספר מרוב, ארום א מיליאן אידן אדער אביסל מער
ס'איז געבליבן א גוטע מיליאן אידן נאך די מלחמה פון פולין אונגארין ראמעניא

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך יוני 12, 2019 5:21 pm

farshlufen האט געשריבן:
חקירות ודרישות האט געשריבן:עס איז כדי צו צולייגן אז מאנכע זאגן אז די קריג איז געווען א הצלה פאר די רוחניות ווייל אסאך זענען געפאלן,

אידן וואס האבן נאך געזען און געדענקט פוילן "פאר" די קריג האבן אזוי געזאגט, הערט נאר אויס די קאסעטעס פון ר' אביגדור מיללער זצ"ל אדער ר' יו"ט עהרליך ז"ל.

אגב, ס'איז געהעריג דאקומענטירט אין די יזכור ביכער.

קלאר אז דאס איז אמת, אבער עס איז בכלל נישט קיין סתירה צו דאס וואס ער שרייבט:
חקירות ודרישות האט געשריבן:רבינו הקדוש מסאטמאר האט נישט סתם געוויינט אויף די מצב הירוד פון כלל ישראל נאכן קריג,

יראת שמים איז געווען מער,

חוץ וואס אז מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל איז ליידער נעקד געווארן, פיל צדיקים גאונים אין קדושים.

עס זענען געווען פילע גאונים וקדושים, און טויזענטער ערליכע אידן, אבער פון די אנדערער זייט זענען טויזענטער פון די יוגענט, בעיקר אין פוילן און ליטע, אוועקגעפאלן צו די בייזע ווינטן וואס האב געבושעוועט דאן ווי השכלה, קאמיוניזם, ציוניזם, וכדו'
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך יוני 12, 2019 6:03 pm

לגבי רביה"ק מסאטמער איז דא מימרות חלוקות

בפשטות איז עס די כלליותדיגער אויסשטעל, וואס אין אייראפע זענען רוב שוואכערע שטובער געבליבן וואוינען צווישן עולם און דער רב האט זיך געדארפט ספראווענען מיט זיי
בעת היינט צוטאגס, ווען איינער ווערט ח"ו שוואך, די ערשטע זאך ציט ער זיך אוועק פונעם ישוב, שיקט זיינע קינדער אין אנדערע אינסטיטוציעס

סא אלס א קהילה עט לארדזש, איז דאהי געווען פיל פיל בעסער, אבער אז פשוטע אידן זאלן זיין עובדים מופלגים, איז בפשטות אינדערהיים געווען סאך מער

חקירות ודרישות
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

תגובהדורך חקירות ודרישות » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:10 am

אין אונגארן איז זיכער לרוב דעות געווען בעסער די מצב פון כלל ישראל ארדטאקסן (די נעלאגן האבן געהאט אסאך מער מענטשן), אפי' דער הייליגער בעלזער רב מהרי"ד האט נאך מעיד געווען גלייך נאכן הערשטן וועלט קריג, אז אונגארן ווערט פרומער אין פרומער, (דאך איז געווען מלחמות אויף אידישקייט אין די שטעטלעך וואו די ציונים האבן ארגעניזירט קבוצות וכדומה) אבער די פרומע רבנים האבן געהאט די אויבער האנט ביי די ארדאקסישע קהילות אין דאס האט אסאך משפיע געווען
בפרט אין געגנט פון אונטער לאנד זינבערגן,טראנסלעווניא וכו' למשל אויף די געגנט פון סאטמאר שרייבט אבא פוקס אז עס איז געווען זייער פרום אין שטרענג, וואו א דערפל נענטער איז געווען פרומער כלשונו.

משא"כ אין פולין-גאליציא איז געווען מער פראבלעמען ביי די יונגנט, אויכט די עניות איז דארט געווען אסאך מער וואו אונגארין, וואס דאס איז דאך 'מעביר על דעתו ועל דעת קונו' אבער דאך איז געווען גרויסע שיינע קהילות אין קראקא אין און נאך שטעט וואו די פרומע אידן האבן געהאט די ווארט אזוי איז משמע פון אסאך מספרים, (אפי' אין ווארשא איז געווען גאר אסאך פרומע אידן) אבער ליידער אין דע ליטא איז געווען גאר שוואך, אין ווער רעדט נאר פון אוקריינא רוסלאנד וואו מ'האט נישט געקענט כמעט האלטן אידישקייט,
(גאליציא אליין איז געווען בעסער פון אלגעמיין פולין)
ר' אביגדור מיללער אין ר' יו"ט ערליך קומען פון א אנדער געגנט, וואס דארט געווען שווערער די מצב, נענטער אין געגנט פון ליטא דאכט זיך

למסקנא וואו קען מען וויסן צו דאס חלל פון פרומע איד וואס האבן געלעבט פאר די צווייטע קריג איז שוין נתמלא געווארן, אדער עס פעלט נאך אסאך ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21183
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 13, 2019 8:52 am

פונקט פון קראקא רעדסטו? כאטש ס'האבן געוואוינט דארט רעכט חסיד'ישע אידן, איז די קהילה געוועזן בידי אזעלכע וואס אין אונגארן וואלטן זיי אפילו קיין שטים רעכט געהאט, פארוואס? ווייל די סארט איז געוועזן ליידער די רוב.

אלענפאלס, עפן נאר די יזכור ביכער וועסטו אלעס זען פארשריבן, פונקטליך וועלכע יאר ס'איז געווארן וועלכע פירצה און ווער ס'איז געשטאנען בראש, וכו' בא ללמד ונמצא למוד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:12 am

farshlufen האט געשריבן:פונקט פון קראקא רעדסטו? כאטש ס'האבן געוואוינט דארט רעכט חסיד'ישע אידן, איז די קהילה געוועזן בידי אזעלכע וואס אין אונגארן וואלטן זיי אפילו קיין שטים רעכט געהאט, פארוואס? ווייל די סארט איז געוועזן ליידער די רוב.

אלענפאלס, עפן נאר די יזכור ביכער וועסטו אלעס זען פארשריבן, פונקטליך וועלכע יאר ס'איז געווארן וועלכע פירצה און ווער ס'איז געשטאנען בראש, וכו' בא ללמד ונמצא למוד.


כאפט נאר א בליק אין 'געראטעוועט פונעם כבשן האש' פון ר' לייבל מאנדלבוים ע"ה וואס האט געוואוינט אין קראקא פארן קריג, עס וועט אייך שווארץ ווערן פאר די אויגן וויאזוי די מצב האט אויסגעקוקט דארטן פארן קריג.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:57 am

חקירות ודרישות האט געשריבן:עס איז כדי צו צולייגן אז מאנכע זאגן אז די קריג איז געווען א הצלה פאר די רוחניות ווייל אסאך זענען געפאלן, קודם כל דאס איז נישט אמת ווייל די מצב הרוחני פון כלל ישראל איז געווען אסאך שטערקער פון היינט, אין רבינו הקדוש מסאטמאר האט נישט סתם געוויינט אויף די מצב הירוד פון כלל ישראל נאכן קריג, עס קען זיין שטריימלעך איז געווען ווייניגער אבער יראת שמים איז געווען מער, אין אפי' די שטריימלעך וואס זענען געווען א מיעוט מוז נישט זיין אז דאס איז געווען מער פון היינט, ווייל די מיעוט פון דאמאלטס איז פשטות זייער אסאך
חוץ וואס אז מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל איז ליידער נעקד געווארן, פיל צדיקים גאונים אין קדושים.

רבינו הק' מסאטמאר האט געוויינט אויף די מצב הירוד נאך די קריג, דאס מיינט בערך 70 יאר צוריק, ווילסט עס אויסברייטערן, מאקסימום 55 יאר צוריק, איז אבער דען א פארגלייך אידישקייט אין אמעריקא פון 55 יאר צוריק מיט אידישקייט היינט? וואס היינט הייסט א התחלה פון ירידה אין אידישקייט איז דעמאלטס געווען לכתחלה ביי חסיד'ישע הייזער, שאל אביך ויגדך.
און פאר די קריג איז נישט געווען צופיל בעסער, די רבי האט געוויינט ווייל ער האט זיך דערזען אליין אויפן פראנט נישט האבנדיג מיט וועם צו גיין צום טיש צוריק צו בויען אידישקייט
די איינציגסטע חילוק וואס קען זיין וואס איז א ירידה פון פאר די קריג ביז היינט איז דאס פנימיות, דאס מצות אנשים מלומדה, וואס איך קען דערהערן אז פאר די קריג איז עס געווען בעסער, פשוט ווייל מ'האט זיך געפלאגט ווי לאנג מ'האט געקענט טון די מצוה אויטאמאטיש איז דאס געווען מיט מער מחשבה און ראשו ורובו אין א מצוה, משא"כ היינט וואס אלעס איז אינסטענט, דאר טו דאר דעליווערי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

חקירות ודרישות
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

תגובהדורך חקירות ודרישות » זונטאג יוני 16, 2019 5:15 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:פונקט פון קראקא רעדסטו? כאטש ס'האבן געוואוינט דארט רעכט חסיד'ישע אידן, איז די קהילה געוועזן בידי אזעלכע וואס אין אונגארן וואלטן זיי אפילו קיין שטים רעכט געהאט, פארוואס? ווייל די סארט איז געוועזן ליידער די רוב.

אלענפאלס, עפן נאר די יזכור ביכער וועסטו אלעס זען פארשריבן, פונקטליך וועלכע יאר ס'איז געווארן וועלכע פירצה און ווער ס'איז געשטאנען בראש, וכו' בא ללמד ונמצא למוד.


כאפט נאר א בליק אין 'געראטעוועט פונעם כבשן האש' פון ר' לייבל מאנדלבוים ע"ה וואס האט געוואוינט אין קראקא פארן קריג, עס וועט אייך שווארץ ווערן פאר די אויגן וויאזוי די מצב האט אויסגעקוקט דארטן פארן קריג.



אבער פון חיים שלמה פריעדמאן אין די ביך 'איך וועל זיי איבערלעבן' קוקט יא עפעס אויס בעסער די מצב בכלל אין יענעם גענגנט
היינט קען אויכט יעדער אפלערנען די מצב הדור אויף אסאך אופנים, גוט אין ח"ו נישט

חקירות ודרישות
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:27 am

תגובהדורך חקירות ודרישות » זונטאג יוני 16, 2019 5:28 am

מי יודע האט געשריבן:
חקירות ודרישות האט געשריבן:עס איז כדי צו צולייגן אז מאנכע זאגן אז די קריג איז געווען א הצלה פאר די רוחניות ווייל אסאך זענען געפאלן, קודם כל דאס איז נישט אמת ווייל די מצב הרוחני פון כלל ישראל איז געווען אסאך שטערקער פון היינט, אין רבינו הקדוש מסאטמאר האט נישט סתם געוויינט אויף די מצב הירוד פון כלל ישראל נאכן קריג, עס קען זיין שטריימלעך איז געווען ווייניגער אבער יראת שמים איז געווען מער, אין אפי' די שטריימלעך וואס זענען געווען א מיעוט מוז נישט זיין אז דאס איז געווען מער פון היינט, ווייל די מיעוט פון דאמאלטס איז פשטות זייער אסאך
חוץ וואס אז מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל איז ליידער נעקד געווארן, פיל צדיקים גאונים אין קדושים.

רבינו הק' מסאטמאר האט געוויינט אויף די מצב הירוד נאך די קריג, דאס מיינט בערך 70 יאר צוריק, ווילסט עס אויסברייטערן, מאקסימום 55 יאר צוריק, איז אבער דען א פארגלייך אידישקייט אין אמעריקא פון 55 יאר צוריק מיט אידישקייט היינט? וואס היינט הייסט א התחלה פון ירידה אין אידישקייט איז דעמאלטס געווען לכתחלה ביי חסיד'ישע הייזער, שאל אביך ויגדך.
און פאר די קריג איז נישט געווען צופיל בעסער, די רבי האט געוויינט ווייל ער האט זיך דערזען אליין אויפן פראנט נישט האבנדיג מיט וועם צו גיין צום טיש צוריק צו בויען אידישקייט
די איינציגסטע חילוק וואס קען זיין וואס איז א ירידה פון פאר די קריג ביז היינט איז דאס פנימיות, דאס מצות אנשים מלומדה, וואס איך קען דערהערן אז פאר די קריג איז עס געווען בעסער, פשוט ווייל מ'האט זיך געפלאגט ווי לאנג מ'האט געקענט טון די מצוה אויטאמאטיש איז דאס געווען מיט מער מחשבה און ראשו ורובו אין א מצוה, משא"כ היינט וואס אלעס איז אינסטענט, דאר טו דאר דעליווערי


דאס איז זיכער אז אמעריקא היינט מיט 55 יאר צוריק איז הימל מיט הערד, די ציבור איז אסאך גרעסער אין חסידישקייט מיט פרומקייט איז דא אסאך מער, אבער למשל ירושלים האט 55 יאר צוריק אויסגעקוקט אסאך פרומער (פארשטייט זיך מיט א קלענערע ציבור), אבער די שאלה וואס איז געווען די מצב בכללות פארן קריג,

נאך א חקירה וואס איז נאכנישט ערווענט געווארן דא קלאר ממש
אלגעמיין חרדישע אידן, ד. מ. שומרי תורה ומצוות - שומרי שבת כדבעי, וואס שיקן די קינדער אין תלמודי תורה אין ישיבות, בתי חינוך לבנות, חסידישע ליטווישע וכדומה,
אין אלגעמיין חרדישע אידן פארן קריג ד.מ. שומרי תורה ומצוות בטהרה - שומרי שבת, (למשל אין אונגארן וואס האבן געהערט אין די ארדאקסישע קהילות אין זענען געווען פרום אין געפאלגט דעם רב דעם דיין (פארשטייט זיך נישט אלע ממש האבן געשיקט אין ת"ת אין ישיבות ווייל די אומשטענדן איז געווען אנדערש, אבער זיי האבן געהערט צו די הערליכע קרייזן מיט אלע אינזיכטן, איך ווייס נישט וואזוי דאס צו מגדיר ווייל איך האב נישט געלעבט דעמאלטס) אין אויכט אין פולין גאליציא וכו' די אנדערע מדינות לפי די סדר דארטן,
צו עס איז היינט דא אזויפיל אידן וואו דעמאלטס אין די סארט הגדרה אדער אסאך מער, אדער ווייניגער ?
אדער דעמלאטס האט מען בכלל נישט געקענט דאס מגדיר זיין, נאר בכללות זענען מער אין כלל ישראל געווען שומרי תורה ומצוות אבער נישט אזוי פרום וואו היינט?
אין וואס בכלל וועגן חסידישע אידן היינט מיט אמאל ?

אבער פאר די ערשטע וועלט מלחמה איז זיכער די מצב פון כלל ישראל געווען אויף אנדער אופן


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גליטשעדיג און 11 געסט