זענען 200 יאר צוריק געווען 7 שטאקיגע געביידעס?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

זענען 200 יאר צוריק געווען 7 שטאקיגע געביידעס?

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 10:01 pm

אוודאי זענען אמאל געווען גיגאנטישע פאלאצן. אבער איז עס געווען א געווענליכע זאך אין די שטעטלעך צו זען 7 שטאקיגע אפארטמענט בילדינגס?

כ'האב געליינט וועגן א איד וואס האט געלעבט 200 יאר צוריק אין פּוילן, אויפן פערטן שטאק פון א זיבן שטאקיגע אפארטמענט הויז. מאכט עס סענס?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 10:03 pm

שטייט דארט וועלעכע שטאט?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 10:48 pm

יא, ס'איז געוועזן.

אין די שטעט, נישט אין די שטעטלעך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

Programming
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 10:59 pm

איך ווייס נישט (גלייב נישט) וועגן 200 יאר צוריק, אבער מען קען עס לייכט אויף טשעקן.

וואס איז זיכער אז למשל די געביידעס אין ווארשעווער אידישער פערטל און עווענטועל געטא, זענען געווען זעקס שטאק הויך

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 11:03 pm

איך מיין אז מ'רעדט פון קראקא. שנת ת"ר.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 11:32 pm

דאס איז 80 יאר צוריק, סאו דער תירוץ איז אז זיכער יא.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 11:37 pm

צל עובר האט געשריבן:דאס איז 80 יאר צוריק, סאו דער תירוץ איז אז זיכער יא.

ער זאגט דאך 'ת"ר', דאס איז 180 יאר צוריק..

ווען איז ערפונדן געווארן דער 'עלעוועיטאר'?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 11:59 pm

צל עובר האט געשריבן:דאס איז 80 יאר צוריק, סאו דער תירוץ איז אז זיכער יא.

אין יאר ת"ר האבן נאך געלעבט זקנים וואס האבן נאך געזען דעם בעל שם טוב.

אויך האבן נאך (מעגליך) געלעבט אידן וואס זענען שוין געווען געבוירן איידער פטירת האור החיים הק'.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוקטובער 06, 2019 12:04 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דאס איז 80 יאר צוריק, סאו דער תירוץ איז אז זיכער יא.

אין יאר ת"ר האבן נאך געלעבט זקנים וואס האבן נאך געזען דעם בעל שם טוב.

אויך האבן נאך (מעגליך) געלעבט אידן וואס זענען שוין געווען געבוירן איידער פטירת האור החיים הק'.

אקעי, ידידינו הצעלעווער האט געמאכט א פשוטע טעות.

צוריק צום נושא פליז. וואו קען מען דאס מברר זיין?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 06, 2019 12:13 am

צייכענונג פון קראקא יאר 1797 - תקנ"ז.
צוגעלייגטע
20191006_001115.jpg
20191006_001115.jpg (172.76 KiB) געזעהן 1573 מאל
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוקטובער 06, 2019 12:17 am

יישר כוח ר' סאדער.

אם חומה היא נבנה עליה טירת כסף, און מ'עמער צולייגן אז ביז ת"ר זענען די הייזער אינעם אידישן פערטל קאזשמיערזש אויסגעוואקסן צו זיין נאך העכער.
קען זיין.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

Programming
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » זונטאג אוקטובער 06, 2019 12:21 am

Programming האט געשריבן:איך ווייס נישט (גלייב נישט) וועגן 200 יאר צוריק, אבער מען קען עס לייכט אויף טשעקן.



וויקיפעדיע גיט איבער אז אין רוים פאר 2000 יאר איז שוין אויך געווען הויכשטאקיגע בנינים און אזוי אויך במשך'ן מיטלאלטער, און אפילו אין נישט גאר גרויסע שטעט

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 06, 2019 12:21 am

אויב געדענק איך גוט, איז קראקא אמאל געווען די הויפט שטאט פון פוילן, פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק. שפעטער איז עס אריבער קיין ווארשא.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 06, 2019 12:23 am

Programming האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:איך ווייס נישט (גלייב נישט) וועגן 200 יאר צוריק, אבער מען קען עס לייכט אויף טשעקן.



וויקיפעדיע גיט איבער אז אין רוים פאר 2000 יאר איז שוין אויך געווען הויכשטאקיגע בנינים און אזוי אויך במשך'ן מיטלאלטער, און אפילו אין נישט גאר גרויסע שטעט

מאיעסטעטישע פאלאצן איז געווען איבעראל, מ'רעדט פון דירות געביידעס.

איך זע אז עגיפטן האט געהאט פאר 1000 יאר צוריק 14 שטאקיגע אפארטמענט הייזער. אינטערעסאנט.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10307
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 06, 2019 1:40 am

זאגנדיג פריער "כשושנת ורד" האב איך מיר געכאפט אז איך בין דא געווען וועי אף.

סע גרויסע בושות....

גיימיר ליינען אלע תגובות.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג אוקטובער 06, 2019 6:43 pm

און יסודות אויסגאבע אינעם ארטיקל וועגן געטאס שרייבן זיי אז אין ווענעציע האט מען ארויפגעצויגן ביז ניין שטאק צוליב מאנגל אין פלאץ
. . . . . . .

אישון-בת-עין
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 1:45 am

תגובהדורך אישון-בת-עין » זונטאג אוקטובער 06, 2019 11:04 pm

היסטערי זאגט אז ס׳איז געווען. וואס איז יא אינטערסאנט און כ׳גלייב אז דאס איז וואס קוועטשט פארן פותח האשכול, וויאזוי האט מען דאס געבויעט??

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוקטובער 06, 2019 11:16 pm

ייש"כ פאר די וואס האבן געענטפערט.
זעט אויס אז דער עולם האלט אז ס'געווען אזא מושג.

שוין. פיין. קען מען ווייטער ליינען די בוך.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 12:25 am

אישון-בת-עין האט געשריבן:היסטערי זאגט אז ס׳איז געווען. וואס איז יא אינטערסאנט און כ׳גלייב אז דאס איז וואס קוועטשט פארן פותח האשכול, וויאזוי האט מען דאס געבויעט??


ווי פלעג מיין רבי זאגן, די היינטיגע זענען חכמים זיי האבן אויסגעטראפן דעם טרעקטאר, די פריערדיגע זענען אבער סאך קליגער אז זיי האבן געקענט בויען הייזער אנעם טרעקטאר...

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:18 am

פעטער יעקל האט געשריבן:
אישון-בת-עין האט געשריבן:היסטערי זאגט אז ס׳איז געווען. וואס איז יא אינטערסאנט און כ׳גלייב אז דאס איז וואס קוועטשט פארן פותח האשכול, וויאזוי האט מען דאס געבויעט??


ווי פלעג מיין רבי זאגן, די היינטיגע זענען חכמים זיי האבן אויסגעטראפן דעם טרעקטאר, די פריערדיגע זענען אבער סאך קליגער אז זיי האבן געקענט בויען הייזער אנעם טרעקטאר...

טאקע א חידוש, אפשר טוישן די קעפל צו: וויאזוי האט מען געקענט בויען זיבן שטאקיגע געביידעס 200 יאר צוריק?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

מיסתפינא
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 12:24 pm

תגובהדורך מיסתפינא » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 5:59 pm

דאס היכל אין ביהמ"ק איז געווען הויעך הונדערט אמה, דאס קומט אויס (לחזו"א) אומגעפעהר נאענט צי 2000 פיס.
ווי פול שטאק איז עס?

אוועטאר
מים חיים
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 6:10 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:און יסודותאויסגאבע אינעם ארטיקל וועגן געטאס שרייבן זיי אז אין ווענעציע האט מען ארויפגעצויגן ביז ניין שטאק צוליב מאנגל אין פלאץ

מיינסט אוואדי קינדליין-צוריקוועגס

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 6:19 pm

מיסתפינא האט געשריבן:דאס היכל אין ביהמ"ק איז געווען הויעך הונדערט אמה, דאס קומט אויס (לחזו"א) אומגעפעהר נאענט צי 2000 פיס.
ווי פול שטאק איז עס?

מיינסט אוודאי 200 (190) פיס, וואס לפי חשבון פון 10 פיס א שטאק איז עס בערך 20 שטאק הויעך.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 6:53 pm

מיסתפינא האט געשריבן:דאס היכל אין ביהמ"ק איז געווען הויעך הונדערט אמה, דאס קומט אויס (לחזו"א) אומגעפעהר נאענט צי 2000 פיס.
ווי פול שטאק איז עס?

ליין איבער חוה'ס ערשטע תגובה. ער רעדט פון אפארטמענט בילדינגס
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 8:02 pm

מים חיים האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:און יסודותאויסגאבע אינעם ארטיקל וועגן געטאס שרייבן זיי אז אין ווענעציע האט מען ארויפגעצויגן ביז ניין שטאק צוליב מאנגל אין פלאץ

מיינסט אוואדי קינדליין-צוריקוועגס

??
קינדליין קען איך נישט
. . . . . . .


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט