יארטאג פון סעפטמבער 11 - וואו זענט איר געווען יענעם טאג?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:32 pm

איך האלט אינמיטן עס שניידן

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:55 pm


אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:00 pm

Error link

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:29 pm

געווען בין איך 9 יאר אלט. געשטאנען בין איך אויף ווייט עוויניו געווארט אויפן באס. איך מיט מיין חבר האבן געהאט א מנהג צו ציילן די וואלקען קראצערס, אזוי ציילענדיג ווייזט מיר מיין חבר: קוק עפעס פאני געשעט יעצט ביי די טווין טויערס -האמיר גזעזן ווי די ערשטע עראפלאן קראכט אריין אין די בילדינג... ס׳האט נישט גענומען קיין 2 מינוט זענען שוין אלע מכבי אש פון הופער געקומען צו לויפן אין די חדר באס איז אנגעקומען. די רעסט איז היטארי.......
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:09 am

צוקער וואסער האט געשריבן:Error link

works now

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:46 am

יישר כח.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:32 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:

א גרויסע שקויעך

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

ווי בין איך געוועהן יענע טאג

תגובהדורך גבר ישראל » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:24 pm

אויפן פליגער פון ארץ ישראל קיין אמעריקא. פארשטייט זיך אז אונזער פליגער האט זיך אויסגעדרייט נישט קענען לאנדען אין אמעריקא. ממילא זענען אונז אפגעפירט געווארען קיין קאנאדא. מיט גרויס רחמים וחסדים זענען אונז געוועהן די ערשטע פליגער אריינקומענדיג קיין אמעריקא נאכן אטאקע אבער נאר בתנאי אז די פליגער פארט גלייך צוריק ארויס. בשעתו האט קיינער נישט פארשטאנען וואס גייט דא פאר פארוואס האט מען בכלל אריינגעלאזט אונזער פליגער אזוי שנעל ווען די אנדערע פליגערס האבכן ערשט באקומען רעכט די נעקסטע טאג. אבער מאחורי הפרגוד זענען געוועהן די ברסלבע חסידים וואס האבען געוואלט ממלא זיין רצון צדיק צו זיין אין אומן אויף ראש השנה. ממילא האבען זיי געשתדלט און אויסגעפועלט אז אונז זאלן קענען אריינקומען אבער בתנאי אז עס ווערט געמאכט זייער שטיל און שנעל צוריק ארויס. וכך הוה.
אגב געדענק איך אז פון קאנאדא קיין אמעריקא האבען זיי אונז נישט געלאזט ארויפנעמען אפילו די תפילין בייטל אויפן פליגער. אלעס האט געדארפט גיין אין בויך אריין פונעם פליגער. בקיצור אין מיין פאספורט האב איך א זיגעל מיטן טאג 11 9 אויף דעם.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:28 pm

געווארט אויפן באס צו גיין אין חדר, נישט וויסענדיג פארוואס די באס קומט נישט אן, און פלוצים זעה איך אש פליעט אין די הימל גלייך גערופן דעם פאטער, און מיר פארציילט די שטורעמדיגע געשיכטע
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:58 pm

איז דא ערגעץ דא קליפס אויף דראפבאקס אדער דרייוו פון די אטאקע זעלבסט, און פון דעם צוזאמפאל זעלבסט? דאס דא אויבן איז נאר פון נאכווייען.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 3:52 pm

אינטערסאנט, איך האב מיך אמאל ארויפגעסיינט אויף עפעס א קאנאדישע וועבסייט, איז איינע פון די סעקיוריטי קאשעס געווען ''וואו ביסטו געווען אום 9/11".
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
אל תתיאש
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אל תתיאש » זונטאג נובעמבער 04, 2018 6:18 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:איז דא ערגעץ דא קליפס אויף דראפבאקס אדער דרייוו פון די אטאקע זעלבסט, און פון דעם צוזאמפאל זעלבסט? דאס דא אויבן איז נאר פון נאכווייען.
יוד געוואלט טאנצן פון בריק.....
ברסלבר קומט צי אים געשיקט...
אל תתיאש גיט ער א שריי
זאגט די יוד. דאס שוין אויך נישט? 1...2...3

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 9:43 am

איך בין געווען אין די ישיבה, איך האב געפלאנט יענע נאכט קויפן א בעקיטשע אין דאסקאל ב"ב לכבוד ר"ה, אין דעמאלטס א בחור איז אריין צו די בית מדרש אין געשריגן "מטוס פגע בבנייני התאומים" "וואס? וואס?" קיינער האט נישט געגלייבט, מהאט געזאגט פאר אים "גיי פון דא, שטער נישט צו אונז", צוביסלעך מהאט דאס דערהערט און געגלייבט.
אני הקטן האב איך נישט געגלויבט ביז ווען איך בין געפארן מיטן באס צום געשעפט און אויפן באס האב איך עס געהערט אויפן ראדיא...
ס'איז שרעקליך צו דערמאנען...
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אידישע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:14 am

ווי איך בין געשטאנען? איך בין געזעסן!

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:34 am

כ'בין געווען דאן און ישיבה אין ארה"ק. ווען בחורים האבן אנגעהויבן אריינלויפן מיט צומישטע זאצן.. איין בנין.. נאך א בנין.. א מטוס (ערעפלאן).. בניו יארק.. בוואשינגטאן..
כ'האב געדארפט אהיימפליען יענעם (דינסטאג) נאכט קיין אמעריקא און זעמער געבליבן געשטראנדעט אין ישיבה ביז דעם קומענדיגן זונטאג א טאג פאר ערב ר"ה.
אוי האט זיך געטון דאן אין בן-גוריון עירפארט! געשטאנען דארט הונדערטע אנגעצויגענע בחורים און עס איז געווען ריזיגע "וועיטינג ליסטס" און יעדע פאר מינוט האבן זיי אויסגערופן נאך א נאמען וואס קען קומען אריינטשעקן.
(כ'האב גאנץ גוט געציטערט אויפן פליגער אויפן וועג אהיים.... ששש)

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:43 am

אין ישיבה אינמיטן דאווענען איינער ביים זיך וואשן די הענט אינמיטן דאווענען, איך געדענק נאך ווער עס האט מיר פארציילט, די פחד איז געווען אין לשער, אנהייב האט געהייסן( עטליסט אין ישיבה )אז נאך אסאך עראפלאן זענען פארכאפט יעדע 15 מניט האט מען געהערט פון נאך א קראך, איך האב געציטערט וואס די נעקסטע מניט וועט ברענגען
געדענקט איך, איין מגיד שיעור האט געלאזט טרערן ביים הערן די נייעס
איך געדענק ווי א יעדער האט אזוי ארויסגעקוקט אויף פרעזידענט בוש דרשה, רעדיא איז געווארן מותר יענע פאר טעג

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 9:55 am

איך בין געוועהן אויף א פליגער פון ישראל קיין אמעריקא. פארשטייט זיך אז מהאט אונז געפירט קיין קאנאדא אנשטאטס אמעריקא.

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:46 pm

גבר ישראל האט געשריבן:איך בין געוועהן אויף א פליגער פון ישראל קיין אמעריקא. פארשטייט זיך אז מהאט אונז געפירט קיין קאנאדא אנשטאטס אמעריקא.

פון ווי?
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:47 pm

יש בו האט געשריבן:
גבר ישראל האט געשריבן:איך בין געוועהן אויף א פליגער פון ישראל קיין אמעריקא. פארשטייט זיך אז מהאט אונז געפירט קיין קאנאדא אנשטאטס אמעריקא.

פון ווי?

ארץ ישראל

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:51 pm

מיין מאמע זאגט מיר אז איך בין געשטאנען ביים פענסטער אינדערהיים אין וויליאמסבורג און מיטגעהאלטן דעם סצענע
(איך געדענק עס נישט)

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:56 pm

איך בין געווען א קליין קינד, איך געדענק נישט קיין דעטאלן, איך געדענק נאר אז דאס איז געווען אינמיטן די שבע ברכות פון מיין שוועסטער, און ביינאכט האב איך נישט געמעגט גיין צום שבע ברכות און איך האב געציטערט צו בלייבן אינדערהיים. די פחד און שרעק געדענק איך!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

תגובהדורך Yitzchok Shmiel » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:18 pm

איך בין דעמאלטס געווען אין חדר אינמיטן דאווענען איז אינזער מלמד ארויס אין איז געבליבן קיפקענען פאר באלד צוויי שעה ביז מיר האבן אלעס געזעהן פין די פענסטער

מען האט יענע טאג גארנישט געלערנט יעדער איז געווען צישאסן אין טרויעריג די טווין טאוערס איז געווען אינזער שטאלץ אפילו גאר קליינע קידער האבן שוין פארשטאנען וואס דאס איז מען האט עס דאך געקענט זעהן פין גאנץ וויליאמסבורג

אויך געדענק איך נאך ווי היינט דער מאדנע קאליר אויפן הימל ס'איז א קאמבענאציע פין געדעכטע רויעך אין זוהן שטראלן ס'נישט מעגליך איבערצוגעבן די איבערלעבעניש

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 2:38 pm

האמער געלערנט דעמאלט אין טרופ עוו. א אינגל איז אריינגעקומען אינמיטן דאווענען דערציילן פארן מלמד וואס ס'איז געשעהן, און נאכן דאווענען (נאך פארן ענדיגן לדוד ה' אורי ביזן סוף) זענען מיר אלע געלאפן מיט איין אטעם צו די טרעפ וואס זענען געווען צו יענע זייט און געזעהן די צוזאמענלייגן פונעם ערשטן בנין, און וואו דער צווייטער פלאקערט.
געדענקעך אז יענעם טאג האבן די מלמדים אהיימגעוואקט מיט די קינדער, ווייל די מוסדות האבן געגעבן די באסעס פאר די פאליציי צו קענען אריבערטראגן די פאליציאנטן אריבער דעם בריק.
אין די קומענדיגע פאר טעג פלעגן זיך די קינדער אונטערבייגן אונטער די סיטס אויפן באס, אפשר האט א פאליציאנט איבערגעלאזט דארט א גאן.....

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:44 pm

18 יאר צוריק...
מיין גרויסע ברודער פּיקט מיך אויף פון חדר (ויואל משה אויף בעדפארד עוו.) ווייל "אלע באסעס זענען געווארן סטאק"...

ארויסקומענדיג זעהט מען א געדעכטע שווארצע רויעך אין בעק פוו ויואל משה..

אנקומענדיג צו בעדפארד קאר. ראס הערט מען פליצלינג א שטארקע נויז פון א עראפלעין.. (מסתם א מיליטערישע פליגער איז דורכגעפלויגן וויליאמסבארג..) מיין טאטע-ברודער קוקט שנעל ארויף, אלע טאטעס טוען איהם נאך...
איך שטיי און כ'וואונדער זיך "גרויסע טאטעס קוקן אויף א עראפלעין?.."
די וואונדער שטאפלען האבן זיך געהעכערט ווען א זיידע מיט א ווייסע קנאבל בארד און א פארברוינטע שנויץ מיט א ציגארעטל אין מויל שרייט אריבער פון די אנדערע זייט גאס "מ'זעהט איהם נישט דעם פליגער, וואס?.. פארשוואונדן!"
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

לעיקוואד
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:20 pm

איך געדענק זייער קלאר די טאג.
איך בין געשטאנען אין פאליש פון ביהמ"ד הגדול אין ק"י ביי די פארעדיגע וואנט מיט מיין פנים צו די טיר, צאמךייגענדחגע די תפילין, אינמיטן קומט אריין א באוואוסטע סאטמארע משפיע וואס איז געווען איינגעשטעלט אין ישיבה מיט א קאך צו אונז בחורים, זאגענדיג מען דארף תשובה טון. נישט וואוסענדיג גארנישט דערווייל האב איך מיך אנגערופן וואס גייט פאר? נעמט ער זיך שרייען געוואלד א עראפלאן איז אריין אין די טווין טאוערס, האב איך מיך מיט חוצפה אנגערופן: אקעי, געשען אן עקסידענט, מה כל הרעש? (היינט וואלט איך נישט געפרעגט אזא קשי') נעמט ער זיך שרייען וואס עקסידענט? 2 עראפלאנען איז נישט שייך קיין עקסידענט.
אזוי בין איך געוואר געווארן די מעשה.
ביי מנחה מעריב געדענק איך קלאר, ווי מען האט געשמועסט אז עס איז נאך פארכאפט עראפלאנען וכו'
נישט פארגעסן, עס איז נישט געווען דענמאלטס קיין קול מבשר, טוויטער, און נייעס האט מען נאך דענמאלטס גענומען פון די ציייטונגען. אדער באהאלטענרהייט רעדיו. אפילו די אפיציעלע נייעס סטאנציעס האבן אויך געהאט באריכטען פון נאך פארכאפטע עראפלאנען. ווי אויך געדענק איך ווי די סטאק מארקעט איז געווען פארשפארט עטליכע טעג, און מען האט געהערט פון די טאטעס אין שול, אז ממש די וועלט גייט אונטערגיין, ווייל סטאקס גייען קראכן.
איך געדענק טאקע ווי מען האט געווארט מיטוואך און דאנערשטאג פאר די צייטונגען.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט