באד אראלסען האלאקאוסט רעקארדס

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:09 pm

איך האב דערווייל שוין געפינען די רעקארדס פון איין עלטער באבע מיט אן עלטער זיידע
גאר אינטרעסאנט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:42 pm

א חלק ניכר פון די רעקארדס זענען פון נאכן קריג (די פּי, אימיגראציע, וכו'). איך האב געפינען דארט א רעקאָרד פאר מיין שוויגער (זי איז געבוירן געציילטע יאר נאכן קריג).
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:51 pm

מונאוויטש האט געשריבן:א חלק ניכר פון די רעקארדס זענען פון נאכן קריג (די פּי, אימיגראציע, וכו'). איך האב געפינען דארט א רעקאָרד פאר מיין שוויגער (זי איז געבוירן געציילטע יאר נאכן קריג).

זי איז געבוירן און די די פי קעמפס?
אויב נישט וויאזוי קימט עס אהן צו זיי?

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג מאי 24, 2019 8:14 am

מיקא האט געשריבן:א ריזן דאנק פאר ווער ס'האט עס דא מפרסם געווען.
איך האב נעכטן געטראפן מיין טאטע'ס טאטע'ס לאגער דאקומענט. אומגלויבליך. א פחד.
ימ''ש די רעד קראס וואס האט עס נישט געלאזט ארויסגעבן ביז לעצטענס, דערצו וואס זיי האבן היבש געהאט א יד אחת מיט'ן נאצי - פאר ווער ס'קען היסטאריע


איך פארשטיי אז דו זוכסט צו שעלטען איינעם, אבער שוין יארען וואס מען קען דאס באקומען - מען האט געשיקט א ריקוועסט און בתשוח"ח פלעגען זיי יעדען ענפערן, יעצט האבן זיי געמאכט נאך גרינגער קענסט אליינס זוכען אויכעט

בבל
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג מאי 24, 2019 8:24 am

ישר כוח.
איך האב געטראפן פון מיין באבע'ס און זיידעס הגם אן קיין בילדער מינדערוויכטיגע דאקומענטן אבער כאטש עפעס באווייזן אז זיי זענען דארט געווען.. יא פינקטלעך וויאזוי זיי האבן געזאגט איינער אין אוישוויץ, איינער אין טרעזנשטאט אא' 'וו
אינטערסאנט אז מיין טאטע האט אין די רגע איך האב אים געפרעגט געוויסט מיין זיידע און באבע לעגאלע נאמען ביים קריג און די ספעליג פינקליך וויאזוי עס איז דאקומענט

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג מאי 24, 2019 8:48 am


אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 24, 2019 9:20 am

ברוינע באנאנע האט געשריבן:טאהש?

https://collections.arolsen-archives.or ... stName=asc

געוויס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

splinter
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » פרייטאג מאי 24, 2019 1:31 pm

ספינקא
צוגעלייגטע
001 (1).jpg
001 (1).jpg (132.25 KiB) געזעהן 1578 מאל

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג מאי 24, 2019 1:41 pm

דאס זענען שוין פון נאכן קריג, א אנדערער דערהער.

פון האדמורים בעל ברך משה והשפע חיים לדוגמא איז די פון די לאגערען.

מיקא
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג מאי 26, 2019 3:27 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:וואס כ'כאפ נישט, די אינדעטיפיקאציע קארטלעך האבן נישט געדארפט די העפטלינגען האבן מיט זיך? וואו קומט עס אן צו זיי?

כ'האב יעצט גערעדט מיט מיין מומע [שוין קרוב למאה - נאך צוואנציג צו גיין חחח] זי זאגט, אז זי האט קיינמאל נישט געהאט די קארטלעך, נאר מ'האט איר אויסגעפרעגט, און פארשריבן דארט. און אויף איר האט מען איינגענייעט די נומערן, וואס זי האט פארניכטעט נאכן קריג


פון וועלכע שטאט קומט זו?

עשעגוואר.. יעצט ווייסטו שוין? חח
באמת הייסט די שטאט נויהויזעל - נייהייזל, צו נאווע-זאמקי, אבער ס'האט געהאט אזא ניק-נעים 'עשעקוואר'. און דאס האבן די דיייטשן געשריבן אויף איר דאקומענט, און ווען זי זעט דעם נאמען לעצטע וואך, האט זי זיך צעשריגן, אוי געוואלד, 'אונזער' נאמעןן האבן זיי געשריבן.. רשעים.

מיקא
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג מאי 26, 2019 3:31 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:א ריזן דאנק פאר ווער ס'האט עס דא מפרסם געווען.
איך האב נעכטן געטראפן מיין טאטע'ס טאטע'ס לאגער דאקומענט. אומגלויבליך. א פחד.
ימ''ש די רעד קראס וואס האט עס נישט געלאזט ארויסגעבן ביז לעצטענס, דערצו וואס זיי האבן היבש געהאט א יד אחת מיט'ן נאצי - פאר ווער ס'קען היסטאריע


איך פארשטיי אז דו זוכסט צו שעלטען איינעם, אבער שוין יארען וואס מען קען דאס באקומען - מען האט געשיקט א ריקוועסט און בתשוח"ח פלעגען זיי יעדען ענפערן, יעצט האבן זיי געמאכט נאך גרינגער קענסט אליינס זוכען אויכעט

איך זיך צו שעלטן? איך האב שוין געשריבן א ארטיקל וועגן די ארכיווען, צוואנציג יאר צוריק, און אויך דאן האבן זיי עס בלויז ארויסגעגעבן פאר ממש געציילטע, און געציילטע פאפירן נאר.
זייער אמת'ע אורזאך פון באהאלטן, איז געווען דערפאר אז מ'זאל נישט קענען צייגן מיט'ן פינגער אויף אן א צאל דייטשן וואס האבן געהאט א יד אחת מיט זיי און זיי הינריכטן. און וואס א יאר צענדליג שפעטער, זענען שוין אויסגעשטארבן די דור השואה און דור הרוצחים, און קענסט שוין היינט בארן קלאפן. מעג איך שוין שעלטן?

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג מאי 26, 2019 3:35 pm

מיקא האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:א ריזן דאנק פאר ווער ס'האט עס דא מפרסם געווען.
איך האב נעכטן געטראפן מיין טאטע'ס טאטע'ס לאגער דאקומענט. אומגלויבליך. א פחד.
ימ''ש די רעד קראס וואס האט עס נישט געלאזט ארויסגעבן ביז לעצטענס, דערצו וואס זיי האבן היבש געהאט א יד אחת מיט'ן נאצי - פאר ווער ס'קען היסטאריע


איך פארשטיי אז דו זוכסט צו שעלטען איינעם, אבער שוין יארען וואס מען קען דאס באקומען - מען האט געשיקט א ריקוועסט און בתשוח"ח פלעגען זיי יעדען ענפערן, יעצט האבן זיי געמאכט נאך גרינגער קענסט אליינס זוכען אויכעט

איך זיך צו שעלטן? איך האב שוין געשריבן א ארטיקל וועגן די ארכיווען, צוואנציג יאר צוריק, און אויך דאן האבן זיי עס בלויז ארויסגעגעבן פאר ממש געציילטע, און געציילטע פאפירן נאר.
זייער אמת'ע אורזאך פון באהאלטן, איז געווען דערפאר אז מ'זאל נישט קענען צייגן מיט'ן פינגער אויף אן א צאל דייטשן וואס האבן געהאט א יד אחת מיט זיי און זיי הינריכטן. און וואס א יאר צענדליג שפעטער, זענען שוין אויסגעשטארבן די דור השואה און דור הרוצחים, און קענסט שוין היינט בארן קלאפן. מעג איך שוין שעלטן?


איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, שוין יארן וואס איך באקומען פון זיי אלע דאקוימענטען וואס זיי האבן געהאט, הא ראיה איך האב אלעס בודק געווען יעצט נאכאמאל און עס איז נישט געווען קיין חדשות

מיקא
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג מאי 26, 2019 3:40 pm

איך ווייס נישט וויאזוי ארויפצולייגן דא בילדער, ממילא ווער ס'קען מיר שיקן א אימעיל ווי כ'קען שיקן בילדער ארויפצולייגן פון יענע בנינים מיט ארכיווען, ביטע

מיקא
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג מאי 26, 2019 3:43 pm

ב''ה דורך {מיקא ווארמאש
אויסגערעכענטע מענטשען-פרעסער!!!

ממש אומגלויבליך! ווי מ'וואלט צוריקגעדרייעט די צייט – ביז אכט און זעכציג יאר צוריק, האט זיך עפעס געעפענט שווארצע טויערן, וואס האט געהאט פארדעקט ביז היינט דאס פאקט, און עס האט ווידער ארויסגעשפראצט, דאס קיינמאל פארגעסענע ימי החושך ואפילה, פונעם טרויער בארימטער צווייטער וועלט קריג, מיט שווארץ און ווייסע פארבן.
פאריעריגע זומער, האט עס אנגעהויבן פאסירן, ווען די אגענטן פונעם I.T.S. צווייג, וואס זענען געשטעלט פונעם אונטערנאציאנאלע 'רויטע קרייץ' [וואס איז דער אלוועלטליכע ארגאניזאציע צו העלפן אונטערדרוקטע לענדער אין נויט], האבען זיך אונטערגעבויגען די גאר שטארקע דרוק, פון אומ'צאליגע בקשות, און האבען אצינד נאך איבער זעכציג יאר, געעפענט די טויערן, פון א ביז יעצט ריזן פארמאכטע בוך האלטעריי.
דארט ווי עס ליגען אוועקגעפאקט און מסודר!! די אריבער צוועלעף מיליאן 'יודישע' נעמען, וואס די נאציס ימח שמם - די בוך האלטער'ס, האבען מיט די אייגענע הענט דערשטיקט צום טויט, און עס פארצייכענט! צו וויסן גענוי, ווי מ'האלט אינעם בריטאל, און גרויזאמע ציל.
ביז היינט איז דאס געליגען אזוי פארשטעקט, פונעם וויסען און באקאנטשאפט פון די פאבליק, אונטער די רשות פונעם רויטן קרייץ [וואס פארמאגען אגענטן פון פילע גרויסע לענדער, און ווערט געפירט דורך שווייצע בירגער], ווען בלויז די רויטע קרייץ און געציילטע בעאמטע און רעגירונגס פירער, האבען געהאט די געלעגעהייט דורכאויס די יארן, זיך אריינצובאקומען צווישען די ווענט פון די אריבער זיבעצן מיליאן!!! דאקומענטן, וואס פארציילען וועגן אסאך מערערע קרבנות, ווי עס שטייט קליפ און קלאר פארצייכענט, די שוידערליכע פאקטן פון די מאסן מערדעריי, די בריטאלע אקציעס, פון די נאציס ימ''ש.
דאס ארט ווי עס געפונען זיך די ריזן אינפארמאציע זאמלונג, הייסט 'באד-אראלסאן' – א שטילע און זייטיגע שטעטל אין דייטשלאנד, ווי עס געפונט זיך א היבש גרויסע קאמפלעקס, פון זעקס בנינים, ווי דארט זענען די דאקומענטן פאלאצירט געווארן - דורך די דייטשען ימש''ו אליין.
- עס זענען א צאל פון איבער פופציג מיליאן ארכיווען, ווי עס ליגען די דאקומענטן, בילדער און אינפארמאציע, פון 'יעדע איינע' פון די ערמארדעטע דורכן קריג, [אריינגערעכענט אנדערע פעלקער אויכעט], אלעס איז קלאר פארצייכענט, די אלע קאנצעטראציע לאגערן, די נעמען פון די דערמארדעטע, פון יעדן איינעם באזונדער! וויאזוי און וועלכע אופן ער איז באהאנדעלט געווארן.
באלד הונדערט קילאמעטער פון פאליצעס, ווי עס ליגען די גרעסטע און ערשיטערנד'סטע זאמלונג אין די וועלט - פונעם ריזן מאסן-מארד-מאשין, די באפעל דאקומענטן צו פארניכטן און מארדען, וואס איז געשיקט געווארן פון די געסטאפא צו די לאגערן אויפזעהערס, די פונקטליכע ליסטע פון אלע טראנספארטאציעס, די ליסטע פון די פילע פארמעגענס און זאמלונג וואס מ'האט גערויבט פון די ארעסטאנטן, די פונקטליכע סדר פון די טויט מארטשען, און נאך פילע באפעלן און אן א שיעור דעטאלן.
- אלעס איז פארצייכענט, זייער 'פונקטליך', אפילו די גרויסקייט פון די לייז..! וואס האבען זיך געפונען אין יעדן לאגער, און אויף יעדן שקלאפן ארעסטאנט. ממש אזוי, ווי דאס גאנצע שכל האבען די ארכי-מערדער – די נאציסטן ימח שמם וזכרם, אריינגעלייגט אין זייערע פארשאלטענע פרינציפן, לויט זייערע אויסגערעכענטע קאפריזן, ווי עס האט געדארפט הערשן דיסציפלין.
די דאזיגע שוידערליכע זאמלונג, איז דאס גרעסטע זאמלונג פונעם צווייטן וועלטס קריג, וואס איז פאהאנען געווען ביז היינט.

די נאז שטעקער און לצים זענען די ערשטע מיוחסים
די ערשטע וואס זענען ערלויבט געווארן זיך אריינצובאקומען אהין, און זיך אומקוקען אויף די גאר היסטארישע – שרעקליך דראמאטישע דאקומענטן, זענען געווען די מידיא לייט פונעם גרעסטן ראדיא סטאנציע אין אמעריקא, די סי. בי. עס., וואס האבען פארשטייט זיך געמאכט דערפון א היבשע עסק, און דערמיט געעפענט דאס ערשטע מאל, גרויסע סודות וואס איז געווען פארהוילען ביז היינט פונעם וועלט באקאנטשאפט.
און פון דארט, האט זיך אנגעהויבן פלייסיגע הכנות, צום באלדיגער עפענונג, אויף א צוביסלעכווייזן אופן, פאר מערערע אינסטאנצן, מוזעאום'ס, און היסטאריע און שטודיע סקולס.
און גראדע, אינצווישען צייט אין די לויף פון יארן, איז פאר די פילעם דירעקטאר'ס, וואס האבען פראדוצירט האלאקאסט פילעמן, האבען זיי יא געגעבן צוטריט צו די ארכיווען – וואס זענען געווען נויטיג אויסצושפילען.
- קוקט אויס, אז דאס איז זיי געווען וויכטיגער אויפן וועלט, ווי די פילע משפחות וואס האבען געוואלט דערגיין אינפארמאציע פון זייערע קרובים, וואס זענען נעבעך געווארן אומגעבראכט.
זיי – די רויטע קרייץ, האבען געהאט אנדערע חשבונות, וואס א טייל זענען גראדע יא געווען גערעכט, ווי איר וועט שפעטער לייענען, און רוב פון דעם איז נאך אלץ א דילעמא, וואס איז געבליבען א פראגע אן א ענטפער.
מ'רעדט נישט דא פון אלטע פארגעלטע פאפירן, וואס שטייט דארט סימנים און קאויד נומערן, וואס בלויז קריגס-לייט פארשטייען דעם שפראך, און בלויז פון סטראטעגיע און מלחמה צוועקן זענען געווארן פארצייכענט.
ניין! דארט ליגען גאנץ קלאר אראפגעשריבען רחל בתך הקטנה, יעדע 'אבער יעדע' איינצעלהייט, וואס איז אויסעפירט געווארן לויטן באפעל, און איז טאקע געווארן פונקטליך אויסגעפירט, ווער דאס איז געווען, וויאזי דער קרבן האט געהייסן, וואס פאר א סארט מענטש דער קרבן איז געווען, וואס פאר א סארט ניצען און וועג ער איז באהאנדעלט געווארן, און יעדענס באזונדערע געשיכטע, פון ווי ביז ווי ער איז אפגעליפערט געווארן, ביז ער איז אומגעקומען.
מ'רעדט דא פון טויזענטע טויזענטע פאליצעס, אן א צאל שאפעס, וואס האלטן דערינען 'מיליאנע' ארכיוון, ווי עס ליגען גוט מסודר די דאקומענטן, אויף א דייטשע פונקטליכע סדר אויסגעשטעלט.
דאס אלעס האבען זיי אליינס, די דייטשע בוכהאלטעריי, דאס אלעס צוגעגרייט און אהערגעשטעלט, לכבוד דער הויפט חיה טורפת 'דער פיהרער', וואס זאל זיך קענען קלאר באקענען – ווען די טאג וועט קומען.. [קיינמאל נישט] און ער וועט קענען זען מיט בלוטיגע אפעטיט - וואס ער האט אנגעווערדשאפט.
פארגעסט נישט, ביים מלחמה זענען דאך אומגעקומען אויכעט קרבנות פון אנדערע פעלקער און לענדער, און די צאל צוזאמען לויפט שוין ארויף אסאך העכער, און די חשבון וואס איז פארצייכענט דארט, איז 'זיבעצן מיליאן קרבנות'!!!

וויאזוי איז דאס געהיטן געווארן ביז היינט?
די דאזיגע ריזן זאמלונג פון אינפארמאציע, אין פארעם פון מיליאנע דעטאלירטע דאקומענטן, איז פארכאפט געווארן דורך די אליאירטע קרעפטן, באלד נאכן קריג, און עס זענען דארט אנגעארבעט געווארן יארן ארבעט, ביז ווען מ'האט אלעס קאפירט און פארזיכערט, און עס אנגעגרייט פארן טאג, ווען די רשות-געבער די פארייניגטע לענדער אינעם רויטן קרייץ קאמיטע, וועלן לאזן עס אנטפלעקן און עפענען פארן וועלט.
דאס ארט – באד אראלסאן, ווי עס ליגען פאלאצירט די מיליאנע דאקומענטן, האט געדינט פארן נאצישע עס עס צוועקן און ניצען, וואס איז געאייגענט געווארן צו דעקאמאנטירן די אלע אקציעס מיט א דויטשע פונקלישקייט.
הערשט אין יאר 1955, האבען די רויטע קרייץ איבערגענומען דאס גאנצע שוידערליכע אוצר, און זיך גענומען שווער ארבעטן עס אויסצוסארטירן, פארן קומענדיגן צוועק. דא איז געליגען איבער פופציג מיליאן פאפירען, וואס מ'האט געדארפט איבערגיין און קאפירן, עס אדורכשטודירן און צולייגען אויף פארשידענע אנדערע ארכיוון, וואס האט זיך אויסגעפעלט, צוזאמ'צושטעלן א גאנצע בילד, פן פארשידענע מלחמה שטודיעס, צו דערגיין די היסטאריע, און נאך פילע שפיאנאזש טיילען פונעם שוידערליכע וועלטס קריג.
דארט זענען געליגען, אלע ליסטעס פון די טראנספארטן, טאג ביכער פון די נאצישע קאמענדאנטן, ארבייטס קארטעס און פארעמן, דאקטוירישע ארכיווען פון די שטודיעס וואס מ'האט אויסגעשעפט פון די שקלאפן און האלאוועשקעס, און די לאנגע ליסטע פון די אלע ערמארדעטע דורך זיי.
- די דאזיגע לעצטע ליסטע, פון די אומגעבראכטע, פארנעמט אליין 'דריי גרויסע שטובער'!!!
אין איינע פון די מאסיוו-פילע ארכיווען, וואס ווערט געעפענט, ליגט דארט א ליסטע פון זיבן הונדערט מענער און דריי הונדערט פרויען, וואס א פירער פון א פעקטארי - וואס איז געווען א מיטגלידער אינעם נאצי פארטיי, האט פארלאנגט מ'זאל עהם צושטעלן אזויפיל ארבייטארער, [וואס די דייטשען פלעגן דאס טוהן, אויסצוניצען פאר זייערט וועגן די יודישע האלאוועשקעס], און אזוי ארום האט זיך עס אויגעשטעלט, אז זיי זענען צום ענדע געראטעוועט געווארן.
- די דאזיגע ליסטע, איז היינט צוטאגס היסטאריש באוואוסט, אלץ 'שינדלערס ליסטע', וואס דער שינדלער – א מיטגליד אינעם נאצישע פארטיי, האט פארשטעלטערהייט - אויף דעם שטייגער - זיי איינפאך אפגעראטעוועט, און איז היינט גאר פאר'רעכענט צווישן די חסידי אומות העולם.
אזוי אויך, די ארכיוו פון א געוויסע יודישע מיידל פון פראנקפורט, 15 יאר אלט, וואס איז באוואוסט אלץ 'אנא פראנק', ווי זי האט געהאט פארצייכענט א לענגערע טאג בוך, וואס עקזיסטירט היינט, וואס איז פארבליבען אינעם היסטאריע אלץ ארגינעלע שילדערונג פון יענע פינסטערע טעג, און זי איז שפעטער דעפארטירט געווארן פון אמסטערדאם - צוזאמען מיט איר פאמיליע, און איז אומגעבראכט געווארן אין בערגן-בעלזן.
אזוי נאך פילע מיליאנע נעמען, וואס זענען ווייניגער באוואוסט, און ס'ניטאמאל דא קיינער וואס זאל זיי געדענקן און וויסן. אבער אלענספאל, אלעס שטייט פארצייכענט, שווארץ אויף ווייס!
אזוי זענען דארט פארהאנען, הונדערטע איבערגעפילטע לעדלעך און שיפלאדן, ווי עס ליגען אוועקגעלייגט מיט א גאר שיינעם סדר, די פילע רויב וואס מ'האט אוועקגענומען פון די קאצעטן, זייגערלעך, צירונגען, און פילע גאר היסטאריש טייערע חפצים, בילדער און דאקומענטן, וואס האט געהערט צו די אונטערדרוקטע אומגליקליכע און ערמארדעטע ארעסטאנטן.
- די רחמנות'דיגע קאצעטן, וואס זענען געשיקט געווארן מיט א וואונק צום טויט, איז אבער זייערע חפצים מיט דרך ארץ אוועקגעלייגט געווארן...
אין די ארכיווען פון די אלגעמיינע ליסטעס, זענען פארהאנען ספעציעלע דיקע ביכער, וואס הייסן 'טויט-ביכער', דארט שטייט פונקטליך פארצייכענט, 'מיט ברייטע שורות אינצווישען די געשריבענע 'גלייכע' ליסטע, יעדע איינציגע נאמען, זיין נומער, די דאטום פון זיין טויט, און די ערקלערונג און וועג וויאזוי ער איז געשטארבן.
שרעקליך!!! ווי מ'קען זיין אזוי אויסגערעכענט און קלוג, אויף אזעלכע שמוציגע און אומ'דערהערטע טאהטן, אזעלכע שוידערליכע רציחות וואס איז נאך אויף אזא שטייגער קיינמאל נישט אפגעטוהן געווארן אינעם בריאת העולם.
די חכמה איז איינגעוויקעלט געווארן אין וויסטע רוחות, וואס האבען אויסגענוצט דעם מענטשליכע כוחות און פארשטאנד, אויף פארקערט אויף וואס עס דארף געניצט ווערן, צו צעווארפן א וועלט מיט א ספעצילע כוונה.

מ'הייבט אן ארויסגעבן די אזוי געזוכטע אינפארמאציע
ווען די צייט איז געקומען, און מ'האט אנגעהויבן שמועסן אין גרויסן, פונעם שוידערליכע מאלטי ריזן בוך-האלטעריי פונעם האלאקאוסט, האבען זיך – אין שטאט 'האג', ווידער צוזאמען געזעצט די אגענטן פון די לענדער וואס זענען חברים אינעם רויטן קרייץ פאראייניגונג, און האבען ווידער אנגעהויבן דעבאטירן, צו מ'זאל שוין עפענען די טויערן פונעם אוצר, פארן גאס.
דאס האט פאסירט, אין מאנאט 'מאי' אין 2006, ווען נאך פילע בקשות און נאכאנאנדע פארלאנגען, האבען שוין רוב פון די לענדער, מסכים געווען אז מ'זאל אנהייבן ארויסגעבן דעם אוצר, און בלויז צוויי דריי לענדער זענען נאך געווען איינגעשפארט, אז מ'זאל עס נאך האלטן פארמאכט.
אויפדערווייל, האט מען זיך באקלערט, אז מ'וועט אנהייבן קודם צוגעבן די פילע היסטארישע שטאף, פאר די הויפט האלאקאוסט מוזיאום סטאנציעס, ווי צום ביישפיל דער 'יונייטעד סטעיטס האלאקאוסט מעמאריעל מוזיאום' - אין וואשינגטאן, און אזוי אויך פארן יודישער ציוניסטישער מוזיאום אין ארץ ישראל – 'יד ושם'.
דער אמת איז, אז די רעכטע סיבה וואס האט יעצט געשטופט, אנצוהייבן וועלן ארויסגעבן די אזוי געזוכטע סחורה, איז ווייל א געוויסע גרופע יודען אין אמעריקא, האבען אנגעהויבן לייגן גאר שטארקע דרוק, אז מ'זאל כאטש מיט'טיילען די אינפארמאציע, פאר די מוזיאום פירער און היסטאריקער אין וואשינגטאן, און דערצו האט איין יוד אראפגעלייגט איבער א מיליאן דאלער, פאר די טעכנישע הוצאות פון איבערליפערן די מאסיוו-ריזן ארכיוו אינהאלט.
די דאזיגע הויפט פלעצער, ווי עס ווערט אפגעדענקט און פאראייביגט דאס מערסטע ידיעות פונעם צווייטן וועלטס קריג, איז בלי ספק די צוויי הויפט מוזיאום'ס, איינס די פון וואשינגטאן, און פון 'יד ושם' אין ישראל, וואס האבען ביז היינט אינגאנצן געהאט געדעקט 'בלויז דריי מיליאן נעמען'!!! פון די באקאנטע נומער 'זעקס מיליאן קדושים'.
- דאס טייטש, אז נישט נאר וואס מ'האט נישט געוואוסט ווער ס'זענען געווען די איבריגע דריי מיליאן נעמען, האט מען נאך יעצט אויסגעפונען פון די ארכיווען, אז ס'זענען נאך פארהאנען 'נאך' זעקס מיליאן!!!
און אצינד, איז פארצייכענט 'צוועלעף מיליאן יודישע נעמען', וואס זענען טראגיש און גרויזאם ערמארדעט געווארן, און זייערע פונקטליכע פרטים זענען פארצייכענט, און ווערן אצינד אנדעקט צוביסלעך פארן ציבור.
באמת גערעדט, האבען זיי – די רויטע קרייץ, שוין באלד אין אנהייב אין די פופציגער יארן, געהאט ארויסגעגעבן אינפארמאציע, א צאל פון צוואנציג מיליאן דאקומענטן, ווען די הויפט מוזיאום האט מיט דעם איינגעהאנדעלט א ריזן אוצר פון דאקומענטן, וואס האבען אנגעהויבען געבן א היבשע בילד, און האט געגעבן דעם פנים פון א רייכע מוזיאום.
און די סיבה פון יענע אינפארמאציע אנטפלעקונג, איז געווען די זעלבע סיבה פארוואס מ'האט בכלל געגרינדעט דעם דאזיגער קאמיטע איבערן בוכ-האלטעריע, אז מ'זאל קענען אנדעקן די דאזיגע וואס זענען געראטעוועט געווארן, וואס האט טאקע פיל געהאלפן אין דעם צוועק, אבער איז ווייט נישט אנגעיאגט געווארן לויטן געברויך און פארלאנג.
אינעם אפטיילונג פון טויזענטע טויזענטע בריווען - וואס זענען אריינשיקט געווארן הערשט נאכן מלחמה, וואס פארלאנגען וויזעס צו עמיגרירן, און אפי' אינפארמאציע איבער קרובים און דאס גלייכן, זענען בלויז 'א פערטל' דערפון געעפענט געווארן! און פון דעם פערטל א חלק געענטפערט געווארן, צוליב וואס מ'האט נישט געקענט נאכיאגען די ארבעט, דאן נאכן קריג.
און דאס איז שוין אויסער די פופציג מיליאן דאקומענטן, וואס זענען געפונען געווארן דארט, און די ביסל סחורה וואס מ'האט געהאט ארויסגעגעבן פון אנהייב, איז ווייט פון אסאך, אקעגן די דאזיגע סחורה וואס איז געבליבען פארהוילען, און איז דערפאר אזוי שטארק אין פארלאנג, און איז געווען ביז היינט הערמעטיש פארמאכט – איבער זעכציג יאר.
און איינמאל מ'הייבט עס ארויסגעבן, איז נאך דא א גאר לאנגע וועג, ביז עס קען סערווירט פארן ציבור, [ווען מ'וועט שוין ערלויבען עס ארויסצוגעבן פארן ציבור..] וויבאלד עס דארף האבען גאר אסאך ארבעט, עס מסדר צוזיין אינעם מוזיאום אפטיילונגען, עס אויס'סארטירן יעדע זאך אויף זיין ארט און קאטעגאריע.
אזא ריזן צאל סחורה, פון מיילן לאנגע פאליצעס מיט ארכיווען און דאקומענטן, דארף ווערן אויף א געלערענטע שטייגער אויפגעטיילט, וויבאלד מ'דארף יעדע זאך פריש מסדר זיין, אויף די בעסטע וועג מ'זאל עס קענען שפעטער גרינג סערווירן פאר די מוזיאום באזוכער און היסטאריע פארשער, און וואס מער מענטשען זאלן קענען גרינג אויסשעפן דא אינפארמאציע, לויטן ציל.
- און א אוצר פון מיליאנע דאקומענטן צו סארטירן, געדויערט א צייט..

די ערשטע טייל אינפארמאציע ווערט ארויסגעשיקט
אינעם ערשטן שריט, האבן די אינסטאנצן פון אלע עלעף לענדער, באקומען די ערשטע טייל פון א פעקל אינפארמאציע דאקומענטן, און עס איינגעשפארט ביי זיך - פון די גאסן אויג, און וועלן עס אין די צייט אויס'סארטירן און מסדר זיין, און צוגערייטן צום ריכטיגע מינוט, ווען עס וועט געגעבן ווערן די רעכט, עס ארויסצוגעבן פארן פאבליק.
די קומענדיגע טייל – די נעקסטע פעקל, קומט נאך אין א שטיק צייט דערויף, ווי עס ווערט געגעבן די געלעגנהייט עס אויסצוסארטירן און מסדר זיין, אויף א צוביסלעכווייזן אופן, און ביז א משך פון צוויי יאר, דאס הייסט אנגעהויבן פון 2007, ביז 2009 וועט שוין דאס גאנצע אוצר זיין אויסגעליפערט צו די ריכטיגע אינסטאנצן.
אינעם פאראייניגונג פונעם רויטן קרייץ, ציילען זיך עלעף לענדער ביי די נעמען: פראנקרייך, גריכנלאנד, לוקסמבערג, בעלגיע, איטאליע, די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, פוילען, דייטשלאנד, האלאנד, ענגלאנד, און ישראל.
פון פיר עקשנות'דיגע לענדער, וואס שרייבן נאכנישט אונטער אז מ'קען עס עפענען פארן פאבליק, זענען געבליבען בלויז צוויי, זיי זענען 'איטאליע' און 'פראנקרייך', וואס האלטן אז ס'איז נאך גילטיג דעם סיבה פארוואס מ'האט עס ביז היינט נישט געוואלט ארויסגעבן.
- און די טעם זייערע איז, אז וויבאלד דארט שטייט צו קלאר ארויסגעשריבן יעדן איינעמ'ס פריוואטע אינפארמאציע, קען דאס שאטן צו די פריוואטע און געהיימע כבוד פון פילע משפחות, וואס וועלן אויפגעדעקט ווערן אלץ פעלערהאפטיגע, און נאך אזעלכע סארט חסרונות.
און אלץ דעם געזעץ פון בירגערליכע פריוואטקייט, און דערצו נאך פארבארגענע געזעצן, וואס האט נישט ערלויבט ביז היינט, אלעס צו פארעפענטליכן אויפן וועלטס מארק, איז אבער די פשרה פון איבערליפערן צוביסלעך, בלויז צו ספעציעלע אינסטאנצן און פירער פון לענדער, וואס וועלן זיך באקענען מיט דעם אינהאלט, אבער נאכאלץ האלטן אין געהיים.
נאך אפאר חדשים, איז ווידער געשיקט געווארן די איבריגע טיילען פונעם ריזן אוצר, דאס טייטש, אז די ארגינעלע דאקומענטן זענען געבליבן אין 'באד-אראלסאן' דייטשלאנד, נאר מ'האט אין די לויף פונעם צייט, אריבער געסקענט און קאפירט די גאנצע סחורה, און עס איבערגעלייגט אויף סידי ראמען, און אזוי ערמעגליכט עס אריבער צוליפערן.

די אומגעהויערע ארכיווען ווערד, צאל, און וואג, ווערט אויפגעטיילט און בעארבעט
גאר היסטאריש איז געווען די צייט ווען מ'האט געטוהן אריבערליפערן די סחורה, דאס טייטש, אז אין 'זעקס' דיקע דיסק-דרייוו'ס, ליגען די אינהאלט וואג פון 'דריי טערא-בייט' !!! [דאס איז דריי טויזענט גיגא-בייט!!!] א פאנטאסטישע צאל וואג, וואס ענטהאלטן דאס ביטערע אינפארמאציע, איבערן טרויער בארימטער גורל, פון חורבן יהדות אייראפע.
דארט ליגען, די ריזן טויט ליסטע – א אינדעקס פון באלד אכטצען מיליאן מענטשען, די דאקומענטן פון די צוואנגס לאגערן, פון די טראנספארטאציע באפעלן, און יעדע אנדערע אויספאלג פון די נאצישע אומ'ערמידליכע באפעלן פון די אויבערהארן.
דארט ווערט פונקטליך אויסגערעכענט די סדר און רוטין, יעדע איינציגע נאמען, וואס איז אפגעליפערט, טראנספארטירט, און וואס האט פאסירט, ביי יעדע איבערזידלונג, צו די קאנצענטראציע און טויט לאגערן, און פונקטליך ווער און וויפיל זענען אריינגעשטופט געווארן אין 'יעדע איינציגע פון די וואגאנען', וואס האבען געפירט צו די לאגערן.
פון אוישוויץ, בוכענוואלד, בערגן בעלזן, דאכאוי, און גרויסרויזען, איז דא גאר א ריזן אפטיילונג, צוליב די ספעציעלע ריזן צאל אקציעס דארט – ווי באוואוסט, אבער אויכעט פון 'אלע' אנדערע לאגערן, איז אלעס געווארן אפגעשריבן - מיט אלע פונקטליכע דעטאלן.
דארט ליגען אפילו פריוואטע סערטיפיקאטן פון מיליאנע קרבנות אין די לאגערן, זייערע פאספארטן, וויזעס, און איבריגע אייגענע שיינונגען, א ליסטע פון אלע קראנקע – סארטירט לויט די קרענק, און וואס איז געווארן מיט די קרענק און וואס זיי די דייטשען האבען פון דעם געלערענט..
[שפעטער איז דארט צוגעלייגט געווארן, ווער איז לעבן געבליבען נאכן קריג, דאס איז פארצייכענט געווארן נאכן קריג - דורך די רויטע קרייץ, וואס האבען דאס סארטירט לויט די נעמען, צו וויסן די פונקטליכע גורל פון יעדע פון די מיליאנע קרבנות.]
יא! אויכעט א פריוואטע אפטיילונג, איז ווי עס ליגען פילע ארכיווען, פון די שוידערליכע עקספרימענטן וואס די פארשאלטענע נאציסטן האבען מיט די פילסטע מאס רציחה, אויספראבירט אויף ארעסטאנטן, נישט דווקא קראנקע! און וואס האט פאסירט מיט זיי – פיזיש און גייסטיש – 'נאך' די עקספרימענטן. [שוידערליך!]
צווישן די פילע באפעל דאקומענטן, ווערט אויסגעקליבן דורך די היסטאריקער, איין באפעל-בריוו, וואס איז געשיקט געווארן ממש ביים ענדע פונעם קריג - פונעם באוואוסטער ארכי-מערדער היינריך הימלער ימש''ו - דער גרעסטער נאך 'דער פיהרער' ימש''ו.
- דארט מעלדט ער, פאר די עס עס אפיצירן אין 'דאכאוי' לאגער, אויסצוהארגענען יעדע איינציגע ארעסטאנט, כדי אז 'קיינער' זאל נישט אריינפאלן לעבעדיג אין די הענט פון די אליאירטע קרעפטן – אמעריקע ענגלאנד און רוסלאנד.
אזוי איז היינט פארהאנען עדות, צווישן די אויספארשונג נאכן קריג, אז די נאציסטן האבען אויסגעפאלגט די באפעלן, און האבען ביזן לעצטע מינוט פון קריג, געהייסן די טויזענטע איבערגעבליבענע האלב לעבעדיגע סקעלעטן, מארשירן אן אויפהער.
- די באוואוסטע 'טויט מארטש', און אלע וואס האבען נישט געקענט מיטהאלטן, זענען ווי די פליגען אויסגעשאסן געווארן, אדער מיט שטארקע קלעפ מיט די ביקסן, האבען זיי דערמארדעט די קראנקע צום טויט.
דאס איז זיכער, אז יעדע איינציגע דעטאל, געבט צו א היבשע חלק צום ריזן בילד, און צום היסטארישע וויסנשאפט, וואס צייגט ארויס א גרויזאמע און שוידערליכע אויספיר. לא נשכח ! לא נסלח !
א גרויסע חלק דערפון, ווערט אפגעשיקט אינמיטן דעם יאר 2008, צום האלאקאויסט מוזיאום אין וואשינגטאן און 'יד ושם' אין ישראל.

דאס ערשטע אפציעלע באזוך אינעם בוכהאלטעריע
ווי געשילדערט, זענען די ערשטע מיוחסים אריינצוגיין אינעם בוכהאלטעריע, און לייגען א אויג אויף די אזוי היסטארישע ריזן דאקומענטן אינהאלט - זענען געווען די אגענטן פון די אמעריקאנע טעלעוויזיע קאמפאני 'סי.בי.עס.' – זיי האבען אויסגענוצט דעם געלעגנהייט, פאר א היסטארישע אינטערוויא, מיטן הויפט פירער פונעם מאסיווער ארכיוון אוצר, און אנדערע האלאקאויסט מוזיאום פירער.
ווי זיי שילדערן זייער איבעראשונג, איז צו לייענען פון די שורות: 'מיר האבען געטראפן דעם טייוול אין דעטאלן.. די זייגער שטעלט זיך אונטערשטעליג – מיט באלד זיבעציג יאר.. מיר דערזעען זיך דא אינעם מאסיוו-ריזן ארכיוו בוכהאלטעריע, ווי זייערע פאליצעס לויפן באלד איבער הונדערט קילאמעטער לאנג.. און די דאקאמענטן זענען עפעס אזוי פונקטליך און 'יעקיש' צוזאמגעלייגט.
- מיר געפונען דא, איבערפילע שיפלאדן מיט טייער שאצבארע צירונגען, היסטארישע פריוואטע שיינונגען, וואס זענען אלעס אוועקגענומען געווארן פון די קרבנות, איידער מ'האט זיי פארניכטעט אין די גאז קאמערן און קרעמאטאריעם.
- לאנגע ליסטעס פון די נעמען פון די דעפארטירטע, און דאקומענטן וואס זענען פיל מיט אונטערשריפטן, וואס די געסטאפא האבען געמוזט אויספילן, צו צייגען אז זיי האבען געמאכט זייער ארבעט ערשטקלאסיג. באפעל לויטונגען, וואס גענוי צוטוהן מיט די מיליאנע קינדער און פרויען, אלעס איז פארשריבן און פארבערייט מיט געניטע נאצישע פונקלישקייט'.
דער מידיא אגענט שילדערט ווייטער מיט קענטיגע שרעק: 'אט געפונען מיר דא די אלגעמיינע 'טויט ביכער', ווי עס שטייט מיט א טייוולאנישער מילד-קאלטע קלארקייט, פונקטליך יעדע קרבן – ווי, וויאזוי, און ווען, ער איז אומגעברענגט געווארן..
- דערצו, ליגט בייגעלייגט א ספעציעלע ליסטע, ווי דער דאטום לויטעט 'אפריל 20 1942', דאס איז דער {פארשטאלטענער} געבורטסטאג, פונעם נאצישער פיהרער {היטלער ימש''ו} וואס אלץ געבורטסטאג געשאנק, האט א אויבערפירער פון איינע פון די לאגערן, געשאנקן דעם ליסטע וואס צייגט, ווי אין יענעם טאג האבען זיי פאר עטליכע שטונדען - 'יעדע צוויי מינוט' געשאסן א קרבן!!!
ס'איז א חשבון, אויב מ'צוטיילט די זעקס מיליאן קדושים - אין לויף פון זעקס יאר מלחמה, איז 'יעדע מינוט' געהארגעט געווארן צוויי יודען!!! [דאס איז בלויז יודען, און וויפיל מ'האט אמאל געשאצט 'זעקס מיליאן', אבער לויט ווי מ'אנדעקט היינט, אז ס'איז בערך צוועלעף מיליאן יודען, און מיט אנדערע גוים – איז נאנט צו אכטצען מיליאן.. גיי רעכן אויס!!! א שוידער אפילו אויסצופירן וויפיל עס קומט אויס..
און דארט אין די ארכיווען, איז פונקטליך ערקעלרט, וויאזוי זיי האבן דאס באוויזען, אויף וואס פאר א סדר און פלאן, טויזענטע קליינע פרטים, וואס שטעלט זיך צוזאמען צו איין גרויסע פחד, וואס א מענטשליכע מענטש קען דאס נישט דערהייבן.

שווערע פראגעס וואס האבען נישט קיין אמת'ע ענטפער..
דא הייבן אן די מידיא אגענטן שטעלן שווערע פראגעס: 'קודם כל, וואס עפעס האבען זיי – די נאציסטן דאס אלעס אפגעצייכענט? און ספעציעל פארוואס האבען זיי די אלע 'נישטיגע' פריוואטע קארטלעך געדארפט אוועקלייגן? אויב האבען זיי ממילא געוואלט אויסמעקן און אויראטירן די קרבנות, וואס האבען זיי געדארפט זייערע אינפארמאציע אין זכרונות?..
די תירוץ איז א פארוואלקענטער..ווייל איין תירוץ קען מען זאגען, אז זיי האבען געוואלט ווייזן זייערע אויבערהארן, אז זיי האבען געמאכט דעם ארבעט ערשט'קלאסיג.
- און לאמיר שוין זאגען אז זיי האבען 'יא' געוואלט מאכן א מוזיאום פונעם 'אמאליג – געוועזעזער יודישער פאלק, האט דאך אבער נישט אויסגעפעלט די איבעריגע ארבעט, וואס זיי האבען אלץ אריינגעארבעט מיט פיל פלייס, אזויפיל צו פארצייכענען און אוועקלייגען..?
גיי פארשטיי דעם ברוטאלן כיטרע טיגער...
איז ווי געזאגט, בלייבט דאס אין א דילעמא, צוזאמען מיט נאך א שווערע שאלה, דירעקט צו די ארכיווען פירער, 'פארוואס זיי האבן דאס געהאלטן פארמאכט ביז היינט, אריבער זעכציג יאר, און בלויז מיט די שטארקע דרוק פון די פאמיליעס פון די געליטענע קרבנות, האט הערשט יעצט אנגעהויבן 'קלערן' עס צו עפענען?..
- זיי האבען זיך פארענטפערט, אז ס'איז געווען צופיל פריוואטע אינפארמאציע פון מענטשן, וואס מ'האט געזעצליך נישט געמעקט ארויסגעבן.. אבער דאס איז א שוואכע תירוץ - אפילו פארן באבעס קאץ.. ווייל פון אלע יארן, זענען געווען גאנצע משפחות וואס האבען געשריגן, אז 'אדרבה! מיר ווילען יא אז יעדער זאל וויסן אלעס..'
- סיי די פילע האלאקאויס פארשער, און אזוי די טויזענטע פארבליבענע פאמיליעס, פלעגן שוימען פאר ווייטאג, ווען א חשבון פון פיר הונדערט טויזענט בקשות, זענען נישט געענטפערט געווארן בכלל..
אצינד, האבן די מידיא אגענטן באוויזען נאך א היסטארישע זאך, אז זיי האבען שפעטער אריבער געברענגט, 'דריי יודישע מלחמה איבערלעבער' – וואס זענען געווען די ערשטע וואס האבען דארט באזוכט, זיי זענען ביים קריג געווען ערוואקסענע קינדער, אין די עלטער פון דרייצן פערצן יאר אלט.
- און וויבאלד לויטן איבערזוכן די פאפירן, האט מען ביי זייער נעמען – ווי זיי האבען אליין אונטערגעשריבן - געזען א היסטארישע פאל, אז זיי זענען פאר אנאנימע סיבות אויסגעמעקט געווארן פונעם טויט ליסטע – ווי זיי זענען שוין געשטאנען פאראורטיילט, און האבען דאס מיט מזל איבערגעלעבט.
אלע דריי, האבען געהאט איבער זייערע נעמען, א לאנגע אויסגעקרייזטע שטריך, וואס האט געצייגט אז זיי זענען געווארן ארויסגענומען פונעם ריזן ליסטע. די קרייז באצייכענט די מידיא, אלץ א 'לעבנס שטריך'..
- איז געווען גאר אינטערעסאנט, דווקא זיי די ערשטע אריבערברענגען, און הערן זייער געשיכטע, און עס איז אפילו רירענד צו קלערן, וויאזוי די דאזיגע דריי האבען אהינ'דערגרייכט, און געזען פאר זיך נאך אמאל דעם חורבן, וואס זיי האבען קיינמאל נישט פארגעסן, אבער זיי זענען אהינגעקומען..!

די 'דריי לעבעדיגע עדות', מיט זייערע פאפירן אין האנט!
די מידיא האט אפירגענומען דעם ערשטן, א יוד אין די אכטציגער יארן, מיטן נאמען 'מיכל שווארץ' [רופט זיך 'מיקי'], וואס וואוינט היינט אין 'סאן דיעגא', וואס ער איז געווען אינגאנצן פערצן יאר אלט, ווען ער האט איבערגעלאזט זיינע עלטערן אויף אייביג, און קיינער פון זיין משפחה איז נישט פארבליבן ביים לעבן, נאך וואס זיי זענען אינאיינעם פארשיקט געווארן אינעם 'בוכענוואלד לאגער'.
דער מידיא אגענט ברענגט אים אריין צווישן די ארכיווען, און צייגט עהם א דאקומענט, וואס לויטעט אז ער האט פארלאזט בוכענוואלד און איז גענומען געווארן צום לאגער 'דורא', ווי דארט האט ער געדינט אין צוואנגס ארבייט, פארן מלחמה געברויך.
דארט האבען די דייטשען פראדוצירט פאלטשע געווער, צו פארנארן דעם שונא.. ווי איינע פון די פאלטשע ראקעטן מיסעלס, זענען געווען פונעם 'ווי-2' סארט, וואס האט געמאכט דעם שונא קלערן, אז זיי האבען פיל מער אמוניציע ווי אין ווארהייט.
ר' מיכל – דערזעענדיג די דאקומענטן, טוהט ער מיט טרערן באשטעטיגן די פאקטן, אבער ווי פארציטערט ווערט ער, ווען דער פרעגער צייגט עהם, 'וואס מיינט דאס דער שטריך אויף דיין נאמען, צווישן די טויזענטע אויפן טויט ליסטע, ביזטו און נאך איין נאמען, די איינציגע וואס זענען ארויסגעקליבן געווארן פון דארט – צום לעבן..
ער ענטפערט מיט איבעראשונג און ציטער 'איך האב נישט קיין מינדעסטע אהנונג... אוי! כ'דערמאן מיך יענע שווערע טעג.. ווייס איך נישט פארוואס זאלן זיי מיר 'יא' וועלן הארגענען.. כ'האב דעמאלטס, זייענדיג א קינד, קיינמאל קיינעם נישט קיין בייז געטאן..
אבער קען זיין – זעצט ער פאר מיט איראניע – וויבאלד מיין נאמען מיכל הערט זיך ווי 'מזל' האב איך געהאט דעם גוטן מזל.. ווער ווייסט?!
אצינד האבען זיי אהינגעברענגט א צווייטער קריגס איבערלעבער, ער רופט זיך 'וואלטער פיידין' [וועלוול פייטן], וואוינט היינט אין ניו יארק, און איז געווען דרייצען יאר אלט, ווען ער האט אונטערגעשריבן דעם דאקומענט וואס מ'געבט אים יעצט אין האנט אריין..
- ער האט פארלוירן דאס גאנצע משפחה, און איז געבליבען דער איינציגער וואס האט אפילו צווישען מיליאנע! געקריגען דעם 'לעבנס שטריך' איבער זיין נאמען און גורל.. וואס האט עהם געפירט צו צוואנגס-ארבייט - איידער צו די גאז קאמערן.
ווען דער מידיא פארשטעלער פרעגט עהם, ווער איז געווען דער קינד וואס האט אונטערגעשריבען דעם דאקומענט?.. פארבייסט ער די ליפן, און גיסט טרערן פון די אויגען – ווען ער שטאמעלט ארויס: 'דאס איז א קינד וואס האט באוויזען זיך צו האלטן פעסט אלע שווערע טעג – דעמאלטס, אבער קען זיך יעצט נישט איינהאלטן פון געוויין..'
'דאס איז געווען איין זאך – זעצט ער פאר – וואס מיר האבען באוויזען מיט שטאלץ אין אלע שווערע טעג, אז מיר האבען נישט אויפגעגעבן, און נישט ארויסווייזן א סימן פון צובראכנקייט - אין פארענט פון די געסטאפא און קאפא.
- מיר האבען זיי נישט געוואלט געבן דעם פארגעניגען, צוזען ווי מיר ברעכן אונטער.. פלעגן מיר פארבייסן די אונטערשטע ליפן! שלונגען, און טיף אריינאטעמען, דאס האט אסאך געהאלפן..
מ'צייגט עהם א דאקומענט, וואס דער נומער 66 צייכענט אן דעם 'בלאק נומער', ווי ער האט זיך אויפגעהאלטן - צוזאמען מיט אריבער טויזענט מענטשען אין איין באראק. ס'איז עהם שווער צובאגרייפן, אז איינער איז געשטאנען און פארצייכענט זיינע פריוואטע ענינים, און פונקטליך עס פארשריבען..
פלוצלינג בליצט עהם אויף אין קאפ, שלעכטע זכרונות, א שווערע גערוך שפירט ער אין זיינע מחשבות.. ווי ער דערמאנט זיך ווי אין צענטער פונעם בלאק, איז אריבערגעלאפן א שמוציגער 'וואסער אפלויף', ווי דארט פלעגן אלע ארויסגיין אויף צרכים.
- נאך וואס זייער אסאך זענען געשטארבן, פלעגט מען אריינווארפן דארט אלע טויטע, און שפעטער, האט מען אפילו די האלב טויטע – נאך לעבעדיגע אויכעט אהינגעווארפן! און אזוי האט מען דארט געלעבט – איידער געשטארבן. [און ער פלאצט אויס אין געוויין]

ר' יענקל רעדט מיט א היימישער דרייסט!
אצינד האבען זיי אפירגענומען דעם דריטער 'סערווייווער' [איבערלעבער], א יוד פונעם גאר היימישער אפשטאם – מיטן נאמען 'יעקב ראזענטאל', וואס איז צעטיילט געווארן פון זיינע עלטערן און זעקס געשוויסטער, ווען זיי האבען דערגרייכט צום 'בוכענוואלד' טויט לאגער.
אז מ'פרעגט עהם, וואס ער געדענקט פון יענע שווערע מינוטן ווען ער האט אהין דערגרייכט מיטן באן, שילדערט ער אזוי: 'איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן דעם שרעקעדיגע סצענע, וואס כ'האב געזען פונעם באן שויבען'.
- די הימעל איז געווען רויט ווי בלוט! עס האבען זיך דערהויבען פייערדיגע וואלקענעס, ווי עס האט געפלאקערט און אפגעברענט טויזענטע קרבנות אינעם קרעמאטאריום, און איך האב גארנישט געטראכט, אז נאך אביסל וועלן אלע מיינע געשוויסער אהין דערגרייכן, און איך וועל אליין ניצול ווערן..'
- כ'האב נאר געשמעקט דעם שרעקליכן גערוך – וואס קומט מיר יעצט ארויף אין נאז.. ווען כ'דערזע מיך נאכאמאל מיט די דאקומענט שיינונגען פון יענע צייט.
אט צייגט מען עהם א קארטל, ווי עס האט געזאלט שטיין ווער ס'האט עהם געשיקט 'פאסט' אין לאגער.. [דאס הייסט, אז טאמער איז אנגעקומען צו איינע פון די ארעסטאנטן עפעס פאסט, וואס די נאציס האבען עס ממילא געהאלטן פאר זיך, איז דאס אבער פארצייכענט געווארן אויף דעם קארטע] דער פרעגער צייגט עס עהם, און זאגט, 'דא צייגט עס, אז דו האסט נישט באקומען קיין שום פאסט'..
'אוודאי נישט' – זאגט ר' יעקב ראזענטאל – 'ווער האט געזאלט מיר שיקען פאסט?.. ווען מ'האט אנגעצייכענט דעם קארטל אין לאגער, זענען אלע מיינע באקאנטע שוין נישט געווען ביים לעבן'..
ער זעצט פאר פארקלערט און דערשראקענערהייט: 'ווען איך וואלט ווען געשטארבען אין לאגער 'בוכענוואלד', וואלט נישט געווען 'קיינער' וואס זאל לאזן א טרער!.. און היינט בין איך פארבליבען טאקע איינער אליין – צווישן אכט געבוירענע געשוויסטער..'
דער מידיא אגענט, צייגט עהם יעצט א שיינונג, ווי עס שטייט פארשריבן זיין פריוואטע נאמען און אלע דעטאלן, און ס'שטייט אנגעצייכענט דארט זיין לאגער-נומער a-11832, און ער פרעגט ר' יעקב'ן, 'האסטו אמאל געזען דעם נומער?..
און ר' יעקב רופט זיך אן מיט דרייסט: 'איך זע דאס אפאר מאל א טאג.. דו ווילסט עס אויכעט זעהן?.. - און ער ציהט ארויף זיין ארבעל, צייגענדיג דעם נומער אויף זיין האנט – רופט ער אויס: 'ווען ס'וועט קומען די צייט און מיין נשמה וועט ארויפגיין אין הימעל.. וויל איך מ'זאל מיין האנט אזוי ארויסלייגען, אז מ'זאל זען קלאר! די נומערן.. ווייל איך האף אז ווען דער באשעפער פון די וועלט וועט זען די נומערן, וועט נישט זיין קיין בעסערע מליץ יושר פאר מיר דארט אויבן.. כ'זאג אייך ס'קומט זעך מיר..!!!
דער אגענט זעט אז ער איז מער א שטערקערע כאראקטער, פרעגט ער עהם אפען, 'למעשה אז די האסט יעצט געזען די איבער'ראשענדע דאקומענטן פאר דיינע אויגען, האסטו הנאה יעצט אז די האסט געזען די אלע ארכיווען דא?
ענטפערט ער דערויף, 'הער אויס! פאר מיר וועט דאס שוין נישט פארגיטיגען עפעס מער, ווייל איך בין דאס שוין ליידער אריבער'געגאנגען.. נאר אזויפיל פריי איך מיך יא, אז טאמער איז דא איינער – ווי למשל דער איראנער פרעזידענט, וואס האט באמת א קלער צו לייקענען דעם גאנצן בלוטיגע היסטאריע, איז אדרבה! זאל ער אהערקומען, און זיך איבערקוקען און זען די אפענע עדות, וואס די נאציס ימ''ש האבען אליין פארצייכענט.

א ערשט-היינטיגע שרעקעדיגע אנדעקונג!
אום 15 אויף 'מאי' 2007, ווען די פירער פון די גרעסטע האלאקאויסט מוזיאום, און די פירער פון דעם ריזן ארכיוו בוכהאלטעריע פון דייטשלאנד - 'רעטאו מייסטער' און 'אדאוי יוסט', האבען זיך צוזאמגעזעצט, כדי מסדר צוזיין דעם אויספיר פון אריבערשיקן די סחורה צו די אנגעגעבענע אינסטאנצן.
- האבען זיי אויסגעזאגט א דראמאטיש שרעקליכער ידיעה, וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף.. אז זיי זענען אינפארמירט, אז די דאזיגע סחורה וואס ליגט דא אין די מיליאנע ארכיווען, איז א 'פינטעל' אקעגן וואס איז געווען אפגעצייכענט – וואס די נאציס ימ''ש האבען אפגעטוהן.
וויבאלד די פארצייכענונג און בוכהאלטעריי, איז אנגעפירט געווארן, דורך דער זעלבער ארכי מערדער 'אייכמאן' ימ''ש, וואס איז געשטאנען אין שפיץ פונעם 'יאדענ-פראגע' לייזונג, וואס האט אנגעפירט דעם געדאנק און פעולה פון די גאז קאמערן און קרעמאטאריעם, די ענדגילטיגע פארניכטונג פון כלל ישראל.
- ער איז געווען דער וואס האט ארגאניזירט, דריי טויזענט פינעף הונדערט ארבייטארער, וואס האבען פארצייכענט אומ'ערמידלעך און פלייסיג די גאנצע זעקס מלחמה יארן, דאס גאנצע רציחה גאנג מתחילתו ועד סופו המר.
אצינד, אום 'אפריל' 1945 – איין חודש פאר דייטשלאנד האט זיך פארפאלען אונטערגעגעבן, האבען זיי אליין די נאציס, 'פארברענט' ניינציג פראצענט! פון די דאקומענטן און ארכיווען..
- מיט אנדערע ווערטער: דאס וואס מ'דעקט יעצט אויף – וואס מ'האט זעכציג יאר געהאלטן פארשפארט, איז בלויז א 'צענטל' פון די דאקומענטן און אינפארמאציע.

אוי! השם ינקום דמם
ומחה השם דמעה מעל כל פנים ולא נוסיף לדאבה עוד
לא יוסף להגלותיך..
נאר יודישע זיסע בשורות טובות זאל מען הערן ביזן ריכטיגע גאולה שלימה, ווי מ'וועט דערלעבן א נקמה, ווי ס'שטייט: 'וניקתי דמם לא ניקתי והשם שוכן בציון'
אמן וכן יהי רצון

= די פארהוילענע מלחמה ארכיווען =
גייענדיג צום דרוק: איז אנגעקומען די נייעס, אז קוים יעצט האבען 'אלע' עלעף לענדער פונעם 'רויטן קרייץ' פאראייניגונג, אונטערגעשריבן דעם הסכמה, אז מ'זאל שוין מעגן ארויסגעבן די אזוי פארלאנגטע אינפארמאציע און ארכיווען אינהאלט, פונעם צווייטן וועלטס קריג, וואס איז געליגען ביז היינט פארשפארט אין 'באד-אראלסאן' דייטשלאנד.
צום נייעם יאר 2008, איז געעפענט געווארן א ספעציעלע אפיס, דורך די וועלטליכע 'האלאקאויסט מוזיאום אפדענק, ווי מ'קען אריינשיקן א פארעם דעקרעט, מיט שאלות און פרטים, און מ'וועט אלעס נאכקומען מיט די פריש געקומענע אינפארמאציע, וואס קען זייער אסאך דעקן, אפצוזוכען קרובים [וויפיל ס'איז נאך שייך..] און נאך פילע היסטארישע פארשונגען און ידיעות.
צובאקומען אזא פארעם, קען מען רופן דעם נומער: 001-866-912-4385 אדער עלעקטאראניש: http://www.ushmm.org/its
און בקרוב וועט מען קענען 'אליין' נישטערן אין די ריזן זאמלונג פון אינפארמאציע, ווען עס וועט ווערן מסודר און צוגעשטעלט פאסיג פארדעם צוועק, ווי די מוזיאום ארבייטער שטרענגען זיך אן דאס אנצויאגען בשלימות, דאס שפעטסטע ביז יאר 2010.
- א זאמלונג פון אריבער 'צען מיליאן' בילדער - אליינס! אויסער די פילע קאפיעס פון דאקומענטן און ליסטעס, און אויספירליכע שילדערונגען, פון די טראנספארטן, לאגערן, און פילע אנדערע אקציעס, ווי א קלארע אינדעקס פון אלע נעמען – פון די קרוב צו אכטצען מיליאן קרבנות, וועט זיין די שליסל צו יעדענס אינפארמאציע.
די מוזיאום פאכלייט, גרייטן אן פארן דארשטיגער ציבור, א לעקטראנישער סיסטעם, וואס וועט אנטהאלטן - פינעף און צוואנציג שפראכן! ווי מ'וועט קענען ארויסשעפען דאס מערסטע אינפארמאציע וואס איז מעגליך, פונעם מאלטי ריזן אינפארמאציע זאמלונג פון כאטשיג ווען.
- צודעם, פארמאגען זיי א ריזן רייהע פון צוגעלייגטע היסטאריע זאמלונגען, פון אריבער 'איין און צוואנציג טויזענט' היסטארישע אינפארמאציע זאמלער'ס, וואס ווערט צוזאמגעשטעלט אין די מוזיאום פארשטעלונג – אינעם נאנטער צוקונפט.

אין דעם געלעגנהייט, וועלן מיר דא ציטירן א בריוו, וואס איינער האט אריינגעשיקט, אזוי פאסיג צודעם געלעגנהייט.
לכבוד הקהל הקודש, עס שטערט אונז געפערליך אויפן געוויסן, אז מ'מיינט אז זיי טוהן אונז יעצט א גאנצע טובה, אז זיי עפענען די ארכיווען.
- מ'מיינט זיי זענען גוט! ווען מ'האט נישט געמיינט זיי – אמעריקא, זענען זיי געווען ערגער ווי די מזרח לענדער, און נישט געוואלט בשום אופן אריינלאזן אידישע פלטים, נאר זיי צוריקגעשיקט צום קאלעך - אויוון מיטן גרעסטן אכזריות.
דאס איז דער סיבה, פארוואס פונקט יעצט ווען רוב רובם פון די שארית הפליטה - די וואס האבן באצאלט דעם 'חבלי משיח' מיט זייער בלוט און פלייש - האבן אונז שוין פארלאזט, פונקט דאן זאל זיך די דעמאקראטישע וועלט דערמאנען, אז, אוי! מיר האבן פארגעסן... עס קומט זיך זיי צו וויסן עפעס וועגן יענע צייטן...
בשעת די נאצישע ארכיוון ליגט און שימעלט שוין 60 יאר, טוען זיי אונז יעצט א טובה! ווען 75% פראצענט פון די ווערד דערפון איז שוין אוועקגעפאלן, און זיי "גייען" [נאכאלץ נישט יעצט, נאר 'נאכאביסל'..] אונז עס געבן.. טענקיו! קאנגרעטולאציעס!
יא, מיר קענען גיין צום זיידנס קבר, און אים איינמעלדן אז אלע זיינע מיסטעריעס וואס איז אים שווער געווען במשך די יארן זענען געלעזט געווארן... און ער אליינס וועט אונז מער קיינמאל נישט קענען דערציילן און אנטפלעקן 'אונזערע מיסטעריעס' אויף די געפונענע ארכיוון. די אינגע דורות וועלן קוקן אויף די ארכיוון ווי א האן אין בני אדם.
שוין! אויך עפעס, א האן איז דא, און א בני אדם איז דא, דארפן מיר דאך דאנקן השי"ת אויף וואס מיר האבן יא.
דער געהעריגע ווערסיע פונעם מוזיאם וועט זיך עפענען נאך דעם מאנאט אי"ה, איר קענט שוין אריינגעבן א ריקוועסט אויף אינפארמאציע וואס איר ווילט באקומען דורך אויספילן א פארום.
אין צוויי יאר ארום - איז די דעדליין, ווען מיר וועלן קענען 'אליין' נאכזוכען די מיליאנען ארכיוון, און רופן די קוים פארבליבענע 90 יעריגע זיידעס, זיי זאלן אונז זאגען וואס צו זוכען..
מיט גרויס ווייטאג
ב.ח.א. און ש.ג.א

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » זונטאג מאי 26, 2019 4:27 pm

מיקא האט געשריבן:ב''ה דורך {מיקא ווארמאש
אויסגערעכענטע מענטשען-פרעסער!!!

דאנקע שיין פאר די שיינע באשרייבונג.
נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג מאי 26, 2019 5:22 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:
מיקא האט געשריבן:ב''ה דורך {מיקא ווארמאש
אויסגערעכענטע מענטשען-פרעסער!!!

דאנקע שיין פאר די שיינע באשרייבונג.
נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » זונטאג מאי 26, 2019 5:27 pm

די ניק איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט שרייבן. ביטע פראביר אביסל שפעטער. אנטשולדיג.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג מאי 26, 2019 5:57 pm

טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:האדמו"ר מקאליב,


לכאורה ניקסט.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4946
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מאי 26, 2019 6:58 pm

שוין געטראפען עטליכע קרובים מיט פונקטליכע דעאטאלן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

splinter
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » זונטאג מאי 26, 2019 7:09 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:האדמו"ר מקאליב,


לכאורה ניקסט.


וודאי נישט, די געבורט'ס טאג שטימט נישט.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג מאי 26, 2019 8:22 pm

splinter האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
טאטע זיי מיר מוחל האט געשריבן:האדמו"ר מקאליב,


לכאורה ניקסט.


וודאי נישט, די געבורט'ס טאג שטימט נישט.

דאס מוז נישט זיין קיין ראי׳ פון יענעם עפאכע

אלטער היים
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 3:40 pm

באשרייבונג פון מיקא

תגובהדורך אלטער היים » זונטאג מאי 26, 2019 11:17 pm

טרערן קומט מיר פון די אויגען......
איך נתהפכו בני אדם להיות גרוע מחיות
אוי מה היה לנו.... הבט משמים וראה.....

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4946
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מאי 27, 2019 7:50 am

מיקא האט געשריבן:ב''ה דורך {מיקא ווארמאש
אויסגערעכענטע מענטשען-פרעסער!!!


און בקרוב וועט מען קענען 'אליין' נישטערן אין די ריזן זאמלונג פון אינפארמאציע, ווען עס וועט ווערן מסודר און צוגעשטעלט פאסיג פארדעם צוועק, ווי די מוזיאום ארבייטער שטרענגען זיך אן דאס אנצויאגען בשלימות, דאס שפעטסטע ביז יאר 2010.

יא, מיר קענען גיין צום זיידנס קבר, און אים איינמעלדן אז אלע זיינע מיסטעריעס וואס איז אים שווער געווען במשך די יארן זענען געלעזט געווארן... און ער אליינס וועט אונז מער קיינמאל נישט קענען דערציילן און אנטפלעקן 'אונזערע מיסטעריעס' אויף די געפונענע ארכיוון. די אינגע דורות וועלן קוקן אויף די ארכיוון ווי א האן אין בני אדם.

אין צוויי יאר ארום - איז די דעדליין, ווען מיר וועלן קענען 'אליין' נאכזוכען די מיליאנען ארכיוון, און רופן די קוים פארבליבענע 90 יעריגע זיידעס, זיי זאלן אונז זאגען וואס צו זוכען..
מיט גרויס ווייטאג
ב.ח.א. און ש.ג.א


זייער א אינטערסאנטער באריכט.

און ווי ווייטאגליך איז אז יעצט איז שוין אריבער כמעט 10 יאר פון דעמאלטס און רוב אלטע לייט געפונען זיך שוין אין גן עדן העליון און מ'קען זיי גארנישט פרעגן.

ס'איז קלאר א רוב חלק פון די דאקומענטן האבן זיי מבער געווען, רוב פון די משפחות טרעפט מען נישט אלע רעקארדס, אויב עפעס נאר א זכר פון א טראנספארט קארטל וכדומה.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג מאי 27, 2019 8:35 am

קרעטשניף? ר' מיכל'ע?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 27, 2019 8:50 am

דאס איז מונקא טאבאר, ניין?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט