בלאט 2 פון 5

געשריבן: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:56 am
דורך יוראפ
msp האט געשריבן:אוואו איז דאס
עס זענען אינטערעסאנטע נעמען
איז אפשר צו טרעפען דעם משפחה'נאמען?

דאס זענען כמעט אלע חוץ איינס מיינעך פון סיגוט
אלס משפחה נעמען האב איך נישט קיין מושג, אויף די אלע מצבות קוקט אייס מער ווייניגער אז זיי האבן נישט געוואוינט דארט

אגב איז דא אסאך דרשות וואס רבנים ואדמורים האבן געזאגט אין יענע טעג וואס וואלט אפשר געווען אינטערסאנט צו ברענגען כאטש א לינק

געשריבן: מאנטאג פאברואר 11, 2013 11:16 am
דורך יוראפ
אינטערסאנטע זאך האב איך געזעהן אז די ערשטע וועלט מלחמה רופט מען 'ימי הרעש'

געשריבן: מיטוואך פאברואר 13, 2013 4:30 pm
דורך יוראפ
דא ווערט עס אנגערופן 'מלחמת התבל'
נעבעך 2 ברודערס בחורים וואס זענען יעמאלט אוועק

געשריבן: מיטוואך פאברואר 13, 2013 4:56 pm
דורך יוראפ
איך האב באמערקט אז אין די שטאט סיגוט איז דא אסאך מצבות פון געפאלענע אינעם מלחמה משא"כ אין אנדערע שטעט.
האט סיגוט געשפילט עפעס א ראלע אינעם מלחמה?

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2013 5:13 pm
דורך יוראפ
געפינען אין וילקט יוסף שנה י"ט קונטרס ט-י
אין א דרשה פון הרב הגאון וכו' מו"ה אפרים פישל סופר ני"ו ראבד"ק בודאפעסט
שתי שנים ומחצה נפלגה הארץ, התרועעה לתרועה ושברים, מלחמת שוד ושבר ואש מתלקחת להטה .. ואחינו בני ישראל, אבות ובנים ילכו יחדיו באש ומאכלת ואשר חרב גאותם, עם נושע בה', ואשריך ישראל מי כמוך אשר יצאו ביום קרב ללחום במסירת נפש, באהבה עזה וחיבה יתירה שופכים דמם כמים עבור מצב מדינתנו ובמלכת אדוננו המלך החסיד יר"ה, והולכים לשדי מערכה בתוף וכנור ומכה בחליל, כל פה מלא שבח ותהלה והודי' יתנו כי כולם ברורים וכולם גבורים, ועוד בשנים אחרניות יגידו ויספרו וישבחו ויהללו מגבורי ישראל, כמלומדי מלחמה, מי האמין כזאת נערי ואשי בני ישראל, בני ציון היקרים מצויינים ומוצנעים בכותלי בית המדרש, שוקדים על תורתם ועבודתם עבודת הקודש, ועתה בכתף ישאו קשת וחרב ומגן, סוגרים דלתי ביהמ"ד, הקול קול יעקב יחלוף .. ליקח חרב בידם לעבור חלוצים בתוך אנשי המלחמה ולבוא בעזרת ה' בגבורים, מי מנה עפר יעקב אשר נפלו ונפצעו בקרב המלחמה ושבו לעפרם, ומי יספור מות ישרים ותמימים, בעלי בתים יראים ושלמים בחורי חמד מסולאים מפז, נתערבו דמם בדמים, כעולת מתים קרבים, מי סופר ומונה גדודי בני צבא אנשי חיל נדכאים נפצעים ונאנחים שבר על שבר יחדיו וכו'.

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:04 pm
דורך ווינקל
למעשה איז נישט פארענדיגט געווארן דא די ארבעט... מיין טאכטער'ל האט היינט א פארהער אויף די היסטאריע פונם ערשטן קריג, און האט מיר געבעטן אביסל הילף, כ'האב כמעט נישט געוואוסט צו דערציילן.

געשריבן: דינסטאג אפריל 23, 2013 12:31 pm
דורך יוראפ
נו מיר ווארט מיר איינער זאל כאטש אנפאנגען

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:30 pm
דורך מיללער
א הערליכע באלערנדע דרשה אויף אידיש איבער די היסטאריע פון "די ערשטע וועלט מלחמה" איז געזאגט געווארן נעכטן אין שיכון סקווירא, אפצייכענענדיג הונדערט יאר פון די אנהייב פון די מלחמה תשעה באב תרע"ד-תשע"ד.

די דרשה איז געזאגט געווארן דורך הרה"ח ר' שמואל גרובער הי"ו יו"ר מכון משכנות יעקב, עס אנטהאלט מורא'דיגע היסטארישע פונקטען, אראפגעזאגט מיט א זעלטענע קלארקייט, און קען געהערט ווערן אויף "קול התורה - דחסידי סקווירא":

845-678-8363
62
220#

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 9:35 am
דורך יוראפ
אויסגעהערט ס'גאנצע, זייער אינפארמאטיוו

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 12, 2014 6:01 pm
דורך יוראפ
נהרגו "במערכת המלחמה" אין פראנקרייך

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 12, 2014 6:03 pm
דורך יוראפ
.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 8:06 am
דורך msp
נעבעך נעבעך

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 10:58 am
דורך שישא
אינעם נייעם ספר וואס איז יעצט ערשינען "דרשות ילקוט סופר" זענען א גרויס חלק פון די דרשות געזאגט געווארן אין די צייט פון די ערשטע וועלט קריג.
די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף ווען מען זעהט דעם ביטערן מצב וואס איז דעמאלט געווען ביי אחב"י, עס קומט טרערן בלעטערנדיג ווי ער לייגט אראפ די יללות פון ווייבער שוהל וועלכע זייערע מענער און קינדער זענען אויפן פראנט, און עס קומט פון דארט שרעקליך בשורות וכו' וכו'.
אינטערסאנט ווי ער דריקט זיך אויס אז אולי זייטן חורבן הבית איז נישט געווען אזא שנה רעה לישראל ווי שנת תרע"ו

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 12:33 pm
דורך אנכי
שישא האט געשריבן:אינטערסאנט ווי ער דריקט זיך אויס אז אולי זייטן חורבן הבית איז נישט געווען אזא שנה רעה לישראל ווי שנת תרע"ו

ראיתי בספרים מאותה תקופה שכותבים על שנה זה שנת רעו"ת או שנת רעו"ת שבעה נפשי.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 12:40 pm
דורך אנכי
עיין בספר מצודת דוד לר"ד שפארבער אב"ד בראשוב (בעל שו"ת אפרקסתא דעניא) וז"ל: ולענ"ד יש לפרש דעקבות מוסב שפיר על משיח והיינו כשיגיע הזמן קרוב שכמעט כבר נראו רגליו של משיח באמת וכמו שמצינו האי לישנא בתיקונים לרגליו של משיח וענין התראות רגלי משיח י"ל דמרוב תהפוכות הטבעיים הנעשים בעולם יודו האנשים ויאמרו אין זה כ"א ימות המשיח וכבר נראו דברים כאלו לעינינו בשנה הזאת שנת רעו"ת שבעה נפשי מלטני מכל רעו"ת בזאת השנה.

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 3:44 am
דורך msp
יא יא
צרות אחרונות משכחות את הראשונות
די צווייטע מלחמה האט איבער גענומען
אבער כלל ישראל האט אסאך געליטען אין די ערשטע מלחמה

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:56 pm
דורך יוראפ
נאך א געפאלענער אין מלחמה

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 5:32 pm
דורך יוראפ
דר. שרייבער פון טשעטשאוויץ

געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2015 12:12 pm
דורך יוראפ

געשריבן: מאנטאג מאי 11, 2015 11:25 am
דורך יוראפ
אין שינאווא;
שלשה אחים נפלו במלחמה
הב' נח בן נפתלי הכהן
שרגא פייביל
יהודא לייביש

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2015 7:54 am
דורך שואל הדור
שטייט אז תרע"ד האט זיך אנגעהויבן דער קריג, וויסט איינער ווען איז געווען דו ענדע פונעם קריג? וועלעכע יאר?

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2015 9:03 am
דורך מומחה יוחס
בעיקר האט זיך גענדיגט תרע''ח אפציעל [עס האט גענומען לערך 4 יאהר]
אבער עס האט נאך גענומען צייט זוך צוזאם נעמען זיך ביז דער עולם איז צירוק געקומען

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2015 9:22 am
דורך שואל הדור
דו שטאט פאקש איז אויך געווען א חלק וואס נגע המלחמה האט דארט גערירט?

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2015 9:26 am
דורך מומחה יוחס
איך בין נישט זיכער אבער כ'מיין אז נישט נאר ער האט געזעהן די טויזענעטער פליטים אהין קומען וכו' וועגן דעם האט ער מעורר געוועהן דערויף

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 27, 2015 5:24 pm
דורך יוראפ
געקומען נעבעך לקבר ישראל מער ווי 10 יאר שפעטער

בילד

אויפ ביה"ח אין אונגוואר