האנדא אדיסי 2014 ריקאל

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

האנדא אדיסי 2014 ריקאל

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מאי 01, 2014 9:19 pm

די קאר קאמפאני האנדא האט ארויסגעגעבן א ריקאל אויף פינף און צוואנציג טויזנט פון די פאפולערע אדיסי מיניווען'ס פון יאר 2014 מאדעל צוליב פראבלעמען מיט די זייטיגע עירבעגס
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דאנארשטאג מאי 01, 2014 9:24 pm

שאין עמער מאזן זיין צופרידן ציט די סיעננא'ס

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג מאי 01, 2014 9:30 pm

עס איז מיר שוין לאנג שווער די קשיא, וואס איז דער פשט אז מען הערט כסדר ריקאלס אויף קארס, זייער זעלטן וואס מען זאל הערן א ריקאל אויף עני אנדערע מאשין, ווען עס קומט אבער צו קארס איז כסדר דא ריקאלס וואס איז דער פשט דערפון?

אור
שר האלף
תגובות: 1870
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג מאי 01, 2014 9:35 pm

רבותי עטס הערטץ וואס דא גייט פאר.... א ריקאל אויף האאאנדא אדעעססי!! אזאך וואס רוב רובו של כלל ישראל תלוי בו...
ווי אריינגעשטעקט א מעסער אין רוקן פון די ברוקלינע אידענטום.. כהאלט עס נישט אויס

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » דאנארשטאג מאי 01, 2014 9:35 pm

ס'איז אלעמאל דא ריקאל'ס, ביי קארס ווערט עס נאר מער באריכטעט. פונקט עטליכע טעג צוריג איז געווען א ריקאל פון א בעיבי מאניטער וואס די רעטשארדזעבל בעטערי ווערט איבערגעהיצט.

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:07 pm

א ריקאלל ביי די אויטו'ס מיינט געווענטליך אז מען דארף אריינגיין צו א דילער און זיי טון בייטן א פארט אדער צוויי. נאו ביג דיל.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:37 pm

און זיצן דארט א שעה אדער צוויי, און ווער ס'האט נישט איבריג, קען בארגן ביי היימישער איד, ער זאגט אז ס'רינט אים צייט פון די קעשענע, וכלשונו: ס"נאו ביג דיל" באנעם!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:40 pm

ס'איז א אינקאנוויניעט פארן קאר אייגנטומער, קלאר. נאו ביג דיל מיינט עס זאל זיך נישט דאכטן אז צוריקרופן מיינט אז זיי נעמן צוריק די קאר'ס און ס'וועט זיך עפעס אנזעהן וכדו', בכלל נישט סך הכל פארעכטן זיי עס (פאר ווער עס נעמט די צייט צו קומען דערנאך..) און שוין.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:41 pm

זיי צאלן די קאסט?

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:41 pm

זיכער!

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:45 pm

זיי צאלן גארנישט, ברוב טובם (...) טוהן זיי עס פארעכטן "פריי פון אפצאל"

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג מאי 01, 2014 11:05 pm

יא דאנ'ט ווארי, קוק אופן אינוואויס וואס זיי שיקן דערנאך פארן מעניופעקטורער, ס'האט זיך נישט צו שעמען פאר א דיימאנד רינגל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מאי 02, 2014 12:03 pm

א ריקאלל ביי די אויטו'ס מיינט געווענטליך אז זיי ווילן שאר מאכן אז מען זאל זיי נישט קענען סוען
על פי רוב איז עס מינדערוויכטיג און מען קען עס איגנארירן (אזוי זאגט מיר א דיללער)

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » פרייטאג מאי 02, 2014 12:24 pm

אלע ריקאלס זענען פאר די סיבה, נישט נאר קאר'ס... מען קען נישט זאגן קיין כלל אבער, עס איז דא ריקאלס וואס זענען וויכטיג און ס'דא וואס זענען מינדערוויכטיג. [די קאר פירמע שרייבט געווענליך אויפן באריכט ווי וויכטיג עס איז דאס צו פיקסן]

גי-עם ליידט זיך יעצט אן פון קאנגרעס פארן נישט מאכן א ריקאלל באצייטנס און עס האט געקאסט אסאך לעבנס ה"י.


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט