בלאט 1 פון 2

Revel - רעוועל. מאטאר-בייק שערינג

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 3:24 pm
דורך שמעלץ טאפ
איך ווייס נישט צו עס איז שוין געווען באשריבן דא איבער די נייע מאטאר-בייק שערינג קאמפעני רעוועל, זיי האבן געלאנדעט אין ברוקלין מיט 1000 מאטאר-בייקס, עס ארבעט בערך די זעלבע ווי ביי Car2Go מען באצאלט אויפן מינוט און מען קען עס פארקן ווי אימער.
http://www.gorevel.com

לכאורה גייט דאס דורכברעכן ביים היימישן ציבור דאס דרייוון מאטאר-בייקס....

אדרבה קומט אריין מיט עקספיריענס.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:04 pm
דורך מענדי
דורכברעכן? שוין דא א שטיק צייט און איך האב נאכנישט געזעהן א איד פארן דערמיט.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:16 pm
דורך farshlufen
ס'איז פולשטענדיג לעגאל?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:46 pm
דורך הר גריזים
דאס איז נישט קיין געהעריגע מאטאר-סייקל? מ'דארף נישט פאר דעם קיין ספעציעלע לייסענס?

ס'קומט מיט א העלמעט אדער דעס דארף מען אליינס האבן?

אגב, 'רעבעל' אן א פינטעל קומט אויף אידיש 'רעוועל'

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 5:51 pm
דורך שמש
אזוי ווי א מאָפּעד נישט א געהריגע מאטאר-סייקל
ס'קימט מיט 2 העלמעטס

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:42 pm
דורך שמעלץ טאפ
אגב, 'רעבעל' אן א פינטעל קומט אויף אידיש 'רעוועל'[/quote]

גערעכט, פאראכטן.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:46 pm
דורך שמעלץ טאפ
מענדי האט געשריבן:דורכברעכן? שוין דא א שטיק צייט און איך האב נאכנישט געזעהן א איד פארן דערמיט.

איך האב שוין געזעהן עטליכע אידן פארן דערמיט, וועט נאר נעמען א שטיק צייט און דערלויעם וועט זיך צוגעוואוינען אז עס פאסירט נישט גארנישט ווען מער דרייווט אזא כמו מאטאר ביציקל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:58 pm
דורך צו געזונט
די וואס פארען נאר ביז 30 מייל פער שטונדע איז גענוג א קאר לייסענס. מער פון דעם דארף א מאטארציקל ערלויבעניש

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2019 1:40 am
דורך ווער איז דאס
מקען פארען אין מאנהעטן. בארא פארק אויך אדער נאר לאקאל

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2019 6:34 am
דורך קרייסלער
זייער ביליגע פרייזן

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2019 7:19 am
דורך בסד
ווער איז דאס האט געשריבן:מקען פארען אין מאנהעטן. בארא פארק אויך אדער נאר לאקאל

No bike lanes, sidewalks, or highways.

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2019 8:31 am
דורך עם הנבחר
ווי אזוי ארבעט די סיסטעם, ווער און ווי recharged מען דעס, די בעטטרי איז נישט צו שטראק

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2019 9:29 am
דורך א גוטע ניק
צו געזונט האט געשריבן:די וואס פארען נאר ביז 30 מייל פער שטונדע איז גענוג א קאר לייסענס. מער פון דעם דארף א מאטארציקל ערלויבעניש

No, you just need a regular Class D driver’s license.
However, if you are an inexperienced moped rider we'd love for you to sign up for a free in-person lesson!
Call us at 855-690-9180 to schedule your lesson.

געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2019 10:15 am
דורך איש האשכולות
עם הנבחר האט געשריבן:ווי אזוי ארבעט די סיסטעם, ווער און ווי recharged מען דעס, די בעטטרי איז נישט צו שטראק

ביינאכט פארט ארום א ספעציעלע טיעם וואס טראגט טשארדשען די בייקס

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2019 7:00 am
דורך דגל יהודה
אין בארא פארק איז נאך שווער וויבאלד סאיז אינדערויסען פין זייער מאפע צי פארקען. (פארן לאזן זיי אין בברוקלין אין און קווינס אבער פארקען איז דא א מאפע) אין וויליאמסבורג דעה איך כסדר אינגעלייט עס ניצן (וגם אני בתוכם) סאיז א מען דורכברוך וואס וויליאמסבורג האט נאך נישט געהאט.
איך האב עס גענימען א פאר מאל צי גיין צי א חתונה איך קען עס האלטן פאר 15 מינוט. בקיצור. סהאט אלא מעלות פין די חסרונות פין צי דרייווען טיפ פארקן

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 4:47 pm
דורך הארמאניע
איש האשכולות האט געשריבן:
עם הנבחר האט געשריבן:ווי אזוי ארבעט די סיסטעם, ווער און ווי recharged מען דעס, די בעטטרי איז נישט צו שטראק

ביינאכט פארט ארום א ספעציעלע טיעם וואס טראגט טשארדשען די בייקס

לויט ווי כ'אב געזען קעמען טוישן די בעטערי. זיי טשארזשענעס אין זייער אפיס דערנאך פארן זיי עס טוישן. סימיר זייער געפאָלן אין טערמס אָף איקאנאמיק עפישיענסי

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 4:53 pm
דורך הארמאניע
נאכאמזל אסי אנגעקומען ממש פאר זומער (וד"ל) אזוי האטעס בעסערע טשאנסן זיך אויסצוארבעטן ביי אונזער עולם

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 5:05 pm
דורך פעשען
האבעך נאכנישט זוכה געווען צו זעהן אדער הערן פון א היימישער זאל עס נוצן (נאר די פּאר דא וואס זאגן אז זיי האבן געזען אסאך...)

אונז האָמער די עפּפ רעדי זיך אויפצוסיינען אויב עס קומט אריין ביים ציבור. וואלט געווען א געוואלדיגע זאך.

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 5:27 pm
דורך איש האשכולות
פעשען האט געשריבן:האבעך נאכנישט זוכה געווען צו זעהן אדער הערן פון א היימישער זאל עס נוצן (נאר די פּאר דא וואס זאגן אז זיי האבן געזען אסאך...)

אונז האָמער די עפּפ רעדי זיך אויפצוסיינען אויב עס קומט אריין ביים ציבור. וואלט געווען א געוואלדיגע זאך.

אויב דאס איז דיין פראבלעם קענסטו עס שוין אנהייבן נוצען, איך בין שוין געפארן מער פון איינמאל דערמיט.

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 5:42 pm
דורך פעשען
קומט אויס זייער ביליג, עספעשעלי אויב מ'האט פ"ס אדער אנדערע גאווערמאנט פראגרעמס.

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 9:11 pm
דורך פעשען
איש האשכולות האט געשריבן:
פעשען האט געשריבן:האבעך נאכנישט זוכה געווען צו זעהן אדער הערן פון א היימישער זאל עס נוצן (נאר די פּאר דא וואס זאגן אז זיי האבן געזען אסאך...)

אונז האָמער די עפּפ רעדי זיך אויפצוסיינען אויב עס קומט אריין ביים ציבור. וואלט געווען א געוואלדיגע זאך.

אויב דאס איז דיין פראבלעם קענסטו עס שוין אנהייבן נוצען, איך בין שוין געפארן מער פון איינמאל דערמיט.

דגל יהודה האט געשריבן:אין וויליאמסבורג דעה איך כסדר אינגעלייט עס ניצן (וגם אני בתוכם) סאיז א מען דורכברוך וואס וויליאמסבורג האט נאך נישט געהאט.
איך האב עס גענימען א פאר מאל צי גיין צי א חתונה איך קען עס האלטן פאר 15 מינוט. בקיצור. סהאט אלא מעלות פין די חסרונות פין צי דרייווען טיפ פארקן

וואס האסטו געטוהן אז דיין רעקל און וואלענע ציצית זאל נישט אויפקערן די פלאָר?
וואו האסטו געלייגט דיין הוט? אין די העלמעט בּאַקס?

געשריבן: זונטאג יוני 30, 2019 10:30 pm
דורך איש האשכולות
פעשען האט געשריבן:

איך זיץ אויפן רעקל כדאי ס'זאל נישט אראפ הענגן,

די היט גייט אין העלמעט באקס.

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 1:02 am
דורך talmid
I had an interesting story last week with such mopad
My neighbor found such revel bike last week in front of our building, the motor was running he didn't know how to shut it off.
It only shuts off thru the app.
So he disconnected the battery, and took it in, and called the online number, and left a message, no one called back.
So i contacted them on a different number, and they told me to put it out on the street, and their team will come Pick it up at night.
I think when the battery is unplugged they can't track the bike.
But you can't drive it away because it will only start with the app.
It had a broken mirror it seems that someone crashed it.
I wonder how they charge the damage, And how they know whom to charge.
Also i didn't see any insurance documents on it.

געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2019 8:58 am
דורך ווישוואש
זיי טשארדזשן לכאורה דעם וואס האט עס געדינגען דער לעצטער פאר די דעמעדזש איז געווארן באריכטעט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:07 am
דורך ווער איז דאס
יאפ שטארקע דורכברוך דער עולם באנוצט זיך שטארק מיט עס דארף נישט זיך מוטשענען מיט פארקונג. טרעפיק