ארויסגעבן ארבעט elance אדער freelancer

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

ארויסגעבן ארבעט elance אדער freelancer

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג מאי 01, 2014 7:12 pm

קען מען מצליח זיין מיט די חברה אויף elance פאר קליינע פראדזעקטס?
האט איינער עקפעריענס מיט elance אדער freelancer.com? וואס דארף מען וויסן פאר מען הייערט? פון וועלכע איז בעסער צו הייערן א דעוועלאפער אדג?
שכוייעך גדול
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג מאי 01, 2014 7:25 pm

איך האב געהאט זייער אסאך עקספעריענס אין די נושא, ואין חכם כבעל נסיון, (אויף וויפיל איך האב שוין געטרייעט).

איך בין היינט איבערצייגט אז אויב דו קענסט עפעס טון אליין גוט, נאר די גאנצע פראבלעם איז אז דו האסט נישט קיין 'צייט' אדער 'געדולד' עס טון, זענען די סייטס זייער גוט. ווייל דו קענסט זייער שנעל באשליסן - און ריכטיג - צי דער וואס איז גרייט עס צו טון פאר דיר טויג באמת, אדער ער קען נאר זייער גוט זאגן וואס דו ווילסט הערן.

און נקוט האי כללא בידך. זיי זענען גוים וואס ווילן מאכן א דאלער ענד אפ… זיי זענען נישט אינטערסירט דו זאלסט זיין צופרידן מיט דעם וואס זיי געבן דיר, ווייל…. וואס מער דו ביסט נישט צופרידן, אלס מער געלט גייט ער באקומען דיר יא צופרידן צו שטעלן. קומט אויס אז זיי האבן א שטארקע אינטערעס נישט צו פארשטיין וואס דו ווילסט, און אפילו נאכדעם, נאר צו טון די מינימום כדי זיך ווייטער צו פיטערן פון דיר.

דאס אלעס קען מען נאר עוואוידן אויב דו ווייסט פונטקליך וואס דו ווילסט, און וויאזוי א סוסקעספול קאמפליעט דזשאב דארף אויסצוקוקן, און אויך ווייסטו פונקטליך ווי לאנג ס'דארף צו נעמען. און נאכדעם מיט אסאך סייעתא דשמיא איז עס א זייער גוטע אפשן.

אבער אויב ווילסטו איינער זאל דיר טון עפעס וואס דו אליין ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי מ'דארף עס טון, אדער צי ס'הייסט גוט, אדער ווי לאנג ס'דארף צו נעמען, איז ממש א שאד יעדע רגע און אוודאי יענע פעני וואס דו גייסט דארט פלאשן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:45 pm

Odesk איז בעסער freelance איז זייער נישט גיט

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:47 pm

Odesk איז טאקע בעסער, אבער דעם כלל וואס איך האב פריער דערמאנט איז אמת דארט אויך.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:34 pm

זאל-ער-קומען איר שרייבט זייער גוט און צו די זאך. כ'האב אויך אסאך ערפארונג אין די נושא. מען דארף זיי באגלייטן און גוט מסביר זיין וואס מען וויל. און נאכדעם זיין גרייט צו פארעכטן\איבערמאכן אביסל.

אוודאי איניש אלעמאל אייניג, כ'האב געהאט וואס האבן געמאכט גאר גוטע ארבעט אין נישט גענומען קיין סאך [ער איז מיר אבער פלוצלינג פארשווינדן געווארן אמאל ווען כ'האב אים דרינגנט געברויכט.. ער איז שפעטער צוריקגעקומען מיט א באבע תירוץ פארוואס ער האט מיך געלאזט פאלן], און פארקערט אויך איינער האט גענומען גרויסע געלט און די ארבעט איז געווען ווערד א רעטעך... נישטא קיין עכטע כללים, מען דארף זיך גאר שטארק אפגעבן דערמיט - ווי געזאגט און ס'איז היפש א מזל זאך אויך.

די פשוט'ע און ערשטע כלל וואס מען דארף אלעמאל צו וויסן איז אז מען הייבט אן מיט א קליינע פרויייקט אפי' ס'איז עפעס וואס מען ברויך נישט. אזוי באקומט מען א געפיל וויזוי יענער ארבעט, וויפיל מאל ער ווערט פארשווינדן [יאפס דאסי א ערענסטע פראבלעם מיט די חברה] וויזוי ער פירט זיך אויף ביים נעמען די געלט וכו' וכו'. מ'קען זיי זאגן אז מען טוט דאס אלץ טרייעל און אויב וועט ער זיך צושטעלן וועט מען גיבן נאך ארבעט. [אין פאקט זאגיך עס פאר יעדן בדרך כלל... עס מאכט זיי זאלן פלייסיגער ארבעטן און אויך גיבן ביליגערע פרייזן, מיטן חשבון אז זעלן נאך אסאך פארדינען, און אויב זענען גוט נעמיך זיי טאקע נאכמאאל ווען\אויב עס פעלט אויס]

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג מאי 01, 2014 11:25 pm

For smaller jobs is fiverr.com great

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג מאי 05, 2014 12:53 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:Odesk איז טאקע בעסער, אבער דעם כלל וואס איך האב פריער דערמאנט איז אמת דארט אויך.

זאל ער, איך קען אייך נישט דאנקען גענוג! אזוי שיין צולייגט מיט פונקטליכע הוראות. כ'האב שוין געהייערט אויף אילענס מיט געמישטע רעזולטאטן. נאך האבן עטליכע שטארקע דורכפאלן לעצטנס האב איך מחליט געווען צו פרובירן עפעס אנדערש.
למעשה, האב איך גענומען אן עקזעסטירנדע דזאב אויף אילענס און איבערגעשריבן אויף odesk האלטנדיג אייערע אנווייזונגען פאר די אויגן און איך בין נתפעל געווארן זעענדיג די ריזן חילוק צווישן די צוויי דעסקריפשנס. כ'האב געקענט פאראויסזאגן אז דאס וועט בע"ה ציען בעסערע קליענטן און צום סוף פרודיצירן א בעסערן דזאב ווייל ביידע צדדים זענען קלאר מיט די טערמינען

עקסטערן דאנק פאר home פאר אריינגעווארפן א גוט ווארט איבער אודעסק
עס זענען דא מעלות און חסרונות ביי ביידע בנוגע די interface אבער דער טויש געפעלט מיר שטארק בדרך כלל
אגב אילענס האט זיך לעצטנס צוזאמענגעשטעלט מיט אודסק

היימישער, יא אונז קענען מיר זיך אידענטיפיצירן מיט אזא עקספיריענס פון נעלם ווערן... כ'האב עס נישט ארויס, אפי' גאר גוטע חברה קענען בין יום ולילה פשוט נישט זיין צום האבן. גיי פארשטיי

Fiverr האב איך קיינמאל נישט גענוצט אבער קען זיין ווערד א בוקמארק. א דאנק ד"א
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג מאי 12, 2014 6:26 pm

The truth is that hiring is hard. It can't be hacked, and it’s nearly impossible to do without a few mistakes made along the way

לינק
צוגעלייגטע
hiring-employees.jpg
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

evernote
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

תגובהדורך evernote » פרייטאג מאי 15, 2015 4:32 pm

האט איינער עקספיריענס מיט די חברה מיט ארבייט מיט אידישע אותיות? אפשר א איזרעילי אדער ווער וואס ארבייט אויף די סייט.

אגב היינט הייסט שוין די קאמפעני upwork

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג מאי 17, 2015 11:57 am

evernote האט געשריבן:האט איינער עקספיריענס מיט די חברה מיט ארבייט מיט אידישע אותיות? אפשר א איזרעילי אדער ווער וואס ארבייט אויף די סייט.

אגב היינט הייסט שוין די קאמפעני upwork

איך האב שוין געניצט ELANCE פאר לשון הקודש'דיגע ארבעט.
קודם האט עס גענומען צייט זיי זאלן כאפן, ווייל אונזער לשון הקודש איז געווענליך אויסגעמישט מיט אראמיש, און ווען מ'טרעפט איינער וואס קען נאר HEBREW מיינט נאכנישט אז ער קען אונזער לשון הקודש.
אבער יענער האט זיך זייער שיין צוגעשטעלט און געמאכט די הגהות.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

וואסנאך
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 11, 2015 6:57 pm

תגובהדורך וואסנאך » פרייטאג מאי 29, 2015 3:00 pm

וואס איז די חיליק צווישען פרילענסער און אדעסק מיט וואס איז איינס בעסער פין צווייטען
פארס ענד קאנס?


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט