אלערזשיק צו דיאדערענט?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

אלערזשיק צו דיאדערענט?

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 10, 2015 3:27 am

איך נוץ שוין זייער לאנג DOVE FRESH.
האב איך געטוישט ארום צוויי יאר צוריק צו SECRET אבער נאך עטליכע וואכן האט אנגעהויבן שטארקע קראצענישן אויף די גאנצע לענג פון די ארעם כמעט ביז די עלענבויגן.
האב איך אויפגעהערט נוצן אלעס און עס האט גענומען ארום 2 חדשים! פון קריעמס און שמירעכץ עס זאל גענצליך זיך פארהיילן.

בין איך צוריק צו DOVE ביז איצט.
אצינד האב איך נאכאמאל די זעלבע סארט רעאקציע אויף מיין ארעם, בייסענישן קראצענישן געפערליך.
דאס מאל פון DOVE ווייל סיקרעט נוץ איך שוין נישט זייט דעמאלטס.

איז דאס אן עלערזישק ריעקשאן? איינער האט עקספיריענס מיט אזא זאך?
וואסערע דיאדערענט פון די נעטורעל אדער "ארגעניק" ליין איז עפעקטיוו און געאייגענט צו נוצן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3518
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג פאברואר 10, 2015 6:24 am

שוועמל האט געשריבן:איך נוץ שוין זייער לאנג DOVE FRESH.
האב איך געטוישט ארום צוויי יאר צוריק צו SECRET אבער נאך עטליכע וואכן האט אנגעהויבן שטארקע קראצענישן אויף די גאנצע לענג פון די ארעם כמעט ביז די עלענבויגן.
האב איך אויפגעהערט נוצן אלעס און עס האט גענומען ארום 2 חדשים! פון קריעמס און שמירעכץ עס זאל גענצליך זיך פארהיילן.

בין איך צוריק צו DOVE ביז איצט.
אצינד האב איך נאכאמאל די זעלבע סארט רעאקציע אויף מיין ארעם, בייסענישן קראצענישן געפערליך.
דאס מאל פון DOVE ווייל סיקרעט נוץ איך שוין נישט זייט דעמאלטס.

איז דאס אן עלערזישק ריעקשאן? איינער האט עקספיריענס מיט אזא זאך?
וואסערע דיאדערענט פון די נעטורעל אדער "ארגעניק" ליין איז עפעקטיוו און געאייגענט צו נוצן?

געהאט די זעלבע זאך (ווען איך האב נאך בכלל געניצט דיאדערענט), לויט מיינע עקספיריענס דארף זיך פשוט די הויט ציגעוויינען צו דעי דיאדערענט, עס קען געדוירן א שטיקל צייט.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג פאברואר 10, 2015 9:13 am

ספרעי איז די בעסטע. סיי עס קראצט נישט די הויט, און שבת קען מען אויך לייגן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג פאברואר 10, 2015 9:18 am

די עולם זאגט אז די ספרעי איז נישט געזונט (מקור - איך ווייס נישט)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 10, 2015 9:41 am

איך וואלט דאך געוואלט הערן פון איינעם מיט עקספיריענס וואס פארשטייט דעם פראבלעם נישט סתם רעקאמענדאציעס פון ספרעי.
אגב זענט איר זיכער אז שבת קען מען לייגן ספרעי, וואס איז מיט זורה און מוליד ריח?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5221
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג פאברואר 10, 2015 9:46 am

איך נוץ ספרעי און ב"ה נישט געהאט די פראבלעם, בנוגע שבת האט איך געהערט פון בעמח"ס טל ברכה שליט"א אז ס'איז מותר
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

קאכעדיגע
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דינסטאג פאברואר 10, 2015 9:50 am

ווישוואש האט געשריבן:איך נוץ ספרעי און ב"ה נישט געהאט די פראבלעם, בנוגע שבת האט איך געהערט פון בעמח"ס טל ברכה שליט"א אז ס'איז מותר


אויב ס'האט א ריח איז נישט גלייך וועגן מוליד ריח בגוף האדם

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג פאברואר 10, 2015 1:00 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:די עולם זאגט אז די ספרעי איז נישט געזונט (מקור - איך ווייס נישט)

עס האט נישט מיט ספרעי, נאר מיט דיודירענט בכלל. געוויסע פארשטאפן די שווייץ לעכער, און דאס איז נישט געזונט, ווייל געוויסע אפפאל פון קערפער ווערט מען דורך זיי פטור.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אונטערשמש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 2:10 pm

תגובהדורך אונטערשמש » דינסטאג פאברואר 10, 2015 4:22 pm

איך האב אמאל געהערט פון דר. באלדינגער דער היימישער פיס דאקטאר פון מאנסי אז דע בעסטע איז צו נוצן די gel deodorant און נישט די ספרעי אדער טריקענע שמיר


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט