ליבערטי / יונייטעד רפואה העלט שעיר – אינשורענס אלטערנאטיוו

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

ליבערטי / יונייטעד רפואה העלט שעיר – אינשורענס אלטערנאטיוו

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:13 am

https://www.libertyhealthshare.org

ליבערטי העלט שעיר איז א קריסטליכע העלט-קעיר שערינג ארגעניזאציע וואס שטעלט צו אן אלטערנאטיוו פאר העלט אינשורענס פאר אסאך ביליגער ($107 -$499 פער מענטש), עס ארבעט אז יעדער מעמבער צאלט א חודש'ליכע אפצאל וואס גייט אריין אין א שעירינג קאסע (ענליך צו ערבים, אבער דא צאלט מען יעדע חודש), און די בילס וואס קומען אריין ווערן באצאלט פון די קאסע. (אזוי ווי העלט אינשורענס נאר אן די עקזעקעטיוו'ס וואס דארפן מאכן מיליאנען יערליך..)

זיי האבן אויך א קליינע כמו-דידאקטיבל וואס מ'דארף קודם באצאלן פארן זיי בילן, און עטליכע קליינע טשארדזשעס אנהייב און יערליך.

פרי עקזיסטינג קאנדישן ווי אויך סמאוקערס און אנדערע וואס קענען פארשווערן זייער סיסטעם, נעמען זיי נישט אן, אבער האבן א סיסטעם דערפאר

זיי האבן 3 פלענער, זעט עטעטשט בקיצור די חילוקים און דא אויסגעשמועסט

זעט דא א ליסטע פון דאקטוירים אין אלע היימישע געגענטער מיט וועמען זיי האבן שוין געדילט, (Search by Zip Code).

ליינט דא א דיטעילד ריוויו http://clubthrifty.com/liberty-healthshare-review

Frequently Asked Questions

(עס איז דא נאך עטליכע אזאלכע שעירינג מיניסטרי'ס, ליבערטי זעט אבער אויס צו זיין די מערסטע פאפולער)

אבאמאקעיר עקזעמפט פונעם העלט-אינשורענס-חיוב נאר קאמפאניס עלטער פון 2000, און ליבערטי איז עלטער דערפון, לכן איז עס גאנץ טראסטבאר, געהערט אבער א איידיע צו זיין נאכמער פארזיכערט צו קויפן א פלאן מיט א הויכע דידאקטיבל פון א רעגולער העלט אינשורענס קאמפאני, איז מען פארזיכערט אויב די שעירינג ארג. קראכט אדער וויל/קען נישט באצאלן.

איך ווייס אז אידן נוצן עס, אויב האט דא איינער פערזענליכע עקספיריענס ביטע זיך לאזן הערן.

אויך וויל איך הערן לגבי די קריסטליכע חלק אויב האט איינער געפרעגט דעת תורה דערוועגן, (געהערט אז מאנכע האבו זיי פארגעשלאגן ארויסצונעמען א קריסטליכע ליין פונעם אגרימענט אויב מ'ברענגט זיי א געוויסע צאל מעמעבערס, האט איינער אינפא דערוועגן?)
צוגעלייגטע
Liberty.png
Liberty.png (143.13 KiB) געזעהן 13748 מאל
לעצט פאראכטן דורך derech eretz אום דאנארשטאג מאי 04, 2017 12:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:16 am

שלום עליכם, שוין לאנג נישטא געווען.

א דאנק פארן שעירן וויכטיגע אינפארמאציע, און כ'האף אז עס וועט דא אפירקומען עפעס נוצליכע עקספיריענס איבער דעם נושא.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
רינדעכיג
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: וואו נישט

תגובהדורך רינדעכיג » דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:27 am

די שאלה איז אויך צו די דאקטארס נעמען דעים ליבערטי.
די חסימה באטן איז גרייט, ווער ס'האט נישט קיין איבעריגע צייט צו טראכטן פארן שרייבן וועט ווערן נחסם...

(קרעדיט: @וויכי)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:30 am

דערווייל האט עס מיר אויסגעקוקט "טאא גוד טא בי טראא". וויאזוי איז מעגליך אז אזא קאמפאני אד"ג זאלן נאך זיין אין ביזנעס אויב זיי טוען טאקע דעקן רעגולארע העלטה קאסטן אין די ווערט פון ביליאנען דאלארן? די פרימיומ'ס זענען דאך אזוי מינימאל און קוים וואספארא דעדאקטעבל.

אגב: די 'פידעליס' קאמפאני באלאנגט אויך פאר א קאטוילישע קירכע.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:49 am

גוגל'נדיג יעצט האב געטראפן די פאלגענדע ריוויו פון בלויז 2 טעג צוריק מיט פאזיטיווע און נוצבארע אינפא, אוועראלל איז נאר דא פאזיטיווע ריוויו'ס אנליין חוץ אויף BBB איז דא געציילטע נעגאטיווע, אבער LIBERTY ענטפערט כמעט אלעס.

אלענפאלס זוך איך צו הערן פון א אידיש קינד וואס קען איבערגעבן פערזענליכע עקספיריענס, אויב נישט אין פאבליק, אישי'ט ביטע.

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » דאנארשטאג מאי 04, 2017 12:05 pm

איך האב 7 חדשים צוריק געקאלט ODA פרעגן צו זיי נעמען עס, האבן זיי נישט געוויסט וואס דאס איז, קען זיין היינט יא,
אויב איינער קען טאקע אריינקומען קלאר וואלט מען הנאה געהאט

I believe
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:46 am

תגובהדורך I believe » דאנארשטאג מאי 04, 2017 12:17 pm

טרעף מיך האט געשריבן:איך האב 7 חדשים צוריק געקאלט ODA פרעגן צו זיי נעמען עס, האבן זיי נישט געוויסט וואס דאס איז, קען זיין היינט יא,
אויב איינער קען טאקע אריינקומען קלאר וואלט מען הנאה געהאט

On liberty's website it says that theydealt already with ODA

I believe
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:46 am

תגובהדורך I believe » דאנארשטאג מאי 04, 2017 12:23 pm

אויך וויל איך הערן לגבי די קריסטליכע חלק אויב האט איינער געפרעגט דעת תורה דערוועגן, (געהערט אז מאנכע האבו זיי פארגעשלאגן ארויסצונעמען א קריסטליכע ליין פונעם אגרימענט אויב מ'ברענגט זיי א געוויסע צאל מעמעבערס, האט איינער אינפא דערוועגן?)[/quote]

Which line would you consider a Christian line that will be a problem?
Also sine they only cover up to $1M per incident what happens if your medical treatment goes up more then $1M?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג מאי 04, 2017 12:38 pm

I believe האט געשריבן:
Derech Eretz האט געשריבן:אויך וויל איך הערן לגבי די קריסטליכע חלק אויב האט איינער געפרעגט דעת תורה דערוועגן, (געהערט אז מאנכע האבו זיי פארגעשלאגן ארויסצונעמען א קריסטליכע ליין פונעם אגרימענט אויב מ'ברענגט זיי א געוויסע צאל מעמעבערס, האט איינער אינפא דערוועגן?)


Which line would you consider a Christian line that will be a problem?
Also sine they only cover up to $1M per incident what happens if your medical treatment goes up more then $1M?

לגבי דיין ערשטע שאלה, כ'ווייס נישט ווייל כ'האב נישט געזען די אגרימענט.

צום צווייטן, ווי געשריבן לוינט צו קויפן א בעקאפ פלאן איז מען געקאווערט פאר אזעלכע אינצידענטן, ס'זאל זיך נישט מאכן.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג מאי 04, 2017 12:54 pm

רינדעכיג האט געשריבן:די שאלה איז אויך צו די דאקטארס נעמען דעים ליבערטי.


זעט דא א ליסטע פון דאקטוירים אין אלע היימישע געגענטער מיט וועמען זיי האבן שוין געדילט, (Search by Zip Code).

תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » דאנארשטאג מאי 04, 2017 1:28 pm

זיי דעקן דענטאל און וויזשאן??

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 04, 2017 1:29 pm

ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל און ר' הערשל אויש זאגן אז ס'איז נישט קיין פראבלעם

אויף ישיבה ווארלד איז געווען אן ארטיקל דערוועגן פון ר' יאיר האפמאן
http://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/450855/can-orthodox-jews-join-a-much-cheaper-christian-health-insurance-alternative.html

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג מאי 04, 2017 1:56 pm

ייש"כ גדול פארן לינק! אסאך אינפא דארט.

האמיר שוין א הסכמה פון רבנים אויך.

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 04, 2017 2:00 pm

derech eretz האט געשריבן:ייש"כ גדול פארן לינק! אסאך אינפא דארט.

האמיר שוין א הסכמה פון רבנים אויך.


פון רב ווייסמאנדל ווייס איך ערשטהאנטיג. וועגן רב אויש האב איך געהערט פון א כלי שני

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:44 pm

תורה לערנער האט געשריבן:זיי דעקן דענטאל און וויזשאן??

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:51 pm

זייער אינטרעסאנט, וויאזוי איז מעגליך א יודישע גרופע זאל זיך אליין דעקן?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג מאי 04, 2017 11:52 pm

עס איז דא נאך אזא קאמפעני medishare.com

געהערט אויף די נייעס סאו איך ווייס נישט ווי גוטס זיי זענען באמת.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג מאי 05, 2017 11:00 am

עקבי הצאן האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט, וויאזוי איז מעגליך א יודישע גרופע זאל זיך אליין דעקן?

פאראכטן אויבן, ווערט באצאלט אלעס פון זעלבען קאסע.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Important Notes

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג מאי 05, 2017 11:01 am

pregnancy
A member joined in March and her expected delivery date is during the month of October. The pregnancy is a pre-existing condition and is therefore not shareable. A pregnancy is shareable if the conception date was after enrollment. Source

you can visit any doctor, any hospital you choose! - How To Discuss Liberty HealthShare With Your Doctor
Visiting Your Doctor, What You Need To Know

זייער קאסטומער סערוויס איז זייער גוט - 1-855-585-4237

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » מאנטאג מאי 22, 2017 9:54 pm

is there anybody here that had an experiance of having a baby under there policy?
if yes - please share the experiance

אוועטאר
פרנס
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 21, 2010 12:54 am

תגובהדורך פרנס » דינסטאג מאי 23, 2017 12:34 am

איך בין ארויף אויף דעם אפאר חדשים צוריק, כ׳האב עס נאכנישט געדארפט נוצן ב״ה.

איך האב געמאכט אביסל ריסוירטש, די אינפאו וואס איך באקומען פארן זיך איינשרייבן איז געווען זייער פאזאטיוו.

לאמיר קודם קלאר מאכ׳ן איין יסוד: דאס איז נישט קיין ״אינשורענס״, דאס רופט זיך ״העלטשעיר״. דער קאנצעפט אין קורצן: א גרופע מענטשן נעמען זיך אונטער צו ׳שעירן׳ די מעדיקל קאסטן פון די מעמבערס אינערהאלב דעם גרופע.

די מעלות:
1. סאיז אסאך ביליגער פון אינשורענס
2. די דידאקטיבל איז ממש קליינגעלט
3. ס׳איז נישטא קיין קא-פעי
4. זיי האבן נישט קיין דאקטער נעטווערק (א סערוויס וואס איז געקאווערט קענסטו גיין צו וועלכע דאקטער דיר שמעקט, די שיקסט זיי די ביל אין זיי געבן צוריק די געלט)

די חסרונות:
1. א פרי-עקזיסטינג קאנדישאן ווערט נישט געקאווערט (אפילו מען האט געהאט אינשורענס)
2. רויכערער און איבערוואגיג (און נאך קאנדישאנס) איז טיילווייז פרי-עקזיסטינג, דהיינו מען גייט אטאמאטיש אריין אין ספעציעלער פראגראם וואס קאסט עקסטער $80 א חודש, און מען מוז אויפהערן רייכערן/פארלירן וואג ביז א באשטימטע צייטט.
3. אלקהאליקער אדער דראג-עדיקטס ווערן נישט געדעקט.
4. דענטל/וויזשאן/מעדיקעל עקוויפמענט/ועוד איז נישט געדעקט

דאס וואס איינער האט געפרעגט וויאזוי זיי קענען זיך דעקן, איז גאנץ פשוט: ערשטענס זיי זענען א נאן-פראפיט ארג. און אלע (אדער רוב) געלט וואס קומט אריין פון די שעירינג מעמבערס גייט נאר צו קאווערן מעדיקל ביללס.
צווייטנס, היות עס איז נישט קיין אינשורענס און זיי זענען נישט אינטערגעווארפן אונטער די אינשורענס רעגולאציעס מילא האבן זיי זייער אייגענע סטאנדארטן (קוק דורך די חסרונות ליסטע) כ׳גלייב מיט׳ן זיך האלטן צו די דאזיגא סטאנדארטן שפארן זיי זיך ימ׳ן ונהרות פון געלט.

לגבי מעטערניטי זיי זאגן אז עס איז געהעריג געקאווערט, אבער….. אויב מען ווארט שוין, הייסט דא א פרי-עקזיסטינג קאנדישאן און ס׳איז נישט געקאווערט.

אוועטאר
שכל הישר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 pm

איך דארף זיי גלייבן אז זי גייען אראפלייגן א טשעק פון 10 אלפים נאכן געבורט פון א קינד ?

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » זונטאג יולי 23, 2017 3:45 pm

מען מעג דאס אינטערשרייבן אלס איד?

bg.JPG
bg.JPG (51.33 KiB) געזעהן 12266 מאל

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » מאנטאג יולי 24, 2017 12:11 pm

https://www.libertyhealthshare.org/Content/Sharing-Guidelines.pdf

ATTENTION: This program is not an insurance company nor is it offered through an insurance company. This
program does not guarantee or promise that your medical bills will be paid or assigned to others for payment.
Whether anyone chooses to pay your medical bills will be totally voluntary.

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » מאנטאג יולי 24, 2017 12:14 pm

a review on BBC

My husband and I were very excited to become members of Liberty Healthshare and believed this was a new an innovative way to approach health insurance. I was impressed by what I was told per the Liberty Healthshare sales department but then soon realized this was a scam. I submitted my medical bills as I was told to do so and NOT one in a six month period were paid by Liberty Healthshare. All my medical bills submitted were either ignored or had the bill amount reduced BUT NOT PAID. I paid my $1,000 unshared amount within the medical bills submitted and was eligible for the rest to be paid. THEY DID NOT PAY ONE BILL and NEVER CONTACTED ME after numerous emails, voice mails; I was always transferred by Liberty Healthshare customer service to a phone line that was never answered by a live person and was left on hold time and time again with no connection to a member of billing that could rectify the billing NIGHTMARE. I am now trying to pay thousands of dollars in medical bills so these bills do not go to collections and thus ruin my excellent credit. I am so frustrated and feel taken advantage of with lies of LIberty Healthshare


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט