בלאט 1 פון 1

Pinworms

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 2:50 pm
דורך וואס עפעס?
מיינס א קינד מיטשעט זיך דערמיט שוין באלד א חודש
כהאב געקויפט די מעדעצין וואס די דאקטער האט רעקאמאנדירט און איך ווארט שוין נאכן צווייטע דאזע (געווארט 10 טעג צווישן ) און עס העלפט נישט

די סימפטאמען איז נאר ביינאכט, ער פילט וואו ער דארף כסדר ארויסגיין

עני עצה??

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:24 pm
דורך ווישוואש
פרוביר Dr Garlic, האט געהאלפן פאר מיינס א קרוב.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:08 pm
דורך שפע רב
שנייד די קארן סטארדשט אדער גע'צוקער'טע קעטשאפ.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:13 pm
דורך לייטער
די ווערם ווערן מער אקטיוו אין די וואך פון ראש חודש( איך מאך נישט קיין וויץ) געווענטליך חצות צייט באנאכט
דעמאלטס קימען זיי ארויס לייגן אייער
ווי אויך קענען זיי ווערן אקטיוו אנדערע צייטן בעיקר נאכן עסן צימאלענע ציקער ווי אספרינק קענדי
סווערט נישט פרישע ווערם פון די אייער, נאר אויב די אייער( וואס איז נישט מעגליך צי זעהן) גייט אריין אין מויל, וועגן דעם דארף מען וואטשן ביי קליינע זיי זאלן נישט אנכאפן עסן ביפאר זיך גיט אפוואשן און אפזייפן נאכן קראצן
אויב מען האט אסאך ווערם און סשטערט קען מען נעמען א אווער די קאנטר( איך מיין ס'הייסט פון עקס, אדער ריז פוןווארם )וואס הארגעט די ווערם אבער נישט די אייער

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:01 pm
דורך Kosher Travel
א ציינדל קנאבל. דאס איז נישט קיין וויץ. ארבייט.
ווי אויך, ווי ווייניגער זיסע עסען, ציקער און פוד קאלארינג.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:20 pm
דורך וואס עפעס?
Kosher Travel האט געשריבן:א ציינדל קנאבל. דאס איז נישט קיין וויץ. ארבייט.
ווי אויך, ווי ווייניגער זיסע עסען, ציקער און פוד קאלארינג.

פשוט עסן שטיקער קנאבעל?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:52 pm
דורך אומאפיציעל
עס איז דא אסאך זאכן וואס דארפן צו ארבעטן, און אסאך מענטשן מיט גוטע ערפארונג מיט פארשידענע תרופות.

איין זאך איז ביי מיר בדוק ומנוסה, איך ווייס נישט צו עס הרג'ט די ווערים, אבער עס טרייבט זיי אריין אין די לעכער אז זיי זאלן נישט ווייטון און שטערן, דאס איז א געמיש פון לאמיר זאגן צוויי אנסעס וואסער, א האלבע טיי לעפעלע עפל סיידער וויניגער מיט 2 אסידאפילעס פילן (די פילן קומען שטויב אין א פלעסטיק, מען עפנט אויף די פלעסטיק און מען גיסט אריין די שטויב אין די וואסער), מען מישט עס גוט אויס, און מען שפריצט דאס אויף יענעם פלאץ א גוטן שפריץ אריין, און די חברה ווערן תיכף אנטרונען און זיי קומען נישט ארויס ביז דאס וועפט אינגאנצן אויס (א גוטע פאר שעה), און אזוי ווי געווענליך קומען זיי נאר ארויס אין געוויסע שעות אינמיטן די נאכט, ממילא קען מען מיט א גוטן שפריץ איינמאל א נאכט זיי האלטן אינווייניג וואו זיי מערן זיך נישט און שטארבן שנעל אויס בעז"ה.
אכטונג! אויב די פלאץ איז שוין צוביסן פון די ווערים, און עס שוין שטארק וויי פארן קינד, וועט די שפריץ גאר שטארק ווייטון די ערשטע צוויי ביז פינף מינוט, אבער נאך עטליכע מינוט בארוהיגט זיך עס און עס העלפט פארהיילן און פארשטילן די ווייטאגן פון די ווערים.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:56 pm
דורך Kosher Travel
וואס עפעס? האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:א ציינדל קנאבל. דאס איז נישט קיין וויץ. ארבייט.
ווי אויך, ווי ווייניגער זיסע עסען, ציקער און פוד קאלארינג.

פשוט עסן שטיקער קנאבעל?

מען לייגט א שטיקל קנאבל ווי עס בייסט. די ווערים האבן עס נישט ליעב.
דארפט איהר נאך מער קלארא אינסטרוקשענס?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 7:04 pm
דורך ר' יום טוב
פראביר די אווער די קאונטער pinworm medicine - pyrantel pamoate

עס ארבעט עפ"י רוב בעסער ווי די פרעסקריבשאן. בדוק ומנוסה.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 7:05 pm
דורך א גאנץ יאר פרייליך
( בלע׳׳ז put vinegar on a paper towel and put the paper towel on the kids navel ( belly button

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:47 pm
דורך אדם א מענטש
לויט די עקספעריענס וואס כהאב געהאט ביי מיין אינגעל קען איך מייעץ זיין ווי פאלגענד: די ערשטע זאך, אויב האט ער ייסורים נעם עס ארויס (לגבי שבת, לכאורה אסור להרוג).
נאכדעם לייגט מען קנאבעל, יעדע נאכט פאר א פאר וואכען און איין צו,
מנעמט די קנאבעל און מען מאכט עטליכע שפאלטענעס (מיט א פלעסטיק מעסער,נישט אייזן!) כדי די שמעק און די זאפט זאל ארויסקומען און וויקעל עס ארום מיט א טישו וכדומה (און מדארף עס נישט אריינלייגען אונגאנצען כמובן)
א רפואה שלימה

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 1:03 am
דורך שמעלקא
אספרין קענדי ברענגט ווערים, עס האט מיר גענומען א לאנגע צייט ביז איך האב געכאפט אז דאס איז די קאלפריט, זייט דעמאלטס איז נישט דא אזא זאך אז מיינע קינדער זאלן עסן אספרין קענדיס און ב"ה אלעס איז פיין.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:21 am
דורך עציץ נקוב
שמעלקא האט געשריבן:אספרין קענדי ברענגט ווערים, עס האט מיר גענומען א לאנגע צייט ביז איך האב געכאפט אז דאס איז די קאלפריט, זייט דעמאלטס איז נישט דא אזא זאך אז מיינע קינדער זאלן עסן אספרין קענדיס און ב"ה אלעס איז פיין.

נישט נאר אספרין קענדי אבער די סארט זאכן (אספרין קענדי, קאלעי, קאטאן קענדי און ענדליכס) זענן די ערגסטע

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:52 am
דורך וואס עפעס?
ר' יום טוב האט געשריבן:פראביר די אווער די קאונטער pinworm medicine - pyrantel pamoate

עס ארבעט עפ"י רוב בעסער ווי די פרעסקריבשאן. בדוק ומנוסה.

איך האב געניצט דעיס

עס האט געראדע גוטע ריוויוז אויף אמעזון

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:50 am
דורך דניאל אויערבאך
האבעך געזען אין "ווינקל" אין מאנסי אז פיינעפל איז שטארק מומלץ פאר די פינווארמס, אויפן ראט פון מערערע דאקטוירים

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:14 pm
דורך כשרע טעלעפאן
דניאל אויערבאך האט געשריבן:האבעך געזען אין "ווינקל" אין מאנסי אז פיינעפל איז שטארק מומלץ פאר די פינווארמס, אויפן ראט פון מערערע דאקטוירים

I had it as a child, and i drank pinnaple juice when it was bad it halped wounder, sorry i dont have a yiddish keyboard yet

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:19 pm
דורך splinter
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:האבעך געזען אין "ווינקל" אין מאנסי אז פיינעפל איז שטארק מומלץ פאר די פינווארמס, אויפן ראט פון מערערע דאקטוירים

I had it as a child, and i drank pinnaple juice when it was bad it halped wounder, sorry i dont have a yiddish keyboard yet

וועלכע פיינעפל דזשוס?
די פון די קען/באטל פון ליעבערס?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:31 pm
דורך כשרע טעלעפאן
splinter האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:האבעך געזען אין "ווינקל" אין מאנסי אז פיינעפל איז שטארק מומלץ פאר די פינווארמס, אויפן ראט פון מערערע דאקטוירים

I had it as a child, and i drank pinnaple juice when it was bad it halped wounder, sorry i dont have a yiddish keyboard yet

וועלכע פיינעפל דזשוס?
די פון די קען/באטל פון ליעבערס?

Ye. Thats what i did

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:35 pm
דורך splinter
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:האבעך געזען אין "ווינקל" אין מאנסי אז פיינעפל איז שטארק מומלץ פאר די פינווארמס, אויפן ראט פון מערערע דאקטוירים

I had it as a child, and i drank pinnaple juice when it was bad it halped wounder, sorry i dont have a yiddish keyboard yet

וועלכע פיינעפל דזשוס?
די פון די קען/באטל פון ליעבערס?

Ye. Thats what i did

עס איז דאך א שטיק צוקער????

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:40 pm

Im asking the same question, but it helps

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:45 pm
דורך splinter
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:I had it as a child, and i drank pinnaple juice when it was bad it halped wounder, sorry i dont have a yiddish keyboard yet

וועלכע פיינעפל דזשוס?
די פון די קען/באטל פון ליעבערס?

Ye. Thats what i did

עס איז דאך א שטיק צוקער????

Im asking the same question, but it helps

דאס געפונען אויף איינע פון די זייטלעך
Pineapple Juice

You Will Need
1/4 pineapple
1 glass of water

What You Have To Do

Peel and cut the pineapple.
Blend the cut pineapple pieces with a glass of water.
Drink this juice.

How Often You Should Do This
You must drink this juice at least once daily.

Why This Works
Pineapples are a rich source of an enzyme called bromelain, which exhibits antimicrobial activities and helps get rid of pinworms

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 6:23 pm
דורך נו גוט נו שוין
וואס עפעס? האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:א ציינדל קנאבל. דאס איז נישט קיין וויץ. ארבייט.
ווי אויך, ווי ווייניגער זיסע עסען, ציקער און פוד קאלארינג.

פשוט עסן שטיקער קנאבעל?

מ'קען עס צושניידן אויף קליינע שטיקעלעך - מיט א פלעסטיג מעסער פארשטייצעך - און אראפשלינגען ווי א ווייטאמין, בעסער מיט א באבלדיגע געטראנק ווי סאדע אדער ענליך, אזוי בלייבט עס אויבן פונעם גלעזל, און ס'גייט גרינגער אראפ,

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:07 pm
דורך עירמאנט'ער
ווי איז דער מקור אז קנאבעל שנייט מען מיט א פלסטיק מעסער?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:21 am
דורך קרייסלער
פון ווי קומען די וערים פאר א שווארץ יאר? די וואסער איז דאך געפילטערט